די ענדע פון דעם אמעריקאנעם רעגירונג סיסטעם (געשריבן דורך: לכתחילה אריבער)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

די ענדע פון דעם אמעריקאנעם רעגירונג סיסטעם (געשריבן דורך: לכתחילה אריבער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די ענדע פון די אמעריקאנער רעגירונג סיסטעם.


ארטיקל געשריבן דורך "לכתחילה אריבער"

אין די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן איז ארויסגעלייגט א פונקטליכע סיסטעם וויאזוי די רעגירונג זאל זיך פירן. איבערגייענדיג די סיסטעם, זעהט מען אז עס איז געשריבן מיט גרויס חכמה. חכמה בגוים תאמין. נאכדעם וואס אזויפיל טויזנטער יארן מיט פילע רעגירונג סיסטעמען זענען זיי אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס האט געדעקט "כמעט אלעס" וואס א סעקולערע סיסטעם דארף האבן. עס זענען דא זייער ווייניג זאכן בנוגע פירן א רעגירונג וואס איז נישט געדעקט אין די קאנסטיטוציע.

פאר לאנגע יארן – גוט איבער 200 יאר – האט די סיסטעם געארבעט וואונדערבאר. גאר ווייניג זאכן האבן געדארפט ווערן צוגעלייגט אדער געטוישט דורכאויס די יארן, און די עיקר סיסטעם האט גאר גוט געארבעט.

עס קוקט אצינד אויס, ווי די צייטן פון די רעגירונג אראפגעשטעלט לויט די פלענער פון די גרינדונג טאטעס קומט צו א ענדע.

ארגינעל אין די רעגירונג פלאן האט די פעדעראלע רעגירונג געדארפט ארבעטן אין א צוזאמענארבעט פון די "דריי צווייגן פון רעגירונג".

די קאנגרעס – די הויז און סענאט – מאכן די געזעצן, דער פרעזידענט שרייבט אונטער די געזעצן, און די געריכטן באשטימען אויב די געזעץ איז אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע.

אין דעם סיסטעם האבן אלע דריי צווייגן געהאט א שטארקע כח, אין בעיקר איז די סיסטעם געשטעלט אז קיין איינע פון די דריי זאלן נישט האבן א אבסאלוטע כח.

לויט די פלאן פון די קאנסטיטוציע, קען נישט קאנגרעס מאכן אליינס גארנישט אין לאנד, און פונקט אזוי קען דער פרעזידענט נישט מאכן גארנישט אליינס, און זיכער קען די געריכט נישט מאכן גארנישט אליינס.

דאס איז געווען די "באלאנס" גערופן "טשעק-ענד-בעלענסעס".

דאן איז געווען די סיסטעם, אז אין קאנגרעס אליינס זאל זיין א באלאנס. כאטש וואס עס קען זיך מאכן אז איין פארטיי האט די "פולע מאכט", זיי האבן ביידע הייזער פון קאנגרעס און די פרעזידענטשאפט, דאך, איז די פאראייניגטע שטאטן נישט קיין "דעמאקראטיע", נאר א "דעמאקראטיק רעפובליק".

אנדערש ווי אין לענדער ווי אין ענגלאנד, מד"י וכדו', וואס די "מערהייט" האט די פולע מאכט, און די מינדערהייט'ס גאנצע ארבעט איז .... צו האלטן די בענקלעך ווארים און צו שפארן הייצונג אין פארלאמענט.... אבער ווען עס קומט צו פירן דאס לאנד קענען זיין .... "רעדן צום וואנט"... איז אבער אין די פאראייניגטע שטאטן אנדערש, עכ"פ אזוי איז געווען.

אין קאנגרעס פון די פאראייניגטע שטאטן איז געווען אזא זאך ווי א "פיליבאסטער". דאס הייסט, אז אפילו איין קאנגרעסמאן אדער סענאטאר קען "אפהאלטן" די גאנצע רעגירונג פון עפעס דורכפירן אויב זעהט ער עס פאר אזוי וויכטיג.

א פיליבאסטער האט געמיינט אז איין געזעצגעבער זאגט ער "האט נאך עפעס צו זאגן" און ער לאזט נישט עפעס קומען צו א אפשטימונג. דאס איז געמאכט אין פאל וואס עס איז ממש א אויסנאמספאל, און די מינאריטעט זעהט פאר אויסערגעווענליך וויכטיג אז די אפשטימונג זאל נישט פארקומען.

עס מיינט נישט אז דאס איז א כח ביזן ענדע, ווייל מיט 60 שטימען קען מען אזא זאך אפשטעלן, אבער עס האט געגעבן א געוויסע כח פאר די מינדערהייט, אז אפילו זיי האבן נישט מער ווי 40 שטימער אין סענאט, האבן זיי אך עפעס א כח.

און אזוי איז דא פארשידענע אנדערע זאכן וואס ליגט אין די הענט פון די מינאריטעט, פארשידענע "פארסידזשערעעל" אקטן, דאס הייסט פארלאמענטארע מאנווערעס וואס די מינאריטעט קען אונטערנעמען אפצוהאלטן פאר א צייט אדער אינגאנצן זאכן פון קומען צו א אפשטימונג.

דאס האט געברענגט א "באלאנס" אין קאנגרעס, און האט געהאלפן אז איין פארטיי זאל נישט האבן אויסשליסליכע מאכט.

און כאטש וואס עס איז אלס מעגליך אז איין פארטיי זאל האבן א "סופער מעדזשארעטי – אין ביידע הייזער פון קאנגרעס און אויך האבן די פרעזידענטשאפט, איז עס גענוג א ווייטע זאך אז מען קען און מען דארף זיך נישט אויף דעם זארגן. אויסנווייניג ווייס איך אפילו נישט צו דאס האט שוין אמאל פאסירט אין די היסטאריע.

אגב, נישט אלע פון די "רולס" איבער פירן קאנגרעס זענען פון די קאנסטיטוציע, אנדערע האט מען שפעטער צוגעלייגט, אבער די געדאנק איז געווען אלס אז עס זאל זיין א "באלאנס".

ביידע פארטייען האבן אלס פארשטאנען, אז כאטש עס איז אמאל שטארק ציענד צו טוישן די רולס – רולס קענען ווערן געטוישט מיט א איינפאכע מערהייט –, און אז איך האב די מעגליכקייט צו טוישן, אז די מערהייט זאל האבן מער מאכט, און די מינאריטעט זאל האבן ווייניגער מאכט, דאך לוינט עס נישט. ווייל "עס איז א שטעקן מיט צוויי עקן" און יעצט וועט אזא טויש מיט זיין געשמאק, איך וועל האבן מער מאכט, אבער מארגן האט דאך די אנדערע פארטיי די מערהייט, און דאן וועלן זיי נוצן די טוישונגען צו האבן ער מאכט. אלזא, שמור לי ואשמור לך, יעדער האט אנגעהאלטן די סטאטוס קוו מער ווייניגער, און די באלאנס איז געבליבן.

אויסער דעם איז געווען א אלגעמיינע "נארמאלקייט" און "רעספעקט" צווישן די געזעץ געבער. מען האט געוואוסט וואס איז די "רעכטן" פון די מערהייט, וואס איז די רעכטן פון א פרעזידענט, און מען האט "יענעם געלאזט האבן די רעכטן" און נישט אזוי שטארק זיך געשטעלט עס אפצושוואכן אויף יעדע געלעגנהייט.

א שטייגער אז דער פרעזידענט האט די רעכט צו שטעלן א ריכטער און קאבינעט מיטגלידער, האט מען דעם פרעזידענט "געלאזט" דאס טאן. און אויסער אין א פאל וואס עס איז ממש געווען עק וועלט, האט מען באשטימט ריכטער און קאבינעט מיטגלידער אויף אומפארטייאישע ליניעס. און די חשבון איז ווייטער געווען ווי פריער דערמאנט.

יעצט איז טאקע ער פרעזידענט, און איך קען אים מאכן צרות, אבער מארגן בין איך פרעזידענט און יענער קען מיר מאכן צרות, אלזא, איך רעספעקטיר אים, און ער רעספעקטירט מיר, און אזוי האבן מיר ביידע וואס אונז ווילן.

אזוי אויך אין אלגעמיין איז די ארבעט פון די אפאזיציע געווען "שטופן זייער אגענדע" וואו זיי האבן געקענט, און שטערן די אנדערע פון שטופן זייער אגענדע. אבער די עיקר ציל איז נישט געווען "שטערן יענעם", שטערן די אנדערע פארטיי, שטערן די פרעזידענט פון די אנדערע פארטיי וכדו'.

וואו פונקטליך די טויש איז געווארן, ווער איז מער שולדיג אין די טויש אא"וו, דאס זענען אלע פראגעס פאר די היסטאריע ביכער.

פארשטייט זיך יעדע פארטיי באשולדיגט די אנדערע פארטיי.

די רעפובליקאנער וועלן שרייען אז דאס האט זיך אנגעהויבן דורך די דעמאקראטן פארן רודפ'ן פרעזידענט ניקסאן, פארן אפשטעלן די נאמינאציע פון "בארק" צום סופרים קאורט, פארן גיין "נוקלעארער" אונטער הויז פירער ריעד אויף ריכטער אא"וו.

די דעמאקראטן וועלן לייגן א גרויסע שולד אויף די צייט ווען גינגרידזש איז געווען פירער פון קאנגרעס און האט געמאכט די קאנגרעס זייער פארטייאיש, אנדערע וועלן זאגן אז די רדיפות אויף פרעזידענט קלינטאן – איי ניקסאן.. ער איז דאך "עכט" געווען א פארברעכער... – און אנדערע וועלן לייגן די שולד אויף די "ראסיזם" וואס האט געשטופט די רעפובליקאנער צו שטערן פרעזידענט אבאמא אויף שריט און טריט.

אלזא, דאס וועלמער נישט באהאנדלען יעצט. יעדער קען לייגן די שולד אויף וועמען זיי ווילן, אבער לאמיר קוקן וויאזוי די בילד קוקט למעשה אויס.

עס איז געקומען א צייט וואס די סיסטעם איז אינגאנצן צובראכן.

אנשטאט וואס אלע דריי צווייגן פון רעגירונג זאלן ארבעטן אינאיינעם אויף געזעצן, ארבעטן זיי אלע קעגן דעם אנדערן.... און בעיקר וואס האט פאסירט איז, אז יעדע פון די דריי צווייגן ארבעטן אליינס! יעדע פון די דריי פרובירט צו פירן דאס לאנד אליינס אן אריינמישן די אנדערע צווייגן!

דער פרעזידענט פירט דאס לאנד מיט "עקזעקוטיוו פאוער". מערסטענס זאכן – פארשטייט זיך מען רעדט זאכן וואס נישט אלע זענען איינשטימיג – פירט דער פרעזידענט דורך אויף די אייגענע האנט. ווייטער וועלן זיין דעבאטעס "ווער איז שולדיג" און "ווער האט אנגעהויבן. די רעפובליקאנער וועלן זאגן אבאמא האט דאס אנגעהויבן נצן אין גרויסן, און די דעמאקראטן וועלן שרייען אז "ער האט נישט געהאט קיין ברירה" ווייל די רעפובליקאנער הבן אים נישט געלאזט לעבן און נישט געוואלט מיטארבעטן מיט אים אויף גארנישט.

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, איז די לעצטערע יארן ווערן פילע פונדאמענטאלע זאכן דורכגעפירט דורך דעם פרעזידענט אליינס.

אנגעהויבן ווי אימיגראציע – דאקא, טרעוועל בען, עסיילעם וכו' וכו' – ביז שניידן רעגולאציעס, ביזן בויען א פייפליין, ביזן בויען א וואנט – מעגליך... – אא"וו.

אזוי אויך איז "קריג" אוועק געגאנגען פון עפעס וואס ליגט ביי קאנגרעס אינאיינעם מיט'ן פרעזידענט, און איז געגאנגען צום פרעזידענט אליינס.

אנשטאט וואס דער פרעזידענט זאל פארלאנגען די רשות צו דערקלערן קריג - און קאנגרעס זאל עס יא אדער נישט באשטימען – איז זינט די איראק קריג געווארן די "סיסטעם" אז דער פרעזידענט נוצט אויס פארשידענע עמערדזשענסי דעקלאראציע, און פארשידענע "צייטווייליגע" אקציעס, און די פאראייניגטע שטאטן פירט קריג אלל אווער די וועלט אן די רשות און צושטימונג פון קאנגרעס.

די זעלבע איז מיט "טרעיד". דער פרעזידענט האט באשלאסן צו נוצן א געוויסע "עמערדזשענסי" קראפט וואס ער האט, "נעשאנאל סעקיוריטי" און געשטעלט טאריפס אויף שטאל און אלומיניום, אויף אייראפע, אויף לענדער אין אזיע אריינגערעכנט כינע, אויף אייראפע אא"וו.

אלזא, אז מען קוקט צוריק אויף די פארגאנגענע צוויי יאר, קען מען ווייזן אויף צוויי גרויסע זאכן וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט.

איינס איז "פריזן רעפארם" וואס איז געווען עפעס וואס "אלע" האבן מסכים געווען אז עס דארף זיין, און די "שטייער רעפארם" וואס מען האט גענוצט א קונץ – "רעקאנסיליעישאן" – עס דורכצופירן. און ווען מען קוקט צוריק אפילו פריער, איז די איינציגסטע ערנסטע זאך וואס מען האט דורכגעפירט א שטייגער ווי אבאמאקעיר, איז אויך געווען מיט אזא קונץ.

אויסער דעם, איז כמעט אלעס געגאנגען מיט עקזעקוטיוו פאוער. וואס דער פרעזידענט קען טאן אליינס, האט ער געטאן, אלעס אויסערדעם.... האט זיך נישט גערירט!

און אפילו באשטימען קאבינעט מיטגלידער און ריכטער. דארט איז אויך פארלוירן געגאנגען די קראפט פון די מינאריטעט, זינט מען איז געגאנגען נוקלעאר, ערשט די דעמאקראטן אויף אלגעמיינע ריכטער, דאן די רעפובליקאנער אויף סופרים קארט ריכטער.

און עס האט געפעלט א האר – און עס וועט לויט מיין ארימע שאצונג קומען סיי ווי אין די קומענדיגע עטליכע יאר – אז מען זאל גיין נוקלעאר אויף אלעס אין קאנגרעס! און די גאנצע געדאנק פון 60 שטימען, אזוי אז די מינאריטעט זאל האבן "עפעס" א כח גייט ארויספליען פון פענסטער.

דערווייל ווילן די רעפובליקאנער עס נישט טאן – און יעצט איז עס נישט עכט אינטערעסאנט מער ווייל די דעמאקראטן האבן די הויז – אבער פונקט ווי גיין נוקלעאר אויף ריכטער האבן די רעפובליקאנער נישט געטאן און די דעמאקראטן האבן זיי דאס צוריק געצאלט מיט'ן יא טאן... וועל איך זיך וואגן פאראויסצוזאגן אז די זעלבע גייט זיין מיט די אלגעמיינע ביזנעס פון סענאט.

אלזא, דער פרעזידענט פירט זיין לאנד... אליינס... וואס ער קען טוט ער, און אפילו וואס נישט פרובירט ער... עס קומט אן אין געריכט און אמאל געווינט ער און אמאל נישט... אבער עפעס אנדערש געשעט אינגאנצן נישט.

די זעלבע איז געשען מיט קאנגרעס. זיי האבן אנגעהויבן פירן דאס לאנד.. אליינס!!

די קראפט פון "אויספארשן" איז גענומען געווארן אלס א מיטל צו פירן דאס לאנד! אויב ווילן זיי עפעס אפשטעלן, טיען זיי עס נישט מיט'ן מאכן א געזעץ, אדער שטופן צו אינפארסירן עקזיסטירנדע געזעצן, נאר זיי .. מאכן אויספארשונגען....

אזוי קענען זיי שטופן זייער אגענדע אן די הילף פון די עקזעקוטיוו אדער יורידישע צווייגן פון רעגירונג.

און דאן איז די זעלבע געשען מיט די יורידישע צווייג פון די רעגירונג. זיי האבן אנגעהויבן באשטעטיגן און אפווארפן געזעצן מער און מער לויט פארטייאישע ליניעס, אנשטאט לויט "וואס זאגט די קאנסטיטוציע". בעיקר אזוי אין די נידריגערע טיילן פון די געריכט סיסטעם.

אלזא.... סך הכל....
עס איז "אמאל געווען" א "דריי צווייגן סיסטעם"....
עס איז "אמאל געווען" "רעספעקט פאר די אפאזיציע און מינאריטעט"...
עס איז "אמאל געווען" "עפעס קראפט פאר די מינאריטעט אויך"....
עס איז "אמאל געווען" אז "יעדע צווייג האט רעספעקטירט די אנדערע צווייגן"...

עס איז א נייע מציאות, א נייע וועלט... און אויב אזוי..... אפשר גייט מען צו א פארלאמענטארע סיסטעם און פארטיג.... וועט זיין וואלן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.... ווען זיין פרייליך און עס וועט העלפן די עקאנאמיע....
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום פרייטאג יאנואר 18, 2019 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW @שמאטע!!

אזוי גוט! אזוי אמת! און ....... אזוי ווייטאגליך .....!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פארצייכען תגובה ווי אומגעליינט

העלמיר עס ליינען אי"ה מאצע שאבעס נאך אבות ובנים
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

יאפ.. זייער גוט און קלאר די היינטיגע סיסטעם!

שכח
ליל שישי
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליל שישי »

די דעמעקראטן ביי אבאמא האבן געהאט קאנגרעס אין סענעט ביי סאפער מאשארטי פין 60 סענעטרס פון June 30, 2009 ביז February 4, 2010
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

זייער שיין און זאפטיג כדרכו של מר. שמאטע אדער חילי (דיסייד וועלכע...)

איין הערה נאר: די פיליבאסטער רול איז נישט קיין קאנסטיטוציאנעל רעכט פאר די מיניאריטעט, דאס איז ס"ה א רול וואס סענאט האט איינגעפירט אין יאר 1806 ארום 18 יאר נאכן באשטעטיגן די קאנסטיטוציע.
און די רול איז לויט מאנכע געשעהן ביי מיסטעיק..!! פאר מער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

זייער קלאר, און אמת׳דיג!

דער קאנסטיטוציע הויבט זיך איך מיט א ליניע: מיר די מענטשן
ווען מען שרייבט עס ווען היינט וואלט מען עס אנגעהויבן מיט: מיר די אומ-מענטשן
דער רעגירונג אין איר סיסטעם ווערט יעצט געפירט אויף א ״במקום שאין איש״ מאוד
נו גוט, נו שוין!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געליינט און נאע געהאט.

שמאטע האט געשריבן:עס איז א נייע מציאות, א נייע וועלט... און אויב אזוי..... אפשר גייט מען צו א פארלאמענטארע סיסטעם און פארטיג.... וועט זיין וואלן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.... ווען זיין פרייליך און עס וועט העלפן די עקאנאמיע....


דער רבי זאגט דאך שוין אין ליקוטי מוהר"ן מען זאל זיך משמח זיין אפילו במילי דשטותא, אידאך נישט מער ווי רעכט אז ביינאזאם מיט פאצטעמפס און אכטער זאל די רעגירונג אויך צושטעלן אביסל שמחה.

פרעזידענט האט געשריבן:זייער קלאר, און אמת׳דיג!

דער קאנסטיטוציע הויבט זיך איך מיט א ליניע: מיר די מענטשן
ווען מען שרייבט עס ווען היינט וואלט מען עס אנגעהויבן מיט: מיר די אומ-מענטשן
דער רעגירונג אין איר סיסטעם ווערט יעצט געפירט אויף א ״במקום שאין איש״ מאוד


ריכטיגע רייד, עס אידאך פארט א דור תהפכות...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

פעיק נוז האט געשריבן:WOW @שמאטע!!

אזוי גוט! אזוי אמת! און ....... אזוי ווייטאגליך .....!

שיקרא לא קאי; מ׳האף מיר אויף התגלות ׳מלכות שמים׳ במהרה...
פארק סלאופ
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 3:18 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארק סלאופ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מתנות פאר די בני בית און די גאנצע משפחה וכו'. דעליווערי בחנם צו אייער פאסט קעסטעל אין 2-3 טעג
http://www.ijeweled.com
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

דא האב איך ג'עפענט א באזונדער אשכול צו מען זאל עלעמענירן די צוויי פארטייען
viewtopic.php?f=21&t=38853
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געווענליך פיר איך מיך נישט צו ליינען אזעלכע ארטיקלען, דאס מיינט ארטיקלען געברענגט פון לכתחילה אריבער פון אנדערע פלאטפארמען ווייל איך פיל זיך אויסגעשפילט אז איך מוז עס באקומען דורך א כלי שלישי צו חמישי שישי אבער דא האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך מוז טאקע מגיב זיין אויפן ארטיקל
אבער קיין ווערטער האב איך נישט סאיז דאך כמים קרים על נפש השאטדאון דעריבער וועל איך זיך באגנוגען מיט דאס ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאטאקי08 האט געשריבן:געווענליך פיר איך מיך נישט צו ליינען אזעלכע ארטיקלען, דאס מיינט ארטיקלען געברענגט פון לכתחילה אריבער פון אנדערע פלאטפארמען ווייל איך פיל זיך אויסגעשפילט אז איך מוז עס באקומען דורך א כלי שלישי צו חמישי שישי אבער דא האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך מוז טאקע מגיב זיין אויפן ארטיקל
אבער קיין ווערטער האב איך נישט סאיז דאך כמים קרים על נפש השאטדאון דעריבער וועל איך זיך באגנוגען מיט דאס


RT

אבער די גרינע האבעך נישט געוואלט ריטוויטן.

צוויי פעניס,

1)פשטות האבן די דעמאקראטן געהאט א פאר מאל קאנטראל פון אלע דריי הייזער מיט איבער 60 סענעטארן אין דעם 20סטען סענטארי. ברויך איך אויפקוקן פונקליך ווען.

2)אויב מען מאכט א פארלאמענט איז פשט אז די סענאט מיטן עלעקטארעל קאליזש איז עבאלישד, און אמעריקע איז איין גרויסע לאנד, עכ"פ לגבי ערוועלן די צענטראלע רעגירונג, אשטאט 50 לענדער ווי היינט.

און די רעפאבליקאנער וועלן צו אזאנס נישט מסכים זיין, עכ"פ וילאנג עס וועט זיין אזוי ווי יעצט אז די GOP האט א נאטירליכע עדזש קעגן די פאפעלער וואויט, סיי אין די עלעקטארעל קאלידזש, נאך מער אינעם סענאט, און אפילו אין די האוז אוו רעפרעזענעטיוו'ס. [אפילו אן דזשערימענדערינג פארדינט די GOP פון דעם אז די דעמאקראטן זענען נאטירלעך מער קאנצענטרירט, דאס הייסט אז עס איז דא אסאך פלעצער וואס איז נאטירלעך D+80 און אפילו מער, און פארקערט איז דא אסאך ווייניגער.]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פרעזידענט האט געשריבן:וען מען שרייבט עס ווען היינט וואלט מען עס אנגעהויבן מיט: מיר די אומ-מענטשן

;l;p- ;l;p- ;l;p-
או יאמר מיר די פארטייען. קיינער קימערט זיך נישט מיט די מענטשן
לעצט פארראכטן דורך הענדימען אום מיטוואך יאנואר 23, 2019 1:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

זייער קלאר צולייגט די מציאות
סוף מעשה במחשבה תחילה.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיטן סופרים קאורט ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט
סגעדענקט זיך זייער גוט ווען הויפט ריכטער ראבערטס א רעכטער האט געשטימט לטובת אבאמא קעיר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”