א פארצווייפלטער רוף

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג יולי 05, 2019 8:04 pm

nmi האט געשריבן:פארעכט שנעל דאס קעפל אנשטאטס "שמן" קומט "זמני"

וויאזוי טוט מען עס
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש יולי 06, 2019 10:13 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:פארעכט שנעל דאס קעפל אנשטאטס "שמן" קומט "זמני"

וויאזוי טוט מען עס

א גוטע וואך. העכער די תגובה איז דא א עדיטער באטן ס'איז אזא באקסל אינסייד איז דא א פעדער
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

א זיסע מעשה פאסירט

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מוצ"ש יולי 06, 2019 11:40 pm

בס"ד
דעם שבת האט טאהש מיטגעלעבט א זעלטענע שיינע שמחה,
מעשה שהי' כך הי'
א איד מאכט חתונה אין ארץ ישראל דעם דינסטאג פ' חקת און ער האט באשטעלט טיקעטס פאר די משפחה צו פארען דאנערשטאג מיטאג דארך מאנטריאל - ווייל עס איז אויסגעקומען פיל ביליגער -
דאנערשטאג גאנץ פארטאג לאזט ער זיך ארויס מיט א ווען פון מאנסי מיט די משפחה מיט אלע פעקלעך און ויסעו, למעשה האט זיך עס פארשלעפט משום איזה סיבות און ער האט פארפאסט דעם פליגער,
האט ער קונה שביתה געוועהן אין טאהש און עס איז געוועהן א באווארפען לעילא ולעילא,
בע"ה זינטאג מיטאג פארט ער צו די חתונה,
איי איז געוועהן א שיינע שמחה
און דער בורא עולם זאל העלפען אז מען זאל אייביג מקיים זיין פרייליכע מצות,
דרך אגב - איך מאך אי"ה אויך חתונה די קומענדע וואך אין ירושלים עיה"ק א כלה א יתומה אייניקל פון הייליגען רבי ר' מיילעך און קדושת לוי ועוד,
עס פעלט מיר נאך א 20,000 $ איך זוך שותפים,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג יולי 07, 2019 9:42 am

אויב איהר קענט העלפן
אנא!
טייערע ברודער העלפט מיין מוטער און מיינע שוועסטערברידער זאלן האבן וואס צו עסן און טרינקען.[/quote]

בס"ד
פאר אלע ידידים פון איי וועלט
איך האב באקומען דעם בריוו פון די מאמען, און עס ליגט אונטער דעם א גאר אינטרעסאנטע געשיכטע, עכ"פ די מעשה איז אמת ויציב ונכון, און ליידער איז עס ערגער פון וואס מען זיך קען נאר פארשטעלען,
איך קלער פון מאכען א מעטשינג, וויפיל דער עולם וועט געבען וועל איך בע"ה מעטשען, מען קען געבען דירעקט פאר איש ירושלים אויף זיין ניק, מיט קרעדיט קארדס, טשעק, אויב האט איר קעש וועט מען עס אפנעמען בע"ה, אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען מאכען א עקסטערן קאמפיין דערפאר אויפ'ן טעלעפאן בע"ה,

שלום וברכה!
כבוד הרב ניימאנן שליט"א!
מיינע קינדער האבן געשיקט פאר מיר מיין בריוו.
ניק איש ירושלים
איך בין א בכבודיגע פיינע משפחה א שטוב מיט 15 קינדער כ"י.
מיר זענען אין זייער א שווערער מצב פון געלד.
איך טראג אליין דער עול פון פרנסה בגלל סיבות מצערות מיין מאן שפירט זיך ליידער נישט גוט ל"ע שוין לאנגע יארען,
מיין טאג איז נישט טאג און מיין נאכט איז נישט נאכט.
ער בריינגט שוין יארן נישט פרנסה.
איך מאך אליין חתונה די קינדער ווען איך גיי אריין אין חובות נאך און נאך.
בחסדי השם האבן מיר חתונה געמאכט 5 קינדער בלי עין הרע מיינע זיהן זרע ברך השם תלמידי חכמים און בנות צנועות וחסודות. נאר פאראיארן בין איך געפארן א שטיק צייט אוועק פון שטוב קיין אמריקה ווייל איך האב חתונה געמאכט 2 קינדער אין לעצטן אלול. איך האב זיך געפלאגט און קוים גיבריינגט עפעס.
מיין געשיכטע איז לאנג און ביטער אבער איך וועל ארויסבריינגען דער עיקר-
פון פאר א 7 יאר בערך האט מיין מאן אויפגעהערט בכלל בריינגען געלד פון יאוש וכו.. און אלס איז געפאלן אויף מיר.
פרנסה
חינוך הנהלת הבית.
איך בין ארויסגעגאנגען ארבעטן פיזיש שווער בריינגען געלד און מיט דעם אלעס אריין חודש בחודשו אין נאך און נאך חובות פאר דעם מינימלישן לעבן און אוודאי פון די חתונות .אין האב געהאט פראבלעמען מיטן בנק עקב צקים וואס האבן צוריק גיגאנגען אין מען האט מיר גיוואלט צונעמען די דירה פון הוצאה לפועל האבן עסקנים מיר גיהייסן גיך עס פארקויפן פאר א קליין פרייז איידער מען וועט עס צונעמען האב איך עס פארקויפט.
איך קען נישט קויפן א אנדער דירה ווייל עס קאסט אסאך געלד, יעדן חודש מוטשע איך זיך פון וואו בריינגען געלד אויף רענט דער בעל הבית הדירה וויל מיר ווארפן אין גאס.
איך האב נישט אויף ברויט פשוטו כמשמעו..ווען מען זאגט מיר אז היינט אין יאר תשע"ט הונגערן קינדער וואלט איך נישט געגלויבט ווען נישט איך לעב עס מיט טאג טעגליך .
מיין ארבעט שכר גייט צו חובות, איך האב א זון און טאכטער וואס דארפן א שידוך אבער ווי קען איך דען הערען אויב איך האב קיין געלד נישט אויף ברויט.
די עסקנים דא האבן אזוי פיל ארימעלייט אז בקושי זיי העלפן.
און איך פיל לעצטנס אז מיין הארץ איז שוואך פון צער עגמת נפש און דאגה.
וואס איהר קענט העלפן וועט זיין א הצלה.
יעצט ויל מען פארמאכן מיין גז לעקטער וייל איך האב נישט צו צאלן.
אנא ! וואס איהר קענט
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

איש ירושלים
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:29 pm

א גרויסן יישר כח פאר הרב טוביה מאיר ניימאנן!!!

תגובהדורך איש ירושלים » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:10 pm

ב"ה

מיר פרייען זיך צו באדאנקען דעם חשובן עסקן און טוהער פארן כלל וואס האט אונז געשאפט היינט א שיינע סומע געלט!!!!!

די מוטער מיט איהרע הויז געזינד האבן זיך שטארק געפרייט מיט די גרויסע נתינה........!

דער אויבערטער זאל העלפן ער זאל זוכה זיין צו האבן אלע גוטס געזונט פרנסה נחת און מ'זאל שוין זוכה זיין צו זעהן משיח צדקנו במהרה בימינו אמן סלה!!!


אויף די פרטים פון די מקרה גייט אריין דא

אויף צו תורם זיין פאר דעם דאזיקן הייליקן צוועק דורך א העברה בנקאית - בנק פאגי 52 סניף 185 ירושלים חשבון 670502 אויף דעם נאמען אשר

דורך אשראי גיי אריין דא


דער אויבערטער זאל העלפן אז מיר אלע אידן זאל האבן שטענדיק געזונט פרנסה און נחת און מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן בבניין בית המקדש אין גיכן
א פריילאכן חודש!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווערע שטופער און 17 געסט