מיינע אבזערוואציעס..

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

יפה שאלת
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

און איך האב געטראכט, וואסי פשט אז אלס קינד געדענק איך אז דער בעל תפילה פלעגט אנהייבן שבת אויסלאזן ביי "וכולם פותחים", און אצינד הייבן די בעלי תפילה אן אויסלאזן ביי "כולם אהובים".?
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

דאס איז באמת זייער א הייקעלע נושא וואס מען דארף זייער נזהר זיין נישט צו פארקריכן צו ווייט,
יעדע זאך היינט וואס איז געשטעלט צו געבן תוקף פאר סיי וואס, צו זאל עס זיין א השגחה, א המלצה, קול קורא, און אפילו א פסק פון בי"ד, איז אין פאקט מפוקפק'דיג,
יעדע שנוק קען היינט אלעס נאכמאכן, און פאר אפאר דאלער קען מען היינט מתיר זיין אדער אסר'ן סיי וואס, אויב גייט מען אויף דעם מהלך אז א הסכמה פון א רב מיינט גארנישט, און אז א השגחה קען מיינען אז דער רב המכשיר האט יענעם געשוינט אדער זיך פארקויפט פאר געלט וועט מען אנקומען דארט ווי די אויבער חכמים פון אלע דורות זענען אנגעקומען,
וואזשע דען? דאס איז זיכער אז א מענטש דארף וויסן וועמען ער טראסט, און דאס איבריגע - וואס איז סייווי נישט בידי אדם דארף מען לאזן פארן אויבערשטן,
מיר זעען ביי משה רבינו אז דארט איז אויך געווען גאנצעטע שערורי'ס אז די 'היינטיגע רבנים' קען מען נישט טראסטן און צוליב דעם האבן זיך פארזאמלט ארום דעם ניי געקרוינטן רבי'ן קרח א ריזן געמיינדע, און זיי זענען אנגעקומען דארט ווי זיי זענען אנגעקומען,
בענין זה האב איך אמאל געהערט פון א קלוגן איד וואס באלאנגט צו א געוויסער קרייז אויף וועמען אנדערע קוקן מיט נישט אזעלכע גינסטיגע בליקן, און ביי איין ספעציפישער פרשה האב איך אים געפרעגט וויאזוי ער ערלויבט זיך זיך צו פארלאזן אינגאנצן אויף זיין רבין ווען ער ווייסט אז אזויפיל אנדערע האלטן אנדערש,
האט ער מיר געשילדערט וויאזוי עס קוקט אויס א דין תורה ביי בי"ד של מעלה מיט א איד וואס האט אייביג געזוכט דעם ריכטיגן דעת תורה און נישט געטראסט קיין רבנים, אזא איינעם נעמט מען אפיר אויף יעדן טעות זיינעם, ווייל אויב האסטו יא פארשטאנען צו די סארט ביזנעס קומט זיך דיר שלעק אויף יעדע מאל וואס דו האסט פארנאכלעסיגט,
משא"כ ווען עס קומט ארויף א תמימותדיגער חסיד פון א רבי און מען הייבט אן אים פארווארפן, שטייט ער און שרייט חי וקיים איך בין נאכגעגאנגען וואס מיין רבי האט געהייסן טון, און יעדע טענה וואס מען האט דארף גיין אויף מיין רבי'ןס חשבון, און דאס איז די שטערקסטע ראי' אז איך האב עס געטון לשם שמים, זאגט בי"ד א כפרה אויף די געציילטע טעותים'לעך,
זאגט ער מיר אז צוליב דעם קען ער מיר נישט ענטפערן זיין מיינונג ווייל ווען עס קומט צו אזעלכע זאכן 'האט ער נישט קיין מיינונג!'
עכ"פ דאס איז וואס מען דארף האלטן פאר די אויגן ווען מען רעדט פון אזעלכע זאכן, כנלענ"ד
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

Wow

איינס און א גוטס!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הערליך שיין און ליכטיג.

יישר כח
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

wow wow
קיעפ איט אן זייער שיין
איך וואלט געוואלט געבן א הסכמה איך ווייס אבער נישט אויב עס איז ווערט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

איבער דיין פראבלעים פון הסכמות אויף ביכער וואס טויג נישט, איך האב געהאט א ענליכע פראבלעים, רעסטראנטען וואס איך האלט אז מען טאר נישט דארט עסען, אין עס האט הכשרים,

האב איך באשלאסען זיך נאכפרעגען אויף די הכשרים, אין עסען נאר אויב די רעסטראנט האט א הכשר וואס איך געטרוי,

פראביר צי טון די זעלבע מיט ביכער אין אויסגאבעס, איך בין זעכער אז סאיז דא רבנים וואס געבען נאר אויף זאכען וואס שטימט מיט דיין השקפה,

בדרך אגב האב איך מיטגעהאלטן צוויי מאל מיט באקימען הסכמות, געווען וואס האבען געגבן גרינג מן הסתם אפילו נישט ארייגעקיקט, זייער הסכמה איז געבויט אז ער קען דעים מענטש, אין אנדערע וואס האבען צריקגעשיקט מיט זאכען צי טוישען,

דער ארויסגעבער איז זייער א ערליכע אינגערמאן,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איינס און א גוטס!
ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל חיים »

די פראבלעם שטעקט נישט אין הסכמות. דאס איז שוין א תוצאה. די פראבלעם איז אז היינט ווער עס עפענט א ביהמ"ד אדער א ישיבהל'ע אדער געט אפאר חתן שיעורים ווערט אטאמאטיש א פוסק אדער א רב, ווער רעדט נאך ווען ער מאכט א שיינע לאגא..... היינט איז געווארן א וועלט אז עס קען זיין דער פוסק הדור דער בעל שבט הלוי ז"ל אדער גדול הדור סקולענער רבי ז"ל זאל שרייבן עפעס, וועט נאכדעם קומען א מו"ץ'ל און שרייבן וואס ער וויל, און ס'איז שוין א מחלוקת, ס'איז דא א מחמיר און א מקיל און מ'קען זיך שוין פארלאזן אויפן מיקל. יעצט פארטייט זיך אז ווען די חברה טיילן הסכמות מיינט עס טאקע גארנישט.. אבער בדרך כלל ווען סקולענער רבי זצ"ל אדער בעל שבט הלוי אדער יעדע ערנסטער רב אדער רבי שרייבט א הסכמה מיינט עס נאך עפעס.
ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל חיים »

און אז מ'רעדט שוין, אפשר איז דא דאס פלאץ צו בארירן א געוויסע נקודה. ס'איז דא לעצטנס א געפערליכער ספחת א סיילענ"ט קילע"ר וואס הייסט "חתן מדריכים" היינט ארבעט עס אז דער חתן מדריך ווערט נאך די חתונה דער מורה דרך פונעם אינגערמאן רבותי ס'איז איום ונורא ווי טייל פון די חתן מדריכים געבן התירים אויף געוויסע זאכן... און זיי לערנען אויס השקפה וויאזוי די שטוב דארף זיך פירן, און ווען עס קומט החלטות לגבי אינטערנעט אדער פארשידענע אנדערע זאכן זענען זיי וואס פסק'נען! ניטאמאל א דעת תורה האט ער, ער האט זיך געלערנט אין די גוי'שע ביכער וויאזוי צו פירן א שטוב, פארשטייט זיך ער האט אויך געהערט פון ר' אביגדור מילער און ר' שמשון פינקוס, און ער קען אויך אפאר ווערטער פון רבי זתויגןעלינו אבער ער קומט מיט די גוי'שע מעטאדן וויזאוי צובויען א קשר וכו' און ווען דער אינגערמאן קומט צווי חדשים נאך די חתונה אז ער דארף קויפן א סמארטפאון זייער וויכטיג, אנשטאט אים זאגן אז ס'נישטא קיין היתר סתם פאר שוואוילטאג, איז גאר פארקערט ער שטופט אים דערצו און גיט אים עצות און ס'איז נאך א מעלה ווייל מ'קען האבן א עפפ מיט א קאלענדער וואס קען פארגריגערן וכו'... ה"י
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מיקא: דיינע אבזערוואציעס זענען בריליאנט! דיין שפראך איז גאלד!

ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.

נ.ב. ווען דו לאזט ווען אויס א שורה (מאכסט נאך א "ענטער") נאך יעדע פאראגאראף, וואלט זיך עס געליינט אסאך גרינגער און פליסיגער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

די שרייבעריי דערמאנט פון רבי משה יעקב קאננער ארטיקלען אין די אידישע ווארט..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הלשון האט געשריבן:
נ.ב. ווען דו לאזט ווען אויס א שורה (מאכסט נאך א "ענטער") נאך יעדע פאראגאראף, וואלט זיך עס געליינט אסאך גרינגער און פליסיגער.

גא''מ.
זקן מלא רחמים.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

ישראל חיים האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין, אפשר איז דא דאס פלאץ צו בארירן א געוויסע נקודה. ס'איז דא לעצטנס א געפערליכער ספחת א סיילענ"ט קילע"ר וואס הייסט "חתן מדריכים" היינט ארבעט עס אז דער חתן מדריך ווערט נאך די חתונה דער מורה דרך פונעם אינגערמאן רבותי ס'איז איום ונורא ווי טייל פון די חתן מדריכים געבן התירים אויף געוויסע זאכן... און זיי לערנען אויס השקפה וויאזוי די שטוב דארף זיך פירן, און ווען עס קומט החלטות לגבי אינטערנעט אדער פארשידענע אנדערע זאכן זענען זיי וואס פסק'נען! ניטאמאל א דעת תורה האט ער, ער האט זיך געלערנט אין די גוי'שע ביכער וויאזוי צו פירן א שטוב, פארשטייט זיך ער האט אויך געהערט פון ר' אביגדור מילער און ר' שמשון פינקוס, און ער קען אויך אפאר ווערטער פון רבי זתויגןעלינו אבער ער קומט מיט די גוי'שע מעטאדן וויזאוי צובויען א קשר וכו' און ווען דער אינגערמאן קומט צווי חדשים נאך די חתונה אז ער דארף קויפן א סמארטפאון זייער וויכטיג, אנשטאט אים זאגן אז ס'נישטא קיין היתר סתם פאר שוואוילטאג, איז גאר פארקערט ער שטופט אים דערצו און גיט אים עצות און ס'איז נאך א מעלה ווייל מ'קען האבן א עפפ מיט א קאלענדער וואס קען פארגריגערן וכו'... ה"י

די פראבלעם איז אז זיי געבן התירים אדער די סמארטפאון?
ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל חיים »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

ישראל חיים האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
ישראל חיים האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין, אפשר איז דא דאס פלאץ צו בארירן א געוויסע נקודה. ס'איז דא לעצטנס א געפערליכער ספחת א סיילענ"ט קילע"ר וואס הייסט "חתן מדריכים" היינט ארבעט עס אז דער חתן מדריך ווערט נאך די חתונה דער מורה דרך פונעם אינגערמאן רבותי ס'איז איום ונורא ווי טייל פון די חתן מדריכים געבן התירים אויף געוויסע זאכן... און זיי לערנען אויס השקפה וויאזוי די שטוב דארף זיך פירן, און ווען עס קומט החלטות לגבי אינטערנעט אדער פארשידענע אנדערע זאכן זענען זיי וואס פסק'נען! ניטאמאל א דעת תורה האט ער, ער האט זיך געלערנט אין די גוי'שע ביכער וויאזוי צו פירן א שטוב, פארשטייט זיך ער האט אויך געהערט פון ר' אביגדור מילער און ר' שמשון פינקוס, און ער קען אויך אפאר ווערטער פון רבי זתויגןעלינו אבער ער קומט מיט די גוי'שע מעטאדן וויזאוי צובויען א קשר וכו' און ווען דער אינגערמאן קומט צווי חדשים נאך די חתונה אז ער דארף קויפן א סמארטפאון זייער וויכטיג, אנשטאט אים זאגן אז ס'נישטא קיין היתר סתם פאר שוואוילטאג, איז גאר פארקערט ער שטופט אים דערצו און גיט אים עצות און ס'איז נאך א מעלה ווייל מ'קען האבן א עפפ מיט א קאלענדער וואס קען פארגריגערן וכו'... ה"י

די פראבלעם איז אז זיי געבן התירים אדער די סמארטפאון?

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

פארוואס דו האסט אפגעמאכט אז ס'איז איום ונורא.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מיקא האט געשריבן:א ביסל, וואס איז גאר אסאך..

אונטערשטע שורה! א שיינער תלמיד חכם בין איך געווארן, מיט טויזענטע ידיעות אין אלע מקצועות התורה ועולם החסידות, וקורות עם ישראל, בלויז פאר'ן וועלן זיך מכין זיין צום דאווענען - בגוף נקי. טאקע דארט האב איך געזען דעם הייליגן ווארט פונעם הייליגן פארשיסכער – זיין זכות זאל מגין זיין – אז פאר משיח וועט מען בלויז דארפן זיך אראפבייגן און כאפן מצוות..
- דאס טוה איך ווען כ'יאג נישט נאך מיטצונעמען א צעטל נעבן די מקוה, בייג איך מיר, און אויפ'ן ערד פונעם בית הכבוד איז דא גענוג פון זיי.. זאלן אלע געהאלפן ווערן בזכות זה – שרייבן זיי..

וואס איז נייעס! מיקא פארוואס האט איר זיך צעלאזט אזוי היינט?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאדאראם »

טעם וריח האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:א ביסל, וואס איז גאר אסאך..

אונטערשטע שורה! א שיינער תלמיד חכם בין איך געווארן, מיט טויזענטע ידיעות אין אלע מקצועות התורה ועולם החסידות, וקורות עם ישראל, בלויז פאר'ן וועלן זיך מכין זיין צום דאווענען - בגוף נקי. טאקע דארט האב איך געזען דעם הייליגן ווארט פונעם הייליגן פארשיסכער – זיין זכות זאל מגין זיין – אז פאר משיח וועט מען בלויז דארפן זיך אראפבייגן און כאפן מצוות..
- דאס טוה איך ווען כ'יאג נישט נאך מיטצונעמען א צעטל נעבן די מקוה, בייג איך מיר, און אויפ'ן ערד פונעם בית הכבוד איז דא גענוג פון זיי.. זאלן אלע געהאלפן ווערן בזכות זה – שרייבן זיי..

וואס איז נייעס! מיקא פארוואס האט איר זיך צעלאזט אזוי היינט?

ער זאגטאך אמת!
מ'קען אזוי דורכגיין פארשידענע חלקים אין טאג, וגם לרבות שבתות וימים טובים....
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

מיקא האט געשריבן:לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים..
נאַ נאַ נאַ... עטץ זענטס גארנישט קיין סאך, און גארנישט אזוי וועלטליך בכלל, אז מ'זאל אייך דערפאר לויבן און שעצן! ס'דא וויפיל מאל מער כינעזע און מדבר קריכערס, אסאך שטערקערע און פולצאליגע סארטן, אז דו פינטעלע יודעלע זאלסט זיין עפעס ווערד א קרוין צו סיי וועלכע מעדאל.
ענגליש קעקעצ'סטו.. וויסנשאפט ווייסטו נישט, דו ווייסט נישט מימין ומשמאל – פון מערב צו צפון.. און קומסט בכלל נישט צוניץ דעם וועלטליכע פאבליקום, און אזא שטויבעלע ווי דו מיט דיין עקסזיטענץ וואלט מיט א רוח מצויה שוין צונישט געווארן – נישט היינט, נישט נעכטן, נאר נאך פאר דו האסט געקלערט צו זיין עפעס בכלל – בעפאר ביז געווען שבעים נפש, פיר טויזענט יאר צוריק, אויפ'ן נויט וועג קיין עגיפטען.
אלא מאי?
דער יענער וואס איז דער ערשטער און דער לעצטער, ער האט מיך אויסגעקליבן פאר זיין ליב פאלק, און געגעבן זיין כלי חמדה מיט רצון ותשוקה, און אט דער איינציגער אלמעכטיגער גאט ב''ה, ער באוויליגט מיר, און וויל איך זאל זיין ווי בוימאייל אויפ'ן וואסער, און איבערלעבן אלץ און אלעמען, און זיינע חשבונות זענען אנדערש ווי דאס מאטעריאלע חשבונות.
דער יודעלע קעקעצט ענגליש? נו וועמען שטערט עס.. דעם באשעפער?? אה, דעם סוחר.. נישט געפערליך..
ער קען נישט אלע מלכי מזרח ומערב אויפ'ן נאמען און געבורט'ס-טאגע, מיט זיינע צעדליגע פילגשים? וואס עפעס יא? האב איך דען באשאפן די וועלט פאר דעם צוועק??
ער קען נישט האנדלען? ער קען נישט פארדינען? כ'האב געמיינט אז די סיבה וואס מ'האט דעם יודעלע פיינט, איז ווייל זיי – יא זיי פירן די ביזנעס וועלט, און 'זיי' זענען די מרגיז ממלכות..?
מעיק אפ יור מיינד! זענען זיי א קלוג פאלק, צו זענען זיי פאנאטיש.. זענען די לומדי תורה קורץ קעפיג, צו יענע חברה גנבים..
וואס עפעס הייסן זיי נא'איוו? ווייל זיי קענען נישט 'אלע' שטותים וואס דער יענקי און בריט און פראנצויז קאן? און טאמער קען ער אלע חכמות – די אמת'ע חכמה, מדע ותבונה, די ריכטיגע העכערע באגריפן, נאך פאר סיי וועלכע באטשי האט עס ערפונדן, איז ער נאכאלץ נא'איוו??
לאמיר זען מ'זאל דעם גרויסן פסיכאלאג צו אסטראנאם – וואס האט געשטיגן שוין ביז'ן מאדים – פארהערן א שטיקעלע תוספות אין יבמות, צו אין די ג' בבות, צו וועט ער נישט קעקעצן ווי א גוי אין ברטנורא.. און דווקא דארט שטייט די סודות וואס האט זיי גענומען דורי דורות צו דערגיין, פאר דעם אסטראנאמישן פאנטאסטישע סומע, וואס די פאלק האט גארנישט..
וועמענס געלט? פאר וועלכע צוועק? און אביי ורבא האבן דאס ארויסגעשאקלט פונעם ארבל – כלאחר יד – און קלאר אן קיין קעקעץ – כשבילי דנהרדעא. ווילסטו מיר פארקויפן לאקשן פונעם עולם החומר והגולם? פון סייענטיסטן וואס נעכטן איז ער געבוירן און מארגן לעקט ער בלומען אויפ'ן בית עולם?..
קאם אן! זיי האבן נישט געוואלט די תורה ווען ס'נאכנישט געווען קיין קעיז-קוכן צוגעגרייט.. און מיר האבן עס גענומען מיט ציטער, און לבסוף זיך דערמיט געהאלטן אלץ איינציגסטע נצחיות'דיגע באשטאנד, ואי לאוו האי יומא, כמה וכמה טעאריעס און לאגיעס בשוקא..
מיט וואס קען זיך גרויסן דער גוי, סיי וועלכער ראסע, קאליר, צו שטרעמונג.. מיט וואס? האט איר דען איבערגעלעבט אזויפיל עקספרימענטן, ווי אונזער פאלק? האט איר דען געזען אין מצרים און אויפ'ן ים – מה שלא ראה יחזקאל בנבואה? האט איר איבערגעטראגן די רדיפות, שחיטות, מלחמות, גליות, און ארויסגעקומען גאנץ פונעם פארמעסט? מנן ומאן הוא רחימך?? ווער איז דיין גיבור, ווער איז דיין שדרה ביין, וואס האלט דיך עפעס שטערקער ווי מיינע..
און דו וואונדערסט דיך פארוואס איך וויל נישט גיין אין דיינע מאדערנע דרכים? פארוואס איך שעם זיך בכלל נישט ווען איך קעקעץ דיינע ערדישע שפראכן? ווייל כ'ווייס נישט בעל פה אלע ענקערע שיטות וחזיונות?
נאך א וואונדער איך באשטיי? נאך א וואונדער איך דערלעב? כאטש כ'האב קיינמאל נישט געוואלט גיין מיט דיינע דרך ארץ טיפ'ן, כאטש כ'האב נישט אנגענומען דיינע סטראטעגישע קריג מיטלען, און ווער האט עס לבסוף איבערגעלעבט? דער רוימער? דער גריכער? דער גרגשי, אגגי, צו כשדי?
וואס דרייעסטו די קאפ מיט דיינע פרינציפן און דיעות? האסטו טועם געווען וואס מיינט א השגה למעלה מדרך הטבע? האסטו א באגריף אין עפעס דקות'דיגער ווי אייזקרים פיצא און בעיסבאל? און ''דו'' ווילסט מיר לערנען וואס מיינט לעבן? שעמסט דיך גארנישט? און האסט נאך די חוצפה מיך צו האסן מיט אייפער-זיכטיגקייט?
כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה לַה' אֱלֹקֶיךָ, בְּךָ בָּחַר ה' אֱלֹקֶיךָ לִהְיוֹת לוֹ לְעַם סְגֻלָּה, מִכֹּל הָעַמִּים אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה. גאט ב''ה האט אונז געקליבן, און נישט ענק – זיבעציג פלאס זערא. און פארוואס? ווייל כ'בין אזוי גרויס און שטארק און געלונגען געווען?..
לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים חָשַׁק ה' בָּכֶם, וַיִּבְחַר בָּכֶם, כִּי אַתֶּם הַמְעַט מִכָּל הָעַמִּים.. ווי רש''י הק' לייגט צו – כפשוטו!
- כ'בין א פינטעלע אויפ'ן מאפע, און צעשפרייט ווי רייז און פערפל איבער'ן גלאבל!.. און דאס וואס דו גוי האסט מיך פיינט, איז בכלל נישט וועגן די צענדליגע סיבות וואס דו טענה'סט, אז כ'וואלט געקענט בכלל פאר'רעכטן, נאר וואס דען, נאר פאר איין סיבה אליינס.
זאגט די גמרא אין מס' שבת; מאי הר סיני? הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו.. זאגט רש''י; שלא קבלו בו תורה:
נו, רעגסטיך.. מעגסטיך.. ווילסט נישט, מוזט נישט.. אבער מיר זענען די עם ישראל חי, ישראל אשר בך אתפאר, און מיר וועלן אייך אלע איבערלעבן – מיט די תורה כי הוא חיינו ואורך ימינו, און וואס א טאג, און וואס א יאר מיט א פרישקייט, זעמער מקבל תורה באהבה, מהמברך את עמו ישראל באהבה.

גוט יו''ט!

גוט, שיין, שטארק!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”