ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

יום שלישי
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

זאל איך מאכן יעדע שטיקל און א פי די עף צי קענען ארויספרינטן ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט דינסטאג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

איך האב דא געמאכט די לעצטע פארזעצונג און א פי די עף אז מזאל עס קענען ארויספרינטן און ליינען
אטעטשמענטס
קאפיטל 2.pdf
(74.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 37 מאל
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ
------

דאס אז היי ט איז דינסטאג - ווייסט א יעדער,
דאס אז דינסטאג קומט וואלטיער פארכאפן דעם עולם און זיי פירן קיין ווייסעך וואו - איז אויך נישט קיין סוד,
וואס קיינער ווייסט נישט איז - וויפול יודן ס'כאפן זיך מיט ארויף אויף וואלטיערס באן...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סינאך דינסטאג?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 4-5 צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 4

אינעם קאך, ביים הויכן באר טישל, זענען געזעצן די צוויי מענער פון אינגאנצן אנדערע וועלטן. איינער א
מאיאר פון רוסישע ארמיי אינטעליגענץ אפטיילונג , און דער צווייטער אן אמעריקאנער סי. איי. עי. אגענט. זיי זענען געזעצן אין שווייגעניש, געקוקט פארנט אויפן געבלימטן בילד וואס איז געהאנגן אביסל שיעף אויפן וואנט, און געשלינגן א שארפן אלקאהאלישן געטראנק פון טיי גלעזלעך.

עס איז געווען אזוי שפעט, ס'איז שוין כמעט געווען פרי. אגענט ווילקינסאן האט זיך שוין לאנג געליינט שלאפן אין איינע פון די שטובער. עס איז געבליבן א שטילקייט אינעם אפארטמענט וואס האט נישט געברענגט אן רואיגקייט פאר ראטשעסטער און אלישייב, נאר פארקערט. די ענערגיע פונעם מאסקווער נאכט האט געשטורעמט אין זייער הערצער. די פלאנירונגס פאזע איז געווען די שווערסטער טייל פון א מיסיע, ווייל די אומגעדולדע לוסט פאר אקציע, און אויך די אדרענאלין, האבן נישט געהאט קיין אויסגאנג, נאר זענען געבליבן קעסלען אין די בלוט. און דא האט מען נאך אפילו נישט עררייכט די שטונדע פון פלאנירן די מיסיע. די צוויי האבן זיך געמוזט צוריק באקענען, נאך איבער צוואנציג יאר זינט זייער לעצטע צוזאמארבעט. עס האט געהערשט צווישט זיי אן אומבאקוועמע אומצוטרוי, און ביידע האבן געוואוסט אזוי קען מען נישט צוזאמשטעלן א טויגליכע טיעם פאר די מיסיע. זיי האבן זיך געמוזט ווידער באקענען איינער מיטן צווייטן בעפאר מען האט געקענט ווייטער אנגיין. מישא האט באשלאסן צו ברעכן די אייז, אז ער זיך שוין קענען צואיילן צו גיין שלאפן.

"אלזא, דער אפעראטיוו וואס דו האסט פארלוירן…"

"איך האב דיר געזאגט אז ער איז נישט אן אפעראטיוו. ער איז א ציווילער קאנסולטאנט און א פערזענליכע פריינט," האט ראטשעסטער זיך פארענטפערט.

"און דו ביסט אין די געוואוינהייט פון פארלירן 'פערזענליכע פריינט'?"

"דו מאכסט עס אויסזעהן ווי ער איז א פאר אויגן גלעזער וואס איך האב פארלייגט ערגעץ וואו. סיימאן אויסלענדער איז א פיינער מענטש וועמען איך האב גע'עצה'ט, צום באדויערן, אנצונעמען א פריוואטע אינטערנעמונג. עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א גוטע ביזנעס געלעגנהייט. ליבער ג-ט, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אן איינפאכער געשעפטסרייזע האט זיך געקענט אזוי פארפלאנטערן. איך וואלט דאס קיינמאל געקענט פארויסזעהן."

ראטשעסטער האט טיף ארויסגעאטעמט זיין זארג. ער האט ווידער אנגעפילט זיין גלאז מיט אלקאהאל, אבער געקרימט זיין נאז ווען די ריח דערפין האט זיך געשארפט אין זיין נאז. ער האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס דאס געטראנק איז געווען, ווי אזוי עס איז פערמענטירט געווארן, אדער צו די טעם איז אים בכלל געפאלן. ער האט נאר געוואלט ווארעמען זיין בויך דערמיט און פארגעסן אביסל זיין זארג.

"אונזער ערשטער אנצייג איז אז ער איז נישט צוריקגעקומען איין נאכט צו זיין האטעל צומער, אינעם 'הייאט רידשענסי קיעוו' האטעל. ווען ער איז ארויס פונעם האטעל צימער האט ער אלעס איבערגעלאזט. אלעס אינעם שטוב איז געלעגן אומבארירט ווען מיר זענען אים געקומען זוכן. אפילו זיינע פילאקטעריס האט ער איבערגעלאזט אויפן נאכט טישל."

"זיינע וואס?" איז מישא נישט באקאנט געווען מיט דעם ענגלישן ווארט.

"זיינע פילאקטעריס. די שווארצע קעסטלעך מיט די לעדערנע שטריקן, און די פרעדיגונגס טעקסט פארמאכט דערין," האט ראטשעסטער געדרייעט איין ארעם איבערן צווייטן כדי קלאר צו מאכן.

מישא האט צוגעשאקלט מיטן קאפ. אויב האט אן ארטאדאקסישער איד נישט מיטגענומען די תפילין, האט ער נישט געפלאנט קיין לענגערע אפשייד פון זיין רעזידענץ.

"וויאזוי ביזטו געוואויר געווארן אז ער פעלט?"

"פערצופאל," האט ראטשעסטער געענטפערט. "אונזער מזרח אייראפער אפטיילונג האט באהאנדלט באריכטן, וואס זיי האבן אויפגעכאפט אויף געהיימע טשענעלס, אז אן אמעריקאנער ווערט געהאלטן דורך פרא-רוסישע רעוואלוציאנערן, אדער רוסישע סאלדאטן. א ראנק-נידעריגער אגענט אויפן טיעם איז נישט געווען דיסקרעט מיט זיינע מיינונגן און אנאליזן, און די נייעס האט דערגרייכט די אויערן פון אגענט מעיסאן גודמאן. גודמאן האט געוואוסט פון אויסלענדערס רייזע און איז גלייך געקומען צו מיר. עס איז דאן נאך נישט קלאר געווען אז דער געפאנגענער אמעריקאנער איז אויסלענדער, אבער שטיקלעך פונעם פאזל האבן מיר אנגעצייגט אז דאס האט מעגליך פאסירט, ספעציעל נאכדעם וואס זיין ווייב האט מיך גערופן פרעגן פארוואס זי קען נישט קאנטאקן איר מאן."

דא האט אים מישא איבערגעהאקט, "און דו האסט זיך אונטערגענומען אים צו זוכן אין אוקריינע? איז דאס נישט אינגאנצן ארויס פון דיין ספעציאליזירונג? איך בין געווען אונטער די איינדרוק אז דו ביסט נאר פארוויקלט אין סי. איי. עי. געלט מיטל, נאכצופארשטן געלט און וואפן פארמיטלונג אין קריגס געביטן."

"איך קען נישט באשטעטיגן אדער לייקענען סיי וואספארא איינדרוק דו האסט געשאפן אויף מיין באזונדערע פאזיציע אינעם אגענטור, אבער אויף איין פונקט ביסטו יא גערעכט. די אנגעלעגנהייט איז אינגאנצן ארויס פון מיין פאך קענטעניס, איך בין נישט טרענירט אין 'סורטש-ענד-רעסקיו'. די הויפטן פון יענע אפטיילונג האבן דאס קלאר געמאכט פאר מיר מיט אפזאגעניש רייד. מען האט מיר אינגאנצן אויסגעשפארט פונעם אויספארשונג, און די אינפארמאציע וואס דו האסט פריער געליינט אויפן קאמפיוטער, דאס האב איך אליינס פארשאפט און צוזאם געשטעלט, אן די הילף פון די סי.איי.עי. דעריבער וועלן מיר נישט ארבעטן אויפן קעסט פונעם אגענטור, און דו וועסט נישט קענען זעהן קיין פארגיטיגונג פאר דיין צייט אדער אויסגאבן. דאס מוזט דו פארשטיין פון פארויס. אויב קומט עס דערצו, אז מיר וועלן דארפן צאלן אויסלייז געלט, אדער אנדערע קאסטן, וועל איך דאס אויסלייגן פון מיין טאש."

"וויפיל קלאפאטא וועט דיר באפאלן אויב דיינע אויבערהארן אינעם אגענטור ווערן געוואר וואס דו דרייעסט אן? זיי ווייסן בכלל אז דו ביסט איצט אין מאסקווע?" האט מישא זיך אינטערעסירט.

"מייינע אויבערהארן גלייבן אז איך בין איצט אין מאסקווע צו דערגיין פון וואו די פאנדן פארן אוקריינער רעוואלוציע שטאמען. צו פירן א מיסיע אויסער די רשות פונעם אגענטור איז גענוג גרונט צו ווערן ארויסגעווארפן פונעם אגענטור, אדער גאר אפיציעל ווערן אנגעקלאגט אין קרימינאלע קלאגעס."

"פאנדן פאר די אוקריינער רעוואלוציע?" האט מישא זיך ארויפגעכאפט אויף ראטשעסטער'ס רייד, זיין שפיאנאזש טרענירונג אין פולן קראפט וועלנדיג דערשפירן וויפיל די אמעריקאנער ווייסן.

"שפיל נישט די אונוויסנדע ציוויל מיט מיר. איך צווייפל אז עס איז עקזיסטירט א פאסעט אינעם רוסישן שפיאנאזש וועלט אין וואס דו ביסט נישט פולשטענדיג באקאנט מיט יעדע איינצלהייט. איך וואלט זיך געוועט אז דו האסט אפילו א דירעקטן האנט אינעם אוקריינער רעוואלוציע. איינער מוז טרענירן די רעבעלן. פילייכט ביסטו אריינגעטוען אין דעם ביז די קניען. און די וואפן וואס זיי פארמאגן, פשששט, זיי האבן דאס נישט איינגעהאנדלט ביים 'קארנער קאנוויניענס-סטאר'."

מישא האט געצויגן מיט די אקסלן, אווי ער ווייסט גארנישט אויף דעם סוביעקט. "אויב זענען מיינע פיס אזוי טיף אינעם אוקריינער בלאטע, וואס טוע איך אין מאסקווע, וואו עס איז מיר אזוי לאנגווייליג אז איך ריזיקיר דיר העלפן זיך ארויסזעהן פון א פלאנטער?"

ראטשעסטער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן אויף דעם לאגיק, אבער ער האט נאך אלץ געהאט א מיינונג אז דער מאיאר איז נישט אינגאנצן אויפריכטיג מיט אים. מאיאר מישא אלישייב האט זיכער געוואוסט מער ווי ער האט אנדעקט, און כאטש ראטשעסטער איז געווען גענוג געוואוינט אין זיין פאך צו קענען לייענען מענטשן, און זייערע אויסדרוקן, איז דער סאלדאט געווען פאר אים א רעטעניש. ער האט באשלאסן צו דרייען די שמועס אין אן אנדערע ריכטונג.

"באריכטן פון מזרח אוקריינע ווייזן אן אז עס איז דא א מעגליכע אנוועזנהייט פון ספעטסנאז טרופן, וועלכע טרענירן און פירן אפעראציעס פאר די פרא-רוסישע רעבעלן. מעגליך אז זיי האבן א האנט אינעם מיסטעריעזן פארשוואונדעניש פון סיימאן אויסלענדער. איך ווייס אז דו האסט אויך געהאט ספעטסנאז אויסבילדונג ערגעץ אין די 1990'ס. אפשר טראגסטו נאך געוויכט מיט די הויעך ראנקיגע פון די ספעציעלע טרופן."

"געהערט? וואו הערט איינער אזעלכע באריכטן? אין א קאנטרי-קלאב פאר שפיאנען?"

"אדער ביי די זעלביגע קארנער קאנוויניענס-סטאר ווי דיינע רעבעלן האבן זיך איינגעהאנדלט די מאדערנסטע וואפן," האט ראטשעסטער צוריק געשפאסט.

"די אידענטיטעטן פון ספעטסנאז טרופן ווערט געהאלט געהיים, פונקט אזויווי די אידענטיטעטן פון די אמעריקאנער נעיווי סיעלס. די אוספלוס פון די אינפארמאציע איז זייער ערנסט, ווייל עס ווייזט א נאכלאזיגקייט אין זיכערהייטס-מאסנאמען, אז דו האסט געקענט אזוי לייכט נאכפאלגן מיין קאריערע," האט אלישייב געזאגט.

"פונקט די באזונדערע אינפארמאציע האב איך נישט ענטהאלטן ווייל איך האב עס אפירגעזוכט," האט ראטשעסטער געענטפערט, "נאר איך האב אזוי פיל אויסגעארבעט ווען איך האב באהאנדלט בילדער און פילם וואס מיר האבן באקומען פון די אינטעליגענץ אפטיילונג פון די 'דעפארטמענט אוו סטעיט' אין לויף פון די צווייטע טשעטשניער-קריג. טייל פון די בילדער זענען געווען פון די רוסישע אפענסיוו אין די הויפטשטאט גראזני, און אין עטליכע פון זיי האבן מיר קלאר געקענט דערקענען רוסישע ספעציעל-איינהייטן, ווי ספעטסנאז טרופן, און עף. עס. בי אלפא טרופן. צווישן זיי האב איך דיר קלאר דערקענט, כאטש אין געציילטע בילדער איז טייל פון דיין פנים געווען פארדעקט מיט א האלבע געזיכטסמאסקע. עס האט מיר דאן אויסגעזעהן ווי דו ביסט די באפעהלס אפיציר פאר א באזונדערע ספעטסנאז איינהייט. די מאטעמאטיקע געווען זייער קלאר אז דו האסט אויך געהאט די זעלבע שולונג."

מישא האט נישט געענטפערט דערויף.

"איך האב זיך נאר אייביג געוואונדערט," איז ראטשעסטער אנגעגאנגען, "וויאזוי דו ביסט געבליבן ביי דיין אמט און ראנק אין די מיליטער נאך די צוויי מלחמות. די רוסישע סאלדאטן און אפיצירן זענען באגאנגן גרויזאמקייטן און קריגספארברעכן קעגן די טשעטשניער באפעלקערונג, און דאס איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארן ווען די רויטע-קרייץ און אנדערע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס זענען אריין אין די פאר'חורב'טע גרוזני."

דאס האט עררעגט מישא'ן.

"אמעריקאנער, דו האטס די פרעכהייט מיר צו באשולדיגן אין קריגספארברעכן און גרויעלטאטן קעגן די ציווילע באפעלקערונג פון טשעטשניע?"

"דו פארשטייסט מיר נישט, טאוואריש מאיאר. איך האב קיין באליידיגונג נישט געמיינט. איך האב גערעדט פון דעם דיין רעפוטאציאן. דיין נאמען טראגט א געוויכט, און איך האב געהערט אז אסאך פארכטן דיר, אבער בעת די צווייטע טשעטשען קריג אין 1999 און 2000 האבן דיר דיינע אויבער-אפיצירן אנגעקלאגט אז דו האסט איגנארירט דירעקטע באפעלן. זיי האבן געזאגט אז דו האסט ווידערגעשפראכן קעגן דיינע מיליטערישע אויבערהארן, ווען דו האסט געהאלטן אז די באפעלן זענען נישט עטיש אדער מאראליש. איך פארשטיי נישט וויאזוי, ווען די גענעראלן האבן געגעבן די באפעלן צו באמבאדירן אין אן אונטערשיידלאזע אופן, קיין חילוק געווען צו דאס איז געווען אויף א מיליטערישע ציל צו ציווילע באפעלקערונג, האסטו געקענט אויספירן די באפעלן אזויווי דו האסט געזעהן פאר פאסיג. איך קען נישט באגרייפן וויאזוי דו האסט אויסגעמיטן א קריגס-געריכט, פאר דיין אומעגעהארכזאמקייט."

"אויב דאס איז דיין וועג פון טיילן א קאמפלימענט, אמעריקאנער, איז מיר שווער צו פארשטיין וויאזוי דו האסט נישט פארלוירן דיינע אלע פריינט ביז יעצט."

"דאס איז נישט אן אומגעלונגענע פרואוו דיר צו געבן לויב, מאיאר, נאר א ווינק אז איך האב דיר נישט אפירגעזוכט אויף אן אימפאלסיווע דשוק , אנגעברענגט פון אונזער היסטאריע אין אסט-דויטשלאנד. דאס איז אן אויסגערעכנטער באשלוס, ווייל איך גלייב אז דו ביסט גענוג דרייסט, א קאלטער אפעראטיוו, און ווען נוצליך ביזטו אויך אינגאנצן אומגעהאכזאם, און דאס מאכט דיר די פערפעקטן פארטנער. ביי אונז וואלט מען דיר שוין לאנג פארווארפן אין א פארשטופטן צעלע פון די דיסציפלינאר-באראקן אויף 'פארט לעווענווארט'. און דא האלטסטו זיך אן אין דיין מיאיאר-שאפט מיט פעדימער דינער ווי א זיידן-פאדעם."

מישא האט געברימט אויף ראטשעסטער'ס אנאליז, און נאך א שטילע וויילע זיך אנגערופן ווי צו זיך אליינס "טראכט נישט אז עס איז מיר נישט בייגעפאלן."

"בייגעפאלן וואס?'" האט ראטשעסטער נישט פארשטאנען.

"בייגעפאלן פריי צו לאזן די טרופן אונטער מיין קאמאנד, זיך נוקם זיין אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע וואפן-ברודער. ביים ערשטן קריג אין 95' איז אונז קלאר געווארן די באבארישע גרויזאמקייט און אוממענטשליכע וועגן מיט וואס די מוסלמענער טשעטשניער האבן אויסגע'שחט'ן די רוסישע קריעגס-געפאנגענע, און עס האט גענומען אייזענע דיסציפלין צוריקצוהאלטן מיינע טרופן פון זיך ווילד לאזן אויף די טשעטשניער קעמפער. נאר ווייל די מענער אונטער מיר האבן געפארכט מיין רעאקציע האבן זיי זיך געקענט אפהאלטן פון העסליכע אקטן, נאכדעם וואס זיי האבן געפונען זייערע טויטע פריינט אין די פארלאזטע הייזער, די ווענט אנגעפריקלט מיט די ווערטער 'אללא אכבר' מיט די בלוט פון די געדערים וואס די טשעטשניער רעבעלן האבן ארויסגעריסן פון די רוסישע געפאלענע."

"דו האסט מיין מיטלייד, אבער ווי זאגט דער וועלט, 'איין מענטשנ'ס טעראריסט, איז דעם צווייטן מענטשנ'ס פרייהייטס-קעמפער'," האט ראטשעסטער פאליטיזירט.

"איך בין מיד, ראטשעסטער, און נישט אין די גוסטע פון טיילנעמען אין דיינע אבסורד ווערטער שפילן. צוריק צום טעמע. עס וועט מיר נעמען א טאג דיר צו טרעפן אין קיעוו. ערשט וועל איך זיך דארפן שטעלן פאר מיינע אויבעראפיצירן צו פארענטפערן אויף דעם וואס איך האב זיך צוזאמגעטראפן מיט א באוואוסטער סי. איי. עי. אגענט אין א מיליטערישע שענק. נאר דערנאך וועל איך קענען צוזאמצושטעלן מיין 'טיעם', און זיי ברענגן אויף קיעוו," האט אלישייב אראפגעלייגט אין קורצן זיין צייטפלאן.

"דו האלטסט אז דו דארפט מיטברענגן דיין אייגענע טיעם, אויסער די קאמאנד וואס איך שטעל צוזאם?" האט ראטשעסטער געפרעגט.

"יא."

"ווער און וועם, אויב מעג איך פרעגן."

"אויב עס וועט דיר מאכן אן אונטערשייד. איך ברויך א סארדזשענט. האפנטליך וועט וואסילי קאטשענקא איינגיין דערויף."

ראטשעסטער האט צוגעשאלקט. ער האט געדענקט קאטשענקא פון מזרח דייטשלאנד.

"און וויאזוי מאכט קאטשענקא די טעג? מיט וואס האלט ער זיך פארנומען?" האט ראטשעסטער געפרעגט אינטערעסע.

"צו זיין אויפריכטיג, איך ווייס נישט צופיל איבער זיין וואוילזיין. אויסער די זעלטענע טעקסט אדער אימעיל וואס איך שיק אים, און באקום נישט קיין אנטווארט דערויף, האב איך האב שוין נישט גערעדט צו אים פאר לאנגע יארן," האט מישא געענטפערט, די באדויערונג אין זיין שטימע שטארק אפנזיכטליך.

"אויב מעג איך זיך וואגן, פארוואס האסטו פארלוירן קאנטאקט מיט א סארדזשענט מיט וועם דו האסט געדינט אזויפיל יאר צוזאמען?"

"מיר זענען ארויסגעפאלן פון פריינטשאפט נאך די צווייטע קריג אין טשעטשניע, ווען ער פארלוירן א פוס נאך א טעראר אויפרייס אטאקע אין א קאפע הויז אין גראזני," האט מישא געענטפערט.

ראטשעסטער האט צוגעשאקלט, "איך האב געהערט. אבער וואס האט דאס צוטוען מיט דיר, אז ער רעדט נישט מיט דיר?"

די ווערטער זענען אנגעקומען שווערליך פאר מישא'ן, "ער האט נישט פארלוירן זיין פוס פונעם אויפרייס אליינס, ווייל ער איז נישט געווען אינעם קאפע הויז ווען עס האט פאסירט. ער האט נאר שרעקליק פארוואונדעט זיין פוס ווען א שטוץ-באלקן איז אראפגעפאלן אינעם ברענעדיגע סטרוקטור, נאכדעם וואס ער איז אריינגעלאפן אינעם קאפע הויז."

מישא האט זיך אפגעשטעלט א מאמענט כדי זיך צוזאמצוקלויבן די געדאנקן. ווען ער האט פארגעזעצט איז עס געווען אין א דעמוטיגע, שטילע שטימע.

"ער איז אריינגעלאפן ווען ער האט געמיינט אז איך געפון זיך דארט, און איך בין פארכאפט געווארן אינעם אויפרייס. ער האט מיר געזוכט אין די העלישע חורבות, ביז די שטוץ-באלקאן איז געפאלן אויף זיין פוס, און עס גענצליך אפגעהאקט אונטערן קני. ער וואלט דארט אויסגעבלוט, אבער אן ארמיי פייערלעשער האט אים באמערקט אומבאוואוסט צווישן די אייזענעס און העלצער, און מען האט אים פון דארט ארויסגעשלעפט."

"פארוואס זאל אים בייפאלן אז דו ביסט אינעם קאפע הויז?" איז ראטשעסטער נאך אלץ נישט קלאר געווען.

"ווייל איך האב אים אזוי געזאגט, אז איך וועל דארט זיין. אבער איך בין נישט דארט געווען. איך בין נישט געווען אויפריכטיג מיט אים ווייל איך האב אים געוואלט באשוצן פון די באפעלן און מיסיעס וואס זענען מיר איינגעטיילט געווארן דורך איינעם, העכער פון די מיליטער, און דערפאר האט אים געהאלטן אין די טינקל איבער מיינע אקטיוויטעטן. איך גלייב אז ער האט מיר נאכנישט פארגעבן דעם ליגנד. די קאנסעקווענצן פון אלע מיינע באשלוסן און אקטן יאגן מיך אלץ נאך."

"א טראגישע געשעפט, זיכער. עס טוט מיר לייד פאר ענק ביידע," ראטשעסטער האט זיך געוואגט צו לייגן א מידלייד האנט אויף מישא'ס אקסל. מישא האט עס אפגעשאקלט, און ווייטער געגאנגן מיט זיין ליסטע פון אגענטן וואס ער האט געוואלט מיטברענגן, אווי ער האט נישט צוויי רגע'ס בעפאר גערעדט פון זיין חרטות.

"איך וועל אויך מיטברענגן קאזארי מענאווסק, א קונצלער אין אלעם דיגיטאל און קאמפוטער ווערק, און ער ברענגט מיט זיך די בעסטע קאמומיקאציע און טעקניקל טיעם אויף די זייט פון די אטלאנטיק. אויב וועט זיך אויספעלן שפעטער אינעם מיסיע, און מיר וועלן זוכן קאנטאקן אין די אוקריינער אונטערוועלט, וועל איך אויך פארוויקלען אלעק דווארסאק," האט מישא צוגעלייגט.

ראטשעסטער האט געפיפן מיט זיינע ליפן מיט א סארקאסטישע באאיינדרוקונג. ער האט דערקענט דעם נאמען פון אלעק דווארסאק, א רוסישער מיליאנער,און ברוטאלע מאפיע-באס מיט ריזיגע דיימאנטען מינעס און אויל פעלדער אין סיביר.

"דו דרייעסט זיך אין א געזעלשאפט וואס וואלט באיינדרוקט דעם טייוול אליינס," האט ראטשעסטער אנגעמערקט.

"אויב האסטו געמיינט אז איך דריי זיך אין די געזעלשאפט פון מלאכים, דאן האסטו געזוכט הילף אין די נישט ריכטיגע פלאץ," האט מישא געענטפערט, זיים שטימע גלייכגילטיג צו באהאלטן זיין ביטערניש פון ראטשעסטער אז נאך די אלע יארן וואס ער איז געווען געצווינגן זיך צו דרייען אין די געזעהלשאפט פון קרימינאלן האט ער געשפירט ווי ער דערקענט זיך אליין אפילו נישט.

"ניין, ניין. דו ביסט די 'באס'," האט ראטשעסטער צוריקגעצויגן די קריטיק,"וועם דו ברענגסט מיט וועל איך איינגיין דערויף.העי, גיי שלאפן, מיר ברויכן ביידע זיך אפרוען אביסל. איך וועל זיך טרעפן מיט דיר אינעם 'הייאט רידזענסי קיעוו' האטעל אין קיעוו."

בעפאר מישא איז ארויס פונעם הויז, האט ער צוגעלייגט נאך איין זאך וואס איז געלעגן אויפן הארץ.

"א דאנק דיר, פארן שוקן מיר דעם בריוו אין 91' צו לאזן וויסן אז דו האסט געפירט הער לעוו די גאנצע וועג אהיים ביז ארץ ישראל, און אז ער איז באגראבן געווארן צווישן זיינע העלדן ברודער אין ארץ ישראל."

ראטשעסטער האט עס אוועקגעמאכט, און געזאגט אז עס איז געווען זיין פריווילעג און עהרע צו טוען דעם חסד מיטן אלטן.

קאפיטל 5

א טיפע דרימל האט איינגענומען אלישייבן אויפן מיטל-גרויסע עראפלאן וואס ער האט געכאפט 13:00, ארויס פון מאסקווע'ס דעמאדיעדאווע לופטפעלד, קיין אורסק לופטפעלד אין די זידליכער טייל פון די רוסישע יוראל-געבערג. ער איז געווען ערמאטערט, ווייל א נאכט פריער האט ער זיך נישט צוגעלייגט נאך זיין שפעטע אויסטויש מיט ראטשעסטער, און אין די פרי מארגן שעהן דערנאך זיך געשטעלט פאר זיינע אויבערהארן, זיך צו פארענטפערן פארוואס אן אמעריקאנער גאסט פונעם קאנסולאט, וועם אלע האבן קלאר געקענט פאר זיין שפיאנאזש אקטיוויטעטן, האט אים אפירגעזוכט אין א מיליטערישער באר. מישא האט געוואוסט אז אויב קומען די שמועות אן צו די גענעראלן בעפאר ער האט די מעגליכקייטן עס צו ברענגן פאר זיי, וועט אים נישט גוט זיין. רוב מענטשן האבן פארמאגט די געוואוינהייט צו גלייבן די ערשטע ווערסיע פון א געשיכטע וואס מען האט זיי געגעבן, און צווייפלען די פאלגנדע, און דעריבער האט אלישייב נישט געקענט לאזן אז זיי זאלן הערן די באריכטן נאך פאר ער האט זיי איבערגעגעבן זיין זייט. נאר א קורצע צייט צוריק וואלט ער זיך געוואנדן גלייך צו פוטין אליין, אבער זינט זייערע באציאונגען זענען געווען אנגעשטרענגט האט ער זיך געמוזט ווענדן צו די באהערדע אין די מיליטערישע אינטעלגענץ געמיינשאפט. ער האט געוואוסט אז יעדעס ווארט און אקט זיינער וועט סיי ווי ווערן אפגעפירט צום פרעזידענט וואס האט נאך געהאלטן אן אויג אויף אים פון דערווייטנס.

זיין אויבער-אפיציר אין די מאסקווער ארמיי אינטעליגענץ אפטיילונג איז געווען פאלקאווניק ווענקא, און יענעם'ס דירעקטער אויבערהאר איז געווען גענעראל טעמודשין, א מאן פון מאנגאליער אפשטאם, מיט געזוכטס שטריכן וואס האבן אים געמאכט אויסזעהן מער כינעזער ווי רוס. ווען מישא איז ערשינען פאר זיי איז אויך א ציווילער פארטרעטער פון פוטינ'ס רעגירונג געווען צווישן זיינע פארהערער. די באהערדע האבן אים געלאזט שטיין די גאנצע צייט וואס זיי האבן אים פארהערט. און זיי האבן לאנג פארהערט.

וואס איז אלישייב'ס פארבינדונג מיטן אמעריקאנער אגענט? ווען איז געווען די לעצטע מאל אלישייב האט זיך געטראפן מיט אים? פארוואס האט ער אים אפירגעזוכט? איז אלישייב אין קאנטאקט מיט די אמעריקאנער איבער אנדערע ענינים? האט ער אמאל פארראטן די אינטערעסן פון די רוסישע פעדערעישן? צו האט ער סימפאטיע מיט אנדערע לענדער ווי אוזבעקיסטאן, זיין היים לאנד, אדער יזראעל, און דערביי פארנאכלעסיגט די פליכטן צו מאמא רוסיא? און נאך און נאך. מישא האט געוואלט דאן א לעקציע אנלערנען פאר ראטשעסטער פארן אים שטעלן אין אזא פאזיציע. אבער צום ענדע האבן זענען זיינע אויבעראפיצירן געווען צופרידן מיט זיינע אנטשלאסענע ערקלערונגן, און האבן אים פריי געלאזט. זיי האבן געהאלטן אז אלץ אן אינטעליגענץ אפיציר איז אלישייב טאקע געווען פארפליכטעט נאכצוגיין שמועות איבער א מעגליכע פארכאפונג פון אן אמעריקאנער דורך רוסישע סאלדאטן. אלישייב האט געוואוסט אז כאטש זיי האבן געהאלטן אז ער איז געווען בארעכטיגט אין זיינע אקטן זענען זיי דאך געבליבן מיט פארדאכטן. ער האט געוואוסט אז אלע זיינע אקטיוויטען וועלן ווערן פארזיכטיג נאכגעקוקט, פארשריבן, און אויסגעפארשט, אבער דאס האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון טוען דאס וואס ער האט געזעהן פאר ריכטיג. גלייך נאך די פארהער האט ער זיך געאיילט צום דעמאדיעדאווע לופטפעלד צו קויפן א טיקעט, און נאך געכאפט די איינס אזייגער פליגער ארויס פון מאסקווע, קיין אורסק.

עס איז געווען א גאנצער אומוועג, ווייל אוקריינע איז געלעגן צו די דרום-מערב זייט פון מאסקווע, און דא איז ער געפלויגן צוויי שעה מזרח, מיט נאך צוויי שעה גערוקט אינעם צייטזאנע. אבער ער האט עס געזעהן פאר נויטיג צו שטעלן זיין בקשה פאר קאטשענקא פנים אל פנים. א טעלעפאן רוף וואלט בכלל נישט געטויגט, און וואסילי וואלט דאס געזעהן אלץ א באליידיגונג, און א גרינגשעצונג. ער איז אנגעקומען 17:15, אדער א פערטל נאך פינף, אינעם אורסק לופטפעלד, אין די אורענבורג אבלאסט, רוסלאנד. די לופטפעלד איז געווען אזוי נאענט צום קאזאקיסטאנער באדן, אז א טייל פון די לופטפעלד אפעראטור איז געלעגן אין קאזאקיסטאנער טעריטאריע. ער האט זיך ערוואכט ווי נאר זיי האבן געלאנדעט. זיין דרימל איז צו קורץ געווען, אבער די צייט האט געיאגט, און ער האט זיך געאיילט צום לופטפעלד טערמינאל וואו אן אויטא האט אים אפגעווארט, אזויווי ער האט זיך פאראויס אנגערייט און ערלעדיגט.

געווען איז דאס אן אלטער אויטא, אבער ווי נאר מישא האט אנגגעצונדן דעם מאטאר, און געהערט די מאכטפולע קלאנגן פונעם מאטאר, איז אריין א נייע לעבן אין אים. די אויטא מאטאר איז געווען מאדיפיצירט מיט א טורבא-קאמפרעסאר, דעריבער האט זי געקענט אנציען שנעל, און פירן זיך נאך שנעלער, גענוי ווי א רעיס-קאר. די גערוישן וואס די אויטא מאטאר האט געמאכט האט זיך געהערט ווי הערליכע מוזיק צו אלישייב'ן און ער האט קוים געקענט ווארטן איר צו פירן אויף א לאנגן אפענעם שאסיי, וואו ער וועט קענען אנציען און נוצן די אויטא אזויווי איר מאטאר האט פארלאנגט. דער איינגטומער, א לאקאלע ליידיגגייער וועלכער איז געווען א פריינט פון א פריינט אין די מיליטער, איז איינגעגאנגן צו בארגן דעם אויטא פאר מישא'ן פארן טאג.

די שטאט אורסק איז געלעגן בערך 15 מייל צפון פונעם לופטפעלד, אבער מישא האט גענוצט זיין מאפע נישט צו גיין צום שטאט, נאר צום וואלדיגע טייל אינדערויסן פון שטאט. ריזיגע שטיינער, טויטע ברוין-גרויע בערג, און שטעפן וואו נאר קליינע גרינע געוויקסן האבן געקענט לעבן האבן געצוימט די שאסיי, אין א טייל ערטער פון ביידע זייטן. עס איז געווען זייער אן איינזאמע און דעפרעסיווע שאסיי, אויסגעהאקט און געפלאסטערט אין די הארטנעקיג לאנד. נענטער צום שטאט, וואו דער טייך יוראל איז דורכגעלאפן, האבן זיך מער געוויקסן און ביימער געוואגט צו באווייזן. אזעלכע ביימער ווי אולם, נארוועגיע נעצבוים, און מאיעסטעטישע אייכן ביימער. וואסילי'ס עלטערן, מיט וועם ער האט געוואוינט זינט פארלאזן די ארמיי, האבן געהאט א הייזקע אין א וואלדיגע געגנט אויסערן שטאט. מישא איז פארבייגעפארן אסאך אזעלכע סארט קליינע דערפלעך, מיט צובראכענע און אלטע הייזקעס, די וועש געהאנגן אויף ליניעס צווישן די הייזער.

ווען ער האט זיך ארויפגעדרייעט אויף א פריוואטע שטרעקע צוואנציג מינוט שפעטער, האט ער געקענט זעהן אינדערווייטן די צוויי שטאקיגע הויז וואס האט געהערט צו די קאטשענקא פאמיליע. פון דער נאנט האט ער קלארער געקענט אייננעמען די איינצלהייטן פונעם הויז סטרוקטור, און עס האט זיך אנגעזעהן אז וואסיליס פאמילע איז געווען פארמעגליך. דאס האט געשטימט מיט די פאקט אז זיין פאטער איז געווען דער דירעקטאר אין א שטאל-פארבריק ערגעץ אין אורסק, און זיין מוטער אן אדוואקאט פארן זעלביגע פירמע.

ער האט פארלאנגזאמט דאס אויטא און זיך צוגעהערט ווי די מאטאר האט זיך געשטילט. ער האט עס פארקירט, און דערנאך אריינגעקלאפט אין טיר ביים זייט פון הויז. נאך געציילטע מינוט איז די טיר אויפגעמאכט געווארן דורך א מיטלעלטערע פרוי, הויעך און לענק, און מיט איר שטרענגע שטערן און אומגונסטיגן אוסדריק אויף די ליפן האט זי געהאט אזא ענדליכקייט צו וואסילי'ן אז אפילו א שוואכזיניגער וואלט געקענט איר אידענטיפיצין אלץ זיין מוטער. א יונגע פרוי איז געשטאנען הינטער איר און געהאלטן די האנט פון א קליין אינגל מיט טינקעלע האר און נייגעריגע אויגן. די פאמיליע האבן אים נישט געגרוסט אדער געפרעגט זיין אויף זיין וואוילזיין.

"דאברי דעי," האט ער געגרוסט. "איך בין מישא אלישייב, וואסיליס…פריינט," האט ער צוגעענדיגט, אנשטאט זיך אידענטיפיצירן אלץ וואסיליס אמאליגע באפעהלס-אפיציר, נישט וויסנדיג אויב וואסיליס מאמע טראגט א האס קעגן די מיליטער פאר איר זון'ס באדויערליכע פארלוסט.

פרוי קאטשענקא האט אים אנגעקוקט מיט א קאלטקייט, און אים נישט געענטעפערט. די יונגע פרוי מיטן קינד האט זיך אנגערופן צו אים, "וואסילי איז יעצט ערגעץ אין די וואלדיגע געגנט הינטער די הויז. ער גייט דארט מייסטנס טעג ווען ער וויל פראקטיצירן מיט זיין רייפל. ווען עס ווערט אים לאנגווייליג און ער ווערט אומגעדולדיג מיטן ציווילן לעבן, איז דאס פאר אים א הילף און א בארואיגונגס מיטל. איך וואלט געשוקט אונזער זוהן אייך צו ווייזן דעם וועג אבער די שטעפן זענען צו געפארפול פאר א יונג קינד."

מישא'ס אויגן האבן זיך ברייט צועעפנט, און ער איז נישט געווען זיכער צו ער האט איר גוט געהערט. וואסילי האט חתונה געהאט און געהאט קינדער? ווען? און פארוואס די אלע יארן האט וואסילי אים גארנישט געזאגט דערוועגן, אים נישט גערופן צו די צערעמאניעס? זעהט אויס אז יענער איז מער גערעגט געווען אויף מישא ווי ער האט ערשט גערעכנט.

"איר ווילט ווארטן?" האט אים די פרוי ארויסגעצויגן פון זיינע געדאנקן.

"אה, ניעט. ספאסיבא. מיט אייער ערלויבניש, וואלט איך ענדערש געגאנגן אים זוכן."

"פאז'אלאסטא, ער איז ערגעץ דארט," און זי האט אנגעוויזן אין די אלגעמיינע ריכטונג פון שטעפן, שטיינער, און אומער-גרון ביימער.

מישא האט זיך באדאנקט, און נאכגעפרעגט פונעם מוטער אויף די וואוילזיין און גייסטישע צושטאנד פון וואסילי. זי האט אים קאלט צוריקגעזאגט אז ער קען אליינס גיין זעהן, און פארמאכט די טיר.

מישא האט זיך אומגעקוקט אויף די סביבה, און פרובירט אויסצורעכענען וואו אינעם ריזיגן שטח וואסילי האט אויפגעשטעלט זיין סנייפער רייפל. ער האט זיך געוואנדן אינעם ריכטונג פונעם וואלד, בעת ער האט אנגעטוען זיינע זון ברילן צו שוצן זיינע אויגן קעגן די שפעטנאכמיטאג זון. ער האט געקוקט רעכטס, לינקס, אבזערווירט אלעס ארום אים, און ער איז געקומען צו די מסקנה, אז עס קען נאר זיין אויף א שטעפע פיר הונדרעט מעטער הינטער די הויז. ווען, אן קיין ווארענונג, האט מישא געהערט די שאס פון א רייפל, און די קנאק פון א קויל וואס איז דורכגעלאפן ביי אים מיט א סופערסאניק געשווינדיגהייט. ער האט עס געקענט הערן ווייל עס איז דורכגעפלויגן נאר געציילטע מילימעטער פון זיין קאפ, צו זיין רעכטע זיין.

ער האט אפילו געקענט שווערן אז ער האט געפילט די היץ פונעם קויל, ווען עס איז דורכגעפלויגן די זייט פון זיין פנים. עס האט זיך אפגעשטעלט און א בוים ווייט הינטער אים. זיין ערשטע אינסטינקט איז געווען צו אראפצולייגן פלאך אויף דער ערד, זיך איינבייגן אוועק פון די געפאר, אבער ער איז דאס איבערגעקומען און געבליבן שטיין אין פלאץ. ער האט אבער כמעט באדויערט זיין באשלוס, ווען א צווייטער קויל האט געקנאקט צו זיין לינקע זייט, און געציפט זיין אויער. ער האט געהערט אויך די קלאנג פונעם אקטועלן שאס, די קליינע אויסבראך פון ווען דער קויל איז געווארן ארויסגעשאסן פונעם קאמער, נאכדעם וואס אויפרייס שטאף אינעם הינטערשן טייל פונעם קויל איז געווארן ענטצינדן.

נאך א קויל איז דורכגעפלויגן דראמאטיש נאענט צו זיין אויער, און די היץ דערפון האט ווי פארברענט מישא'ס באק. ער איז געווארן היבש עררעגט. וואסילי האט געשאסן אויף אים. ער איז נישט געווען זיכער צו וואסילי פרובירט אים צו איבערצייגן אז ער איז נאך אזוי אקוראט אין זיין שאס, און זיין טאלאנט איז נישט געווארן פארמינדערט נאך די אלע יארן, אדער אז יענער איז אזוי ברוגז מיט אים, און ער האט אים נאכנישט פארגעבן, אז ער וויל באמת שיסן אויף אים. מישא האט געוואוסט אז וואסילי איז אזוי גוט מיט זיין סנייפער געווער, אז ער פארפאסט נישט אפילו מיט אייין מילימעטער, און די קוילן פליען גענוי וואו ער רעכנט זיי זאלן, אבער ג-ט אין הימל, עס פעלט אויס נאר איין קליין אונערווארטעטע ווינטל, וואס וואסילי קען נישט שפירן פון פארויס, און דאס קויל קען זיך פארקערן נאר א טראפ. דאס וואלט געמיינט די סוף פון זיין לעבן. און ער האט קלאר געוואוסט אז וואסילי ווייסט דאס, און עס גייט יענעם נישט אן. מוז זיין אז די פארלוסט פון זיין פוס, און זיין פארוואונדעטע שטאלץ, איז נאך געלעגן צו נאנט צו זיין הארץ, אפילו נאך די אלע יאר.

מישא איז געבליבן שטיין שטייף. ער האט שוין געוואוסט פון וועלכע ריכטונג וואסילי שיסט אויף אים, אבער ער האט אים נאך אלץ נישט געקענט זעהן. די שטעפע האט געהאט קליינע גרוי און גרון געוואוקסן, און וואסילי איז געוועהן פארדעקט ערגעץ צווישן זיי. די קלאנגן פון איין שאס נאכן צווייטן האבן נערווירט מישא'ן, און איינס איז געקומען אזוי נאענט אז עס האט געריסן די הויט פון זיין שלייפן ביין, אווי איינער וואלט געטוען אזוי מיט א ראזיר-מעסער. עס האט אים אבער נישט מער צומזק'ט ווי א פאפיר-שניט וואלט ווען געטוען.

די אפשפיגלונג-שיין פונעם סנייפער גלאז האט געצויגן אלישייבס אויגן צו איין באזונדערע פלאץ אויף די שטעפעס, און א מאמענט שפעטער איז געקומען א צווייטע בליץ פון אפשפיגלונג. די זון איז געווען הינטער אים, וואס האט געמיינט אז די גלאז פון וואסיליס סנייפער רייפל האט צוריקגעשיינט די לעכטיגקייט פונעם נאכמיטאג זון. אלע שארפשיסער, ווי אימער, זענען געווען געלערנט אין די וויסנשאפט וויאזוי צו פארמיידן די דאזיגע פראבלעם, ווייל די צוריקשיין פונעם זון איז געווען פון די גרעסטע פיינט פונעם שארפשיסער, ווען עס האט אויסגעזאגט די פאזיציע פונעם שיסער, און דעריבער אים געשטעלט אין געפאר פון ווערן צוריקגעשאסן דורך די פיינט. עס איז זיכער געווען אז וואסילי האט פארמאגט אנטי-רעפלעקטיוו געצייג און מעטאדן פאר זיין געוועהר, און אויב ער האט עס נישט גענוצט, נאר געלאזט די זון שפיגלען זיך אויף די גלאז פון זיין רייפל גלאז, דאן האט ער געווינקן פאר מישא, ווי א שיף ווינקט מיט אירע לעקטער ביינאכט, זיין פונקטליכע פאזיציע. אדער אזוי האט עס מישא אנגעקוקט. ער האט נישט געקענט צוזאמשטעלן דעם נקמה-זיכענדיגע שארפשיסער הינטערן רייפל, מיט זיין פריינט וואסילי וועלכער האט אים אנגעצייגט זיין פונקטליכע פאזיציע.

מישא איז געקראכן אויף שטיינער, קליינע און גרויסע, ארום ביימער, א געמיש פון הארטע און פייכטע ערד מיט אונטערעסאנטע געוויקסן, ביז ער איז געשטאנען פארנט פונעם שטעפע ווי וואסילי איז געלעגן מיט זיין אויג צום רייפל גלאז. אלישייב האט אויסגערעכנט די בעסטע וועג ארויף אויף דעם ריזן שטיין. ער האט באשלאסן ארויפצוקריכן ביים זייט, און ווען ער איז שוין ענדליך געווען געציילטע פוס פון וואסילין, איז זיין פריינט נאך אלץ געלעגן אויף דער ערד, אויגן צוגעקלעבט צו די גלאז פון זיין מאדיפיצירטע דראגונאוו סנייפער געוועהר. נעבן אים, פארלאזט ביי די זייט, איז געלעגן א העכטס מאדערנע קארבאן-פייבער פראסטעטישע פוס, וואס וואסילי האט גענוצט ארומצוגיין אנשטאט זיין רעכטע פוס. עס האט אויסגעזעהן אז ער האט עס אויסגעטוען ווייל עס האט אים געשטערט ווען ער געדארפט ליגן באוועגלאז ביים רייפל, ווי זיין טרענירונג האט אים צוגעוואוינט. די בילד דערפון האט כמעט איבערגעוואויגן מישא'ן צו פארגעבן וואסילי פארן באשוס פון קוילן וואס ער איז נארוואס אויסגעשטאנען. כמעט.

"דו האסט זיך שוין גענוג אויסגעגעבן, אדער די פילסט ווי די ברויכסט נאך האבן אן אובונגען-סעסיע מיט מיר אלץ דיין ציל?" האט מישא ארויסגעזידט.

"צו שיסן אדער צו לאזן לעבן?" האט וואסילי געפרעגט ווי פון זיך, נאך אלץ נישט הייבנדיג זיינע אויגן פון איבער די געוועהר גלאז. זיין קערפער איז געלעגן באוועגלאז,אבער יעדעס מוסקל און נערוו איז געווען קאנצענטריט אויף זיין געווער.

"וואס?" איז מישא געווען צומישט.

"טויזנט פיס אוועק, דרייעט זיך א וואלף פון די סיבירע טייל פון די יוראל געגנט. ער איז זייער ווייט אוועק פון זיין נאטורליכע היים. ער איז אן אומגעוואונטשענער דא. נישט וועלקאמען. זאל איך אים שיסן, אדער לאזן לעבן?" האט אים וואסילי געפרעגט.

מישא איז שוין נישט געווען צו וואסילי רעדט פונעם וועלפל אדער גאר פון אים.

"דו וועסט האבן נוצן פון זיין פלייש? פילייכט עס געבן פאר די פרויען אינדערהיים אנצוגרייטן דיר א נאכטמאל?" האט מיכט געוואלט וויסן.

"ניין. מיר עסן נישט וואלפן-פלייש."

"צו קענסטו נוצן די ווארעמע פעלץ דערפון?"

"איך האב מיין וואלענע יוניפארם מאנטל, אלט ווי דאס איז, און דאס האלט מיר ווארעם אין די ווינטער נעכט. פאר מיין ווייב און מאמא האב איך שוין געפאנגן די שענסטע חיות, און זיי געשאנקן די טייער פעלצן. איך ברויך נישט נאך איינס."

"וועט דיר עס מאכן בעסער אויפן הארץ, אדער הייבן דיין געמוט, אויב די באשעפעניש פארלירט זיין לעבן?"

"איך גלייב נישט אז עס וועט מיר עפעס פארבעסערן."

"דאן לאז אים לעבן. זיין טויט האט פאר דיר קיין שום נוצן," האט מישא געאורטיילט.

וואסילי האט שווייגנדיג איבערגעארבעט מישא'ס ווערטער אין זיין קאפ. מישא האט געווארט אויף וואסילי'ס באשלוס, און אן קיין ווארענונג האט וואסילי געצויגן דעם צינגל און א הילכיגן קול האט זיך צוזאמען געהערט מיטן רוק-שטויס פונעם רייפל ווען די קויל ארויסגעפלויגן פון איר קאמער.

"אינטערעסאנט. עס האט מיר יא געמאכט פילן אסאך בעסער," האט וואסילי ברוטאל קאמענטירט.

נאכדעם וואס זיין נקמה געפילן האבן זיך געשטילט מיט דעם טויט פונעם וואלף, האט ער האט זיך ענדליך אוועקגעדרייט פון זיין געוועהר.ער האט צוגעצויגן די פראסטעטישע פוס, עס צוגעבינגן אונטער זיין געשטומפטן קני, און זיך אויפגעשטעלט. ער האט ארומגעהאלזט זיין אלטן פריינט, און אים גערופן 'ברודער'.

דער שארפשיסער האט אויפגעהויבן זיין געוועהר, עס ארויפגעווארפן איבער זיינע אקסלען, און מיט זיין פריינט צוזאמען אוועק פון זיין עלנדע שטיין.

"איך וואלט זיך געשוואוירן, יעוו, אז איך וואלט מער אין מיין לעבן נישט געהאט די פארגעניגן דיר ווידער צו זעהן. דו מיט דיין פיינשמעקיגער קאריערע, און מיליטערישע טיטלען. און יעצט אז איך האב די באזונדערע פרייד דיר צו זעהן ווידעראמאל, האף איך נאר אז דו ביסט נישט געקומען די גאנצע וועג מיר צו בעטן א גענאדע, נאר אז דו ביסט געקומען אייגטליך צו דערפרייען די הארץ פון אן אלטן פריינט."

מישא האט נישט געענטפערט, און דאס האט אנגעדייט פאר וואסילי'ן אז זיין פריינט איז טאקע נאר דארט געווען צו בעטן א טובה און דאס האט אזוי געקיצלט וואסילי'ן אז ער האט זיך זאפטיג צולאכט.

"ווער איז עס דאס מאל? וועלכע נעבעכדיגער דארף דיין הילף יעצט? דו ווייסט, יעוו, איך האב געמיינט אז דו וועסט זיך טוישן מיט די יארן, אבער דו ביסט דער זעלבער נאכיאגער נאך קלאפאטע און שוועריגקייטן. אויב מיינסטו אז עס איז פארהאן עפעס אן אומגלוקליכע צוועק וואס ברויך דיין הילף, ביסטו דער ערשטער איינצוזינקן דיין שטיוול."

"די פראגע אויב איך קען זיך פארלאזן אז דו ועסטו מיר העלפן דערין," האט מישא געזאגט.

"קום מיט מיר. לאמיר עס דורכרעדן. איך פארשטיי אז דו קענסט נישט טיילנעמען אין די נאכטמאל וואס מיין פאמיליע האט צוגעשטעלט, אבער קום צו אונז אהיים, פאז'אלאסטא, פאר קאווע אדער וואדקע."

"און דאס דארפן מיר אויך רעדן," האט אים מישא פארגעהאלטן, "דו האסט חתונה געהאט? און קיין איין ווארט מיר נישט געזאגט? וויפיל קינדער באהאלטסטו אין דיין וועסטל טאש?"

וואסילי האט ווידער געלאכט גוטמוטיג, און מיט זיין האנט אויף מישא'ס פלייצע אים געפירט אינעם ריכטונג פון זיין הויז, "קום, מיר וועלן רעדן. דו וועסט, אזויווי אמאל, מיך פרובירן איבערצורעדן אז עס איז דא אן אומגליקליכער וואס ברויך דיין הילף. און איך וועל, ווי אמאל, דיר אויפווייזן אז דיינע וועגן זענען וואנזיניג און צוועקלאז."

-פארזעצונג קומט אי"ה-
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

הא לכם בקובץ פי די עף
תהנו
אטעטשמענטס
קאפיטל 4.pdf
(99.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 38 מאל
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

וואלטיער האט געשריבן:אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער

נעוואדע, דעי וואך, איך דארף מיר האלטן אויף די שפילקעס ביז נעקסטע וואך ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

וואלטיער האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

נעע.. לייג ארויף!
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

מה בכך האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער

נעוואדע, דעי וואך, איך דארף מיר האלטן אויף די שפילקעס ביז נעקסטע וואך ?
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

וואלטיער האט געשריבן:אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער

what a question
אברהם ווייס
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:02 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם ווייס »

אוודאי די וואך
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואלטיער, דיין זיך רעכענען מיט די דורשט פון די לייענער שטייגט שוין באלד איבער דיינע אויסטערלישע טאלאנטן!
פון מיין זייט שרייב יעדן 'טאג' אזא לאנגס!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואלטיער, דיין זיך רעכענען מיט די דורשט פון די לייענער שטייגט שוין באלד איבער דיינע אויסטערלישע טאלאנטן!
פון מיין זייט שרייב יעדן 'טאג' אזא לאנגס!

פון א יעדענס זייט די טראגסט אונדז אוועק פון די עולם הטרדות
וויטט אוועק
יישר כח גדול
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

למעלה האט געלייגט א פד"פ צום גאנצע מעשה viewtopic.php?p=2716499#p2716499
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

א ישר כח גדול! זיכער לייג נאך!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:למעלה האט געלייגט א פד"פ צום גאנצע מעשה viewtopic.php?p=2716499#p2716499

גאנצע געשיכטע?
און מיין אנאליז איז דער געשיכטע נאכנישט האלב
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:למעלה האט געלייגט א פד"פ צום גאנצע מעשה viewtopic.php?p=2716499#p2716499

גאנצע געשיכטע?
און מיין אנאליז איז דער געשיכטע נאכנישט האלב

*ביז אהער. אנטשודיגט.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואלטיער, דיין זיך רעכענען מיט די דורשט פון די לייענער שטייגט שוין באלד איבער דיינע אויסטערלישע טאלאנטן!
פון מיין זייט שרייב יעדן 'טאג' אזא לאנגס!

ריטוויט א הונדערט מאל!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

נו וואדע די וואך, און נעקסטע וואך פי כמה.
און צום שלוס, א הארציגן יישר כח פארן מהנה זיין אומר אלע
הכו"ח הק’ כסליו חונה פה בחודש אייר
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW WOW ש'כח
נו וואדע דיע וואך :lol: :grin:
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

באקסער בוים האט געשריבן:א ישר כח גדול! זיכער לייג נאך!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מה בכך האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער

נעוואדע, דעי וואך, איך דארף מיר האלטן אויף די שפילקעס ביז נעקסטע וואך ?

;l;p- גא"מ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”