התגרות באומות דורך אידישע פאליטיקאנטן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחה פעלדער/אייכנשטיין האט מיין שטימע?

יא. נאר אזוי. מ'וועלמיר זיך נישט לאזן. ברבים וועלמיר דערקלערן, דיבלאזיאו רעזיגניר! און קאומא, שפיל נישט מיט אונז קיין געימס!
39
12%
ניין. דאס איז קעגן די תורה און קעגן די פשוט'ע שכל. דאס ברענגט אונז נישט קיין גוטע פריינט, קיין תועלת, און דאס העלפט נישט קעגן HATE!
300
88%
 
סך הכל שטימען: 339

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די שאלה איז ווער די 'באהערדע' זענען...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png
2020-01-14 (1).png (35.5 KiB) געזען 1318 מאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

זעהסט? דאס געשעהט ווען מ'לערנט נישט קאממען קאור... פעקטס ענד אפיניענס.
דו מיינסט אז וואס ער פארקויפט דא אויף זיין אימעיל איז א פאקט?

מיין אפיניען איז אז ער האט 'נישט' געפרעגט און באקומען קיין דעת תורה אויף פונקטלעך וואס ער האט געטון. פינטל.

לאו דוקא א קלארע ליגנט זיינע. ער האט עס געפרעגט אויף אזא אופן "מעג איך ברבים פארלאנגן פון דיבלאזיאו אז מיר בעטן זיך ברחמים צו פארשטערקערן די פאליציי און שטרענגער מאכן די געזעצן אויף קריים? אויף דעם האט ער באקומען א יא. ואם אין דעת הבדלה מנין. כ'ווייס נישט צו ער האט אמאל געהערט פון הכנעה אין גלות, 'הזהרו בגוי קטן', (אמאל געהערט פון הרה"ח רמ"ד נידערמאן צולייגן ''וכ"ש בגוי גדול"). קיין איין דעת תורה האט עם נישט געזאגט צו פארלאנגן די נאנסענס אז 'ער זאל ריזיינען'. אדער ארויסקומען ברבים פארפירן פאר סטאפ און פריסק, וואס קען אויפרעגן אונזערע שווארצע שכנים.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

עכט היימיש האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ס'גארנישט. יוסי מעג אויך זיך לערנען וויאזוי צו זיין א גלות איד. נישט דוקא צוליב זיין מאנסי ארויסטריט. קומט נישט מחאות און פארדאמונגען, אבער צייט פאר אביסל התבוננות

אזוי האלטסטו!

אבער די מנהיגי הקהילות, 50 - 75 פארצענט אייוועלט באנוצער האלטן אנדערש!.

סאו, פונקט ווי איך האב א מיינונג, מעגסטו אויך האבן, אבער די רבנים און רוב ציבור זעהן א רחוק מזרח ממערב פון די צוויי אינצידענטעטן, און איינער באקומט חיזוק, און די אנדערע צוויי ווערן גאר שארף פארדאמט!

כה לחי מנהיגי ישראל!

!Just to let you know, I disagree
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שפע רב האט געשריבן:זעהסט? דאס געשעהט ווען מ'לערנט נישט קאממען קאור... פעקטס ענד אפיניענס.
דו מיינסט אז וואס ער פארקויפט דא אויף זיין אימעיל איז א פאקט?

מיין אפיניען איז אז ער האט 'נישט' געפרעגט און באקומען קיין דעת תורה אויף פונקטלעך וואס ער האט געטון. פינטל.

לאו דוקא א קלארע ליגנט זיינע. ער האט עס געפרעגט אויף אזא אופן "מעג איך ברבים פארלאנגן פון דיבלאזיאו אז מיר בעטן זיך ברחמים צו פארשטערקערן די פאליציי און שטרענגער מאכן די געזעצן אויף קריים? אויף דעם האט ער באקומען א יא. ואם אין דעת הבדלה מנין. כ'ווייס נישט צו ער האט אמאל געהערט פון הכנעה אין גלות, 'הזהרו בגוי קטן', (אמאל געהערט פון הרה"ח רמ"ד נידערמאן צולייגן ''וכ"ש בגוי גדול"). קיין איין דעת תורה האט עם נישט געזאגט צו פארלאנגן די נאנסענס אז 'ער זאל ריזיינען'. אדער ארויסקומען ברבים פארפירן פאר סטאפ און פריסק, וואס קען אויפרעגן אונזערע שווארצע שכנים.

דהיינו אז די האלטסט אז ס'קען נישט זיין אז א דעת תורה איז נישט ווי דיין דעת תורה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ק/פ
שמחה פעלדער - קלמן יעגער
צאו ממחנינו !!!
די געפארפולע גערידער דורך מאנכע אומ'אחריות'דיגע 'היימישע ווארטזאגער' אויף די פאליטישע ארענע האט ליידער אנגענומען א נאך מער מסוכנ'דיגע ווענדפונקט ווען די וואך האט מען געהערט אויפטרייסלענדע רייצערישע קאמענטארן דורך א.ג. חרדי'שע ערוועלטע פאליטיקאנטן, וועלכע זענען ארויסגעקומען אין דער עפענטליכקייט פארדאמען און פארשעמען די העכסטע לאקאלע 'אפישלס', מיט אויפטרייסלענדע און געמיינע סטעיטמענטס, מיט פארלאנגען אז דער מעיאר זאל גאר רעזיגנירן פון זיין פאזיציע און ענליכע מעשי התגרות וואס שטעלן ליידער אין געפאר דאס גאנצע ניו יארקער אידנטום צו זיין חלילה כמטרה לחץ היל"ת, און איז בפועל ממש א שרעקליכע מעשה רדיפה אויפ'ן כלל ישראל רח"ל.

אין דעם נצחיות'דיגן געזאנג פון כנסת ישראל, שיר השירים, זאגט די נבואה פון שלמה המלך, אז די גוים וועלן פאָרשלאגן פאר די אידן בשנות גלותם "שובי שובי השולמית, שובי שובי ונחזה בך". ווי דער מדרש זאגט אז "אומות העולם אומרות לישראל: עד מתי אתם מתים על אלקיכם ועד מתי אתם נהרגין עליו, באו לכם אצלנו ואנו ממנין אתכם, שלטונים הגמונים דוכסין אפרכין וכו', שובי שובי ונחזה בך ואין נחזה אלא שררה כמו ואתה תחזה".

די גוים וועלן זיך וואונדערן פארוואס לאזן אידן זיך הרג'ענען און זענען אזוי בשפלות אין גלות, זיי וועלן אונז אנטראגן צו ווערן נאנט מיט זיי, און אויך ווערן הערשער, נציבים ושלטונים, מיט כבוד און מאכט. אבער אידישע קינדער אין גלות ענטפערן אויף די אלע נארישע פיתוים "מה תחזו בשולמית כמחולת המחנים", און ווי רש"י אויפ'ן ארט ערקלערט "מה תחזו בשולמית מה גדולה אתם יכולים לפסוק לי שתהא שוה לגדולתי אפילו לגדולת דגלי מחולות מחנות המדבר", אידן ווארפן אפ דעם אנבאט וואס איז אין זייערע אויגן א געלעכטער ווייל פאר אונז איז אנגעגרייט עפעס פיל העכער און גרעסער.

אין דער צייט וואס דער תכלית פון א גוי איז צו באקומען שררה און מאכט און צו שטייגן אין ראנג אויפ'ן פאליטישן לייטער האבן אידישע קינדער גאנץ אן אנדערן תכלית, ווי מיר געפינען אין די אקדמות אז די גוים וואונדערן זיך אויף דאס מסירת נפש פון אידן און פארשפרעכן אונז גאלדענע גליקן מיט כבוד און שטאלץ: "יְקָרָא וְיָאָה אַתְּ אִין תַּעַרְבִי לְמַרְוָתָא, רְעוּתֵךְ נַעֲבֵיד לִיךְ בְּכָל אַתְרְוָתָא", אבער אידן ווערן נישט איבערגענומען פון די צייטווייליגע הצלחות, כנסת ישראל זאגט מיט שטאלץ: "רְבוּתְכוֹן מָה חֲשִׁיבָא, קֳבֵל הַהִיא שְׁבַחְתָּא, רְבוּתָא דְיַעֲבֵּד לִי, כַּד מַטְיָא שַׁעְתָּא, יְקָרֵהּ כַּד אִתְגְלֵי, בְּתוּקְפָא וּבִגְבוּרְתָּא".

אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט איז נישט דורך ערהאלטן שררות און פאסטנס אינערהאלב די גוי'אישע פאליטישע הערשאפט, עס ווארט אונז פיל גרעסערס און אסאך שענערס, אידישע קינדער הייבן זיך נישט דעם קאפ אין גלות מיט קיין אמביציעס און קיין גדולות, מיר זענען די נושאי דגל ה' כי יעקב בחר לו קה ישראל לסגולתו.

ס'איז באקאנט די הייליגע ווערטער פון רש"י בשם המדרש אין פרשת קרח, אז משה רבינו האט געזאגט "אמר להם, בדרכי הגוים יש נימוסין הרבה, וכומרין הרבה, ואנו אין לנו אלא ה' אחד ותורה אחת ומשפט אחד", דער תכלית פון דעם גוי איז צו עררייכן א גדלות אין זיינע נימוסין אדער ווערן א כומר ומושל, אבער דאס גדלות פון להבדיל אידישע קינדער איז דער דביקות צו השי"ת ותורתו הק', אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה' מגן עזרך ואשר חרב גאותך. דאס איז אונזער גאוה און אונזער שטאלץ. מיר האבן א גרויסן עבר און עס איז פאר אונז אנגעגרייט א גרויסער עתיד, ובישועתך מלכינו תרום ותגביה קרנינו למעלה.

די גמרא פארציילט אין מסכת עבודה זרה דף ח' ע"ב, אז 22 יאר האבן די רוימער מלחמה געהאלטן מיט די יונים און זיי נישט געקענט בייקומען, ביז זיי האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט די אידן און געמאכט אן אפמאך אז זיי זאלן פירן די מלוכה בשותפות, "אי מינן מלכי מנייכו הפרכי, אי מנייכו מלכי מינן הפרכי", ווען דער קעניג וועט זיין פון די רוימער וועט דער גובערנאטאר זיין פון די אידן, און ווען דער קעניג וועט זיין פון די אידן וועט דער גובערנאטער זיין פון די רוימער. דאס האט אזוי אנגעהאלטן 26 יאר ביז די רוימער האבן אנגעפאנגען געוועלטיגן אויף אידן.

פרעגט די גמרא מעיקרא "מאי דרוש ולבסוף מאי דרוש", וועלכע פסוק האט מען קודם גע'דרש'נט אז אידן קענען זיין הערשער אינאיינעם מיט די רוימער און וועלכע פסוק האט מען גע'דרש'נט דערנאך אז די אידן דארפן זיין אונטערטעניגט אונטער די רוימער, ענטפערט די גמרא אז צוערשט האבן זיי גע'דרש'נט דעם פסוק "נסעה ונלכה ואלכה לנגדך", נעמליך אז יעקב און עשו קענען זיין צוזאמען הערשער, אבער צום סוף ווען עס איז שוין אנגעקומען די זמני הגלות האבן זיי גע'דרש'נט דעם פסוק "יעבר נא אדני לפני עבדו", אז עשו דארף געוועלטיגן ווילאנג אידן זענען אין גלות.

מיר זעהן פון די גמרא א לימוד אויף לדורות בכל שנות הגלות אז יעצט איז נישט אונזער צייט פון שררה, יעצט איז דער זמן ווען "עשו" דארף זיין די הערשער און מיר דארפן זיין די נכנעים אונטער אים. מיר דארפן רואיג אויסווארטן ווילאנג זיין צייט וועט בעז"ה זיך ענדיגן ווען עס וועט זיין "ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו" און די מלוכה וועט צוריקקומען צו כנסת ישראל.

ווי גרויס איז אלזא די ווייטאג און די תמורה הגדולה, ווען מען באגעגנט זיך מיט אזא מציאות פון אומ'אחריות'דיגע פאליטיקאנטן, וואס האבן מהפך געווען די יוצרות אויף א געפארפולן פארנעם, נישט בלויז וואס מען נעמט זיך איבערגעטריבענע שררה אויפ'ן גוי'אישן פאליטישן לייטער, נאר מען טרויעט זיך גאָר צו איינטיילן און אריינגעבן פאר די גוי'אישע מושלים, יעצט ווען ס'איז "זייער צייט", מען זאגט אריין און מען אטאקירט שארף די מאכטפולע ניו יארקער ערוועלטע פאליטישן'ס וואס צינדט אָן בפועל א פייער פון אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל וואס די קאנסקעווענצן דערפון קען קיינער נישט פאראויסזאגן חלילה.

אידן אין ניו יארק זענען ערשיטערט און באזארגט זעהנדיג מיט די אויגן וויאזוי אומפאראנטווארטליכע היץ קעפ רעדן בשם דעם גאנצן היימישן ציבור מיט אזא פרעכע עזות און חוצפה קעגן דעם גאווערנער און דעם מעיאר, וועלכע זענען ביידע שטארקע אידן – פריינד און האבן זיך ביי יעדע געלעגנהייט ארויסגעשטעלט צו פארטיידיגן חרדי'שע אידן און אונזערע אינטערעסן, און יעצט באקומען זיי צוריק שטיינער און אטאקעס פון די חרדי'שע א.ג. קאמיונעטי פארטרעטער.

עס שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ ווען מען קלערט אריין וואס פארא געפערליכע מעסעזש אזעלכע סטעיטמענטס שיקט אפ פאר די גאנצע פאליטישע גאס ווען בשם אלע פרומע אידן ווערן די גוי'אישע ערוועלטע באאמטע אזוי מיאוס און געמיין אראפגעריסן און אטאקירט איינמאל און נאכאמאל, אדאנק דער ציוני'סטישער ראדיקאלער געדאנקגאנג פון "זיך נישט לאזן" און "קעמפן פאר אונזערע רעכטן" וואס האט זיך צום באדויערן איינגעגלידערט און קובע געווען אויך דא אין ניו יארק. עס כאפט דאך א שרעק וויאזוי מען ברענגט זיך די שנאה מיט די אייגענע הענט אן נוצן דאס מינדסטע שכל און אחריות, איזהו חכם הרואה את הנולד דאס וואס האט פאסירט אין אייראפע מיט 80 יאר צוריק השם ישמרנו, השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט און שיצן אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם אז די לייכטזיניגע רעטאריק זאל נישט שאטן פאר קיין שום אידיש קינד און עס זאל פארגעסן ווערן ווי אמשנעלסטן.

אידן אין ניו יארק דארפן טון אלעס אין אונזער מעגליכקייט צו באצייטנס אפשטעלן די סכנה'דיגע און קינדערישע פאליטיק וואס איז א באשיינפערליכע שפיל מיט פייער און א שפיל מיט אידיש בלוט חלילה,

עס דארף ארויסגיין אונזער קלארע מעסעדזש פאר די פאליטיקאנטן און מויל מאכער אז דאס ניו יארקער אידנטום איז נישט גרייט צו ליידן צוליב זייערע קינדערישע פאליטישע אמביציעס, אזעלכע התגרות שריט זענען אומאקצעפטירבאר און וועלן בשום אופן נישט פארשוויגען ווערן אין דער צוקונפט.

עס איז שוין העכסט צייט אז אידן זאלן זיך אפטרייסלען פון דעם ציוני'סטישן מהלך המחשבה וואס איז ליידער אזוי איינגעגעסן אפילו בקרב מחנינו, לאמיר געדענקן אז מיר זענען אין גלות און מיר דארפן זיך אויפפירן ווי גלות אידן בהכנעה ובשפלות ובתחנונים ידבר רש, לאמיר חזר'ן און געדענקן אז די אידישע האפענונג איז נישט די גוי'אישע שלטונים הגמונים דוכסין און אפרכין, עס ווארט אונז אפ אסאך א גרעסערע ליכטיגקייט למקדשך טוב ולקודש קודשין כי אתן אתכם לשם ולתהלה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

Goodmorning האט געשריבן:

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

he is not writing what the gadol answered just that he "consulted"
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

טאקע, א שאד אז מען האלט זיך צו די איינגעבאקענע יסודי הדת.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

און פארגעסט נישט אז מ'רעדט נישט דא פון א מסורה פון א געוויסע קרייז, נאר אז מ'קוקט אין פריערדיגע ספרים פון (כמעט) אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע דורות און צייטן, זעט מען אלעמאל די זעלבע זאך, און ווען מ'קוקט אביסל נאך די הנהגה פון (כמעט) אלע אנגענומע גדולים אין די וועלט פון די לעצטע 70 יאר טרעפט מען די זעלבע זאך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מחשב האט געשריבן:

אלע דורות און אלע צייטן ביזן פארשפרייטונג פון "דעמאקראטיע", איז נישט געווען מעגליך אויפצוטוהן, נאר אויפ'ן וועג פון הכנעה, חנופה, און אונטערקויפן.
און לגבי די לעצטע זיבעציג יאהר, ווען טרעפט איר די "זעלבע זאך" ביי "אלע שיכטן און קרייזן", געבטס מיר לכה"פ צוויי דוגמאות.
און נאכאמאהל, איך האלט נישט אז ער איז גערעכט מיט זיין אויפפיהרונג, איך האלט נאר אז ס'קען זיין אז ס'זענען דא רבנים (בפרט פון זיין "שיכט און קרייז") וואס האלטן אזוי!
לעצט פארראכטן דורך אוראייניקל אום מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

Goodmorning האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

טאקע, א שאד אז מען האלט זיך צו די איינגעבאקענע יסודי הדת.

אוודאי די זאלסט דיך האלטן צו די יסודות וואס מ'האט דיר איינגעבאקן מיטן פולסטן כח! נאר פארשטיי אז ס'זענען דא נהרא נהרא ופשטי'. און ס'איז שייך מחלוקות צווישן דעת תורה, אפילו דיין דעת בעל הבית פארשטייט אז ס'קען נאר זיין איין דעת תורה ביי דעם ענין!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

ווייל דו ביסט יא מעלה על הדעת? אפשר איז אבי ווייס דעת תורה? אפשר איז JB סאלאווייטשיק דעת תורה?

דאס וואס מען האט אין מיר אריינגעבאקן אלס יסודי הדת ''איז'' יסודי הדת, (קען זיין עס זענען דא אנדערע דתות, איך רעד פון מיין דת)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יואל שרייבער האט געשריבן:

טאקע דיר האב איך געמיינט!

און ביידעוועי, אין מיין דת איז דא א כלל (חגיגה ג:) 'הללו מטמאין והללו מטהרין הללו אוסרין והללו מתירין הללו פוסלין והללו מכשירין שמא יאמר אדם היאך אני למד תורה מעתה תלמוד לומר כולם נתנו מרועה אחד אל אחד נתנן פרנס אחד אמרן מפי אדון כל המעשים ברוך הוא'. קוקט אויס די רעדסט נישט פון דעם דת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

די דעת תורה וועם ער האט אנגעפרעגט שעמט זיך ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט? אדער האט די דעת תורה אנגעזאגט פאר שמחה'נען נישט זאגן ווער איז די דעת תורה?
ס'איז דא אסאך אידן וואס האלטן ער איז נישט גערעכט ומשום והייתם נקיים כאטשיק מפרסם זיין ווער איז די דעת תורה.
(אפשר שעמט זיך די רב מיט'ן דעת תורה??)
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:די דעת תורה וועם ער האט אנגעפרעגט שעמט זיך ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט? אדער האט די דעת תורה אנגעזאגט פאר שמחה'נען נישט זאגן ווער איז די דעת תורה?
ס'איז דא אסאך אידן וואס האלטן ער איז נישט גערעכט ומשום והייתם נקיים כאטשיק מפרסם זיין ווער איז די דעת תורה.
(אפשר שעמט זיך די רב מיט'ן דעת תורה??)

איינער האט איהם פרובירט צו פרעגן "ווער" די דעת תורה איז?
און כ'מיין צו זאגן אויף א שיינעם איידעלע אופן, נישט אטאקירנדיג.

והשנית, אויב דער דעת תורה איז נישט פון דיינע קרייזן, וועט מען איהם אראפרייסן כאטשיג אזויפיהל ווי מ'רייסט אראפ פעלדער, נו כבוד התורה איז אויך עפעס ווערד!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

די א. ג. דעת תורה פון פעלדער ודעימיה, זענען מסתמא די עטליכע הונדערט אינטערנעט פערטישענערס, וועלכע האבן זיך אנגעקלעבט אין די גאסן,
אראפצופליקן די דעת תורה פון אנדערע פראמינענטע צעהן רבנים גדולי התורה יושבי על מדין.........
און פאר א נויט, קען מען נאך צירעכענען די דעת תורא פון די זינגערס און אנדערע אידישע סעלעבריטיס וועלכע פארשטייען נאך אזוי גוט ווי די אלטמאדישע פאנאטישע רבנים....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אוראייניקל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

ווייל דו ביסט יא מעלה על הדעת? אפשר איז אבי ווייס דעת תורה? אפשר איז JB סאלאווייטשיק דעת תורה?

דאס וואס מען האט אין מיר אריינגעבאקן אלס יסודי הדת ''איז'' יסודי הדת, (קען זיין עס זענען דא אנדערע דתות, איך רעד פון מיין דת)

טאקע דיר האב איך געמיינט!

און ביידעוועי, אין מיין דת איז דא א כלל (חגיגה ג:) 'הללו מטמאין והללו מטהרין הללו אוסרין והללו מתירין הללו פוסלין והללו מכשירין שמא יאמר אדם היאך אני למד תורה מעתה תלמוד לומר כולם נתנו מרועה אחד אל אחד נתנן פרנס אחד אמרן מפי אדון כל המעשים ברוך הוא'. קוקט אויס די רעדסט נישט פון דעם דת!

אמת, אבער עס זענען אויך דא יסודי הדת, און עס איז אויך דא א סיבה פארוואס דו פארשטייסט אז די וועם איך האב אויסגערעכנט זענען נישט אין כלל, (עכ''פ איינער פון זיי זיכער).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך זע בכלל נישט קיין דעת דא, כ'מיין וועלכע בר נש האלט אז מ'דארף גיין מיט די קאפ אין די וואנט און זיך צוקלאפן אויך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

farshlufen האט געשריבן:איך זע בכלל נישט קיין דעת דא, כ'מיין וועלכע בר נש האלט אז מ'דארף גיין מיט די קאפ אין די וואנט און זיך צוקלאפן אויך?

גא"מ, מיין דעת בעה"ב פארשטייט עס אויך נישט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אוראייניקל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:מיין אפענטפער אויף זיין ענטפער
2020-01-14 (1).png

בקיצור, איהר ווילט אז אייער דעת תורה זאל אויך זיין, זיין דעת תורה...

א דעת וואס איז אנדערש ווי די מסורה אלע יארן איז נישט קיין דעת ''תורה''. בכלל איז עס בכלל נישט קיין דעת בעל הבית אויך נישט. עס מאכט פשוט נישט סענס די מהלך.

דאס איז דיין דעת תורה...
נישט אז איך געב גערעכט פעלדער'ן, נאר איך האב הנאה ווי מענטשן קענען נישט מעלה זיין על הדעת, אז ס'איז דא א צווייטע צד צו וואס מען האט אין זיי אריינגעבאקן אלץ "יסודי הדת".

נייגעריג, גלייבסט אז ''ס'קען זיין'' אז איך בין גערעכט אז לא דובים ולא יער, אויף דעם האט ער קיינמאל קיין דע"ת נישט באקומען כאטש ער פארקויפט אז יא?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אוראייניקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איך זע בכלל נישט קיין דעת דא, כ'מיין וועלכע בר נש האלט אז מ'דארף גיין מיט די קאפ אין די וואנט און זיך צוקלאפן אויך?

גא"מ, מיין דעת בעה"ב פארשטייט עס אויך נישט.

פארשטיי אבער אז שמחה האט מער ערפארונג אין פאליטיק ווי אלע שרייבער דא און ער ווייסט בעסער וואס יא/נישט צו זאגן. איך נעם נישט קיין שטעלונג טאמער ער איז געווען גערעכט צו נישט ווייל איך ווייס אז איך ווייס נישט. איך ווייס נישט וואס די דעת תורה איז ווייל איך בין א דעת בעה"ב און איך ווייס נישט וואס איז גוט פון א פאליטישע בליק, ווייל איך ליג נישט דערין.
בקיצור, ער ווערט נישט אפגעפרעגט ווייל אפאר אנאנימע שרייבער אויף אייוועלט און קול קורא'ס רייסן אים ארינטער. יא, די קול קורא'ס וואס איך האב געזעהן האבן נישט קיין חתימות און האט די דין פון א פאשקעוויל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דריידל האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איך זע בכלל נישט קיין דעת דא, כ'מיין וועלכע בר נש האלט אז מ'דארף גיין מיט די קאפ אין די וואנט און זיך צוקלאפן אויך?

גא"מ, מיין דעת בעה"ב פארשטייט עס אויך נישט.

פארשטיי אבער אז שמחה האט מער ערפארונג אין פאליטיק ווי אלע שרייבער דא און ער ווייסט בעסער וואס יא/נישט צו זאגן.

יע, פאר זעך האט זיך עם עס אפשר געלוינט. מבזה זיין דעבלאזיע צו חנפ'ן דעם גאוו. מיט וועם ער דארף זיך נאך אויסגראדן.

גיי ווייס.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”