בלאט 1 פון 3

יודישע שאלות

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:36 pm
דורך גולם פון פראג
כגעדענק איינער פון מיינע בעסטע ארטיקלען דא אין וועלטל איז יענע באקאנטן ארטיקעל פון שאץ מאץ וועגעןן" "אידישע תאוות" אזוינע ווי למשל זיך קראצן די פיס אין מקוה אדער מאכען שיין די פיאות.
איז מיר איינגעפאלען אזא געדאנק.
כהאב שוין לאנג באמערקט אז סאיז דא אסאך שאלות וואס נאר היימישע אידעלעך פרעגען זיך איינער דעם צווייטען און קיין גוי וועט דאס נישט פארשטיין. במילא כוועל דא מאכען א שטיקעל ליקוט פון יודישע שאלות. כבעט די עולם זאל מוסיף זיין.

וואו דרייסטו דיך?
(הערה: א גוי האט נישט קיין מקוה מיט דרייעדיגע טירען במילא קען ער זיך נישט "דרייען")

שוין גע'מעריב'ט?

די מקוה איז הייס? קאכעדיג?

וועלכע יוצרות זאגט מען?

וויזוי פאסטו?

וועמענס איידעם ביסטו?



ועל כולם....
ווען אידער זמן????

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:05 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
וויזוי איז געווען די טשולענט?

ווער האט געדאווענט מוסף?

ס'גייט למעשה שנייען?

ווען איז די מולד? (שוין עטליכע מאל איבערגעפרעגט אידן א רגע נאכן אויסרופן אין קיינער עפעס האט נישט געקענט אויסרעדן...)

איר פאהרט אפשר קיין בארא פארק?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:39 am
דורך פרעזידענט
האסט רעשט פון א פיפציגער?

איר קענט מיטנעמען אן ענוועלאופ קיין מאנסי?

קענסט מיר טוישן א טשעק?

איר נעמט קרעדיט קארד נומער?

מען קען מסדר זיין די מכס?

האסט א טעל בוק?

ווער איז די אנדערע מחותן?

וועלעכע סדרה גייט די וואך?

קענסט די ואני?

איר ווילט מיטזאגן ויכילו?

מען קען ביטע אויפשרייבן אין דעליווערן?

ער גייט א ביבער היט אדער שטאפענע היט?

ווער גיבט די הכשר דא?

מען קען רעדן פון א דיסקאונט?

אלעמאל אזוי קאלט דא?

האסט שוין געקויפט די ראפעל?

מאנט אדער דשעלי?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 6:09 am
דורך nmi
ער צאלט דיר מיט ירקות?

וואס מאכט משה מעכיל?

וויאזוי איז דיר געלאנגן די יחץ?

די יכולסט?

דו דארפסט קאלטס און ווארעמס? (זאג עס פאר א גוי, ער וועט זיין העפפי...)

די דרייסט זיך מיט כלים?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:31 am
דורך גולם פון פראג
;l;p- ;l;p- ;l;p-
א דאנק יעדן פאר די שיינע הוספות.

-----

ביסט מיך מוחל?

שוין די זעכציג?

ווער איז קוואטער?

וועלעכע פארקאש?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:51 am
דורך פראהביטש
גולם פון פראג האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
א דאנק יעדן פאר די שיינע הוספות.

-----

ביסט מיך מוחל?

שוין די זעכציג?

ווער איז קוואטער?

וועלעכע פארקאש?

האסט געזען די נייע אשכול פונם גולם?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:42 am
דורך קלאָצקאָפּ
נו חתן, ווי גייט די שלום בית?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:45 am
דורך גולם פון פראג
סמוז זיין אויף די ביכער?

פששש... אן אייגנס?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:50 am
דורך לבלוב
ווען האלטס'טו ניטל?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:16 pm
דורך יש בו
דיין טאטע ווייסט אז ביסט דא?
נו חתן, מ׳גרייציך?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:33 pm
דורך לבלוב
יש בו האט געשריבן:דיין טאטע ווייסט אז ביסט דא?

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו דיי טאטע וויס טאקע אז דו ביסט דא??? אההה...????

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:43 pm
דורך SPUSMN
ווען איז סוף זמן קר"ש?
שוין געזאגט ברכות?
שוין אנגעהויבען הודו?
שוין געזאגט ברכו?
שוין געמאכט קידוש?
שוין געלערענט היינט?
שוין געווען אין מקוה?
וואס איז דער חידוש?
(פאר למדנים) ווי שפאלט זיך דאס?
קענסט מיר טוהן א גמילת חסד?
קענסט בלאזען שופר?
וועליכע חסיד ביזטו?
ווי האסטו געלערענט?
פון וועליכע שטאל קומסטו?
האסט שוין געטוהן תשובה?
ווען האסטו בר מצוה?
וואס איז די מציאה?
ווען שערט מען אפ?
ווי האסטו געקויפט דער שטריימאל?
האסט שוין אפגעשוירען די נעגעל?
האסט שוין אפגעברענט די לעכט?
ביזט שוין גרייט פאר שבת?
שוין געצינדען ליכט?
האסט שוין געדאווענט?
האסט שוין געבענטשט?
האסט שוין געזאגט ברכות?
האסט שוין מעביר סדרה געווען?
ביי וועמען קען מען אפשפרעכען?
איזי ער א צדיק?
איז ער א תלמיד חכם?
איז ער פרום און ערליך?
וויפיל קאסט א שדכן?
ווער איז געווען די שדכן?
פון ווי קומסטו פון דער אלטע היים?
האסט אים שוין אריין געזאגט א פסק?
אין וועליכע בית המדרש טרעט ער נישט אריין?
שוין געטשעקט פאר שעטנז?
שוין געמאכט איי מיט צוויבעל?
שוין געמאכט א שהחינו?
וואספארע ברילען גייט ער?
וויאזוי גייט ער די פאות?
גיבט ער מעשר?
האט ער שלום בית?
איז ער א מיוחס?
האט ער פרנסה?
העלפט ער אנדערע?
איז ער צופרידען מיט זיך?
ליידט ער אויף מיחוש'ן?
האט ער שוין חתונה געמאכט די ערשטע קינד?
האלט ער שוין ביים מעזיניק?
איז ער א היגער?
וויפיל אפיקומן'ס האט ער שוין געגעסען?
ביזט מיר מוחל?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:54 pm
דורך יש בו
ער איז אניימישער?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:55 pm
דורך יש בו
לבלוב האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דיין טאטע ווייסט אז ביסט דא?

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו דיי טאטע וויס טאקע אז דו ביסט דא??? אההה...????

:oops:

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:03 pm
דורך גולם פון פראג
ספוזמאן, נאך "וועלכע חסיד ביסטו" קומט גלייך:

וועלכע טעגלאש?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:14 pm
דורך אדער יא
וויאזוי געלונגן די יחץ?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:15 pm
דורך גולם פון פראג
וויפיל מעלאנעס איז ער ווערד?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:17 pm
דורך SPUSMN
זאגט ער צו קעסט?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:29 pm
דורך גולם פון פראג
אז דו ווייסט וואס זאגסטו נישט?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:31 pm
דורך ישוב הדעת
יואל בן?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:46 pm
דורך גולם פון פראג
ישוב הדעת האט געשריבן:יואל בן?

;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:59 pm
דורך ניס קראכער
מאכסט א פדיון?

ביסט אין כולל?

ווי שלאגסטו כפרות?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:05 pm
דורך גולם פון פראג
יאנעווע אדער מאראקאער?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:05 pm
דורך גולם פון פראג
פועלטס אויס אלעס גוטס?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:08 pm
דורך קלאָצקאָפּ
גולם פון פראג האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:יואל בן?

;l;p- ;l;p-