דער ניו יארקער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

דער ניו יארקער...

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:36 pm

די ווירוס בארירט,
שטארק אפעקטירט,
ווערט דער ניו יארקער.

אנגעהויבן פון ניו ראשעל,
זיך פארשפרייט גאנץ שנעל,
צווישן ניו יארקער.

הייליגע טאטע,
הויכע טויט ראטע,
ביים ניו יארקער.

אין גאנצן לאנד,
א סימבאל פון שאנד,
איז דער ניו יארקער.

פארשידענע אדמיניסטראציעס,
שטעלן רעגולאציעס,
קעגן דעם ניו יארקער.

קיין טרעוול געלעגנהייט,
ווייל ענטרי דינייעד,
פאר ניו יארקער.

נישט וועלקאם אין סטעיט'ס,
אויב לייסענס פלעיטס,
זענען ניו יארקער.

אויב לאזט יא אריין,
קווארנטינט זיין,
יעדע ניו יארקער.

אבער די וועלט דרייט זיך כנהוג,
די מצב ווערט רואיג,
לטובת ניו יארקער.

באשעפער אזוי געפירט,
די נומערן סטאביליזירט,
ביי טעסטן אויף ניו יארקער.

פלוצלינג א ישועה,
הפך על פיה,
די אופפירונג צו ניו יארקער.

די צייט ווערט רייף,
פאליסיס אויס שטייף,
כלפי ניו יארקער.

פילע דעסטינאציעס,
קווארנטינען פון אלע לאקאציעס,
אויסער ניו יארקער.

נאציאנאלע לופטפעלדער,
פוסטע וועלדער,
אבער נישט די ניו יארקער.

נאכמער עס גייט-זיי,
ווען זיי הייבן די פלייצע,
די ניו יארקער.

ווער אין צווייטע סטעיט וואוינט,
גייט דורך א טשעק פוינט,
אריין צו ניו יארקער.

פון שפלים ביז גאר,
די העלדן פונעם יאר,
פאליטישנס ניו יארקער.

ריזיגע פליאות,
ווי ס'האצעך געטוישט די מציאות,
מיטן ניו יארקער.

* * * * *

פון פיינטשאפט און האס,
געלעכטער און שפאס,
ליידט דער אידל.

זיין שטאנד אויסגעראטן,
Juden und hunde verboten,
שרייבט מען אויפן אידל.


אזא ביטערע גלות,
מיט פאגראמען און בהלות,
גייט דורך דער אידל.

אויב אויפן גאס שפאצירט,
ציטערט צו ווערן אטאקירט,
דערשראקן איז דער אידל.

ביי די אלגעמיינע גאס,
אלס צווייטע קלאס,
איז באטראכט דער אידל.

טייל שרייען "אומשטודירט",
אנדערע "די וועלט פירט",
מ'באשולדיגט דעם אידל.

וואו ער טוט זיך נאר רוקן,
דערווייטערנדע בליקן,
שפירט דער אידל.

נישט וועלקאם נישט אנגענומען,
וואו ער וויל נאר אנקומען,
קיין געלעגנהייט פארן אידל.

פלוצלינג אלעס געטוישט,
די וועלט רוישט,
אין שפיץ דער אידל.

ווי מאדנע ס'הערט-זיך,
די כבוד מערט-זיך,
פארן אידל.

אנשטאט זיין אוטערגעשטעלט,
אויף די גאנצע וועלט,
רעגירט דער אידל.

קיין בריאה קיין מענטשל,
האט נישט קיין פאטענטשל,
אויסער דער אידל.

הצעיר לגוי עצום,
שטייגט איבער די שקצים,
גרויסארטיג, דער אידל.

און ביומי דמשיחא,
וועלן אלע ברענגען דעם כתר מלוכה,
פארן גאט פון דעם אידל!
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

אוועטאר
ישראל אהרן
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך ישראל אהרן » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:37 pm

הערליך שיין געשריבן

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:39 pm

wow wow
הערליך איז נישט דאס ווארט מיט א געזונטען מעסעדש!
סהאט מיר זייער געפאלן די קאנטראסט אין די פארגראף

"טייל שרייען "אומשטודירט",
אנדערע "די וועלט פירט",
מ'באשולדיגט דעם אידל."

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:43 pm

וואַו! טאלאנט.
אפוועזנד.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:56 pm

איך ליין זעלטן גראמען,
אבער סאם האו האב איך דאס געליינט,

זייער טרעפליך
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:00 pm

אויסנאם שיין! די גראמען, די געדאנק און די ריטעם. נאדער א גרינע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 6:22 pm

הערליך
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך להודיע » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 7:32 pm

ארטיסטיש און שעפעריש ביז גאר

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:27 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך! רייך! און קינצלך...

''קיין שום מענטשל.
האט נישט קיין פאטענטשל''

דאס איז אויסנאם גוט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:42 pm

;l;p-
גאר גוט!!
בכלל זענען די גראמען גאר לייכט און נישט זומפיג..

ייש"כ
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת כתיבה וחתימה טובה הק' שיעלע

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:59 pm

הערליך הערליך!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:11 pm

שיין שיין, און דער מעסעדזש געוואלדיג!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:23 am

Wow!!!
שויתי ה' לנגדי תמיד

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:31 am

הערליך שייין!
סיי די גראם, די געדאנקן שבו און דער מעסעדזש.
---

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:42 am

זייער זייער שיין! הערליך!
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך מודהאני » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:46 am

געוואלדיג תוכנדיג.....
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

ערעב איד
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm

Re: דער ניו יארקער...

תגובהדורך ערעב איד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:07 am

זייער שיין! לייק.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 5 געסט