שיעלע בהמה האט געשריבן:
בנוגעה דיינע אנדערע נקודה אז די חברה וואס שרייבן אין דעם אשכול זענען א באנדע היפאקריטן,
זאלסטו וויסן, סאיז א ריזיגע חילוק צווישן טון אן עוולה און וויסן אז עס איז אן עוולה, און טון אן עוולה און עס נאך דערצו עס בארעכטיגן,
יא ענדערש רעדן פרום און זיין בעצם א שייגץ, ווי איידער זיין א שגץ און זאגן אז מטוט גאר די רצון השם!!
די יסוד איז, זיך האלטן מיטן אמת, און נאכדעם קען מען זיך נעמען צו די עבודה, משא'כ איינער וואס בארעכטיגט זיך נאך, דער איז דאך סתם א לץ, וואס אין מספיקין בידו לעשות תשובה, ער האלט דאך נישט ביים הערן אז ער איז ראנג און פארדארבן.
און מיט דעם איז לכאורה דיין גאנצע טענה בטל ומבוטל..
צדיק,
איך מיין אז דער לץ איז דער וואס פארפירט אויף אנדערע בשעת ער טוט די זעלבע זאך, ווי למשל דתן זאל מוחה זיין אויף אבירם פארן אויסגיסען מן אין שבת.
עס איז נישט קיין חילוק צו דתן מיינט נישט, ווייסט נישט, אדער אזוי ווי די זאגסט; האלט זיך מיט די אמת. וועט אבער יעדער פארשטיין אז ער האט נישט יעצט קיין שום רעכט צו פארשרייען אנדערע. פונקט ווי ער האט באזיך אין מוח א גיטע תירוץ, און ער האלט אז עס איז דא א זאך ווי תירוצים און חשבונות, דארף ער פונקט אזוי געבן פאר זיין חבר און שיתוף לדבר עבירה א דיון לכף זכות, אז יענער האט פונקט אזא גוטע תירוץ און סיבה ווי אים זיך צו בארעכטיגען.
און אפילו אויב ער פארשטייט עס נישט אליין, דארף ער טראכטן אז יענער האט עפעס וואס איך פארשטיי נישט, והא ראיה אז איך טוה דאך דאס אויכעט מיט א סיבה.
איז ווען ער קומט אראפרייסן אנדערע ווען ער איז בשעת מעשה אינעם זעלבן טשולענט טאפ, טוט ער די מערסט פארמיסטע מידה אין די בריאה, א פאלנער נידריגע היפאקריט וואס ער מעג אלעס, און יענער מעג גארנישט, נאך א מזל ער לאזט אים לעבן.
(איך רעד נישט דא פון איינער וואס איז נישט אינוואלוועד איו א שקץ'עריי אויב ער מעג יא מוחה זיין צו נישט)
אין די נפשיות'דיגע שפראך ווערט דאס אנגערופן א אנערכיסט.