בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

על פי בקשת חבירינו היקרים וועלן מיר פרובירן צו געבן א שטיקל באריכט ווי מקען גיין און וואס מקען טוהן אין די א.ג. ווייסע בערג אין די שטילע שטאט פון ניו העמפשיער וועלכע פארנעמט א גאר קליינע ארט אויף די מאפע פון די פאראייניגטע שטאטן

ובזה החלי:
די לופט אין די געגענטער פון בעטלהעם און לינקאלן איז קריסטל קלאר און געשמאק, מקען דאס נישט מסביר זיין פאר איינער וואס איז נישט דארטן געווען

אין די זוממער איז עפ״י רוב שיין זיניג און גרייכט די טעמפראטור פון בערך די מיטעלע זיבעציגערס, אבער אפילו מיט א שטארקע זון האט מען נאך א געשמאקע קילע ווינטל, סקען דארטן זיך אראפלאזן שלאקס רעגנס פאר א קורצע וויילע און די זוהן וועט נאכדעם צוריק ארוסיקומין און אפטריקענען די נאסקייט זייער שנעל

ביינאכט קען ווערן קאלט אזש ביז 55 דעגראד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין די בעטלהעם געגענט ווי אידן שטייען שוין איין פאר צענדליגע יארן איז דא עטליכע אידישע פלעצער

הארטסייד קאטעזשעס א גרינע פלאנעט מיט קליינע באנגעלאס אבער גאר זויבער און געשמאק מיט א מנין שבת

די געוועזענע אידישע האטעל ארלינגטאן-טשענדלער הארט נעבן די ביהמ״ד מחזיקי הדת, מיט הערליכע לופטיגע צימערן

די אלטע בעקערס ברוק, די נייע PMR
ממש אקעגן איבער הארטסייד און צוויי מינוט דרייוו פונעם מחזיקי הדת שוהל
וועלכע באשטייט פון הילצערנע קאבינעס מיט א פלעי גראונד, לעיק אויף די פראפערטי
שערמאנס א צוויי מינוט דרייוו פון מחזיקי הדת, א אלטע אידישע האטעל אין א חרובדיגע צושטאנד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אלע אויבנדערמאנטע פלעצער געפינען זיך אויף די 302
פארענדיג סאוט אויפן וועג צו עטטיטעש אדער קרע אר פארט מען פארביי הערליכע טאלן און בערג אזש סרייסט זיך ארויס פון מויל מה רבו מעשיך השם

פארענדיג אין די פארקערטע ריכטונג און ארויף אויפן ניינטי-טרי סאוט באגעגענט מען גיגאנטישע שפיצן פון די ווייסע בערג וועלכע קוקן אראפ מיט גאווה אז די הארץ קען צעגיין
ווי מדרייט נאר די קאפ באגעגענט מען די מאיסטעטישע הרים וגבעות אזש פאר דעם אליינס לוינט זיך די רייזע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פארדעם
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדעם »

קרייסלער האט געשריבן:אלע אויבנדערמאנטע פלעצער געפינען זיך אויף די 302
פארענדיג סאוט אויפן וועג צו עטטיטעש אדער קרע אר פארט מען פארביי הערליכע טאלן און בערג אזש סרייסט זיך ארויס פון מויל מה רבו מעשיך השם

פארענדיג אין די פארקערטע ריכטונג און ארויף אויפן ניינטי-טרי סאוט באגעגענט מען גיגאנטישע שפיצן פון די ווייסע בערג וועלכע קוקן אראפ מיט גאווה אז די הארץ קען צעגיין
ווי מדרייט נאר די קאפ באגעגענט מען די מאיסטעטישע הרים וגבעות אזש פאר דעם אליינס לוינט זיך די רייזע

Yup הערליך געווען דארט פארגאנגענע וואך
משוגע צו ווערן פלעין צו קוקן אויף די בערג שיעור נישט געמאכט א עקסידענט אינמיטען קלאצן אויף די בערג
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Pls come in whit more info what is there to do
Tnx
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

הער איך אז ארלינגטאן האטעל באלאנגט מער נישט פאר אחבנ''י אויך געטוישט דער נאמען
לעצט פארראכטן דורך קאפהאלטער אום מיטוואך יולי 08, 2020 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

וואנט מאר
טענק יו
מיין לופי'לע........
פארדעם
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדעם »

ניין און יא האט געשריבן:Pls come in whit more info what is there to do
Tnx

Bear show-waterfalls-Mount Washington
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פארדעם האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:Pls come in whit more info what is there to do
Tnx

Bear show-waterfalls-Mount Washington

אפען אפילו קאראנע?
שיק מיר ביטע איו אישי די עדרעסען און פרייזען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אדרעסס אדער לינק ביטע, שכח פאר'ן אנהייבן.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

קענאן מאונטען טשעיר ליפט ווי מען פארט ארויף מיט א טשעיר ליפט און מען שפאצירט ארום אויף די הויכע בערג און פאראנאמעס.
מאונט וואשינגטאן די העכסטע פלאץ און צפון אמעריקע מען פארט ארויף מיטען קאר און מען באקומט א סטיקער THIS CAR CLIMBT MT. WASHINGTON אזוי אז אלע שכינים זאלן פלאצען...
מאונט וואשינגטאן קרוז שיף א געשמאקע האלבע שעה'יגע רייזע מיט א גאר בא'טעמ'טע לויטערע ליפט.
עטיטעש א פאן פארק מיט אסאך געשמאקע ריידס, בעיקר באקאנט מיטען סליידער.
קלארקס אסאך אינטערעסאנטע שאוס בעיקר באקאנט מיטען בערן שאו. (יעצט צוגעשפארט)
זיפליין
ועוד
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מנינים

עטליכע מנינים שחרית אין מחזיקי הדת

מנחה מעריב
מחזיקי הדת
PMR

שבת
מחזיקי הדת
הארט סייד וויליזש
PMR

אין חודש אב פארמירט זיך מנינים אין די געגענט פון לינקאלן און לאון מאונטען

די מחזיקי הדת שוהל פארמאגט אויך א הערליכע רענאווירטע מקוה (אויך פאר נשים) איר קענט זיך פארבינדן מיטן אייקאנישע שמש ר׳ פישל פארקאש מ״מ פונעם לאנגיעריגע שמש ר׳ פנחס מיילעך ווייס, וועלכע פיכעסמיילעך יענע? יא יענע
לעצט פארראכטן דורך קרייסלער אום פרייטאג יולי 10, 2020 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כשר׳ע עסן
PMR האט א שטיקל גראסערי ווי מקען קויפן מילך, זשוס, אייער, פלייש און פילע פארשידענע נאש, קעיק, קוקיס, אלע ערליי דיפס און ספרעדס

באזונדער קען מען באשטעלן פון זיי געפאקטע עסן

עטליכע מייל ארויפציר אויפן ניינטי-טרי ביי עקזיט 42
איז דא א וואל מארט, וואלגרינס, דאללער סטאר און א גרויסע סופערמארקעט ״שאוס״ מיט געשמאקע פרוכט און גרינצייג און וואס נישט

ואחרון חביב געפינט זיך דארטן די ניו העמפשיר סטעיט ליקאר סטאר ווי מקען איינהאנדלען אלע משקאות פאר עטליעסט א דריטל אדער גאר האלב די פרייז פין ניו יארק

—————

מנהגו פון בני בעטלהעם צו אנשעפן שפרענג וואסער פונעם קוואל וואסער צופיסנס פונעם בארג אין בעטלהעם, די וואסער איז פיין קאלט און קריסטל קלאר און געשמאק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווי קען מען גיין??? אה א גוטע פראגע
איז אזוי: פאר קינדער; פארברענג רוב צייט ווי משטייט איין

פאר א טריעט קען מען גיין:
Clark’s trading post
די באקאנטע בערן שאו און נאך פארשידענע אקטיוויטעטן

Story land
א קינדער פארק מיט פארשידענע ריידס באזירט אויף לעגענדארע קינדער ביכער ווי גאלדי לאקס

Santa’s village
א געשמאקע זיסע אמיוזמענט פארק פאר קינדער אלע יארגענג

Fun spot
אינדאר ארקעד געימס מיט עטליכע קליינע קינדער ריידס
פונקט אקעגן איבער איז דא גאו קארטס פאר ערוואקסענע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

איז Loon Mountain אפען די יאר?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קאפהאלטער האט געשריבן:הער איך אז ארלינגטאן האטעל באלאנגט מער נישט פאר אחבנ''י אויך געטוישט דער נאמען

ארויסגעליעסט פאר די באקאנטע האטעל מענעזשמענט פירמע ״טשויס האטעלס״ און געמאכט א שינו השם צו ״טשענדלערס עט ווייט מאונטענס״

רוב געסט זענען אידן וואס געבן זיך אן עצה מיט כשרס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

קרייסלער האט געשריבן:מנינים

עטליכע מנינים שחרית אין מחזיקי הדת

מנחה מעריב
מחזיקי הדת
PMR

שבת
מחזיקי הדת
הארט סייד וויליזש
PMR

אין חודש אב פארמירט זיך מנינים אין די געגענט פון לינקאלן און לאון מאונטען

די מחזיקי הדת שוהל פארמאגט אויך א הערליכע רענאווירטע מקוה (אויך פאר נשים) איר קענט זיך פארבינדן מיטן אייקאנישע שמש ר׳ פישל פארקאש מ״מ פונעם לאנגיעריגע שמש ר׳ פנחס מיילעך ווייס, וועלכע פיכעסמיילעך יענע? יא יענע

חב"ד ניו העמפשער שטעלט צו שוין יארן לאנג א מנין אין א האטעל אין לינקלאן אויסער נאך צענדליגע קלענערע מנינים

http://www.chabadofnh.com/templates/art ... nyanim.htm

http://www.lincolnnhminyan.com/

https://www.visitwhitemountains.com/
לעצט פארראכטן דורך וועלטס פארשטייער אום פרייטאג יולי 10, 2020 1:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נאטור נאטור און נאכאמאל נאטור
דאס איז די שענסטע זאך פון ניו העמפשער, פארסטו ארויף די 302 פארסטו אדורך די מאיסטעטישע ווייסע בערג וועלכע איז אטעם פארכאפענד, ביי א געוויסע פונקט ווערט די שאסיי זייער שמאל אדורכפארענדיג אין א טאל פון צווישן ריזן פעלזן בערג, געבענדיג א שטיקל באגריף איבער דעם אז ישיר ישראל את השירה הזאת עלי באר ענו לה

מפארט פארביי די אייקאנישע מאונט וואשינגטאן האטעל צופיסנס פונעם מאונט וואשינגטאן בארג

אזוי אויך פארט מען פארביי די
Breton woods
ווי מקען כאפן א טשעיר ליפט ארויף דעם בארג מיט א הערליכע אויסקוק אויפן גאנצן פלוין, אזוי אויך געפינט זיך דארטן א זיפ ליין ווי מקען זיך טרעפן מאיגרא רמא לבירא עמיקא אין ווייניגער ווי צוויי מינוט, יוש סנעמט ארויס די נשמה

לאמיר פארן ווייטער ארויפצי ביז די
Cranmore Park

ווי מקען ארויפפארן מיט א טשעיר לופט ביזן שפיץ בארג
Alpine coaster
Zip line

און שוין

המשך יבא אי״ה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

וועלכע אירפארט איז די גרינגסטע?
איז טיקעטס ביליג?
איז בכלל שייך אהין צופארן טאמער האט מען נישט קיין נערווען צו דרייווען?
אבער ליפט ארבעט דארט? אדער אפשר איז דא אנדערע קאר סערוויס?
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:וועלכע אירפארט איז די גרינגסטע?
איז טיקעטס ביליג?
איז בכלל שייך אהין צופארן טאמער האט מען נישט קיין נערווען צו דרייווען?
אבער ליפט ארבעט דארט? אדער אפשר איז דא אנדערע קאר סערוויס?

נישט דא קיין פליגערס אהין
אובער ארבעט דארט
מזלא טבא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

פלעצער ווי צו גיין אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזלא טבא »

דאס האב איך פאר 2 יאר צוריק צוזאמגעשטעלט פאר איך בין געפארן. (די שעות/פרייזן זענען פון דעמאלטס)
(די מינוטן זענען פון ארלינגטאן)
אלעס איז קליקעבל.
אטעטשמענטס
NH.pdf
(176.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 563 מאל
לעצט פארראכטן דורך מזלא טבא אום פרייטאג יולי 10, 2020 1:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:וועלכע אירפארט איז די גרינגסטע?
איז טיקעטס ביליג?
איז בכלל שייך אהין צופארן טאמער האט מען נישט קיין נערווען צו דרייווען?
אבער ליפט ארבעט דארט? אדער אפשר איז דא אנדערע קאר סערוויס?

נישט דא קיין פליגערס אהין
אובער ארבעט דארט

איך געדענק אז איך האב געהערט פין מענטשן וואס זענען געפארן מיט פליגערס
קען זיין אז זיי זענען אנגעקימען א האלבע שעה צו א שעה אוועק
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:וועלכע אירפארט איז די גרינגסטע?
איז טיקעטס ביליג?
איז בכלל שייך אהין צופארן טאמער האט מען נישט קיין נערווען צו דרייווען?
אבער ליפט ארבעט דארט? אדער אפשר איז דא אנדערע קאר סערוויס?

נישט דא קיין פליגערס אהין
אובער ארבעט דארט

ארבעט מיינט אז מדארף ווארטן א האלבע שעה פאר א קאר אדער נארמאל ווי 5 10 מינוט?
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

געווען ביי PMR מיט עטליכע וואכן צוריק און סנישטא קיין ווערטער פון די סערוויס וואס זיי שטעלן צי און די געשמאק פון אלעס פריש סטיל 2020 און רחבותדיג
בנוסף צו די שיפן פאר שיפלען בחינם און די קאלירטע פייער מוצאי שבת פאר די קינדער און די געשמאקע סווינמינג פאל ועוד ועוד וואס זיי וואלטן בכלל נישט געדארפט צושטעלן
די דעלי איז נאכנישט געווען אפען אבער כמיין אז יעצט שוין יא
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:וועלכע אירפארט איז די גרינגסטע?
איז טיקעטס ביליג?
איז בכלל שייך אהין צופארן טאמער האט מען נישט קיין נערווען צו דרייווען?
אבער ליפט ארבעט דארט? אדער אפשר איז דא אנדערע קאר סערוויס?

די נענסטע עיר פארט איז א שעה-א-האלב פון בעטלהעם אין בוירלינגטאן ווערמאנט

ליפט ארבעט דארטן

אויב באזיצט איר א פריוואטע פליגער קענט איר לאנדן אין א קליינע עירפארט גערופן מאונט וואשינגטאן נעשענאל עיר פארט וואס איז בערך צוואנציג מינוט פון בעטלהעם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”