לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:העי העי העי!! א נייע ניק מיט אזויפיל אינסייד נאלעדש, ווער ביסטו? האסט א PPL? אדער א CPL?
ביטע לייג צו צו די VOR, אויך די לעצטיגע LNAV און RNAV
ביטע שוין אויך צולייגן סיד עפראוטשעס, פראסידשערל עפראוטשעס.
ILS קעט 1 ביז קעט 3.

Your items have been added to the cart!
מ'גיימיר אי"ה צו אלעם אנקומען.

הרב קליין, איך האף אז דו גייסט מיך ארויסהעלפן דא. איך זעה אז דו טויגסט.

אגב, ATPL איז נישט קיין אפשען?

דענק שויניש אלע סארט טערמינען. כהאב גראדע געהאט אמאל א חלום צו זיין א ATPL
(Airline transport pilot) אבער השי״ת האט אנדערש געוואלט... נאכאמזל.. למעשה בינעך א UAS Pilots. ווערט יעצט א יאר ווען כהאב באקומען די לייסענס. ברויך שוין באלד גיין ריסורטיפייען. מיינסט כ׳דענק נאך די נעמען פון אלע סארט וואלקענעס?! ״קיומולעלימבעס קלאודס״ איז די שווערסטע צו זאגן...

למען האמת איז דער עולם דא בכלל נישט נייגעריג וויאזוי מען פירט אדורך א ״מיסד עפּראוטש״ אדער א פּערעלעל לאנדונג, אדער וויאזוי מען רענט אויס די פּערפאָרמענס אז די TOGA קנעפל זאל אליינס געבן טעיק אף פּאוער. דער עולם וויל זיך נישט זעהן דא אין פיילעט טרענונג... סאו דו בלייב נאר מיט די חלק ה׳היסטארי און שוין.

אפשר קענסטו מסביר זיין דעם CM56 מאטאר, די לאו פרעשער מיט די היי פרעשער, די N1 און N2. און מסביר זיין TCAS.

זעהט אויס ווי ספאניש?!

אקעי, דו נוצסט דיין לייסענס אדער ס'איז מונח בקופסא?
איך פלאן זיך אריינצולאזן אין ATC, TRACON, center zones, communications וכדו' איך מיין אז ס'קען זיין זייער אינטערעסאנט.
אלנפאלס, היסטערי זעהט נישט אויס צו זיין אן אינטערעסע וואס אינטערעסירט "זייער" דעם עולם, ס'איבריגע העמער זעהן נאך שבועות ווען איך וועל אנהייבן די נעקסטע חלק אי"ה.
שכח הרב קליין פארן אריינקומען.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

הרב יואל קליין האט געשריבן:למען האמת איז דער עולם דא בכלל נישט נייגעריג וויאזוי מען פירט אדורך א ״מיסד עפּראוטש״ אדער א פּערעלעל לאנדונג, אדער וויאזוי מען רענט אויס די פּערפאָרמענס אז די TOGA קנעפל זאל אליינס געבן טעיק אף פּאוער. דער עולם וויל זיך נישט זעהן דא אין פיילעט טרענונג... סאו דו בלייב נאר מיט די חלק ה׳היסטארי און שוין.

רעד נישט אין מיין נאמען... איך בין דא פאר די גאנצע פעקעזש.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

גם אני בחלומי... דורך געגאנגען רוב קלאסן (מען ברויך האבן ארום פופציג שעה פאר PPL לייסענס, איך האב געהאלטן ביי דרייסיג) און איך האב עס געברויכט אויפגעבן אין אזא שפעטע סטעיזש וועגן געלט, רוב שווערע חלקים בין שוין געווען פאריבער... א ווייטאג...

פאר מען לייגט זיך אריין דערין זאל מען וויסן נישט אונטערצושאצן וויפיל דאס גייט אפקאסטען.
לעצט פארראכטן דורך Dim אום דינסטאג מאי 26, 2020 1:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

PPL (פרייוועט פיילעט לייסענס) איז סתם א געלט ספענדעריי אנלעס מ׳האט א פלאן וויאזוי מען גייט עס נעמען צו א לעוול ווי מ׳קען מאכן געלט. מ׳איז רעסטריקטעד צו פיצעלע איין מאטאר טוי עראפלעין וואס קען פליען נאר אויף 100 מייל א שעה און ס׳איז נישט א סעיף פליגער. ענדערש זאל מען זיין סערטיפייד פאר א סינגל דשעט ענדשין מיט א פרעשורייזד קאקפיט.

לגבי מיין לייסענס, ס׳איז נישט פאר א פליגער וואס מ׳קען זיך אריינזעצן, נאר פאר ״דראונס״ וכדומה.
UAS Unmanned aerial vehicles
אבער די נאלעדש איז די ״זעלבע״ ביכל וואס א פיילעט דארף קענען. מיינוס די עצם קאקפיט, און פלאס די אלע דראון רעגולעישאנס.
ווען נישט מיין העדט סטארט מיט מיין אוויאציע נאלעדש, וואלטעך ווארשיינליך נישט געקענט מאכן קאמערשל דראון לייסענס. ס׳איז דא א סיבה פארוואס ס׳איז דא אזוי ווייניג לייסענדס דראון פיילעטס. איבערהויפט היימישע.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

היימישע אידן געווענליך טוען עס פאר די האבבי נישט צו מאכן געלט, (און גאר אסאך סינגל ענזשין פלעינס זענען די קרוז ספיד הונדערט פופציג נאטס אדער גאר צוויי הונדערט נאטס) אבער אמת, עס איז א גאר טייערע האבבי (און קאסט ימים מיט צייט אויך)

מיט PPL איז מען טאקע רעסטריקטעד, אבער מיט דעם הייבט מען אן, דארפסטעך נישט אפשטעלן דארט, פון דארט גייט מען ווייטער צו מאלטי ענזשין רעטינג, קאמערשעל, וכדו'

צום לעצט, פאר דראון לייסענס דארף מען זיך טאקע אפשר לערנען וועטער טיאריע, ערפארטס, סעקשענל טשארטס, ערספעיס, וכד' אבער דאס איז נאר א חלק פון פולע PPL, כמיין וויפיל שעות דארף מען אריינלייגן אין זיך לערנען מעינטענענס, קאמיוניקעישן (ראדאר, רעדיו פאסיזשורס וכדו') עראודיינעמיקס, נעוויגעישן, אינסטראמענטס, וועיט ענד בעלענס, וכו' וכו' דאס איז אלעס נאר גראונד טרעינונג.
סאו די דראון ביכל איז לכאורה א פערטל פון די נאלעזש ביכל פאר PPL.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וועסט זיין סורפרייזד וואס די דראון לייסענס פארלאנגט....
ליטערלי אלעס פון דיין ליסט מיינעס ראדאר.
למשל, מען דארף קענען די ענגל וויאזוי מען אינטערסעפּט א לעפט הענד טורן עפּראוטש. ווייל אויב וועסטו אמאל אינספעקטן דעם ראנוועי, אדער דעם דאך פינעם קאנטראל טורעם, ביסטו אינעם אויגן פינעם ער טרעפיק קאנטראל פונקט ווי א געהעריגע פליגער און דארפסט קענען מיט אים קאמיוניקעיטן אויף פיילעט שפראך, און וויסן וואס אנדערע פליגערס וועלן טאן.

לגבי די ספיד פון א סינגל ענדשין, אויסער די גאר טייערע מאָני׳ס אדער כ׳דענק שויניש וועלכע פירמע, איז א געווענליכע סעסנא 152 אדער 172 ארום הינדרעט נאטס קרוז ספיד. די וואס פארן העכער 200 ניצן א טורבּיין דשעט ענדשין צו דרייען דעם פּראפעלער.

די עראנאטיקל טשארטס זענען אזוי מין צודרייט קאמפליצירט אז נאר. כ׳רעדט נישט פון סתם ערגעץ אין יעהופּעץ. איך רעדט די נו יארק ער ספּעיס. אריינגעפלאכטן קלעס בּי אריין צו קלעס סי און מען דארף שעות צו פיגערן. נאך מער צודרייט איז די ״מיטאַר״ וועטער באריכטן אויף קאוד שפראך...

KJFK 270251Z 15005KT 1 1/2SM BR OVC002 14/14 A3022 RMK AO2 SFC VIS 3 SLP233 T01390139 51006

זאג, א נארמאלע מענטש קען דאס ליינען?!

https://www.aviationweather.gov/adds/ta ... and+METARs
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יאפ... און פארוואס האסטו געברענגט א METAR...? א TAF איז נאך שווערער צו ליינען... די אמת איז אבער, איינמאל מען קען עס, און מען ניצט עס טאג טעגליך איז עס זייער פשוט.

עראנאטיקל טשארטס מיט די איבערגעדרייטע טארטן איז טאקע קאמפלעצירט, אבער פאר מיר איז דאס באמת געווען פון די גרינגע זאכן, און דא אויך איינמאל מקען עס איזעס שוין בכלל נישט אזוי קאמפלעצירט, און מען פארגעסט עס נישט ווייל מען ניצט עס מיט ממש יעדע פלייט. (עראפלעין מעקעניקס לדוגמא, וויאזוי די ענזשין מיט די פיול ארבעטן, די פארשידענע סארטן ענזשינס, איז מיר געווען אסאך שווערער)

עס איז זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט וויפיל מען דארף לערנען ווען מען מאכט דראון לייסענס, און איך וועל בלייבן שטיל ווייל איך ווייס טאקע נישט.

סעסנע פלעינס זענען פון די שטאטסטע סינגל ענזשינס אויפן פלאנעט... איך האב גראדע גערעדט פון א cirrus, און די זעלבע טאקע איז מיט א mooney, אבער דארפסט נישט צוקומען צו דעם. איך מיין אין עווריזש, סינגל ענזשינס זענען ביי ארום 150 נאטס. piper Saratoga, piper lance, bonanza, זענען אלע ביי ארום 160-170 נאטס. א נערישע דיימאנד 20 וואס סטודענט פילאטס ניצן אסאך, איז די קרוזינג ספיד ארום 125 נאטס, וואס קומט אויס צו ארום 145 mph.

אייגענטליך, עס כאפט נישט קיין גרויסע נפקא מינא סייווי... טאמער איז די לענדינג און די flare פיין געלונגען איז אפי' א סעסנע 150 אינטערסאנט...!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

היימישע אידן טוען עס טאקע געווענליך פאר א האבי, אבער אויב טוט מען עס פאר פרנסה קען א סינגל ענדזשין אויך זיין אינטערעסאנט, למשל צו טוהן פאוער-ליין אינספעקשנס וכדו'. צו עירליין קען א היימישע יוד סייווי נישט אנקומען סיי צוליב דעם וואס קיינער זוכט נישט קיין פילאט מיט א בארד (חוץ Etihad,Emirates וכדו'. לאל) און אויך ווייל ס'איז אוממעגליך זיך צו היטן פון יחוד אויב שטעלט מען דיך צו א פרוי אלס קעפטעין. שבת קען מען נאך אויסארבעטן ביי רידזשענעל, long-haul איז דעיס אויך כמעט אוממעגליך.
עקזעקיוטיוו איז אפשר אן אפשן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נאך איינער האלט מיט דעם שמועס דא? אדער ס׳איז ריין ספאניש?...

פערצופאל בינעך געפלויגן עטליכע מאל מיט אינסטראקטער ניעלס, אבער ווי געשמועסט האבעך אויפגעהערט. מיין גרעסטע האבי איז געווען מייקאו מענעדשן אלע אינסטרומענטן און אריינקרעבּן אינעם ווינט פאר א קראס ווינט לענדינג און אראפלייגן די רעדער אזוי סמוד אז ס׳זאל זיין א כבוד שמים. איך ברעיק מיט מיין קאר אויך זייער סמוד און איך האב נישט דעם שאקל אויף צוריק וואס יעדער שפירט ווען מ׳ענדיגט ברעיקן די קאר.

ווי ס׳איז מיר געווען שווער און ס׳איז מיר נאך אלץ שווער אויף א סימיולעטאר שטייצעך, איז צו מאכן א שארפע טורן און נישט פארלירן אַלטיטוט. איך אווער קאררעקט צו סאך.

אינטערסאנט צו פארציילן, אז עטליכע יאר צוריק 2008 בינעך געווען א מדריך און מחנה חיים ושלום מונקאַטש פאר כתה ו׳ און סוף זימער גענומען מיין גאנצע כתה צו סאלאווען קאונטי ערפארט, ווי אינסטראקטער ניעלס מיט זיין פּייפּער האט גענומען 5 אדער 6 קינדער אויפאמאל אין די לופט פאר א 20 מינוט... אוי איז דאס געווען צום געדענקען. איינע פון די סטעף מושי גרינפעלד (היינט פנים חדשות מאכט מעיקאפ פאר אלע פלעיס) האט געהאט מיין גרויסע (שוין לאנג פארקויפט) SONY EX1 און געכאפט ווידיאו כדי מען זאל מיר גלייבן...
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

הרב יואל קליין האט געשריבן:ווי ס׳איז מיר געווען שווער און ס׳איז מיר נאך אלץ שווער אויף א סימיולעטאר שטייצעך, איז צו מאכן א שארפע טורן און נישט פארלירן אַלטיטוט. איך אווער קאררעקט צו סאך.

און אויפן פלעין האסטו נישט געהאט דעי פראבלעמען?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

dim האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:ווי ס׳איז מיר געווען שווער און ס׳איז מיר נאך אלץ שווער אויף א סימיולעטאר שטייצעך, איז צו מאכן א שארפע טורן און נישט פארלירן אַלטיטוט. איך אווער קאררעקט צו סאך.

און אויפן פלעין האסטו נישט געהאט דעי פראבלעמען?

כ׳ביניש אנגעקומען צו די סטיעפּ טורן׳ס ווייל כהאב געסטאפט פליען מיט א עכטע. אבער אנדערע פיילעטס טענהן אז אין ריעל לייף איז עס גרינגער.

וועלמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיין אינעם נייעם מייקראסאפט פלייט סים וואס איז יעצט אין אלפא/בעטע טעסטינג. קען זיין אז ס׳איז געווען א סים אישו.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

אמת, אין ריעל לייף איז 'אלעס' גרינגער ווי אויפן סים.

אויפן סימיולעיטער האב איך אראפגעקראכט מער ווי איין פלעין בשעתן לאנדען... אן עכטע איז קאמפליטלי דיפערענט, אבער שווער אויף איר אייגענע אופן. עס איז אנדערש.

בד''וו, @אייוועלט קאקפיט, דיין ארטיקל איז א מעסיוו זשאב, ארומגענימען די גאנצע זאך אין א הערליכע שריפט, אן פארזעהן סיי וואס.

פליז גיי אן.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

ארויף מיטן נעקסטן.
ספעשל טענקס פאר הניק החשוב הרוצה בעילום ניקו וועלכער העלפט מיך אסאך ארויס באישיות, און מיך געשטופט ארויפצולייגן ווייטער.

די ענדע צו די חלק פון היסטאריע זעהט זיך שוין אן, מסתם וועט זיך עס ציען פאר נאך איינס אדער צוויי ארטיקלען.
שכח פאר אלע וואס האלטן מיט, קאמענטירן, באדאנקען און קאמפלימענטן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פיין געשריבען ;l;p-
וועלכער טעות באדערט דיר מער?? :smile:
גראדע קען איך פארשטיין די עולם פארן נישט ווערען אזוי עקסייטעד. לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די זענע גליידערס געווען אין באנוץ פאר לאנגע פלייטס, נא וואס האב איך פון א פליגער וואס פליט ווייניגער פון א מינוט? קאנטראלירען האט מען ביידע נישט געקענט. ואי משום די פראפעלער, נא...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

ווארט מיר מיט נייגער אויף די נעקסטע קאפיטאל, הערליך שיין אראפגעלייגט, יישר כח פארן שרייבן.

וואס איז טאקע די ענטפער אויף סטיטשינער'ס קשיא, וואס איז געווען זייער עיקר מעיזשאר זאך וואס די אנדערע גליידערס האבן פארפעלט צו האבן אין דעי צייט?
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

סטיטשינער האט געשריבן:פיין געשריבען ;l;p-
וועלכער טעות באדערט דיר מער?? :smile:
גראדע קען איך פארשטיין די עולם פארן נישט ווערען אזוי עקסייטעד. לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די זענע גליידערס געווען אין באנוץ פאר לאנגע פלייטס, נא וואס האב איך פון א פליגער וואס פליט ווייניגער פון א מינוט? קאנטראלירען האט מען ביידע נישט געקענט. ואי משום די פראפעלער, נא...

dim האט געשריבן:ווארט מיר מיט נייגער אויף די נעקסטע קאפיטאל, הערליך שיין אראפגעלייגט, יישר כח פארן שרייבן.

וואס איז טאקע די ענטפער אויף סטיטשינער'ס קשיא, וואס איז געווען זייער עיקר מעיזשאר זאך וואס די אנדערע גליידערס האבן פארפעלט צו האבן אין דעי צייט?

שכח פאר די קאמפלימענטס ביידע פון אייך.
איך האב אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעשריבן, אבער די wrights זענען יא געווען היפש פארגעשריטן וויאזוי צו קאנטראלן די פלייער ארויף און אראפ און אויך זיך צו דרייען דורך די Wing warping סיסטעם (די פונקציע פון די סיטעם איז היינט ערזעצט מיט די Flaps אויף די פליגלען).
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

סטיטשינער האט געשריבן:פיין געשריבען ;l;p-

גא"מ.

סטיטשינער האט געשריבן:וועלכער טעות באדערט דיר מער?? :smile:

איך האב גלייך געטראכט די נאמען איז נישט גוט און זיי דארפן נאך צאלן מער פאר עס...

אבער איך פארשטיי יא די גרויסע שמחה פון עטליכע סעקונדעס.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

רואיג! האט געשריבן:

הייט פארשטייט עס יעדער. אבער פאר א פשוטע דארפסמאן פון דענמאלטס...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

סטיטשינער האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:פיין געשריבען ;l;p-

גא"מ.

סטיטשינער האט געשריבן:וועלכער טעות באדערט דיר מער?? :smile:

איך האב גלייך געטראכט די נאמען איז נישט גוט און זיי דארפן נאך צאלן מער פאר עס...

אבער איך פארשטיי יא די גרויסע שמחה פון עטליכע סעקונדעס.

היינט פארשטייט עס יעדער. אבער פאר א פשוטע דארפסמאן פון דענמאלטס...

האלסט נישט אונז וואלטן געווען די אויפגעקלערטע דארפסלייט...?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:פיין געשריבען ;l;p-

גא"מ.

סטיטשינער האט געשריבן:וועלכער טעות באדערט דיר מער?? :smile:

איך האב גלייך געטראכט די נאמען איז נישט גוט און זיי דארפן נאך צאלן מער פאר עס...

אבער איך פארשטיי יא די גרויסע שמחה פון עטליכע סעקונדעס.

היינט פארשטייט עס יעדער. אבער פאר א פשוטע דארפסמאן פון דענמאלטס...

האלסט נישט אונז וואלטן געווען די אויפגעקלערטע דארפסלייט...?

איך זיכער. אבער אויב דיין Avatar איז טאקע א בילד פון דיר ביסטו נאכנישט געווען אזוי אויפגעקלערט דענמאלטס. לכאורה איז עס געשען נאכן קריג...
אבער אפילו אלטס אויפגעקלערטע יעצט באדערט אינז נאכאלטס דאס איבריג געלט...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

קאפיטל ה'?
שוין דא!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח הרב קאקפיט פאר די הערליכע באשרייבונג, אלעס יעצט אפגעליינט און זייער הנאה געהאט, מ׳ווארט מיר אויף נאך.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

שקויעך פאר די שיינע באשרייבונגען, גאר גאר אינטרעסאנט, ספעציעל די היסטאריע חלק
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:Very interested

But to be honest I am more interested on the differences on all kind of planes

On training of the pilots

Airports and so on

The history isent my favorite but I still enjoy it but looking forward for the real stuff

Thanks loads

גא"מ לכל הנ"ל
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:

Your items have been added to the cart!
מ'גיימיר אי"ה צו אלעם אנקומען.

הרב קליין, איך האף אז דו גייסט מיך ארויסהעלפן דא. איך זעה אז דו טויגסט.

דענק שויניש אלע סארט טערמינען. כהאב גראדע געהאט אמאל א חלום צו זיין א ATPL
(Airline transport pilot) אבער השי״ת האט אנדערש געוואלט... נאכאמזל.. למעשה בינעך א UAS Pilots. ווערט יעצט א יאר ווען כהאב באקומען די לייסענס. ברויך שוין באלד גיין ריסורטיפייען. מיינסט כ׳דענק נאך די נעמען פון אלע סארט וואלקענעס?! ״קיומולעלימבעס קלאודס״ איז די שווערסטע צו זאגן...

למען האמת איז דער עולם דא בכלל נישט נייגעריג וויאזוי מען פירט אדורך א ״מיסד עפּראוטש״ אדער א פּערעלעל לאנדונג, אדער וויאזוי מען רענט אויס די פּערפאָרמענס אז די TOGA קנעפל זאל אליינס געבן טעיק אף פּאוער. דער עולם וויל זיך נישט זעהן דא אין פיילעט טרענונג... סאו דו בלייב נאר מיט די חלק ה׳היסטארי און שוין.

אפשר קענסטו מסביר זיין דעם CM56 מאטאר, די לאו פרעשער מיט די היי פרעשער, די N1 און N2. און מסביר זיין TCAS.

זעהט אויס ווי ספאניש?!

וואס עפעס איך וויל גראדע יא.
און אדאנק אייך ביידע פאר אלעם.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”