אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט.

נוסח ר'יואל ראטה בערך 17.000 $ אדער ביליגער
164
39%
נוסח ר' אליעזר קרויס בערך 20.000 $
89
21%
נוסח סאטמאר מהר''א נייע תקנות בערך 30.000 $
79
19%
נוסח באבוב 45 בערך 44.000 $
15
4%
בערך 50,000 $
32
8%
בערך 60 70 טויזנט דאלאר
12
3%
מער
34
8%
 
סך הכל שטימען: 425

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

צו געזונט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען

ווי למשל ? געב א משל פון א זאל
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען

ווי למשל ? געב א משל פון א זאל

הלוואי איז דא אדרבה אויב איינער קען קימען מיט איידיעס פון לאנש רום כוללום בתי מדרשים אדג
עס ווערט ציזאמגעשטעלט פאר הכנסת כלה פאר נוי יארק אידנטום איבער 50 מיליאן דאלאר מעגליך 100 מיליאן א יאר בערך דערווייל
סא אז עס קימט א נדבן און איז מנדב 1 מיליאן צי מאכן מענטשליך א זאל פאר פרי אריינגעבויטע ספיקער סיסטעם מיט א איזי קאנטראלט djסיסטעם מען וועט נישט דארפן האבן קיין איינגעשטעלטע חוץ 1 מענידידשער בתנאי אז מען ספענדט נישט מער ווי 22.000$ 1זייט וועט עס שפארן איבער 4 צי 7 מיליאן דאלאר יעדע יאר נאר די איינע זאל נאך 5 יאר, 20 צו 35 מיליאן יעדע אזא זאל
אויב א דריטל נוי יארק חתונות גייען אזוי זיין במשך די קימענדיגע 20 יאר. 150.000 קינדער( אזויפיל קינדער איז דא אינטער די חתונה )א דריטל איז 50,000 * 30,000 $ =
איין ביליאן 500 מיליאן דאלאר געשפארט און די קימעדיגע 20 יאר אויב א דריטל חתונות שניידן 30 טויזנט דאלאר
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

בבל האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז בבל האלט אין איין עפענען אשכולות אין אנקעטעס?

פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..

איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.

לכבוד הרב '' אין שטעטל'' ני''ו
די אנקעטע'ס בנוגע חתונה קריזיס וואס איך האב געעפנט ס' 'ה 2 דערווייל( מען קען עס זעהן אויף מיין אינטערשריפט ). איז ווייל איך האף אז עס גייט עפעס אויפטוען, אז נישט דא יעצט קענען עס עסקנים און קהילות נוצן זעהן די דעת הקהל, פאר איך האב געעפנט די אנקעטע האב איך געשריבן אין די פאריגע אשכול וואספארא אנקעטע איך פלאן צו מאכן און געפרעגט די עולם וואס מען זאגט דערצי. אדרבה זאג צי עס מאכט סענץ די קימעדיגע אנקעטע און די נוסח וואס איך טראכט צי מאכן, איך וועל מיך רעכענען מיט ענקעקע מיינונגען
איך האב געשריבן מיין פלאן פריער אויף די בלאט
viewtopic.php?p=1927193#p1927193

די עקסעל שיט איז מיך אנגעקומען שווער צי מאכן איך האב עס געמאכט נאר לטובת ה ציבור. האלטטס אז עס איז נארמאל וויאזוי עס איז יעצט 80 90 % ברעכן אינטער פיינענשל נאר ווייל מען דארף נאכגיין די הויכע סטענדארט
הצלה רבה. בבל

איך שטעל מיך פעסט אויף בבל'ס זייט!
ייש"כ בבל, גיי אן ווייטער!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

אן קיין פער פרעשור? וואלט איך חתונה געמאכט זומער אין גארטן פון מיין באנגעלאו. גענוג פלאץ פאר יעדעם, איך וואלט אליין געקאכט די פיש און געבאקן די בילקעס, אליין געשפילט מיט מיין קלארינעטל, אוי ווי שיין וואלט דאס געווען... וואס קען מען טון. #פעיר פרעשור
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

עושר וכבוד האט געשריבן:אן קיין פער פרעשור? וואלט איך חתונה געמאכט זומער אין גארטן פון מיין באנגעלאו. גענוג פלאץ פאר יעדעם, איך וואלט אליין געקאכט די פיש און געבאקן די בילקעס, אליין געשפילט מיט מיין קלארינעטל, אוי ווי שיין וואלט דאס געווען... וואס קען מען טון. #פעיר פרעשור

שוין צייט צוריק צו גיין צום אלטן אמאל

זאל יעדע חסידות, אין די שטיבלעך, צושטעלן א מעמד קבלת פנים אין שטיבל, און א מעמד החופה אין פארנט פון שטיבל, (פארשטייט זיך נישט 8:00 ביינאכט נאר פריער)
אום 7:00 קען זיך די נאנטע משפחה וואשן צו א סעודה (אדער אין שטיבל, אדער אין א בר מצוה זאל), מיט לייכטע רואיגע מוזיק אין בעגראונ"ד פון א MP3, דערנאך וועט דער עולם חברים קומען ארום 9:30 נאכן בענטשן, צום טאנצן, (אין די זייט קען זיין צוגעשטעלט קוגעל מיט מזונות), און מ'וועט טאנצן מיט מוזיק פון א MP3, צו אפילו א ביליגער שפילער, אן א זינגער (אז איינער וויל קען זיין מיט א זינגער).
אום 11:30 קען מען שוין אנהייבן מצוה טאנץ אן א גראמער, נאר 'יעמוד יעמוד', אדער איינער מבני המשפחה זאל אויסרופן מיט עטוואס חרוזים, און 1:00 קען מען האלטן אחר ככלות הכל, אפי' מיט 6 זיידעס.

ליידער, אבער 'קען מען' נישט אזוי חתונה מאכן, ווייל 'קיינער טוט נישט אזוי',

אבער מ'מעג שוין
בר מצוה מאכן שוין גענוג צוריק ביי זיך אינדערהיים, נאר פאר א פאר נאנטע, און ס'איז א מחיה, אפשר קען מען שוין טוישן די חתונה אויך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

לעכטל האט געשריבן:אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.

יחדיו קמפיין גייט דיר נישט טוישן עס גייט טוישן אפשר די סטענדערט סיז צייט די זאלסטעך טוישן.....
אויב יחדיו קמפיין ווען אויפטוען אויף געוויסע סטענדערטס וועט ביז אפאר יאר די סטענדערט צוריק ארויפגיין דוירך די אג עשירים
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

קען מען עס נאך צוריק אויפלעבן?
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

ווענד זיך וויפיל געלט איך האב :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
"hate will never ever win"
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

נישטא אזא אפציע: לויט מיין באנק אקאונט
#בשיטה נישט
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

לעכטל האט געשריבן:
אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.
3 יאר דערויף!!
איינער געדעקט נאך אפילו וואס יחדיו האט גע'מיינט...?
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

תגובה דורך בלייב געזונט »

עלינו לשבח האט געשריבן:

כ'האב עס דעמאלטס געטענה'ט שוין, ווילאנג די פאקוס גייט זיין 'יחדיו' אז 'יעדער' טוישט סטאנדארט איז יעדע דאלאר פאר אסיפות מיט פראפאגאנדע געלייגט געלט אין מיסט.

איך, אויף די מצב וואס איך בין יעצט, האב נישט קיין שום פראבלעם צו חתונה מאכן ווי יואלי ראטה/לעיזער קרויס, אבער איך האלט נאכנישט דארט און איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר דעמאלטס, און איין הויפט פאקטאר, איך ווייס נישט ווער מיינע מחותנים וועלן זיין.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

עלינו לשבח האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.
3 יאר דערויף!!
איינער געדעקט נאך אפילו וואס יחדיו האט גע'מיינט...?
ישר כחפארן ארויפברענגן פון סעלער.

איך זעה אז א גרויסע פראצענט שטימען פאר ר יואל ראטה/לעזער קרויס.

איז פשט אז סאיז דא האפענונג
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

בלייב געזונט האט געשריבן:
עלינו לשבח האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.
3 יאר דערויף!!
איינער געדעקט נאך אפילו וואס יחדיו האט גע'מיינט...?
כ'האב עס דעמאלטס געטענה'ט שוין, ווילאנג די פאקוס גייט זיין 'יחדיו' אז 'יעדער' טוישט סטאנדארט איז יעדע דאלאר פאר אסיפות מיט פראפאגאנדע געלייגט געלט אין מיסט.

איך, אויף די מצב וואס איך בין יעצט, האב נישט קיין שום פראבלעם צו חתונה מאכן ווי יואלי ראטה/לעיזער קרויס, אבער איך האלט נאכנישט דארט און איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר דעמאלטס, און איין הויפט פאקטאר, איך ווייס נישט ווער מיינע מחותנים וועלן זיין.
צו ס'איז געווען ממש געלט אין מיסט איז א זאך וואס מ'וועט 'קיינמאל נישט' קענען אויפווייזן צו יא צו ניין. איינער וועט זאגן אז נישט קיין חילוק צו יחדיו לעבט נאך צו נישט. האט עס למעשה פיין דעליווערט די מעסיטזש אז מ'מעג חתונה מאכן ווי אזוי מ'וויל!!
משא''כ א צווייטער וועט זאגן פאנגט זיך נישט אן די גאנצע סענזאציע איז געגאנגען צוזאמען מיט די יחדיו לאגא!!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

בערגשטיין האט געשריבן:
עלינו לשבח האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אפשר וועט זיך זאכן טוישן מיט דעם נייעם 'יחדו ירננו'.
3 יאר דערויף!!
איינער געדעקט נאך אפילו וואס יחדיו האט גע'מיינט...?
ישר כחפארן ארויפברענגן פון סעלער.

איך זעה אז א גרויסע פראצענט שטימען פאר ר יואל ראטה/לעזער קרויס.

איז פשט אז סאיז דא האפענונג
האפענוג אז וואס??

קוק איבער די קעפעל "אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור"
איך האב נאכניש אנגעטראפן דעי פאל!!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

עלינו לשבח האט געשריבן:
צו ס'איז געווען ממש געלט אין מיסט איז א זאך וואס מ'וועט 'קיינמאל נישט' קענען אויפווייזן צו יא צו ניין. איינער וועט זאגן אז נישט קיין חילוק צו יחדיו לעבט נאך צו נישט. האט עס למעשה פיין דעליווערט די מעסיטזש אז מ'מעג חתונה מאכן ווי אזוי מ'וויל!!
משא''כ א צווייטער וועט זאגן פאנגט זיך נישט אן די גאנצע סענזאציע איז געגאנגען צוזאמען מיט די יחדיו לאגא!!
אויפווייזן פאר איינער וואס זיכט נישט די אמת טאקע נישט, אבער ווער טענה'ט אפילו אז עס האט געוויזן עפעס? עס האט 'געדארפט צו ווייזן' אז יעדער קען חתונה מאכן אויף די זעלבע ביליגע סטאנדארט, און זאג דו מיר וואס איז געבליבן..

צו עס איז געלט אין מיסט ווייס איך נישט, היות עס איז נישט קלאר ווער עס האט געפאנדעט דעם קאמפיין. (..)
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

Rak Tov האט געשריבן:
עלינו לשבח האט געשריבן:
צו ס'איז געווען ממש געלט אין מיסט איז א זאך וואס מ'וועט 'קיינמאל נישט' קענען אויפווייזן צו יא צו ניין. איינער וועט זאגן אז נישט קיין חילוק צו יחדיו לעבט נאך צו נישט. האט עס למעשה פיין דעליווערט די מעסיטזש אז מ'מעג חתונה מאכן ווי אזוי מ'וויל!!
משא''כ א צווייטער וועט זאגן פאנגט זיך נישט אן די גאנצע סענזאציע איז געגאנגען צוזאמען מיט די יחדיו לאגא!!
אויפווייזן פאר איינער וואס זיכט נישט די אמת טאקע נישט, אבער ווער טענה'ט אפילו אז עס האט געוויזן עפעס? עס האט 'געדארפט צו ווייזן' אז יעדער קען חתונה מאכן אויף די זעלבע ביליגע סטאנדארט, און זאג דו מיר וואס איז געבליבן..

צו עס איז געלט אין מיסט ווייס איך נישט, היות עס איז נישט קלאר ווער עס האט געפאנדעט דעם קאמפיין. (..)
@עלינו לשבח מישט לכאורה אויס די כח היחיד קאמפיין מיט יחדיו, אזוי קוקט מיר אויס.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

בלייב געזונט האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
עלינו לשבח האט געשריבן:
צו ס'איז געווען ממש געלט אין מיסט איז א זאך וואס מ'וועט 'קיינמאל נישט' קענען אויפווייזן צו יא צו ניין. איינער וועט זאגן אז נישט קיין חילוק צו יחדיו לעבט נאך צו נישט. האט עס למעשה פיין דעליווערט די מעסיטזש אז מ'מעג חתונה מאכן ווי אזוי מ'וויל!!
משא''כ א צווייטער וועט זאגן פאנגט זיך נישט אן די גאנצע סענזאציע איז געגאנגען צוזאמען מיט די יחדיו לאגא!!
אויפווייזן פאר איינער וואס זיכט נישט די אמת טאקע נישט, אבער ווער טענה'ט אפילו אז עס האט געוויזן עפעס? עס האט 'געדארפט צו ווייזן' אז יעדער קען חתונה מאכן אויף די זעלבע ביליגע סטאנדארט, און זאג דו מיר וואס איז געבליבן..

צו עס איז געלט אין מיסט ווייס איך נישט, היות עס איז נישט קלאר ווער עס האט געפאנדעט דעם קאמפיין. (..)
@עלינו לשבח מישט לכאורה אויס די כח היחיד קאמפיין מיט יחדיו, אזוי קוקט מיר אויס.
אופס גערעכט....
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך פארשטיי אז יחדיו האט געלייגט כח היחיד שלאפן
א געוואלדיגע עולה געווען, כח היחיד האט שוין געהאט עפעס פליגלען, אזוי מיין איך עכ"פ
אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס וועלט »

אז מלייגט שוין יואל ראטה פארוואס נישט לייגען סתם ספרדים ליטפישע. ירושלמי. ברסלב. גור
וויזוי פירט מען זיך אין קרייזן וואס פעיר פרעשור לעוועל איז אויף א געזונטע וועג
יואל ראטה סטייל איז נישט פאר קרייז!!!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

מסתמא פאר בערך די זעלבע פרייז ווי יעצט, אבער געלייגט די געלט אויף קליגערע פלעצער ווי סתם די זאכן וואס מ’מיז און ס’מאכט נישט קיין סענס
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

Haklal האט געשריבן:
איך פארשטיי אז יחדיו האט געלייגט כח היחיד שלאפן
א געוואלדיגע עולה געווען, כח היחיד האט שוין געהאט עפעס פליגלען, אזוי מיין איך עכ"פ
גא"מ

לויט די באוועגונג פון 'כח היחיד'.
אויב האלסטו אז כח היחיד איז די זאך דאן עפען עס צוריק אויף...

#כח היחיד
-----
ערענסט גערעדט פארוואס טאקע איז עס נישט קיינער צוריק מחדש?
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

עלינו לשבח האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
איך פארשטיי אז יחדיו האט געלייגט כח היחיד שלאפן
א געוואלדיגע עולה געווען, כח היחיד האט שוין געהאט עפעס פליגלען, אזוי מיין איך עכ"פ
גא"מ

לויט די באוועגונג פון 'כח היחיד'.
אויב האלסטו אז כח היחיד איז די זאך דאן עפען עס צוריק אויף...

#כח היחיד
-----
ערענסט גערעדט פארוואס טאקע איז עס נישט קיינער צוריק מחדש?
זעה איך אז מ'רעדט שוין דערפון דא.
viewtopic.php?f=152&t=59434&p=4054981#p4048254
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

אויס וועלט האט געשריבן:
אז מלייגט שוין יואל ראטה פארוואס נישט לייגען סתם ספרדים ליטפישע. ירושלמי. ברסלב. גור
וויזוי פירט מען זיך אין קרייזן וואס פעיר פרעשור לעוועל איז אויף א געזונטע וועג
יואל ראטה סטייל איז נישט פאר קרייז!!!
מיינסט ר' יואל?
ער איז א רב און האט גרויסע קהילות און מוסדות אונטער זיך, ביטע זיך רעכענען און כאטש שרייבן א ר' פארן נאמען אין א פאבליק פלאץ.
גראדע קומט ער אריין שטארק מיט א סטייל וואס קען כמעט ארבעטן פאר יעדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”