סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

פון "היט דיינע אויגן" זייטל
(מיט קליינע טוישונגען)

לייביש הייסט ער, א וואוילער יונגערמאן, נישט קיין ל"ו צדיק אבער אויך נישט קיין פויער, ווי ס'הייסט: עוורידזש.
צוויי יאר איז ער געזעסן אין כולל, ווען האלב פון די צייט האט ער געדרימלט אויף די שו"ע און די צווייטע האלב איז ער געשטאנען ביים סינק אפצואוואשן די צייכן וואס די דרימל האט איבערגעלאזט אויף זיין שטערן. עוורידזש.
אבער דא און דארט פלעגט ער טוהן נאך זאכן….
נעבעך, ער'ט זיך געמוטשעט מיט א געפערליכע רייץ צו תאות, פארשטייט זיך אז מיט יעדע דורכפאל איז זיין רייץ געשטיגן, און אזוי האט ער איין טאג אנטדעקט א לאך אין די פילטער אין א געוויסע פריוואטע קיאסק געשעפט און דארט האט ער זיך גענומען שפענדן זיין טאג - מער ווייניגער.
דארט און דא האט אים געכאפט א טרייסל וויפיל צייט און געלט ער פארשווענדעט אויף דעם, אבער זיין רייץ איז געווען סך סך שטערקער.
ברוך ה', דער רבוש"ע האט אים געשאנקן א קינד, בשעטו"מ, יעצט איז די פאסיגע צייט וואס ער דארף זיך נישט שעמען זיך ארויסצויינען פון די כולל און זוכן א דזשאב.
ס'ווייב זיינע האט בכלל נישט פארשטאנען פארוואס איר חשוב'ע מאן וואס איז זיך אזוי מחי' אין כולל (עד כדי כך אז זיין אהיימקומען פארשלעפט זיך אפט ביז שפעט ווייל ער איז עוסק אין פלפול התורה) זאל אפילו טראכטן פון ארבעטן, אבער מיט גענוג פאלשע ווערטער האט ער איר אויך איבערגערעדט אבער ער'ט זיך נישט געטרויעט צו זוכן א פשוט'ע דזשאב, נאר דוקא עפעס וואס וועט פאסטן פאר אזא חשוב'ע אינגערמאן ווי (זיין ווייב האלט) אים.
נאך א שטיקל זוכעניש האט מען ב"ה געפונען א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים וואס זוכן א פעהיגן אינגערמאן צו אנפירן די מנינים ביי שחרית.
לייביש האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, אזוי הייבט ער אן נאר מיט א פארמיטאג דזשאב.
דעם ערשטן טאג שוין ווען לייביש האט באקומען פונעם שמש די שליסל פון די אפיס אין ביהמ"ד איז זיין ערשטע אויפפאסונג געווען די קאמפיוטערס, הלא, ער וועט האבן כסדר'דיגע עקסעס צו א קאמפיוטער!!! ער גייט האקן א לעבן יומם וליל!!!
נאכן זיין דארט א שטיק צייט האט ער געזעהן אז די זאך איז נישט אזוי פשוט, קודם כל, די פילטער איז זייער זייער שטרענג, דעיס האט ער זיך איבערצייגט ווען ער האט אויספרובירט אפאר לעכער וואס האבן געארבעט אין די עבר ביי אנדערע קאמפיוטערס. צווייטנס, די קאמפיוטער איז איינעמס, ווי נישט ווי האט ער געהאט א שטיקל פחד, אז ס'קען אנדעקט ווערן דורך א פארגעסענע דאונלאוד אדער אומפארמעקטע סוירטש היסטערי.
זיינע אויגן זענען אבער געווען אויף א לעפטאפ וואס איז אלס געלעגן אין א ווינקל אין אפיס און אויף די סקרין איז אייביג נאר געווען די זייגער און די זמנים פונעם היינטיגן טאג. דעם לעפטאפ פלעגט נאר שטיין צום באנוץ פון די אפיס איינגעשטעלטע צו וויסן די צייט און די זמנים, קיינמאל האט ער נישט באמערקט אז מ'זאל דעם לעפטאפ רוקן פון פלאץ אדער נוצן אויף עפעס אנדערש.
"פארוואס דארף מען א לעפטאפ פאר דעם?" האט ער זיך אלס געוואונדערט, "מ'קען נישט אויפהענגן א צעטל?".
זיין אייגענע מסקנא איז אבער געווען אז דער משמש וויל זיך מסתם שפארן די מיה אויפצוהענגען כסדר די צעטל פון יענע וואך\חודש, און די גרינגערע וועג איז צו האלטן אייביג א לעפטאפ אפן וואס טוישט די צייט אויטאמאטיש.
לייביש האט געציטערט צו נוצן די לעפטאפ אויפן פלאץ וואס ס'איז געלעגן, ס'איז געווען צו אפן. אוועקרוקן פון פלאץ וועט אויך אויסרופן פארדאכטן. האט ער געווארט אויף די פאסיגע געלעגנהייט.
און די געלעגנהייט איז אנגעקומען.
אין איין שיינעם טאג האט זיך פונקט געמאכט אז דער משמש און ראש הקהל (די צוויי הויפט-באנוצער פון דעם אפיס) האבן ביידע געהאט א ברית מחוץ לעיר, אפאר טאג פריער - ווען לייביש האט געהערט דערפון - האט ער געוואוסט אז דעיס איז זיין טאג! דעיס איז זיין געלעגנהייט צו כאפן א נאנטע בליק אויף דעם לעפטאפ.
די טאג איז אנגעקומען! גראדע איז עס געווען זייער א פארנומענע בין הזמנים טאג, די בית המדרש איז געווען געפאקט, און מנינים זענען געפארן איינס נאכן צווייטן, לייביש איז געווען ביזי ביז איבערן הוט, אבער פאר קיין רגע האט אים נישט געסטאפט ברענען די תאוה אז ער "מוז" נאך אויסטשעקן דעי לעפטאפ.
ארום 11 אזייגער האט לייביש באשלאסן אז ער מוז שוין גיין עס באקוקן, ער האט געוויסט אז ער לאזט איבער צושופטע שטיבלעך און א געפאקטע האלוועי אן קיינעם וואס זאל מסדר זיין די מצב, אבער וואס זאל ער טוהן? אז מ'מוז מוז מען.
ער האט שנעל (פאר לאגיק שלעפט אים צוריק) געדרייעט די שליסל אינעם משמש'נס אפיס און תיכף געכאפט דעם לעפטאפ און אריינגעלאפן אין די קליינע ביה"כ וואס איז געווען דארט אין אפיס.
געשיקטערהייט האט ער געעפנט גוגל, געסוירטשט פאר שמוץ און…….. יאפ!!! דעי לעפטאפ האט נישט קיין פילטער!!! איידער ס'איז דורך א מינוט איז ער שוין געזעצן און זיך דערקוויקט מיט די שמוציגע ווידיאו וואס האט געטאנצן פאר זיינע אויגן.
אינאיינעם מיט דעם אבער האט ער געהערט האסטיגע קלאפערייען אויף די טיר פון די אפיס, ער האט געוואלט זיך מאכן אומוויסנדיג, און ער האט זיך טאקע געמאכט, אבער נאך א האלבע מינוט ווען ער האט געהערט ווי די אפיס טיר עפנט זיך שטורעמיש אויף און ער האט געהערט רופן "לייביש, לייביש" האט ער עס נישט געקענט אינארירן און רעאגירט מיט א "נאאאאא……"
"לייביש וואו ביסטו?" האט ער געהערט די מענעדזשער פון ביהמ"ד שרייען.
"נא…. נא…." האט ער געשריגן פון זיין זיץ אין ביה"כ.
יעצט זענען די קלאפערייען אריבער דירעקט צו די טוילעט טיהר "קום שוין ארויס" האט דער מענעדזשער היסטעריש געשריגען.
בלית ברירה האט ער צוגעהאקט די סקרין, זיך שנעל גרייט געמאכט און ארויסגעקומען מיט די פארקלאפטע לעפטאפ אין די הענט.
ער האט באגעגנט די מענעדזשערס שאקירטע אויגן, וואס האבן געוואנדערט פון די לעפטאפ צו זיין פנים און צוריק. "דו האסט יעצט גענוצט דעי לעפטאפ?" האט ער נאך אפאר סעקונדעס געפרעגט.
"י..א….." האט לייביש קוים ארויסגעשטאמעלט "וואס איז?". זיין הארץ האט פעסט געבאכעט, ער'ט געוואוסט אז עפעס גייט פאר דא, באיזה אופן איז אנדעקט געווארן אז ער טוט דא אפ מעשים אשר לא יעשו.
ער האט געזעהן אז די מענעדזשער קווענקלט זיך אויב ער זאל עפעס זאגן אדער נישט, ער איז געוען ביטער נייגעריג וואס אויף די וועלט דא האט פאסירט, האט ער איבערגעפרעגט "וואס איז געשעהן?"
די מענעדזשער באטראכט אים מיט א בליק פון רחמנות "הער מיך אויס, דו ווייסט וואס דעי לעפטאפ איז?" לייביש האט שוואך געשאקלט אויף ניין "אקעי" האט דער מענעדזשער וואלונטירט אים אויפצוקלערן "אינדרויסן אין די האלוועי איז דא א גרויסע סקרין וואס דארט שטייט די זייגער און די זמנים, יענע סקרין איז א פשוטע טויטע סקרין, ס'איז פשוט א גרעסערע סקרין פון אלעס וואס ווערט געזעהן אויף דעם לעפטאפ. וואס מ'זעהט אויף דעם לעפטאפ, דעיס זעהט מען אויף די גרויסע סקרין אין האלוועי!"
צו זאגן אז די דאך איז אויף אים צאמגעפאלן איז צו ווייניג געזאגט ארויסצוברענגען וואס לייביש האט אין יענע סעקונדע געפילט. א זייטיגע בליק אויף די סקרינס וואס ווייזן די סורוועילענס אין די האלוועי האט אים קלארגעשטעלט אז די האלל איז געפאקט מיט קופקעס וואס קוקן כסדר פון די גרויסע סקרין צו די טיהר פון אפיס און צוריק. די בושות זענען ריזיג……. גדול מנשוא……..
"יעצט, הער מיך אויס" הערט ער די מענעדזשער ווייטער רעדן "איך ווייס נישט אויב די משמש וועט דיך נאך וועלן האלטן ביי די דזשאב נאך וואס דו האסט היינט אנגעדרייעט דא, אבער דעיס איז זיכער אז אויף היינט דארפסטו צוריקגיין צו די ארבעט געהעריג" און מיט דעי ווערטער האט ער אים ארויסבאגלייט ביז נאכן טיהר און פארמאכט די טיהר אונטער אים.
און לייביש האט זיך געטראפן מיט פלאמעדיגע באקן צווישן אלע קופקעס וואס האבן דעבאטירט די געשעעניש ביז זיי האבן אים באמערקט, ווען זיי האבן אים באמערקט האט זיך א שטילקייט אראפגעלאזט אין האלוועי און די בליקן פון אלע קינדער, בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים זענען געווען געריכטעט צו אים. אין זייערע אויגן האט זיך קלאר געזעהן די באשולדיגונג "הייסט עס אז דו ביסט דאס דער וואס האט געוואטשט א שמוציגע ווידיאו און לכבוד דעם האט יעדער וואס האט געוואלט זען דעם סוף זמן תפילה געזעהן שמוץ!!!!...
דאכט זיך אז יעדע ווארט מסביר צו זיין די געפילן פון בושה וואס לייביש איז דורך אין יענע מינוטן, איז איבריג.......
אבא כהן ברדלא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה בלעם חכם של העובדי כוכבים לא יכול לעמוד בתוכחתה של אתונו…….. יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו ……. לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא שנאמר אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה (בראשית רבה, צ"ג, י')
נ.ב. די מעשה איז קיינמאל נישט געשהען אויף אונזער עולם השפל, אבער איז א גוטע משל פון א טיפע בושה געפיל וואס א נברא קען נישט שטיין דערקעגן און פון דארט קען מען מאכן דעם "על אחת כמה וכמה".
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

:lol: :lol: :lol: :lol:
גוט געשריבן
די בישות גייט זיין פאר א "יעדע" עבירה וואס א איד טוט..
לעצט פארראכטן דורך לפנות בוקר אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 3:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לפנות בוקר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- געוואלדיג-שרעקעדיג גוט ארויסברענגדע משל!
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 3:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- געוואלדיג
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

;l;p-
כ׳האב דעם אטעם פארפעלט, יוש איז דעס שרעקעדיג,
The Divided States Of America
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

יש בו האט געשריבן:;l;p-
כ׳האב דעם אטעם פארפעלט, יוש איז דעס שרעקעדיג,

און דו זיצסט נאך ווי א קאץ ביים לעפטאפ... פאק עס אוועק!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש בו האט געשריבן:;l;p-
כ׳האב דעם אטעם פארפעלט, יוש איז דעס שרעקעדיג,

קוק נישט, וועסטו נישט דעם אטעם פארפעלן...
-----------
האקט...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

און ווען לייבוש קומט ארויס און זעהט דארט זיין טאטע און זיידע מיט זיינע קינדער און אייניקלעך שטייען און קוקען.

און נישט פארגעסן דאס איז נישט נאר מיט שמוץ, יעדע עבירה וועט דאס זיין,

שכויעך חסד שבמלכות פאר די התעוררות
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פעיק נוז האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:;l;p-
כ׳האב דעם אטעם פארפעלט, יוש איז דעס שרעקעדיג,

קוק נישט, וועסטו נישט דעם אטעם פארפעלן...
-----------
האקט...

איך בין ביזי טייפן
The Divided States Of America
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:;l;p-
כ׳האב דעם אטעם פארפעלט, יוש איז דעס שרעקעדיג,

און דו זיצסט נאך ווי א קאץ ביים לעפטאפ... פאק עס אוועק!

;l;p-
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מ'שמועסט אז גוגל, גייט אין הונדערט יאר ארום ארויס געבן יעדעם איינעם'ס סיערטש היסטארי...
אוי ה'עט זיין בושות, בעלמא הדין ....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

זייער שטארק
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

אביונה האט געשריבן:מ'שמועסט אז גוגל, גייט אין הונדערט יאר ארום ארויס געבן יעדעם איינעם'ס סיערטש היסטארי...
אוי ה'עט זיין בושות, בעלמא הדין ....

קוקט נישט וועסטו זיך נישט זיך דארפן שעמען
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אביונה האט געשריבן:מ'שמועסט אז גוגל, גייט אין הונדערט יאר ארום ארויס געבן יעדעם איינעם'ס סיערטש היסטארי...
אוי ה'עט זיין בושות, בעלמא הדין ....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=40003
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

שכח פארן עס אהער ברענגען
אביונה האט געשריבן:מ'שמועסט אז גוגל, גייט אין הונדערט יאר ארום ארויס געבן יעדעם איינעם'ס סיערטש היסטארי...
אוי ה'עט זיין בושות, בעלמא הדין ....

מען האט עס אפגעשטיפט מיט 10 יאר?
viewtopic.php?f=21&t=40003
פרובירט
מקהלת הד''א
אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

איך ווייס פון עטליכע עפיזאדן וואס האבן געהאט אזא אדער כמעט ענליכע ענדע, סוף גנב לתלי'ה, המחלל שם שמים בסתר נפרעין ממנו בגלוי, מען מיינט אז מען ברויך ווארטן אויף יענע וועלט צו אויפדעקן די מעשים אשר לא יעשו, און מען ברויך נישט ווארטן אויף גוגל זאל עס ארויסגעבן, ווען א מענטש איז געשלאגן דערמיט, וואו מער ער ליגט דערין אלץ העכער ווערן די טשאנסן אז מען גייט אים דערווישן איינמאל, צומאל איז עס א חבר, א מיטארבייטער, א בעל הבית, אדער זיין אייגענע ווייב, און די בושות איז עד שמי מרום, מען קען זיך דעמאלטס אינגאנצן נישט מוחל זיין אויף די פאר נערישע שוואכע מינוט'ן, החכם עיניו בראשו, הייב נישט אן ווייל עס ענדיגט זיך נישט גוט.

אלץ א זייטיגע נאטיץ, אויב האסטו שוין ליידער אנגעהויבן און קענסט נישט סטאפן, זאלסטו וויסן עס איז דא הילף, אסאך מענטשן האבן זיך שוין ארויסדערזעהן פון דעם פלאנטער, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער, אז נישט קענסטו אויסזעהן ווי לייבוש.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

wow שרעקעדיג

2 הערות

דער מענעדזשער איז אביסל slow... נאך אזא מעשה שיקט ער אים צוריק צו די ארבעט..

צווייטנס דער משמש איז א באנדיט, א קאמפיוטער אן א פילטער ?...
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

ס'כאפט א ציטער...

נישטא ווער ס'זאל לאכן פון לייבוש... מ'שטיי מיר אלע אין די רייע... מען גייט עפענען די ביכער פארן פובליק....

רבותי טוט תשובה ווילאנג מען קען!!!!
כאפטס אריין איידער דער גרויסער סקרין ווערט ארויסגעהאנגען פארן פאבליק!!!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מורא'דיגע משל. נוקב ויורד.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

צווייפעל האט געשריבן:wow שרעקעדיג

2 הערות

דער מענעדזשער איז אביסל slow... נאך אזא מעשה שיקט ער אים צוריק צו די ארבעט..

צווייטנס דער משמש איז א באנדיט, א קאמפיוטער אן א פילטער ?...

און אז פון דעמאלטס איז לייבוש געווארן אן ערליכער איד, איז גארנישט?
The Divided States Of America
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

צווייפעל האט געשריבן:wow שרעקעדיג

2 הערות

דער מענעדזשער איז אביסל slow... נאך אזא מעשה שיקט ער אים צוריק צו די ארבעט..

צווייטנס דער משמש איז א באנדיט, א קאמפיוטער אן א פילטער ?...

און דריטנ'ס: חסד שבמלכות איז הארצלאז פאר'ן מיך אזוי אנציען.
ווערטלעך אין א זייט, ס'איז א שטארקע מוסר השכל.
איך מיין אז "חסד שבמלכות" וועט זיך אנזאמלען אסאך זכותים פון די התעוררות וואס ער האט געשאפן פאר אסאך בתוכינו.
שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

יש בו האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:wow שרעקעדיג

2 הערות

דער מענעדזשער איז אביסל slow... נאך אזא מעשה שיקט ער אים צוריק צו די ארבעט..

צווייטנס דער משמש איז א באנדיט, א קאמפיוטער אן א פילטער ?...

און אז פון דעמאלטס איז לייבוש געווארן אן ערליכער איד, איז גארנישט?


אפשר איז ער אינעם גדר פון כל העובר עבירה ומתבייש וכו' אבער ווער זאגט אז ער איז געווארן ערליך
אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

;l;p-
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

יש בו האט געשריבן:און אז פון דעמאלטס איז לייבוש געווארן אן ערליכער איד, איז גארנישט?

איז לאמיר דיר עפעס מסביר זיין אויב איז לייביש א אדיקט קוקט ער אויס אזוי ווי ס'שטייט דא ווייטער
פראביר נאכאמאל האט געשריבן:אבער ס'פעלט א קליינע שורה אין די מעשה, נאך וואס לייבוש איז דורך די ביזיונות, האט ער נאך יענע נאכט געטראפן א צווייטע לעפטאפ אין נאכאמאל געוואטשט שמוץ, אין זעכער געמאכט אז די מאל איז עס נישט קענעקטעט צו קיין שום אנדערע קאמפיוטער.

איך האב אלעמאל געהאלטן אז אויב איינער וועט מיר כאפן רויט האנטיק, אדער איך וועל באקומען עפעס א שארפע מעסעטש פין באשעפער, דעמאלץ וועל איך עכט אויפהערן.
ס'הייבט זיך נישט אן... אין בין קראנק אין איך קען נישט אויפהערן ווי שטארק איך וויל, איך דארף גיין צו מיין דאקטער וואס זיין מעדעצין רופט זיך די 12 סטעפס
פרובירט
מקהלת הד''א
אוועטאר
עליען
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליען »

חסד שבמלכות האט געשריבן:[
לייביש הייסט ער, א וואוילער יונגערמאן, נישט קיין ל"ו צדיק אבער אויך נישט קיין פויער, ווי ס'הייסט: עוורידזש.
צוויי יאר איז ער געזעסן אין כולל, ווען האלב פון די צייט האט ער געדרימלט אויף די שו"ע און די צווייטע האלב איז ער געשטאנען ביים סינק אפצואוואשן די צייכן וואס די דרימל האט איבערגעלאזט אויף זיין שטערן. עוורידזש.

.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”