וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג יוני 23, 2020 1:00 pm

דערלעבט! פופציגער שטייגט! מען ווערט נתעלה!

מיטן אראפקלאפן די דאזיגער תגובה וועט די ראנג געהעכערט ווערן צו א - 'שר המאה'!

זיץ איך דא פארגוילעמט און איך טראכט, וויאזוי אויף דער וועלט ווערט פון א פופציגער א הונדערטער??? אפשר פון די פארקערטע זייט??? אין א שפיגל אפשר???

נאר וואס דען, אזוי גייטעך דער וועלט, א מענטש בלייבט נישט שטיין, מען וואקסט, און אויב מען באוואסערט גוטע וואקסט עס גוט!

אלזא וויל איך ממקדיש זיין מיין הונדערטסטע תגובה זיך צו באדאנקען פאר מיינע טייערע פריינט דא אויפן וועלטל, וועלכע מאכן דעם אטמאספעהר געשמאק דא, און אינאיינעם פארעמט מען אויס א ווינקל וואו א חסידישער אינגערמאן זאל זיך טרעפן ס'פלאץ על טהרת הקודש אויפן געוועב,

כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין תגובותיהן שווין, איינער מער מיט א סענס אוו הומער, איינער מער א ויכיחים ליבהאבער, א דריטער א נייעס ברענגער, און א פערטער א קריטיקירער - אויך נישט אוועקצומאכן, און די זעלבע איז מיטן פשוטער מגיב טוט אויך אויף א געוואלד מיט זיינע קאמפלימענטן וועלכע זענען דער הויפט שטופ פאר א שרייבער אנצוגיין,

אין די זעלבע צייט ברויך מען זיך אויך באדאנקען פאר די געטרייע הנהלה וואס לייגן אריין איבערמידליכע ארבעט אין דעם וועלטל זיכערצומאכן אז עס גייט כשורה אויף די ריכטיגע רעלסן, און געבן זיך אוועק פאר יעדן פרט ופרט שלא ע"מ לקבל פרס,

זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן פאר זייער ארבעט, און די זכותים פון אהערשטעלן אזא אויסגעהאלטענעם ווינקל זאל זיי אודאי ביישטיין און ברענגען אלעס גוטס,

הק' פופציגער \ הונדערטער
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג יוני 23, 2020 1:04 pm

קע"ה, דו ביסט אקסידזשן דא אויפן וועלטל, זעלטן צו טרעפן אזא רוח החיים.

ייש"כ וכה לחי!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יוני 23, 2020 1:06 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:קע"ה, דו ביסט אקסידזשן דא אויפן וועלטל, זעלטן צו טרעפן אזא רוח החיים.

ייש"כ וכה לחי!!

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג יוני 23, 2020 1:10 pm

פופציגער האט געשריבן:פשוטער מגיב טוט אויך אויף א געוואלד מיט זיינע קאמפלימענטן וועלכע זענען דער הויפט שטופ פאר א שרייבער אנצוגיין

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 23, 2020 1:16 pm

סאו דו גייסט טרעפן א נייע ניק הינדערטער??...

גיי אן ווייטער! ברענגסט אריין א פרישקייט דא!
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יוני 23, 2020 1:22 pm

זאל זיין פופציג פופציגערס (נאך דעם וועט מען זיך דעמטץ זארגן) כה לחי
הק' יישר כח

אוועטאר
חבקוק
שר ששת אלפים
תגובות: 6855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך חבקוק » דינסטאג יוני 23, 2020 1:23 pm

פופציגער, פרעג נישט אזויפיל קשיות, זעה נאר צו ארויפגיין העכער און העכער אין ראנג....

איר זענט א מתנה פאר אונזער וועלטל!!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 23, 2020 1:30 pm

יישר כח האט געשריבן:זאל זיין פופציג פופציגערס (נאך דעם וועט מען זיך דעמטץ זארגן) כה לחי
הק' יישר כח

wow פופציגער! בלעס-יו!

איך וואלט פארגעשלאגן 85 פופציגערס, על שם "אין העולם פחות משמונים וחמשה יובלות"...
בוא וראה איך הכסף מקלקל: הזכוכית כשהיא שקופה ונקיה אנחנו יכולים לראות דרכה את כל העולם, אבל אם נצפה אותה בכסף היא תהפוך לראי ואז נוכל לראות בה רק את עצמינו.

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך קרעפלעך » דינסטאג יוני 23, 2020 2:00 pm

קיפ איט אופ!
שוין גארנישט קיין פופציגער די ביזט ווערט אסאך אסאך מער!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 23, 2020 2:01 pm

דער קומט אריין קריסטל קלאר! דאס איז סאמטינג ספעשיל.. מען לעקט אויס דיינע תגובות ביזן לעצטן טראפ'ל.. א רוח דער!!!
האמיר פיל הצלחה, הק' לעגאו

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג יוני 23, 2020 2:30 pm

אלטער האט געשריבן:סאו דו גייסט טרעפן א נייע ניק הינדערטער??...

גיי אן ווייטער! ברענגסט אריין א פרישקייט דא!


דיין ניק האסטע אויך געעפנט ווען דו ביסט עלטער געווארן?..
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 23, 2020 2:31 pm

פופציגער האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:סאו דו גייסט טרעפן א נייע ניק הינדערטער??...

גיי אן ווייטער! ברענגסט אריין א פרישקייט דא!


דיין ניק האסטע אויך געעפנט ווען דו ביסט עלטער געווארן?..

מיינסט כ'האב אנגעהויבן שרייבן אין 2020???....
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: וחמישים עלו! - דער פופציגער איז ארויף!

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג יוני 23, 2020 3:05 pm

פופציג טויזנט וואלטעך געשאצט

Keep on
העלא?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יוני 24, 2020 1:47 am

זארג נישט, יעדער מאן'ס פערזוין שטארבט מיט די זעלבער נאמען ווי וואס ער איז געבוירען מיט (חוץ דעבלאזיא גראדע) אפילו אויב עס שטימט נישט מיט זיין פערזענליכקייט. אבער זיין בילד האלט זיך אין איין טוישען... לייג שויין ארויף דעם לינקאלן דארט!
אויב נאכ'ן טוישען האסטו נישט וואס צו טוהן מיט די יעצטיגע, מיר נעמען עס אוועק פאר בחינם לשם מצוה. פאר פרטים קום אין אישי.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נא_שכל, ראסיל און 8 געסט