DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איך וואלט געוואלט דא ארומרעדען פון די נושא פון DNA, און די גרוסע נפלאות הבורא וואס ליגט אינטער דעם, אבער כדי צו רעדן פון די נושא פעלט זיך אויס אן הקדמה.

הקדמה - אטאמען, מאליקיולס און ענזיימס

ווי באקענט איז יעדער זאך און די וועלט צוזאם געשטלעט פון אטאמען, באמת איז דאס א ריזיגער נושא און נפלאות הבורא עצומה בפני עצמה, אבער איך וויל נאר רעדען דא וואס איז אונז נוגע, עס איז דא 118 סארט אטאמען אויף די וועלט (די אטאם פאר זיך איז צוזאם געשטעלט פון 4 זאכן, עלעקטראנס, פראטאנס, ניוטראנס און א מעגניטישע פעלד וואס האלט צוזאם די אנדערע 3 זאכן).

חוץ פון די 118 אטאמען, קען מען צוזאמשטעלען אנדערע זאכן פון די 118 אטאמען, דהיינו אז עס ווערט א מאליקיול, וואס ענטהאלט אין זיך מער פון איין אטאם און אזוי ארום ווערט א גאנץ נייער באשעפיניש. למשל וואסער, וואס ווי באקענט ווערט אויך אנגערופען H2O און די סיבה פארוואס עס הייסט אזוי איז ווייל די וואסער מאליקיול, איז צוזאם געשטעלט פון 2 Hydrogen אטאמען, און איין Oxygen אטאם. וואסער, כאטש וואס ער באשטייט פון אקסידזשין און היידרידזשין, איז ער גאר אנדערש פון סיי היידרידזשין און סיי אקסידזשין, עס איז א גאנצער נייער באשעפיניעש.

קליינער שינוים אין די מאליקיול קענען צומאל מאכן ריזיגע חילוקים, למשל זאלץ איז צוזאם געשטעלט פון 1 סאדיום אטאם און 1 קאלירין אטאם. Bleach איז צוזאמגעשטעלט פון 1 סאדיום, 1 קאלירין, און 1 אקסידזשין אטאם. די איינציגסטע חילוק איז אז בליטש האט אקסידזשין (וואס אונז אטעמען און איז בכלל נישט שעדליך) אין זיך, משא"כ זאלץ האט דאס נישט, און כמעט וואס די צוויי האבן נישט קיין שום שייכות.

אין א מאליקיול האלטן זיך די אטאמען צוזאמען מיט עפעס וואס ווערט גערופען א covalent bond. (די קאוועלנט באנד איז אויך א נפלאות הבורא פאר זיך). יעדער אטאם האט א מאקסימום מספר וויפיל אזעלעכע באנדס ער קען מאכן און א מינימוים וויפיל ער וויל מאכן. צוויי אטאמען קען זיין געבינדען איינער צום אנדערען מיט איין אדער צוויי באנדס, דאס הייסט למשל דער קארבען אטעם מאכט מאקיסומים 4 באנדס, יעצט לאמיר זאגן אז א קארבען אטעם וועט זיך וועלען צובינדען צו אנדערע קארבען אטאמען, קען ער זיך אדער צובינדען צו יעדען אטאם 1 מאל (און אזא פאל וועט ער זיך קענען צובינדען צו 4 אנדערע קארבען אטאמען, ווייל ער האט דאך 4 אוועליביל באנדס, און ער ניצט נאר איינס פאר יעדעם אטעם), אדער קען ער זיך צובינדען מיט יעדען אטעם 2 מאל (און אזא פאל וועט ער נאר זיך קענען צובינדען צו 2 קארבען אטאמען, ווייל ער נוצט אויס 2 פון זיינע באנדס פאר יעדער איינער) אדער קען ער מאכן א מיקס (3 אטאמען פאר 1 אטאם 2 באנדס, און פאר 2 אטאמען 1 באנד)

אין א מאליקיול קען זיין א ריזיגע נפק"מ נישט בלויז פון וואס ס'איז צוזאמגעשטעלט (ווי די נפק"מ פון בליטש און זאלץ), נאר אפילו ווי די באנדס זענען צווישען די אטאמען, לדוגמא Table sugar, איז צוזאם געשטעלט פון 6 קארבען אטאמען, 12 היידריזשין אטאמען און 6 אקסידזשין אטאמען, Dietary fiber איז אויך צוזאמגעשטעלט פון די 24 אטאמען אבער די באנדס צווישען די אטאמען זענען אין אנדערע פלעצער , דער קליינער שינוי, פון ווי די באנדס זענען פלאצירט געווארען, איז גורם א ריזיגע נפק"מ אין די געזונטקייט פון די מאליקיול. צוקער דארף מען זען צו עסען ווי וויינגער און איז גורם א טוץ פון מחלות אנגעפאנגען פון diabetes, משא"כ פייבער איז גאר געזונט און מען דארף זען צו עסען וואס מער דערפון.

ענזיימס זענען ספעצילע סארט מאליקיולס, וואס האבן אין זיך די כח צו צוברעכן און\אדער שאפען נייע קאוועלנט באנדס אין אנדערע (די ערשטע מאל מען האט ענטעדקט אן ענזיים איז געוועהן ווען מען האט ענדעקט די ענזיים וואס yeast פראדיצירט, און פארדעם הייסט עס ענזיים ווייל אין לייטיניש מיינט דאס "אין יעיסט") די יעיסט ענזיים צוברעכט די קאוועלנט באנדס פון צוקער און מאכט דערפון אלקאהאל און קארבען דייעקסיד (אלקאהאל באשטייט פון 2 קארבען 1 אקסידזשין און 6 היידרידזשין, קארבען דייאקסיד באשטייט פון 1 קארבען און 2 אקסידזשין, אז מען רעכענט עס צוזאם קומט עס אויס 3 קארבען 3 אקסידזשין און 6 היידרידזשין, דאס איז פונקט העלפט פון וואס צוקער האט, קומט אויס אז יעדער צוקער מאליקיול ווערט צוטיילט צו צוויי אלקעהאל מאליקיולס און צוויי קארבען דייעקסיד מאליקיולס) איי פארוואס האט חלה נישט קיין אלקאהאל? איז די תי' אז עס האט טאקע א פיציקעלע אלקעהאל אין זיך, די זעלבע מאס וואס קומט פון לאזען וויין לייגען א שעה צוויי , און רוב פון די פיציקעלע ווערט אויסגעבאקען בשעת'ן באקן

קומט אויס אז ענזיימס האבן אין זיך די כח פון טוישען זאכן צו גאר אנדערע זאכן, ווי געזען פון די צוקער וואס ווערט אלקאהאל און קארבען דייאקסייד, און דאס בלויז דורך אויפקניפען און צוקניפען קאוועלנט באנדס, מען קען פון ענזיימס אויך רעדען שעות ארוכות און מען קען זיך אין דעם אליין מתבונן זיין אין די נפלאות הבורא נאר פון דעם אליין אבער דא האב איך נאר אנגערירט מיט'ן שפיץ גאפל וואס פעלט זיך אויס פאר DNA. ע"כ הקדמה, האפענטליך בקרוב צו צענדיגען מיט א סעריע פון ארטיקלען אויף DNA זעלבסט.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

איך בין געפלעפט!! איך רעד שוין נישט פון די ידיעות, וואס איז עפעס געוואלדיג. אבער די שפראך, די הסברה, איז ממש צום באוואונדערן. הערליך הערליך. כ׳האף וועסט אנהאלטן. יישר כח.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער רייך און גוט געשריבן. אזא קאמפלעצירטע זאך אראפצולייגן מיט אזא פשטות דארף מען קענען
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פדף קען אסאך צו געבן
ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיין און קלאר
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

Wow זייער גוט און קלאר געשריבן. איך זוך איינעם מיט וועם צו מאכן חזרת השיעור. איך מיין ס'איז וויכטיג, ספעציעל אויב פלאנט איר צו קומען צום נעקסטן שיעור.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הערליך קלאהר אראפ געלייגט, פון די יסודות ארויף! זאל זיין מיט הצלחה!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

הערליך! איך קוק ארויס בכליון עינים פאר די סעריע.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

גלייכגילטיג האט געשריבן:הערליך! איך קוק ארויס בכליון עינים פאר די סעריע.
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

מייסטערהאפטיג שיין! איר האט די ענזיימ'ס און DNA פון א געלונגענער מגי"ש!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

DNA WKSH.pdf
(106.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 310 מאל
שמו האט געשריבן:פדף קען אסאך צו געבן
ייש"כ

DNA WKSH.pdf
(106.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 310 מאל
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער זייער אינטערעסאנט! ישר כח גדול! איך האב 3 מאל איבערגעליינט ביז איך האב אלעס פארשטאנען זייער א אינטערעסאנטע נושא, קיפ איט קאמאינג!
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

די פראטיען ענזייימס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

מאליקיועלס קענען זיך צוזאמשטעלען צו פארמירען גרעסערע מאליקיועלס, דורך מאכן קאוועלנט באנדס צווישען צוויי אדער מער מאליקיועלס, און אזוי ארום ווערען איין גרויס מאליקיועל.

ווי אויך קענען זיך צוזאמשטעלן מאליקיועלס פון די זעלבע סארט איינעם צום אנדערען מיט קאוועלנט באנדס, און אזוי פארמירען א גרעסערע מאליקיועל, מען קען טראכטען דערפון ווי א קייט, וואס יעדער רינגעלע פאר זיך איז א זאך פאר זיך, און אלע רינגעלעך זענען די זעלבע, אבער צוזאמען ווערען זיי א קייט. למשל carbohydrates זענען מאליקיועלס וואס זענען א קייט פון צוקער מאליקיועלס וואס זענען געבינדען איינס צום צווייטען מיט א קאוועלנט באנד, דהיינו אז יעדער מאליקיועל (רינגעלע) פאר זיך ווערט אנגערופען צוקער, אבער ווען זיי שטעלען זיך צוזאם איינס צום צווייטען מיט א קאוועלנט באנד אין א קייט, ווערט די קייט גערופען carbohydrate.

נישט אלע מאליקיועלס גלייכען זיך צו פאראייניגען מיט אנדערע מאליקיועלס פון די זעלבן סארט, און די מאליקיועלס וועלען טאקע נישט פארמירען א קייט נאר וועלען בלייבען באזונדער און זיך נישט אנקניפען איינער מיט די אנדערע. אבער די צוקער מאליקיועל (און אויך אנדערע) גלייכט יא זיך אנצוקנופען און מאכן א קאוועלנט באנד איינער מיטן אנדערען, און אזוי ארום פארמירען א קייט.

עס איז דא א קלאס פון מאליקיועלס וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי מאליקיועלס, איין מאליקיועל וואס גלייכט זיך צו פאראייניגען מיט אנדערע מאליקיועלס פון איהר סארט אין א קייט און איין מאליקיועל וואס גלייכט נישט זיך צו פאראייניגען א קייט, אין אזא פאל וואס וועט געשען איז אז די סוב-מאליקיועל וואס וויל פארמירען א קייט וועט פארמירען א קייט מיט די סוב-מאליקיועל פון די אנדערע מאליקיועל, אבער די סוב-מאליקיועל וואס גלייכט נישט זיך צו פאראייניגען אין א קייט וועט נישט זיין אין די קייט, נאר ער וועט זיך אראפ הענגען פון די קייט, מען קען זיך פארשטעלען אז עס קוקט אויס אזוי TTTTTTT ווי די אויבערשטע חלקים פון די T איז די מאליקיועל וואס וויל זיך פאראייניגען, און די אונטערשטע חלק איז די מאליקיועל וואס וויל זיך נישט פאראייניגען.

די סייענטיסטען האבן א נאמען געגעבן פאר די חלק וואס פארמירט די קייט די רוקנביין ווייל דאס פארמירעט די רוקנביין פון די ענדגילטיגע מאליקיועל, און פאר די חלק וואס בלייבט הענגען די זייטיגע קייט, ווייל דאס איז א קייט פון אטאמען וואס קומט ארויס פון די זייט פון די רוקן ביין.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער, וואס וועט זיין אויב עס וועלן זיין 2 מאליקיועלס, וואס יעדער איינער פון זיי וועט באשטיין פון א רוקנביין מאליקיועל און א זייטיגע קייט מאליקיועל, די רוקנביין מאליקיול וועט זיין די זעלבע, אבער די זייטיגע קייט מאליקיועל וועט זיין אנדערש, וועלען זיך די צוויי מאליקיועלס זיך קענען צוזאמשטעלן? די תי' איז אז יא, ווייל די רוקנביין איז די מכריע אויב 2 מאליקיועלס קענען זיך צוזאמשטעלן צו פארמירען א קייט, אין אזא פאל וועט די ענדגילטיגע מאליקיועל האבן א רוקנביין מיט צוויי זייטיגע קייטען וואס וועלען זיין אנדערש איינער פון צווייטען.

עס איז דא א גרופע פון מאליקיועלס וואס הייסען Amino acids. אמינא אסידס זענען מאליקיולעס וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון א רוקנביין און א זייטיגע קייט, אלע אמינא אסידס האבן די זעלבע רוקנביין, אבער האבן אנדערע זייטיגע קייטען. דער זייטיגע קייט פון איין אמינא אסיד צום צווייטען קען זיין כרחוק מזרח ממערב עס קען זיין נישט מער ווי איין אטאם גרויס ווי די אמינא אסיד וואס הייסט glycine, וואס איהר זייטיגע קייט באשטייט בלויז פון איין היידרידזשען אטעם ביז tryptophan וואס האט 18 אטאמען אין איהר זייטיגע קייט.

ווי דערמאנט אויבען היות אלע אמינא אסידס פארמאגען די זעלבע רוקנביין מאליקיועל, קענען זיי זיך צוזאמשטעלן צוזאמען אין א קייט, און דער קייט וועט האבן פארשידנארטיגע זייטיגע קייטען, אזא קייט פון אמינא אסידס, ווערט אנגערופען א פראטיען.

די פראטיען מאליקיועל איז בדרך כלל אן ענזיים, דהיינו אז עס קען אויפקניפען און צובינדען קאוועלענט באנדס, די וועג ווי אזוי די פראטיען ענזיימס ארבייטען, איז אז די זייטיגע קייטען ארבייטען צוזאמען צו קענען פועל'ן אויף פארשידע מאליקיועלס (וועלעכע מאליקיועלס, און וואס די פעולה איז, איז געוואנדען אין וועלעכע אמינא אסידס די פראטיען באשטייט), כדי אז די פראטיען זאל זיין אן ענזיים, מוזן זיך די אלע זייטיגע קייטען צוזאמהאלטען, און טאקע די רוקנביין פון די פראטיען איז פונקט גוט פאר דעם ארבייט.

בסה"כ זענען פארהאן 20 סארט אמינא אסידס וואס געפינען זיך אין פראטיען וואס די גוף פראדוצירט און ניצט פאר אונזער טאג טעגליכען לעבן. יעדער פון די איינער האט זיך זיין ספעצילע אויפגאבעס ווי און ווען עס קומט און באלאנגעט. צוליב די וויכטיגקייט פון די אמינא אסידס האבן די סייענטיסען נישט בלויז באשטימען א נאמען פאר יעדען אמינא אסיד, נאר זיי האבן אויך געמאכט פאר זיי א 3 בוכשטאבען סימן, און איין 1 בוכשטאב סימן. דא איז די ליסט פון אלע אמינא אסידס מיט די 2 סמינים וואס די סייענטיסיען האבן באשטמיט דערפאר

amino-acid-list.png
amino-acid-list.png (8.08 KiB) געזען 4500 מאל


נ.ב. איך בין בלויז א מענטש, און עס מעגליך איך זאל האבן געמאכט א טעות אדער צוויי (אדער מער), אויב איהר זעט אז איך האב געמאכט א טעות, ביטע מעורר זיין, אדער אין אישי אדער דא אין אשכול.

פארראכטען: נאכן ליינען די תגובה פון איצל פיצל, און דערנאך איבערליינען די תגובה, האב איך מחליט געווען איבערצושרייבען די תגובה, אז מען פארשטייט נישט די תגובה פון איצל פיצל און מיין תשובה אויף זיין תגובה איז עס ווייל ער באציעט זיך צו מיין ארגינעלע תגובה, איך האף אז יעצט איז די תגובה קלארער און גריגער צו פארשטייען, אי"ה אין די נעקסטע תגובה וועל איך אריינגיין אין די DNA מאליקיועל און איהר shape, אבער בנוגע די קאוד וואס איך האב געשריבען אין די אריגנעלע תגובה פעלט נאך אויס אפאר הקדמות.

איך וויל מיך טאקע באדאנקען פאר איצל פיצל פארן אויפמערקזאם מאכן אז איך בין געגאנגען צו שנעל און אזוי ארום האב איך געוויסט צוריק צו גיין און פאררעכטען דער תגובה.
אטעטשמענטס
dna-codon-list.png
dna-codon-list.png (7.35 KiB) געזען 4500 מאל
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

זיי נישט ברוגז. אבער פון נאכן ערשטן טשארט אינעם צווייטן ארטיקל, דאס הייסט ווען די הייבסט אן מסביר זיין DNA, בעסער געזאגט פון די פאראגראף וואס הייבט זיך אן ״כהיום״ פארשטיי איך גאר שווער. ביטע זיי עס מסביר אזוי שיין און דיטעילט ווי דו האסט מסביר געווען ביז אהין. לאז זיך אראפ אינגאנצן צו אונז אומוויסנדע מענטשן.
ווי למשל. קודם, וואס איז דאס א גאנצע DNA? -וואס דו שרייבסט אז יעדע מענטש האט צוויי קאפיעס דערפון אין יעדע צעל- א יעדע DNA איז צאמגעשטעלט פון 4 אנדערע מינים? אדער יעדע DNA איז 1 מין?

סא פון וואס איז דא צוויי קאפיעס אין יעדע צעל?

לויט ווי איך געדענק איז א DNA אין די פארום פון א געדרייטע לייטער/קייט. איז ווען די זאגסט אז זיי האבן 4 מיני זייטיגע קייטן, מיינט עס אז אין איין לייטער/קייט איז דא פארשידענע אנדערע טרעפ/רינגעלעך? אדער אז יעדע לייטער/קייט האט זיך זיין ספעציפישע מיני זייטיגע טרעפ/רינגעלעך?
(ביי די ענזיימס האב איך פארשטאנען אז יעדע קייט/רוקנביין האט זיך זיין מיני זייטיגע קייט, און נישט אז עס איז אויסגעמישט אויף איין רוקנביין צוואנציג מיני זייטיגע אטאמען.)

וואס הייסט ער קוקט וואס זענען די נעקסטע דריי DNA? נעקסט פון וועם פון ווי?

איז ביטע זיי קלארער מסביר.

יישר כח גדול נאכאמאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איצל פיצל האט געשריבן:זיי נישט ברוגז. אבער פון נאכן ערשטן טשארט אינעם צווייטן ארטיקל, דאס הייסט ווען די הייבסט אן מסביר זיין DNA, בעסער געזאגט פון די פאראגראף וואס הייבט זיך אן ״כהיום״ פארשטיי איך גאר שווער. ביטע זיי עס מסביר אזוי שיין און דיטעילט ווי דו האסט מסביר געווען ביז אהין. לאז זיך אראפ אינגאנצן צו אונז אומוויסנדע מענטשן.
ווי למשל. קודם, וואס איז דאס א גאנצע DNA? -וואס דו שרייבסט אז יעדע מענטש האט צוויי קאפיעס דערפון אין יעדע צעל- א יעדע DNA איז צאמגעשטעלט פון 4 אנדערע מינים? אדער יעדע DNA איז 1 מין?

סא פון וואס איז דא צוויי קאפיעס אין יעדע צעל?

לויט ווי איך געדענק איז א DNA אין די פארום פון א געדרייטע לייטער/קייט. איז ווען די זאגסט אז זיי האבן 4 מיני זייטיגע קייטן, מיינט עס אז אין איין לייטער/קייט איז דא פארשידענע אנדערע טרעפ/רינגעלעך? אדער אז יעדע לייטער/קייט האט זיך זיין ספעציפישע מיני זייטיגע טרעפ/רינגעלעך?
(ביי די ענזיימס האב איך פארשטאנען אז יעדע קייט/רוקנביין האט זיך זיין מיני זייטיגע קייט, און נישט אז עס איז אויסגעמישט אויף איין רוקנביין צוואנציג מיני זייטיגע אטאמען.)

וואס הייסט ער קוקט וואס זענען די נעקסטע דריי DNA? נעקסט פון וועם פון ווי?

איז ביטע זיי קלארער מסביר.

יישר כח גדול נאכאמאל.


איר זענט גערעכט, עס האט זיך מיך פארצויגען די שרייבען די פריערדיגע תגובה און איך בין געווארען פארנעכליסיגט ביים שרייבן דעם צווייטען העלפט פון די תגובה, ווי אויסגעפירט אויבען וועל איך אי"ה אין די נעקסטע תגובה קלארער ארויסברענגערן DNA. איך ווייס נישט ווען עס וועט אויסקומען אז איך וועל האבן צייט צו שרייבען נאכאמאל, ווייל נעקסטע זונטאג איז ערב ר"ה אבער אי"ה וועל איך פרובירן ערגעץ אין מיטען פון דער וואך אבער איך קען נישט צוזאגען.

איין קשיא וואס איך וועל יא פארענטפערן איז אז DNA איז אזוי ווי פראטיען אז יעדער רוקנביין האט בלויז איין זייטיגע קייט, אבער די זייטיגע קייט איז איינס פון 4 סארטען, אנשטאט ווי ביי די פראטיען, וואס די זייטיגע קייט קען זען פון 1 פון 20 סארטן
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איידער מען גייט ווייטער וואלט געווען כדאי צו מאכן א קורצע חזרה אויף וואס מען האט געשריבען

  • אלעס איז צוזאם געשטעלט פון אטעמען
  • אטאמען באשטייען פון עלעקטראנס ניוטראנס און פראטאנס
  • מאליקיועלס זענען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וואס זענען געבינדען איינעם צום צווייטן מיט קאוועלענט באנדס
  • מאליקיועלס קענען זיך צוזאמצושטעלען צו מאכן גרעסערע מאליקיועלס
  • געוויסע מאליקיועלס גלייכן זיך צוזאמצושטעלען מיט אנדערע פון דער זעלבער סארט מאליקיועל און אזוי פארמירען א קייט (א שטייגער ווי צוקער און קארבאהיידריטס)
  • געוויסע מאליקיועלס זענען צוזאמענגעשטעלט פון א מאליקיועל וואס גלייכט צו פארמירען א קייט און א מאליקיועל וואס גלייכט נישט צו פארמירן א קייט
  • אין אזא פאל ווערט די חלק וואס גלייכט צו פארמירען א קייט אנגערופן די רוקן ביין און דער אנדערער חלק הייסט א זייטיגע קייט, אין אזא פאל ווערט פארמירעט א קייט מיט זייטיגע שטיקלעך וואס הענגען אראפ פון די קייט
  • די חלק וואס פארמירעט א קייט ווערט אנגערופן די רוקן ביין און דער אנדערער חלק הייסט די זייטיגע קייט
  • עס איז דא גרופעס פון מאליקיועלס וואס האבן די זעלבע רוקן ביין אבער פארשידענארטיגע זייטיגע קייטען
  • איין אזא גרופע הייסט אמינא אסידס, עס איז דא 20 סארטן אמינא אסידס.
  • א קייט פון אמינא אסידס הייסט א פראטעין. די פראטיענס זענען בדרך כלל ענזיימס

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

די סטרוקטור פון DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

עס איז געקומען די צייט צו רעדן פון DNA און פון וואס זי איז צוזאמענגעשטעלט, די ר"ת פון DNA איז deoxyribo nucleic acid. מיר וועלן פרובירן מסביר זיין יעדער פון די ווערטער באזונדער.

deoxyribo דאס אליין איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי ווערטער deoxy און ribo, מיר וועלן קודם מסביר זיין וואס דאס איז ribo אדער אין איהר פילן פארמאט, ribose.

יעדער מאל א ווארט ענדיגט זיך ose איז די באדייט אז דאס איז א סארט צוקער. און טאקע רייבאוס איז א סארט צוקער, אבער רייבאוס איז אנדערש פון די צוקערען וואס זענען אונדז באקענט, ווי למשל fructose, sucrose, glucose און lactose, ווייל זיי זענען זעקסער צוקערען משא"כ רייבאוס איז א פיניווער צוקער

וואס מיינט א פיניווער אדער א זעקסער צוקער? ווי דערמאנט איובען באשטייט געווענליכע צוקער פון 12 היידירדזשין, 6 אקסידזשין און 6 קארבען אטאמען, אז מען וועט זיך דורכטראכטן, וועט מען זען אז דאס איז 6 פארן פון וואס יעדער פאר באשטייט פון 2 היידירדזשין 1 אקסידזשין און 1 קארבען אטאם, איבערדעם הייסט עס א זעקסער צוקער, ווייל ער האט 6 פארן

רייבאוס פון די אנדערע זייט באשטייט פון בלויז 5 פארן, און איהר פולען צוזאמשטעל איז 10 היידירדזשין 5 אקסידזשין און 5 קארבען אטאמען. און איבערדעם הייסט עס א פיניווער צוקער.

די טייטש פון deoxy איז אז עס פעלט אקסידזשין, דהיינו אז די רייבאוס וואס ליגט אין DNA איז נישט קיין געהעריקע רייבאוס וואס ענטהאלט אין זיך 5 אקסידזשין, נאר ער איז א deoxy ribose, א רייבאוס וואס פעלט איין אקסידזשין, און האט בלויז 4 אקסידזשין אטאמען אין זיך.

nucleaic acids זענען א שם הכולל פאר 4 סארטן מאליקיועלס, זיי הייסן adenine, guanine, cytosine און thymine, אדער A, G, C, T אין קורצן, יעדער DNA מאליקיועל האט איינער פון די 4 nucleaic acids.

איך האף אז דער עולם כאפט שוין וואס דא גייט פאר, ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט, איז צוקער פון די מאליקיועלס וואס גלייכן צו פארמירען א קייט, און דא האבן מיר א מאליקיועל וואס באשטייט פון א צוקער און פארשידענע אנדערע מאליקיועלס.

יא! DNA באשטייט פון א רוקן ביין געמאכט פון צוקער, און זייטיגע קייטען וואס הייסן נוקלעיק אסידס.

איין מינוט, איך האב דאך געזאגט אז אזעלכע מאליקיועלס קוקן אויס אזוי TTTTTTTTTTT און מיר ווייסן אז DNA קוקט אויס ווי א געדרייטע לייטער? בשלמא געדרייט קען זיין אז די רוקן ביין איז געדרייט, אבער פון ווי קומט די צווייטע זייט פון די לייטער? המשך יבא.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

געוואלדיג!
זקן מלא רחמים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעצט אנגעקומען, וואקושע! דו ביזט נעקסט לעוועל גוט, די הסברה און קלארקייט צולייגט אויף טעלערלעך איז דאך נישט נארמאל!
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

Waukesha האט געשריבן:איידער מען גייט ווייטער וואלט געווען כדאי צו מאכן א קורצע חזרה אויף וואס מען האט געשריבען

  • אלעס איז צוזאם געשטעלט פון אטעמען
  • אטאמען באשטייען פון עלעקטראנס ניוטראנס און פראטאנס
  • מאליקיועלס זענען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וואס זענען געבינדען איינעם צום צווייטן מיט קאוועלענט באנדס
  • מאליקיועלס קענען זיך צוזאמצושטעלען צו מאכן גרעסערע מאליקיועלס
  • געוויסע מאליקיועלס גלייכן זיך צוזאמצושטעלען מיט אנדערע פון דער זעלבער סארט מאליקיועל און אזוי פארמירען א קייט (א שטייגער ווי צוקער און קארבאהיידריטס)
  • געוויסע מאליקיועלס זענען צוזאמענגעשטעלט פון א מאליקיועל וואס גלייכט צו פארמירען א קייט און א מאליקיועל וואס גלייכט נישט צו פארמירן א קייט
  • אין אזא פאל ווערט די חלק וואס גלייכט צו פארמירען א קייט אנגערופן די רוקן ביין און דער אנדערער חלק הייסט א זייטיגע קייט, אין אזא פאל ווערט פארמירעט א קייט מיט זייטיגע שטיקלעך וואס הענגען אראפ פון די קייט
  • די חלק וואס פארמירעט א קייט ווערט אנגערופן די רוקן ביין און דער אנדערער חלק הייסט די זייטיגע קייט
  • עס איז דא גרופעס פון מאליקיועלס וואס האבן די זעלבע רוקן ביין אבער פארשידענארטיגע זייטיגע קייטען
  • איין אזא גרופע הייסט אמינא אסידס, עס איז דא 20 סארטן אמינא אסידס.
  • א קייט פון אמינא אסידס הייסט א פראטעין. די פראטיענס זענען בדרך כלל ענזיימס


שכויעך פארן מאכן א שנעלע סיכום. קוים וואס איך האב צייט צו לייענען איין מאל, ווער רעדט נאך פון נאכאמאל איבערלייענען אלטע תגובות.

איך וויל נישט ציטירן יעדע תגובה עקסטער, וועל איך שוין דא קמענטען אויף די DNA תגובה.
הערליך שיין מסביר געווען מיט אזא קלארקייט. מיר אנערקענען און באדאנקען זיך פארן אראפ-ציפען פון דיין טייערע צייט צו מהנה זיין די עולם!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נאו נעים האט געשריבן:הערליך שיין מסביר געווען מיט אזא קלארקייט. מיר אנערקענען און באדאנקען זיך פארן אראפ-ציפען פון דיין טייערע צייט צו מהנה זיין די עולם!
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Hydrogen Bonds

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ווי אויסגעשמועסט באשטייט יעדער אטאם פון עלעקטראנס פראטאנס און ניוטראנס, אבער וויפיל פון יעדער איינער באשטייט זי פון? דאס ווענדט זיך יעדער סארט אטאם באזונדער, אבער איין זאך וואס מען זעט בדרך כלל ביי אלע אטאמען, איז אז די צאל עלעקטראנס און די צאל פראטאנס זענען די זעלבע, דהיינו אז אויב אן אטאם האט 1 עלעקטראן וועט ער אויך האבן 1 פראטאן, אויב האט ער 2 עלעקטראנס, וועט ער האבן 2 פראטאנס אא"ו.

א חלק פון די עלעקטראנס פון יעדער אטאם וועט ער זיין גרייט צו share. עס איז דא אבער א פראבלעם אז אויב ער וועט שעירען זיינע עלעקטראנס, וועט אים נישט איבערבלייבן די גאנצע כח פון די עלעקטראן צו ארבייטן קעגן זיינע פראטאנס.

וואס געשעט אבער ווען צוויי אטאמען קומען זיך צוזאם אין יעדער האט אן עלעקטראן וואס ער איז גרייט צו שעירען? דעמאלסט קען יעדער פון זיי שעירען זייער עלעקטראן איינער מיטן אנדערן.

ווען צוויי אטאמען טוהן שעירען זייערע עלעקטראנס איינער מיטן צווייטן הייסט דאס א... קאוועלענט באנד! דהיינו אז ווען מיר זאגען אז מאליקיועלס האלטן זיך צוזאמען דורך קאוועלענט באנדס, מיינען מיר צו זאגן אז אטאמען אין א מאליקיועל האלטן זיך צוזאם דורך שעירען עלעקטראנס.

ווי אויבן געשריבען, איז דא א limit וויפיל קאוועלענט באנדס א יעדער סארט אטאם קען מאכן, די פשט פון דער לימיט איז וויפיל עלעקטראנס איז די אטאם גרייט צו שעירען.

קוק די צוויי אטאמען טיילן זיך אזוי שיין מיט זייערע עלעקטראנס, איין מינוט, וואס גייט דא פאר? די צוויי אטאמען זענען בכלל נישט צופרידן! יעדער איינער וויל באקומען ביידע עלעקטראנס! עס פאנגט זיך אן א tug of War צווישן די צוויי אטאמען, וואס וועט דא געשען?

עס קענען געשען 1 פון 2 זאכן 1. די אטאמען זענען בערך די זעלבע שטארק, אין אזא פאל בלייבן די עלקטראנס אינדערמיט, און יעדער פון די צוויי אטאמען באנוצען זיך די זעלבע מיט די עלעקטראנס. 2. איינער פון די צוויי אטאמען זענען שטערקער ווי די אנדערע, און וועט שלעפען די עלעקטראנס נענטער צו זיך אין אזא פאל וועלען די עלעקטראנס האבן א גרעסערע השפעה אויף די שטערקער אטאם.

לדוגמא, ווען ביידע אטאמען זענען די זעלבע סארט (אדער אנדערע סארט נאר די זעלבע שטארק) וועלען די עלעקטראנס משפיע זיין אויף יעדער אטאם 50% פון זייער כח, יעדער אטאם באקומעט 50% פון 2 עלעקטראנס, יעדער פון זיי האט געגעבען איינס, ושלום על ישראל.

אויב אבער איינער פון די צוויי אטאמען איז שטערקער, לאמיר זאגן אז די שטארקע אטאם באקומעט 75% פון די עלעקטראנס, וועט די שטארקע אטאם באקומען די 75% פון די השפעה פון ביידע עלעקטראנס, דהיינו אז ער וועט האבן די השפעה פון 1.5 עלעקטראנס, כאטש וואס ער האט נאר אוועקגעבען איין עלעקטראן, פון די אנדערע זייט וועט די שוואכע בלויז האבן די השפעה פון 25% פון די 2 עלעקטראנס דהיינו 0.5 עלעקטראנס, כאטש אפילו ער האט אוועקגעגעבן א גאנצע עלעקטראן.

דער אימבאלנס פון פראטאנס און עלעקטראנס אין אזעלכע סארט קאוועלנט באנדס איז גורם אז די מאליקיועל זאל באקומען א כח כעין א מאגנעט (עס איז נישט קיין מאגנעט נאר זיין כח איז כעין א מאגנעט) דהיינו אז ער וועט צוען צו זיך אנדערע מאליקיועלס וואס זענען אומבאלינציערט, די זייט וואס האט מער עלעקטראנס( די נעגאטיווע זייט ) וועט צוען די זייט וואס האט ווייניגער עלעקטראנס (פאזיטיוו ) זייט. אזא אומבאליצערטע באנד הייסט א polar Bond.

וועלעכע אטאמען זענען די שטארקע און וועלעכע די שוואכע? די אמת איז אז יעדער פון די 118 סארטען אטאמען האט זיך זיין שטארקייט ( electro-negitivity) , אבער דא וועל איך בלויז רעדען פון 3 אטאמען, היידרידזעין און קארבען זענען בערך די זעלבע שטארק, אבער אקסידזשין איז שטערקער פון זיי.

לדוגמא, וואסער איז צוזאמענגעשטעלט פון היידרידזשין און אקסידזשין, ווי געשמועסט, איז אקסידזשין שטערקער פון היידרידזשין, דאס באדייט אז די באנדס פון די וואסער מאליקיועל זענען אומבאלינצערטע אדער polar bonds. פון די אנדערע זייט באשטייט אויל פון מערסטנס קארבען און היידרידזשין, ווי געשמועסט זענען קארבען און היידרידזשין בערך די זעלבע שטארק, דאס מיינט אז אירע באנדס זענען יא באלינציערט (non-polar).

ווי געשמועסט וועלען פאלער באנדס זיך פירן כעין מאגנעטן און זיך ציען איינעם צום צווייטען, וועגען דעם אז מען פרובירט מישען וואסער און אויל, גייט דאס נישט, ווייל די וואסער מאליקיועלס צוען זיך איינעם צום צווייטען כעין מאגנעטן, ווייל זיי באשטייען פון פאלער באנדס, משא"כ די אויל מאליקיועלס ווערען אוועק געשטופט ווייל זיי באשטייען פון נאן-פאלער באנדס.

לכבוד דעם האבן פאלער באנדס און נאן פאלער באנדס נאך א נאמען, פאלער באנדס זענען hydro-phillic טייטש גלייכן וואסער. נאן פאלער באנדס הייסען hydro-phobic טייטש ציטערן פון וואסער.

ווען צוויי מאליקיועלס האלטן זיך צוזאם איינער צום צווייטן דורך דער כעין מעגניטשע כח, הייסט דאס אן hydrogen bond.

א גרעסערע מאליקיועל קען האבן אין זיך מערערע פאלער באנדס, ווען ער וועט זיך אויפזוכן א צווייטער מאליקיועל זיך צוקלעבען מיט א היידרידזשין באנד, וועט ער זיך אויפזוכן א צווייטער מאליקיועל ווי ער וועט קענען מאכן די מערסטע היידירדזשין באנדס, דהיינו אז די פאלער באנדס פון די אנדערע מאליקיועל, זאלן זיין אין די ריכטיגע פלאץ קעגן איבער זיינע פאלאר באנדס.

למשל אז א מאליקיועל איז גרויס 10 אטאמען, און ער האט פאזיטיווע פאלער באנדס ביי אטאם 4 און אטאם 7, וועט ער זיך אויף זוכען א מאליקיועל וואס האט נעגעטיווע פאלער באנדס ביי אטאם 4 און אטאם 7. און זיך צוטשעפען צו איהם ביי אטאם 4 און אטאם 7. אויב אבער האט די צווייטע נעגעטיווע פאלער באנדס בלויז ביי אטאם 4 און 6, וועט ער זיך ענדערש אויפזוכן א צווייטען מאליקיועל מיט וועם צו מאכן א היידרידזשין באנד. מען קען טראכטן דערפון אזוי ווי א puzzle ווי די שטיקלעך מוזן פיטען איינער מיטן צווייטן.

ווי אויבן געשמועסט האט DNA פיר סארט זייטיגע קייטען A C G T, די פיר זייטיגע קייטען האבן אין זיך אפאר פאלער באנדס, און דארפן זיך אויפזוכן א מאליקיועל מיט וועם זיי קענען שטימען, צו מזל וועלען זיי נישט מוזן זוכן לאנג, ווייל יעדער פון די 4 האט א שותף מיט א צווייטען פון די 4, פאר A איז די פאסיגע שותף T, און פאר C איז די פאסיגע שותף G, וכן להיפך אז פאר G איז די שותף C, און A איז פונקט גוט פאר T.

ווי געשמועסט איז DNA צוזאמגעשטעלט פון א רוקנביין און זייטיגע קייטען, DNA איז אויך געבינדען -דורך די רוקנביין- איינעם צום צווייטען, אז מען וויל שרייבען וויאזוי א קייט פון DNA מאליקיועלס קוקט אויס, וועט מען געווענליך נישט שרייבען די רוקנביין, ווייל דאס איז ביי יעדעם גלייך. אנשטאט וועט מען בלויז שרייבען די זייטיגע קייטען. למשל, אז איך האב א קייט פון DNA, די ערשטע זייטיגע קייט איז A די A איז דורך איר רוקנביין באהאפטען צו א רוקנביין פון א G, וועט מען שרייבען אז די קייט פאנגט זיך אן AG.

DNA קומט געווענליך אין פארען פון צוויי (double-stranded) , זה לקבל זה, דהיינו אז מען וועט געווענליך נישט טרעפען איין DNA מאליקיועל אליינס, נאר מען וועט טרעפען 2 צוזאמען, די צוויי מאליקיועלס וועלען נישט זיין סתם צוויי DNA מאליקיועלס, נאר זיי וועלען האבן א ספעציפשיען אויסשטעל, וואס איז די אויסשטעל? ווי פריער געשמועסט האט יעדער פון די 4 זייטיגע קייטען, א שותף מיט וועם ער גלייכט צו מאכן היידרידזשין באנדס, די 2 מאליקיועלס וועלען זיין DNA מאליקיועלס, וואס יעדער איינער פון די זייטיגע קייטען פון איינס וועט זיין די שותף פון די זייטיגע קייט פון די צווייטען, דהיינו אז די ערשטע זייטיגע קייט פון די ערשטע DNA מאליקיועל, וועט זיין די שותף פון די ערשטע זייטיגע קייט פון די צווייטען מאליקיועל. און די צווייטע זייטיגע קייט וועט זיין די שותף פון די צווייטע אא"ו. למשל אז די ערשטע DNA מאליקיועל וועט זיין ACTAGATC וועט די צווייטע זיין TGATCTAG. אזוי ארום וועט יעדעס איינציגע זייטיגע קייט פון איין מאליקיועל מאכן היידרידזשין באנדס מיטן צווייטען.

יעצט איז שוין קלאר פארוואס DNA קוקט אויס ווי א געדרייטע לייטער און נישט ווי TTTTTTT ווייל באמת איז דא צוויי DNA מאליקיועלס, וואס יעדער פאר זוך קוקט טאקע אויס TTTT אבער צוזאמען קוקט עס אויס ווי א לייטער (ווי געשריבען כלאחר יד אין מיין לעצטע תגובה איז די רוקן ביין פון DNA געדרייט, קומט אויס אז איינס קוקט נישט באמת אויס ווי TTTT נאר מען דארף זיך פארשטעלן אז דאס איז געדרייט) די צוויי רוקנביינער זענען די צוויי זייטען פון די לייטער, און די טרעפ, זענען באמת צוויי האלבע טרעפ, ווי פון יעדען רוקנביין קומט ארויס א האלבער טרעפ, די צוויי האלבער טרעפ האלטען זיך צוזאמען דורך היידרידזשין באנדס, און פארדעם קוקן זיי אויס ווי איין שטיק.

נ.ב. די תגובה איז אביסל מער קאמפליצערט, אויב עס פעלט אויס מער בירור ביטע מעורר זיין. ייש"כ. אזוי אויך אז מען האט קשיות זאל מען פרעגען. איך וועל אי"ה פרובירען צו פארענטפערען.
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום מיטוואך אקטאבער 02, 2019 4:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איך האף בקרוב אי"ה צו שרייבען נאך א חזרה תגובה
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח! זייער באלערנד.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

קודם א ריזיגן יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבייט.
פארשטיי איך שוין ווייטער נישט.
האסט אויבן געענפערט אז א יעדע DNA האט א ריקן ביין פון צוקער און א זייטיגע קייט וואס הענגט ארויס דערפון, און די זייטיגע קייט באשטייט פון איינס פון פיר מינים. אדער איז עס א A אדער א C אדער א T אדער א G. (איך וועל אנריפן די זייטיגע קייט ״טרעפ״.) און עס איז נישט דא אין איין לייטער פארשידענע מיני טרעפ.

אבער צום סוף פון דיין לעצטע תגובה פארשטייט מען אז עס איז יא א געמיש פון פארשידענע מיני טרעפ און איין DNA
דו שרייבסט ״למשל אז די ערשטע DNA מאליקיועל וועט זיין ACTAGATC
פון די ווערטער איז משמע אז עס איז דא א קאלירפול DNA

אויך שרייבסטו אז יעדע DNA קאנעקט זיך צו זיין חבר דורך די ריקן ביין. און באריכות בוסטו שפעטער מסביר אז עס קאנעקט זיך איין האלבע טרעפ מיט די צווייטע האלבע טרעפ, און די צוויי ריקן ביינער זענען ווי די צוויי זייטן פונעם לייטער.

ביטע זיי עס בעסער מסביר. יישר כח נאכאמאל. מורא׳דיג שיין און באלערנד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”