וואס? יענע זינגער???
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
וואס? יענע זינגער???
בס"ד
וואס? יענע זינגער???
סעם איז א יונג געצערצעלטע קינד; וואס איז אויפגעוואקסן אין א רייכע געגענט אין לאס אנזשעלעס, זיין טאטע איז איינגעשטעלט און באזיצט א מאכטפולע פאזיציע אין איינער פון די פילע היי-טעק קאמפעניס וואס געפונען זיך דארט, צו ווי ער איז צוגעקומען מיט זיין אייזערנעם קאפ אין שטארקע ווילן, וואס האט אים אויך געהאלפן ערפינדען פולע ערפינדנגען אין פראגרעמס אין די פעלד פון קאמפיוטערס, זיין האבי איז געווען טאקע דאס קאמפיוטער, ער פלעגט זיצן שעות אויף שעות אויסצוגעפונען נאך און נאך ערפינדונגען און פארבעסער'ן פראגרעמ'ס און סאפטווער.
סעם איז נישט געפאלן ווייט פון בוים, און האט זיך אויך אויסגעצייכנט מיט גוטע כשרונות, און א שטאלענע רצון. די ערשטע מאל וואס ער איז אינטערדוסט געווארן צו זיין טאטעס ארבעט איז געווען אלס יונג קינד, ווען ער האט איינמאל אריינגעוואנדערט צו זיין טאטעס אפיס אינדערהיים, און ער האט געזעהן זיין טאטעס קאמפיוטער סקרין שווארץ מיט ווייסע און רויטע טעקסט דערויף, ער האט שנעל ארלאמירט זיין טאטע.. ''טאטי דיין קאמפיוטער איז צובראכן די גאנצע סקרין איז שווארץ און קוקט אויס זייער פאני'' זיין טאטע האט זיך צולאכט און אים גענומען אויפ'ן שויס, און גענומען מסביר זיין:
מיין קינד האסטו זיך קיינמאל נישט געוואונדערט וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט? און וויאזוי ער ווייסט וואס צו טוהן? און וויאזוי ער פארשטייט וואס די מענטש וויל פון אים? סעם קוקט אויף זיין טאטע מיט פארגלאצטע אויגן, און זיין טאטע איז ממשיך, די קאמפיוטער האט א אינערליכע שפראך וואס איז א קאוד שפראך וואס דאס פארשטייט די קאמפיוטער, ער האט אויסגעלאזט די גאנצע קאמפליצירטע הסבר, אבער בקיצור האט ער עס אזוי מסביר געווען. אז די קאמפיוטער האט א קאמפיוטער שפראך וואס זי פארשטייט, און דאס איז די וועג וויאזוי מען שטעלט אן די קאמפיוטער. און די קאמפיוטער זעצט עס איבער צו די שפראך וואס מיר קענען, און מיין קאמפיוטער איז יעצט געווען אפן צו די קאוד שפראך וואס איך פיטער אזוי אריין פראגרעמס אין דאטא אין נאכדעם ארבעט עס לויט אנווייזונגען אויף אונזער שפראך.
סעם פרעגט מיט א קינדערישע תמימות, פארוואס קען מען עס נישט מאכן מיט מענטשן די ערפינדונג, מיט א געוויסע קאוד שפראך וואס מ'קען מיט דעם אריינפיטערן אינפאורמעישן אין די מענטש און נאכדעם זאל עס ארויסקומען מיט די שפראך וואס ער רעדט? זיין טאטע האט זיך צולאכט פון זיין חלום און אים געלאזט דמיונ'ען.
סעם האט קיינמאל פארגעסן זיין חלום, איינמאל ס'איז אים אריין אין קאפ איז עס נישט ארויס, ער פלעגט דמיו'ען און חלומ'ען ווען ער גייט ערצייגן די געהיימע קאוד שפראך אריינצופיטער'ן אינפאוו אין די אינטערבאוואוסטזיין פון די מוח פון א מענטש, און ער האט נישט נאר געדימיונ'ט, נאר פון יענעם טאג האט ער זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין ליינען די מוח פון מענטשן און פון קאמפיוטערס וואס ער האט יענץ געוואלט נאכמאכן, סעם איז געווארן עלטער ער גייט שוין אריין אין קאליזש און די איינציגסטע צוויי נושאים וואס אים אינטרעסירט, איז שטודירן די מח, און קאמפיוטערס, אין ווי געזאגט האט ער געהאט אייזערנע כשרונות אין ער איז ווייט אנגעקומען אין די פעלד..
......
סעם איז שוין זיבען אין צוואנציג, און ער שטייט פאר'ן געווינען איינע פון די גרעסטע פרייזעס פון ווינס'שאפט, ער האט ערפילט זיין חלום, ער האט אויס געפינען געוויסע כוואליעס וואס גייט גראד צום אינטער'ן באוויסטזיין, און באוויזן צו שיקן די שטראלן אין פארעם פון צומישטע קלאנגען אין די אויער, אבער די כוואליעס פון די שטראלן האבן באמת געטראגן אינפאוו, ווען ס'איז דערהערט געווארן דורך די אינטער'ן באוואוסטזיין פון מוח פונקט ווי עס הערט געהעריגע אינפאו אויף א נארמאלע שפראך.
די טעסטן האבן געוויזן איינדרוק'פולע רעזאלטאטן, מ'האט גענומען א מענטש, אים געמאכט אויסהערן די קלאנגען און א מינוט נאכדעם האט ער געקענט איבערזאגען א גאנצע טיפע מעטאמאטישע חשבון, אין די צייט וואס ער האט קיינמאל נישט שטודירט מעטאמאטיקס, ס'האט ממש אויפגעטרייסלט די וויסענשאפטליכע וועלט.
אבער יעצט וויל איך דיר פרעגן טייערע ליינער, צו ביסטו מסכים דורכצוגיין די באהאנדלונג? צו ביסטו גרייט אז איינער זאל איבערנעמען קאנטראל אויף דיין מוח? און האבן די מעגליכקייט אריינצולייגן וואס יענער וויל? אן דעם די זאלסט אפילו וויסן וואס ס'איז? איך וואלט נישט מסכים געווען! נאר אויב יענער איז מיין טאטע וואס איך טראסט מיט פארמאכטע אויגען, אבער סתם א מענטש קיינמאל נישט! און איך מיין אז קיין שום מענטש וואלט נישט מסכים געווען צו אזא זאך איבערצוגעבען זיין מוח פאר סתם א מענטש, די מוח איז די טייערסטע זאך, קיין מענטש וויל נישט פארלירן קאנטראל דערויף אין עס אוועקגעבען פאר א צווייטען.
..................
די מעשה האט ווי פארשטענדליך קיינמאל נישט פאסירט, אבער ס'איז דא א ענדליכע זאך, יא סאיז דא א קאוד שפראך וואס די מוח פארשטייט נישט אויבנאויף, און עס גייט אינטער'ן באוואוסטזיין אבער נישט אינטערן באוואוסטזיין פון מוח נאר אינטער די באוואוסטזיין פון הארץ, א געוויסע מין שפראך וואס די מוח הייבט נישט אן צו פארשטיין, און קען עס נישט מסביר זיין, אבער ווען ס'גייט אריין, נעמט עס אינגאנצן איבער די קאנטראל פון הארץ! אן קיין שום איבערזיכט פון מוח! און יא עס ארבעט אויך מיט אזאלכע אפגעהאקטע קלאנגען, ס'ווערט אנגערופן נגינה!!...
יעדע מענשט איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי זאכן. מוח, און געפיל, די מוח איז מיט וואס מיר פארשטייען זאכן, און די געפיל איז וויאזוי מיר פילן זאכן, יעצט נארמאלערהייט קומען אלע געפילן פון מוח, דהיינו לאמיר זאגען ליבשאפט קומט ווען די מוח באגרייפט ווי נאנט איינער איז צו מיר, און וואספארע טובות ער האט מיר געטוהן, דעמאלס לויט די הנחה פילט די הארץ אהבה, און די זעלבע זאך ביי שנאה פארקערט, און אפילו געפילן פון תאווה וכדומה; איז אויך א געפיל וואס מען קען אנצייכענען און מקשר זיין געוויסע מעשים און זאכן צי די געפיל, אפילו די מוח קען עס נישט פארשטיין, אבער מ'קען עס מגדיר זיין וואס די געפיל איז, און צו וואס די געפיל איז, אין ס'כאפט ווען די געפיל צינד זיך אן, לדוגמה די תאוות האכילה ווייס איך אז עסן צינד אן די תאווה, אין די תאווה איז די עסן.
אבער נגינה איז בכלל נישט נתפס אין מוח! די מוח קען נישט מסביר זיין וואס מאכט די געפיל בשעת'ן הערן די ניגון! און די ניגון איז ממש א קאוד שפראך צום הארץ!, צינד אן עמאושענעל הארץ רייסענדע מוזיק; און פלוצלינג; הופס! די טרערן הייבן אן צו רינען, די האסט נישט קיין איינונג פארוואס די וויינסט, אויף וואס די וויינסט, אבער דיין הארץ האט באקומען די צובראכענע קאוד! און גענומען ארבייט'ן לויט די אנווייזונגען! איז עס נישט שרעקדיג?! אז מיר גיבן אונזערע הערצער פאר מענטשן וואס מיר קענען נישט?! און מיר קענען ניטאמאל פילטערן די השפעה ווייל ס'איז קאוד! און גייט גראד צום הארץ? סאיז ממש א פחד וואו איך זעץ מיך אריין אין קאר און צינד אן א סידי, אין הופס! די קאודס הייבן אן פליסן, יעצט פרייליך, יעצט טרויעריג, יעצט געהויבן, יעצט אראפגעלאזט, מ'גיבט ממש איבער די קאנטראל אויף די הארץ פאר א פרעמדן וואס מ'קען ניטאמאל, אין יענער פלאנצט איין וואס ער וויל, און ס'איז נישט דמיונות; ווייל ווער ס'ווייסט אביסל, ווייסט וואס פאר א אינדאסטרי ס'איז דא פאר מוזיק, און די מומחים קענען אויף יעדע מוזיק זאגן וועליכע געפיל עס צינד אן, זיי ווייסן די קאוד, אבער אונז געבן סתם זיך איבער אין די הענט פון אומבאקאנטע, און מיר כאפן אפילו נישט!
ס'האט מיר ממש געהיט אז ס'איז באמת דא א קאוד שפראך וואס פיטערט אריין אינסטארקשנס גראד צום הארץ, אן קיין פילטערס, עס צינד אן געפילן אן קיין שום רשות און אן די מינדעסטע לאגיק, דאס מיינט אז פרעמדע מענטש'ן קענען מאכן וואס איך זאל פילן!!! אין פון דארט איז גאר א קליינע שפרונג צו אינגאנצן איבערנעמען קאנטראל אויף די גאנצע מענטש!! אין ס'איז באמת נישט קיין גוזמא ס'איז ממש אזוי!!!..
סאו, נעקסט טיים ווען איר קויפט א סידי, פאר איר צינד עס אן טראכט צו זענט איר גרייט אריבערצוגיין א הארץ אפעראציע אונטער די הענט פון די נאמען וואס שטייט אויפן דעקל? ווייל דאס איז ממש וואס גייט געשעהן ווען איר וועט אנצינדן די סידי. ס'וועט איינעמען אייער הארץ, און טוהן דערמיט וואס פלוני אלמוני וויל!!!...
געדענק. איך האב אייך געווארענט.
א טיפע דאנק פאר א גרויסע עם הארץ פארן מגיה זיין און משפר זיין

לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום דאנערשטאג יולי 02, 2020 11:34 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 298
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14566
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמפיוטער קאוד!!! צום מענטש???
זייער שטארק און זייער powerful מעססעזש, די בעסטע וועג (ביזדערווייל) צו אויפקלערן די מענטשן וואס די פראבלעם איז.
Re: קאמפיוטער קאוד!!! צום מענטש???
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:זייער שטארק און זייער powerful מעססעזש, די בעסטע וועג (ביזדערווייל) צו אויפקלערן די מענטשן וואס די פראבלעם איז.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 343
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm
Re: קאמפיוטער קאוד!!! צום מענטש???
װאאאאאאאפ יו היט מי לײק נעװער ביפאר
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
Re: קאמפיוטער קאוד!!! צום מענטש???
זייער שיין! איך האלט נאר אז דער ארטיקעל מעג האבען א פיל מער צוציענדיגער קעפל.
עס איז באוואוסט אז מען האט געטאן פילע שטודיעס, און אויפגעוויזען אז ווילדע מוזיק איז משפיע לרעה אויך אויף מייז אד"ג און אפילו אויף געוויקסען, אז ווען מען האט אנגעצונדען איידעלע מוזיק האבען די געוויקסען שיין געוואקסען, און ווען מען האט אנגעצינדען ווילדע מוזיק האבען די געוויקסען נישט געוואקסען ווי ס'דארף צו זיין.

Re: וואס? יענע זינגער???
זייער שטארק!! גוט אז דו האסט געטוישט קעפל, עס ציהט מער ליינער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 343
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm
Re: וואס? יענע זינגער???
זײער א שײנע טאטש די נײע קעפל
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
קרעדיט: דייקן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2660
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: וואס? יענע זינגער???
וואאאף, דער הערט נישט אויף צו שיבן ארטיקלען איינס בעסער פונעם צווייטען.
זייער א ריכטיגע נקודה למחשבה, קיפ איט אפ!
זייער א ריכטיגע נקודה למחשבה, קיפ איט אפ!
Re: וואס? יענע זינגער???
א דאנק, זייער שיין.
אויף די שאלה וואס דו פרעגסט, קען זיין ניין און יא.
אויף די שאלה וואס דו פרעגסט, קען זיין ניין און יא.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
א דאנק פארן ליינען און באדאנקען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
Re: וואס? יענע זינגער???
הערליך מייסטערהאפטיג געשריבן! יו דיד איט עגעין!
יישר כח
יישר כח
Re: וואס? יענע זינגער???
זייער זייער הנאה געהאט. אן אמת׳ע נקודה גוט ארויסגעברענגט
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: וואס? יענע זינגער???
WOW
זייער זייער הנאה געהאט
צום פינטל!
זייער זייער הנאה געהאט
צום פינטל!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: וואס? יענע זינגער???
איך בין פונקט אנגעקומען אהערן סוירטשנדיג אין א ניקס תגובות.
נאך א מזל!
א טיפע גוטע נקודה, זיס און זאפטיג אראפגעלייגט.

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
שטומפיג האט געשריבן:איך בין פונקט אנגעקומען אהערן סוירטשנדיג אין א ניקס תגובות.
נאך א מזל!
א טיפע גוטע נקודה, זיס און זאפטיג אראפגעלייגט.
Tnx for the compliment
It's never to late
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: וואס? יענע זינגער???
יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
נשמה האט געשריבן:יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
זייט אייך מער מסביר ביטע
אישי אויך גוט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: וואס? יענע זינגער???
ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
זייט אייך מער מסביר ביטע
אישי אויך גוט
איך האב געזאגט אז יעדע זאך אויף דער וועלט קאנטראלירט אונזער מח. בהכרח. אזוי ווי א ניגון טוט קאנטראלירן אויף א שטארקן פארנעם, אזוי אויך טוט יעדע זאך קאנטראלירן אונזער מח. בהכרח.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
נשמה האט געשריבן:ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
זייט אייך מער מסביר ביטע
אישי אויך גוט
איך האב געזאגט אז יעדע זאך אויף דער וועלט קאנטראלירט אונזער מח. בהכרח. אזוי ווי א ניגון טוט קאנטראלירן אויף א שטארקן פארנעם, אזוי אויך טוט יעדע זאך קאנטראלירן אונזער מח. בהכרח.
ריכטיג אבער כמעט גארנישט קומט נישט צו צו מוזיק
אגב וואס האט איר געדארפט "באווייזן" צו ליינען מיין ארטיקל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: וואס? יענע זינגער???
ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
זייט אייך מער מסביר ביטע
אישי אויך גוט
איך האב געזאגט אז יעדע זאך אויף דער וועלט קאנטראלירט אונזער מח. בהכרח. אזוי ווי א ניגון טוט קאנטראלירן אויף א שטארקן פארנעם, אזוי אויך טוט יעדע זאך קאנטראלירן אונזער מח. בהכרח.
ריכטיג אבער כמעט גארנישט קומט נישט צו צו מוזיק
אגב וואס האט איר געדארפט "באווייזן" צו ליינען מיין ארטיקל
קאנצענטראציע. דו שרייבסט גאר גוט. ס'האט נישט מיט דיר.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: וואס? יענע זינגער???
נשמה האט געשריבן:ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:ניין און יא האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:יא, איך האב באוויזן צו ליינען איינע פון דיינע ארטיקלן. דו האסט אזוי סך ארטיקלן.
יא. איך האב געוואלט זאגן אז פון יעדע זאך אויף דער וועלט ווערן מיר נשפע בהכרח. איי וואס וועט זיין. בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין. אז מ'ליגט אין לערנען ווערט אטאמאטיש די קאוד ענקאודעד אז ס'דא געטליכקייט אויף דער וועלט. און אויב נישט... איך רעד נישט פון הערן נגינה.
זייט אייך מער מסביר ביטע
אישי אויך גוט
איך האב געזאגט אז יעדע זאך אויף דער וועלט קאנטראלירט אונזער מח. בהכרח. אזוי ווי א ניגון טוט קאנטראלירן אויף א שטארקן פארנעם, אזוי אויך טוט יעדע זאך קאנטראלירן אונזער מח. בהכרח.
ריכטיג אבער כמעט גארנישט קומט נישט צו צו מוזיק
אגב וואס האט איר געדארפט "באווייזן" צו ליינען מיין ארטיקל
קאנצענטראציע. דו שרייבסט גאר גוט. ס'האט נישט מיט דיר.
דאן א דאנק פאר די אנשטרענגנג . באמת
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: דאן א דאנק פאר די אנשטרענגנג . באמת
איך געב דיר א דאנק.
שרייבסט הערליך. הייטעק.
און דאס וואס דו שרייבסט בנוגע 'ננינה' זאגסטו גוט.
שרייבסט הערליך. הייטעק.
און דאס וואס דו שרייבסט בנוגע 'ננינה' זאגסטו גוט.
Re: וואס? יענע זינגער???
הרב ניין און יא. דיינע ארטיקלען ליין איך נאר מיט יישוב הדעת. דערווייל האבעך טאקע נישט געליינט מער ווי צוויי דריי פון דיינע ארטיקלען און דאס איז טאקע ווייל כ'וויל קענען מץבאמת ארויסנעמען דאס מערסטע דערפון
מלא טאלאנט און אידישקייט. א נחת
מלא טאלאנט און אידישקייט. א נחת
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל