פאני דילעמעס #2

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

סמאכט זיך כסדר אז איך דארף רעדן מיט א איש חשוב און דערמאנען די שטאט וויליאמסבורג. וויאזוי דארף איך עס ארויסזאגן? זיכער נישט אזויווי מזאגט עס אויף ענגליש, ספאסט נישט, וויזוי יא? 'וויל-יאמ-סבורג' הערט זיך ווי אן אלטע זיידע, 'ווילי-מס-בורג' גיי איך סאונדן ווי א עכטע ווילימסבורגער און איך בין דאך פון בארא פארק. נא, וואס טוט מען? וואס האב איך געטון לעצטע מאל כהאבעס געדארפט זאגן? כגעדענק שוין נישט.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

פיק ניק האט געשריבן:סמאכט זיך כסדר אז איך דארף רעדן מיט א איש חשוב און דערמאנען די שטאט וויליאמסבורג. וויאזוי דארף איך עס ארויסזאגן? זיכער נישט אזויווי מזאגט עס אויף ענגליש, ספאסט נישט, וויזוי יא? 'וויל-יאמ-סבורג' הערט זיך ווי אן אלטע זיידע, 'ווילי-מס-בורג' גיי איך סאונדן ווי א עכטע ווילימסבורגער און איך בין דאך פון בארא פארק. נא, וואס טוט מען? וואס האב איך געטון לעצטע מאל כהאבעס געדארפט זאגן? כגעדענק שוין נישט.

זאג נישט און שוין, מיין באבע האט מיך אויסגעלערנט אז נישט אלעס וואס מ'ווייסט דארף מען זאגן!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

על זו הדרך האט מיר איינער אמאל געזאגט עפעס וועגן איטעליע, סהאט מיר געדויערט א רגע צו כאפן אז ער רעדט פון איטאליע (אדער איטעלי).
מסתם קומט זיין טעות פון איטעלין אייסעס.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שוין גארנישט אזוי פאני, קעי?
אבער וויבאלד ס'דאך דאך א פאני דילעמע, האב איך באשלאסן עס אהערצושליידערן.

שנייד איך זיך אפ א דין שטיקל מזונות פונעם גרויסן טארט, נישט זייער דין, נאר אזא ביינעני, ווייסוואסיכמיין, מיטן חשבון אז מ'וועט נאכדעם צושניידן נאך און נאך און נאך און נאך "ביז ס'וועט גראד ווערן"...

די צרה וואס האט מיר באטראפן איז, אז דער דינטשיקס האט זיך דערשניטן אזוי מין גראד, אזש ער קען אויפווייזן ווי קרום אלע רולערס זענען... ס'טוט מען יעצט? מ'קען שוין נישט נעמען נאך סלייסקעס, ווייל ס'דאך שוין גראד!

איינער מיט אנייצע?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פאסט ביז פסח!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

נישטא קאנייצע

דארפסט ווארטן מיט געדילד ביז סוועט צורוק קרום ווערן.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

איך ווייס טאקע נישט.. אבער וויזוי די זאגסט עס, זאג עס שטייט הויעך און קלאר.. ווייל אנישט וועט דיר נאך יענער איבערפרעגן 'אוואו?..'
אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

צופ אראפ א קליין שטיקל און הייב עס אן אויסצוגראדן
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

ווילענסבורג?...
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

איך מיין זאלסט אויסשמועסן די דעלעמא מיט א חשובע איד..
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

חוח בין השושנים האט געשריבן:שוין גארנישט אזוי פאני, קעי?
אבער וויבאלד ס'דאך דאך א פאני דילעמע, האב איך באשלאסן עס אהערצושליידערן.

שנייד איך זיך אפ א דין שטיקל מזונות פונעם גרויסן טארט, נישט זייער דין, נאר אזא ביינעני, ווייסוואסיכמיין, מיטן חשבון אז מ'וועט נאכדעם צושניידן נאך און נאך און נאך און נאך "ביז ס'וועט גראד ווערן"...

די צרה וואס האט מיר באטראפן איז, אז דער דינטשיקס האט זיך דערשניטן אזוי מין גראד, אזש ער קען אויפווייזן ווי קרום אלע רולערס זענען... ס'טוט מען יעצט? מ'קען שוין נישט נעמען נאך סלייסקעס, ווייל ס'דאך שוין גראד!

איינער מיט אנייצע?

שוואכע מעשית, דו האסט נישט גוט געשניטן. פארנג אן פון פריש און קום אריין
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

שנייד פון הונטן ווי דער לימענעווער האט פארציילט פון טאטן.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואסערפאל האט געשריבן:שנייד פון הונטן ווי דער לימענעווער האט פארציילט פון טאטן.

:lol:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זאל איך בלייבן אויף אדער זיך לייגן שלאפן
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

שטיל ווי א פליג
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פאני דילעמעס #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

Williamsburg
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”