אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

דריידל האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט, און ס'וויכטיג מעורר צו זיין אויף דעם וואס מענטשן כאפן זיך נישט אז אומווילענדיג איז מען גורם שרעקליכע צער פאר מענטשן וואס זענען אזוי אויך צעבראכן אויף פיצלעך.

איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

עניוועי ישר כח נאכאמאל פאר ברענגן אווערנעס.

פעך!!

אזא תגובה קען זיין נאכמער ווייטאגליך ווי די גאנצע מעשה...

אפילו פאר די ספיק ספיקא אז אפשר קען זיין ס'איז אמת, און דער בעל מעשה קען פילען געטראפען פארוואס מ'קען אים נישט גלייבען, שרייבט מען נישט אזאנס!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איז טאקע נישט דא קיין שום מקור אויף קוואטערשאפט, אלס סגולה ?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער גוט געשריבן,

אלץ איינער וואס איז אליינס אמאל געוועהן אין די שיך פון די פותח האשכול,
קען איך נאר צושטימען מיט יעדע ווארט.

כ׳פארשטיי נישט וואס די עולם איז אזוי ברוגז אויף @דריידל,
כ׳קוק ארויף אויף אזא איד וואס קען זיך נישט גלייבן אז אזא מעשה האט געקענט געשעהן אין די ווירקליכקייט.

אבער די מציאות איז ליידער אנדערש, כ׳האב עס מיטגעלעבט אויף די אייגענע ביינער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דייקן האט געשריבן:
און צו דיר, הרב @דריידל, איך מיין אז דו דארפסט איבערבעטען די פותח האשכול, לכתחילה ברבים, אזויווי דו האסט עם פארשעמט (מסתמא נישט דורכגעטראכט און בטעות, אבער דאך א רוצח בטעות איז אויך א רוצח), און מסתמא נאכמער צובראכען זיין הארץ, ברבים.


בארואיגט אייך.
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי קאנווינסט אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט. ס'איז מעשים בכל יום אז מ'שרייבט דא מעשיות שלא היה ולא נברא בלויז ארויסצוברענגען א נקודה. קיינער קוקט נישט אן יענעם אלץ שקרן אדער בעל דמיון ווייל מ'פארשטייט וואס יענער וויל. נאר ווען איינער שרייבט א מעשה וואס איז נישט מסתבר פארלירט עס אביסול פון די השפעה.

למעשה יא אמת / נישט אמת איז עס זייער הארציג באשריבן און איך האב מיך שוין זייער שיין באדאנקט פאר'ן פותח האשכול. אבער וויבאלד ס'איז רבו עלי חבירי וויל איך אלץ פיוס אים מכבד זיין מיט סנדקאות ביים נעקסטן בן זכר.....
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריידל האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
און צו דיר, הרב @דריידל, איך מיין אז דו דארפסט איבערבעטען די פותח האשכול, לכתחילה ברבים, אזויווי דו האסט עם פארשעמט (מסתמא נישט דורכגעטראכט און בטעות, אבער דאך א רוצח בטעות איז אויך א רוצח), און מסתמא נאכמער צובראכען זיין הארץ, ברבים.


בארואיגט אייך.
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי קאנווינסט אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט. ס'איז מעשים בכל יום אז מ'שרייבט דא מעשיות שלא היה ולא נברא בלויז ארויסצוברענגען א נקודה. קיינער קוקט נישט אן יענעם אלץ שקרן אדער בעל דמיון ווייל מ'פארשטייט וואס יענער וויל. נאר ווען איינער שרייבט א מעשה וואס איז נישט מסתבר פארלירט עס אביסול פון די השפעה.

למעשה יא אמת / נישט אמת איז עס זייער הארציג באשריבן און איך האב מיך שוין זייער שיין באדאנקט פאר'ן פותח האשכול. אבער וויבאלד ס'איז רבו עלי חבירי וויל איך אלץ פיוס אים מכבד זיין מיט סנדקאות ביים נעקסטן בן זכר.....

לאמיר זאגן דו ביסט מסופק אז אפשר איז די מעשה א פיקציע, ווער זאגט דיר אז ס'איז טאקע אזוי?

קען נישט זיין אז ס'איז אמת און ס'וועט יענעם וויי טון?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א ביליאן סטארס!!
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

דריידל האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
און צו דיר, הרב @דריידל, איך מיין אז דו דארפסט איבערבעטען די פותח האשכול, לכתחילה ברבים, אזויווי דו האסט עם פארשעמט (מסתמא נישט דורכגעטראכט און בטעות, אבער דאך א רוצח בטעות איז אויך א רוצח), און מסתמא נאכמער צובראכען זיין הארץ, ברבים.


בארואיגט אייך.
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי קאנווינסט אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט. ס'איז מעשים בכל יום אז מ'שרייבט דא מעשיות שלא היה ולא נברא בלויז ארויסצוברענגען א נקודה. קיינער קוקט נישט אן יענעם אלץ שקרן אדער בעל דמיון ווייל מ'פארשטייט וואס יענער וויל. נאר ווען איינער שרייבט א מעשה וואס איז נישט מסתבר פארלירט עס אביסול פון די השפעה.

למעשה יא אמת / נישט אמת איז עס זייער הארציג באשריבן און איך האב מיך שוין זייער שיין באדאנקט פאר'ן פותח האשכול. אבער וויבאלד ס'איז רבו עלי חבירי וויל איך אלץ פיוס אים מכבד זיין מיט סנדקאות ביים נעקסטן בן זכר.....

איך בין דיר דן לכף זכות אז ספליסט פשוט און דיר מילך אנשטאט בלוט
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

היות דאס איז די וויכטיגסטע חלק פון מיין פריערדיגע תגובה, און עס קוקט אויס ווי עס איז פארשוועמט געווארען צווישען די אנדערע תגובות, ברענג איך עס נאכאמאל.
דייקן האט געשריבן:איך מיין אז די עולם זאל זיך אונטערנעמען צו זאגען תהלים [עטליכע מאל] פאר א זכות פאר די פותח האשכול (אזויווי מען האט געטאן אין די אלטע אשכול הנ"ל), לכתחילה אויף איין טאג, למשל אויף דאנערשטאג, איינער אנדערש זאל ביטע אנפירען מיטן מסדר זיין דאס אויסטיילען תהלים אא"וו.

איך נעם זיך אונטער בלי"נ צו זאגען א-נ.
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

דייקן האט געשריבן:היות דאס איז די וויכטיגסטע חלק פון מיין פריערדיגע תגובה, און עס קוקט אויס ווי עס איז פארשוועמט געווארען צווישען די אנדערע תגובות, ברענג איך עס נאכאמאל.
דייקן האט געשריבן:איך מיין אז די עולם זאל זיך אונטערנעמען צו זאגען תהלים [עטליכע מאל] פאר א זכות פאר די פותח האשכול (אזויווי מען האט געטאן אין די אלטע אשכול הנ"ל), לכתחילה אויף איין טאג, למשל אויף דאנערשטאג, איינער אנדערש זאל ביטע אנפירען מיטן מסדר זיין דאס אויסטיילען תהלים אא"וו.

איך נעם זיך אונטער בלי"נ צו זאגען א-נ.

איך נעם נ-ס
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

דריידל האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט, און ס'וויכטיג מעורר צו זיין אויף דעם וואס מענטשן כאפן זיך נישט אז אומווילענדיג איז מען גורם שרעקליכע צער פאר מענטשן וואס זענען אזוי אויך צעבראכן אויף פיצלעך.

איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

עניוועי ישר כח נאכאמאל פאר ברענגן אווערנעס.

הלוואי זאל די מעשה נישט זיין אמת. איך האב געהאט קינדער א שיינע פאר יאר נאך די חתונה איך קען זאגען עס האט פאסירט ביי מיר מער ווי איינמאל אזא מעשה
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אוי טוט עס וויי, עס כאפט א ציפ צוצוקוקען די צער פונעם פותח האשכול

צייט צו מאכן א אשכול כללי מיט אויפוואכונג איבער פארשידענע אזוינע האקעלע סיטאציעס, עלטערע בחורים מאכן אויך מיט ענדליכעס

למשל אז מען טרעפט א חבר פון ישיבה וואס מען האט שוין נישט געזעהן לאנגע יארן איז פרעג נישט , וויפיל קינדער ער האט , קענזיין ער האט בכלל נישט ועוד כמה וכמה דוגמאות
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

טרעוולער האט געשריבן:איז טאקע נישט דא קיין שום מקור אויף קוואטערשאפט, אלס סגולה ?

איך האב עס אדוירעך געשמויעסט מיט א איד א גרויסע פוסק ער זאגט אז ווי ווייט ער ווייסט ליגט נישט קיין שום אמת און דעי סגולה
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

:-e;/ :-e;/

השי"ת זאל דיר העלפן בתוש"י, זרעא חי' וקיימא, בני ברוכי, חיי ארוכי, מזוני רויחי, לנו ולכל ישראל
לעצט פארראכטן דורך בלא בלא בלא אום מאנטאג יוני 15, 2020 7:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

:-e;/ :-e;/
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יא מקור נישט מקור. מענטשן טוהן סגולות. כלל ישראל האלט פון די סגולה.
אסאך מאל קען זיין א פארקערטע געשיכטע, דער יינגערמאן ווערט צובראכן און צוקלאפט "אפילו קוואטערשאפט האט דער שוואגער מיר נישט ג'קענט געבן? ער האט עס ג'מוזט געבן מכבד זיין פלוני אלמוני, בשעת וואס פאר מיר מיינט עס א סגולה וואס איך וואלט ג'געבן געלט דערפאר!"
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יידישע קהילות האט געשריבן:יא מקור נישט מקור. מענטשן טוהן סגולות. כלל ישראל האלט פון די סגולה.
אסאך מאל קען זיין א פארקערטע געשיכטע, דער יינגערמאן ווערט צובראכן און צוקלאפט "אפילו קוואטערשאפט האט דער שוואגער מיר נישט ג'קענט געבן? ער האט עס ג'מוזט געבן מכבד זיין פלוני אלמוני, בשעת וואס פאר מיר מיינט עס א סגולה וואס איך וואלט ג'געבן געלט דערפאר!"

קען זיין און "געציילטע" פעלער ביזטו גערעכט אז מען וויל עס יא אבער ניץ דיין שכל וועם און ווי אזוי צו פרעגן.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ברוך יושע האט געשריבן:[size=200][center]"דו ווייסט דאך אז 'קוואטער' איז א גרויסע סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, (אגב קיינער האט נאכנישט געטראפן די מקור...) [b]

מקור
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער הארציג געשריבן

מען דארף האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

יידישע קהילות האט געשריבן:יא מקור נישט מקור. מענטשן טוהן סגולות. כלל ישראל האלט פון די סגולה.
אסאך מאל קען זיין א פארקערטע געשיכטע, דער יינגערמאן ווערט צובראכן און צוקלאפט "אפילו קוואטערשאפט האט דער שוואגער מיר נישט ג'קענט געבן? ער האט עס ג'מוזט געבן מכבד זיין פלוני אלמוני, בשעת וואס פאר מיר מיינט עס א סגולה וואס איך וואלט ג'געבן געלט דערפאר!"

מיעוט שאינו מצוי
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דריידל האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
און צו דיר, הרב @דריידל, איך מיין אז דו דארפסט איבערבעטען די פותח האשכול, לכתחילה ברבים, אזויווי דו האסט עם פארשעמט (מסתמא נישט דורכגעטראכט און בטעות, אבער דאך א רוצח בטעות איז אויך א רוצח), און מסתמא נאכמער צובראכען זיין הארץ, ברבים.


בארואיגט אייך.
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי קאנווינסט אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט. ס'איז מעשים בכל יום אז מ'שרייבט דא מעשיות שלא היה ולא נברא בלויז ארויסצוברענגען א נקודה. קיינער קוקט נישט אן יענעם אלץ שקרן אדער בעל דמיון ווייל מ'פארשטייט וואס יענער וויל. נאר ווען איינער שרייבט א מעשה וואס איז נישט מסתבר פארלירט עס אביסול פון די השפעה.

למעשה יא אמת / נישט אמת איז עס זייער הארציג באשריבן און איך האב מיך שוין זייער שיין באדאנקט פאר'ן פותח האשכול. אבער וויבאלד ס'איז רבו עלי חבירי וויל איך אלץ פיוס אים מכבד זיין מיט סנדקאות ביים נעקסטן בן זכר.....

גיב אכט, דאס קען זיין אן ענין פון א נדר בדבר מצוה! און ניטאמאל ווייסטו וועמען מכבד צו זיין.

---
ווי אלע, בין איך שטארק איבערגענומען פון דעם אשכול, מיר 'באקינדערטע' (ב"ה) הייבן נישט אן צו באגרייפן דעם צער וואס די 'קינדערלאזע' גייען אדורך, מיר מיינען אפט אז מיר טוען זיי א טובה מיט'ן מכבד זיין מיט קוואטערשאפט אדער אנטראגן עצות טובות וכדו', ווען באמת שטערט זיי עס עד דכדוכו של נפש, כניכרין דברי אמת פה באשכול זה. השם יעזור אלע אידישע קינדער.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

איך בין זייער איבערגענומען.

די וועג וויאזוי די מעשה האט זיך גענדיגט איז אן אויסנאם, אבער ביז אהין דהיינו פעגערן אנצונעמען און ווערן באליידיגט אויב מען נעמט נישט אן, דאס איז מעשים בכל יום און דארף א אויפוואכונג. א נאנטע חבר מיינער וואס האט לאנג געווארט, און האט א גרויסע משפחה ארום, פלעגט מיר אלץ זאגן מיט ווייטאג די אלע צעגערייען וואס ער גייט דורך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

אוי וויי! הייסע הייסע טרערן רינען פון מיינע אויגן!
נעבעך, נעבעך, ברוך יושע!!

ר' סענדר ערלאנגער ז"ל פלעגט פארציילן אז ווען עס האט געהייסן אז מ'גייט אפשניידן זיין פיס איז ער אפגעליגן אין שפיטאל, און אסאך אידן זענען געקומען אים מחזק זיין, זאגענדיג צווישן אנדערע, אז ער וועט נאך בעז"ה טאנצן מצוה טאנץ ביי זיינע אייניקעלס חתונה.. וכדומה, כמנהג ישראל קדושים, אבער דאס אלעס האט אים נישט מחזק געווען.
איין איד איז געווען וואס האט אים געגאסן הויפענעס חיזוק, און דאס איז געווען הגאון הגדול ר' חיים קניבסקי שליט"א, וואס איז געקומען אים באזוכן, און נאך שטיל שווייגן צעהן גאנצע מינוטן האט ער זיך אנגערופן "ר' סנדר, אייער מצב איז ביטער..."
די מיטגעפיל מיטן מצב האט אים באגאסן מיט הויפענעס חיזוק.

ברוך יושע מיט אלע וואס פולן אהן זייערע טעג מיט הייסע טרערן, ענקער מצב איז ביטער, און זייער שווער, מיר טוען דאס און מיר קענען דאס ניטאמאל באגרייפן!
אבער דאך, האלטס ענק שטארק!.........
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

אין די אלע וואס זענען פארנומען צו די מעשה מאכט סענס: בלוט צאפערס! גייטס זאגטס תהלים פאר דעם איד, מיט זיינע חברים!
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הרב באזעסן, איך וואלט פארראכטן: די מצב איז "שווער". "ביטער" ווענדט זיך ווי אזוי מ'נעמט דאס אויף.

און ר' יושע ברוך איז לויט ווי ס'קוקט אויס א געלונגענער אינגערמאן, ווייט פון א נעבאך... דו נעמסט א פרט פון זיין לעבן און שמירסט עס ארויף אויף זיין גאנצע מהות, דאס איז נישט ריכטיג.

ולכותב הארטיקל, מיין הארץ האט זיך איינגעשרינקן פאר צער, השי"ת זאל אייך אלע אויפרעכטן בקרוב!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איז זיך דא און וויין


און צו דעם וואס גלייבט נישט. קוק דיך אין שפיגל וועסטו זעהן ווי שלעכט א איד קען זיין ל"ע

יענער שוואגער האט זיך כאטש איינגערעדט אז טוט עפעס גוטס. אבער וואסערע גוטס קען ארויסקומען פון דיין ענטפער?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”