היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א פרישע רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון שפארן געלט פאר אידישע קינדער!

פערד און וועגענער!!

אזויווי איר ליינט!! א פרישע עפאכע באווייזט זיך פאר אונז!!

ערשטהאנטיגע קראנטע רעפארטן קומען אריין איבער א מעגא עסקנים קאנווענשן ווי מען איז געזעצן עקסנים פון אלע שיכטן און קרייזן צוזאמען און דן געווען בכובד ראש וועגן דעם נושא פון די אומדערטרעגליכע ענדלאזע הוצאות און די סטאנדארטן נאך וואס מען דארף היינט נאכקומען צו קענען דרייוון,

ווי מען גיבט איבער האבן די עסקנים כולם פה אחד באשלאסן אז דאס איז עס! דא ליגט דער הונט באגראבן! דער קאר איז איינס פון די גרויסע לעכער וואס פירט טאג טעגליך היימישע אידן צו טאטאלע באנקראט! מען גייט דאס מער נישט לאזן פאסירן! עס קומט א רעוואלוציע!

זעענדיג אז ס'נישט מעגליך איינצוצוימען די ענדלאזע הוצאות פון דרייוון א קאר האבן די עסקנים אונטערגענומען דעם דראסטישן שריט און מען גרייט זיך צו מעלדן איבערן נייעם פלאן, נעמליך מען גייט צוריק אריינברענגען פערד און וועגענער אין באנוץ!

גאר אסאך שטיינער ליגן נאך טאקע אין וועג, מען דארף אויסארבעטן וויאזוי מען גייט זיך ספראווען מיט פארקינג, מאנכע שלאגן פאר מען זאל אויפשטעלן צענטראלע שטאלן מטעם יעדע גרויסע קהלה ווי מעמבערס וועלן קענען איבערלאזן די פערד, אנדערע זאגן אז יעדע קהלה זאל צושטעלן א גרופע פערדן מיט די סימבאל פון זייער קהלה דערויף און יעדער מעמבער זאל האבן א אייגענעם וועגעלע און ווען מען ברויך פארן ערגעץ זאל מען בלויז קומען נעמען א פערדל און איינשפאנען צום וואגן, די מער אגרעסיווע שרייען אז עס זאל זיין עטליכע בעלי עגלות אין יעדע שטאט און נאר זיי זאלן זיין ערלויבט מטעם די הנהלת הקהלה והמוסדות צו האבן א אייגענע פערד, בקיצור עס טוט זיך נאך אויף טישן און אויף בענק,

פארקינג איז אבער נישט דער איינציגער פראבלעם, עס קומט צו גאר אסאך, מען דארף זעהן איינצופירן אז הצלה זאל האבן א ספעציעלע פיאקער וואס זאל קענען דורכשניידן די אנגעזעצטע טראפיק, און די גרויסע ריפלעקטארס וועלן אויך דארפן האבן ווי פלאצירט צו ווערן ארום דעם אמבולאנס וואגן, גלייכצייטיג וועט מען דארפן אינוועסטן אין גאר געשולטע פערדן וואס זאלן קענען דורכפירן די קונצליכע מענאווערעס וואס פעלט זיך אויס פאר די חברה הצלה צו קענען,

די רבישע קארעטעס ווערן אויך אויסגעארבעט לשם ולתפארת, די בליטשקעדיגע רעדלעך און גלאנציגע האר פארן פערדס וויידל ווערן באשטעלט,

פארשטייט זיך אז די קאלירן פון פערדן, דעזיינס אויף די וועגענער, און אלעס ארום ווערט גוט באטראכט עס זאל נישט ווערן קיין פירצה אינעם חומת היהדות, שוין אפגערעדט דאס אז עס וועט שטרענג אינפארסירט ווערן דער תקנה אז מען טאר נישט פארן מיט קיין געצליך אפענע וועגענער און אז פרויען מעגן נאר זיצן אינעם הונטערשטן טייל צוליב עניני צניעות,

די טראנספארטאציע דעפארטמענטס פון אלע מוסדות זיצן אצינד אויף פיבערהאפטיגע מיטינגען ווי מען ארבעט אויס די טעכנישע חלקים אנבאלאנגט די נייע פערד באסעס, עפעס רעדט מען וועגן קויפן מצרישע פערד וואס זענען פון די שטערקערע קוואליטעט אז זיי זאלן שלעפן די ריזיגע חדר וועגענער, אבער זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז מען וועט דארפן העכערן די טראנספארטאציע אפצאל פאר די ערשטע פאר חדשים ווילאנג די נייע פערדן זענען נאכנישט אין קראפט,

איך ווייס נישט אויף וויפיל מען מעג שוין ארויסגעבן, אבער לויט ווי איך פארשטיי האבן די קאר סערוויסעס פארשטענדעניש מיט דעם נייעם תקנה, טראץ וואס זיי זאגן אז עס וועט זיין אין א וועג שווערער ווי נעמען געז דאס אפרוען דעם פערדל און געבן צועסן שטרוי, זעהט אבער אויס ווי זיי פארשטייען יא דעם נחיצות הענין און זיי פארשפרעכן אפילו צו זיין פון די עשרה ראשונים דאס איינצופירן אויף א אפיציעלן פארנעם,

די אראבער ביי די גאז סטאנציעס זאגן אז מיט די צייט וועלן זיי עפענען א קרעטשמע אנשטאט, ווי מען וועט קענען קומען אריינלייגן דעם פערדל אין שטאל מיט אביסל שטרוי זיך צו דערקוויקן, און דערווייל גיין כאפן א שאשקע פונעם באטל ברוינפן וואס דער מאשקע – דער וואס פלעגט אמאל גיסן געז ביים פאמפ – וועט גיסן בשפע,

א נאטורליכע רייץ האט זיך אנגעהויבן דעוועלאפן ביי די וועגענער קאמפעניס, די סטאקס הייבן זיך, זיי זאגן אז מען קען שוין האבן וועגענער מיט גאר פארגעשריטענע סענסארס וואס וועלן נישט לאזן דעם פערד אריינגיין אין א זומפ, און א ווארענונג סיגנאל וועט ארויפשפרינגען אויף די רוקן פונעם פערד ווען איר וועט בטעות אריינטרעטן אין א וואלד רויבער טעריטאריע,

---אייגנטליך, ווער זאגט אז די עסקנים האבן אזוי באשלאסן? קען גאר זיין אז דער נייער מאוומענט קומט פון א 'כח היחיד' קאמפיין, נישט געטראכט אין דעם דירעקציע,

ווייסט וואס? יעצט אז איך טראכט אריין זעה איך אז עס מאכט אפילו מער סענס עס זאל זיין געפירט מיט א כח היחיד, נעמליך דער נייער תקנה איז שוין אין גאנג און מען זעהט נישט אז די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען זאלן זיין קעיר גענומען, זעהט זיך אויס אז עס איז נישט פארבינדן מיט קיין אפיציעלע עסקנים,

ווייס איך שוין נישט.

איין זאך ווייס איך, איך זעה אז דער רעוואלוציע איז אין קראפט, מענטשן גייען צוריק צו פערד און וועגענער, דעריבער האט זיך אויפגעבויט אין מיין קאפ אזא שטיקל שפעקולאציע אז די גרויסע עסקנים שטייען דערינטער, און אז מען ארבעט אויס די אלע טעכנישע פראבלעמען ווי פריער דערמאנט – פשוט ווייל אנדערש קען דאך נישט זיין, האלטסט איין מינוט מען גייט איינפירן פערד און וועגענער אן אויסארבעטן די אלע זאכן?

וואס הייסט? איר האט נישט באמערקט לעצטנס דעם אויפשטייג?

לאמיר צונעמען די זאך צושטייט,

אין די לעצטערע תקופה זינט איך ארבעט היבש אוועק פון מיין שטוב, האב איך זיך אנגעטון א קארעלע און זיך א לאז געטאן אויף די גאסן ביינונז אין שטעטל,

פאר וואס וואו ווען, האבן אנגעהויבן זיך שטעלן פראגעס אין קאפ;

    -וואס טראכט דער נערוועזער וואס פייפט אינטער מיר ווען איך שטיי אין די ליין ביי א סטאפ סיין?? וואס מיינט ער, איך האב זיך אראפגעשטעלט דא עסן מיין טונא סענדוויטש? כאפן א ציגארעטל? משוגענער איינער, זעהסט נישט דא איז דא א ליין פון קארס וואס שטייען ביי די סטאפ סיין און ווארטן אויף זייער שאנס צו פארן??? וואס פייפסטו??!!

    -פארוואס האט דער טעקסי דרייווער באשלאסן אז ווען ער גייט ארויסבעקן ווילדערהייט פונעם דרייוו-וועי אן קוקן, זיך יאגענדיג צום נעקסטן טריפ צו קענען דערנאך כאפן נאך א טריפ, גיי איך נאך האבן א געלעגנהייט צו מאכן דעם גורלדיגן שארט סטאפ??? זאג נאר, דו ביסט אויסשליסליכער בעה"ב אויף דער ראוד?? איז דיר בייגעפאלן אז ווען דו שפארסטיך די צענטל סעקונדע פון געבן א קוק אין שפיגל האסטו געלייגט אין א סכנה מיין לעבן און די לעבן פון אלע רייזנדע אין מיין קאר???

    -וואס טראכט דער קאר אין פראנט פון מיר ווען ער באשלוסט זיך אויסצודרייען אינמיטן די גאס, אן צייגן סיי וועלכע סיגנאלן בעפאר, ווען איך קום צופליען אויף פערציג מייל פער שטונדע??? העלאאאאו?? וואס טראכסטע??? אה, אין ערגסטן פאל וועט אינשורענס באצאלן... ער האפט אז איך האב לייף אינשורענס אויך...

    -וואס טראכט דער גרויסער יוקאן דרייווער וואס שמייסט דורך דעם סטאפ סיין אן קיין בלינק מיט די אויגן זייענדיג זיכער אז איך מיט מיין נעבעכדיגן מיני ווען וועל מוזן אפטרעטן פאר אים??? מיינט ער טאקע אז די אינסטאנצן האבן געשטעלט דא א סטאפ סיין בלויז מיטן ציהל אים שווער צו מאכן ס'לעבן?? וועמען שפילסטו אויס???

    -וואס טראכט ער דער בלויע קארעלע מיטן פרישן דרייווער אינעווייניג? קענסט מיר זאגן פארוואס ער איז יעצט דורכגעפארן דעם רויט לייט ווען ביי מיר איז שוין געווען פעסט גרין??? אהה, ווייל ווען ער איז געווען די אנדערע זייט גאס האט ער געזען אז די לייט איז געל, האט ער געגעב א סטעיפל אראפ דעם געז פעדל צו דער ערד, און... ער פליט!!! ער האט אין זיין מיינד געסעיווט די געלע לייט אזויווי די כעלעמע האבן געסעיווט די לבנה אין די פאס! ער איז זיך ווייטער מצייר דעם לעכטיגן צורה פונעם געלן לייט און אזוי מיט די הוט אראפגערוקט ביז די אויגן ברעמען שמייסט ער אדורך אויסמיידנדיג מיין באמפער מיט א אינטש!!

    -וואס טראכט דער דרייווער פון דעם גרויסן פארד טרענזיט וואס זיצט געפארקט אינמיטן א שמאלע געדרייטע גאס, און טאקע ביים געדרייטסטן פונקט??? אזויפיל שכל האט ער נישט אז די דרייווערס פון ביידע ריכטונגען פארן יעצט אין די בלינדעניש אדאנק זיין גרויסע ווייסע ווען מיט די לייטער קאלעקציע אויפן דאך???

    -וואס טראכט דער אינגערמאן וואס פארקט נאר פאר 'איין מינוט' פארנט פון מיין דרייוו-וועי ווייל ער גייט כאפן א מעריב'ל ביי מיין שכן - זיין ברודער וואס האט אים גערופן פאר א ברכו לרגל הולדות בנו למז"ט??? האלאו, דו ווייסט אז מיין קאר איז יעצט איינגעשפארט פאר א דרייפערטל שעה ביז דיין 'איין מינוט' גייט זיך ענדיגן?? דו ווייסט איך דארף גיין כאפן מנחה??

כהנה וכהנה פלעגן מיר אויפקומען אזעלכע שאלות אויף דרייווערס וואס פירן זיך אויף ווי פערדן אויף די ראוד, און עס פלעגט מיר אויפרעגן יעדעס מאל עקסטער,

ביז מהאמיר זיך שטערקער אריינגעלייגט אין די זאך, און נאכן זיך איבערצייגן אז עס קען פשוט נישט זיין אז פון א ילוד אשה זאל אויסוואקסן אזאנע אוממענטשן, זעמיר געבליבן ביים לעצטן אויסוואל אז ווארשיינליך זיצט ביים רעדל א פערד!!! נו שוין, אויף א פערד האסטו טענות??

אלזא, דא איז מיין מקור וואס אויף דעם האב איך געבויט מיינע אפשאצונגען איבער די נייע פערד און וואגן תקנה,

מעגליך אז איך בין נישט גערעכט, אדרבה אויב איינער ווייסט א צווייטע סיבה פארוואס פערדן דרייוון קארס, אדער אויב איינער ווייסט מער אינפא בעהיינד די סינס איבער דעם נייעם תקנה זאל מען ביטע מיטטיילן מיט די חברים דא אויפן וועלטל,

זייטס געזונט, און דרייווטס קעירפול!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מעכטיג!!

ווי איז דער וואס דו האסט געוואלט אנפראסקענען פאר א טאג צוויי צוריק? כ'וויל איהם צאמקושן פאר'ן אנברענגן אזא ארטיקל!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווען מפואר וואלט געמאכט 'זאטלעך'...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

פופציגער עס יוזשעל..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פיפטי-פיפטי מיינט אז מ'איז נישט זיכער, מ'וואקלט זיך נאך.
אבער א פופציגער אליין איז אייביג עפרישיעיטעד!

פיינע ווארע און פופציגערהייט אראפגעלייגט!

אויף דיינע קשיות איבערן יוקאן/טעקסי וכו' דרייווער, יש הרבה להוסיף בענין זה, ועל זה ידוו כל הדויים.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מעכטיג מעכטיג
איינס נאכן צווייטן שכח
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

געוואלדיג.

מומחים זאגן אז די צייט איז איצט געאייגנט פאר פערד, ווייל יעצט מיט די קאראנע איז דער חוש הריח נישט אזוי עמפפינדלעך......
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

פימפערנוטער האט געשריבן:געוואלדיג.

מומחים זאגן אז די צייט איז איצט געאייגנט פאר פערד, ווייל יעצט מיט די קאראנע איז דער חוש הריח נישט אזוי עמפפינדלעך......

:lol: :lol: :lol:
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

פופציגער פיינע נייעס, איך הער נישט אויף צו לאכן גיי אן ווייטער
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

דער איז פיין...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p-
פיינע פארע פון פופציגער! פערדן פארן, פליען, פארקן...
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

super!!!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פימפערנוטער האט געשריבן:
מומחים זאגן אז די צייט איז איצט געאייגנט פאר פערד, ווייל יעצט מיט די קאראנע איז דער חוש הריח נישט אזוי עמפפינדלעך......

לכאורה איינס פון די שטיינער אין וועג איז די גערוך,
טאקע פארגעסן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צןקער זיס.

(cute)
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געוואלדיג! א טיפיקעל פופציגער ארטיקל!

סיי די ערשטע חלק ווי דו פירסט אונז אריין ממש אינעם שטאל אריין פאר 350 יאר צוריק.. איך מיין 20 יאר פאראויס... און סיי דעם אויספיר פון די דרייווערס בדמות הסוסים...
---
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זייער גוט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פאקטען האט געשריבן:דער איז פיין...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

יא יא דערציילט מיר א איד
היינטיגע צייטן איז דא באס רבי'ס
וואס מיינסטו האמער געהאט און דערהיים
פערדן רבי'ס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איבערמעכטיג

בינעך נישט דער איינציגסטער נעבעך וואס טרעפט זיך אן מיט אזעלכע משוגעים טעגליך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@פיפציג קומט זיך דיר א הינדערטער פלאס פאר דעם ארטיקל און פאר אלע דיינע מייסטער ווערק,
יעצט פארשטיי איך שוין מיין מנהג וואס שטאמט שוין פון דורי דורות צו שרייען דו פערד איינער אויף די חברה
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

;l;p-
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

מ'דארך די אשכול טאקע האלטן אויפן אויבערפלאך.
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

גאלדענע פעדער! שיין געזאגט!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

נישטא די ווערטער צו קאמענטירן אויף אזא ארטיקל!
------
מענין לענין איז כדי צוצוצייכענען צו אן אשכול וואס איז נארוואס געעפנט געווארן ווי איר קענט ממשיך זיין אויסצוגיסן אייער צארן אויף אלע די פערדן.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היסטארישער דורכברוך!!! פערד און וועגענער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אוי איז דאס גוט.......!
גיטס מיר נאר א רוט, און איך וועל שמייסן די פערד כראוי וכיאות!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”