ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

א צושטרויבעלטע און פארסאפעטע פיאה איז האפטיג געפלויגן מיט קראפט, קלעבעדיג און פארשלאפן, ווערנדיג געפירט ביי איר פארשלאפענע שאפער ר' זויטל, נישט קענענדיג זוך באלאנסירן איז ער געלאפן א צוגראדזשעטער אויף דעם גרויסן גאס אויפן וועג צו זיין שבת צופרי מקוה'לע, די זייגער האט געוויזן אויף האב עלעף און די וועג האט נאך געזאלט געדויערן א איין און אהאלב מיניט, זיין אטעם האט עידות געזאגט אז ער איז ערנסט אנגעפילט מיט פאניק און זארג ווען זיין אויגן פאלט אינסטינקטיוו יעדע אנדערט האלבן סאקונדע אויפן לויפנדיגע זייגערל וואס שטעלט זוך נישט אפ פאר קיין מיניט.
וואס איז?,
וועל איך דיר מסבר זיין..
זיין חבר'ס שכן דארף היינט צו באווארפן זיין געצערטלטע שימעלע, און פארשטייט זוך אז ער גייט באקומען א פעטע עליה לתורה, און.. און וואס און?. ער גייט מיר זיכער מאכן א 'מי שעביירעכ'ל' , זאל איך דען ארויסלאזן דאס גאלדן זעלטענע געלעגענהייט פון ווערן אויסגערופן אינעם ריזן בית מדרש ווען אלע אויגן זענען געוואנדן צו מיין ריכטונג, און.. (דמיונ'ט ער ווייטער נישט באמערקנדיג אז די וועג ווי אזוי מען האט געבויעט די גאס איז געווען מתחילה ראשונה געבויעט אז נאך מענטשן האבן רעכט אים אנטקעגן צו קומען..... אוי אנטשילדיגט! זאגט ער און לויפט ווייטער..) ..פליצלינג וועט זוך הערן א שטיל שווייגעניש צווישן די שטיינערנע בית המדרש ווענט ווען יעדער וועט שטיין אויף די שפיץ פינגערס און קיקן צו זיין ריכטונג, (פארשטייט זוך ער וועט זיכער מאכן פאר יענע פאר מיניט צו טרעפן א פלעצל ביים מזרח וואנט..) א שטילע סיסקעריי וועט זוך הערן צווישן די מתפללים, 'ווער איז יענער בן.. אה, כ'האדעך נאך געקענט זיין זיידן..' און.. און עפשר וועט ער כאטש איינמאל אין לעבן זוכה זיין צו באקימען די כבוד וואס די רב באקומט וועכענטליך ביי שישי. טראכט זוך דער שטילער ר' זויטל וואס לעכצט נאך א אויג וואס זאל קוקן אויף זיין זייט מיט שטאלץ..
שטייענדיג ביים אריינגאנג צום שול האבן דערגרייכט זיינע אנגעשלייפטע אויערן דאס פאלגענדע פאקט אז מען האלט שוין טיעף אינעם ליינען אריין, ער שפעטיגט נישט און פלאטשקעט אריין אין וואנע אנ א העפטיגע הכנות און ביז קארגע צוויי מיניט שטייט ער שוין אינטער זיינע טלית גדול ציצית און ווענד די נאסע פיאות פון רעכץ צום לינקן שכן.. נישט אויסלאזנדיג קיין איין שכן אין געגענט פון ווערן פארכאפט אין שווערע רעגענעס, ס'געלונגט אים אפילו עטליכע מאל צו מאכן דעם אויסגעדראשענעם טעות פון זאגן הויעך בקול רם נשמת מיט א קאך נישט באמערקענדיג אז מען האלט שוין ביי די צווייטע ברכו, אבער אונזער באקאנטן שלע-מאזיל'קע ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, נאר איין זאך אינטערעסירט אים אין די יעצטיגע רגעים.. דער מי שברך איז פון וואס ער חלומ'ט, דמיונ'ט, און שטארבט פאר!..
א שאק אין הערצקע האט אים ארימגענימען, (עפעס אזא מין פילינג ווי ווען מען בייסט אריין אין די מאמעס היימישע קוכען און.. די ציינער ווערן געכאפט אין ציפ ווען א אנגעקלעבטע זילבער פעפער טשעפעט זוך אן אין איר...) ווען ער האט געהערט דאס ערווארטעטע אויסריעף פון חזן "יעמוד מורינו החסיד ר' אהרון בן ר' דיניאיל ר.." א שטילע הארץ קלאפעניש...
מיט שטילע אימפעט האט ער זוך שטאטליך ארויף געגליטשט צום אויבן אן און דאן איז די מיסיע אריין אין א בארינג און אנגעצויגענע פארט פון ווארטן.. אפאר פאר פון אויגן האבן געקוקט אויפן נייעם מזרח תושב'על אבער מערסטנס פון די ארימיגע זענען געווען אריינגעטיען אינעם ליינען און אזוי נישט באמערקט,
ווי ביים טאטן אין וויין גארטן האט ער זוך פליצלינג און אומווילענדיג געטראפן שטיין אויפן רב'ס פלאץ (וואס איז פינקט געשטאנען אויפן בימה) מיט א שמייכל פון אויער צו אויער און אויסגעהערט יעדעס ווארט פונעם חזן מיט אנגעשטייפטע אויערן און מיט הייס אינטערעסע, ר' אהרון האט ארים געדרייט זיין קאפ עטליכע מאל מיטן צוקנייטשטע מינע ווי צו פרעגן צו ער האט איינעם אויסגעלאזט, און געגאנגען!, ואת כל הכהל הקודש...
צושפלעטערט ווי א שארבן!..
ר' זויטל האט געמיינט ער ברעכט אינטער!. ער האט געוויסט בעפאר אז עס איז פארהאן צוויי אפציעס, אדער דעם מי שברך, און אדער.. דעם ברידזש. אבער ער האט נישט געחלומ'ט אין וויסטן אז עס וועט דארפן אנקומען צום צווייטן..., ווי אן אלט און קראנקער האט ער זוך שווערליך צוריק געשלעפט צו זיין פלאץ, און אנידער געבראכן. ווער האט זוך געגלייבט.
א קלאפ אין פלייצע האט אים געמאכט אויפהייבן זיין קאפ אין א געכאפטע סורפרייז, "שמואל וואס איז נייעס?." האט ער געזאגט זוך מאכנדיג ווי גארנישט וואלט פאסירט, זיין אלטן און גוטן פריינד וואס איז פינקט דא געווען אויף א שמחה האט אים געפרעגט מיט דעם אלטן באקאנטן טאן וואס האט נאך געקלינגען פון די חדר יארן, "וואס גייט פאר? איך זעה אז די ביזט היפש צוגעלייגט! זאג מיר. ביטע." , ער האט געוואוסט אז צו לייקענען האט אפילו נישט קיין זון דעריבער האט ער אפגעמאכט צו דערציילן דעם גאנצן אמת,
"שמואל!" האט ער געזאגט מיט א ווייטאגליכן טאן, און דאן האט ער זוך אויסגערעדט פאר אים מיט אלע מפרשים און ווייטאגן..
"און פארשטייסט? ניטאמאל מיט א מי שברך פארגינט ער מיר!.." האט ער פארענדיגט מיט טיעפע ווייטאג,
"א מי שברך פארגינט ער דיך נישט??" האט ר' שמואל געפרעגט מיט עקסטאזירטע געהויבענע ברעמען, "..איך פארשטיי" האט ער ארויסגעשעפשעט ווען א היפשע שמייכעל איז צושפרייט אויף זיינע ליפן, "וועם האט ער יא אויסגעריפן ביים מי שברך?" האט ער געפרעגט מיט אן עטוואס געהויבענעם טאן,
"וואס הייסט וועם?, זרח, בערל, שמערל, און שמיה... און.."
"זרח?!" ער איז א גראבן פשעי ישראל, ווער דער ראש הקהל'ס זוהן שמערל?!, ער לערנט נישט קיין אות אחת!, אזעלעכע שקצים..
א מיסטריעזן שמייכל האט ארויסגעשטארט פון אינטער ר' שמואל'ס געזיכט, "אויב אזוי.. ביזטו פונעם 'כל הקהל הקודש', ווייל ביים מי שברך האט ער נאר אויסגערעכנט די וואס מען וואלט געקענט טראכטן אז זיי זענען נישט אינעם כל הקהל הקודש!..."
מיט א געהויבענעם מוט האט זוך ר' זויטל ארים געדרייט מיט א גראדן ריקן, ווער קען דען זיין גליקליכער פון אים?, פאקטיש איז ער אינעם סעסייעטו, ער איז פונעם כל הקהל הקודש. און ר' שמואל האט אוועק שפאצירט א צופרידענער, פאקטיש האט ער דערפריידט א אידישע נשמה....
----
אבער פאקטיש זענען מיר ר' זויטל, יעדע מיניט אין טאג, מיר שטייען און קוקן מיט א פארגרעסערן גלאז (נומער 980) אויפן שכן וואס שיינט ווי א בריליאנט, פרנסה האט ער, שידיכים פאר די קינדער גייט אים בעיאטערפול פארשטייט זוך, א הערליכן האזקע מיט כל מיני הנאת העולם צווישן די פיר ווענט פון זיין פאלאץ, גאלד איז ביי אים ווי וואסער, און בקיצור, יעדער וואלט זוך געוואונטשן צו זיין אין זיינע לעדערנע שוך, אין די צייט וואס איך צופליק מיך פארן אייבערשטנס וועגן מיט בליט און פלייש, און איך זעה מיך ווייט פון די השגת מיט וואס די באשעפער באצאלט פאר מיין נישט ערליכע שכן,
ברידערל טייערע, די ביזט חס ושלום נישט אליין, די ווערסט אריין גערעכנט אינעם הערליכן "כל הקהל הקודש" וואס ס'ווארט זיי אפ א בריליאנטענע לעבן אויף יענע וועלט, יעדע מינדערסטע פעולה וואס די טיסט מיט אביסעלע שווייס וועט ווערן דארט פאררעכנט ווי א קריסטאל בריליאנט, אבער ווער עס וועט נישט האבן די זכיה צו ווערן אריין גערעכנט אינעם כל הקהל הקודש, "דארטן ביים טאטנ'ס וויין גארטן", טיט אונזער פאטער אים באצאלן אויף דעי וועלט, קלאר צומאכן אז ער ווערט נישט אריינגערעכנט אינעם קימענדיגן כל הקהל הקודש.
"ברידערל טייערע דיינע שווערעקייטן זאלן דיר נאר ארויפברענגען, ווייל דאס ווייזט אז די האסט א פעסס צום בליטשקעדיגן כל הקהל הקודש"
(נאא??? איינער זאל שוין שרייבן עפעס חיזוק פאר די מענטשן וואס ס'גייט זיי אלעס גוט אין לעבן!.. ננעעע? מיינסט ס'איז דא אזא זאך??)
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!...pdf
(28.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 15 מאל
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

געוועזן אמאהל צייטן, ווען מען האט געקאנט טראכטן אויף געוויסע מענטשן, זיי זענען גליקלעך!

היינט וועלט! ניטא אזא טעות מער פארהאן, א קליינע וועלט,,,

אויב טראכטסטו יא? זאלסטו וויסן אז דארט איז נאך דא די גרעסטע טראבל

אה אנטשולדיגט! גארנישט געזאגט! וואס האב איך אריינצוקוקן ביי יענעם?

סתם א שלעכטע קוק..

זאל יעדעם גוט גיין
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
כ'גלייב נישט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 17, 2020 12:57 am

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'גלייב נישט »

וואוף... קומסט אריין געוואלדיג שטארק, די משל געשריבן סאפער, און די פוינט גוט ארויסגעברענגט.
קיפ איט אפ.
קען זיין ס'איז אמת, אבער נישט ווייל דו האסט עס געשריבן מאכט עס פאר א פאקט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין!

וחרה אפי בו ביום ההוא ועזבתים והסתרתי פני מהם אמר רב ברדלא בר טביומי אמר רב כל שאינו בהסתר פנים אינו מהם.
לויט דיינע ווערטער האט עס א דאפלטע באדייט, נישט נאר אז ווער סאיז יא איז מהם, נאר סאיז א מעלה צו זיין בהסתר פנים און זיין מהם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

שכח פארן קאמפלימענטירן, איך פלעג זיצן יארן אויף אייוועלט און ליינען די הערליכע באשרייבונגען ביז איך האב אפגעמאכט אז עס איז נישט קיין יושר צו הנאה האבן און נישט מהנה זיין האב איך אנגעהויבן צו שרייבן און איך האף אז איר האט הנאה. מ'וועט נאך שרייבן אסאך, אפשר לכבוד שבת נאך איין.
אגב איך זעה אז די ערשטע פי.די.עף ארבייט נישט לייג איך עס יעצט נאך אמאל ארויף.
ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!...pdf
(108.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 15 מאל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער גוט געשריבן.
זייער אן אמת׳ע פינטל
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

א נייער ניק, מלא זאפט.
וסימן לדבר, אריינגעמישט א מקוה אינעם ארטיקל.....
שרייב נאך.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ווי ביים טאטן אין וויין גארטן!..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

לייבעלע הירש האט געשריבן:א נייער ניק, מלא זאפט.
וסימן לדבר, אריינגעמישט א מקוה אינעם ארטיקל.....
שרייב נאך.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”