נייע תקנות, אייוועלט נ.י.

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

נייע תקנות, אייוועלט נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אזוי ווי דאס וועלטל אונזערע האט זיך צעוואקסן, און דאס נעמט אריין אן אומגעהויערע פלייץ פון אימיגראנטן וואס שטיפן זיך אריינצוקומען. טייל וועלן זיך איינשרייבן נארמאל ביי די קאסטומס און באורדער פאטראל, טייל וועלן פארלאנגן אזיל רעכט, אז פון וואנעט זיי קומען זענען זיי אויסגעשטעלט צו רדיפות. טייל וועלן סתם אזוי אריבערקריכן דעם וואנט.

אזא פלייץ פון פרישע פנים'ער ברענגט מיט זיך אלע סארט, פון אלע סארט נעמען און שטעט איבער גאנץ אמעריקא. אלע ווערן דא אנגענומען צווישן די אלטע איינוואוינער, עס ווערט ווי איין גרויסע דארמיטארי.

איינע פון די קוואליפיקאציעס אנגענומען צו ווערן איז קענען טייפן אויף א קיעבאורד, און קענען טייפן מיינט אלע באטענס אין די רייע, אנגעהויבן פון אינמיטן און געענדיגט ווי מען וויל, דער עיקר איז אז עס זאל זיין עפעס אותיות אויפן סקרין.

די קוואליפיקאציעס וואס מען אונטערזיכט "נישט" איז:
איי-קיו לעוועל.
ספעלינג און/אדער גרעממער סקיללס.
און טאמער די אידישע קיעבאורד ארבייט.

די זאכן נעמט מען נישט אונטער אויפזוכט, און דערום ווערן דא אנגענומען אלע סארטן און מינים. אין א בחינה פון עפערמיטיוו אשכול... סארי.. עקשאן.

אזוי ווי עס'ז למעשה ארויס פון קאנטראל, די ספעלינג טעותים סטאקס זענען ארויפגעפלויגן ווי משוגע, און שטייצעך די איי-קיו לעוועל אראפ, ס'יז ווי א סיסאו עפעקט. טייל וועלן פארשטיין דעם רמז, און טייל וועלן ניטאמאל וועלן כאפן אז מ'רעדט צו זיי דייטליך.

און אזוי ווי עס איז שוין אנגעקומען צו א געוויסע לעוועל וואו עס קענישט מער פארשוויגן ווערן און עס פאדערט און שרייט הניק הזה אומר דרשוני, אל תקרי דרשוני אלע גירשוני, מלשון גירושין.
האב'ך גענומען דעם גע'זעץ' אין קיעבאורד אריין און באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און מ'גייט אנהויבן טיילן מכות רצח אז ס'עט גיין א רויעך און ארדענונג זאל ווערן גלייך! איעדער זאל רעדן דעם געהעריגן שפראך!

איז אזוי, פון היינט אין ווייטער איעדע נייע ניק איידערן ווערן אפראווד גייט באקומען א ספעלינג טעסט. שטייצעך אז מ'מוז נישט באקומען קיין הונדערט.. אויך נישט קיין ב+, מער ווייניגער וועט מען איעדען ווייטער אננעמען. די טעסט גייט נאר פשוט דינען צו וויסן אין וועלכע לעוועל ספעלינג אבזארוואציע ער גייט אריין. עס גייט זיין רויט, געל און גרין. איעדע ניק גייט גיין אונטער פראבעישאן, און מען גייט נאכקוקן זיינע שריפטן אויב עס בעסערט זיך.

(א ניק געספעלט אין ענגליש באקומט א דין קדימה צו ווערן נאכגעקוקט, און טאמער זענען זיינע תגובות געטייפט אין ענגליש באקומט עס דעם סאמען אויבענאן. )

כדי צו קענען האלטן אן אויג אנע דעם וואס עס זאל אויסניצן ריסאורסעס פון די מנהלים האט מען געגרינדעט א חברה שומרים (פאר בחורים גייט זיין אן עקסטרע גרופע; שמירה. און פאר אינגלעך; די גופלעך) וואס גייען אראפהאלטן די ניקס ביז די פאליציי קומען אן. זיי גייען האלטן די חברה אונטער "סיטיזען ארעסט" און זיי רעקארדירן אין פאל זיי ווערן אנטרינען.

די מנהלים גייען ווארענען די ניקס אז זיי זאלן בעסער גיין אין א ריהעב וואו זיי גייען זיך האפענטליך לערנען די נימוסי אייוועלט, צו פארשטיין וואס דאס מיינט "זיין א ניק" צווישן ניקס.

טאמער באקומט איינער מער ווי 10 גרייזיגע תגובות א וואך דאן ווערט זיין פעסווארד סוספענדירט, און טאמער דרייט ער אן א טומל דאן ווערט ער תיכף פארשיקט צום דופן עקומה.

ווער עס וועט נישט פארשטיין וואס מ'רעדט צונ'ם וועט מוזן כאפן א היטש מיט א צווייטן ניק.

אלזא:
אויב ביסטו פון די חברה וואס כמעט קיין איין תגובה קלעבט א ווארט צום צווייטן דאן זאלסטו וויסן אז ביסט א פאסיגער קאנדידאט אויף וועמען מ'עט קענען ארויפקוקן אז ככה יעשה לניק אשר הלעמעך חפץ ביקרו..
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p-
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ער איז מקיים זיין אינטערשריפט.....
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איינס

צוויי

און דאס איז חוץ די צענדליגע אנדערע אשכולות, צוזייעט אין אהנגז"א וכדו' אשכול.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

איך נאך א באלדיגע רעזולוציע אונעם קאנגרעס אקעגן דער דעקלעראציא
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

על הראשונים אנו מצטערים אז ע"ס ווערט נישט איינגעהאלטן, ווילסטו צי לייגן נייע? אתמהה....

-----
און צ/ק וואס איז דאס נ. י. אייוועלט איז נישט נאר און נ. י.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איך ווייס נישט אויב די פרעזידענט וועט האלטן ביים אינטערשרייבען אזא געזעץ עס קען זיין אז די מנהלים גייען מוזן דערקלערען א נעשנעל עמערדשענסי
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

איך ווייס נישט אויב א מנהל האט די פאוער צו דערקלערן א נעשינעל עמוירדזשענס, און אפילו אויב יא וועט מען עס פייטן.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

מלך פורץ גדר

אין א לאנד ווי דער פרעזידענט׳ס פערזענליכע טוויטער אקאונט איז דער סימבאל פון אשכול פארדרייאכטץ אין שטעלט קלאר אז ספעלינג מיט גראמאר איז נישט א חלק פון די קאנסטיטוציע איז אומ-קאנסטיטושענעל צו אינפארסירן נארמאליזם ביי פובליק געשרייבעכצער

והכתיבה כדת אין אונס

#מעיקאייוועלטגרעיטעגעין
נו גוט, נו שוין!
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

איך באגריס און אפלאדיר די רעזאלוציע!

ס'טרעט צו אויף די געהירן און די ליבע נערוון, אז דו קענסט נישט ספעלן גיי צוריק אין חיידר.

הוא הדין מיט די וואס טייפן נאר ענגליש, און קענען נישט די ענגלישע שפראך און אוודאי נישט קיין ספעלינג, נערוויר נישט די מענטשהייט, ביסט נישט מחוייב צו קומען און באמיסטיגן דאס פלאץ מיט אומפארשטענדליכע גרייזיגע תגובות.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מחנך האט געשריבן:חיידר

וואס איז דאס?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

:
מיסטעריעז האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:חיידר

וואס איז דאס?


איך דארף עס שרייבן אזוי אז די גרייזיגע זאלן אויך פארשטיין
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”