ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד
יא איך דארף שוין גייען שלאפן, ס'איז צען א זייגער, און צען א זייגער איז בעט טיים אן קיין מעשיות.ט קיין בחור אין ישובה וואס די משגיח טרייבט אריין אין בעט, און ניין איך בין אויך נישט די פונקטליכע מענטש אז איך אליין זאל מיר טרייבן אין בעט צענע.

איך בין תפיסה! יא דארט לייגט מען שלאפן טאטעס ווי בחורים אין קעמפ, הלוואי אזוי, איך בין א ערוואקסענע מענטש וואס ווען איך זאל אריין אין בעט ווערט קאנטראלירט ביי אנדערע ווי א קליין קינד, ס'ווערט קאנטראלירט ווען איך זאל עסן, וואס איך זאל עסן, ווען איך זאל ארויס אין הויף, און מיין גאנצע טאג איז אויסגעשטעלט לויט אנדערע.

סא'יז נאר איינס פון די פיל פיינפולע זאכן וואס קומען פונעם זיין אין די שרעקליכע פלאץ וואס הייסט תפיסה.

מיין הארץ גייט אויס פון בענקשאפט ווען איך דערמאן זיך פון מיין ווייב אין פינעף קינדערליך וואס איך האב געלאזט אינדערהיים, מיינע געפילן שטורעמען ווען איך דערמאן זיך די בר מצווה פון מיין עלטסטע וואס איך האב פארפאסט, די וואקסונג פון משפחה פון וועם איך בין אפגעריסן.

סאיז נישט צו באשרייבן די פיין פון נעמען א פרייען מענטש און אים באגרעניצן אויף אזא שוידערליכן אויפן, מיינע ביינער האבן שוין פון לאנג אויפגעהערט וויי טון פון די הארטע מאטראצן, אין איך פארקרום שוין נישט מיין פנים צו די טעם פון די אלטע כמעט פארדארבענע עסן, איך בין שוין נישט פארעקלט פון האבען א אפענע ביה''כ אין צימער, אין די ליינגווערגקייט איז ביי מיר שוין נארמאל.

זיבצען יאר בין איך שוין דא, אין די פארפייניגטע פלאץ, איך האב שוין פונלאנג משלים געווען מיט מיין מצב, מיין לעבן איז פון פינק ראזע פארבן זיך קאלירט צו טונקל גרויע תפיסה ווענט, איך ווער שוין נישט איבעראשט פון נייע וואכטער, אסאך האבען זיך שוין דורכעדרייט אין די צייט וואס איך בין דא, איך האב שוין נישט מורא פון די גרעסטע מערדער און פארברעכער ווייל איך בין שוין א אלטגעזסענער, און די כלל איז אז ווי עלטער מען איז דא אלס מער ארויפגעקיקט איז מען, ליידער בין איך פון די חשובי העדה.

איך האב שוין פארגעסן ווי פרייהייט קיקט אויס, די געפיל פון אויפשטיין אינדערפרי און אליין מחליט זיין וואס צו טון מיטן טאג, די געפיל פון זיין זעלבסטשטענדיג, די געפיל פון בחירה, די געפיל פון סוקסעס, פון עפעס אויפטון אין די וועלט, ביי מיר איז די אלע זאכן א פארגאנגענהייט, איך בין פארשפארט אלע מיינע מעגליכקייטן זענען נישט דא, אלס האט מען אוועקגענומען.

איך דערמאן זיך ווען איך בין דא אנגעקומען, די עקל וואס האט מיר באנומען, איך האב כמעט געבראכן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי אויס פון גרויל, איך דערמאן זיך די ערשטע צייטן ווען איך האב מיך נאך איינגערעדט אז איך האב האפנונג, און איך האב געמיינט אז איך בין דא צייטווייליג, איך דערמאן זיך ווי שווער איך האב גענומען די טויש פון א פרדאקטיוו משפחה אין ביזנעס לעבן, צי א לעבן פן נישטקייט א לעבן פון טון גארנישט אין זיין קאנטראלד פיר אין צוואנציג שעה, איך דערמאן זיך ווי איך בין געווען זיכער אז מיט מיינע קאנטאקטן וועל איך מיך שנעל ארויסזעהן, און איך דערמאן זיך אויך ווען איך בין געוואר געווארן אז ס'נישטא קיין האפנונג....

איך דערמאן מיר צוריק די פוילע דיפרעסטע טעג וואס איך האב נאר געוואלט שטארבן, איך האב נישט געוואלט עסן, אבער אפיל דעס איז מען נישט ערלויבט דא, מען האט מיר געצווינגען צו עסן אבער די דיפרעסיע איז געווען געפירלעך איך האב ממש געפילט אין אזוי איז עס טאקע געווען, אז מהאט גענומען מיין לעבן אין פארברענט מהאט פארמאכט די וועג פאר ווייטערדיגע שטייגן און אנקומען.

איך דערמאן זיך די בושות וואס איך אין מיין פאמיליע האבן געהאט און האבן נאך, סווערט מיר נאס די אויגן, די געפיל פון א מאן א בעל אחרית אין א טאטע פאר זיסע קינדער וואס האט פארשעמט זיין משפחה אויף די ערגסטע וועג איז אימדערטרעגליך, איך האב געפילט ווי האב געפעלטש אין די אויפגאבע וואס איך האב גענומען אויף מטיר ביום חיפתי, ווען איך דערמאן זיך פון מיינע קינדער וואס זייער טאטע איז אין תפיסה ווייל ער איז גנב קומט מיר די בלוט ארויף אין קאפ, אין די טויט איז מער ליברשט, פארדעם האב איך אראפגעברענגט קינדער אז זיי זאלען זיך דארפון שעמען מיט זייער טאטע, מיין הארץ ציעט זיך איין זעהנדיג די פיין וואס מיין משפחה גייט דורך אין איך קען גארנישט טון צי עס פארלייכטערן.

מיין הארץ ווערט איבערגעפילט מיט חרטה, און הלוואי זאל איך אזוי תשובה טון ווי איך האב חרטה פאר יענע גישעפט וואס איך האב געמאכט, מען האט מיר געזאגט אז יעדער מאכט די דריידלעך אין סאיז א נארמאלע זאך צו טון, די שטאט גייט קיינמאל נישט ארויפקומען אויף דעם, איך בין געווען יונג און אימעפארן און איך האב געמאכט די טעות פון מיין לעבן זייענדיג געדרוקט נאך אביסיל געלט, איך דערמאן מיר די צייט וואס איך בין געוואר געווארן אז מען איז אויף מיינע שפירין אין איך האב געמיינט אז די וועלט גייט אונטער, און סאיז טאקע אינטערגעגאנגען.

איך דערמאן זיך מיט טרערן אין די אויגן, ווען מען האט געקלאפט אויפן טיר פארטאגס, איך זעה פאר מיינע אויגן די דעשראקענע אין פארווינדערטע אויגן פון מיין ווייב, ווען זי האט געזעהן ווי מען נעמט איר פארזארגער ארויס מיט קייטלעך, אוי די בושות ציפ פיל איך נאך יעצט.

מיין לעבן איז זינט דאן א קייט פון צרות און פיין, קיין גוטען טאג האב איך נישט געהאט זינט דעמאלס.

איך האב נישט גענוג פאפיר צו פארשרייבן אפילו א חלק פון די צרות וואס מיר גייען דא אריבער, איך פיל ממש די פסוק פון זאב אחד בין שבעים זאיבים א יוד ציווישן די נידריגסטע פארברעכער, ביז איך בין דא אריינגעקומען האב איך נישט געוויסט אז ס'קען נאך זיין אין אמעריקע א נסיון כפיה אויף יודשקייט איך האב נישט געוויסט אז סאיז נאך דא פלעצער ווי מען דארף זיך שלאגען צו גיין מיט א קאפעל און צו האבען גרעיפ זשאס פאר הבדלה.

אוי ווער קען דען פארשטיין די פיין ווען סאיז דא א לאקדאן אין יוצא ואין בא,, מען איז איינגעשפארט פאר מער ווי פיר און צוואנציג שעה אין א קליינע קאמער מיט די ערגסטע מענטשן פון די וועלט, אוי אוי מ'קען ממש אראפ פון זינען און נישט נאר מ'קען נאר מגייט ממש אראפ פון זינען.

מיין גארד קלאפט אויפן פענטסטער, איך כאפ מיך אויף פון מיינע זכרונות, און איך כאפ מיך אז היינט איז פון די פרייליכסטע טאג אין תפיסה, היינט איז וויזעטונג דעי, היינט איז פון די גליקליכע טעג וואס איך קען זעהן מיין ווייב און קינדער, איך גיי נאך די וועכטער און ער פירט מיר אריין אין א צפיעלע צימער.

מיין ווייב און מיין בחור'ל האבען מיר דארט אפ געווארט, יעדע מאל פון פריש ווען איך זעה די בילד ווערט מיין הארץ צוריסן פון פריש, צו די קרעדיט פון מיין ווייב מוז איך זאגען אז זי האט עס אויפגענומען מוראדיג ערוואקסן און שטארק ממש צו ווערן איבעראשט, זי איז מיר געשטאנען צו די רעכטע האנט, זי האט מיר אלס ברואיגט און מיר מחזק געווען, און עכ'''פ פאר מיר האט זי זיך פרובירט אוועק צו שטעלן אז אלעס איז מסודר.

אונז האבען גענומען רעדן פון דעים און פון יענץ, פון די משפחה, פון די לעצטיגע נייעס, און אוזוי ווייטער, און אינדערמיט פון די קארגע שעה וואס מיין משפחה'לע מעג דארט זיין זעה איך ווי עפעס האט געכאפט מיין ווייב, און איך פרעג איר וואס איז געשעהן? ווא האט דיר יעצט באנומען? היינט איז פונקטליך אכצען יאר פון ווען ביסט אריין אין תפיסה!! איך האב געזעהן די טרערן שטיקן איר, זי האט נעבעך עכט פרובירט זיך איינצוהאלטן נישט ווילענדיג מיר וויי טון אבער איך האב שוין אויך נישט געקענט זיך איינהאלטן און איך האב אויגעשאסן אין א יאמערליכע געוויין, אכצען יאר בין איך שוין אין די לאך, אכצען! איך האב מיר נישט געקענט ברואיגן איך האב געוויינט ווי א קינד איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי געוויינט.

די פארתאמטע גארד געט א שטעק אריין זיין קאפ, ער האט געוואלט זעהן וואס די קולות זענען;

?Why r u crying
פרעגט ער מיר.

its 18 years from when thay
!!!arrested me
זאג איך אים מיט זידעגע טרערן.

ער קיקט מיר אן מיט פארקלאצטע אויגן ווי ער קען נישט פארשטיין וואס איך זאג;
.....?????so ur crying for somthing that happand 18 years ago

(קאמאנטארן זענען איבריג....)

די קשיה דערמאנט א אנדערע קשיה, וואס די גוים פרעגן אונז און די גוי שבתוכנו פרעגט עס אויך;
!!!!????? WHY R U CRYING FOR SOMETHING THAT HAPPAND 2000 YEARS AGO

והנמשל מובן.


וויינטס ברודער וויינטס על מה דאבדין אפשר וועט הקב''ה
שוין אויסהערן אונזער געוויין און אונז צוריק אהיים נעמען
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום מאנטאג יולי 27, 2020 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נייס!!
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

הערליך!!
באשריבן לייוו ווי דו זיצט ווען דארט
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

געוואלדיג.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

דער איז א גרויסע בעל דמיון אזוי אריין צו פירן די עולם אין תפיסה
הצלחה
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער שיין!
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געוואלדיג!!!! מיך ממש אריינגעפירט צווישן די תפיסה ווענט, כהאב ממש מיטגעשפירט די צער פונעם איד
אטא דאס מיינט המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בנחמתה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
תורה וגדולה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 4:04 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה וגדולה »

גוט געשריבן. ארויפגעברענגט די געפילן.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

wow! דער איז ריזיג! אזוי אריין צו פירן דעם עולם און תפיסה אריין
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

א געוואלדיגער דערהער! זייער שטארק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

Massive!!!
און די קעפל איז כדי לו גרינע לעצמו.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

געוואלדיג !!!!!!!!!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער שטארק
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

זייער טיעף, ס'האט מיך שטארק באנומען,

קודם האב איך געמיינט אז דאס איז נאכווייען פון @לכאורה'ס ארטיקלן
The Divided States Of America
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

עס זייער גוט ארויסגעברענגט אז אונז וויינמער אויף א זאך וואס האט פאסירט 2000 יאר צוריק אבער אונז גלייב מיר אז בקרוב וועלן מיר ווערן אויסגעלייסט און כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה
דרך אגב עס איז ליידער נעבעך דא אסאך אידן וואס מאכן עס מיט טאג טעגליך זאל דער אונז שוין קומען אויסלייזען וועל אונז אלע שוין זיין באפרייט
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

;l;p-
[email protected]
סלאווא אוקראיני
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אן ארטיקל פון ר' ניין מיט יא בראכט'צעך געליינט ווערן נאך א ריכיטיגע הכנה דרבה, א הרהור תשובה, א בלאט גמרא, וכו'... אי"ה מ'וועט'צעך צוגרייטן ווי סדארפצי זיין!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

PDF ביטע
[email protected]
סלאווא אוקראיני
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארק!

שייין אראפגעשריבן, און גוט צוזאמגעשטעלט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

א דאנק פאר יעדען ענק שטיפן אויף ווייטער
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

אין מילים!

אזוי מיר אריינצוברענגן די געפיל, טאלאנט!

א קלייניגקייט נאר, איינער וואס איז אין תפיסה 18 יאר האט ליידער נישט קיין בר מצווה בחור'ל וואס זאל אים באזוכן...
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אברהם בן ארי' האט געשריבן:אין מילים!

אזוי מיר אריינצוברענגן די געפיל, טאלאנט!

א קלייניגקייט נאר, איינער וואס איז אין תפיסה 18 יאר האט ליידער נישט קיין בר מצווה בחור'ל וואס זאל אים באזוכן...

יאפס נאך איינער האט שוין מעיר געווען
פארראכטן בה
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

Wow דעיס איז גוט!!
נישט געוויסט אז אייוועלט איז ערלויבט אין תפיסה..
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אן ארטיקל פון ר' ניין מיט יא בראכט'צעך געליינט ווערן נאך א ריכיטיגע הכנה דרבה, א הרהור תשובה, א בלאט גמרא, וכו'... אי"ה מ'וועט'צעך צוגרייטן ווי סדארפצי זיין!

אז די גרייטסיך שוין גרייט אייך פאר בעסערע זאכן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ס'איז צען אזייגער אריין אין בעט אריין!!! פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ניין און יא האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:אן ארטיקל פון ר' ניין מיט יא בראכט'צעך געליינט ווערן נאך א ריכיטיגע הכנה דרבה, א הרהור תשובה, א בלאט גמרא, וכו'... אי"ה מ'וועט'צעך צוגרייטן ווי סדארפצי זיין!

אז די גרייטסיך שוין גרייט אייך פאר בעסערע זאכן

ס'שייך בעסערס?

בד"וו, כ'אנאכניש געליינט, גיימיר באלד ליינען...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”