בלאט 8 פון 8

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:11 pm
דורך טישטוך
מצלמה האט געשריבן:זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.

זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳

איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳

יא. מ׳פארגינט אים נישט.

יעדער איינער עקסטער פארגינט דעם עושר מיט זיין גאנצע הארץ, קיינעם האט נישט געבאדערט אז ער וויל טאנצן די שיינע הקפה און עולה זיין די שיינע עלי' וכדומה, נאר ווען דער עושר קומט און טיילט איין וויפיל געלט מען זאל צאלן שכר לימוד, דא הייבט מען אן צו טייטלען מיט די פינגער, ווייל ער האט געלט און ער קען זיך עס אפארדן דארף איך נישט בלוטיגן צו שטיין אויף זיין זטאנדארט פונקט ווי איך קויף נישט מפטיר יונה.

יעדער קוקט פון זיינע ברילן, דעריבער זעט נישט דער עושר קיין פראבלעם אין הייבן רענט און שכר לימוד, (און אפשר דעריבער קלערסטו אז איינער דא איז מקנא דעם עושר) טראצדעם וואס אויב ווילסטו רעדן איבער קאפיטאליזם, קאמוזנים, און סאצעאליזם, וויאזוי עס בעדארף זיך צו פירן ביי כלל ישראל דאן עפן ביטע א אשכול פאר די נושא ואשתדל לענותך.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:14 pm
דורך צייט שטיפער
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פאר חינוך לכל הדיעות.

מהיכי תיתי די הנחה?
ממילא אויף יונגלעך פארשטיי איך אפשר, אבער מיידלעך?! ווער עס האט א מיידל אין קעמפ קען אליין מעיד זיין צו מ'ווערט דארטן מחונך אדער להיפך...

אוודאי ווערט מען מחונך אין א מיידל קעמפ!

ווענד זיך נאר מיט וואס,
גיין שלאפן 2:00, אויפשטיין 1:00, בלאזן שופר של משיח תשעה באב ביי חצות, מאכן א גאנצע סידי מיט ניגונים יעדע יאר, גיין אויף טריפ'ס און צוזאמברענגען אלע ערליי קעמפ'ס וואס ווען די עלטערן וואלטן זיך ווען צוזאמגענומען וואלט שוין משיח דא געווען, מיט וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווערן מחונך?
שיעור נישט פארגעסן, גיין מיט קליידער וואס האבן די נייע לאגא פון יאר, ציפי רייזי מאלי און רויזי, ע"ט א זומער צום געדענקען! ווער רעדט נאך פון שיעור י"א'ס טי-שירט'ס, און די וואטער באטל'ס און קאלטע בעג'ס ארויפגעדריקט א בילד ווי מיידלעך כאפן זיך אן און טאנצן, אוי, בושה תכסה.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:20 pm
דורך אונגארישע הייזער
צייט שטיפער האט געשריבן:

אגרי 100%
געהערט פון א איד וואס שיקט אין קעמפ, אז די גאנצע חינוך און אחריות וואס ער לייגט אריין אין זיינע טעכטער אגאנץ יאר גייט 'צוגרינד' אין קעמפ, און עס איז מובן מאליו...
אגב, דער איד שיקט אין די היימישסטע קעמפ, און ער איז א ערנסטער באזעסענער מענטש, נישט איינער וואס זוכט זיך סתם אפצורעדן

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:24 pm
דורך התבונני
איך ווייס פון מוסדות וואס די גאנצע הנהלה זענען פשוט'ע פארדינער - און די גאנצע בודזשעט ווערט געפירט פונקט ווי אלע אנדערע מוסדות
25% עלטערן צאלן בכלל נישט קיין שכר לימוד - 25% עשירים צאלן דאפעלט ווי די איבריגע 50 % וואס צאלט געווענדליכע שכ"ל
און מען האנדלט מיט יעדן טאטן אויף א נארמאלן אופן (און מען רעכנט זיך מיט א מענטש וואס איז אן עני און לעבט אויף אויף א נארמאלן סטאנדארט)

און יא ! איך האב נאך אלץ א גאנצע ליסט וואס זיי קענען שפארן געלט -
א חבר מיינער האט אן אנדערע ליסט וואס מען קען שפארן / א דריטער האט האלב פון מיינע און האלב פון א צווייטנס וכו' וכו'
ס'האט בכלל נישט צו טוהן די נושא מיט עשירים / עניים - נאר מיט "שכל" און צווישן יעדע צוויי מענטשן און דא דריי מיינונגען

געווענליך האט א גרויס % עלטערן נאך אסאך ווי צו שפארן און אין דעם איז פונקט אזוי דא פארשידענע מיינונגען אפילו ביי עניים
(לדוגמא: דיימענט CZ VS)

בדרך אגב: ס'זענען דא אויך אסאך עשירים (קלוגע פונקט ווי נישט) - וואס שלאגן זיך אויף יעדן העכערונג - און קריטיקירן יעדן עקסטערע $ פון די בודזשעט

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:34 pm
דורך דונש
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אגרי 100%
געהערט פון א איד וואס שיקט אין קעמפ, אז די גאנצע חינוך און אחריות וואס ער לייגט אריין אין זיינע טעכטער אגאנץ יאר גייט 'צוגרינד' אין קעמפ, און עס איז מובן מאליו...
אגב, דער איד שיקט אין די היימישסטע קעמפ, און ער איז א ערנסטער באזעסענער מענטש, נישט איינער וואס זוכט זיך סתם אפצורעדן

צוגרינד ממש? סיריעס?
ער זאל ריקאנסידרען צו די חינוך וואס ער לייגט אריין איז טאקע גענוג דויערהאפטיג, אדער אפשר ברויך ער אנצונעמען נייע מהלכים...........

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 3:51 pm
דורך סארקאזי
טישטוך האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.

זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳

איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳

יא. מ׳פארגינט אים נישט.

יעדער איינער עקסטער פארגינט דעם עושר מיט זיין גאנצע הארץ, קיינעם האט נישט געבאדערט אז ער וויל טאנצן די שיינע הקפה און עולה זיין די שיינע עלי' וכדומה, נאר ווען דער עושר קומט און טיילט איין וויפיל געלט מען זאל צאלן שכר לימוד, דא הייבט מען אן צו טייטלען מיט די פינגער, ווייל ער האט געלט און ער קען זיך עס אפארדן דארף איך נישט בלוטיגן צו שטיין אויף זיין זטאנדארט פונקט ווי איך קויף נישט מפטיר יונה.

יעדער קוקט פון זיינע ברילן, דעריבער זעט נישט דער עושר קיין פראבלעם אין הייבן רענט און שכר לימוד, (און אפשר דעריבער קלערסטו אז איינער דא איז מקנא דעם עושר) טראצדעם וואס אויב ווילסטו רעדן איבער קאפיטאליזם, קאמוזנים, און סאצעאליזם, וויאזוי עס בעדארף זיך צו פירן ביי כלל ישראל דאן עפן ביטע א אשכול פאר די נושא ואשתדל לענותך.

אפשר גייסטו טאקע פתיחה אויף דעם נושא. איך וועל זיך אויך משתתף זיין מיט אן עלי.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:21 pm
דורך רצון טוב
דונש האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אגרי 100%
געהערט פון א איד וואס שיקט אין קעמפ, אז די גאנצע חינוך און אחריות וואס ער לייגט אריין אין זיינע טעכטער אגאנץ יאר גייט 'צוגרינד' אין קעמפ, און עס איז מובן מאליו...
אגב, דער איד שיקט אין די היימישסטע קעמפ, און ער איז א ערנסטער באזעסענער מענטש, נישט איינער וואס זוכט זיך סתם אפצורעדן

צוגרינד ממש? סיריעס?
ער זאל ריקאנסידרען צו די חינוך וואס ער לייגט אריין איז טאקע גענוג דויערהאפטיג, אדער אפשר ברויך ער אנצונעמען נייע מהלכים...........

צייט שטיפער האט רעכט
אסאך מחנכים זענען אזוי מעיד
וגם אני בחלומי

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:27 pm
דורך אונגארישע הייזער
רצון טוב האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אגרי 100%
געהערט פון א איד וואס שיקט אין קעמפ, אז די גאנצע חינוך און אחריות וואס ער לייגט אריין אין זיינע טעכטער אגאנץ יאר גייט 'צוגרינד' אין קעמפ, און עס איז מובן מאליו...
אגב, דער איד שיקט אין די היימישסטע קעמפ, און ער איז א ערנסטער באזעסענער מענטש, נישט איינער וואס זוכט זיך סתם אפצורעדן

צוגרינד ממש? סיריעס?
ער זאל ריקאנסידרען צו די חינוך וואס ער לייגט אריין איז טאקע גענוג דויערהאפטיג, אדער אפשר ברויך ער אנצונעמען נייע מהלכים...........

צייט שטיפער האט רעכט
אסאך מחנכים זענען אזוי מעיד
וגם אני בחלומי

מוחה נמרצות!
צייט שטופער נעמט קרעדיט אויף מיינע תגובות...
:oops: :oops: :oops:
דונש מישט די יוצרות...

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:39 pm
דורך רצון טוב

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 7:17 pm
דורך ריטשמאנדער איד
פארווייטאגט האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פאר חינוך לכל הדיעות. עשירים זענען דאס נישט קובע בכלל.

איהר ווייסט וואס נאך איז וויכטיג לכל הדעות? וואס קיין איין מוסד כמעט האט נישט? הייב אן ביי קלענערע כיתות און גרעסערע שפיל פלעצער וכו'.

אבער אז עס איז נישטא ווער עס זאל באצאלן, טוט מען גארנישט דערוועגען.

די זעלבע זאך מיט אונזער הייליגער קעמפ, אז עלטערן קענען נישט באצאלן, זאל עס זיין ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין, מ'טאר נישט גנב'נן.

איך בין מודה צו אייך. איהר זענט גערעכט, אויב קען מען דאס נישט עפארדן איז עס אסור

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 7:41 pm
דורך שטארק זיך
שפיגליצקי האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:כ'בין נישטא צו פאמפן קיין עשירים אבער געווענטליך איז אן עושר א מענטש מיט היבש א קלארערע דעת און פארשטאנד אווי די המון עם. מיט אן עושר קען מען זיך אדורך שמועסן ענינים וואס סתם מענטשן וועלן דיר נישט וויסן וואס דו ווילסט בכלל אדער וועלן זיי האבן נגיעות וואס דער עושר האט נישט. דער עושר האט זיך זיינע נגיעות אבער אנדערע וואס שטערט נישט עפ"י רוב ווען מ'רעדט זיך אדורך מיט אים און ער קען זיך מער באהערשן דערמיט.

איך בין נישטא זיך צו קריגן מיט דיר, אבער נאכן מאכן א ליסטע פון אלע עשירים אין מיין קהלה זעה איך אז ס'נישטא פון זיי קיין דריי קלוגע, ניין, נישט יעדער איז ממש א שוטה משוטה, אבער ווייט ווייט פון קלוג.

How about די ארימעלייט ביי אייך אין די קהילה?
רבותים, זיידע אברהם, יצחק ויעקב זענען געווען עשירים
ביי די שרי עשרות, מאות ואלפים איז עשירות געווען א חלק פון די קוואליפיצירנדע קריטעריאן.

כמה וכמה גדולי ישראל אנגעהויבן פון די תנאים און אראפ זענען געווען ערענסטע עשירים.

סאו האב נישט מורא צו מאכן געלט, די שכל העטיר נישט ארויספליען פון קאפ.
האמנם, היט זיך פון שגעון גדלות, עס קען מאכן אויסקוקן ווי א פערד