זונטאג, די אלוועלטליכע פארגליווערונג!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

זונטאג, די אלוועלטליכע פארגליווערונג!

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג אוקטובער 25, 2020 6:39 pm

די פארפרוירענע מינע פון די אויגן איז בלויז דאס שפיגל. אסאך טיפער און ברייטער טוט דער פארפרוירנקייט באהערשן און באנעמען. גאנצע מלוחות אדער גאר גאנצע וועלטן נעמט ער ארום, מיט א מאכטפטולע האנט פארכאפט ער די גאנצע פארנעם אונטער זיינע מאיעסטעטישע לאפעס, האלט עס אן מיט צוואנג נישט ארויסלאזנדיג אפילו אויף א סעקונדע. דערביי אפשטעלנדיג די גאנצע הו-הא פון אלע פראיעקטן אקטיוו אינעם וועלטל.

די קאפ אנטזאגט זיך פשוט פון קאאפערירן מיט'ן מח, וואס דער מח איז אויך בלויז א פערטל פינקציאנירנד, טראכטן איז עפעס פון די ווייטע פארגאנגהייט ווען די מח איז נאך געווען קלאר, יא קלאר, דאס איז וויאזוי איך וויל עס יעצט מגדיר זיין, ווייל יעצט איז עס פארנעפלט פארוואנקלט, בלורי ווי א פראסטעד גלאז וואס מקען נישט אדורכזעהן.

נישט בלויז דער מח און קאפ איז אזוי פארקלאצט, די גאנצע קערפער ליגט אזוי מאכטלאז אויפן בענקל און א פארגלאצטע פאזיציע שוין די לעצטע שיינע פאר שעה, אזויווי ס'איז בלויז א זעקל קארטאפל אנידערגעלאזט פונ'ם רוקן אויף וואס ס'איז געהאנגן. נישט ווייל זיינע פיס קענען איהם שוין נישט טראגן האט ער זיך נישט אויגעהויבן, ניין, די פראבלעם איז אויך נישט א פוילקייט אדער מידקייט, די מח האט פשוט נישט אקטעוויזירט א פונקציע וואס זאל באאויפטראגן די פיס אנידערציהייבן די געשטעל, ס'איז צי פארפרוירן פאר אזא קאמפליצירטע אויפגאבע.

אלע וויכטיגע טאג פונקציעס זענען נישט פארשלעפט, זיי זענען פשוט נישט עקזיסטירנד און אזא פארכמוראטע טאג, זיי שטייען ווי פארשעמט און די זייט, ווי דורכגעווייקטע גראז איינגעבויגן נאך א שטורעם. די אקסלען האבן פארלוירן זייער גאנצע זעלבסט ווירדע, אראפהויערנדיג אויף די זייטן ווי א אויסגעליידיגט הויקער פון א קעמל. די מינע אויפ'ן פנים איז אויך שיין אריינפאסנד אונעם אויסשטעל.

ס'איז אזוי זונטעגדיג!!!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נעבעך, אבער איך אויך.

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 6:42 pm

;l;p-
נאכאמאזל אז די פינגערס זענען נישט אפעקטירט געווארן!

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נעבעך, אבער איך אויך.

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג נובעמבער 15, 2020 5:25 pm

שוין. אודך כי עניתנו..שוין ווידער איז ער דא. מיט זיין גאנצע מאכט האט ער זיך אראפגעלאזט און פארכאפט די גאנצע ארום און איין גרויסע כמארע, אלעס איז פארכאפט און פארמאכט אזש אפילו א קליין עפענונג איז נישט דא, די אומעטיגקייט און שטילקייט באהערשט די גאנצע סביבה מיט א דיקטאטורישע פירערשאפט,אזוי און א אייזערנע פארהאנג.

הערטס רבותי א געדאנק וואס איך טראכט מיר אזוי מיט'ן ביסל געבליבן פונקצנירנדע מח וואס איז נאך געבליבן און די גלגלת פארשלאפן, מדארף זיך צוזאמנעמען אלע כחות, פון אלע שיכטן און קרייזן, מדארף איינשפאנען די גרעסטע חכמים, אויסגערופענע עסקנים אנדרייערס שוויצער'ס און נאכשלעפער'ס, הייערן די גרעסטע מארקעטינג קעפ און מידיע לאביאיסטן אנצודרייען א אלטוועלטליכע בהלדיגע צוזאמענארבעט פון אלע כחות אויף אלע פראנטן, מ'זאל אנווארעמען און אויפהייצן, אנדרייען און אינוואלוון, אלע בארימטע און באהאלטענע פילאנטראפן און נגידים שטיצער'ס און תומכים, די גאנצע דעת הקהל זאל צוזאמענארבעטן מיט א כח היחיד, מיט א זעלטענע איינמאליגע צוזאמענברענג פון כחות וואס אזאנס איז נאכנישט געווען זייט די וועלט שטייט, ווייל אזא פראבלעם איז נאך נישט געווען זייט די וועלט שטייט, אייגנטליך איז עס שוין יא געווען אבער אזא אומאפהענגדיגע אלטוועלטליכע אינטערקאנטינענטל באליסטישע ארגענאזירטע צוזאמענארבעטן פאראיינונגעגנדיגן ארגאנעזאציע האט זיך נאך קיינמאל נישט פארמירט, ווארום דער פראבלעם איז גארנישט ווייניגער אלטוועלטיך און אינטערקאנטינענטאל, און מדארף זיך צוזאמענזעצן און פאררופן דרינגענדיגע מאסן צוזאמענקומפטן, אפדינגען ריזיגע קאמפלעקסן און ברייטפארצווייגטע האטעל נעצן, אויף לאנגע טעג און וואכן , ווי דארט זאלן פארקומען די גרויסע היציגע דעבאטעס און צוזאמענקומפן, אויסצוארבעטן די גראנדיעזע פלענער וויאזוי בייצוקומען די אלטוועליכע מאנסטערישע פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל, וואס טוט מען מיט דעם זונטאג!!

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נעבעך, אבער איך אויך.

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג נובעמבער 15, 2020 5:26 pm

שוין כקען שוינישט שפינען די גרויסציגיגע פלענער ווייטער, ווער קען בייהילפיג זיין? זריזין מקדימין למצוות והמקדים למלאכה יוקדם לברכה..

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זונטאג, די אלוועלטליכע פארגליווערונג!

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג נובעמבער 22, 2020 8:51 pm

איז שוין ווידער דא דער מאנסטער, דער מייסטערישע קלעב, דער איינשלעפער פון דער וועלט, דער אלטוועלטליכע טאג גנב, דער וואס בארויבט די מענטשהייט פון א זיבעטל פון איר גרעסטע פארמעגן, און כמה פעמים בייסט ער נאך אריין פאר נאכבייס און די איבריגע חלקים, דער וועלעכע די גרעסטע שטערקסטע און מעכטיגסטע האבן שוין געוואלט איהם בייקומען אבער לא עלתה בידם

דער זונטאג!!!!

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

Re: זונטאג, די אלוועלטליכע פארגליווערונג!

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 7:16 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט