וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים
זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל
וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור
מנהלים פון אלע גרעסערע מוסדות שטיצן די קארטליך, מטיילט עס ביי חברת תהילם, ביי לאנטש, ביים פארהער, ביי גורלות, סאיז ליידער א אינטערגרעידעט פארט אין די ציבור, שוין לאאאנג פאריבער די רויטע ליניע.
וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים
זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל
וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור
מנהלים פון אלע גרעסערע מוסדות שטיצן די קארטליך, מטיילט עס ביי חברת תהילם, ביי לאנטש, ביים פארהער, ביי גורלות, סאיז ליידער א אינטערגרעידעט פארט אין די ציבור, שוין לאאאנג פאריבער די רויטע ליניע.
וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים
זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל
וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור
RT ליידער איז עס אזוי א חרבן הדור אויב מען גלייכט צו די חורבן פון סמארט פאונ'ס צו אוישוויץ, דאן גלייך איך צו די חורבן אז די נערישסטע קעפ פון כלל ישראל פירען אינזערע מערכות צו בערגן בעלזן...
ווען נישט די טריפענע סמארטפטון'ס וואלט די בילד פון שומרים קארטל נישט פארשפרייט געווארן. מאסטער האט שוין נעכטן געטוויט א בילד פון די אושוויץ קארטון און איצט קען מען צולייגן די סמאטוכע צו די ליסטע פון חורבנות וואס סמארטפטון'ס האבן גורם געווען
Crazy is not the word. זיצט זיך א גרעפיקער ביי זיין קאמפיאטיר מיט א הייסע קאווע און א טשאקלעט דעניש, און ניצט דו סלאגען וואס אוזנזרע זיידעס און באבעס האבן מיטגעמאכט. זאג, האבן איינע פון זיי גונומען אויף זיך איין שעה סיגופים וואס אונזרע עלטערן האבן געהאט פאר אכט חדשים? איך מיין נישט דו גרעפיקער its the concept.
פעסט האט געשריבן: You’re probably never read or heard about the holocaust
איך קום גראדע פון בודא, איך בין זעלטען געווען אין פעסט גופא, הגם פעסט האנטערס איז שוין געווען ביי מיר אינדערהיים צוליב א חתונה פון מוריטשקעס.
אבער מיינע אויגן און אויערן ארבעטן נאך ברוך השם, איך הער נאך און איך ליין נאך.
איבריגע צייט האב איך אויך ברוך השם בשפע, פארט ווער איך נישט אויפגעשוידערט ווען א איד א בן בלי שם שפילט זיך מיט זיין צייט און שרייבט קארטלעך לויט זיינע השגות.
און איך בין כמעט זיכער אז אויב איך וואלט יא געוויסט ווער די קארטל פארשפרייטער איז וואלט עס מיר נאך ווייניגער אנגעגאנגען.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך האב נישט קיין געדולד צו טוהן מיינע פליכטן!
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף.
care to explain yourself??
גדול המחטיאו יותר מן ההרגו איז עפעס וואס יעדער איינער ברויך פארשטיין, אקעי?!
אה, ווילסט זאגן אז עס קומט נישט דא אריין? איך הער, מארגן וועט מען דן זיין וואס איז די עומק הכוונה פון דעם בעל השומרים, אבער צו זאגן אז מיר קענען נישט פארשטיין די ווערטער "גדול המחטיאו יותר מן ההרגו" איז מיר אומפארשטענדליך.
עס האט מיך אבער וויי געטאן צו זען דעם ירידת הדורות. עס טוט באמת וויי, בפרט, ווען דער זיידע פון דעם אינגערמאן יאז ארויסגעקומען פון אוישוויץ, אן גארנישט, ער האט געהאט אזעלכע נסיונות אין אידישקייט, אז נאר, מען רעדט נישט פון ווערן א גוי, מען רעדט פון בלייבן א מאדערנער איד. דער זיידע זיינער, האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, נאר פשוט, ער איז נישט געווען דער בעל דרשן איבערצוגעבן זיינע וועליוס מיט א פלאקער אויף ווייטער. דער פאטער פון דעם אינגערמאן איז אויך גאר א היימישער חסידישער איד, איז טוט דאס וויי צוצוקוקן.
דער פוינט איז, בעפאר דער פותח האשכול רעגט זיך איבער עקסטרעמקייטן, אינעם מלחמה קעגן סמארטפאונס, וואס באמת האט ער דערפון הנאה ווייל מען ראטעוועט אים און זיינע דורות. עס וועט אפשר דויערן 10 יאר ער זאל עס פארשטיין, זאל ער פארשטיין, אז סמארטפאונס האבן געמאכט אן עקסטרעמען דראסטישן טויש ביי היימישע אידן. וואס איך קען דערויף שרייבן אגאנצע נאכט. סאו כביטע זאל דער פותח האשכול זיך אביסעלע בארואיגן און מאכן אביסל ריסוירטש ווי מען זאגט
ווי איר אליין שרייבט האט זיך ווידיאוס נישט אנגעהויבן אריינצוכאפן מיט סמארטפאון'ס, נאר איז שוין געווען פיל פיל פריער. איך בין אסאך יונגער ווי אייך, אבער איך געדענק זייער גוט די תקופה פאר סמארטפאונס, ווען מיין גרופע איז פורים געקומען טאנצן ביי אונזער הויז זענען זעקס פרויען געשטאנען טאקע נישט מיטן סמארטפאון, נאר מיטן קעמריקארדער און געכאפט ווידיאוס ווי כאילו לא היה, גאנץ הייד פארק איז אנגעגאנגען לאנג ביפאר דעם סמארטפאון, און אלץ בחור ווען איך האב געוואטשט יוסף שפיל איז נאך אויך קיין סמארטפאון נישט געווען, און איך האב נישט געדארפט באקומען קיין טיקעט פון פאליציאנט דערפאר.
נאר וואס דען, יעדע פרישע טעכנילאגיע האט געברענגט נייע פראבלעמען, שוין אנגעהויבן מיט לעקטער! און לשיטתי האט די כלי קאמפיוטער געברענגט פיל פיל מער פראבלעמען ווי דער סמארטפאון. ממש די אלע פראבלעמען האט זיך אנגעהויבן ביים קאמפיוטער און נישט ביי דעם סמארטפאון, דער סמארטפאון האט עס נאר מער נענטער געברענגט.
מען ברויך זיין אפגעשפארט, האבן פילטערס, און ווילן גוטס, פאלן אוועק רוב פראבלעמען. און ווי געשריבן אויבן אז די רבנים האבן מתיר געווען סמארטפאון'ס לצורך פרנסה מיט א גוטן פילטער פארשטייט זיך, עס איז א העזה און חוצפה צו שרייבן אזאנע ווערטער (פאר א סיבה שרייבן זיי נישט א סמארטפאון אן א פילטער מאכט פריי...) און פון קיין שום רבי וואלט מען אזאנע ווערטער געהערט.
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.
גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.
דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.
דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.
בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד
איך גיי נישט אריין צו די קארטאן איז אויס געהאלטען אדער נישט! איך באציזיך צו די ווערטען פון די וואס זאגען אז א סמארטפאון מיט א פילטער "לצורך פרנסה" איז "מותר" איך ביי מיר נעם נישט אן קיין אינגערמאן / פרוי. וואס האט א סמארטפאון. ווייל מען ארבעט נישט! די היתר לצורך פרנסה איז אויף אינטענעט. נישט אויף א סמארטפאון.
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אזא סארט בילד ווייזט אויף די מציאות אז רוב פון די עקסטרעמע קאמפיינס און רעטאריק קעגען סמארטפאון'ס ווערען געפירט דורך קטני דעת און ביליגע מענטשען,
און די עקסטרעמקייט און די ווילדקייט פון די סארט קאמפיינס נעמט אוועק פון די לגיטימיטעט דערפון, איך אליינס קען מענטשען וואס וואלטען נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט א פילטער, אבער דעי סארט פויערישע ווילדע רעטאריק נעמט זיי אוועק דעם אפעטיט צו בכלל הערען דערפון, די קאמפיינס טראגען א פנים פון א באנדע ווילדע באשעפענישען אנע שכל הישר,
זיכער מאכט זיך פראבלעמען מיט סמארטפאוןס, אבער ווייט נישט די בילד וואס זיי פרובירען אהערשטעלען, לויט זיי איז די סמארטפאון שולדיג און אלעס... ס'איז א פאלנע ליגענט, סתם שקרים וכזבים, נישט יעדע שלום בית קעיס איז וועגען א סמארטפאון, אין נישט יעדע אנדערע פראבלעם איז וועגען א סמארטפאון,
ס'וועלט געדארפט זיין א נארמאלע ריף פון רבנים אז ס'איז וויכטיג צו לייגען א פילטער אויף א סמארטפאון און דעטס איט, אן קיין טעראר אן קיין זיך אריינשטעקען די נאז און יענעםס לעבען, אן דרייען א קאפ צו מען דארף עס יא אדער נישט פאר פרנסה..., ס'איז קיינעם'ס נישט ביזנעס, מען ברויך מאטיוועיטען מענטשען צו לייגען א פילטער, און דעטס איט, אלעס מער פון דעם איז לויטער סטרא אחרא ! די גאנצע ווילדקייט פון דעי קאמפיין איז מעשה בעל דבר, וואס ציהט אלץ צו עקסטרים אויב נישט לינקס דאן רעכט עד הסוף.... אבי נישט נארמאל...