די נייע בעיל רעפארמען אין ליכט פון די לעצטיגע פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

די נייע בעיל רעפארמען אין ליכט פון די לעצטיגע פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מיט די נייע גוי'אישע קאלענדער יאר איז אריין אין קראפט די נייע לאנג ערווארטעטע בעיל רעפארם געזעץ. די נייע געזעץ באשטייט מער ווייניגער פון דעם וואס ריכטער קענען מער נישט פאדערן קיין בעיל פאר די מערהייט פון "מיסדימינארס" און "נאנ-ווייאלענט פעלאניס".

די געזעץ איז אדרוך פאראיאר אין די נוא יארק סטעיט לעגיסלאטור, די סטעיט אסעמבלי און סטעיט סענעט, און איז געקומען פארעכטן די יארן לאנגע אלטע פארוקטע סיסטעם פון קעש בעיל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין געפערליך אומ'יושר'דיג, אומאפעקטיוו און האט כמעט נאר געברענגט שלעכטע תוצאות.

די קעש בעיל סיסטעם איז ארגינעל געמאכט געווארן צו פארזיכערן אז מענטשן ערשיינען אין געריכט, אין פאקט אבער האט עס געפירט אז טויזנטער אומשולדיגע מענטשן האבן זיך געפינען אונטער טורמע גראטעס נישט ווייל זיי זענען א סכנה פאר די פאבליק אדער ווייל ס'איז דא ריזיקע אז זיי וועלן אנטלויפן נאר פשוט ווייל זיי האבן נישט געהאט דאס געלט צו באצאלן. אפט מאל איז דאס געווען מענטשן וואס מ'האט זיי אנגעקלאגט אין גאר נארישע און קליינטשיגע פארברעכנ'ס. די סיסטעם האט אויך געצווינגען פילע מענטשן אנצונעמען אומ'יושר'דיגע "פלי בארגעינ'ס" פשוט ווייל זיי האבן זיך שוין געוואלט זעהן אינדויסן און נישט ווייל זיי זענען עפעס באגאנגען ערנסטע פארברעכנ'ס.

ווי נאר די געזעץ איז אדורך און ספעציעל יעצט נאך וואס עס איז אריין אין קראפט האט זיך אנגעהויבן א ווילדע העצע קעגן די נייע רעפארמען. עס איז געווען אזעלכע וואס האבן עס ממש אראפגעלייגט ווי ממש עס גייט זיך אנהייבן א נייע תקופה אין נוא יארק ווי געזעצלאזיגקייט און אנארכיע גייט הערשן אויף די גאסן. אנדערע זענען געווען פארנומען היסטעריש באריכטן איבער די גרויסע צאל "קרימינאלן" וואס וועלן ארויסגעלאזט ווערן פון תפיסה, ווי כאילו מ'רעדט דא פון באשולדיגטע פארברעכער און נישט קיין, אפט מאל באמת אומשולדיגע, מענטשן וואס זענען נאך נישט אפילו אדורך א געריכטליכע פראצעס.

רוב פון די העצעס קומט פון מענטשן וואס האבן זיך לכתחילה אינגאצן אקעגן געשטעלט די רעפארמען, צווישן זיי סטעיט סענעטער שמחה פעלדער און סטעיט אסעמבלימאן שמחה אייכנשטיין וואס ביידע פון זיי האבן געשטימט קעגן די רעפארמען (פרעג פארוואס).

דער אמת איז אבער אז די רעפארמען זענען בערך די זעלבע וואס זענען אדורך געפירט געווארן אין די שכינות'דיגע סטעיט נוא דשערסי אין יאר תשע"ז. און נישט נאר דאס, די נוא יארקע רעפארמען זענען אפילו ווייט נישט אזוי שטארק און ברייט ווי די נוא דשערסי רעפארמען ווי דארטן איז די קעש בעיל סיסטעם כמעט אינגאנצן עלימינירט געווארן, און, וראה זה פלא, עולם כמנהגו נוהג, ביזדערווייל האט מען גארנישט געהערט אז אין נוא דשערסי זאל הערשן עפעס א פחד ארויסצוגיין אויף די גאסן און אז מענטשן זיצן פארשפארט און בונקערס אונטער שלאס און ריגל אלס פחד אויס פון די ווילדע כוליגאנעס וואס ווילדעווען אין די גאסן.

אסאך מענטשן רעדן זיך איין אז מיט די נייע רעפארמען איז אוועקגענומען געווארן די מעגליכקייט פון ריכטער צו נעמען אין באטראכט די סכנה וואס דער באשולדיגטער שטעלט פאר'ן פאבליק. דאס איז אבער אויך בכלל נישט ריכטיג. וואס איז יא אמת איז אז פונקט ווי יעדער ווייסט אז אין די פרייע וועלט איז דא גאר א שטארקע כלל און אנגענומענע יסוד אז יעדער איז אומשולדיג ביז עס ווערט אויפגעוויזן זיין שולד ("אינאסענט אנטיל פראווען גילטי") אזוי אויך איז ביז פאר פערציג יאר צוריק בערך געווען גאר אן אנגענומענע און פשוט'ע יסוד אז באשטראפן א מענטש קען מען נאר פאר עפעס וואס ער האט געטון נישט פאר עפעס וואס ער גייט טון. עס איז געווען א פשוט'ע זאך אז אז האלטן פארשפארט א מענטש נישט פאר'ן באגיין קיין פארברעכן נאר פאר א חשש אז אפשר וועט ער באגיין א פארברעכן איז א אומדערהערטע זאך און איז קעגן די קאנסטיטוציע וואס פארבאט (אין די פיפטע און פערצנטע אמענדמענט) פאר די רעגירונג צו באשטראפן א מענטש אן קיין נארמאלע געריכטליכע פראצעס.

אין די ל' יארן בערך האבן פארשידענע סטעיטס אנגעהויבן דורך צו פירן געזעצן וואס האבן ערלויבט פאר ריכטער צו האלטן מענטשן פארשפארט ביז'ן געריכט מיט גאר באגרעניצטע תנאים אויב די ריכטער האבן געהאלטן אז די מענטשן שטעלן א זיכערהייטס געפאר, און אין יאר תשמ"ד האט די פעדעראלע רעגירונג אויך דורך געפירט אזא געזעץ. די געזעץ איז אנגעקומען אין די סופרים קאורט אין א קעיס באקאנט מיט די נאמען "יונייטעד סטעיטס ווס. סעלערנא". למעשה האט די סופרים קאורט מיט א מערהייט פון 6 קעגן 3 באשטעטיגט די געזעץ. אין נוא יארק אבער איז ווייטער ביז היינט צוטאגס געבליבן אומלעגאל פאר א ריכטער צו בכלל נעמען אין באטראכט צו דער מענטש שטעלט א געפאר פאר'ן פאבליק, די איינציגע זאך מיט וואס ריכטער האבן זיך געקענט רעכענען איז געווען צו ס'איז דא א ריזיקע אז דער מענטש וועט נישט ערשיינען אין געריכט.

להבדיל אלף אלפי הבדלות לויט די חוקי תורתינו הקדושה איז אויך די כלל זייער שטארק אז מ'קען נישט באשטראפן א מענטש אויף להבא נאר אויף א חטא וואס ער איז שוין באגאנגען. אויף אזוי ווייט אז אין די גמרא סנהדרין (עג.) ביי די דין פון רודף וואס דארט איז יא ערלויבט צו הרג'ענען א רוצח פאר ער איז באגאנגען די מעשה רציחה זוכט די גמרא א לימוד פון ווי מ'לערנט ארויס דעם ספעציעלן דין פון רודף. די גמרא דארט זאגט אז מ'קען עס אפילו נישט ארויסלערנען פון די פסוק "לא תעמוד על דם רעיך" ווייל ס'קען זיין אז דאס איז נאר ווען א מענטש דערטרינקט זיך אין א ים למשל אבער נישט ווען דאס ראטעווען די מענטש קומט דורך הרג'ענען א צווייטן. אין אפילו נאך וואס מ'לערנט שוין ארויס אז מ'מעג און ס'איז א מצוה צו הרג'ענען א רודף ווערט גע'פסק'ענט אז דאס איז נאר ביי רציחה און פארשידענע עריות וואס איז דא אויף דעם א ספעציעלן לימוד אבער אויף אנדערע עבירות אפילו עס איז בעונש מיתה שרייבט דער רמב"ם (הל' רוצח פ"א הי"א): "אבל הרודף אחר הבהמה לרבעה, או שרדף לעשות מלאכה בשבת או לעבד עבודה זרה אף על פי שהשבת ועבודה זרה עקרי הדת אין ממיתין אותו עד שיעשה ויביאוהו לבית דין וידינוהו וימות". און ווי אויך איז באקאנט די הלכה (שם הי"ג) אז אין פאל ווען מ'קען ראטעווען די נרדף דורך אנדערע וועגן טאר מען אויך נישט הרג'ענען דעם רודף און אויב איינער הרג'עט יא איז ער פונקט אזוי חייב מיתה.

ווען מ'האט געארבעט יעצט אויף די נייע בעיל רעפארמען האט לכתחילה דער גאווערנער אלס פשרה יא געוואלט קודם מאכן אז אנשטאט די נייע גרינגערע געזעצן זאל מען אריינשטעלן א סעיף אין די נייע געזעץ אז ריכטער זאלן מעגן זיך רעכענען מיט פאבליק סעיפטי. למעשה האבן די אלע ארגענעזאציעס וואס ארבעטן אויף פריזאן רעפארם זיך קעגן געשטעלט, און גערעכט זענען זיי. די מציאות האט שוין אזוי פיל מאל אויפגעוויזן אז געזעצן ווערן זייער אסאך מאל אויסגענוצט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ און נישט מיט'ן ציל אויף וואס מ'האט עס לכתחילה געמאכט. יעדע מאל וואס מען פירט דורך א נייע שטרענגע געזעץ דארף מען זייער געווארנט אז די געזעץ זאל נישט קענען אויסגענוצט ווערן אומ'יושר'דיג און אויף א פלאץ ווי מ'האט לכתחילה בכלל נישט געמיינט. ספעציעל דארף מען זיין געווארנט ווען מ'קומט פאריכטן אן אלטע יארן לאנגע סיסטעם וואס אויב אנשטאט די נייע גרינגערע געזעצן פירט מען דורך אנדערע שטרענגע געזעצן איז דא זייער א שטארק מעגליכקייט אז די מצב וועט זיך גארנישט טוישן און וועט אפשר אפילו נאך ערגער ווערן, און די איינציגסטע זאך וואס וועט זיך טוישן וועט זיין נאר זיין די געזעצן מיט וואס מען וועט זיך באנוצן צו ווייטער אנהאלטן דעם קארופטירטן סיסטעם.

מיט די לעצטיגערע פארמערטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין נוא יארק רח"ל האבן אסאך פון די קעגנערס פון די געזעץ אנגעזייעט ממש א פאניק ביים היימישן עולם אז מיט די נייע בעיל רעפארם געזעץ וועט אידיש בלוט ממש זיין הפקר רח"ל. די גאנצע רודעריי דרייעט זיך אבער ארום איבער איין איינציגסטן איזולירטן אינצידענט ווי א פרוי איז ארויסגעלאזט געווארן פריי עטליכע מאל נאכ'ן אטאקירן אידן. ביי די אינצידענט איז קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, און ס'איז בכלל א גרויסער ספק צו די מעשה האט עפעס שייכות מיט די נייע בעיל רעפארמען. די מעשה איז פארגעקומען אין נוא יארק סיטי ווי דארטן האט מען שוין געמאכט בעיל רעפארמען פאר די לעצטע דרייסיג יאר און האט זיך דוקא ארויסגעוויזן צו זיין גאר סוקסעפול, א חוץ פון דעם לויט פארשידענע באריכטן רעדט מען דא בכלל פון א גייסטיש צורודערטע פארשוינטע. סיי ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז זייער נאריש צו אפצו'פסל'ען א גאנצע רייע פון נייע געזעצן וואס איז קוים אריין אין קראפט דורך איין איינציגסטן עפיזאד וואס האט אדער יא אדער נישט שייכות אהער. נארמאלקייט און באזעסענקייט פאדערט קודם צו ווארטן א שטיק צייט און נאכדעם הערשט זעהן צו אפשר פעלט זיך אויס צו עפעס פאריכטן אדער צולייגן.

א חוץ די נייע בעיל רעפארם געזעץ איז אויך אריין אין קראפט נייע "דיסקאווערי רעפארמען" וואס פארלאנגט פון פראסיקיוטער צו צושטעלן פאר די לויערס פון דער אנגעקלאגטער די ראיות און עדות וואס זיי האבן קעגן אים. די געזעץ איז אויך אדורך צוליב פארשידענע שרעקליכע אומ'יושר'דיגקייטן וואס די אלטע סיסטעם האט געברענגט און בעיקר איז עס געמאכט צו פארשנעלערן געריכטליכע פראצעדורן וואס פלעגט אפט נעמען פאר גארנישט און פאר נישט לאנגע חדשים און יארן.

מ'קען אויך אסאך רעדן איבער די "דיסקאווערי רעפארמען" און די זינלאזע היסטעריע וואס איז געווען ארום דעם. פאר ביז דערווייל וועל מיר זיך באגענוגען מיט'ן צוצייכענען א סעיף אין שולחן ערוך (חושן משפט סי' כ"ח סט"ו): "אין מקבלין עדות שלא בפני בעל דין, ואם קבלו אין דנין על פיו: הגה: וחוזרין ומגידין בפניו, ואם שנו בעדותן בפעם שני ממה שהגידו בראשונה הולכין אחר העדות השני שהגידו בפניו אע"פ שהגידו בראשונה על פי החרם, דכל שלא בפניו כחוץ לב"ד דמי וחוזרין ומגידין (ב"י בשם רבי מנחם). ויש חולקין ואומרים דאם נתקבל העדות שלא בפניו כשר בדיעבד (ר"י נ"ב ח"ב ומרדכי פרק הגוזל בתרא). ולכן אם הבעל דין הוא אלם והעדים יראים להגיד לפניו מקבלין העדות שלא בפניו ודנין על פיו (פסקי מהרא"י סי' קע"ה וקע"ז). מיהו אם אפשר לכוף האלם כדרך שנתבאר לעיל סי' זה ס"ה עדיף טפי. יש אומרים דלא אמרו אין מקבלין עדות אלא בפני ב"ד היינו בדיני ממונות אבל בקטטות ומריבות שיש לחוש שאם יעידו בפניהם יתקוטטו עם עדים גם יתקוטטו זה עם זה תקנו הגאונים שמקבלים העדות שלא בפניהם. גם לא יגלו מי הם העדים (הגהת מרדכי). ולי נראה דדוקא כשאין הב"ד רוצים לדון אחד מהם ע"פ הדין ולענוש רק להשקיט הקטטה ולהורות כפי צורך המריבה, אבל כשרוצים לענוש ולדון אחד מהם אין לקבל העדות אלא בפניו וכמו שנתבאר באבן העזר סימן י"א ס"ד.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

זייער אינטערעסאנט און באלערנד. ביז דערווייל האב איך נאר געהאט געזען די היסטערישע תגובות דא אלס איינציגסטע מקור פון אינפארמאציע. אינטערעסאנט אז אונזער עולם וואס האט געגעבן אזויפיל געלט פאר יוסטיץ רעפארט איז דא אזוי אנטקעגן.
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום זונטאג יאנואר 12, 2020 4:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

זייער שיין אראפגעלייגט וואס גייט פאר.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

למדן וצדיק האט געשריבן:מיט די נייע גוי'אישע קאלענדער יאר איז אריין אין קראפט די נייע לאנג ערווארטעטע בעיל רעפארם געזעץ. די נייע געזעץ באשטייט מער ווייניגער פון דעם וואס ריכטער קענען מער נישט פאדערן קיין בעיל פאר די מערהייט פון "מיסדימינארס" און "נאנ-ווייאלענט פעלאניס".

איך פארשטיי בכלל נישט צום נייע געזעץ, איך האב דאס בכלל נישט דורכגעטוען.

אבער דיינע מקורות.....
פונ'ם רמב"ם וואס ברענגט קלאר ארויס אז מ'קען נישט הרג'נען א מענטש וואס האט קיינמאל גארנישט געטוען, וויבאלד ער גייט עפעס טוען, חוץ ווען ער וויל הרג'נען א מענטש, און נישט ווען ער וויל עובר זיין אויף עפעס בינו לבין קונו, ווילסטו ברענגען א ראי'ה אז וואס? אז מ'טאר נישט בעטן קיין בעיל פון א טעראריסט וואס וויל נאר שעדיגן אבער נישט הרג'נען?
דאס שטייט נישט!

און וועגן פארציילן אלע ראיות און מסירות ווען דו ווייסט ער קען דאס ניצן להשמיד ולהרוג, ברענגסטו א ראי' פון א דין אין גביית עדות?

כ'האב שטארק מורא אז איהר האט דא עפעס אינטערעסן, אפשר אידיאלאגישער אדער פערזענליכע, נישט קיין אהנונג וואס, אבער שוין.
זאל זיין אזוי.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

אפילו די גאווערנער האט מודה געווען אז עס פראבלעמאטיש און מען דארף עס פארעכטען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פארווייטאגט האט געשריבן:
איך פארשטיי בכלל נישט צום נייע געזעץ, איך האב דאס בכלל נישט דורכגעטוען.

אבער דיינע מקורות.....
פונ'ם רמב"ם וואס ברענגט קלאר ארויס אז מ'קען נישט הרג'נען א מענטש וואס האט קיינמאל גארנישט געטוען, וויבאלד ער גייט עפעס טוען, חוץ ווען ער וויל הרג'נען א מענטש, און נישט ווען ער וויל עובר זיין אויף עפעס בינו לבין קונו, ווילסטו ברענגען א ראי'ה אז וואס? אז מ'טאר נישט בעטן קיין בעיל פון א טעראריסט וואס וויל נאר שעדיגן אבער נישט הרג'נען?
דאס שטייט נישט!

און וועגן פארציילן אלע ראיות און מסירות ווען דו ווייסט ער קען דאס ניצן להשמיד ולהרוג, ברענגסטו א ראי' פון א דין אין גביית עדות?

כ'האב שטארק מורא אז איהר האט דא עפעס אינטערעסן, אפשר אידיאלאגישער אדער פערזענליכע, נישט קיין אהנונג וואס, אבער שוין.
זאל זיין אזוי.

די רמב"ם איז נישט נאר געזאגט געווארן ביי עבירות פון בינו לבין קונו נאר יעדער אנדערע עבירה חוץ פון רציחה און די פארשידענע עריות וואס עס איז דא ספציעלע לימוד אז מ'מעג הרג'ענען דעם רודף. דאס אז עפ"י תורה קען מען נישט באשטראפן א מענטש אויף עפעס וואס ער גייט טון איז בעצם א פשוט'ע זאך, און סאיז מאדנע אז מדארף אפילו מאריך זיין דערוועגן, ס'נישטא אזא זאך למשל אז בי"ד זאל מחייב זיין א מענטש צו באצאלן ד' וה' ווייל איך ווייס פאר זיכער אז ער האט געפלאנט צו גנב'ענען אדער צו באצאלן נזק צער ריפו בושת ווייל איך ווייס קלאר ער האט געפלאנט איינעם צו שעדיגן. פון די רמב"ם האב איך פשוט געוואלט ברענגען א ראי' ווי ווייט דאס גייט.

אין דאס וואס דו מישסט אויס טעראריסטן וואס ווילן שעדיגן און מענטשן וואס זענען דא להשמיד ולהרוג מיט "מיסדימינארס" און "נאנ-ווייאלענס פעלאניס" ברענגט ווייטער גוט ארויס ווי גרונדלאז די גאנצע היסטעריע ארום די נייע רעפארמען זענען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

עציץ נקוב האט געשריבן:אפילו די גאווערנער האט מודה געווען אז עס פראבלעמאטיש און מען דארף עס פארעכטען

א ברירה האט ער געהאט? נאך די גאנצע שטינק און פאניק וואס מען האט אנגעזייעט, אודאי האט ער זיך געמוזט עפעס וויסענדיג מאכן.

דאס וואס מ'רעדט יעצט איז צו פארעכטן די געזעץ מיט'ן מאכן אז העיט קריימס אפילו עס איז נאר א מיסידמינאר אדער א נאנ-ווייאלענט פעלאני זאל מען קענען בעטן בעיל. דאס איז אפשר א געדאנק וואס מ'קען שוין הערן. די שאלה איז נאר וואס דאס גייט אויפטון. אין נוא יארק סיטי ווי כמעט אלע פון די אנטיסעמיטישע אינצידענטן זענען פארגעקומען איז שוין פון לאנג איינגעפירט אז מ'בעט נישט קיין בעיל פאר מיסידמינארס און נאנ-ווייאלענט פעלאניס. א חוץ וואס רובא דרובא פון די אטאקעס זענען פארגעקומען דורך יונגע חברה אונטער די עידש ווי עס קומט בכלל נישט אריין די נייע רעפארמען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

למדן וצדיק האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:

און וועגן פארציילן אלע ראיות און מסירות ווען דו ווייסט ער קען דאס ניצן להשמיד ולהרוג, ברענגסטו א ראי' פון א דין אין גביית עדות?

כ'האב שטארק מורא אז איהר האט דא עפעס אינטערעסן, אפשר אידיאלאגישער אדער פערזענליכע, נישט קיין אהנונג וואס, אבער שוין.
זאל זיין אזוי.

די רמב"ם איז נישט נאר געזאגט געווארן ביי עבירות פון בינו לבין קונו נאר יעדער אנדערע עבירה חוץ פון רציחה און די פארשידענע עריות וואס עס איז דא ספציעלע לימוד אז מ'מעג הרג'ענען דעם רודף. דאס אז עפ"י תורה קען מען נישט באשטראפן א מענטש אויף עפעס וואס ער גייט טון איז בעצם א פשוט'ע זאך, און סאיז מאדנע אז מדארף אפילו מאריך זיין דערוועגן, ס'נישטא אזא זאך למשל אז בי"ד זאל מחייב זיין א מענטש צו באצאלן ד' וה' ווייל איך ווייס פאר זיכער אז ער האט געפלאנט צו גנב'ענען אדער צו באצאלן נזק צער ריפו בושת ווייל איך ווייס קלאר ער האט געפלאנט איינעם צו שעדיגן. פון די רמב"ם האב איך פשוט געוואלט ברענגען א ראי' ווי ווייט דאס גייט.

אין דאס וואס דו מישסט אויס טעראריסטן וואס ווילן שעדיגן און מענטשן וואס זענען דא להשמיד ולהרוג מיט "מיסדימינארס" און "נאנ-ווייאלענס פעלאניס" ברענגט ווייטער גוט ארויס ווי גרונדלאז די גאנצע היסטעריע ארום די נייע רעפארמען זענען.

דאס אז דו האסט זיך נישט באצויגן צו די זינלאזע און רשעות'דיגע חלק פון דיסקאווערי, וואס ווערט דורך אסאך, אפילו ארכי ליבעראלן, אנגערופן 'קרימינעל בילל אוו רייטס', און ווען איינער ענטפערט דערויף איז דיין תירוץ מיטן פארדרייען די פאקטן און זיך פארהוילן פון זיין 'להשמיד ולהרוג' טענה, ווייזט ווי שטארק אויפריכטיג דאס זיך אננעמען פאר דעם בילל איז.
געשטימט פאר ראשעק הול
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

@למדן וצדיק, אפגעזען פון וואס דיין מיינונג און אגענדע איז, און צי איך בין מסכים צו דיינע מסקנות צי נישט, וויל איך מיר באדאנקן פאר דיין צייט און מיה צו שרייבן א שיינעם ארטיקל.

איך מיין אז די קריטיקירער האלטן אויך אזוי.

קיעפ איט אפ
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווען א אכצען יעריגער שגץ פארט ארום מיט זיין בייק און היימישע געגענט, וואס האלט אים אפ פון גנבענען/שעדיגען/דערשרעקן/אראפ ווארפען/שלאגען אונזערע היימישע קינדערלעך?

וואס איז זיין שטראף ווען מען כאפט אים? לויט ווי איך פארשטיי איז די שטראף זייער מינימאל און די איינציגסטע שרעק וואס די חברה האבען איז אז יעצט מיז ער אפזיצען אין תפיסה פאר צוויי אדער דריי וואכען ביז זיין קאורט דעיט ווייל ער קען נישט ברענגען קיין בעיל.

יעצט אז דו האסט אוועק גענומען די שטראף באקומען די ווילדע גאסען יונגען נישט קיין שטראף בכלל און עס וועט ווערן הפקר פעטריטשקע צופרי שלאגט מען און נאכמיטאד ווען ער איז צוריק פון פאליס סטעישאן וועט ער נאכאמאל שלאגען.

עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

[quote="למדן וצדיק"

די קעש בעיל סיסטעם איז ארגינעל געמאכט געווארן צו פארזיכערן אז מענטשן ערשיינען אין געריכט,
[/quote]
דיעזע געשטויגענע פראזע קומט פון א ליבעראלע וועבסייט. עס איז אויך געמאכט פאר אנדערע סיבות, בעיקר צו פארמיידן א איבערשפיל פון די פארברעכן אין די צייט. און אויך צו האלטן פארשפארט אזוינע וועלכע זענען א געפאר פארן פאבליקום.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

ר' יום טוב האט געשריבן:[quote="למדן וצדיק"

די קעש בעיל סיסטעם איז ארגינעל געמאכט געווארן צו פארזיכערן אז מענטשן ערשיינען אין געריכט,
דיעזע געשטויגענע פראזע קומט פון א ליבעראלע וועבסייט. עס איז אויך געמאכט פאר אנדערע סיבות, בעיקר צו פארמיידן א איבערשפיל פון די פארברעכן אין די צייט. און אויך צו האלטן פארשפארט אזוינע וועלכע זענען א געפאר פארן פאבליקום.

[/quote]

עס איז קלאר יא געמאכט אויף צו פארזיכערן אז מען וועט ערשיינען אין געריכט. עס איז נישט געמאכט אויף צו העלפן פארמיידען א איבערשפיל פון די פארברעכן, (וויאזוי העלפט עס פארמיידען א איבערשפיל? ער דערלייגט נישט די געלט אפילו אויב ער פירט דורך א האלאקאוסט אינצווישען)
און בנוגע וואס די זאגס וועגן האלטן פארשפארט די וואס זענען א געפאר, אויף דעם איז דא א אנדערע סיסטעם. און בעיל האט נישט גארנישט מיט דעם. (נישט אז דזשאדזעס האבען נישט געניצט ריזיגע בעילס צו פארזיכערן אז מען בלייבט פארשפארט, אבער עס איז נישט אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם.)
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

צולייגער האט געשריבן:דאס אז דו האסט זיך נישט באצויגן צו די זינלאזע און רשעות'דיגע חלק פון דיסקאווערי, וואס ווערט דורך אסאך, אפילו ארכי ליבעראלן, אנגערופן 'קרימינעל בילל אוו רייטס', און ווען איינער ענטפערט דערויף איז דיין תירוץ מיטן פארדרייען די פאקטן און זיך פארהוילן פון זיין 'להשמיד ולהרוג' טענה, ווייזט ווי שטארק אויפריכטיג דאס זיך אננעמען פאר דעם בילל איז.

איינער וואס זעהט א פראבלעם אדער קוקט בכלל אן מאדנע די "שרעקליכע געדאנק" פון רעכטן פאר קרימינאלן איז נישט קיין ליבעראל און אודאי נישט קיין ארכי ליבערלאר נאר אן ארכי דיקטאטור. די גרינדער פון אמעריקע וואס האבן געשריבן די קאנסטיטוציע האבן עפעס יא געשפירט פאר וויכטיג צו פארזיכערן טאקע אין די "ביל אוו רייטס" א גאנצע רייע פון רעכטן פאר - נישט מער און נישט ווייניגער - קרימינאלן.

און פונקט ווי די בעיל רעפארם איז די דיסקאווערי רעפארם היבש איינגעהאלטן און מעסיג אין פארגלייך צו אנדערע סטעיטס ווי למשל די "קאנסארוואטיווע" טעקסעס וואס האט שוין איינגעפירט דיסקאווערי רעפארמס עטליכע יאר צוריק.

נ.ב. ביטע נעמט אין אכט אז "קרימינאלן" נעמט אויך ליידער אריין פילע היימישע אידן וואס זענען באגאנגען אין זייער לעבן נארישע טעותים און ווען די דיסקאווערי רעפארמס וואלטן שוין דעמאלטס געווען אין אפעקט וואלטן די אידן זיך נישט געדארפט אזוי לאנג ארומדרייען מיט אנגסט און שרעק ביז די פיינעל פסק פונעם ריכטער און וואלטן געזיצן ווייניגער יארן אין תפיסה.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מטעמים האט געשריבן:עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.

למדן וצדיק האט געשריבן:
אין נוא יארק סיטי ווי כמעט אלע פון די אנטיסעמיטישע אינצידענטן זענען פארגעקומען איז שוין פון לאנג איינגעפירט אז מ'בעט נישט קיין בעיל פאר מיסידמינארס און נאנ-ווייאלענט פעלאניס. א חוץ וואס רובא דרובא פון די אטאקעס זענען פארגעקומען דורך יונגע חברה אונטער די עידש ווי עס קומט בכלל נישט אריין די נייע רעפארמען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ר' יום טוב האט געשריבן:דיעזע געשטויגענע פראזע קומט פון א ליבעראלע וועבסייט. עס איז אויך געמאכט פאר אנדערע סיבות, בעיקר צו פארמיידן א איבערשפיל פון די פארברעכן אין די צייט. און אויך צו האלטן פארשפארט אזוינע וועלכע זענען א געפאר פארן פאבליקום.

בעפאר איר שיסט ווערטער טשעקט אייערע פאקטן און נוצט אביסל אייער קאפ. די פראזע קומט נישט מער און נישט ווייניגער נאר פון די לשון פון די געזעץ אליין און ווי הרב שרייזשע האט שוין שיין ערקלערט קומט בעיל בכלל נישט אריין ווען סאיז דא א געפאר פארן פאבליק.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

למדן וצדיק האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:דיעזע געשטויגענע פראזע קומט פון א ליבעראלע וועבסייט. עס איז אויך געמאכט פאר אנדערע סיבות, בעיקר צו פארמיידן א איבערשפיל פון די פארברעכן אין די צייט. און אויך צו האלטן פארשפארט אזוינע וועלכע זענען א געפאר פארן פאבליקום.

בעפאר איר שיסט ווערטער טשעקט אייערע פאקטן און נוצט אביסל אייער קאפ. די פראזע קומט נישט מער און נישט ווייניגער נאר פון די לשון פון די געזעץ אליין און ווי הרב שרייזשע האט שוין שיין ערקלערט קומט בעיל בכלל נישט אריין ווען סאיז דא א געפאר פארן פאבליק.

און ווער האט געשריבן די געזעץ??

מ'קען שיין שפינען יעדע דעבאטע ביידע וועגן.
דא זענען אלע געזעץ היטער, אפילו פון די דעמאקראטישע פארטיי איינשטומיג אז ס'איז אוועקגענומען געווארן א קריטישע טול קעגן פארברעכער.
ווילסט זאגן אז מ'האטעס אויך אביוזד, קען זיין.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כ'רעד נישט פון די נייע געזעץ. אין די אלטע געזעץ שטייט אז בעיל איז צו פארזיכערן אז דער אנגעקלאגטער וועט ערשיינען אין געריכט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

די פראבלעם פון די בעיל סיסטעם אין קורצען איז, אז פארן זעלבן פארברעכן איז איינער אינדרויסן פראנק אין פריי, און א צווייטער זיצט אפ פאר חדשים און יארן פארן זעלבן קריים, אין ער זיצט נישט אלס א שטראף פאר די קריים וואס ער איז באגאנגען! נאר ער זיצט פשוט ווייל ער האט נישט קיין געלט.
האסט א פראבלעם אז שעדליכע פארברעכער ווערן ארויסגעלאזט אויפן פריי? איך הער, אבער אז פארן זעלבען פארברעך איז איינער אויפן פריי און א צווייטער זיצט אפ פארדעם פאר יארן איז דאס נישט קיין דזשאסטעס! אויב זיכסטו עס צו פארעכטן דאן קענסטו שטרענגער מאכן די גיידליינס פון וועם מען מעג האלטן ארעסטירט אלס א סכנה פארן פובליק. אבער בעיל איז נישט די עצה פארדעם!
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

שרייזשע האט געשריבן:די פראבלעם פון די בעיל סיסטעם אין קורצען איז, אז פארן זעלבן פארברעכן איז איינער אינדרויסן פראנק אין פריי, און א צווייטער זיצט אפ פאר חדשים און יארן פארן זעלבן קריים, אין ער זיצט נישט אלס א שטראף פאר די קריים וואס ער איז באגאנגען! נאר ער זיצט פשוט ווייל ער האט נישט קיין געלט.
האסט א פראבלעם אז שעדליכע פארברעכער ווערן ארויסגעלאזט אויפן פריי? איך הער, אבער אז פארן זעלבען פארברעך איז איינער אויפן פריי און א צווייטער זיצט אפ פארדעם פאר יארן איז דאס נישט קיין דזשאסטעס! אויב זיכסטו עס צו פארעכטן דאן קענסטו שטרענגער מאכן די גיידליינס פון וועם מען מעג האלטן ארעסטירט אלס א סכנה פארן פובליק. אבער בעיל איז נישט די עצה פארדעם!

דעטס איט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

זייער שיין געשריבן למדן, און א ייש"כ פאר'ן אדרעסירן די נושא אזוי זאכליך. גוט צו הערן אביסל קאממען סענס אין דעם מבול פון אפשרעקונגען און פאניק וואס מזעט ביים היימישן ציבור קעגן די שרעקליכע נייע גזירה...
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א ריזיגן ייש״כ פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט און געגעבן חיזוק פאר די ארטיקל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

א גרויסן יישר כח למדן וצדיק. היסטעריע פארטרייבט מען נישט מיט קיין שטעקענעס, נאר פשוט מיט אינפארמאציע.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ייש"כ למדן פארן שיינעם ארטיקל מסביר צו זיין דעם צד פון די געזעץ דורכשטיפערס.

מטעמים האט געשריבן:
עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.

לאו דוקא, די געזעץ איפארסירער פרובירן בדרך כלל צו האלטן סדר אין שטאט, ביז איצט האט מען דאס געטון מיט די בעיל, פון היינט וועט מען טרעפן אן אנדערע וועג דערפאר (פארשטייט זיך אין עטליכע יאר ארום וועט מען כאפן די לעכער מיט וואס אנדערע ווערן באקריוודעט, און די בעיל וועט צוריק אריינגיין אין אפעקט...).

יארן האט מען געמיינט אז אן טויט שטראף וועט זיין א שלאכט פעלד אין די גאסן, מ'האט געטראפן אנדערע עונשים אנשטאט.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יא טויט שטראף ווס. נישט האט פארט נישט געמיינט לאזן א פארברעכער אויף די פריי. משא"כ ווען מ'לאזט אזא איינעם ארויס אויף די פריי אנע חשבון וויזוי אים צו באצווינגן צוריק צו זען צו גערעכטיגקייט.

ניו יארק איז נישט די איינציגסטע מיט דעם רעפארם, עס זענען דאך נאך סטעיטס מיט דעם רעפארם, אבער די יעניגע האבן עס פארט בעסער געמאכט אז עס זאל נישט הערשן קיין הפקירות אין דעם הינזיכט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן:ווען א אכצען יעריגער שגץ פארט ארום מיט זיין בייק און היימישע געגענט, וואס האלט אים אפ פון גנבענען/שעדיגען/דערשרעקן/אראפ ווארפען/שלאגען אונזערע היימישע קינדערלעך?

וואס איז זיין שטראף ווען מען כאפט אים? לויט ווי איך פארשטיי איז די שטראף זייער מינימאל און די איינציגסטע שרעק וואס די חברה האבען איז אז יעצט מיז ער אפזיצען אין תפיסה פאר צוויי אדער דריי וואכען ביז זיין קאורט דעיט ווייל ער קען נישט ברענגען קיין בעיל.

יעצט אז דו האסט אוועק גענומען די שטראף באקומען די ווילדע גאסען יונגען נישט קיין שטראף בכלל און עס וועט ווערן הפקר פעטריטשקע צופרי שלאגט מען און נאכמיטאד ווען ער איז צוריק פון פאליס סטעישאן וועט ער נאכאמאל שלאגען.

עס איז ימלט אז מען האט אוועק גענומען די איינציגסטע שטעקן וואס מען האט געהאט קעגן די לאו לייווס.

דאס איז שוין פאני. דאס הייסט אז די נישט ארויסלאזן פארן געריכט איז גאר די שטראף? און אויב ער האט פערצופאל יא געלט?

ענדערש לאז ארויס ביז דעם געריכט, ווען ער איז נאך אפיציעל איניסענט אנטיל פראווען גילטי, און מאך א געזעץ צו באשטראפן בעסער ווען מען קאנוויקט אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”