א הארציגע בריוועלע פון מיין אישי קעסטעלע (בנוגע וואקסינען)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

א הארציגע בריוועלע פון מיין אישי קעסטעלע (בנוגע וואקסינען)

תגובה דורך לכאורה »

איך שליס אפ דעם אשכול פאר קאמענטארן, צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער דער תגובה זעלבסט האט א מקום, דער עולם זאל דאס ליינען און אין באטראכט נעמען. יישר כח.
כבוד המנהל/אחראי החשוב
קודם א יישר כח פאר אייער כסדרדיגע ארבעט דא, און פארן צושטעלן א היימישע פלאטפארמע פאר כלל ישראל.
איך דריי מיך שוין דא אויף אייוועלט א לענגערע צייט, געווענטליך מיט א אנדערע ניק, איך האב גאר שטארק הנאה פון אלע ניקים דא, ווי מקען זיך אויסשמועסן, מיטהאלטן נייעס, ועוד ועוד.

די תגובה האב איך באמת געפלאנט געהעריג צו לייגן אויף אייוועלט, אבער טראכטנדיג אז דאס קען מעגליך שאדן מאכן, ווי איר וועט שפעטער פארשטיין, האב איך באשלאסן עס קודם צו שיקן פאר א מנהל/אחראי, און אויב איר האלט אז עס קען ארויסקומען א תועלת דערפון זאלט איר דאס ארויף שטעלן. און איך גלייב איר וועט וויסן וויאזוי דאס צו לייגן עס זאל נישט אנזייען א שטורעם אויף קיין שום צד, צו דורך עפענען א אשכול בלויז פאר די תגובה און פארשליסן, צו דורך א אנדערע וועג.

צום פוינט,

סאיז פארהאן פארשידענע אשכולות ווי מען דעבאטירט די וואקסינען, אמאל פלעג איך נאך אריינגיין דארטן אבער יעדעס מאל איז מיר די בלוט געקומען און קאפ ממש ביז טרערן, האב איך אויפגעהערט באזוכן דארטן.
למעשה יעצט און פילע קאראנא אשכולות זענען דא געוויסע ניקים וואס פארפאסן נישט קיין געלעגנהייט עס ארויפצוברענגן, מאנכע מיט אזעלכע לשונות ווי רוצחים, משוגעים, ועוד ועוד, דערפאר האב איך באשלאסן צו נעמען דעם פעדער און האנט, כאטש עס וועלן זיין דא פילע ניקים וואס גייען וויסן ווער איך בין, דאך האלט איך אז איך טו די ריכטיגע זאך.

איז אזוי

איך בין אויפגעוואקסן און א שטוב ווי מהאט גאר שטארק מקפיד געווען אויף וואקסינען, סיי ווען די דאקטער האט נאר געזאגט איז מען געלאפן אויף אלע פיר זיך שטעכן. איך בין ב"ה געזונט און שטארק ווי נאך מיליאנען מענטשן איבער די וועלט. די זעלבע מיט מיין ב"ב.
א יאר נאך מיין חתונה איז מיר געבוירן געווארן א לעכטיג מיידעלע, וואס האט זיך גאר שיין ענטוויקלט און אויפגעוואקסן ווי יעדע נארמאלע קינד. ווען סאיז געקומען צו די וואקסינען האט די ב"ב געבעטן אז זי וויל נאכנישט געבן אזוי פרי, זי האט געהערט מעשיות... איך האב מסכים געווען צו ווארטן ביז די דריי יאר.
ביי די דריי יאר זעמיר געגאנגן צום דאקטער און גענומען די ערשטע סעט וואקסינען. (גראדע נישט געווען די ממר)
צווי טאג דערויף האט מיין זיס ליכטיג מיידעלע אנגעהויבן ארויסווייזן די ערשטע סימטאםס פון אויטיזים, ביז אפאר חדשים איז זי געווארן דייעגנאוזט מיט אויטיזים אויף א שווערע אופן.
אוי.. אוי...
וואס אונז זענען א דורך זינט דאן איז נישט מעגליך צו באשרייבן...
וויפיל טרערן מיר האבן שוין פארגאסן, וויפיל פלאגענישן מיר האבן מיטגעמאכט, וויאזוי דאס האט אפעקטירט אונזער שטוב יעדע מינוט און לעבן קען קיינער נישט פארשטיין נאר ווער עס האט שוין געשפירט דעם טעם אויף קיין שום איד געזאגט.
ב"ה מיר פרובירן זיך אוועקצושטעלן, און מיט די ריכטיגע בטחון זעהן מיר דעם יד השם יעדן טאג, כאטש סאיז ביטער ביטער שווער, ווייסן מיר און מיר גלייבן אז דאס איז פאר אונזער גוטס.

יעצט צו ביידע צדדים,
איז דא א באווייז אז דאס איז פארבינדן מיט די וואקסין??
אבסעלוטלי ניין!!
ביי פארשידענע קינדער קען אויטיזים ארויסקומען שפעטער, געווענטליך ביי די צוויי יאר.
הגם דא איז עס געשעהן ביי די דריי, ווי אויך ממש נאכן געבן דאס ערשטע מאל, דאך, קיין באווייז איז נישטא.
איך בין געווען ביי איינעם פון די דיינים, וואס איז היינט לכאורה דער גרעסטער און חכמת הרפואה, זיך אויסשמועסן וואס זאל איך ווייטער טון? ממשיך זיין אדער אויפהערן? גלייך זאגט ער מיר זאלסט וויסן די אלע וואס האקן אויף די וואקסינען זענען עתיד ליתן את הדין, זאג איך אים רבי........... הונדערט פראצענט איך פרעג נאר וואס האלט איר פאר מיינע אנדערע קינדער זאל איך געבן אדער נישט?? זאגט ער מיר איך קען דיר נישט ענטפערן.
גאנץ לעצטענס ביי די מיזעלס פרשה האב איך אנגעפרעגט ביי איינע פון די שטארק באוויסטע פרא וואקסין דאקטוירים, כהאב אים דערציילט די מעשה אין גלייך געזאגט איך ווייס סאיז נישטא קיין שום באווייז אז דאס האט שייכות, דאך זאגט מיר, איז דא אזא דשינעטיק זאך וואס מיינע קינדער קענען האבן און זיך און די וואקסינען ברענגט עס ארויס? אדער איר קענט מיר זאגן אויף אייער אחריות אז איך זאל געבן פאר מיינע אנדערע קינדער. זאגט ער מיר סיי ווער עס זאגט דיר הונדערט פראצענט גיב, איז נישט גערעכט, ווייל סאיז נישטא קיין סטאדיס פון אזא מעשה צו קענען זאגן וואס דו זאלסט טון.

יעצט ארויסצוברענגען
ביי די מיזעלס פרשה זענען מיינע קינדער געזיצן אונדערהיים. איך בין נישט קיין אויבער חכם, כהאב פארשטאנען די מוסד'ס צד. הגם איך בין געווען צוריסן, באשעפער און הימל וואס טוה איך דא?? הלוואי זאגט מיר שוין איינער וואס פארשטייט קענסט רואיג גיבן!!
קיין שום דאקטער האט נישט מסכים געווען צו געבן א מעדיקל עקזעמשאן, נישט פאר מיין אויטיסטיק קינד און אודאי נישט פאר מיינע אנדערע קינדער. און מיט רעכט ווייל סאיז נישטא קיין פרוף, פארט, זאגן קענסט געבן אויף מיין אחריות האבן זיי אויך נישט געוואלט זאגן.

סיי ווער עס פרעגט מיר נאר מיין עדווייס, ענפער איך דו קענסט נישט בויען אויף מיין מעשה גארנישט! מיליאנען מענטשן גיבן, און עס פאסירט גארנישט, דאס אמאל זיכער אז וואקסינען האבן געראטעוועט דורות און אפגעשטעלט מגיפות. פרעג דיין דאקטער וואס צו טוהן. ביי קאמפלעצירטע פראבלעמען טראסטו אים. קענסט דא אויך.
און ניין.. איך האלט נישט אז דא איז דא א קאוועראפ מטעם די רעגירונג און פארמאסוטיקעלס צו מאכן געלט. און איך האלט נאך אלס אז מדארף פאלגן וואס א דאקטער זאגט.

טאקע דעמאלטס ביי די מיזעלס פרשה האבן מיך צענדליגע מענטשן גערופן, קום ארויס פאבליק, קום מיט צו רבנים ועוד ועוד כהאב אפילו געהאט איינער וואס האט אנגעשדכנט א נייעס סטאנציע מיך אונטערוויוען!
מיין תירוץ צו יעדן איז געווען, נומער איינס: איך גיי נישט אינערגעץ איך רעד נישט צו קיינעם, סאיז נישט פארהאן קיין שום באווייז אפילו ביי מיין טאכטער אז דאס האט הונדערט פראצענט שייכות, איז וויאזוי ווילט איר איך זאל נעמען אחריות אויף אנדערע מענטשן. אפילו איך גיב נישט ווייל סקען זיין אז סהאט יא שייכות ביי אזא מעשה ווי מיר. והשנית האב איך מיך געבעטן צו זיי: עס פלאקערט יעצט! די גאנצע גאס ווייזט אויף די אידישע באפעלקערונג אז זיי פארשפרייטן די מיזעלס, נישט קיין חילוק וויפיל אמת און וויפיל שקר, פארט נישט יעצט! איך בעט אייך איר ווילט פייטן וואקסינען? נישט יעצט! למען השם ווארט עד יעבור זעם און דעמאלטס טוה וואס דו ווילסט געזונטערהייט.

יעצט צום ענין
איר האלט מען דארף געבן וואקסינען? איר האלט די אנדערע צד מאכט א חילול השם? גערעכט.
פארט פאר איר שרייבט דא אזעלכע תגובות מיט לשונות של שמצה, ביטע טראכט א מינוט, עס איז דא מענטשן וואס קומען יעדן טאג אהיים צו אן איבערגעקערטע שטוב, א אשת חיל וואס האלט פאר א צוזאמבראך, אנדערע קינדער און שטוב וואס האבן געליטן פון דעם קינד, וואס עס קען פונקט זיין אז איר אויטיזים האט שייכות מיט וואקסינען.
טראכט א מינוט, עס איז דא מענטשן וואס מאכן נאס דעם סידורל יעדן טאג, אז דער אייבערשטער זאל שוין חונן דעת זיין וואס צו טוהן, און אז דאס קינד זאל האבן א רפואה.
טראכט א מינוט, פון די מענטשן וואס וואלטן גערן געוואלט געבן וואקסינען אבער זענען צוריסן און זיך מיט די אומקלארקייט ווען פון איין זייט שטייען די אלע שטודיעס אז סהאט נישט קיין שייכות, און פונעם צווייטן צד איז דא די דעת פון דיינים און דאקטוירים וואס האבן אויך מורא און אזא פאל צו זאגן גיב.
טראכט אריין ווען א מענטש איז דורך אזא שווערן טאג מיט א אויטיסטיק קינד און קומט ארויף אויף אייוועלט צו זעהן אז ער איז באטיטלט מיט די אלע שמות הנרדפים.
יא, איך ווייס, די תירץ גייט זיין ממיינט נישט דיך.
אבער ווען איר שרייבט אקעגן די אנטיוועקסערס שפירט איר נישט פאר וויכטיג צו מחלק זיין. ריכטיג?

ביי די מיזעלס פרשה בין איך אריין און ביהמ"ד מהאט זיך געטענהט, איך ווי מיין שטייגער בין געשטענען און די זייט שטיל, ווען כהאב יא אריינגעווארפן א ווארט פאר איינעם שטיל, אז אמאל איז דא א צווייטע צד, האט מיך יענער באוואשן מיט קולות איך האב א קינד מיט א הארץ פראבלעם, ער קען נישט נעמען וואקסינען, און עטס אלע שטעלטס אים און סכנה. איך האב נישט גענטפערט און געבעטן דעם אייבערשטן בזכות זה זאל ווערן לייכטער ביי מיר אונדערהיים, אבער דאס הארץ האט געשריגן, אנטשולדיגט אבער איך קען אויך נישט געבן צוליב א מח פראבלעם, פארוואס שטעלט זיך אלעס אפ ביי אייך????

ביטע ביטע! פאר איר ווילט אויפטוהן פאר אידישקייט און געזונטהייט, נעמט און אכט אז איר קענט זיין דער גורם פון נאך ווייטאג און טרערן, און קוקט איבער אייער תגובה צו עס איז באמת ווערט.
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”