ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יעיע
און דאס איז א סמארטפאון. נישט?

זעכער נישט. ער אידאך א יוד.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

אילו זכינו הי' היום יום שלישי שנכפל בו כי טוב, יום שהיינו זוכים לשמוע דברי הסיפור מעטו של הרב וואלטיער
ועכשיו שלא זכינו ינסה כל אחד לחפש בבגדי ערי חומה ולרשום מה הי' רוצה שיכתב בספר הלאה אמן סלה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סינייעס?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האמער געהאפט אפשר לכ' יו"ט העט קומען עפעס...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

ראטשעסטער האט געהויבן זיינע אויגן פון זיין קאמפיוטער און געזעהן אלישייב'ס סעלפאון, און יענע מינוט האט זיך עס געגעיבען א צוקלינג, ער געט א בליק אויפן קאלער איידי ער זעיט א נאמער וואס איז היבש קענטליך, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א הייב אויף מיט א פארווינדערטע מינע געט ער א פרעג "וואלטיער ווי ביזטו די עולם ווארט אויף דיר".
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

~~~~~~~~~~~~~~~~~~
--היום יום שלישי בשבת--

וואלטיער ברודער וואס שלאפסטו איינס צוויי דריי פיר
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואלטיער שלאפט נישט.
געמאלדן צו ווארטן א וואך צוויי דריי.
כ'האף אז נעקסטע וואך וועט שוין די ביזינעס זיין פאריבער...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואלטיער שלאפט נישט.
געמאלדן צו ווארטן א וואך צוויי דריי.
כ'האף אז נעקסטע וואך וועט שוין די ביזינעס זיין פאריבער...

כ'האף ער זאל עס קענען שפינען ווייטער אפילו ווען ער איז ביזי!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואלטיער שלאפט נישט.
געמאלדן צו ווארטן א וואך צוויי דריי.
כ'האף אז נעקסטע וואך וועט שוין די ביזינעס זיין פאריבער...

כ'האף ער זאל עס קענען שפינען ווייטער אפילו ווען ער איז ביזי!

ער זאל מאכען געלט אן זיין ביזי
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

וואלטיער האט געשריבן:די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט נישט זיין קיין פארזעצונג. ביזי צייטן (די גוטע סארט ביזי ב"ה). כ'האף פארצוזעצן, און פארענדיגן, די געשיכטע בקרוב אי"ה
וואלטיער

תודה על העבר ובקשה על העתיד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האפמער טאקע אז די וואך וועט שוין יא זיין א דינסטאג...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:האפמער טאקע אז די וואך וועט שוין יא זיין א דינסטאג...

געב עס א האלבע שעה אין ס’איז דינסטאג ...
האפענטליך אפשר נישט
#כרצונו
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אי"ה שפעטער היינט

;1@ ;1@ ;1@ ;1@
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ב"ה ב"ה
WELCOME BACK
אונז האמיר אזוי שטארק געהאפט אז די חשובע "יהודה וואלטיער" איז ביזי מיט זיינע זאכן מיט גרויס הצלחה (און ער זאל זיך שנעל קענען צוריקקערן צו אונז)
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

וואלטיער. לאמיך דיך געבן דעם פארדינטן שכח.

איך האלט שוין מיט די מעשה א שטיק צייט, כ'מוז דיר זאגן, אזאנס ווי דיר איז דא ווייניג.

כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דינסטאג לייגט מען ארויף א פרישע פארזעצונג, און אויב מאכט זיך אמאל אמאל אז מ'קען נישט ארויפלייגן זאגט מען פארדעם, נישט ווי אנדערע שרייבערס פלעגן אמאל טוהן.

אבער דיין שפראך איז עפעס אנבעליוועבל, די מעשה. די קערעקטערס. די היסטאריע. זאפטיג. רייך. שפאנענד. אזויפיל זאכן וואס מ'קען ארויסנעמען צווישן די שורות.

זאל דיר דער רבוש"ע געבן כח ווייטער צו מהנה זיין נאך הונדערטער אידן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

היסטאריש האט געשריבן:וואלטיער. לאמיך דיך געבן דעם פארדינטן שכח.

טוען נאך היינט...
:?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

יש לו מנה האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:וואלטיער. לאמיך דיך געבן דעם פארדינטן שכח.

איך האלט שוין מיט די מעשה א שטיק צייט, כ'מוז דיר זאגן, אזאנס ווי דיר איז דא ווייניג.

כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דינסטאג לייגט מען ארויף א פרישע פארזעצונג, און אויב מאכט זיך אמאל אמאל אז מ'קען נישט ארויפלייגן זאגט מען פארדעם, נישט ווי אנדערע שרייבערס פלעגן אמאל טוהן.

אבער דיין שפראך איז עפעס אנבעליוועבל, די מעשה. די קערעקטערס. די היסטאריע. זאפטיג. רייך. שפאנענד. אזויפיל זאכן וואס מ'קען ארויסנעמען צווישן די שורות.

זאל דיר דער רבוש"ע געבן כח ווייטער צו מהנה זיין נאך הונדערטער אידן.

טוען נאך היינט...
:?

דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה..... :lol: :lol:
דרך אגב דאס אז "וואלטיער" איז אזוי געטריי צו זיינע ליינער מיט אזא מסירת נפש. נעמט נישט אוועק פון דיין (שווערע) "מייסטער ארבעט" (אפילו אונז ווארט מיר צומאהל זייער לאנג!)
viewtopic.php?f=3&t=43734&p=2802111#p2802111
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יש לו מנה האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:וואלטיער. לאמיך דיך געבן דעם פארדינטן שכח.

איך האלט שוין מיט די מעשה א שטיק צייט, כ'מוז דיר זאגן, אזאנס ווי דיר איז דא ווייניג.

כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דינסטאג לייגט מען ארויף א פרישע פארזעצונג, און אויב מאכט זיך אמאל אמאל אז מ'קען נישט ארויפלייגן זאגט מען פארדעם, נישט ווי אנדערע שרייבערס פלעגן אמאל טוהן.

אבער דיין שפראך איז עפעס אנבעליוועבל, די מעשה. די קערעקטערס. די היסטאריע. זאפטיג. רייך. שפאנענד. אזויפיל זאכן וואס מ'קען ארויסנעמען צווישן די שורות.

זאל דיר דער רבוש"ע געבן כח ווייטער צו מהנה זיין נאך הונדערטער אידן.

טוען נאך היינט...
:?

יש לו. זארג דיר נישט מ'וועט באלד אנקומען צו דיר

.כאטש דיינס ליין איך נאכנישט צוליב די אויבנדערמאנטע, אבער פון א בליק דא און דארט זעט מען דיין טאלאנט
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:וואלטיער. לאמיך דיך געבן דעם פארדינטן שכח.

איך האלט שוין מיט די מעשה א שטיק צייט, כ'מוז דיר זאגן, אזאנס ווי דיר איז דא ווייניג.

כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דינסטאג לייגט מען ארויף א פרישע פארזעצונג, און אויב מאכט זיך אמאל אמאל אז מ'קען נישט ארויפלייגן זאגט מען פארדעם, נישט ווי אנדערע שרייבערס פלעגן אמאל טוהן.

אבער דיין שפראך איז עפעס אנבעליוועבל, די מעשה. די קערעקטערס. די היסטאריע. זאפטיג. רייך. שפאנענד. אזויפיל זאכן וואס מ'קען ארויסנעמען צווישן די שורות.

זאל דיר דער רבוש"ע געבן כח ווייטער צו מהנה זיין נאך הונדערטער אידן.

טוען נאך היינט...
:?

דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה..... :lol: :lol:
דרך אגב דאס אז "וואלטיער" איז אזוי געטריי צו זיינע ליינער מיט אזא מסירת נפש. נעמט נישט אוועק פון דיין (שווערע) "מייסטער ארבעט" (אפילו אונז ווארט מיר צומאהל זייער לאנג!)

איך האב נישט קיין פראבלעם צו פעיסן די מציאות אז איך בין פארשלעפט, אודאי וואלט איך געוואלט קענען זיין ווי וואלטיער, אבער כ’האב מיך אויסגעלערנט אז אויב די קאפ קאאפערירט נישט דאמאלטס איז א שאד די שרייבן, כ’האב שוין געווארפן גאנצע בלעטער אין מיסט ווייל ס’איז געשריבן געווארן אן די ריכטיגע ישוב הדעת.

און צו דיר @וואלטיער... ביסט א מייסטער!! דיינע שרייב ווערק איז צום באוואונדערן, און נאך מער דיין פונקטליכקייט אין ארויפשטעלן די פרישע פארזעצונגען אין צייט, ווארשיינליך בין איך דא די איינציגסטער וואס ווייסט ווי שווער עס איז.

און גראדע כ’האב שוין א חשד ווער דו ביסט, העמער עס דא לאזן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 9-10 צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אין קורצן פון פריער:

מאיאר מישא אלישייב באמערקט אויף 'סערוועילענס פוטידש' ווי ר' שמוען אויסלענדער האט זיך געטראפן מיט ארטור סאקאלאוו פאר ער איז פארשוואונדן געווארן פונעם הייאט רידשענסי קיעוו האטעל. ארטור סאקאלאוו איז געווען אן עף.עס.בי (רוסישע זיכערהייטס אגענטור) אגענט מיט אן אומגונסטיגן רעפוטאציע. אליישיב האט געזעהן אז ער וועט נישט קענען מיטארבעטן מיט ראטשעסטער און די אמעריקאנער אינטערעסן, דעריבער האט ער זיך אפגעשאקלט פון זיי און איז ארויס אויף די מיסיע איינער אליין.

קאפיטל 9

אלישייב האט געהויבן איינע פון די בורנער-סעלפאונס צו זיין אויער, און די פלאסטיק האט גערוהט אויף זיין שלעכט-געהיילטע באק וואונד וואס איז געגעבן געווארן דורך אלעק דווארסאק, דער ריזיגער בלאנדער סלאוו פונעם סיבירער באזע, דער זעלבע וואס האט אים געקרוינט מיטן צונאמען 'יעוורעי'.

"יא," האט אלעק דווארסאק, קרימינאל און רוסישע מאפיא באס, אויפגעהויבן דעם רוף וואס איז געקומען איבער זיין סעל פאון.

"אלעק," האט אים מישא אדערסירט.

"דאס ביסטו, אלישייב? פון וואו רופסטו מיר?" האט ער געפרעגט ווען ער האט דערקענט דעם שטימע, אבער נישט דעם נומער.

"פון א בורנער-פאון. וויאזוי איז עס אויף דיין זייט? פארזיכערט?"

"פארזיכערט? גארנישט איז פארזיכערט. און זיכער נישט קיין סעל פאון. אבער זארג נישט, מיינע געשפרעכן ווערן נישט רעקארדירט. ווען מען טוט ביליאנען אין ביזנעס מיטן הויפט פון אונזער באליבטער רוסישער פעדעראציאן, האט מען די באקוועמליכקייט פון ווערן איגנארירט דורך די עף.עס.בי, און די אנדער נודניקעס פון די זיכערהייטס אגענטורן," האט אים אלעק באמבאסטיש ערקלערט די באנוס פון זיין נאנטשאפט מיט פוטין. פארשטייט זיך אז אלעק האט דעם נאנטשאפט געהאט מישא'ן צו פארדאנקן, ווייל מישא האט געמאכט די פארבינדונג צווישןן די צוויי, יארן פריער, נאך די צוזאמפאל פונעם סאוועיטן פארבאנד. "דו קענסט רעדן אפן מיט מיר," האט אלעק צוגעלייגט.

"איך ברויך דיין הילף."

"האהאהוהא," האט אלעק זיך צולאכט מיט אזא זאפט און געשמאק איבער זיין סעל, אז מישא'ן האט זיך געדאכט אז יענער וועט זיך דערשטיקן איבער זיין געלעכטער. "ענדליך, ענדליך. עס איז מיר אן עהרע, מיין בראווער און געטרייער יעוורעי, אז דו בעהטסט מיין הילף. איך, און מיין ברייטע אימפעריע, זענען דיר אזויפיל שולדיג. איך וועל הייסן ארויסברענגן די שאפמאניע פאר אזא גונסטיגע צייט. וואס ברויכסטו, געלט? וואפן? שנעלע אויטאס? אן ארמיי פון מיינע בעסטע גאסן-יונגן, גרייט נאכצושפרינגן יעדעס פארלאנג דיינע?"

"אינפארמאציע," איז געקומען מישא'ס אנטווארט.

"וואספארא אינפארמאציע?"

"סאקאלאוו. ארטור סאקאלאוו. וואו האלט ער זיך אויף?"

פון די אנדערע זייט איז געקומען א נאר א שטילקייט, און אלעק דווארסאק'ס באזארגטע אטעמס. נאך א וויילע האט ער געזאגט מיט א נערוועזע שנעלקייט: "ווען יעוורעיסקי טוען איינמאנען א חוב דאן זאל ג-ט אונז אלע בעהיטן, ווייל עס קאסט אפ טייער. איך קען דיר ווען צושטעלן אז דו זאלסט לעבן אין א באגילדעטע פאלאץ פון באדינער און דינסטן, מיט די בעסטע לוקסוס וואס די וועלט האט נאר, און אנשטאט בעהטסטו פון מיר אינפארמאציע וואס קען אונז ביידן אין הייסן העלן פייער אריינפירן, דו צודרייטער יעוורעי."

"וואו געפונט ער זיך?" האט אלישייב ווידער געפרעגט.

"וואס ווייס איך?" האט אלעק פרובירט זיין מזל.

"דאס איז נישט קיין ענטפער."

"קוק, יעוו, דו שטעלסט מיר אין זייער א ריזיקאלישע פאזיציע. סאקאלאוו קען אראפברענגן אלע ערליי מיסט אויף מיין קאפ, אויב ווערט ער געוואויר אז איך האב זיך אריינגעמישט אין זיינע געשעפטן, אדער אים געזוכט אראפצורוימען פון וועג."

"איך זוך אים נישט אראפצורוימען פון וועג, אזויווי דו האסט אראפגעלייגט, מיט דיין געווענליכע דיפלאמאטישע און עלעגאנטע שפראך. איך זוך נאר צו רעדן מיט אים."

"נאך ערגער!" האט אלעק געשריגן, "רעדן מיט אים? ענדערש אים אינגאנצן אראפרוימען, בעפאר ער קען ברענגן דעם בעזעם צו אונז. הער אויס. ווער מיינסטו פירט די רוסישע רעגירונג? די אונטערוועלט. די בראטווע. און ווער פירט די בראטווע?"

ווען מישא האט נישט געעטפערט, האט אלעק אליין ביישטייערט דעם ענטפער.

"די עף. עס. בי. פירט עס, דו דומקאפ," האט ער זיך צושריגן. "דיינע ביזעם פריינט. דו ביסט דאך ארמיי אינטעליגענץ, פארוואס פרעגסטו נישט אין דיינע ווינקלען."

"אלעק," האט אלישייב אפעלירט.

"אקעי, אקעי. וואו ביסטו יעצט, דו פארוקטער סאלדאט?"

"איך בין אין קיעוו, און איך האב א שטארקע פארדאכט אז ער איז ערגעץ אין אוקריינע," האט ער געענטפערט.

"קיעוו, זאגסטו? אהא. הער מיר אויס, איך ווייס נישט וואו ער איז, אבער אויב זאגסטו אז ער איז אין אוקריינע, וואלט איך דיר געראטן צו באזוכן די פאלגנדע שענק-הייזער און פארזוכן דיין גליק דארט. הייב אן מיט די 'פאסיידן' אדער די 'נייטרוס', און אויב נישט, פרוביר ביי 'אריקס באר'. אבער געב אכט אז דו זאלסט זיי נישט צופיל באלאסטיגן, און הייב זיך נישט אן מיט קיינעם דארט אויב דו קענסט עס פארמיידן. די אלע זענען מאפיא קאנטראלירט, און אין די טעג טראג איך נישט אזויפיל געוויכט אין אוקריינע ווי אמאל, דעריבער וועל איך דיר נישט צופיל קענען העלפן אויב דו רייצט זיי אן."

"ספאסיבא, אלעק, איך וועל האלטן דיין ווארענונג פאר די אויגן. ביזדערווייל, וואו קען איך פארשאפן א דראגונאוו רייפל אין קיעוו?"

"א דראגונאוו? וואסילי איז מיט דיר?"

"ניין."

"איז פארוואס דארפסטו א דראגונאוו אין קיעוו? דאס ווערט דאס בעסטע גענוצט אלץ א סנייפער רייפל, און דו ביזט נישט קיין סנייפער."

"גערעכט, אבער ציוויל-מענטשן ווייסן דאס נישט. אויף זיי ווערט עס די בעסטע גענוצט אלץ אן אפשרעקונגס מיטל. א ריייפל מיט אזעלכע פעהיגקייטן דינט ווי א וואונדערבארער אינסטרומענט ארויסצוצוען אינפארמאציע."

"אסאך מאל פארגעס איך ווי ברוטאל דו קענסט זיין. יא, איך קען עס דיר פארשאפן. רוף מיך צוריק אין פופצן מינוט. און זעה צו מאכן זיכער אז אלעס וואס דו דרייעסט אן בלייבט ביי דיר אין גארטן. איך האלט נישט ביים פארלירן מיין אימפעריע צוליב איין יעוורעי מיט א טויט-וואונטש," און ער האט פארענדיגט דעם רוף מיט זידלונגן ווי נאר א סלאוו קען.

***

צענדליגע מייל אוועק האט קייזער מענאווסק שנעל געבליקט אויף א טעקסט וואס האט זיך באוויזן אויף זיין בורנער.

אלישייב: סאקאלאוו'ס פאזיציע?

מענאווסק: נאך גארנישט.

אלישייב: ראטשעסטער'ס אויפפירונג?

מענאווסק: רואיג. נישט זיכער אז ער האט באמערקט אז דו פעלסט.

מאדנע, האט אלישייב געטראכט.

אלישייב: וואו האלסטו מיט לעיפסאן'ס אלארם-סיסטעם?

מענאווסק: גרינג ווי אן ערשטע קלאס שיין-שרייבן בוך. איך קען עס פארלעשן פון דערווייט ווי נאר דו פארלאנגסט.

אלישייב: און די גאסן קאמערעס ארום די געגנט?

מענאווסק: נאך עטליכע מינוט, און איך וועל קענען פארלעשן מייסטנס פון זיי. באלד אלע זענען פארבינדען צום אינטערנעץ.

עטליכע מינוט שפעטער האט אלישייב באקומען אנווייזונגען פון אלעק דווארסאק וואו אפצונעמען דעם דראגונאוו רייפל. עס איז געקומען די צייט פאר לעיפסאן צו רעדן דעם אמת.

קאפיטל 10

פינאנציער און בעראטער מיסטער לעיפסאן איז געזעצן אין זיין שטילן, טונקלען קיך, זיין נאכטמאל טעלער ליידיג און זיין מאגן פול. זינט זיין ווייב און קינדער זענען געווען אוועק ביי זייער צווייטע היים אין אסלא, נארוועגיע, איז ער געווען אליינס, און ער איז געווען געצווינגען צו עסן א פשוט'ע נאכטמאל וואס איז באשטאנען פון א געקויפטע גרינס סאלאט און א באגעט. ער איז געווען אזוי אריינגעטאן אין די נייעס אויף זיין סעלפאון, אז ער האט ניטאמאל באמערקט דעם ריזיגן פארם וואס האט שטילערהייט פארשאטנט די קנאפע ליכטיגקייט ביים אריינגאנג פון זיין קאך.

"גוטן אווענד," האט אלישייב געזאגט פון עטליכע פוס אוועק פונעם טיש. די קול האט אזוי צוטרייסלט לעיפסאן אז ער האט ארויסגעלאזט א קוויטש ווי א דערשראקענע גאנז, בעת זיין סאלפאון איז ארויסגעפאלן פון זיין האנט און אראפגעטראסקעט אויף דעם מארמארענעם ערד און צוקראכט די סקרין.

"וואס טוסטו דא?" האט לעיפסאן געפרעגט, פאניק און שרעק אין זיין קול. גוט, האט אלישייב געטראכט. ווי מער פאניק אלץ בעסער.

"וואס איך טוע דא?" האט אלישייב רואיג צוריקגעפרעגט מיט א שטארקע סארקאזם, אזוי אז לעיפסאן זאל עס נישט קענען פארפאסן אין זיין פאניק. ער האט צושטאט אראפגערוקט פון זיין אקסל א לאנגן רוקזאק פון שווארץ-לייווענד וואס האט אויסגעקוקט אביסל ווי עס האט ענטהאלטן א מוזיק-אינסטרומענט דערין, און עס אראפגעזעצט פלאך אויפן טיש. "וואס איך טוע דא? איך בין אבער נישט דא, דעריבער קען נישט זיין אז איך טוע עפעס דא."

אלישייב האט גערוקט דעם זיפער צו עפענען דעם רוקזאק אין א רואיגע אבער אויסגערעכנטע באוועגונג, און די "זזזזזזיפ" קלאנג האט געשפילט אויף לעיפסאן'ס נערוון ווי נעגל אויף א טאוול.

'און אויב דיר פאלט איין איבערצוגעבן פאר די פאליציי אז איך בין יא דא געווען," האט אלישייב פארגעזעצט, און ארויסגענומען פונעם זאק א האלב צוזאמגעשטעלטן דראגונאוו רייפל, "דאן איז גוט אז דו זאלסט וויסן אז עס זענען דא מערערע עדות וואס וועלן זיין גרייט אנצוצייגן אז איך האב פארברענגט מיט זיי אלע אווענד שטונדען. לאמיר זעהן, יעווגעני לודמיר, אסמאן ניעגאוו, און וולאד ראדזימילא, אלע שטייען גרייט צו שווערן אז זיי האבן געשפילט קארטן מיט מיר די אווענד און נאכט שעה'ן, אין אן אפארטמענט אין וועסט-קיעוו. וואר, זיי זענען אלע קרימינאלן, אבער זיי אלע האבן נאנטשאפטן מיט די פאליציע. און אין קיעוו איז עס נישט וויכטיג וואס מען טוט, נאר וועם מען קען."

לעיפסאן האט זיך גערוקט אומבאקוועם אין זיין בענקל, און געדרייעט זיינע אקסלען ווי א צאפלנדיגן ווארעם אונטער דרוק. ער האט געהאלטן אין איין קוקן אינעם ריכטונג פונעם קארידאר וואו זיין זיכערהייט-אלארם איז געלעגן אויפן וואנט, אווי ער האט געווארט אז עס זאל זיך צופייפן און אים ברענגן הילף.

"המממם. איך גלייב אז דו ווארטסט אז דיין אלארם זאל זיך צוקלינגן, און אלאמיערן די זיכערהייטס פירמע.

אלישייב האט ארויסגענומען די באשטאנדטיילן וואס זענען נאכנישט געווען באהאפטן צום גרויסן רייפל און זיי גענומען צוזאמשטעלן.

"שאד, א שאד. די אלארם איז יעצט אונטער די פארזיכטיגע קאנטראל פון מיין קאלעגע, א העקער מיט טאלאנט אן קיין פארגלייך. די אלארם איז טויט."

"איך וועל שרייען. די שכנים וועלן רופן די פאליציי," האט לעיפסאן פרובירט, אבער די ציטער אין זיין קול האט אוועקגעגעבן די זיין אנשטעל פון א בראווע פראנט.

אלישייב האט זיך גענומען פארן איבער א מאגאזין וואס האט געווען געאייגנט פאר קוילן וואס האבן געקענט דורכרייסן פאנצער.

"שרייען? אזא לוקסוסרייכע אפארטמענט האט קלאנג-שוץ ווענט. עס וועט דיר קיינער הערן."

"וואס ווילסטו פון מיר? פארוואס ווילסטו מיך שיסן?" זיין שטימע איז געווען קליין און נעבעכדיג.

"דיך? שיסן? טצצסס. נארישקייטן. איך זוך אינפארמאציע. וואס האבן פון א טויטן אינפארמאנט?"

"איז פארוואס שטעלסטו אויף דעם ריזיגן רייפל דא? הער שוין אויף!"

"אה," האט אלישייב געזאגט ווי איינער וואס איז מסביר א פשוט'ע מציאות,"ווייל איך דארף האבן מיט וואס אויסצושיסן דיינע קניען. אז דו זאלסט מער נישט קענען גיין אין שלעכטע וועגן."

"וואס?!" איז די פאניק צוריקגעקומען מיטן געדאנק פון פארלירן זיינע פוס.

"וואס איז דיין פארבינדונג מיט ארטור סאקאלאוו?" האט אלישייב געפרעגט אנשטאט.

"ווער?" האט לעיפסאן פרובירט צו שפילן.

אלישייב האט נישט געענטפערט. ער האט אריינגערוקט דעם מאגאזין אינעם געווער-פעדער, וואו די קוילן האבן זיך אריינגעזעצט אינעם קאמער, מיט אן ענטגילטיגן "קליק".

"אקעי, אקעי, איך בין זיין פערזענליכע פינאנציער," האט לעיפסאן געוואלט בייטן זיין צייט.

"און?"

"און דאס איז עס!" האט ער געזאגט פארצווייפלט.

אלישייב האט געהויבן דעם רייפל און געלייגט דעם געוועהר-סטאק אונטער זיין ארעם-בייג, ווי עס האט גערוהט גרייט צום באנוץ.

"קניען," האט ער געדראעט געלאסענערהייט.

"און אויב וועסטו אויסשיסן מיינע קניען?! דאס איז נישט אזוי געפערליך ווי דאס וואס סאקאלאוו וועט טוען מיט מיר אויב איך וועל רעדן!" האט ער געשריגן דעם אמת.

אלישייב האט זיך נישט געקימערט. ער האט ארויפגערוקט דעם פארנט טייל קאמער אז עס איז געווען געצילט אויף לעיפסאן'ס שטערן, גערוקט זיין האלז אין וועג וואס האט אים געגעבן א בעסערן ציל קאנטראל, אראפגעקוקט די לענג פונעם רייפל מיט זיינע שווארצע אויגן, און געזאגט "דריי, אכט, דריי, ביארענסאהן-גאטע."

לעיפסאן איז גענצליך צוטרייסלט געווארן. אלישייב האט נארוואס געציילט די אדרעסע וואו זיין ווייב און קינדער האבן זיך אויפגעהאלטן. זיין קערפער האט זיך גענומען ציטערן, אבער זיין פאניק האט אים שטאטעלעך פארלאזט. ער האט פארמאכט זיינע אויגן און שווער געאטעמט פאר עטליכע מינוט. אלישייב האט אים נישט ווייטער געדרוקט. ער האט געוואוסט אז ער האט געזיגט. לעיפסאן האט פארשטאנען אז אלישייב איז נאך אזוי געפארפול ווי סאקאלאוו, און דעריבער האט ער געמוזט מאכן אן אויסוואל, סאקאלאוו אדער אלישייב. איינער וועט מוזן זיין זיין באשוצער און דער צווייטער זיין נאכיאגער. לעיפסאן האט געמוזט באשליסן ווער עס וועט זיין וואס.

"לייג אראפ די געוועהר," האט לעיפסאן ענדליך געזאגט. " איך וועל דיר זאגן דאס וואס דו ווילסט הערן."

אלישייב האט גענידערט דעם רייפל און געווארט אז לעיפסאן זאל רעדן.

"וואס וועט זיין מיט מיין פאמיליע?" האט לעיפסאן געפרעגט.

"קיינער וועט זיי שעדיגן," האט אלישייב געזאגט.

"שווער דא צו מיר," האט לעיפסאן געפאדערט.

"איך שווער דאס צו דיר," האט אלישייב געענטפערט.

"סאקאלאוו טאר נישט וויסן אז איך האב גערעדט."

"ער וועט נישט וויסן."

לעיפסאן האט נישט אויסגעזעהן גענצליך איבערגעצייגט אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה.

"וואס ווילסטו וויסן?" האט ער געפרעגט.

"וואס איז דיין פארבינדונג מיט ארטור סאקאלאוו? אויסער די אפנזיכטליכע ענטפער וואס דו האסט מיר פריער געגעבן."
"דאס אז איך בין זיין פינאנציער, דאס איז די ווארהייט. אבער איך טוע אויך פארטרעטן זיין 'באס' אין אלע אומאפיציעלע פינאנץ אספעקטן."

אלישייב האט נישט געדארפט פרעגן ווער דער 'באס' איז געווען. ער און סאקאלאוו האבן נאר געהאט איין 'באס', און דאס איז געווען וולאדימיר פוטין.

"דו האסט אינוועסטירט זיין געלט?" האט אלישייב געוואלט קלאר מאכן.

"יא. דער 'באס' איז פון די רייכסטע מענטשן אין רוסלאנד, און עס איז נישט אומזונסט אזוי. ער האט די בעסטע קאנסולטאנטן און פינאנץ בעראטער. סאקאלאוו איז אייביג געווען אונזער פארמיטלער."

"און אויסלענדער?"

"אויסלענדער איז אריינגעקומען אינעם בילד צוליב דעם וואס עס איז געווען אזויפיל אומזיכערקייט אין די מארקעט מיט די רוסיש-אוקריינער קאנפליקט. דער 'באס' איז באקאנט מיט די ווערטער פונעם באראן ראטשילד, אז ווען עס פליסט בלוט אין די גאסן איז די בעסטע צייט צו קויפן אייגנטום. אזויווי ער האט געוואלט וויסן אין וועלכע ריכטונג די וועלטס מארקעטן וועלן פירן, האב איך באשלאסן אריינצוברענגן די בעסטע און קליגסטע אין דעם געביט, און אזוי באיינדרוקן דעם 'באס'. איך האב גערעדט צו פריינט אין די פינאנץ וועלט, איינס פון זיי ראטשעסטער, און אזוי בין איך אנגעקומען צו אויסלענדער'ן."

אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ. "רעד ווייטער."

"צוערשט איז אלעס גוט געפארן, אבער אויסלענדער האט אנגעהויבן פרעגן פראגן און פארדעכטענישן. ער האט געוואלט זעהן ביכער און קאנטעס. עפעס האט אים נישט געשמעקט. עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז אויף א מיסיע אויפצוווייזן אז די קאנטעס זענען קרום אדער פאלטש. ער האט געהאלטן אין איין זאגן אז דאס מאל וועט ער נישט פארקוקן, אדער אריינפאלן, אדער עפעס אזוי. עס האט אויסגעזעהן ווי ער ווערט געטריבן דורך א פערזענליכע אינטערעסע אויפצוווייזן אז ער קען כאפן פעלערן אין די קאנטעס. און ער האט טאקע געכאפט. און געפרעגט נאך פראגן, ביז עס האט אויסגעזעהן אז ער כאפט צופיל. איך האב זיך געפארכט אז עס איז געווארן צו געפארפול, האב איך עס איבערגעגעבן פאר סאקאלאוו."

"און דו האסט אראנזשירט א זיצונג צווישן די צוויי," האט אלישייב פארשטאנען.

"יא," האט לעיפסאן געענטפערט. "עס האט מיר אויסגעזעהן ווי די בעסטע אויסוואל דאן. זאל סאקאלאוו זיך ספראוון מיט אויסלענדער'ס עטשלאסענע אויספארשונג אין די קאנטעס. ווען איך האב נישט צוריקגעהערט פון אויסלענדער בין איך געווארן באזארגט."

"אבער נישט גענוג באזארגט צו גיין צו די פאליציי. אדער אינפאמירן זיין פאמיליע," האט אלישייב פארגעווארפן.

"דו קענסט סאקאלאוו? דו ווייסט וואס ער איז אומשטאנד? איך האב זיך געזוכט צו שוצן. איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?"

אלישייב האט נישט געענטפערט. לעיפסאן איז געווען געמאכט פון א שוואכע כאראקטער. ער האט נישט געהאט קיין פערזענליכע שטארקייט אדער דרייסט. עס האט נישט געהאט קיין זין אים פארצוהאלטן. עס איז שוין געווען צו שפעט פאר דעם. אלישייב האט צונומען די רייפל און עס פארפאקט אינעם שווארץ-לייווענד רוקזאק. ער האט נישט געדארפט ווארענען לעיפסאן נישט צו רעדן איבער זייער געשפרעך, יענער האט דאס אליינס פארשטאנען פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.

"וואס גייסטו טוען דערוועגן?" האט לעיפסאן געפרעגט פאר אלישייב איז ארויס פון זיין אפארטמענט.

אלישייב האט נישט געענטפערט, און איז ארויס. יעצט אז ער האט געוואוסט פאר זיכער אז סאקאלאוו איז געווען הינטער אלעס האט ער אויך געוואוסט אז דארט וואו סאקאלאוו, דארט אויסלענדער. אויב ער קען נישט געפונען סאקאלאוו, וועט יענער אים מוזן געפונען. ער האט פארשטאנען אז אויב וועט ער שטויסן דעם וועספן-נעסט וואס איז געווען סאקאלאוו'ס קרימינאלע אפעראציע דאן וועלן די וועספן ווערן צוווילדעוועט און שוצן זייער נעסט. כאטש ער וועט אויך ווערן צושטאכן און צוביסן מיטן זיך רייצן מיט די וועספן, איז דאס געווען די איינציגסטע אנצוקומען צו זייער קעניגן. אדער קעניג, אין די פאל.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אייזן אייזן!!

ש’כח.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

wow wow wow שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”