ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט מארגן גוט דינסטאג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שלום הר’’ר יודא לייב, היום יום שלישי.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סינאך אלץ דינסטאג...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

ווארט מיר מיט שפאנונג
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 7-8 צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 7

נאך די צעהן מייליגע געלויף אין די פרימארגן זון דורך די גאסן פון קיעוו, האבן ראטשעסטער און אלישייב זיך צוריקגעקערט צום האטעל. דער ערשטער איז געווען ערשעפט און אנע אטעם נאכן געלויף, זיין פולס שנעל ווי א פויקער ביי א ווילדע קאנצערט. אלישייב אבער, וועלכער האט קיינמאל געלאזט זיין פיזישע טרענירונג צוגרונד גיין און איז געווען געוואוינט צו לויפן אפילו זיבן ביז צעהן מייל אין די קאלטע מאסקווער ווינטער, איז קוים געווארן אפעקטירט פונעם געלויף. זיין אטעם האט נאר געוויזן די מינדעסטע אנשטרענגונג. ראטשעסטער האט אים מקנא געווען דערויף, אבער זיך געוויצלט אז אזוי קען ער זיך אליינס איינפאסן מיט די ציווילע באפעלקערונג, אווי נויטיג פאר אן אגענט, אינדערצייט וואס אלישייב איז ארויסגעשטאנען אלץ א געשולדטער סאלדאט, פונקט ווי א מיט א שילד וואס האט געמאלדן דעם פאקט.

צוריק אינעם האטעל האבן זיי זיך ארויסגעזעהן פון די פארשוויצטע לויף-קליידונג, אפגעוואשן, און אויפגעפרישט. נאך אביסל וואסער און קאווע,האבן זיי זיך ווידער געטראפן אין די האטעל עמפאנגס-זאל, מישא מיט זיינע תפילין גרייט אין די האנט. צוזאמען האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף די פופצן מינוטיגער גאנג צו דער 'גרויסע קאראל סינעגאגע פון קיעוו', די עלטסטע שוהל אין די היסטארישע 'פאדיל' געגענט,אין קיעוו. אלישייב האט געהאט א דאפלטע אינטערעסע אינעם שוהל. ערשטנס, האט ער געוואלט דאווענען מיט מנין, א פערזענליכע פארגעניגן וואס ער האט זיך זייער זעלטן געקענט פארגינען אין זיין באזונדערע אומשטאנד. צווייטנס, איז דאס געווען די שוהל אין וועלכע שמעון אויסלענדער האט געדאוונט אין זיינע ערשטע טעג אין קיעוו, און דעריבער האט זיי די אויספארשונג אהינגעבראכט, און דאס אויך געווען די סיבה פארוואס ראטשעסטער האט זיך דאן מיטגעשלעפט צום שוהל.

די שוהל האט זיך געפונען אויף שעקאוויטצקע גאס, נומער ניין אין צוואנציג. מישא האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון דעם בנין, און איר באטראכט. די סטרוקטור האט געהאט אן אינטעראסאנטע השפעה אויף אים, און ער האט געשפירט סיי באיינדרוקט, שטאלץ, און איבערגענומען. די ציגל זענען געווען צווישן רויט און ראסט פארביג, מיט ווייסע ציגל צו ראמען און פארבעסערן די אויסזעהן. עס איז געווען צוויי שטאק הויך, מיט שווארצע רינדיגע קופאלן אויפן דאך. די שול איז געווען אזוי הערליך געבויעט, אז ער אנטציקט געווארן א וויילע. סיי אין בוכארע, וואו די מוסלעמענער זענען געווען די בויער און בעלי בתים פון די ארכיטעקטור, און סיי אין מאסקווע, וואו די וואונדערבארע בנינים האבן געהערט צו די רוסיש-ארטאדאקסישע קירכעס, האט ער זיך געשפירט ווי א פרעמדער.

ראטשעסטער האט אויך אויסגעזעהן באצויבערט פון די ארכיטעקטור. ער האט געהויבן זיין קאפ צו קוקן אויף די אויבערשטע טייל פונעם בנין, און זיין קאפל, די איינס וואס ער האט זיך אנגעטאן אויס רעספעקט פאר זיין באזוך צום הייליגן ארט, איז אראפגעפאלן פון זיין האר. ער האט עס גוטמוטיג אויפגעהויבן. ביידע זענען אריין אין שוהל, וואו מען האט שוין אנגעהויבן דאווענען, און מישא האט זיך צוגעשטעלט בעת ראטשעסטער האט זיך ארומגעדרייט באטראכטן די שוהל. אינמיטן דאווענען האבן זיי ביידע באקומען טעקס מעסעדזעס אז די אגענטן אינעם האטעל זענען גרייט מיט די 'סעקוריטי פיעד' פון די האטעל, און ראטשעסטער האט צוריקגעענטפערט אז זיי וועלן דארט זיין ווי נאר זיי קענען.

נאכן דאווענען איז זיך דער עולם צוגאנגן, און אלע האבן געגריסט די צוויי געסט 'א גוט מארגן'. עס איז געלעגן אויף אלישייב'ס מחשבה צוצוגיין צום ראביי פון שול, אבער בעפאר די שול האט זיך גענצליך אויסגעליידיגט איז א אידל מיט א בושיגער בארד און אן אינטערסאנטער רעקל צוגעקומען צו זיי.

מיט א פריינטליכן אויסדריק, און א ריזיגן שמייכל האט ער געזאגט, "ברוכים הבאים, שלום עליכם," און אויסגעשטרעקט זיין האנט.

"עליכם השלום," האט מישא געענטפערט פון די געציילטע ווערטער וואס ער האט געקענט אין לשון הקודש, און ראטשעסטער האט אויך צוריק געענטפערט מיט א פריינטליכן "טענק יו."

"ישראלים? רוסקי? אוקרייאיניטס? אמעריקענס?" האט יענער געפרעגט כדי צו וויסן אין וועלכער שפראך זיי צו אדערסירן.

"ענגליש איז פיין," האט אלישייב געענטפערט.

"אויסטערליש. פאנטאסטיש. מיין נאמען איז זאב דרייפוס, אבער איר קענט מיר רופן וואלווי. אזויווי דער ראביי איז נישט דאהי יעצט, ער איז פונקט אויף א באזוך צו די פארייניגטע שטאטן, האב איך זיך געוואלט פארשטעלן, און אנביטן סיי וואספארא הילף איר קענט נאר ברויכן. איר זענט דא דאס ערשטע מאל? איך דערקען נישט די פנימער."

וואלווי'ס צוגאנג איז געווען אזוי העפליך אז די געסט זענען גלייך געווארן באקוועם מיט זיין אפנקייט און שנעלע שמייכל.

"גערעכט. דאס איז אונזער ערשטער מאל דא, אין דער שוהל. און איך מוז זאגן אז איך בין זייער באיינדרוקט. זי איז א הערליכער געבוי."

"ווירקליך, ווירקליך," איז וואלווי דרייפוס געווארן נאך מער אויפגעהייטערט פון דעם אנמערקונג, "דאס איז אונזער באליבטער שוהל. זי איז היסטאריש. געב א קוק. געבויעט אין 1895, איז זי פינאנצירט געווארן דורך ר' גבריאל יעקב ראזענבערג, א סוחר, דעריבער אויב הערסטו פון 'די ראזענבערג שוהל, דאס מיינט אונז. די שוהל איז אן 'עזאפישער סינאגאגע', דאס הייסט אז ווען ערשט געבויעט, האט מען געמוזט באהאלט די אמת'ע צוועק פון דעם געבוי אלץ א אידישע געבעהט ארט, אזויווי אידן האבן געמוזט טוען אין טיילן פון רוסלאנד. דעריבער האט מען איר געבויט אין די אויסזעהן פון א שלאס, א פראכטפולע ווילע, און אזוי אויסגעמיטן די שווערע געזעצן, און נאר ווען זי איז פארטיג געווארן איז איר נוצן אנטפלעקט געווארן. מערקווירדיג, ניין?"

מישא האט צוריקגעשמייכלט אויף יענעם'ס היסטאריע לעקציע, און ראטשעסטער האט צוגעשאקלט, "מערקווירדיג."

"אזוי נאריש פון מיר, איך רעד און רעד, אן אייך פרעגן. איר האט שוין געגעסן פרישטאג? זענט איר הונגעריג? דורשטיג? וואס רעד איך? זיכער זענט איר הונגעריג. איר זענט אייביג געלאדנגט טיילצונעמען אין אונזערע מאלצייטן. דא ביים שוהל עסן אסאך פון די מתפללים און זייערע פאמיליעס, און אויב קומט איר נאכמיטאג קענט איר זעהן די טישן אין די זייטיגע הויף מיט פאמיליעס וואס עסן, און זייערע קינדער שפרינגן ארום אינעם הויף. ס'איז אויסטערליש. איר ווייסט וואס נאך איז אויסטערליש?"

ווען מישא און ראטשעסטער האבן נישט געענטפערט, האט וואלווי אליינס געענטפערט זיין פראגע מיט זיין פייערליכקייט, "אייערע נעמען. ס'איז אויסטערליש אז איך האב פארגעסן צו פרעגן אייערע נעמען."

ווען די צוויי האבן אנגעגעבן זייערע נעמען איז וואלווי געווארן איבערגענומען. "אלישייב? דאס איז דאך א בוכארער נאמען."

"איך בין א בוכארער געבוירענער," איז מישא נישט געווען אליינס אזוי באגייסטערט מיט זיין אייגענעם אפשטאם ווי דרייפוס.

"מורא'דיג. אויסנאמע נייעס. מיין ווייב איז א אוזבעקער, אבער פון די שטאט סאמארקאנד. דו האסט געהערט פון די שאולאב פאמיליע פון סאמארקאנד? די צוויי ברודער, רחמים און אוריאל שאולאב?"

"איך גלייב אז מיר זענען ווייטע קרובים. פערטע אדער פינפטע קאזינס."

"אומגלויבליך. מיר זענען מחותנים מיט זיי. דאס מיינט אז דו און איך זענען ממש ווי ברידער, אזא נאענטע משפחה."

יענער איז געווען אזוי צופרידן פון די פאמיליען-אנשלוס, אז מישא האט זיך געפארכט אז יענער וועט אים ארומהאלזן פאר פרייד. ער פלעגט זיין געוואוינט דערצו אלץ קליין קינד, ווען זיין משפחה האט זיך נאר באקענט אנדערע בוכארער אידישע פאמיליעס אין סאמארקאנד אדער טאשקענט, און מען האט געטראפן סיי וואספארא יחות פארבינדונג צווישן די צוויי משפחות, האט מען זיך געפרייט אווי מען וואלט געטראפן די אייגענע געשוויסטער. אבער שוין יארן זענען פארביי, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו זאגן אויף דעם כיבוד וואס יענער האט אים געוואלט אנטוען אלץ א 'משפחה' זיינער.

"פאנטאסטיש. דו מוזט קומען פאר א באזוך צו מיר אינדערהיים. מיין ווייב מאכט די בעסטע בוכארער עסן. פלאו, באכש, שאולע," האט ער אויסגערעכט געציילטע פון די נאכטמאלן געמאכט פון רייז, פלייש, און געווירצן. "זי האט גענומען איר וואונדערבארע בוכארער קאך-קונצע פון איר מאמע'ן, און אזא פיינע פלאו ווי זי מאכט, חבל על הזמן, זאגט מען. און איר זענט אויך געלאדנט צום נאכטמאל, מיסטער דשאנאטאן ראטשעסטער," האט ער העפליך צוגעלייגט צום אמעריקאנער.

מישא האט געשמייכלט אויף די איינלאדענונג, און די דערמאנונג פון די היימישע בוכארער עסנס האט ארויסגעברענגט אין אים א שטארקע נאסאטאלגיע, אבער אנשטאט איינצוגיין דערויף האט ער צוריקגעדרייט די שמועס.

"מר. דרייפוס, איך דאנק אייך פאר אייער ווארעמע אויפנאמע, אבער מיר זענען נישט דא אלץ טוריסטן. מיר האבן געציילטע פראגן איבער א אן אנדערער גאסט וועלכער האט דא געדאוונט פארגאנגע וואך. צו וועם וואלטן מיר געקענט רעדן?"

דא איז וואלווי געווארן פארדאכטיגט. "פראגן? וואספארא פראגן, צום ביישפיל?"

"איר האט געזאגט אז דער ראביי איז נישט דאהי. מיט וועם קענען מיר רעדן אנשטאט?" האט מישא איבערגעפרעגט.

"איז דאס אן אויספארשונג?"

"אן אומאפיציעליער," האט ראטשעסטער שנעל צוגעלייגט.

"אפשר אויב איר וואלט גערעדט קלארע ווערטער וואלט איך אייך געקענט דרייען אינעם פאסיגן ריכטונג."

"איר געדענקט א גאסט סיימאן אויסלענדער, פון ניו יארק?" האט ראטשעסטער געפרעגט.

"זיכער געדענק איך, א פיינער מענטש. א פאנטאסטישער קאפ," האט וואלווי געענטפערט ענטוזיאסטיש, אבער ווען דערנאך זיך דערמאנט אז דאס איז אן אויספארשונג, און צוגעלייגט מיט א באזארגטע שטימע, "איז אלעס בסדר מיט ר' שמעון?"

"מיר ווייסן דאס נאך נישט. דערווייל האבן פארלוירן מיר קאנטאקט מיט אים," האט ראטשעסטער געזאגט.

וואלווי איז שטיל געווארן. ער האט זיך פארטראכט פאר אפאר מינוט, און דערנאך געקומען צו א באשלוס. "קומטס, מיר האבן דא ביים זייט פונעם שוהל א רעסטאראנט. כשר, מיט אויסנאם געשמאקע עסן. איך וועל אייך פרובירן ארויסצוהעלפן וויפיל מעגליך, אבער קודם, א ווארעמע פרישטאג."

די רעסטאראנט-בעקעריי האט געהערט צום שוהל. ווייל עס איז נאך געווען בעפאר ניין אזייגער, איז עס נאך נישט געווען אפן פאר פרימארגן קונדן, דעריבער האבן זיי דריי געהאט די גאנצע פלאץ פאר זיך. עס איז געווען זייער שיין אויסגעשטעלט, ריין און אנגענעם, מיט אן אפעטיטליכע ריח פון די קאך, וואס האט געלאדנט דעם מענטש זיך צו זעצן און הנאה האבן. וואלווי האט זיי אנגעוויזן זיך צו זעצן ביי א טיש, ביים ווינקל פונעם רעסטאראנט, און ער איז געגאנגן פארשאפן פרישטאג.

סיי ראטשעסטער, און סיי אלישייב, זענען געווען טרענירט זיך צו זעצן מיט רוקן צום ווינקל וואנט. דאס געבט דעם מענטש א מעלה פון קענען האבן א ניינציג-גראד אויסקוק אינעם שטוב, אווי דער אגענט קען אלעס זעהן, און בעהאנדלען, אבער נישט אלע קענען אים זעהן, און זיין רוקן איז אים געשוצט פון אן איבערראשונג אדער אטאקע דורך די וואנט הונטער זיך. דעריבער האבן זיי ביידע גענומען די צוויי זיצן ביים וואנט, ביים ווינקל טיש, און געווארט אויף וואלווי דרייפוס. דער לעצטער איז צוריקגעקומען מיט דריי גלעזלעך שווארצע קאווע און היימישע געבעקס אויף א טאץ, אלץ צובייס ביז דער פרישטאג ווערט געפארטיגט אין קאך, און דערנאך זיך געזעצט קעגן איבער די צוויי אגענטן.

"נו, וויאזוי איז דער קאווע?"

"פערפעקט. א דאנק," האט ראטשעסטער געענטפערט צווישן שלינגעס.

"איז, וויאזוי קען איך בייהילפיג זיין?" איז דרייפוס געווארן ערנסט.

ראטשעסטער האט אנגעהויבן די אור אלטע ווארענונג פון "עס פארשטייט זיך אז אלעס וואס מיר רעדן דא איז העכטס געהיים". ווען דרייפוס האט געענטפערט "אבסאלוט", האט דער ערשטער אראפגעלייגט די סיטואציע, אבער אויסגעלאזט אלע האקעלע און זיכערהייטס סענסיטיווע דעטאלן. ער האט אויך אויסגעלאזט די אינטערעסע וואס די רוסן האבן געהאט אין דעם ענין, און האט אנגעגעבן אלישייב'ן אלץ א 'זיכערהייטס עקספערט' און 'פריוואטע בערראטער'. וואלווי האט געקוקט פון ראטשעסטער צו אלישייב, און פון אלישייב צו ראטשעסטער, און עס איז קלאר געווען פון זיין אויסדרוק אז ער איז געווען צו קלוג צו גלייבן די ווערסיע וואס מען האט אים געגעבן, און דעריבער האט ער געבעטן אידענטיפיקאציע פון ביידן. ראטשעסטער האט אים גערן געוויזן זיין אמעריקאנער פאספארט, און זיין עמבעסי פאס פון מאסקווער קאנסולאט. מישא האט פשוט געזאגט אז יענער וועט אים מוזן גלייבן אויפן ווארט, און מער האט ער נישט צוגעלייגט אדער געוויזן באווייז.

"איך וויל אייך העלפן. זאגט מיר נאר וואספארא אינפארמאציע איר זוכט," האט דרייפוס געזאגט, פונקט ווען די ווארעמע פרישטאג איז אנגעקומען.

"וויאזוי האסטו זיך באקענט מיט אויסלענדער?" האט ראטשעסטער געוואלט וויסן.

"פונקט אזויווי ווען איר זענט אריינגעקומען, האט איר באקומען א ווארעמע אויפנאמע, אזוי אויך האבן מיר אויפגענומען ר' שמעון. מיר האבן אים געפרעגט ווי לאנג ער פלאנט זיין באזוך אין אוקריינע."

"און וואס האט ער געענטפערט?"

"ער איז נאכנישט געווען זיכער, פונקטליך, אבער ער האט געזאגט אז כאטש א וואך."

"האט ער דא געדאוונט אלע געבעהטער פון טאג?" האט ראטשעסטער געוואלט וויסן.

"שחרית, מנחה, מעריב, שיעורי תורה, און אויך מאלצייטן."

"און וואס האט איר געטראכט ווען ער האט זיך נישט באוויזן נאך א פאר טעג צום דאווענען?" האט ראטשעסטער געפרעגט.

"מיר איז בייגעפאלן אז אפשר האט ער באשלאסן צו דאווענען אינעם בראדסקי שוהל, וואו די קיעווער חבד געמיינדע איז איינפלאצירט," האט וואלווי געענטפערט. "ס'איז א ווייטערע מהלך פון זיין האטעל ווי אונזער שוהל, אבער ס'איז נאך אלץ געווען מעגליך אז ער זאל נעמען אן אינטערעסע אין די בראדסקי שוהל. ס'איז הערליך געבויעט. פיינע מענטשן אויך, די מתפללים."

"האט ער אנגעקניפט א פריינטשאפט מיט איינעם אינעם שוהל? מיט איינעם אין וועם ער וואלט אנפארטרויט א פריוואטע זארג, אדער זיך אדורך גערעדט?" האט ראטשעסטער געפרעגט.

"נישט וואס איז מיר באקאנט. ער האט אויסגעזעהן זייער אינטראספעקטיוו, און אריינגעטוען אין זיינע געדאנקן. אווי עפעס זארגט אים, אבער דאס איז געווען פון גלייך ווען ער איז אנגעקומען. נישט עפעס א נייע געשעפט, זינט ער איז אנגעקומען. ער האט זיך געהאלטן צו זיך, און נישט גערעדט צופיל, אויסער די נויטיגקייטן, און פריינטליכע שמועס איבער די וועטער און געזונט."

מישא האט נישט גערעדט, נאר געמיטלעך געגעסן די פרישטאג וואס מען האט אראפגעשטעלט פאר אים, און באטראכט וואלווי'ן ווי יענער האט געענטפערט ראטשעסטער'ס פראגן. דער אידל האט אויסגעזעהן אויפריכטיג און ארנטליך, און מישא האט אים געגלייבט. דער אמעריקאנער האט געפרעגט נאך געציילטע פראגן, אבער די ענטפערס זענען געווען די זעלבע: אויסלענדער האט זיך אויפגעפירט ווי סיי וואספארא אנדערע גאסט, און דערנאך האט ער זיך מער נישט באוויזן.

וואלווי האט צוגעלייגט אז אויב ער קען צוהעלפן סיי וויאזוי, זאל מען אים נאר אנרופן, און גערן וועט ער אויסנוצן אלע זיינע מיטלען, און קאנטאקטן, ארויסצוהעלפן. אלישייב האט אים אויף דעם געענטפערט אז דו גרעסטע הילף וואס ער קען ביישטייערן איז זיך צו האלטן דאס מויל און קיינעם מיטטיילן די געשיכטע. איין לויזע ווארט צו די נישט ריכטיגע אויערן קען אנדרייען אן אינטערנאציאנאלע געפעכט. וואלווי האט זיך נישט באליידיגט פון די ווארענונג, נאר עס אנגענומען ערנסט. ער האט דערנאך דערמאנט מישא'ן אז די איינלאדענונג שטייט נאך, און ער איז העפליך געלאדנט צו א מאלצייט ביי אים אין שטוב, סיי ווען.

"איך בין אן אשכנז'ער," האט ער צוגעלייגט, "און עס האט מיר גענומען א לאנגע צייט זיך צו צוגעוואוינען צו די בוכארער מאכלים, אבער איצט, גלייב מיר, וואלט איך נאר געגעסן דאס. עס איז דאך אזוי געשמאק און נארהאפטיג. איך בעהט אייך, טוט מיר דעם כבוד, און באטייליגט זיך אין א מאלצייט מיט מיר, מיין ווייב, און אונזערע פיר קליינע קאטשקעלעך."

"אפשר ווען די דאזיגע געשעפט איז פארענדיגט, און מיר ברענגן אויסלענדער'ן אהיים בשלום, וועל איך אייך אויפנעמען אויף אייער אנבאט. פאר יעצט, א דאנק פאר די פרישטאג. א דאנק פארן מנין. ביטע געבט איבער פארן ראביי אז איך האב זייער הנאה געהאט פונעם שוהל."

מיט די ווערטער האבן אלישייב און ראטשעסטער אויפגעשטעלט און ארויס אינדערויסן. וואלווי דרייפוס האט אים נאך נאכגעשריגן "איך האף אייך צו זעהן צו מנחה-מעריב".

נאכן איבערגיין די פיזישע אספעקט פונעם אויספארשונג, דאס הייסט איבערקוקן די האטעל צימער, רעדן צום לעצטן עדות, און נאכגיין די פוסטריט פונעם פארשוואונדענעם, איז געווען צייט זיך צום נעמען איבער די דיגיטאלע אספעקט.



קאפיטל 8



ווען ראטשעסטער און אלישייב האבן זיך צוריקגעזעהן אינעם מיסיע הויפטקוואטיר, אויפן פערטן שטאק פונעם הייעט רידזענסי, האט זיך אנטפלעקט א שטיקל קעאטישע צענע פאר זיי. די צוויי טיעמס האבן שוין לאנג פארענדיגט זייערע אויפגאבן, און אן קיין אנווייזונגען אויף וואס ווייטער צו טוען, האבן זיי זיך אנשטאט גענומען שמועסן. די רוסן און די אמעריקאנער האבן, ווי ערווארטעט, נישט געזעהן אויג צו אויג אויף מייסטנס סוביעקטן, און דעריבער האט מען זיך היציג געטענה'ט. אויף טעכנישע פארשריט צווישן די צוויי לענדער, פאליטיק, וויסנשאפט, און אויך נארישקייטן. אלישייב האט אויך געקענט אויסמאכן געציילטע ווערטער איבער דעם עראפלאן וואס איז געווארן אראפגעשאסן איבער דאנעצק. אן אמעריקאנער אגענט האט היציג גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א דירעקטע אטאקע פון די פרא-רוסישע עקסטרעמיסטן, דעריבער איז עס געווען די שולד פון די רוסן. א רוס האט צוריקגעווארפן אז דאס זענען די אוקריינער שולדיג, אזויווי זיי זענען די אנדרייער פון אלע פראבלעמען וואס די רוסן ליידן.

"איז פארהאן עפעס וואס עטץ קענטס מיר איבערגעבן, וואס געהערט צום אויספארשונג?" האט אלישייב שטרענג און הויעך געפרעגט, און די אגענטן זענען שטיל געבליבן ביז קאזארי מענאווסק האט זיך געוואגט איבערצוגעבן.

"מיר האבן אייך אנגעגרייט טישן מיט קאמפוטערס אינעם צווייטן שטוב און געשוקט אלע פיילס צו אייערע קאנטעס. מיר האבן אייך ערלעדיגט צוטריט צו די 'ווידיא סורוועילענס' פון אלע קאמערעס פונעם האטעל, און איר קענט אריינגיין דערין 'לייוו', און זעהן פונקליך אלעס וואס די זיכערהייטס טיעם פונעם האטעל זעהען. אויך די 'רעקארדעט פיילס' פון די לעצטע טעג, פון ווען דער סוביעקט האט דאס ערשטע מאל אריינגעשפאצירט אינעם האטעל, און אלע זיינע נאכפאלגנדע באוועגונגען וואס זענען געווארן אויפגעכאפט אויף די קאמערעס."

ווען מענאווסק האט געזעהן אז אלישייב איז נישט באיינדרוקט, האט ער שנעל צוגעלייגט: "ביידע טיעמס, סיי די רוסישע, און סיי די אמעריקאנע, האבן צונויפגעקליבן די 'פוטידזש', און עס עקסטער איבערגעגאנגן און דורכגענישטערט. אזוי איז זיכער אז עס איז גארנישט פארפאסט געווארן."

אלישייב האט לייכטערהייט צוגעשאקלט מיטן קאפ. "האלטס אן די גוטע ארבעט. אבער דערווייל איז נישטא קיין 'אמעריקאנער טיעם', און א 'רוסישער טיעם'. איר קענט עס אנרופן גרופע אלפא, און גרופע זולו, אבער אלע זענען אויפן זעלבן טיעם ביז די מיסיע איז פארטיג. אלזא, גרופע אלפא, איך וויל איבערקוקן די 'פאון-לאגס' פון אגענט ראטשעסטער'ס קאנטאקט, מיסטער לעיפסאן. פארשטייט זיך, אויך די 'פאון-לאג' פון סיימאן אויסלענדער. זולו, איך דארף אן אויספורליכע רעפארט פון באנק קאנטעס, קרעדיט קארד אקטיוויטעטן, און אלע אימעילס פון די לעצטע וואך."

ער איז ארויס פונעם פאדער צימער ווי נאר די אגענטן האבן זיך גענומען איבער זייערע קאמפיוטערס. אינעם צווייטן שטוב איז געווען אויפגעשטעלט עקטסטערע טישן און קאמפיוטערס פאר אלישייב, ראטשעסטער, און ווילקינסאן, און דער לעצטער איז שוין געזעצן איבער זיינעם, מיט א ציגארעטל צווישן די פינגער, און די אויסדרוק פון א רואיגער מאן אויף א וואקאציע.

"דיינע רוסן האבן מיך נישט געוואלט שוקן די פיילס, אן דיין אויסדרוקליכע ערלויבעניש, מאיאר," האט ווילקינסאן געזאגט. "איך וועל מער קענען ארויסהעלפן אויב האב איך צוטריט צו אלעם אנשטאט זיך דארפן איינבעטן יעדעס מאל."

ראטשעסטער האט צוגעשאקלט, און אלישייב האט צוגעזאגט צו רעדן צו די חברה איבער ווילקינסאן'ס צוטריט. דער מאיאר האט זיך געמאכט גרייט צוצוזעצן צום קאמפיוטער, ווען ראטשעסטער האט אים צוגערופן צו זיין אייגענעם סקרין, און אים אנגעגעבן אז עס איז פארהאן איינער וואס וויל רעדן מיט אים. יענע האט געשוקט א טעקסט בעטנדיג אן אדיענץ איבער ווידיא קאנפערענצינג, און ראטשעסטער האט געהאלטן אז מישא'ס באקענונג מיטן אנרופער וועט צוהעלפן צום מיסיע.

אויף ראטשעסטער סקרין האט מישא געקענט זעהן איינע וואס האט אויסגעזעהן ווי אן ארטאדאקסישע פרוי, זיצנדיג אין וואס האט אויסגעזעהן ווי א לערן-צימער, מיט א גרויסע בוך-שראנק, און אויל פארב בילדער פון אידישע אינגלעך איבער ספרים און אלטע אידן ביים דאווענען. מישא האט פארשטאנען אז דאס איז די ווייב פון שמעון אויסלענדער. ראטשעסטער האט געוואלט מאכן די באקאנטשאפטן איבער דעם ווידיא ליין, אבער זיין סעל האט זיך צוקלינגן, און ווען ער האט געקוקט צו זעהן ווער עס רופט אים, האט זיך זיין אויסדרוק שנעל געטוישט, און ער האט צוזאמגעצויגן זיין שטערן אין זארג. ער האט געוויזן מיטן פינגער אז ער גייט שנעל אננעמען דעם קאל, ארויס פונעם 'סוויט', און געלאזט מישא פארנט פונעם קאמפוטער סקרין.

"סור," האט די פרוי אנגעהויבן מיט א קלארע און זיכערע שטימע, "איך בין מרת. אויסלענדער. אגענט דשאנאטאן ראטשעסטער האט מיר גע'עצט צו רעדן צו אייך וועגן די שוקזאל פון מיין מאן, שמעון."

מישא האט געשאקלט זיין קאפ, און זיך פארגעשטעלט "מיכאל אלישייב, מאיאר אינעם רוסישן מיליטער. עס טוט מיר לייד דאס מיר באקענען זיך און אזעלע באדויערליכע אומשטענדן."

"מאיאר אלישייב, מיר זענען פול מיט אנגסט און זארג אינדערהיים. באזונדער די קינדער. וואס קענט איר מיר איבערגעבן איבער די מצב פון זייער טאטע? ווייסט איר עפעס מער?"

"איך קען נאך יעצט נישט מיטטיילן מיינע טעאריעס איבער די געפונס-ארט פון מיסטער אויסלענדער, ווייל איך וויל נישט געבן א באריכט בעפאר איך אליין האב ארויס א מער קלארע בילד, און אלע פאזל שטיקלעך זענען אין פלאץ. איך וויל אייך נישט פארפירן מיט פאלטשע אינפארמאציע אדער שפעקולאציע."

"איך פארשטיי," האט מרת. אויסלענדער געענטפערט. "איך וויל אייך נאר פרעגן, ווען איך האב אנגערופן אגענט ראטשעסטער נאכצוזוכן די שוקזאל פון מיין מאן, האט איך אים געפרעגט אויב איך זאל גיין צו די סטעיט דעפארטמענט און זיי בעטן הילף און אינפארמאציע. איך האב געהאלטן אז זיי קענען אונז העלפן אין דעם ענין. אבער ער האט מיר אפגערעדט דערפון. זיין מיינונג איז אז כאטש די סטעיט דעפארטמענט קען אין רוב פעלער בייהילפיג זיין, איז אבער מעגליך אז אין אנדערע פעלער קען די ביוראקראטיע פארהאנקן אדער פארפלאנטערן די פארשריט, און אסאך מאל איז זייער אריינמישונג פיל מער ווי א סתם א הינדערונג, נאר דווקא א סאבאטאזש. איך בין אבער נישט זיכער אז דאס איז די ריכטיגע אויסוואל. וואס איז איינער מיינונג? צו טוע איך גוט מיטן אויספאלגן ראטשעסטער'ס בעראטונג? איך וויל נאר מאכן די ריכטיגע באשלוסן, ביטע העלפט מיר."

די פראבלעם מיטן ענטפער אויף די פראגע איז געווען אז מישא אליינס איז נישט געווען אזוי זיכער אז ראטשעסטערס וועג איז טאקע די בעסטע. ער האט פארשטאנען אז יענער האט אסאך ערפארונג מיט די סטעיט דעפארטמענט, האט ס'האט אויסגעזעהן ווי ער האט געצווייפלט די פעהיגקייטן פון די דעפארטמענט איינגעשטעלטע, און די 'רעד טעיפ' וואס האט זיי פארהאנקעט אויף יעדע שריט.

"אנטשולדיגט מיר, אבער איך קען אייך ערליך נישט געבן קיין ענטגילטיגער אנטווארט אויף דעם. איך ווייס נישט וואס די בעסערע אויסוואל איז אין די סיטואציע. איר ווייסט אז יעצט איז אנגעצויגן צווישן די רוסישע רעגירונג און די אמעריקאנער."

"יא," האט זי געזאגט.

"און עס איז שווער צו וויסן צו די סטעיט דעפארטמענט וועט וועלן נוצן די סיטואציע צו לייגן דרוק אויף די רוסן איבער די אוקריינער פראגע."

"איך פארשטיי."

"און דאס קען צוברענגן אז מיסטער אויסלענדער זאל ווערן פארכאפט אין א שפיל צווישן די צוויי רעגירונגען. פון איין זייט האבן מיר די נישט די זעלבע צוטריט און מיטלען וואס די סטעיט דעפארטמענט האט, אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר אויך נישט די באגרענעצונגען וואס די רעגירונג האט."

מישא איז געווען אפן און אויפריכטיג מיט אויסלענדערס ווייב, ווייל ער האט געהאלטן אז די בעסטע צוגאנג איז די ריינע אמת, קיין חילוק צו דאס איז נישט די דיפלאמאטישע וועג. ער איז נישט געווען א דיפלאמאט וואס האט געהאנדלט אין געפילן, נאר אן אפעראטיוו וואס האט געהאנדלט אין פאקטן. אבער זיין הארץ איז יא בארירט געווארן פון די טרערן וואס האבן זיך געפארמט אין אירע אויגן, כאטש זי האט עס פרובירט צו באהאלטן, און נישט געבלינקט אזוי אז די טרערלעך זאלן נישט פאלן ער האט נישט געהאט די פאסיגע ווערטער, אבער ער האט פארזוכט איר צו בארואיגן.

"דאס קען איך יא זאגן, מרת. אויסלענדער. איך שווער אייך, אויף מיין עהרן ווארט אלץ אפיציר, אז איך וועל טוען אלעס וואס אין מיין מאכט מעגליך, מיט גאטס הילף, צוריקברענגן די טאטע פון אייערע קינדער."

מרת. אויסלענדער איז געווארן אביסל בארואיגט פון דעם צוזאג, אבער זי האט דאך צוגעלייגט, "מיאיר, ביטע געבט אכט אויף אויף זיך אליין. מיר דאווענען און בעטן פאר אייער הצלחה. דער באשעפער זאל אייך שטיין צו די רעכטער האנט."

נאך וואס אלישייב האט זיך באדאנקט אויף די ווארעמע ווערטער, האט מרת אויסלענדער האט פארלאשן די 'ווידיא-טשעט'. מישא האט געשפירט די אנהויב פון א מיגרענע וואס האט זיך גענומען פארעמען הינטער זיינע אויגן. ער האט פארמאכט זיינע אויגן, און עס פרובירט אוועקצורייבן דורך דרוקן די שלייפן מיט זיינע פינגער. דערווייל איז ראטשעסטער צוריקגעקומען, און די אויסדרוק אויך זיין פנים האט נישט אנגעזאגט גוטע נייעס.

"זיי זענען ארויפגעקומען אויף די שפירן פון אונזער מיסיע," האט ער געזאגט מיט פארדרוס.

"ווער?" האט אלישייב געפרעגט, נישט אויפהערנדיג צו רייבן די זייטן פון זיין קאפ פאר לינדערונג פון די קאפ וויי.

"די סטעיט דעפארטמענט," האט ראטשעסטער געזאגט אין א פאראיבלטן טאן, אווי זיי וואלטן געווען די טעראריסטן אליין. "די קאל איז געווען פון אגענט מעיסאן גודמאן. די דעפארטמענט האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די סי.איי.עי. פאר אינפארמאציע איבער די שמועות אז ס'איז מעגליך פארהאן אן אמעריקאנער געפאנגענער ערגעץ וואו אין די רעבעלן קאנטראלירטע טייל פון אוקריינע. דאס איז נישט גוט פאר אונז. יעצט וועלן ביידע, די דעפארטמענט און די אגענטור, שוקן אגענטן דאס אויסצופארשן. מיינע אויבערהארן ווייסן נישט אז איך בין דא אויף די זעלביגע מיסיע. עס וועט אונז נאר אנדרייען א בלאטע. אונזער צייט אים צו טרעפן איז נארוואס געווארן פארקורצט."

מישא האט נישט געענטפערט. ער איז שוין געווען אונטער גענוג דרוק פון זיין אייגענע אויבעראפיצירן. ער האט זיך צוגעזעצט צו זיין קאמפיוטער און גענומען איבערקוקן די האטעל 'סעקוריטי פוטידזש', און ראטשעסטער האט געטוען די זעלבע אויף זיין זייט. די ווידיא-מאטעריאל איז געווען לאנגווייליג און ענדלאז, מיט שעות פון די זעלביגע - די געווירבל פון געסט, און צווישן זיי אויך דעם אויסלענדער ווי ער איז אריין און ארויס פון די האטעל, פון זיין צימער, און אפטמאל זיין ארומשפרייזן אינעם לאבי אויף זיין סעל. ביזדערווייל האבן די טעק טיעם'ס געשוקט נאך פיילס פון דאס וואס מישא האט זיי פריער געבעטן, און ווילקינסאן האט זיך גענומען דערויף. זיי האבן אויך געארבעט אויף די 'סורוועילענס פוטידזש' פון לעיפסאן'ס פינאנץ פירמע, און אויך די גאסן קאמערעס וואס האבן געפירט פון דעם האטעל ביז די פירמע הויפטקוואטיר,ווי אויך צום שוהל.

מישא איז געבליבן ביי זיין אייגן אויפגאבע און נאכאמאל און נאכאמאל איבערגעקוקט די פיילס, ביז זיין קאפ איז אים כמעט צושאסן געווארן פון זיין מיגרענע. ווען ראטשעסטער האט דאס באמערקט האט ער צוגעריקט א קליינע באטל וויסקי פון די מיני באר, אבער אלישייב האט זיך אנטזאגט דערפון, און ווידער קאנצענטרירט אויף די ארבעט פארנט פון אים. ער האט אויפגעמישט די פייל צו די מאמענט וואו האט ער באמערקט אויסלענדער'ן אריינגיין אינעם לאבי געזעלשאפט-צימער, און ער האט פאקוסירט אויף דווקא דאס. די הערליכע עקסקלוסיווע לאבי געזעלשאפט-צימער איז געווען אויסגעלייגט מיט שניי ווייסע קאוטשן און טישן, ספעציעל געאייגנט פאר די ביזנעס געסט פונעם האטעל, אז זיי זאלן האבן א באקוועמע פלאץ פאר זיצונגען. אנדערש ווי אינעם לאבי, איז אינעם געזעלשאפט-צימער זעלבסט נישט געווען קיין קאמערעס, כדי נישט אומבאקוועם צו מאכן די האטעל געסט, קליענטן, און וויכטיגע פארשוינען אין זייער פריוואטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן, דעריבער האט מישא נישט געקענט זעהן וואס, אדער וועם, אויסלענדער האט דארט געטראפן. ער האט געשוקט אן אימעיל פאר קייזער'ן אז ער זאל ארויסקלויבן די רעקארדירטע 'פוטידזש' פונעם לאבי קאמערע צו זעהן ווער ס'איז אריין און ארויס, פון אנדערט-האלבן שעה בעפאר אויסלענדער איז אריין, און דאס זעלבע פון ווען ער האט פארלאזט. אינערהאלב פופצן מינוט האט מישא באקומען די פיילס פון קייזער. ער האט ספעציעל צוגעלייגט קאפ צו די צייט פון בערך צוואנציג מינוט בעפאר דער איד איז אריין אינעם לאבי געזעלשאפטס צימער, און איבערגעקוקט יעדע מענטש, סיי גאסט און סיי שטאב, וואס איז אריין און ארויס אין די צייט אפשניט.

נאך עטליכע מינוט האט מישא געזעהן ענדליך וואס ער האט געזוכט. ער האט געזעהן צווישן די וועלכע זענען אדורך די טיר פונעם לאבי, די קענטיגע שטאלצע געזוכט פונעם פינאנץ מאן, מיסטער לעיפסאן. די פנים איז געווען קלאר אויפן סקרין, און מישא האט זיך גערעגט אויף זיך אליינס אז ער דאס נישט געזעהן פריער. ס'הייסט דער ליגנער לעיפסאן האט זיך נישט נאר די איין מאל געטראפן מיט אויסלענדער'ן, אזויווי ער האט פרובירט איינצורעדן א טאג פריער. ער האט יא געהאט א צווייטע זיצונג מיט אויסלענדער, און פאר סיבות נאך ביזדערווייל מיסטעריעז, האט ער דאס פארהוילן. מישא'ס נייגער איז געווארן ערוועקט, זיין קאפ וויי אינגאנצן פארגעסן. ער כמעט פארפאסט די נעקסטע איבעראשנדע אנטוויקלונג, אבער ער האט די לעצטע רגע געכאפט א פאסיגע בליק, און דארט אויפן סקרין וואס האט געוויזן די אריינגאנג צום געזעלשאפט-צימער, האט מישא דערקענט נאך איין פנים. און דאס מאל האט ער זיך געמוזט איינהאלטן פון פיזיש אויפשפרינגן פאר רעגעניש. די פנים איז געווען דאס פון ארטור סאקאלאוו.

מישא האט גוט געקענט ארטור סאקאלאוו. זיי האבן פארברענגט פילע מאנאטן צוזאמען בעת די צווייטע טשעטשניער קריג, ווען מישא איז געווען א קאפיטאן פון א ספעטסנאז איינהייט, און סאקאלאוו איז געווען א טיעם קאמאנדיר פון אן עף.עס.בי. אלפא גרופע. אלישייב און סאקאלאוו האבן געהאט א היסטאריע פון פיינטשאפט, נאך פון יענע יארן, און די פיינטשאפט האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט א זאפטיגקייט. פאר מישא האט אויסגעזעהן ווי כאטש די מיסיע איז געווארן קלארער האט זיך עס אויך עטוואס מער פארפלאנטערט. אויב ארטור סאקאלאוו האט זיך געטראפן מיט שמעון אויסלענדער, דאן איז אויסלענדער אדער פארטיפט אין קאנספיראציע, אדער אומוויסנד אריינגעפאלן אין א נעץ פון אינטריגע. סיי ווי, האט זיך אלעס פלוצלינג געטוישט, און זיין נייע מיסיע איז געווארן קלאר פאר אים. כדי צו טרעפן אויסלענדער'ן וועט ער דארפן קודם טרעפן ארטור סאקאלאוו. עס איז נאר געווען דערין איין קליינע פראבלעם.

אויב איז סאקאלאוו אריינגעטוען, דאן איז די עף.עס.בי. אריינגעטוען, און דאס הייסט אז רוסלאנד איז דערין אריינגעטוען. און אפיציעל האט מישא פארטרעטן די אינטערעסן פון רוסלאנד אויף די מיסיע. ראטשעסטער האט זיך נישט געקימערט אויף די רוסישע אינטערעסן, נאר אויף אויסלענדער'ן, און דאס האט געשטעלט זייער צוזאמענארבעט אין געפאר, צוליב די אינטערעסן-קאנפליקט.

פאר אלישייב'ן איז קלאר געווארן אז פון דא און ווייטער וועט ער מער נישט קענען מיטטיילן ראטשעסטער אין זיין פארשריט. ער איז געווען געצווינגן צו טרעפן אן אויסרייד, און א וועג ארויס פון מיטטיילן אלעס מיט ראטשעסטער. ער האט פארשטאנען אז זיין צייט איז קורץ, ווייל די זעלבע וואס ער האט אנטדעקט קען אויך אנטדעקט ווערן דורך ראטשעסטער אדער ווילקינסאן אין די קומענדיגע שטונדן, און ער האט שוין געוואלט לאנג זיין ארויס פון ראטשעסטער'ס וועג ווען דאס איז געשען.

"איך בין הונגעריג, איך גיי ארויס עפעס עסן," האט אלישייב זיך פלוצלינג אנגערופן פאר ראטשעסטער.

"איך קען עס מאכן נאך גרינגער פאר דיר. איך קען בעטן איינס פון די אגענטן ארויסצולויפן און ברענגן עסן פון א כשר'ע רעסטאראנט," האט ראטשעסטער געוואלט ארויסהעלפן.

"א דאנק, אבער ס'איז נישט נויטיג. די פרישע לופט וועט מיר אויך גוט מאכן."

ראטשעסטער האט נישט ארויסגעוויזן קיין פארדאכט, אבער מישא האט געוואוסט נישט צו געטרויען די פנים וואס יענער האט אנגעשטעלט. אויפן וועג ארויס דורכן ערשטן צימער האט ער געמאכט זייער א קורצע, אבער באדייטונגספולע, אויגן קאנטאקט מיט 'קייזער' מענאווסק, זיין קרימינאלע העקער. יענער האט גלייך פארשטאנען וואס אלישייב האט געוואלט און אים צוריקגעגעבן א לייכטן שאקל מיטן קאפ אז אנדערע זאלן נישט באמערקן. ווען אלישייב איז ארויס איז מענאווסק צוגעגאנגען צו זיין פערזענליכע רוקזאק וועלכע איז געלעגן אנגעלאנט אויף זיין זומער זשאקעט נעבן א טיש, אריינגעלייגט זיין האנט אין איינע פון די טאשן, און אנגעצינדען איינס פון עטליכע 'בורנער סעלפאונס'. דאס זענען געווען צייטווייליגע סעלפאונס וואס זענען נישט געווען רעגיסטרירט צו קיין איין נאמען, איינפאך און אן סמארט טעכנעלאגיע, געמאכט געווארן צו ווערן גענוצט און ארויסגעווארן, און דאס האט געמאכט אז זיי זענען געווען כמעט אוממעגליך נאכצופאלגן. אלישייב און מענאווסק האבן געוואוסט די נומערן פונעם די אנדערע סעלפאונס און האבן געהאט אפגעשמועסט אין וועלכע רייע זיי צו נוצן פארן אוועקווארפן.

קייזער מענאווסק האט גלייך באקומען א טעקסט פון אלישייב'ן.

-שוק מיך לעיפסאן'ס פאזיציע-

און דערנאך א צווייטע,

-זעה וואס דו קענסט טרעפן אויף ארטור סאקאלאוו'ס פאזיציע אן איבערלאזן שפירן -

מענאווסק האט זיך גלייך גענומען ארבעטן אויף די אויפגאבן. נאר ער האט דערווייל געוואוסט אז אלישייב איז ארויס אויף א מיסיע אליין, אלץ איינצלנעם מאן קעגן די מאכטן וואס האבן געהאלטן פארשפארט דעם פארשוואונדענעם איד. ווען ראטשעסטער האט געהויבן זיינע אויגן פון זיין קאמפיוטער און געזעהן אלישייב'ס סעלפאון זיצן פארלאזט אויפן טיש, איבערגעלאזט כדי נישט צו ווערן נאכגעפאלגט, איז שוין געווען צו שפעט.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יישר כח
א יעדע וואך מיט א פונקטליכקייט
ציענדיג אין אינטרעסאנט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ווערט מער און מער שפאנענד..

א ריזיגע שכח!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יאפ! דער גייט מעלה מעלה!
א ריזן ייש"כ!,
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט נישט זיין קיין פארזעצונג. ביזי צייטן (די גוטע סארט ביזי ב"ה). כ'האף פארצוזעצן, און פארענדיגן, די געשיכטע בקרוב אי"ה
וואלטיער
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האסטו אונז כאטש פארגעזארגט מיט אפאר לאנגע קאפיטלען.

א ריזן ייש"כ פאר'ן האלטן אינפארמירט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ייש’’כ, זייער אינטערעסאנט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

דער געבט נישט אויף!!
שכח. זייער אינטערעסאנט
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

אוי וויי! טוה עס נישט!
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 7-8 צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

וואלטיער האט געשריבן:
צוזאמען האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף די פופצן מינוטיגער גאנג צו דער 'גרויסע קאראל סינעגאגע פון קיעוו', די עלטסטע שוהל אין די היסטארישע 'פאדיל' געגענט,אין קיעוו.

די שוהל האט זיך געפונען אויף שעקאוויטצקע גאס, נומער ניין אין צוואנציג. מישא האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון דעם בנין, און איר באטראכט. די סטרוקטור האט געהאט אן אינטעראסאנטע השפעה אויף אים, און ער האט געשפירט סיי באיינדרוקט, שטאלץ, און איבערגענומען. די ציגל זענען געווען צווישן רויט און ראסט פארביג, מיט ווייסע ציגל צו ראמען און פארבעסערן די אויסזעהן. עס איז געווען צוויי שטאק הויך, מיט שווארצע רינדיגע קופאלן אויפן דאך. די שול איז געווען אזוי הערליך געבויעט, אז ער אנטציקט געווארן א וויילע. סיי אין בוכארע, וואו די מוסלעמענער זענען געווען די בויער און בעלי בתים פון די ארכיטעקטור, און סיי אין מאסקווע, וואו די וואונדערבארע בנינים האבן געהערט צו די רוסיש-ארטאדאקסישע קירכעס, האט ער זיך געשפירט ווי א פרעמדער.

.

גרויסע קאראל סינעגאגע פון קיעוו
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

נישט סתם א שטיק נאר די קנייטשן, די פילפארביגע קאליר ארום און ארום איז עפס הפלא ופלא
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן:די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט נישט זיין קיין פארזעצונג. ביזי צייטן (די גוטע סארט ביזי ב"ה). כ'האף פארצוזעצן, און פארענדיגן, די געשיכטע בקרוב אי"ה
וואלטיער

:-e;/ :-e;/ :-e;/
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

איך האב געליינט כמעט די גאנצע מעשה
איך קען מיך נישט גענוג איבערקומען ווי הערליך דו שרייבסט
ס'איז מעכטיג
קיפ אן
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

וואלטיער האט געשריבן:די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט נישט זיין קיין פארזעצונג. ביזי צייטן (די גוטע סארט ביזי ב"ה). כ'האף פארצוזעצן, און פארענדיגן, די געשיכטע בקרוב אי"ה
וואלטיער

דער עולם זאל גיין אפגעבן הכרת הטוב אין קויפן ביי'נעם די בלומען פאר שבועות
ר וואלטיער לאז אינז נאר וויסן ביי וועלכע קארנער די שטייסט...
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ניש קיין יושר, דו לאזט איבער אונזער מישא זיך דרייען אליין אן קיין שום דעקונג, ווער העט אים היטן די רוקן אין די קיעווער גאסן ביז די קומענדיגע פארזעצונג...

איך האף נאר אז דער איין פיסיגער סנייפער האט זיך יא מיט געכאפט און ליגט אויסגעצויגן אויף א דאך ערגעץ ווי, זיין אויג צוגעשמידט צום שפאקטיוו און פאלגט אים נאך...

ה׳ זאל האלטן די רעכטע האנט
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

שרויפקאפ האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט נישט זיין קיין פארזעצונג. ביזי צייטן (די גוטע סארט ביזי ב"ה). כ'האף פארצוזעצן, און פארענדיגן, די געשיכטע בקרוב אי"ה
וואלטיער

דער עולם זאל גיין אפגעבן הכרת הטוב אין קויפן ביי'נעם די בלומען פאר שבועות
ר וואלטיער לאז אינז נאר וויסן ביי וועלכע קארנער די שטייסט...

דרך אגב די עיקר פון די יעצטיגע סיזען איז טשיז דעלקעלעך :lol: :lol:
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

בערל קראקאווער האט געשריבן:ניש קיין יושר, דו לאזט איבער אונזער מישא זיך דרייען אליין אן קיין שום דעקונג, ווער העט אים היטן די רוקן אין די קיעווער גאסן ביז די קומענדיגע פארזעצונג...

איך האף נאר אז דער איין פיסיגער סנייפער האט זיך יא מיט געכאפט און ליגט אויסגעצויגן אויף א דאך ערגעץ ווי, זיין אויג צוגעשמידט צום שפאקטיוו און פאלגט אים נאך...

ה׳ זאל האלטן די רעכטע האנט

האסט פארגעסן אז ער האט נישט מיטגענומען זיין סעלפאון ?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א סמארטפאון כאטש.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:א סמארטפאון כאטש.

מענאווסק האט זיך גלייך גענומען ארבעטן אויף די אויפגאבן. נאר ער האט דערווייל געוואוסט אז אלישייב איז ארויס אויף א מיסיע אליין, אלץ איינצלנעם מאן קעגן די מאכטן וואס האבן געהאלטן פארשפארט דעם פארשוואונדענעם איד. ווען ראטשעסטער האט געהויבן זיינע אויגן פון זיין קאמפיוטער און געזעהן אלישייב'ס סעלפאון זיצן פארלאזט אויפן טיש, איבערגעלאזט כדי נישט צו ווערן נאכגעפאלגט, איז שוין געווען צו שפעט.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יעיע
און דאס איז א סמארטפאון. נישט?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

העמיר איהם פרעגן ווען ער (מישא/וואלטיער) קומט צוריק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”