כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: "אהבה" מה זה?

נשמת השכל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זייער אסאך זיצן אפ ביי שלום בית מאכערס שעות על גבי שעות נאר פאר די איינע סיבה: זיי האבן א שטארקע אהבה עצמית!

נאופ! איר רעדט מן הסתם פון די חיצוניות'דיגע אהבת העצם וועלעכע לאזט נישט דעם מענטש טראכטן אביסל פון יענעם, אבער אויב פארשטייט מען אביסל דער מושג פון די סארט אהבת העצם פון וואס איר רעדט דאן פארשטייט מען אז דאס איז דייקא שנאת העצם, און בכדי צו פייטן די שנאה וואס דער מענטש האט צו זיך אליינס גייט דער מענטש אריין אין זיך און בלייבט דארטן סטאק, און דאס טוט ער בכדי צו פרובירן אביסל צו פילן אביסל זיין זיך, אבער בעצם איז דער מענטש אינגאנצן אויסגעליידיגט פון עני מושג פון אהבת העצם, ומובן למבינים.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: "אהבה" מה זה?

נשמת השכל האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן: מיר ווילן הערן מער. א לאנגע זאפטיגע תגובה ביטע, זיי מקיף די גאנצע נושא מיט א קלארקייט. יישר כח

נישטא קיין סאך וואס מקיף צו זיין לענ"ד.

עס איז איין ווארט: עס זענען פארהאן אזא זאך ווי נאטורליכע הרגשים וואס יעדע מענטש וועלעכע איז נאטורליך און געזונט פארמאגט די הרגשים נאטורליך.

עס ליגט נישט קיין גרויסע חכמות און פילעזאפיעס אין די עומק פון אהבה שבין איש לאשתו. מען קען זיין א תמימות'דיגע מענטש, און קיינמאל נישט האבן אדורכגעטוהן די עומק ה'באדייט פון אהבה און פארט זאל ער האבן אהבה צו זיין ווייב פיהל פון גרויסע פארשטייער און קענער וועלעכע האבן ארויס די ענין פון אהבה על בריו - אזוי צו זאגן. פארוואס? ווייל עס איז א נאטורליכע הרגש.

אויב אבער מען איז נישט געזונט בנפש, ד"ה; מען מוז אפילו נישט זיין טויט קראנק, נאר אפילו מען איז פלעין נישט אפן מיט די אייגענע זיך ווי אזוי עס איז, מען עקסעפד זיך נישט ווי אזוי מען איז, מען גלייכט זיך נישט ווי אזוי מען איז אלץ א מציאות כשלעצמו אן קיין תנאים - דאן קען מען נישט באמת ליב האבן אנדערע. אבער אין די מינוט מען הייבט זיך אן באמת ליב האב - וועט מען אוטומאטיש ליב האבן די ווייב און קינדער, ווייל אזוי קומט עס! נאר די גאנצע סיבה פארוואס ער האט איר נישט ליב געהאט ביז איצט איז געווען צוליב דעם וואס ער איז נישט געווען ריכטיג אפן מיט זיין אמת'ע פנימית'דיגע "איך" און איר עקסעפטעד, ממילא האבן זיינע נאטורליכע פנימית'דיגע הרגשים נישט ריכטיג פינקצינירט ווייל ער איז נישט גרייט געווען זיך צו עפענען צו זיין אמת'ע פנימית ה"אני".

איך האב נישט באמת קיין סאך וואס מוסיף צו זיין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: "אהבה" מה זה?

נשמת השכל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:עס ליגט נישט קיין גרויסע חכמות און פילעזאפיעס אין די עומק פון אהבה שבין איש לאשתו. מען קען זיין א תמימות'דיגע מענטש, און קיינמאל נישט האבן אדורכגעטוהן די עמוק ה'באדייט פון אהבה און פארט זאל ער האבן אהבה צו זיין ווייב פיהל פון גרויסע פארשטייער און קענער וועלעכע האבן ארויס די ענין פון אהבה על בריו - אזוי צו זאגן.

פארוואס? ווייל עס איז א נאטורליכע הרגש

א נאטורליכע נישט קיין מיסטעריעזע.

נעמען די גאנצע אהבה געפיל און ארומוויקלען מיט מיסטעריע וואס מקען נישט מסביר זיין, און זאגן אז ס׳איז פשוט א פילינג וואס האט נישט קיין מהלך, איז גענומען די גאנצע ליבשאפט און א ווארף געטון צו די פילאזאפישע זייט פון די אהבה


מיסטעריעז?? עס איז נאך אסאך ווייניגער מיסטעריעז ווי איר מיינט! עס איז פשוט'ער פון פשוט.

עס ליגט נישט קיין גרויסע חכמות דא, די מידת האהבה בין איש לאשתו איד דייקא גאר א תמימות'דיגע אינסטיקטילי זאך! די עבודה דא איז נישט צו ארויסהאבן די מהות פון אהבה און גיבן לאנגע טיפע הסברים מיט א מהלך אנצוקומען צו אט די אהבה (אוודאי איז דאס אויך וויכטיג, אבער נישט דא שטעקט די ישועה). פונקט ווי די פארשטייסט אז די מידת השנאה אין א מענטש דארף מען נישט מסביר זיין פאר קיינעם און אויך נישט ווי איר קונה צו זיין, יעדער האט אינסטיקטלי פיינט זאכן.

איי, פארוואס אויב אזוי איז דייקא די מידת השנאה אזוי שטארק אנטוויקלט ביי אונז און נישט די מידת האהבה?

דא קום איך צו צו מיין פוינט; מיר האבן זיך אליינס פיינט! מיר גלייכן זיך זייער נישט ווי אזוי מיר זענען, מיר זענען אלעמאל פארנומען צו טוהן כל מיני זאכן בכדי צו פילן ווערד און באליבט אין די אייגענע אויגן, ווייל מיר האבן נישט ליב ווי אזוי מיר זענען נאטורליך, מיר האבן זיך נאר ליב מכח די זאכן וואס מיר טוען מבחוץ דהיינו; נישט אונזער עצם מהות.

און ממילא צוליב דעם איז אונזער מידת השנאה אזוי שטארק אנטוויקלט אין אונז - אז מיר זעהען גאר אסאך נעגעטיוו (אפילו מיר פרובירן אוועקצולויפן דערפון דורכן שרייען א גאנצן טאג אז מען דארף זיין פאזעטיוו... און דאס אליין קומט אויך בשורש פון דעם ווייל מיר גלייכן זיך נישט מיט אונזער נעגעטיוועטי...), אלעס ווייל די מידת השנאה צו אונז אליין איז אזוי שטארק אנטוויקלט ממילא קענען מיר אלעס און אלעמען פיינט האבן אן א פראבלעמען....

[במאמר המסוגר: מען קען אסאך מאל זעהן אז די מענטשן וואאס זענען בכלל נישט אינדערהיים, ד"ה אז זיי זענען כלל נישט קאנעקטעט מיט זיך אליין - וועט מען זעהן אז זיי פארמאגן נישט געהעריג די מידת השנאה אויך נישט.... זיי האבן נישט פיינט און זיי האבן נישט ליב... זיי האבן נישט קיין טעיסט און נישט קיין מיינונג וכו']

משא"כ די מידת אהבה ארבייט נישט ביי אונז כראוי ווייל מיר האבן זיך נישט אליינס ליב כנ"ל. ממילא אז מיר האבן זיך נישט אליינס ליב איז דאך פשט אז די מידת אהבה איז נישט געהעריג אנטוויקלט אין אונז, ממילא אויב אזוי; ווי אזוי זאלן מיר קענען ליב האבן אנדערע און קענען געבן ליבשאפט פאר אנדערע בשעת ווען מיר פארמאגן נישט געהעריג אט דיזן אייטעם?? מען קענן נישט גיבן פאר א צווייטן א זאך וואס מען האט נישט אליינס, פינטל.

אויב האט מען זיך אליינס נישט ליב - דאן קענסטו פרובירן אויפצובויען דיין אהבה צו דיי פרוי און אסאך מאל אפילו צו דיינע קינדער ביז איבערמארגן, עס וועט דיר גארנישט העלפן! כ'מיין - דו ביסט דאך נישט אינדערהיים.... ווי אזוי קענסטו ליב האבן א זאך דו ביסט בכלל נישט קאנעקטעט צו דיין נאטורליכע מידת האהבה?? דו ווייסט דאך נישט וואס ליב האבן מיינט אפילו! דו ווייסט נישט וואס דו האסט עכט ליב און וואס נישט, דו ביסט נישט געהעריג קאנעקטעט צו דיך אליין דאס צו קענען וויסן. ליב האבן איז נישט קיין חכמה וואס מען פארשטייט, ליב האבן איז א תמימות'דיגע נאטורליכע הרגשה אין די נפש פון א מענטש, און אז דו ביסט נישט קאנעקטעט דערמיט דהיינו; אז דו האסטו די אליינס נישט ליב - דאן ווי אזוי ווילסטו בכלל פילן ליבשאפט צו אנדערע?

ממילא איז די עבודה דא זיך צו עפענען צו אונזער ריכטיגע "איך", און איר עקסעפטן אזוי ווי זי איז אן קיין תנאים. און ווען מיר וועלן זיך אליינס ליב האבן, מיר וועלן האבן אייגענע ליבשאפט אין אונז - דאן וועלן מיר אוטומאטיש ליב האבן אונזערע נאנטע ווייל אזוי קומט עס נאטורליך! מיר דארף נאר אויפבויען די אהבה צו זיך אליינס וואס נאר דאן איז מען באמת קונה די מידת אהבה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: שווערע מחשבות

נשמת השכל האט געשריבן:
שומרהפקדון האט געשריבן: א גוט יאר טייערע יודן.

איך האב א 14 יעריגע טאכטער וואס האט אנגעהויבן באקומען שלעכטע מחשבות פון אמונה וואס שטערן איר.

פון וואס קומט דאס? וואס זאג איך איר און וויאזוי קען איך איר העלפן?

ישר כח למפרע

אייער טאכטער איז ב"ה א קלוג און געראטן און טיף קינד, איר הייסן מרחק זיין און אוועקשטופן די מחשבות וועט ווארשיינליך נישט העלפן - אויב עפעס פארקערט זי וועט פילן אומגעזעטיגט און דאן גיין נישטערן.. און ווי אויך וויבאלד א דאנק די קושיות וואס זי האט פילט זי ביי זיך ווי אן אפיקורס, איז הייסן אוועקשטופן זייער נישט געראטן, נאכדערצו אויב איז עס ווי איר זאגט פון עמאושענל אישוס.

אויב זענט איר גענוג אויסגעבויעט אין אידישקייט דאן קענט איר דאך איר אליין העלפן, און אויב נישט - דאן קענט איר איר אויף די רגע זאגן א שטייגער ווי; דו פרעגסט זייער גוט מיין קינד, ס'איז נארמאל צו האבן די קושיות, און זאלסט וויסן אז אלעס האט אן ענטפער און א הסבר, אבער אויף די רגע וויל איך דיר נאכנישט ענטפערן, איך וויל אז דו זאלסט עס אביסל איבערשלאפן און דערווייל וועל איך זיך גוט איבערטראכטן און צוריקקומען צו דיר מיט א ענטפער.

און אין די מיען טיים קענט איר זיך מקשר מיט א גוטן איד - אבער ביטע; מיט א קלוגן ערליכן איד וועלעכע איז הונדערט פראצענט אויסגעבויעט מיט א קלארקייט און באהאווענטקייט אין די יסודות היהדות והאמונה - און א הבנה אינעם נפש פון א מענטש.

די עיקר איז; איר זאלט איר אויפבויען מיט די יסודות, איר האט נישט קיין ברירה.. יעדע טיפערע סארט מענטש מוז זיך אויסבויען מיט א קלארקייט, אז נישט וועט ער האבן שוועריקייטן, א טיפע מענטש מוז האבן טיפקייט - ס'איז נישטא קיין אויסוועג..

און אפשר א דאנק אייער קינד וועט איר אויך זוכה זיין צו אביסל בהירות וברירות מיט די יסודי אמונתינו הטהורה והחביבה - ברתא מזכה את אבא!

[די שטיקל פון רבי נחמן זי"ע בנוגע מחשבות פון עבודה זרה אד"ג קומט נישט דא אריין כלל וכלל!]

בהצלחה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

נשמת השכל האט געשריבן:
ביציקל האט געשריבן: די אמת איז אז ווען א מענטש זוכט ביינאכט עסן, ער זוכט און זוכט, איז עס נישט אלץ ווייל זיין גוף אי הונגעריג, נאר צומאל ווייל זיין נשמה איז גאר הונגעריג, ער זוכט חיות, ער לעכצט נאך עפעס סיפוק און אמת'ע גוטס, זיין נשמה זוכט זיין שורש און זיין מזונא דנשמתא, נאר ער אליין ווייסט נישט וואס ער זוכט וועגן דעם גייט ער זוכן וואס צו עסן

ריכטיג ריכטיג!

דער מענטש ביינאכט שפירט זיך איינער אליין אויפן וועלט, ער איז מרגיש בנפשו א אויסערגעווענליכע ליידיגקייט, און ער לויפט שנעל זיכן עפעס מיט וואס צו קאווערן און ממלא זיין אט דעם חלל וועלעכע ער איז מרגיש בנפשו, דאס איז בפשטות די סיבה פונעם הונגער וועלעכע כאפט אן דעם מענטש אינמיטן די נאכט.

בעצם געפינט זיך אט דער הרגש פון ליידיגקייט אינעם מענטש במשכ'ן גאנצן טאג אויכעט, נאר בייטאג איז ער דיסטרעקטעט פון די אלע זאכן מיט וועלעכע ער פילט אן זיין טאג, משא"כ ביינאכט ווען דער מענטש הייבט אן נאכלאזן פון די אלע דיסטרעקשאנ'ס - דאן הייבט דער הרגש אן צו שפילן שטארק אינעם מענטש, און פון דעם שטאמט לכאורה דער אזוי גערופענער הונגער וועלעכע כאפט דאן אן דעם מענטש.

און אה"נ - אויב וועט דער מענטש גארנישט טוהן מיט זיך במשכ'ן טאג אויך נישט, וועט ער דאן אויך מרגיש זיין אקוראט דעם זעלבן הרגש וועלעכע ערוועקט זיך ביי רוב מענטשן נאר ביינאכט.

והה"ד: בטילא מביאה לידי שעמום.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

נשמת השכל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן: איך האב נישט געשריבן אזא זאך.

איך האב געשריבן קרומער פון קרום!

דער פותח האשכול האט דען געזאגט אז מיר האבן דא צוטוהן מיט די לעוועל מענופעלעישאן ווי פון צפון קארעא??

ער האט בסך הכל ארויסגעברענגט א פוינט אז מיר זענען איבערצייגט אז נאר אין צפון קארעא קען פאסירן אט די מאדנע ערשיינונג אז אין די צייט וואס א פירער פון א לאנד שטייט אין שעכט אויס זיינע בירגער - זענען די בירגער טיף איבערצייגט אז ער איז גאר זייער מציל ומושיע. אבער דא ביינונז אין די פרייע אמעריקא - דא איז יעדער "עכט" דא פאר די טובה פון די בירגער, און אויב צוימען זיי דיך איין זענען זיי נישט קיינע דיקטאקטורן - נאר מצילים, עס קען נישט זיין אז זיי האבן דא זייטיגע ציהלן - אדער אפשר גארנישט קיין זייטיגע נאר זיי האבן דא א מעין ציהל, עס קען נישט זיין, זיכער איז הונדערט פראצענט גערעכט וואס זיי טוען..

האט דער פותח האשכול ארויסגעברענגט - אז דאס! אט דאס איז א דיקטאקטור!

אויב קענען דיך די באהערדע איינצוימען אין אפילו דיסקרימענירן בו בזמן ווען דו אליין האלטסט נישט אז דאס איז גוט און אז דאס איז יעצט א טובה, דאך ביסטו מבטל דיין דעת פאר די דעת פון די באהערדע, אז זיי זאגן אזוי מוז מען מיישב זיין אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן און מיין דעת העניה איז כקליפת השום, ווייל עעהה... דא ביינונז איז נישט קיין דיקטאקטור...

דאס מיינט דיקטאקטורשאפט בתוקפו!

און קום מיך נישט יעצט אפפרעגן - אז הלמאי דו ווילסט עס צוגלייכן צו צפון קארעא??

ביטע.. פארשטיי די נקודה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

נשמת השכל האט געשריבן:
אלעס פיין און וואויל, איין זאך נאר:

עס איז נישט קיין עבירה צו זיין תמימות'דיג און טראסטן און גלייבן אלעס וואס מען פארקויפט דיר, אבער איין זאך בעט איך דיר: דערקלער נישט אז דו ביסט גאר דער חכם - און אז דער חשדן ומבין דבר מתוך דבר ער איז גאר דער שוטה..

אז דו ווילסט זיין תמימות'דיג כל הכבוד, אבער ביטע פארוואנדל נישט דיין תמימות אלס א געוואלדיגע חכמה, און יענעמ'ס הבנה אלס טיפשות.

דאס איז אונזער וועלטל, אויב גלויבט מען אלעס און יעדן דאן איז מען דער חכם, און אויב גלויבט מען נישט אלעס און יעדן נאר מען פרובירט זיך אביסל [נאר אביסל..] זיך צו דערגרינטעווען צו פארשטיין וואס עס ליגן אונטער זאכן - דאן איז מען דער נער.

כי דור תהפוכות המה! וסר מרע משתולל!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: חסידות

נשמת השכל האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן: איז וואס יא, דאס קען יעדער טאקע זען אין דגל און אין מאור עינים און תולדות און אזוי ווייטער, אז די עיקר איז די נקודה הפנימית, וואס דערפאר טאקע ווערט עס גערופן 'תורת הנסתר' וויבאלד די עיקר איז צו טוישן די מענטש אויף זיינע מקום הנסתר וואס דאס איז די לב


דאס אז חסידות האט שטארק געארבייט מיט די פנימיות הנקודה אינעם מענטש - דאס איז ריכטיג ואמת ויציב ונכון.

אבער דאס אלעס איז געקומען בהשתלשלות פון א געוויסן שפיץ - א געוויסער גילוי וואס דארט ליגט די אור הגדול פונעם בעש"ט הק', וואס פון דעם נקודה - גילוי וואס דער בעש"ט האט מגלה געווען איז נשתלשל געווארן א נייע אופן א נייע בליק אין גאנצע ענין פון דינען דעם אויבערשטן, וואס איינע פון די זאכן וואס פארנעמט די אויבן אן אין דעם נייעם דרך אין עבודת השי"ת רעכענט אריין טאקע דאס שטארק ארבייטן מיט די נקודה הפנימית בפרטיות אין די הארץ פון יעדן מענטש באזונדער.

אבער כאמור איז דאס א ספיח א צווייג וועלעכע וואקסט ארויס פון א געוויסער ענין וואס דער בעש"ט הק' האט מגלה געווען.

ועוד הרבה יש להאריך בזה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

נשמת השכל האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:סיי דער אידישקייט צוגאנג (וואס דא זעמיר מסתמא אויך אביסל מחולק), און סיי די לימודים צוגעפאסטקייט פון די ישיבה [וואס בעצם טרעפן זיך די ביידע זאכן היבש צוזאם]


ריכטיג. און איך וועל מסביר זיין:

ווי אזוי ווערט נתהוה אזא סארט פראבלעם ווי דו רופסט עס "די לימודים צוגעפאסטקייט אין די ישיבות"?

אויב אידישקייט וואלט ווען געווען א טיפע פנימיות'דיגע זאך ביי מענטשן, און מען וואלט געוואוסט די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לעבן מיט די יסודות היהדות און עבודת השם - דאן וואלט מען עפ"י רוב נישט צוגעקומען צו אזא מצב אין די עולם הישבות בפרט און אין די גאנצע היימישע ציבור בכלל, עכ"פ; אויף אזא מאסיווע פארנעם זיכער נישט.

ווי אבער הייבט דער ווארעם אן צו בויערן? ווען מען הייבט אן פארלירן די פנימיות פון די אמת'ע נקודה! מען הייבט אן אריינגיין אין א חיצוניות'דיגער סארט אידישקייט. פארשטייט זיך אז קודם הייבט זיך עס אן בדקות און דערנאך בגסות, און אזוי גייט עס מטה מטה - ביז מען קומט צו א מצב; אז די משמעות פון א "אמת'ע ערליכער איד" די משמעות פון די פשוטע ריינע גראדע אידישקייט פארלירט איר באדייט, און אנשטאט ווערט א מציאות אז א "ערליכער איד" א "מוצלח'דיגער איד" און א "שיינער איד" באדייט אזא עמיצער וועלעכע איז די מערסטע מצליח אין די חוקי היהדות החיצוני החדשה, ווי שטערקער מען קומט ארויס מיטן מצליח זיין אינעם ענין פון די "צורת יוד" - פונעם "יהודי מבחוץ" אלץ מער ערליכער מוצלח'דיגער שיינער איד איז מען. און דארט איז צו וואו יעדער איד איז מחוייב שואף זיין אנצוקומען און ארויפקוקן וכו'.

און פארשטייט זיך אליינס - אז ווי מער די דורות פאלן אריין אלץ טיפער און טיפער אינעם חיצוניות'דיגן מהלך היהדות - אלץ מער און מער וועלן עומד זיין בראש די וועלעכע צייכענען זיך די מערסטע אויס אין ארויסהאבן די חיצוניות היהדות, און די וועלעכע זענען משפיע אידישקייט וועלן זיין די וועלעכע האבן די מערסטע מצליח געווען אין די חיצוניות'דיגע אידישקייט. און פארשטייט זיך אליינס - אז די אידישקייט וועלעכע די סארט משפיעים זענען משפיע איז פון די סארט וועלכע נעמט דעם דור צו די נעקסטע לעוולען פון חיצוניות היהדות.

ממילא היצט פארשטייט איר ווי אזוי דאס אז די מצב הישיבות בפרט און די עולם היהודת בכלל זאל אנקומען צו אזא שטאפל אז עס זאל נישט זיין צוגעשטעלט אידישקייט פאר "יעדן" זיין לעוול??

ווייל ווען אידישקייט איז א אויסגעטריקענטע יבש'דיגע זאך וועלעכע באשטייט פון א מהלך פון מצליח זיין אין כל מיני פעולות מעשיים'דיגע הצלחות, דאן ווי אזוי ווילסטו אז עס זאל זיין צוגעשטעלט פאר די "אינם מוצלחים"?? האט איר שוין אמאל געהערט אז א אינווערזיטעט אין וועלעכע מען לערענט א געוויסע חכמה - זאל אוועקשטעלן א סיסטעם אז סיי די מוצלחים זאלן קענען קונה זיין די חכמה און סיי די אינם מוצלחים זאלן אויך קענען קונה זיין כאטש 2 פראצענט?? עס גייט נישט אזוי! אדער קענסטו די חכמה ווי געהעריג אדער גיי דרייוו א טעקסי...

ווי אזוי קען מען דען אוועקשטעלן ישיבות אין וועלעכע יעדער איינער אשר בשם ישראל יכונה זאל קענען דארט קונה זיין "אידישקייט" אויב אידישקייט איז א טריקענע חיצוניות'דיגע זאך אין וועלעכע דו ביסט אדער מצליח אדער נישט - און אויב ביסטו נישט מצליח גיי אין די עזעזאל.. איך פארשטיי זייער גוט די מנהלי הישיבות און די ראשי הישיבות, ווייל לויטן ציהל פאר וועלעכע די ישיבה איז נתייסד געווארן האט עמיצער וועלעכע קען נישט מצליח זיין אין די טריקענע חוקים און דרכי היהדות החיצוני - נישט וואס צו זיכן דארטן! אמער - וואס זאל ער דען טוהן מיט זיי? ער דארף האבן א "גוטע ישיבה", און א "גוטע ישיבה" מיינט אז זי פארמאגט "גוטע בחורים", "גוטע בחורים" מיינט אז מען איז "גוט מצליח" אין די עניני החיצוניים פון אידישקייט.

וואלט אבער געווען א מציאות אז אידישקייט וואלט געווען א יסודות'דיגע פנימיות'דיגע זאך וואלט רובו ככולו פון דיזן פראבלעם נישט עקזעסטירט, כמובן. יעדער בחור \ אינגערמאן וואלט געהאט א קלארקייט אין "זיין" תכלית \ אין "זיין" עבודה, וכן כל בר ישראל בפרטיות.


מחשב האט געשריבן: דו פרעגסט וואס די סיבה איז אז ווייל ער קען נישט מיטהאלטן די לימודים זאל ער לאזן פאלן זיין גאנצע אידישקייט. איז אזוי. שתי תשובות בדבר:

א' נאכן קריג זענען ליידער אסאך אוועקגעפאלן פון אידישן וועג. און נישט דוקא ווייל ס'האט געפעלט יסודות'דיגע אידישקייט, (אוודאי אויך, אבער בעיקר..) ווייל די אנגעווייטאגטע געפילן זענען געווען צו שטארק, און האבן דיקטירט דעם שכל. א בחור וואס גייט ליידיג א גאנצן טאג, ווערט אינערליך אויפגעגעסן. ער באשולדיגט זיך, און פילט זיך ווי א שמאטע. און דערנאך ווערט ער אויפגערעגט אויף די זאך וואס האט אים גורם געווען די צער. אזוי ארבעטן געפילן

וואלט ווען אידישקייט געווען א פנימיות'דיגע יסודות'דיגע זאך וואלט א בחור נישט געווארן אזוי אביוזד, די עיקר אביוז דורך אידישקייט קומט א דאנק דאס יבשות און אויסגעטריקענטקייט וואס הערשט כלפי די גאנצע השקפת היהדות, וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך דאס דארפן נאכקומען אזויפיל חוקים ומשפטים במהלך היהדות החיצוני בלויז אויף צו הייסן א "ערליכער איד", אן פארמאגן די מינדעסטע הבנה אין סיי וועלעכע יסוד אין אידישקייט און אין עבודת השם.


מחשב האט געשריבן: והשנית. לאמיר אוועקנעמען די אידישקייט בעיטה. וואס טוט זיך מיט דאס עמאציאנעלע געזונט? וויפיל בחורים ווערן יאר יערליך האספיטאליזירט צוליב גייסטישע אויסברוכן? וכו' וכו', אוודאי איז נישט די ישיבה סיסטעם אלעמאל דער איינציגסטער גורם, אבער זיכער איז דאס א גרויסער גורם. ליידער (און וואס טוט זיך מיט אנדערע אידישקייט פראבלעמען אין וואס בחורים פאלן אריין צוליב נישט זיין פארפילט? צוליב'ן נישט האבן קיין משמעות אין לעבן? לבי לבי על חלליהם)

די לחץ זו הדחק און אויסנאמליכע דגוש אין אידישקייט באופן חיצוני איז דער גרעסטער גורם דערצו. די נאכאנאדע פאדערונגען און חוקים וועלעכע מען דארף האלטן אין איין נאכקומען איז דער גורם דערצו.

וואלט ווען אידישקייט געווען א דבר פנימי ויסודי וואלט מען ווען פארשטאנען ווי אזוי יעדער איינער כפי נפשו ומצבו האט שייכות צו אידישקייט און צו זיין פערזענליכע עבודה, און מען וואלט נישט אזוי מדגיש געווען און מקפיד געווען תובע געווען פון די אינגווארג די חיצוניות הנקודה פון אידישקייט, מען וואלט פארמאגט די פנימיות'דיגע הבנה און הרגשה פון אידישקייט און עבודת השם מיט א רואיגקייט יעדער איינער כפי דרגא דיליה.

[אוודאי רעד איך נישט פון די פראצענט וועלעכע וואקסן אויף אין גאר אומגעזונטע שטובער און מצבים, דאס איז שוין עפעס אנדערש, און אפילו זיי וואלטן נישט געווארן אזוי אביוזד כלפי אידישקייט ווען נישט אידישקייט נעמט אן אזא חיצוניות'דיגן פארעם, ודו"ק היטב בהמציאות]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: אניגראם - די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

נשמת השכל האט געשריבן:לענ"ד די עומק החילוק פונעם 4'ער ביזן 6'ער איז ווי פאלגענד:

ביידע זענען עקסטרעם שטארק אויפן ביקוש יאגד, ביידע שפירן זיך אינגאנצן אויסגעשפילט און ארויסגעווארפן פון די וועלט, און זיי זענען פארנומען די גאנצע צייט צו ארומזיכן זייער אידענטעטי און הרגשת עצמית - אבער אן צופיל ערפאלג.

דער פירער זיכט "זיך" אין זיך אליינ'ס.

דער זעקסטער זיכט "זיך" אין די וועלט.

דער פירער ווען ער וועט קומען צו א מצב פון יאוש – וועט ער מיט נישט צופיל פראבלעמען אוועקדראפן די גאנצע וועלט מיט אלע אירע משמעות'ן און זיך אריינזעצן אין "זיך" לאורך ימים ושנים טובים [טובים...?].

דער זעקסער וועט אפילו אין א מצב פון יאוש - געווענליך - נישט אויפגעבן אויף די זאך אין וועלעכע ער האלט אן זיין אידענטעטי, נאר אין פאל ער פארמאגט אן ערזאץ דערצו (מען רעדט פארשטייט זיך נישט ווען ער איז מער אויף די געזונטע זייט).

לענ"ד - בקוצר אמרים.

---------------------

בעצם טראכט איך יעצט - אז בכלליות איז דאס דער חילוק ביי אלע טייפס צווישן דעם געזונטן און דעם אומגעזונטן. ד"ה: אז דער געזונטער וועט טרעפן זיין אידענטעטי אין זיך אליין, משא"כ דער אומגעזונטער וועט דאס טרעפן(?) אין די וועלט, כ"א כפי זיין ענין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פרא? אנטי? אייער בליק בנושא

נשמת השכל האט געשריבן:טראסטן איז פארהאן איין זאך וועלעכע מען ברויך טראסטן, און דאס איז: אנכי השם אלוקיך - והמסתעף. וזולת זה איז מען 'גארנישט' מחוייב צו גלייבן.

יעצט, אויב איז עס א זאך וועלעכע עס מאכט נישט אויס צו מען טראסט צו נישט - דאן איז דאך נישט שייך, פארוואס זאל מען דען טראסטן.

א זאך וועלעכע עס מאכט יא אויס צו מען זאל טראסטן צו נישט - ווענט זיך, אויב קען מען עס אדורכטוהן הרי טוב, און אויב קען מען עס נישט אדורך טוהן - אדער מען קען יא אבער אפילו נאכן אדורך טוהן איז מען נאכאלץ נישט קלאר וועלעכע צד צו נעמען, דאן ווענט זיך; אויב דיין נישט טראסטן שטעלט דיך נישט אריין אין א קלארע פראבלעם דאן לכאורה זאגט די סברא אז מען דארף נישט טראסטן, און עפ"י הלכה לדוגמא ביי רפואה - אויב א מענטש איז געזונט און שטארק האט ער דאך לכאורה נישט קיין חיוב השתדלות צו גיין צו א רופא, אפשר גאר טאר מען נישט גיין. ממילא אין אזא פאל - צו וואס זאל מען דארפן טראסטן? איך טראסט נישט און איך בין געזונט און שטארק - און האטס מיר און זייט'ס מיר... און ספעציעל אויב איז דא סברא צו זאגן אז דיין יא טראסטן שטעלט דיך אריין אין מעגליכע פראבלעמען.

אויב אבער מען האט נישט קיין אויסוועג, למשל ביי רפואה ווען מען מוז בעל כרחו אלץ חיוב השתדלות טוהן א געוויסע פעולת רפואה - דאן איז נישטא קיין אנדער ברירה נאר אוחז צו זיין אין די מידת הבטחון און טוהן וואס מען דארף - פארשטייט זיך מיט די מערסטע בירורים וואס שייך. און דער אויבערשטער וועט העלפן - בידך אפקיד רוחי!

די כלל איז לכאורה: וועמען דו וואלטסט געטראסט מיטן בארגן 10.000 דאלאר - קענסטו אויך טראסטן מיט אנדערע לעבנ'ס וויכטיגע זאכן! און וועם נישט - נישט
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פרא? אנטי? אייער בליק בנושא

נשמת השכל האט געשריבן:באמת, זייער אסאך מאל ווען מען דעבאטירט וועגן "יא טראסטן" אדער "נישט טראסטן", איז עס נישט באמת א דעבאטע איבער יא אדער נישט טראסטן, איך וואלט עס ענדערש אנגערופן א דעבאטע צו מען זאל "יא טראכטן" אדער "נישט טראכטן"
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פרא? אנטי? אייער בליק בנושא

נשמת השכל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: איך בין אנטי קארס! טויזענטער מענטשען שטארבן איעדעס יאר פון קאר עקסידענטס. פארן אין א קאר איז פאר זיכער א גרויסע סכנה. צען מאל מער ווי א וואקסין. נאר עס איז נישט קיין קולט נאך צו זיין אנטי קארס


די סברא זאגט אז פונקט פארקערט: דער מענטש וועלעכע איז 'אנטי וואקסינען' וועט דייקא זיין 'פרא קאר'ס'.

דו כאפסט נישט - אז זעלבע די לאגיק וואס טרייבט דעם מענטש צו זיין 'אנטי וואקסין' וועט טרייבן דעם מענטש צו זיין 'פרא קאר'ס'.

ווען א מענטש איז 'אנטי וואקסין' זאגט ער - אז ער טראסט נישט גענוג די גאווערמענט אז זיי זאלן אים איינטיילן וואס צו טוהן בנוגע זיין געזונט און וואוילזיין, נאר איך וועל מיר אליין באשליסן און אויסקלויבן וואס איך האלט אז עס איז פאר מיר געזונט.

ווען א מענטש איז אבער 'אנטי קארס' זאגט ער אין אנדערע ווערטער - איך טראסט נישט די מענטשהייט אז זיי קענען זיך אליין באגיין ווי אזוי צו זיין סעיף, איך וויל אז די גאווערמענט זאל באשליסן ווען דער מענטש איז גענוג סעיף.

בא וראה - גיב א קוק וועסטו זעהן אז אין די מער ליבעראלע לענדער אוואו עס הערשט א גאר שטארקע טראסט אין די גאווערמענט אז זיי זאלן זיין די וואס זאגן פאר די מענטשן וואס פאר זיי איז גוט, אט אין די לענדער איז טאקע די פרא וואקסין אויף גאר א שטארקע לעוועל. משא"כ ווען עס קומט צו קאר'ס איז ביטער שווער צו באקומען לייסענ'ס דארטן.

און די חשבון איז פשוט: די זעלבע גאווערמענט וואס זאגט מיר אז אויב ווילסטו זיין סעיף - דאן נעם די סעיף וואקסין. די זעלבע גאווערמענט זאגט דיר - איך וועל דיר זאגן ווען דו ביסט גענוג סעיף צו דרייוון א וויקעל.

און די מענטשהייט איז שוין אזוי איבערצייגט אין די גוטסקייט פון די וואוילע יאמי גאווערמענט.. אז מען טראכט שוין אפילו נישט פאר 1 רגע זיך אליין צו טראסטן, נאר אינסטיקטלי ווארפט מען ארויף די גאנצע טראסט אויף די גאווערמענט באמונה שלימה - אז וואס זיי זאגן דאס איז די זאך, נישטא נאך א צד בכלל.

און די חשבון אויף די אנדערע זייט מטבע איז אויך פשוט: דו גאווערמענט - זאג מיר ביטע נישט וואס עס איז 'יא' סעיף פאר מיר. און דו גאווערמענט - זאג מיר ביטע אויך נישט וואס עס איז 'נישט' סעיף פאר מיר. לאז מיך צורוה!


אלעס ווענט זיך וועמען מען טראסט ענדערש - די גאווערמענט אדער זיך אליינ'ס!

#די בחירה איז יעדן'ס פערזענליך.

זיי אבער וויסן - אז אויב קלויבט מען אויס די טראסט פון די גאווערמענט, זאל מען זיך דערנאך נישט וואונדערן אז די גאווערמענט נעמט אזויפיל מאכט צו קאנטראלירן דעם עולם ווען עס קומט צו קאראנע וויירוס וכדו'.

מען האט מקבל געווען אויף זיך זייער טראסט - היצט זענען זיי שוין אייערע בעלי בתים.. ענד מאטש מאר טו קאם.

בשורות טובות, און א לעכטיגן תמיד.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פרא? אנטי? אייער בליק בנושא

נשמת השכל האט געשריבן:די נקודה דא איז נישט צו א מענטש קען דרייוון וואס ער וויל אנע לייסענס. די נקודה איז - אז ווען דער מענטש ווארפט ארויף זיין גאנצע טראסט אויף די גאווערמענט אז זיי זענען בארעכטיגט אים צו זאגן וואס פאר אים איז גוט און וואס נישט און ווען ער איז סעיף און ווען נישט, וואס עס געשעהט צום מענטש איז - אז ער פארלירט זיין גאנצע טראסט צו זיך אליינ'ס - אז ער קען אליין פארשטיין וואס עס איז גוט פאר אים און וואס נישט, אזש אז ווען עס קומט אים אויס צו מאכן באשלוס בנוגע זיין וואוילזיין גיט ער ניטאמאל איין טראכט אריין וואס האלט איך? וואס איז גוט פאר מיר? נאר גלייך גייט עס: די גאווערמענט אפראווט עס? די גאווערמענט האלט אז עס איז סעיף אדער נישט סעיף?

אוודאי וועט א מענטש מיט קאמאן סענץ פארשטיין אז בכדי צו טוהן סיי וועלעכע קאמפעלצירטע פאך דארף מען זיך לערנען דערצו, און די גאווערמענט איז אפשר בארעכטיגט צו זעהן אז די פאר משוגעים וועלעכע פארשטייען נישט די פשוטע זאך זאלן נישט האבן קיינע צוטריט צו דער זאך. אבער ווען די גאווערמענט נעמט איבער די גאנצע טראסט פונעם מענטש אזש ער פארגעסט פון זיך אליין - דאן איז דאס א גרויסע פראבלעם וועלעכע קען צום סוף געבן פאר די רעגירונג אזויפיל מאכט איבער די מענטשן ואין פוצה פה ווייל - די גאווערמענט האטעכעס אפראווט....

דאס איז מיין נקודה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין וואשינגטאן די סי

נשמת השכל האט געשריבן:
... האט געשריבן: ס'איז אמת. כ'ווייס פון דעם רמב"ם. אבער ס'קומט נישט דא אריין


קען זיין אז דער ספעציפישער רמב"ם קומט נישט דא אריין, אבער דאס וואס דער ברענגער מיינט ארויס צוברענגען דערמיט קומט שוין איינמאל דא אריין!


ווען עס איז פארהאן א פאלעטישאן וועלכע איז רעליגיעז און שעצט ריליגיעזע פירונג און פארשרייט די וועלעכע ווילן אויסרייסן רעליגע, און עס קומט איינער און זאגט אז איך שטיץ אים וויבאלד ער איז די בעסטע פאר מיר וויבאלד מיר זענען ביידע אינעם זעלבן שיסל - מיר ביידע זענען גלויביגע און מיר ביידע זענען אין א סכנה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן אויסרייסן רעליגע און מענטשליכקייט, דער גלויביגער פאלעטישן פייט קעגן זיי וואס דאס איז פאר מיר די גרעסטע טובה און צוליב דעם שטיץ איך אים.

און אויף דעם ארויף קומט א צווייטער און זאגט אז דער פאלעטישאן איז אהער און אהין און צוריק... און אז יעדער מיינט זיך - נאר בסך הכל אז איינער איז פרא רעליגיע און דער צווייטער איז אנטי רעלגיע [ממש א קליינטשיגע חילוק...], און צוליב דעם איז בעצם נישט קיין גרויסע נפק"מ פאר דיר צו שטיצן דעם פרא רעליגיע פאלעטישאן איבער דעם אנטי רעליגע פאלעטישאן.

דא קומט שוין איינמאל אריין צו שרייבן אז יא! די קריסטליך גלויביגע און מוסלעמענער גלויביגע פאלעטישאנ'ס וועלעכע מיר האבן אלע פיינט בתכלית זענען כהיום פאר אונז די גרעסטע טובה! זיי וועלן פאר אונז באקעמפן די ליבעראלע סכנה וועלעכע הויערט אויף אונזערע קעפ! און מיר זענען מחוייב אלץ "מצוות קידוש השם" צו שטיצן אזעלעכע קאנדידאטן וועלעכע רופן דעם שם השם! מיר זענען מחוייב מחזק צו זיין אט די וועלעכע באקעמפן די ליבעראלע כופרים בהשם ובבריאה אשר ברא - און נישט שטיין אינאיינעם מיט מענטשן [וועלעכע באלאנגען צו א פארטיי] וועלעכע שטיצן אפעציעל הירוס הבריאה והאמונה בהשם! יא! וויבאלד "זיי זענען למעשה די וועלעכע גלייבן אינעם אחד יחיד" - על אף זיי זענען מאמינים בשיתוף - זענען זיי אבער די וועלעכע וועלן לוחם זיין די ליבעראלע כפירה!

און יא! דער בעש"ט הק' זי"ע האט דייקא גענומען א בעל עגלה וועלכע איז א גלויביגער אין איינע פון די רעליגיעס - און נישט גענומען עמיצער וועלעכע גלייבט נישט און קיין איינע פון די גויאיש'ע רעליגיעס!


און עמיצער וועלכע קען קומען זאגן אז דער פאלעטישאן וועלעכע שרייט און שטאלצירט מיט זיין גלויבינג און האלט מלחמה דערפאר איז נישט צופיהל בעסער פונעם ליבעראלן פאלעטישאן - איז אדער ווייסט ער נישט וואס ליבעראלן מיינט, אדער ווייסט ער נישט וואס רעליגיע מיינט, 'אדער ווייסט ער יא די אלע זאכן - אבער עס גייט אים נישט אן!' דאן איז א גרויס רחמנות אויף אים.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אפריל 08, 2021 1:12 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

נשמת השכל האט געשריבן:
... האט געשריבן: רוב דעמאקראטן (אזוי מיין איך) זענען אידעאלאגיש רעליגיעז. איה"נ ליידער נעמען עס נישט אלע ערנסט

מאכט נישט אויס, עס זאגט גארנישט צו זיי.


... האט געשריבן: אבער די רעפובליקאנער זענען אויך נישט פארנומען א גאנצן טאג צו אויסשרייען אז ס'איז דא א גאט. וואס ס'טוט זיך ביים פאלעטישן אין הארץ גייט מיר נישט אן (דהיינו ס'גייט מיר נישט אן ווער דער פאליטישן זאל זיין), ס'איז דאך נאר נוגע וואס ער זאגט ארויס

טאקע נישט, אבער קודם כל; דער קאנדידאט וועמען מען האט דא דעבאטירט [טעד קרוז] איז יא אזוי - וואס דאס איז גאר א גרויסע מעלה [פאר איינעם וואס רעליגיע איז אים חשוב און נייטיג...].

און נאכדעם כל; די נושא איז נישט אזוי ווייט דא צו דער פאלעטישאן שרייט הויעך אויס אז ס'איז דא גאט צו נישט [אוודאי איז דאס די בעסטע וואס שייך], די הויפט זאך איז - די אידאלאגיע פון וועלעכע דער ספעציפישער פאלעטישאן ווערט געטריבן איז א אידאלאגיע וועלעכע ברענגט מיט זיך מיט א געוויסער שעצונג צו רעליגיע [סיי וועלעכע] און צו מענטשליכע ווערד און מאראל.


... האט געשריבן: יעצט, אויב רעדסטו פון די חורבנות וואס די דעמאקראטן טוען, איז דאס נישט די זעלבע ווי כפירה, אפילו עס קומט מעגליך פון א קאלטע גלויבונג. מ'קען אפילו דן זיין, אז אויב דער רעפובליקאנער רעדט אסאך פון יאשקע, און דער דעמאקראט איז שטיל, מעגליך איז שוין דער דעמאקראט בעסער. גאד בלעסס אמעריקא זאגט יעדער, אז ער פרעדיגט ווייניגער זיינע שמייליגקייטן איז עס גאנץ גוט

דער דעמאקראט איז גארנישט שטיל [כהיום], און לאמיר זיך מסביר'ן אביסל [שוין אמאהל אביסל מאריך געווען דא איבער דעם]:


וויבאלד דער ליבעראלער גוי וויל טוהן וואס ער וויל - "בהפקירא ניחא ליה", ער וויל נידריגקייט ער וויל אז זיין נפש הבהמי זאל שולט זיין אינגאנצן, ממילא מוז ער באין ברירה צוקומען צו כפירה! אויב בלייבט ער א מאמין דאן איז ער אין א פראבלעם... דער ליבעראלער מענטש לייקנט אוטומאטיש, אזוי קען ער טוהן וואס ער וויל - והכל על מקומו יבא בשלום.

יעצט אבער, איז דא א גרויסע פראבלעם, נעמליך; א דאנק זיין הפקר'דיגע התנהגות הייבט דער ליבעראלער מענטש אן שפירן ביי זיך אז ער איז פון די נידריגע ער איז פון די אומאראלישע - ער איז מגרועי האנושי, און ער וויל דאס נישט, ער וויל נישט זיין דער נידריגער עקל'דיגער הפקר'דיגער מענטש, ממילא צוביסלעך הייבט ער אן שפירן אז עס איז נישט גענוג פאר אים אז נאר ער איז אומאראליש און הפקר'דיג, נאר ער מוז מיטשלעפן מיט זיך די גאנצע וועלט, ער וועט אנהייבן אפלאכן פון די וועלעכע פירן א העכערער מאראליש לעבן און זיי אראפרייסן אלץ פאנאטיש און אביוסיו וכו' וכו', און דאס אלעס וויבאלד ער קען בשום אופן נישט צוקוקן ווי איינער איז העכער פון אים, אז איינער האלט זיך מער פון אים און מאראלישער פון אים, ער קען דאס נישט אויפעסן, ער וויל נישט הייסן דער שמוציגער בריאה.

ממילא הייבט ער אוטומאטיש אן מיט א אידאלאגיע פון לעגאלעזירן אלע תועבות וכו', בכדי יעדער זאל זיין אזוי, ווייל אזוי וועט ער שוין מער נישט האבן קיין פראבלעמען און קיינע קאמפלעקסן פון קיינעם. ווייל אז יעדער טוט איז עס דאך אויס פראבלעם, קיינער איז נישט העכער און קיינער איז נישט נידריגער, יעדער איז די זעלבע נידריג - און שוין.

אבער... עס איז דא איין גרויסע פראבלעם, נעמליך; די עולם זענען מאמינים, און ווילאנג די מענטשן האבן נאך עפעס א גלויבונג איז זייער שווער דורכצופירן ליבעראלע פראיעקטן, ווייל ווי נידריג און געמיין דער מענטש איז - מיט דעם אלעם ווייסט ער ביי זיך אז עס קומט נישט אזוי, ער ווייסט און פארשטייט אז לעבן מיט מאראל וכו' איז די ריכטיגע וועג פון לעבן, נאר בסך הכל וויל ער מכאן א לעבן, אבער זיין דיפאלט איז אז בעצם קומט צו לעבן א ריינערע און העכערע סארט לעבן. אבער פאר דעם ליבעראלן מענטש איז נישט ניחא אט דער דיפאלט, ער וויל נישט שפירן ווי ער איז נישט אן די רייט טרעק, אז ער טוט וואס איז נישט אויסגעהאלטן און אראפגעקוקט לויט זיין אייגענע דיפאלט, ממילא מוז ער דאך טוישן זיין דיפאלט און מחליט זיין אז יא - מען מעג טוהן די אלע זאכן וכו', און דאס טוט ער דורכן לייקענען אין גאט, ווייל נאר אזוי קען ער אוועקנעמען די מחשבות וואס דערקוטשען אים אז ער טוט נישט ריכטיג - ווי פריער אויסגעשמועסט.

אבער וויבאלד אבער אין די וועלט איז נאכאלץ ביי דיפאלט אפגעפרעגט און אראפגעקוקט א נידריגע סארט לעבן, און דאס איז עפעס וואס לאזט נישט דעם הפקר יונג אנגיין רואיג מיט זיין חיי הפקר שפירענדיג ווי מצד די וועלט איז ער אראפגעקוקט, ממילא איז די עצה פאר דעם סימפל; פונקט ווי ווען ער האט זיך געוואלט מתיר זיין אלע עבירות האט ער געדארפט לייקענען אין גאט, אזוי דארף מען דאס היצט נעמען אויף א כלליות'דיגע לעוועל - אויסצורייסן די אמונה פון די וועלט, און אזוי וועט שוין נישט זיין די מענטשן ארום אים וועלעכע זאלן אים אראפקוקן וכו', ווייל ביז ווילאנג מענטשן האבן עפעס א בעליוו איז נישט מעגליך אז דער דיפאלט פון מענטשן זאל מסכים זיין אז א חיי הפקר אז א לכתחילה'דיגע זאך!

[דאס איז גאר אין קורצן ממש און גאר שנעל געשריבן ולא דקדקתי יפה יפה. והמבין קצת בעניני הנפש וטיבה יבין את זה היטב]


אז מען פארשטייט דאס - הייבט מען שוין אן פארשטיין די טרייב קראפט וועלעכע די ליבעראלן פארמאגן אויסצומעקן פון די וועלט די מענטשליכע מאראל באנעזאם מיט רעליגיע.

ממילא לפי זה - איז קיין פארגלייך פון א רעכטער-מאמין צו א לינקער הפקר'דיגער כופר, וויבאלד אין די צייט וואס עס זענען פארהאן די ליבעראלן וועלעכע פרובירן אויסצומעקן דעם שם השם פון די וועלט איז דער רעכטער-מאמין דער וואס באקעמפט זיי. ופשוט הוא - און דאס איז דער פאקט.

דאס אז גוי'אישער מאמין רעדט פון יאשקע אדער מוחמד איז נישט נוגע כל זמן עס איז די רעדע פון עמיצן וועלעכע גלויבט אין גאט, משא"כ דער ליבעראלער גוי - וואס עני אמונה אין גאט איז א סתירה צו זיין אידאלאגיע, נישט קיין נפק"מ ווי הויעך אדער שטיל ער זאגט עס, די ליבעראלן טוען בפועל "אלעס" בכדי אויסצורייסן אמונה, וויבאלד אמונה לאזט נישט קיין חיי הפקר!
און פון דעם שטאמט דאס וואס מען זעהט היינט די צוזאממישעניש פון אידאלאגיע וועלעכע באשטייט פון ליבראליזם און קומיניזם באנעזאם... די הסבר פון דעם איז ווי מסביר געווען פריער, נעמליך; אז וויבאלד די חברה ווילן זיין ליבעראל מוזן זיי מאכן די גאנצע וועלט ליבעראל, אט אזוי שיילט זיך ארויס א ליבעראלע קומוניסטישע אידאלאגיע! מען צווינגט צו זיין פריי...


[עס איז בעצם פארהאן נאך פיל מער וואס מוסיף צו זיין - אבער איך וועל זיך האלטן צו די הויפט נקודה פונעם שמועס דא]


... האט געשריבן: אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז דער רעפובליקאנער שטערט אונזער אידישער רעליגיע, באיזה אופן. קען ווייטער זיין אז עס איז יא בעסער צו שטימען פארן דעמאקראט

דאס ווענדט זיך שוין לכאורה פון וואס זיין שטערונג צו רעליגיע באדייט, אויב איז עס נישט מחמת א אידאלאגיע וועלעכע טרייבט אים צו שטערן רעליגע ממש ['רעליגע' מיין איך די יסודות פון רעליגיע, נישט די פרטים] - קען זיין אז דער רופובליקאנער וועט זיין בעסער מצד יהדות. אולי.


... האט געשריבן: און אגב, כ'וואלט ארויסגענומען די ווערטער "אז זיי זענען כהיום פאר אונז די גרעסטע טובה". כ'בעט דיר

און איך בעט צו גאט...
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אפריל 08, 2021 1:13 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

נשמת השכל האט געשריבן:

אל כבוד אלע טייערע חברים דאהי אין טראמפ-לאגער:

דער אשכול רופט זיך טאקע דער "פרא טראמפ אשכול", אבער.. באמת איז דאס נישט די ריכטיגע ווארט צו דעסקרייבן די איינוואוינער אין דעם אשכול.

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער, מיר האבן מיט דעם בריה 'דאנאלד טראמפ' קיין שייכות קיינמאל געהאט - און מיר האבן ווייטער נישט. עס איז א געוויסע מיינדסעט וועלעכע מיר אלע פארמאגן - און מיר זעהען 'דאנאלד טראמפ' אלץ דער מענטש וועלעכע זאל שטעלן דעם טאן וועלעכע מיר שפירן אלץ דער 'נאטורליכער' טאן פון יושר און צדק און נארמאלקייט און קאמאן סענץ.

מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז'!

און מיר זענען:

'פרא מענטשהייט!'

'פרא אמתע פרייהייט'!

'פרא מענטשליכע פרייהייט!'

'פרא מענטשליכע ווירדן און מאראל!'

'פרא אנטי הפקירות'דיגע ווירדן!'

'פרא רעליגיעזע פרייהייט!'

פרא פרייהייט פון אויסדריק פאר יעדן איינעם!'

'פרא יוסטיץ פאר יעדן איינעם!'

'פרא פרייהייט פאר יעדן יחיד ויחיד!'

וכו' וכו' וכו'.


שוין פון לאנג פארביי זענען די צייטן אין וועלעכע די צוויי הויפט פארטייען אין אמעריקא קריגן זיך ארום אין די פאליטישע מהלכים ווי אזוי צו פירן דאס לאנד. די פאליטישע מלחמה אין אמעריקע איז שוין פון לאנג נישט קיין פאליטישע!

עס איז א מלחמה פון 'מענטשהייט - קעגן אומ-מענטשהייט!'

א מלחמה פון 'פרייע פרייהייט - קעגן געצוואונגענע פרייהייט!'

א מלחמה 'צו דו זאלסט אליין קענען באשליסן ווי אזוי צו זיין פריי - קעגן דעם אז מען זאל דיך איינטיילן ווי אזוי צו זיין פריי!'

א מלחמה צו 'דו' זאלסט זיין 'דיין' אייגענע בעל הבית - קעגן דעם אז א ליבעראל געטריבענע רעגירונג זאל זיין דיין בעל הבית!'


וואס זאל איך אייך זאגן, איך זעה די וועלט פארן אין א ריכטונג - וואס ווען מען וועט הערשט אנהייבן כאפן אין וועלעכע ריכטונג עס פארט וועט שוין פון לאנג זיין צו שפעט צוריק צו דרייען דאס רעדל!

א וועלט אין וועלעכע נישט אזוי ווייט אז מען וועט נישט לאזן זיך אננעמען פאר זיך אליין, נאר מען וועט דאס בכלל נישט וועלן. מען וועט זיין איבערצייגט אז די ריכטיגע זאך איז זיך צו בייגן און ליידן - בכדי צו קענען דינען די טובה פון די מלכות של חסד פון ליבעראלע קומיניזם.

'זיץ איין',

'רודער נישט',

'זיי נישט אן קיין כאאס',

'דריי נישט איבער',

'שטעל דיך נישט קעגן',

'זיי נארמאל',

'מאך דיך נישט צו-נער',

'קום נישט מיט קיין קאנספיראציעס און חלומות',

'זאג נישט אנדערש פון יעדן',

'פאר די טובה פון די סאסייעטי לאז די מצב רואיג'.

דאס זענען שוין היצט די אויסדריקן וועלעכע מען הערט אינעם ריכטונג פון די וועלעכע פרובירן צו שטעלן דעם טאן פון די רעכטע ווירדן אויף די פיס. און דאס וועט נאר ערגער ווערן.


פאר פיר יאר האט 'דאנאלד טראמפ' אפגעהאלטן די וועלט בכלל אין דאס לאנד אמעריקע בפרט - פון ארונטערפאלן אונטער די גזירה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן פארקנעכט'ן די גאנצע וועלט אונטער איין שירעם אידאלאגיע הנקרא 'די ליבעראלע אידאלאגיע'. און צוליב דעם טאקע האט ער פארמאגט אזויפיל שונאים פון די גאנצע פרייע ליבעראלע וועלט, 'אלע' האבן אים געוואלט זעהן אראפ.

דאנאלד טראמפ האט טאקע באוויזן אפצוהאלטן דאס לאנד פון די גזירת הליבעראלים פאר פיר גאנצע יאר - ארויפברענגענדיג אויפן אויבערפלאך פילע פון די ליבעראלע פראבלעמען, דערמיט אויפרייצענדיג אויף זיך די גאנצע ליבעראלע וועלט - מבית ומבחוץ.

אבער.. דאס אלעס האבן מיר היצט פארלוירן! די לעצטע פיר יאר איז נאר געווען א ישועה והצלה פורתא, אין די בחינה פון 'נדחה הגזירה - אבל לא בטלה'.

פון דא און ווייטער 'אזיל גברא דמיסתפינא מיניה'... און פון היצט אין ווייטער איז כמעט נישט פארהאן דער זאך וועלעכע זאל אפהאלטן די וועלט פון גיין מטה מטה - אראפ אינעם תהום הליבעראלי!

מיר האפן טאקע אלע אויף זייער גוטע צייטן, אבער בו בזמן זענען מיר באוואוסטזיניג און מיר האלטן די אויגן אפן צו זעהן און זיך צוצוקוקן צום לאך וועלעכע מענטשן בעלי דעת גראבן אויס פאר זעך אליין און פאר יעדן ארום.


ותפילותינו בפינו - אז דער כל יכול זאל שוין 'אחת ולתמיד' מאכן א סוף צו די פארשאלטענע ליבעראלן און זייערע פינסטערע אגענדעס! און ביז דערווייל בלייבט אונז בלויז איבער צו גלויבן באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער קלארער מנהיג העולם, און אז די אלע הצלחות פון די פארשאלטענע ליבעראלן איז אויך נאר דורך זיין האנט! און אז ער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דאס אלעס צו צום תיקון השלם - במהרה ובקרוב ממש. אמן.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אפריל 08, 2021 1:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

נשמת השכל האט געשריבן:
איינע פון די הויפט פראבלעמען מיט די ליבעראלן לענ"ד איז - דאס אז זיי ארבייטן מורא'דיג פסיכאלאגיש און אידאלאגיש צו בא-ארבייטן די מענטשהייט אז זיי זאלן נישט וועלן און נישט האבן די מאטעוואציע זיך אנצונעמען פאר זיך אליין. אוועקצונעמען דעם מענטש'נס נאטורליכע געפיל אז ער איז זיין אייגענע בעל הבית און אז ער איז בארעכטיגט מיט זיין אייגענע אינסטיקטן און מיינונגען.

דאס אליינ'ס אז די ליבעראלן זענען וואס זיי זענען - וואלט נאכנישט געווען אזוי געפערליך פאר די וועלט און פאר אונז ווילאנג דער צד שכנגד איז עטליעסט אזוי שטארק ווי זיי און אזוי מאטעווירט ווי זיי.

איינע פון די הויפט נקודות אין וואס עס שטעקט זייער הצלחה איז דער 'קאמפלעקס' געפיל און די פחד וואס זיי באווייזן אריינצולייגן אריין אין די מענטשהייט אז מען זאל נישט וועלן און נישט האבן האבן קיין חשק זיך ארויסצושטעלן מיט א שטארקייט פאר די אייגענע מיינונג.

דאס זעהט מען בחוש אין די אמעריקאנער פאליטיק ווי אלעמאל וועלן עס זיין די רעכטע פאלעטישאנ'ס וועלעכע וועלן פאלן און שוואך ווערן פאר די לינקע עטעטוד וועלעכע ווערט שטארק פאראויס געשטופט אין די מידיע.

און אפילו דא אויפן וועלטל קען מען עס זעהן - ווי אלעמאל וועלן די מער רעכט געשטימטע ניקים זיין די וועלעכע וועלן פרובירן צו ווייזן זייער אנשטענדיגקייט און נארמאלקייט און אינדעפענדענטקייט מיטן זיך פארענטפערן און און האלב מודה זיין און זיך אפטרייסלען פון זאכן וועלעכע ווערן אראפגעריסן דורך די מער לינק געשטימטע ניקים דאהי, א זאך וואס מען וועט כמעט נישט זעהן ביי די מער לינקערע ניקים. ווען עס קומט צו די עוולות וועלעכע ווערן געטוהן אויף די לינקע זייט פון די מטבע, וועלן כמעט אלעמאל די מער לינקערע ניקים פארטיידיגן און שטיין שטארק מיט זייערע זאכן, משא"כ אויף די מער רעכטע זייט וועט מען אלעמאל זעהן עפעס א אומפארשטענדליכע שוואכקייט און קאמפלעקס אין וועלעכע זיי פאלן אריין.

דאס אלעס איז א תוצאה פון די אלגעמיינע עטעטוד וועלעכע די לינקע מיט די הילף פון די מידיע פארשפרייטן אין די ריכטונג פון יעדע מין רעכטע זאך - אנגעהויבן פון רעליגיע און געענדיגט ביי די פשוט'סטע מאראלישע זאכן. אלעס ווערט אזא חוזק און אראפגעקוקט און אפגעלאכט. דער רעכטער שפירט זיך סאו"ם הא"ו אומבארעכטיגט אויסצודריקן זיין מיינונ מיט א שטארקייט, אזש ער שפירט זיך אפילו אומברעכטיגט צו פארמאגן זיין מיינונג, כמעט אלעמאל וועט ער שפירן פאר וויכטיג צו ווייזן אז ער איז נישט אזוי פאנאטיש רעכט - וכו'.

די וועג ווי אזוי די ליבעראלן פערמאוטן זיך און ווי אזוי זיי לייגן אראפ דעם צד שכנגד איז, אז זיי די ליבעראלן זענען די מקור הטוב און מקור החסד פאר די וועלט און אירע איינוואוינער - אין אלע הינזיכטן, און די רעכטע זענען פשוט די שונאים פון די מענטשהייט, זיי זענען ראסיסטן, זיי זענען עגאאיסטן, זיי זענען סעלפיש און מיינען נאר זיך, זיי זענען אביוסיו און שלעכט, וכו' וכו'.

ווער עס איז איז נישט פונקטליך לויט וואס די ליבעראלע אידאלאגיע זאגט וואס עס הייסט א גוטע מענטש - פיט אוטומאטיש אריין אין די דערמאנטע דיסקריפציע. און אזא איינער האט נישט רעכט צו עקזעסטירן, אזא איינער באלאנגט צו די שלעכטע חלק פון די בריאה, און עס איז בארעכטיגט צו צווינגען די אלע מענטשן אז זיי זאלן ווערן גוטע מענטשן - לויט ווי אזוי די ליבעראלע אידאלאגיע טייטש אפ וואס דאס הייסט א גוטע מענטש.

איי דאס צווינגען מענטשן קעגן זייער ווילן און איבערצייגונג איז דאך עפעס וואס איז קעגן דעמאקראטיע?! אויף דעם איז די תירוץ; אז בכדי צו פארוואנדלען די וועלט'ס מענטשהייט אז זיי זאלן זיין גוטע מענטשן מוז מען זיי צווינגען דערצו, מען מעג צווינגען די מענטשהייט צו ווערן פריי - לויט וואס עס הייסט ביי די ליבעראלן פריי. בכדי צו האבן א גוטע סאסייעטי פעלט זיך אויס קודם צו אריבערצווינגען אלע מענטשן אויף די גוטע זייט, ווייל ווי לאנג 'נישט יעדער' איז אנגעשלאסן אינעם ציל צו מאכן די וועלט א גוטע פלאץ, קען די וועלט אוטומאטיש נישט זיין א גוטע פלאץ.

און פארשטייט זיך, אז א גוטע וועלט לפי שיטת הליבעראלים מיינט - הפקירות צו די מאקסימום, נישט קיין ארבייט, נישט קיין אוטארעטי, פרויען און מענער - אלטע און אינגע, אלעס איז איינץ! נישט קיין משפיע ומקבל, נישט קיינער העכער און חשובער ווי דעם אנדערן, אלעס איז אנגעשלאסן אין איין שירעם רעגירונג וועלעכע איז נאר דא צו משפיע זיין טוב וחסד און אלעס גוט'ס פאר די מענטשהייט.. וועלקאם צו קומיניסטישע ליבעראליזם!


אקעי... מיר זענען שוין דא צופיל פארקראכן מיטן מסביר'ן די עומק הענין פון די ליבעראלן.

לאמיר צוריקגיין צו אונזער הויפט נקודה - איבער די קאמפלעס געפיל וואס די ליבעראלן פלאנצן איין אין די רייען פון די רעכטע זייט פון די מטבע.

סוי, די פאקט איז - אז ווען מען וועט קוקן אויף די מער ליבעראלע לענדער ארום די וועלט - וועט מען זעהן אז אין די לענדער האבן די ארטיגע רעגירונגען א אויסטערלישע כוח אויף די עולם. נעמט לדוגמא אזא לאנד ווי 'קאנאדע'; מען זעהט בחוש ווי דארט איז כמעט נישט פארהאן אזא זאך אז די בירגער זאלן זיך צוזאמנעמען מיט א מאטאוואציע צו פארשרייען און לוחם זיין די רעגירונג. די רעגירונג האט דארט אויטערלישע מאכט, די בירגער זענען אזוי אומ-מאטאווירט און דעמאראלעזירט פון בכלל טראכטן פון האבן א אייגענע מיינונג, אלעס דארט איז מיט א מורא'דיגע אפהענגיגקייט און טראסט אין די רעגירונג.

און כמעט אזוי - און נאך שטערקער איז עס אין אלע אנדערע שטארק ליבעראלע לענדער.

און דאס אלעס איז א תוצאה פון די געפיל וואס די ליבעראלן לייגן אריין אין די מענטשהייט אז דו קענסט נישט זיין דיין אייגענע בעל הבית - מיט דיין אייגענע מיינונג און אינסטיקט.

[וואס זיי ווילן געוואונען דערמיט איז גראדע גאנץ פשוט אבער היבש טיף, דהיינו; ווייל ווען מענטשן פארמאגן דעם געפיל פון "אייגענקייט" וועט מען אוטומאטיש זיין מער מאראליש און לעבן א העכערע סטאנדארט, מען וועט שפירן דעם געפיל פון זיין א בר נש. משא"כ די ליבעראלן - וויבאלד זיי ווילן דאך אויסרייסן דאס נאטורליכע מענטשליכע געפיל פון די וועלט - אז יעדער זאל זיין שוה בשוה [אוואו פריער מסביר געווען], ממילא איז די ערשטע תנאי קודם למעשה דאס אדורכצופירן איז צוצונעמען פון די מענטשן זייער געפיל פון 'אייגענקייט', דאס מאכן אז מען זאל ווי מער זיין אנגעוואנדן אין מענטשן וועלעכע זאלן זיין העכער דיר (פארצייטנ'ס איז עס ע"פ רוב געווען מער אינעם סוב קאנטשעס זייערע, אבער היינט צו טאג'ס איז עס די זאך וועלעכע זיי טוען אפעציעל).

ווען מען פארשטייט די דאזיגע יסוד הייבט מען אן פארשטיין פון וואספארא סארט קערענדלעך עס וואקסט ארויס דאס וואס מיר לעבן מיט אין די איצטיגע צייטן מיט די 'קאראנע' סאמעטוכע (א זאך וואס וואלט נישט געקענט פאסירן מיט נישט אזוי לאנג צוריק - כאטש עס זענען שוין פארגעקומען אין די פארגאנגענהייט פילע אויסברוכן פון וויירוסעס וכדו'), דאס קען נאר צושטאנד קומען דורך א אידאלאגיע וועלעכע זאגט און גיט צו שפירן דעם פריוואטן מענטש אז ער קען נישט גענוג זיין אחראי פאר זיין אייגענע וואוילזיין, און מען דארף האבן די רעגירונג וועלעכע זאל זיין אחראי פאר וואוילזיין פונעם מענטש אפילו ווען עס איז קעגן די אייגענע פריוואטע איבערצייגונג פונעם פריוואטן יחיד.

און דאס אלעס באווייזן זיי טאקע דורכן איבערצייגן און אפשוואכן די מענטשן אז זיי זענען נישט גענוג קעפעבעל זיך אליינ'ס קעיר צונעמען, ביז די מענטשן הייבן שוין באמת אן אזוי צו גלייבן און שפירן, און הייבן אן צו טראסטן די רעגירונג אלץ מער און מער. וועלקאם צו קומיניסטישע ליבעראליזם!

און דאס איז די נושא פון 'איקוואלעטי'. איקוואלעטי קען אדורכגעפירט ווערן נאר נאכדעם וואס מען נעמט אוועק דעם מענטש'נס פריוואטע כוח צו בוחר זיין זיין אייגענע לעבן, ווילאנג מענטשן וועלן פאלאוען א רעליגיע / רעכטע ווירדן / די קונסטיטוציע / אייגענע אינסטיקטן קען איקוואלעטי נישט עקזעסטירן! און דאס איז וואס די לינקע ליבעראלן ווילן אדורכפירן, והבן.]


אמעריקע איז ביז ממש לעצטענ'ס - רעלאטיוו צו די איבריגע פרייע וועלט - געווען א שטארק רעכטע לאנד. די וועג ווי אזוי די אמעריקאנער קונסטיטוציע איז געווארן אוועקגעשטעלט איז געווען געבויעט אויף א מורא'דיגע שטארקע אנערקענונג אינעם פריוואטן בירגער'ס אייגענע רעכט צו זיין זיין אייגענע בעל הבית, אמעריקע איז אלעמאל געווען געבויעט אויף די יסוד פון "כוח היחיד".


און דא קומען מיר צו פרעזידענט טראמפ.

מר. דאנאלד טראמפ איז א סעמפל פון די סארט אמעריקאנער וועלעכע פארמאגן נאך די אינגרידיענט'ס פון די אמאליגע ארגינעלע אמעריקאנער מיינדסעט. זיין געדאנקענגאנג לויפט זייער שטארק אויף די איבערצייגונג אין די פרייע רעכטן פון יעדן מענטש צו טוהן דאס וואס ער האלט פאר ריכטוג צו טוהן, צו זאגן דאס וואס ער האלט פאר ריכטיג צו זאגן, דורכצופירן דאס וואס ער האלט פאר ריכטיג דורכצופירן, און נישט ווערן געפאלן פון שוואכע געפילן מיט וועלעכע מען וויל דיך פרובירן צו דעמאראלעזירן.

און צוליב דעם האט ער געהאט אזא מין הצלחה צו געוואונען מענטשן אויף זיין זייט, וויבאלד ער האט אויפגעוועקט ביי מענטשן די שוין פונלאנג איינגעשלאפענע געפיל פון פאטריאטיזם צו זיך אליינ'ס און צו די אייגענע מיינונג און עקזיסטענץ, נאך אזויפיל ארבייט וואס די לינקע האבן אריינגעלייגט אוועקצונעמען פון מענטשן זייער אייגענקייט בפרטיות.

און גלייכצייטיג האט זיין מעסעדזש אויך אויפגעוועקט דאס פאטריאטיזם צו אמעריקע בכלליות. דער סלאגאן "אמעריקע פירסט" איז עפעס וועלעכע האט אנגערירט דאס 'פינטעלע מענטש' ביי פילע מיליאנען וועלעכע זענען געווען אנגעזויערט אויף די שוואכע קאמפלעקס געפיל וועלעכע די פריערדיגע אדמיניסטראציע האט אריינגעברענגט כלפי יעדן מענטש בפרט און כלפי אמעריקע אלץ א לאנד בכלל, זיך קלאפענדיגע 'על חטא' אויף אלע חטאים עוונות ופשעים וועלעכע אמעריקע איז מכלומר'שט באגאנגען אין די פארגאנגענהייט, אראפברענגענדיג די אמעריקאנער שטאנד אין מאראל עשר מעלות אחורנית. און אלעס מיט די סארט געפילישע תירוצים פון מענטשליכקייט און יושר און רחמנות און חסד. ורחמי רשעים אכזרי! וחסד לאומים חטאת!


און דאס אלעס איז עפעס וועלעכע אפעקטירט דאס מערסטע דאס ענין פון רעליגיע. וויבאלד רעליגיע איז א זאך וועלעכע ברענגט שטארק ארויס די 'הבדלה - די אפגעטיילטקייט' צווישן סעקטעס און גרופעס און ברואים, א געוויסע אייגענקייט און חשיבות כלפי איין מענטש איבער די אנדערע.

רעליגיע קודם כל ברענגט שטארק ארויס די חשיבות פון דעם רעליגיעזן כלפי דעם אומרעליגיעזן.

רעליגיע ברענגט אויך שטארק ארויס די חשיבות פון דעם מאראלישן כלפי דעם אומ-מאראלישן.

רעליגיע ברענגט אויך שטארק ארויס די חשיבות פון די מענטשליכע בריה כלפי דעם בעל חי.

רעליגיע ברענגט שטארק ארויס די אפגעטיילטקייט פונעם מאן ביזן פרוי.

רעליגיע ברענגט מיט זיך מיט א געוויסע הבדלה פונעם יונגן כלפי דעם אלטן.

און יא! אין רעליגיע איז אויך פארהאן א שטארקער מקום צו די חשיבות פון א בן שם ויפת כלפי א בן חם [דו ראסיסט וואס דו ביסט...].

און אט דאס אלעס איז עפעס וואס די ליבעראלן ווילן זעהן אויסגעריסן מן המציאות! לויט זייער אידאלאגיע קען נישט עקזעסטירן אט די אלע חילוקים און הבדלות זו למעלה מזו וזו למטה מזו. ליבראליזם איז די גרעסטע סתירה מיט סיי וועלעכע אידאלאגיע וועלעכע גיט א געוויסע אייגענקייט און חשיבות פאר א מענטש. און צוליב דעם זענען זיי קעגן די רעכטע ווירדן בכלליות אריינגערעכנט די אמעריקאנע יסודות'דיגע ווירדן, און בפרטיות אנטקעגן רעליגיע - ווי אויסגעשמועסט.

און די ענין פון רעליגיע איז א שטארקע קרבן צו אט די טאל מיט וועלעכע די ליבעראלן באניצן זיך אראפצוקלאפן און צו מאכן שוואך די וועלעכע פארמאגן נאך עפעס א אייגענקייט און עצמיות - די וועלעכע פרובירן זיך נאך צו האלטן שטארק מיט זייערע העכערע ווירדן און בעליוו'ס, זיי ווערן אנגעקוקט אלץ סעקאנד קלעס און פאנאטיש, אזש דער גלויביגער וועט זיך שעמען זיך צו אידענטיפעצירן מיט זיין רעליגיע, אז ווען עס וועו אויסקומען זיך דארפן אננעמען פאר זיין רעליגיע וועט ער זיך שעמען צו זיין א חוזק אז ער פייט פאר זיין רעליגיע - נאר ער וועט ענדערש אויסזיכן עפעס א אנדערע מער זאכליכע(?) תירוץ און סיבה פארוואס צו פייטן פאר זיינע זאכן (און ליידער ווי אזוי עס גויאישט זיך אזוי אידיש'ט זיך - אביסל).


און אט די מלחמה וועלעכע די ליבעראלן פירן - געוואונען זיי כמעט נאר א דאנק די שוואכע קאמפלעקס געפיל וועלעכע זיי טוען איינזייען און איינפלאנצן צווישן דעם עולם. און אזוי באווייזן זיי איבערצונעמען דעם דעת פון די מענטשהייט זיי צו קענען קאנטראלירן און פירן אינעם ריכטונג צו וואו די ליבעראלע אידאלאגיע זאגט אז די וועלט דארף געפירט ווערן.

און אט דאס איז געווען 'מר. דאנאלד טראמפ'ס כוח'!

'דאנאלד טראמפ' איז דער וועלעכע האט פרובירט צוריקצוברענגען די ארגינעלע געפיל פון 'כוח היחיד' ביים עולם. אין די מלחמה האט ער געקעמפט, און אין די מלחמה איז ער פארוואונדעט געווארן, און ווי עס קוקט אויס כעת - איז ער אויכעט אין די מלחמה געפאלן!

[ווייזט זיך אויס אז פון הימל וויל מען אז עס זאל שוין נתגלה ווערן די אור פון משיח צדקינו וועלעכע וועט אראפברענגען די השוואה אויף די וועלט 'מצד הקדושה' - מצד אז דער אויבערשטער איז 'שוה ומשוה קטן כגדול'. ממילא דארף לעומת זה נתגלה ווערן אט די זעלבע 'אור מצד הקליפה' - וואס דאס איז די קליפה פון ליבראליזם וועלעכע ווילן אריינברענגען אין וועלט א מורא'דיגע השוואה און איקוואלעטי בין הכל בכל מכל כל! בכדי צו ברענגען א בירור און א זיכוך אויף די וועלט; ביסטו בהשוואה מצד די ליבעראלע הפקירות - צו ביסטו בהשוואה מצד די אויבערשטער?!]


און יא! קען אפשר זיין אז אין די קומענדיגע עטליכע יאר וועט זיין רעלאטיוו שטיל און רואיג, איז דאס אבער לענ"ד נישט ווערד די פרייז! אין שלום אמר הוי"ה לרשעים! ענדערש זאל זיך טוהן מחלוקת און פייטערייען צווישן די רעכטע און די לינקע אזוי ווי אין טראמפ'ס צייטן - אוואו איידער עס זאל זיין שטיל און רואיג אונטער די גענצליכע הערשאפט פון לינקע ליבעראלן.
עס קומט מיר פאר ווי דעם מר. 'משה שטינקאוויטש' וועלעכע האט זיך געשעמט מיט נאמען... האט ער געטוישט נאמען צו 'חיים שטינקאוויטש'...

וואס האבן מיר פון דעם אז מיר ווערן פטור פון די טראמפ כאאס און מיר פאלן ארונטער אונטער די שלום און רואיגקייט פון די ליבעראלן?? דו טוישסט פשוט אויף 'משה שטינקאוויטש' צו חיים שטינקאוויטש...? עס לוינט דיך שוין ענדערש צו בלייבן ביי 'משה שטינקאוויטש' און פארטיג...??

איי.. וועט איר פרעגן - אז 'משה שטינקאוויטש' טויג דאך אויך נישט?! אויף דעם איז די ענטפער; אז כאטש בלייב איך מיט מיין אייגענע ארגינעלע נאמען!! כאטש איז עס מיינ'ס!! איך בלייב מיט מיין אייגענקייט!

[אין המשל דומה לנמשל באמת, והבן]


רבי אביגדור מיללער איבער די ליבעראלן

פון דא
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: פארוואס האבן מענטשן מורא צו פליען מיט א פליגער?

נשמת השכל האט געשריבן:
די סיבה פארוואס א מענטש האט מורא צו פארן מיט א פליגער - און אזוי אויך מיט יעדע אנדערע זאך וועלעכע פליעט אין די לופטן - לענ"ד איז:


די טבע איז אויסגעשטעלט אז די פלאץ ווי א מענטש איז סעיף איז אויף די גלייכע ערד, און אויב איז מען אין די לופטן דאן פאלט מען - תוצאת הגרעוועטי.

ווי לויטעט נאר די חסיד'ישע אויסדריק: פון די ערד פאלט מען נישט. ומכלל לאו אתה שומע הן - אז ווען מען איז פון דער הייעך דאן פאלט מען, און דאס איז די 'נאטורליכע' טבע הבריאה.

און ממילא וויבאלד דאס איז די 'נאטורליכע טבע פון די בריאה', איז דאס גורם אז דער מענטש זאל פארמאגן א 'נאטורליכע פחד' פון אט די 'נאטורליכע סכנה'. דהיינו; אז עס איז פארהאן אינעם מענטש א נאטורליכע פחד פון 'הייעך'.

יעצט, אז עס זענען געקומען סייענטיסטן און אויסגעטראפן א מהלך ווי אזוי אויסצושפילן די נאטורליכע טבע פון די בריאה - אז מען זאל יא קענען האלטן זאכן אין דער הייעך אן דעם וואס עס זאל ארונטערפאלן, איז דאס נישט אלעמאל גענוג שטארק אויסצורייסן די נאטורליכע פחד פון די נאטורליכע סכנה וואס עס ליגט נאטורליך איינגעווארצלט אינעם מענטש.

כמעט אייביג וועט די נאטורליכע הרגש פארבלייבן - און אין פיל פעלער אויך גובר זיין.

עס איז זייער שווער צו פרובירן מיט סטאטיסטיקס און חשבונות צו קאנווינסן א מענטש אויפצוגעבן אויף זיינע 'נאטורליכע אינסטיקטן'.

און דאס איז די תירוץ צו די אלע וואס וואונדערן זיך אסאך מאל, פארוואס האסטו מורא צו פליען מיט אן עראפלאן? דו ווייסט - אז דורך קאר עקסידענטן קומען אום יערליך פיל מער מענטשן ווי דורך עראפלאן קראכן?!

'א מענטש איז נישט קיין טרוקענער סטאטיסטישער מאשין' ערצייגט דורך פראפעסאר איינשטיין, א מענטש פארמאגט נאטורליכע געפילן און אינסטיקטן, און מען קען דאס נישט עוקר זיין מיט סייענס, די נפש פון א מענטש איז פיל טיפער פון פשוטע טרוקענע לאגיק און נומערן.

און דאס איז אויך דער הסבר צו דעם פארוואס מענטשן וועלן מער מורא צו פארן אין א דרייווער-לאזער קאר ווי מיט א קאר געפירט דורך א בשר ודם.

ווייל ווען דער מענטש זיצט אין א קאר וועלעכע ווערט געפירט דורך א לעבעדיגן מענטש שפירט ער ווי ער איז 'נאטורליך פארזיכערט', ער ווערט געפירט דורך א דרייווער מיט פלייש און ביין מיט געפילן און אינסטיקטן. משא"כ ווען א מענטש ווערט געפירט דורך דרייוער-לאזער קאר דאן שפירט ער 'נאטורליך אומ-פארזיכערט'.

יא, דו קענסט אים מסביר זיין טויזענט מאל אז סייענס זאגט - און אז די נומערן זאגן - און אז די סטאטיסטיקס זאגן מען איז פיל מער פארזיכערט אין א דרייווער-לאזער קאר. און קען זיין אז ער וועט למעשה יא פארן דערינען, אבער ערגעץ וואו וועט נאך אלץ פארבלייבן א געוויסער פחד, והבן זה.


#לאמיר בלייבן נאטורליך!

אלוקים עשה את האדם ישר, והם בקשו חשבונות רבים
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון אשכול: אהבה מה זה?

נשמת השכל האט געשריבן:
אלע פרעגן די קושיא: אהבה מה זה? וואס טאקע?


----------------------


עס זענען פארהאן צוויי חלקים אין די ענין פון אהבה: עס איז דא דאס וואס מען 'באקומט אהבה', און עס איז דא וואס מען 'גיט אהבה'.

און כמעט אלעמאל ווען מען הייבט אן רעדן פון אהבה - ווערט א צומישעניש פון וואס פונקטליך מען רעדט, פון 'נעמען אהבה' אדער 'געבן אהבה'.

איז לאמיר דאס קלאר מאכן:

***

וואס מיינט דאס 'נעמען אהבה'? און וואס מיינט דאס 'געבן אהבה'?

נעמען אהבה מיינט: ווען א מענטש זאגט - איך שפיר אויסגעליידיגט, ביטע גיב מיר א געפיל אז דו האסט מיך ליב.

געבן אהבה מיינט: איך בין אנגעפילט מיט אהבה צו דיר, אזש איך האב דיר אזוי ליב.

יעצט, ווען א מענטש זאגט - איך האב ליב די ספעציפישע זאך אדער די ספעציפישע מענטש. וואס מיינט ער דא צו זאגן?

צו מיינט ער צו זאגן - אז ער האט ליב יענעם מכוח ווייל יענער גיט אים ליבשאפט, אין אנדערע ווערטער: ער האט יענעם נישט דוקא ליב - נאר ער פילט גוט מיט יענעם ווייל יענער פילט אים אן מיט א געפיל פון ליבשאפט.

אדער מיינט ער צו זאגן - ער האט יענעם ליב פלעין ווייל ער האט יענעם ליב, און ער איז גרייט יענעם צו געבן אהבה אן א מאס.

***

לאמיר פארשטיין:

ווען א מענטש גיבט אן אז ער האט ליב יענע און יענע מענטש, אזש ער איז גרייט צו טוהן -אלעס- בכדי צו דערגרייכן יענעמ'ס קשר, און ביזווילאנג ער דערגרייכט עס נישט - שפירט ער אויסליידיגט און לאנלי. וואס קומט באמת פאר אין דעם מענטש?! פארוואס אויב האט ער אזוי ליב יענעם - מוז ער אזוי וויכטיג באקומען יענעמ'ס קשר און רעקעגנישאן? פארוואס??

איי.. וועט מען דאך ענטפערן: וואס הייסט פארוואס?! ער האט אים דאך אזוי ליב.

זאל שוין זיין אז ער האט יענעם ליב - פיין און וואויל, פארוואס אבער מוז ער 'באקומען' א ליבשאפט געפיל פון יענעם? פארוואס מוז ער שפירן די גאנצע צייט די קשר מיט יענעם? פארוואס מוז ער אים האבן אזוי קריטיש וויכטיג? איך פארשטיי אז עס איז געשמאק צו זיין נעבן דעם מענטש וועמען מען האט ליב - און מען גייט אויס אים צו זעהן, אבער מה כל האדיקשאן הזה?

די תירוץ איז אזוי:


"כל אהבה שהיא תלויה בדבר אין סופה להתקיים, וכל אהבה שאינה תלויה בדבר סופה להתקיים"

וואס מיינט דאס 'אהבה שהיא תלויה בדבר' - און פארוואס וועט דאס צום סוף בטל ווערן? און וואס מיינט דאס 'אהבה שאינה תלויה בדבר' - און פארוואס וועט דאס אנהאלטן?

***

די ווארט איז אזוי:

אמת'ע אהבה איז 'נאר' אויב האט מען זיך אליין ליב!

ווען א מענטש שפירט זיך אינעווייניג נישט גוט מיט זיך אליינ'ס, ער שפירט א ליידיגייט, ער גלייכט זיך נישט ווי אזוי ער איז - כמו שהוא, אין אנדערע ווערטער: ער האט זיך נישט ליב, דאן - וועט דער מענטש אוטומאטיש אנהייבן זוכן פון אינדרויסן פון אים וועלעכע קענען אים אפשר מאכן שפירן גוט מיט זיך אליינ'ס.

אין אנדערע ווערטער: ער פרובירט אויפצובויען א אהבה צו זיך אליינ'ס - דורכן טוהן געוויסע זאכן וועלעכע זאלן גורם זיין אז ער זאל מרגיש א אהבה צו זיך אליין. פירוש: ער בויעט אויף אזא סארט אהבה צו זיך אליינ'ס - א אהבה שהיא תלויה בדבר - conditional love.

ער האט ביי זיך אין קאפ אפגעמאכט אויף געוויסע זאכן - אז אויב באקומט ער זיי, דאן וועט ער זיך יא ליב האבן. 'אהבה על תנאי'.

מען קען גיבן דוגמאות:

-ער באשליסט אז דורכן עסן די געוויסע סארט עסן - געמאכט אויף די געוויסע וועג וועט אים געבן די געפיל פון רואיגקייט מיט זיך אליינ'ס.

-ער באשליסט אז אויב וועט ער קענען א ספיציפישע סארט קענטעניס - דאן וועט ער זיך ליבן האב.

-ער באשליסט אז אויב וועט ער זיך אויסארבייטן צו זיין א געוויסער סארט מענטש - דאן וועט ער זיך ליב האבן.

-ער באשליסט אז אויב וועט ער האבן א ספעציפישע סארט ענדזשאוימענט - דאן וועט ער זיין צופרידן מיט זיך אליינ'ס.

-ער באשליסט אז אויב וועט ער אויסזעהן א געוויסע וועג - דאן וועט ער זיך אליין ליב האבן.

-ער באשליסט אז אויב וועט ער זיין מקושר מיט א געוויסער ספעציפישער מענטש - דאס וועט אים געבן די געפיל פון ליבשאפט צו זיך אליינ'ס.

-ער באשליסט אויב זאכן ארום אים וועלן אויסזעהן - און פארן אין א געוויסע ספעציפישע וועג, דאן וועט ער שפירן גוט מיט זיך אליינ'ס.


הצד השוה שבהן - אז ער האט זיך נישט ליב פשוט אלץ זיך אליינ'ס ווי אזוי ער איז, ממילא האלט ער אז אויב וועט ער קונה זיין די געוויסע ספעציפישע זאך - און ער וועט דאס באקומען, דאן וועט ער זיך ליב האבן.

אין אנדערע ווערטער: ער האט זיך ליב נאר א 'אהבה שהיא תלויה בדבר'. נאר אויב ער האט א געוויסער זאך, אדער אז ער איז א געוויסע וועג, נאר דאן - האט ער זיך ליב.


די אהבה שהיא תלויה בדבר - רופט זיך אין קורצן: מקבל.

דער באדייט פון 'מקבל' איז פשוט: איך האב נישט - איך בין ליידיג, און פיל מיך אן מיט עפעס פונ-אינדרויסן פון מיר, איך בין א כלי לקבל - אריינצונעמען אין מיר עפעס וואס זאל מיר אנפילן.

ממילא, ווען א מענטש האט זיך זיך נישט ליב כמו שהוא, דאן ווערט ער פארוואנדלט אין א מקבל, דהיינו; ער זיכט מקבל צו זיין עפעס וועלעכע זאל אים אנפילן זיין חסרון וואס ער האט, און אזוי - ווען ער וועט מקבל יענע ספעציפישע זאך, דאן - וועט ער זיך יא ליב האבן.

אין קורצן: דער מענטש האט זיך נישט ליב, ממילא גייט ער פרובירן אריינצושלעפן צו זיך עפעס פונ-אינדרויסן פון אים, אז דאס זאל אים אנפילן, אין אים מאכן שפירן באליבט אין זיינע אייגענע אויגן.


יעצט, אין אזא מין פאל וואס דער מענטש'נס ליבשאפט צו זיך אליינ'ס איז געבויעט אויף געוויסע ספעציפישע תנאים, וואס נאר ווען די תנאים קומען צושטאנד - נאר דאן שפירט ער א ליבשאפט צו זיך אליינ'ס, א אהבה התלויה בדבר. אזא סארט מענטש קען נישט האבן קיין ליבשאפט צו אנדערע - נאר אזא סארט אהבה התלויה בדבר. ער וועט נאר ליב האבן אנדערע מצד געוויסע תנאים.

פארוואס? ווייל וויבאלד דער מענטש איז יעצט אין א מצב פון 'מקבל זיין', זיין גאנצע וועזן באשטייט פון 'קבלה', זיין גאנצע מהלך החיים ארבייט אויף אן אופן מקבל זיין און מקבל זיין, אלעס בכדי אנצופילן דעם חסרון פון אהבה צו זיך אליינ'ס. ממילא, וועט אוטומאטיש זיין ליבשאפט צו אנדערע אויך זיין תלוי וויפיל ער קען פון דעם מקבל זיין א געפיל פון אהבה צו זיך אליינ'ס.

קומט אויס, אז ווען עס קומט ליב צו האבן אנדערע מענטשן - וועט עס אינסטיקטלי גלייך ווערן געמאסטן לויט צו ער קען מקבל זיין פון די גאנצע קשר מיט יענעם. אויב קומט יענער נאך די תנאים זיינע - וואס דאס וועט אים לשיטתו מאכן גוט שפירן מיט זיך אליינ'ס, ווי פון זיך אליינ'ס וועט זיין מוח מאכן דעם חשבון: ווי פונקטליך קען איך זיך שפירן דא אין דיזן קשר?! און דאן - וועט ער יענעם ליב האבן א אהבה התלויה בדבר.

אויב אבער וועט יענער נישט נאכקומען די תנאים זיינע - צו מיטן כאראקטער \ קלוגשאפט \ אויסזעהן וכו', דאן וועט ער נישט שפירן ווי פונקטליך ער קען דא איינקעשן א ליבשאפט געפיל צו זיך אליינ'ס, דאן וועט ער אוטומאטיש נישט קענען יענעם ליב האבן.

קומט אויס: אז ביז אהער האבן מיר גערעדט פון די ענין פון 'נעמען אהבה' - 'באקומען א ליבשאפט געפיל' אויף סיי וואס פאר אן אופן. דאס איז דער ענין פון מקבל, און דאס איז דער ענין פון 'אהבה התלויה בדבר' - conditional love, עס איז אלעס איין זאך.

און פארשטייט זיך, אז ווי מער נישט ליב דער מענטש האט זיך - אלץ מער מקבל ווערט ער, און ווי מער מקבל דער מענטש ווערט - אלץ מער תנאים וועט ער דארפן בכדי צו שפירן דורך זיי א ליבשאפט געפיל צו זיך אליינ'ס. אויף אזוי ווייט - אז עס קען אמאל זיין, אז דער מענטש זאל פון גרויס קבלה - זוכעניש נאך די אהבה געפיל ממש נישט טרעפן אין די גאנצע וועלט די זאך וועלעכע זאל אים גיבן גוטע און געשמאקע געפיל מיט זיך אליינ'ס [דאס קען זיך אנזעהן ביי גאר עקסטרעמע פערפעקשאניסטן, אדער גאר עקסטרעמע פערסאנאלעטי דיסארדער, און אזוי אויך דיפרעסיע אד"ג. מיר וועלן אבער נישט מאריך זיין היצט אין דעם, וויבאלד דאס פירט אוועק צו נאך א גאנצע סוגיא אין עניני הנפש].


אבער... ווען א מענטש ארבייט אויף זיך - זיך אליין ליב צו האבן כמו שהוא, ער עקסעפט זיך אזוי ווי ער איז, דאן ווערט זיין אהבה צו זיך אליין פארוואנדלט אין א 'אהבה שאינה תלויה בדבר', א אהבה אנע תנאים - unconditional love.

און דאן - וועט ער אוטומאטיש ווערן 'אויס מקבל'. ער וועט שוין נישט דארפן צוקומען אזויפיל מקבל צו זיין פונ-אינדרויסענ'דיגע זאכן א ליבשאפט געפיל צו זיך אליינ'ס, ער וועט זיך אליינ'ס ליב האבן אנע תנאים.

ממילא, אזא מענטש - וויבאלד ער איז רואיג מיט זיך אליינ'ס, און ער איז באליבט אין זיינע אייגענע אויגן, דאן וועט ער אוטומאטיש קענען ליב האבן אנדערע מענטשן, סתם - ווייל ער האט זיי ליב נאטורליך, ווייל די טבע העולם איז אז א מענטש האט ליב די נבראים וועלעכע זענען פונעם זעלבן מין ווי אים...

און כל שכן אז ער וועט ליב האבן זיין ווייב און זיינע קינדער, פארוואס? ווייל זיין וויב איז זיין לעבנ'ס שותף, און זיינע קינדער זענען א חלק פון אים. און וויבאלד ער האט זיך אזוי שטארק ליב ממילא האט ער זיי ליב פונקט ווי ער האט זיך אליינ'ס ליב. און אלעס אנע תנאים! פארוואס? וויבאלד ער האט זיך אליינ'ס ליב אנע תנאים!

און דאס איז 'אהבה שאינה תלויה בדבר' - unconditional love.

אבער אין די סעקונדע דער מענטש הייבט אן שפירן אין זיך נישט גוט מיט זיך אליינ'ס, וועט אין די רגע - ממש אינסטיקטלי אריינקומען אין אים די צורך פון מקבל זיין אהבה פונ-אינדרויסן, און דאן וועט ער שוין נישט קענען ליב א אהבה שאינה תלויה בדבר, און זיין אהבה וועט אין א רגע כמימרא ווערן איבערגעדרייט צו 'אהבה שהיא תלויה בדבר' - conditional love.


און אט די אהבה שאינה תלויה בדבר - ברענגט דעם מענטש צו משפיע זיין אהבה. דא קומט אריין די ענין פון 'געבן אהבה'.

געבן אהבה קען מען נישט ווען מען האט זיך נאר ליב מיט תנאים, וויבאלד דו ביסט דא מקבל צו זיין פון יעדע זאך, און אפילו אויב דו גיסט יא אהבה - איז דאס נאר א ענין פון 'משפיע על מנת לקבל', וויבאלד דער ספעציפישער מענטש וועמען דו האסט ליב גיט דיר דיר די געפיל פון ליבשאפט צו דיר אליינ'ס - צוליב דעם גיסטו יענעם ליבשאפט, אבער באמת 'נעמסטו' נישט דו 'גיסט', און צוליב דעם איז 'אין סופה להתקיים' - עס וועט נישט אנהאלטן, ווי חז"ל זענען מסביר: בטלה סיבה בטלה אהבה - אז די תנאי אין וואס די אהבה איז אנגעוואנדן גייט אוועק איז נישטא מער קיין אהבה - און ווי כאילו עס וואלט קיינמאל עקזעסטירט, פונקט ווי ער האט זיך אליינ'ס נישט ליב נאר ווילאנג די תנאי עקזעסטירט.

געבן אהבה איז נאר ווען דער מענטש האט זיך אליין ליב אן קיין תנאי - א אהבה שאינה תלויה בדבר, וואס דאן - שפירט דער מענטש אזוי רואיג און גוט מיט און ער האט זיך אזוי ליב - אז ער האט ליב אנדערע מענטשן אן קיין תנאים - א נאטורליכע אהבה.

***

אין דאס איז דער ביאור פונעם פסוק: ואהבת לרעך כמוך - זאלסט ליב האבן א צווייטן אזוי דו האסט דיך אליין ליב.

עס איז נישט מעגליך אז א מענטש זאל ליב האב אנדערע אנדערש ווי ער האט זיך אליין ליב! 'כמוך' - אויף די זעלבע וועג ווי אזוי דו האסט ליב דיך אליין, אויף די זעלבע וועג קענסטו ליב האב אנדערע. אויב האסטו דיך אליין ליב conditional דאן האסטו ליב אנדערע אויך conditional, אויב אבער האסטו דיך אליין ליב unconditional דאן וועסטו ליב האבן אנדערע אויך unconditional.


כמים פנים לפנים כן לב האדם לאדם - אזוי ווי דער מענטש שפירט צו זיך אליינ'ס אזוי שפירט ער אויך צו אנדערע מענטשן (ד"ע).

***

און אט דאס מיינע פריינט - איז דער דינער ליניע צווישן 'אהבה' און 'תאוה'.


תאוה איז אזא אהבה וועלעכע איז תלויה בדבר - אהבה על תנאי, וואס דאס איז א מקבל.

אהבה איז א אהבה וועלעכע איז נישט תלויה בדבר - אהבה אנע תנאים, וואס דאס א משפיע.

דער בעל האהבה התלויה בדבר האט זיך אויך נאר ליב על תנאי, אין אנדערע ווערטער: ער דארף ליבשאפט פון אנדערע בכדי זיך אליין ליב צו האבן - דאס ברענגט דעם מענטש צו ליב האבן אנדערע מענטשן צוליב א געוויסער אייגענע ליבשאפט געפיל וואס ער באקומט פון זיי, און דאס איז תאווה - מקבל, ודו"ק.

משא"כ, אויב דער מענטש האט זיך אליינ'ס ליב - אהבה שאינה תלויה בדבר דאן האט ער אוטומאטיש ליב זיינע ארומיגע נאטורליכערהייט אנע תנאים, און דאן וועט ער אוטומאטיש משפיע זיין אהבה אנע תנאים. ווייל וויבאלד ער האט זיך ליב אן קיין תנאים האט ער אויך ליב זיין ווייב און קינדער אנע תנאים - ווייל ער דארף גארנישט צוריקבאקומען פון זיי, ער ערווארט גארנישט פון זיי, נאר פלעין ער גיט און גיט פאר זיי אן א אויפהער! ער האט זיי אזוי שטארק ליב - באמת, אז ער וועט פאר זיי געבן אלעס אין דער וועלט - באמת!

און נישט נאר דאס, נאר ער שפירט זיך אזוי אקעי מיט זיך אז ער קען אפילו זיין א מקבל אויך. ער שפירט נישט מיטן זיין א מקבל קיין שום געפיל אז ער איז נישט גוט מכוח דעם. משא"כ - דער וואס איז באמת א מקבל, וועט זיך נישט קענען ערלויבן זיך ארויסצושטעלן אלץ א מקבל, וויבאלד ער האט זיך אזוי נישט ליב - אז אויב וועט ער אריינקומען שוואך בפני כל עם ועדה אויך, דאן איז ער אוט אינגאנצן... ער מוז דאך צוקומען צו זאכן פון אינדרויסן וועלעכע זאלן אים מאכן שפירן גוט, ממילא וועט ער כאטש וועלן אז די אנערקענונג פונעם עולם אז ער איז גוט זאל אים גיבם די גוט געפיל, ממילא איז ער אזוי אנגעוואנדן דערין ווי לופט פארן מענטש.

משא"כ דער וואס איז אמת'דיג באליבט אין זיינע אייגענע אויגן - דער וועט נישט האבן קיין פראבלעם אריינצוקומען שוואך - ווי א מקבל, ווייל ער דארף נישט צוקומען צו די הסכמה פונעם עולם ווי גוט ער איז, ווייל ער איז אקעי אין זיינע אייגענע אויגן ווי אזוי ער איז.

***

לפי דעם יסוד - איז דאס וואס מען הערט אסאך מאל פון מאנכע מבינים, אז די וועג צו האבן אמת'ע גוטע שלום בית איז דורך משפיע זיין און געבן און געבן אן א אויפהער, אזוי וועט זיך אויפבויען א אמת'ע אהבה צווישן די מאן און ווייב.

די אמת איז - אז די וואס זאגן אזוי זענען בעצם גערעכט, אבער... זיי לאזן אויס שלב א'.

ווען מען זאגט פאר א מענטש - זיי משפיע זיי משפיע נאון סטאפ, וועט דאס קיין אהבה נישט ברענגען! אויב עפעס איז פארקערט, דער מענטש וועט משפיע זיין א געצוואונגענע השפעה, און דאס וועט נאר שאפן א אנגעצויגענקייט צווישן די צוויי, ודי.

נאר.. פריער דארף א מענטש אויפבויען א unconditional love צו זיך אליינ'ס - און ווערן רואיג מיט זיך אליינ'ס ווי אזוי ער איז, און אוטומאטיש וועט דער מענטש אנהייבן ליב צו האבן זיין פרוי [און קינדער] unconditional, און אוטומאטיש וועט ער זיי משפיע זיין - מחמת גרויס אהבה צו זיי.

נישט אז אהבה איז א תוצאה פון משפיע זיין, נאר משפיע זיין איז א תוצאה פון אהבה.

פארשטייט זיך - אז דערנאך גייט עס ווייטער און ווייטער, אז מען איז משפיע פאר די ווייב דאן בויעט זיך די אהבה נאך שטערקער, און דאן איז דער מאן משפיע נאך מער וכו' וכו' עד אין שיעור, אבער די ערשטע סטעפ איז 'קלאר' דאס וואס מיר שרייבן דא [הכל לפי ענ"ד].

***

איז לאמיר דא מסכם זיין מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן (איינער געדענקט נאך...):

נעמען אהבה: דאס איז א שנאה צו זיך אליין, ווערט ער א מקבל, און ער האט ליב די זאך\מענטש וועלעכע גיט אים די געפיל פון ליבשאפט צו זיך אליין - אהבה התלויה בדבר - מקבל, תאוה.

געבן אהבה: דאס איז א אהבה צו זיך אליין, דאן ווערט ער א משפיע פאר די זאך\מענטש וועמען ער האט ליב -אהבה שאינה תלויה בדבר - משפיע, אהבה.


***

היצט נאך א קרישקעלע:

לויט די גאנצע יסוד וואס מיר שטעלן דא אוועק, קומט אויס אזוי:

א מקבל האט ליב די זאך\מענטש וועלעכע איז אים משפיע א ליבשאפט געפיל, ד"ה; אהבה שהיא תלויה בדבר - conditional love.

און ווי געשמועסט - אז די אהבה קען נאר אנהאלטן כל זמן די תנאי אויף וועלעכע די גאנצע אהבה שטייט האלט אן. ד"ה; ביז ווילאנג דער מקבל איז מקבל באקומט די גוטע געפיל פון זיין משפיע - אזוי לאנג האט ער ליב זיין משפיע, אבער איינמאל ער באקומט מער נישט פון זיין משפיע, דאן פליט אוועק די גאנצע אהבה - וויבאלד עס איז געווען א אהבה שהיא תלויה בדבר.
קומט אויס דא לכאורה א געוואלדיגע קושיא:

עס קומט דא אויס אז לדוגמא 'א ווייב' קען נישט ליב האבן איר מאן א 'אהבה שאינה תלויה בדבר'! וויבאלד די מאן איז איר משפיע, און ביז ווילאנג דער מאן איז איר משפיע - אזוי לאנג האט זי אים ליב, אבער אין די רגע ער גיט איר נישט קיין אהבה - האט זי אים מער נישט ליב!

ווי אזוי קען דאס זיין??

און נאכמער וועלן מיר פרעגן:

כלפי די אהבה פון אידישע קינדער צו הקב"ה. הקב"ה האט דאך ליב אידישע קינדער א 'אהבה שאינה תלויה בשום דבר כלל' - unconditional love! אבער די אהבה פון אידן צו הקב"ה איז בלייבט דאך יא 'תלויה בדבר', וויבאלד אידישע קינדער זענען די מקבלים פון הקב"ה, ממילא וועט דא אויסקומען, אז איינמאל הקב"ה איז נישט משפיע שפע פאר אידישע קינדער - וועט די גאנצע אהבה פון אידן צום אויבערשטן אוועקגיין!! אתתמה!


נאר דער תירוץ איז:

הקב"ה האט ליב אידישע קינדער 'אהבה שאינה תלויה בדבר', און ער האט שוין דאס איבערגעוויזן פאר אידישע קינדער פילצאליגע מאל, הקב"ה האט שוין געפראווט פאר אידישע קינדער זיין אומבאגרעניצטע ליבשאפט אן קיין שום תנאים.

ממילא, ווען עס קומט א מצב וואס הקב"ה באהאלט זיך פון אידישע קינדער ח"ו, ער באווייזט נישט זיין ליבשאפט צו אידישע קינדער, ער איז זיי נישט משפיע אלעס גוט'ס ח"ו. אין אזא פאל דערמאנען זיך אידן אין די אלטע אהבה וואס זיי געדענקען ווי הקב"ה האט זיי געוויזן זיין אהבה צו זיי 'שאינה תלויה בדבר', אידישע קינדער דערמאנען זיך די אהבת קדומים - אהבתך הישנה - די אלטע אהבה וואס הקב"ה האט אונז אמאל געוויזן ווי שטארק ער האט אונז ליב א אהבה שאינה תלויה בדבר.

און ווען אידן דערמאנען זיך דאס, האט זייער אהבה צו הקב"ה א קיום! ווייל זיי פארלאזן זיך אויף דאס וואס דער אויבערשטער האט זיי שוין געפראווט שוין פון לאנג צוריק צענדליגער מאל אז ער האט זיי ליב א אהבה שאינה תלויה בדבר.

און דאס איז אלעס מיט די כוח פון אמונה. מיט די כוח פון אמונה גלויבן אידן 'כי לא יטוש השם את עמו - אז הקב"ה וועט נישט אוועקווארפן זיין פאלק ישראל'. אידישע קינדער גלויבן אין די אלטע אהבה וואס דער אויבערשטער האט זיי געוויזן, און אז דאס וועט אנהאלטן לנצח נצחים! און דאס גיט דעם כוח פאר אידישער קינדער אויסצוגיין פאר אהבת השי"ת - אהבה שאינה תלויה בדבר.

ממילא, דאס זעלביגע זאך ביי מאן און ווייב. אויב דער מאן האט איבערגעוויזן און געפראווט צו זיין ווייב זיין אהבה אן קיין תנאים - די אהבה שאינה תלויה בדבר וואס ער האט צו איר, דאן - אפילו ער וועט אויף די רגע נישט משפיע זיין קיין אהבה צו איר [באיזה אופן שהוא], דאך וועט זי געדענקען פון פריער אז ער האט איר ליב אהבת נפש - אהבה שאינה תלויה בדבר.

און אין אזא פאל - וועט דער מאן נישט דארפן זיין אנגעצויגן די גאנצע צייט אז ער איז נישט גענוג משפיע פאר איר. און אויך זי וועט נישט זיין אנגעצויגן די גאנצע צייט - אז אפשר האט איר איר מאן נישט עכט ליב - און מיינען די גאנצע צייט אז זי מוז האלטן אין איין פראוון אז איר מאן האט איר טאקע ליב.

מנוחה שלום ושלוה באפאלט א שטוב ווי עס הערשט אהבה אן א תנאים. דער מאן איז רואיג אז די פרוי איז רואיג... ווען זי ווייסט אז ער האט איר באמת ליב.


ובזה אסיים... איך האף אז איך האב זיך גענוג מסביר געווען, וסליחה אויב זאכן זענען ארויסגעקומען אביסל צומישט, און אויך פארן מאריך זיין אזוי..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”