[align=center]און אצינד טרעטן מיר צו צום קלימאקס פונעם פארמעסט, ווען די ליינער וועלן אויסקלויבן א געווינער צווישן די צוואנציג ארטיקלען.[/align]
- יעדער איינגעשריבענער ניק האט די רעכט אויסצואוועלן דריי ארטיקלען.
די שטים בודקע וועט זיין אפן פאר א וואך, כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר די וועלכע האבן נאכנישט אנגעיאגט צו ענדיגן ליינען.
טראץ אונזערע באמיאונגען, האבן מיר נישט באוויזן צו מאכן די רעזולטאטן אומזעבאר אויף ביז נאך די וואלן ענדיגן זיך, אבער ס'איז שטארק כדאי נישט צו קליקן אויפ'ן "זע וואל אויסגאנג" קנעפל, כדי צו קענען וועלן אויפריכטיג, און נישט ווערן באאיינפלוסט פונעם רוב. (אדער פארקערט... געוואנדן אין אייער פערזענליכקייט.)
ביטע נישט אויפברענגען קיין געווינער דערקלערונגען וכדו' ביז נאך די וואלן, אפי' ווען עס זעט אויס זייער קלאר.
טעכניש איז נישט מעגליך צוריקצוהאלטן פון וועלן מיט מער ווי איין ניק, אבער מיר האפן אז דא דרייען זיך ערוואקסענע... דער געווינער קריגט נישט קיין פאזיציע, און אויך נישט קיין גיפט סערטיפיקאט... דאס איז א פארמעסט אויף די שרייב טאלאנטן, נישט אויף די שרייבער. ומהאי טעמא איז נאריש ארומצושיקן א לינק צו באקאנטע זאלן וועלן פאר דיין ארטיקל.
---
רעיטינגס און שריפטליכע פידבעק ווערן נאך אלץ אנגענומען אין די ארטיקלען אשכולות. די שרייבער האבן אריינגעלייגט א געוואלד מיט צייט אין כח אין זייערע ווערק, און זיי ווארטן צוריקצוהערן פון אייך!