מיין חנוכה פארברענג.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

מיין חנוכה פארברענג.

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 09, 2018 2:02 pm

א גוטן חנוכה ! !

מתחילה האב איך נישט געוואלט שרייבן דערוועגן בכלל ....! אבל אחר כך, חשבתי בליבי שאפשר ישמח בזה הני חבריא ויהיה תועלת, על כן התחרטנה בהון מעיקרא . נאך דעם האב איך געטראכט אז איך וועל עס שוין שרייבן ערגעץ אין עפעס א עקזיסטינג געהענגל, אבל גם בזה אמרתי בליבי שאפשר אם יתרבה אשכול אחד לא תהיה ווערי ביג פראבלעם. על כן .... כי רבים הם ואי אפשר לפורטה על כן יהיה בעיניכם כאליו הייתי פוטרם.

באמת איז וואס וויל איך דא ? אינטערייסן סתם אין די עולם ומלאו אריין ? ! ס'האט נישט קיין שום הסבר, סתם חוזק מאכן ? פארוואס ? פארווען ? נאר וואס דען ?! ס'אוי נישט סתם חוזק מאכן נאר פשוט פארציילן דברים כהווייתן.

ווי זאגט יוסי, ער האט ליב די פאליטיק ארום די פאליטיק..... ס'אוי איך האב ליב די זאווארכע ארום די זאוועראכע...

אן קיין קורצע הקדמות העל איך גיין גלייך צום ענין.....
דע מוצ"ש העבר עלינו לטובה. האט מיין שוויגער זז"ג דיסיידעד,...... יא האסט גוט געגסעסט ! אז מ'גייט מאכן א "פאדי"...... יעעעעעההההה....!!!!!! הארעההה !!!!!

נאכן זיך צונויפרעדן מיט די געריבנסטע טאכטער "דבורי" (זי איז געריבן ווייל זי קען רעדען הויך.... און שעמט זיך די ווייניגסטע פון די מענער) איז געבליבן אז מוצ"ש איז די בעסטע צייט.! איי פארוואס ? אפאר סיבות ! קודם קען זיין די מערסטע פאנטשעריין פון אנדערע משפחות! און שוין...... איך מיין ס'איז גענוג סיבה.

שוין, ווי זוי מ'צווינגט ! ווייסטעך, איך בין וואויל, סאוי איך שטעל מיר פאלי צו.

שוין, גלייך ביים זמן, הייבט זיך שוין אן די הכנות פאר די פאדי......!!!!!
מיין שווער זאל זיין געזונט, מאכט נישט קיין פאדיס! נאו וועי !! ווי איז די גאנצע זאך געהערט געווארן ? הא..... פון ווי..... הא ?! ביי מיין טאטע ?! עה ?!!! ניטאמל א חנוכה מסיבה ? וואס איז יעצט? יעצט דארף מען לערנען ווי מער ! להשכיחם תורתך.... (איז ער נישט גערעכט? ! ) שוין, באט יעצט איז עס א מלוה מלכה ס'אוי איז די מצב אביסל גרינגער.

שוין מענדיגט די האלבע יאר אפפססס... סארי די האלבע שעה, פון די לעכט.
אזוי זעט מען עס ווען מ'גרייט זיך נישט צו פאר חנוכה, מהאט נישט קיין געדעולד צו גארנישט . די זייגער ווינדערט זיך פארוואס מקוט אים אן יעדע מניט מיט בייזע בליקן..... אפשר דרייסטו זין שוין ! ! ! שוין לאמיר נישט ווערן א מוסר זאגער, איך רעד צו מיר אליין, אזוי פלעגן זאגן די מגי"ש. שוין לעטס קאנטיניא.

מ'ריפט מיר אריין פאר הילף צו אנהייבן אפבאדען די קינדער, וואס מיינסטו ? גיין אזוי פלעין? מיט פדזשאמעס ?! עה ...! פריש געבאדן ! געמאכט די האר ! מיט די נייע אוטפיט ! וואס מ'האט געקויפט פאר ווינטער! (?) אז נישט וואס פעלט אויס צו קויפן נייע ?! אזוי אפשר.. אפשר.... וועט איינער זאגן, זוייייי קיאט סאוי סוויט !! א דארעבעל !

שוין אן קיין לאנגע זאכן, מ'זעצט זיך אריין אין אויטא מאביל ! העעעםםםם..... מעפארט!

מקומט אן, מ'הייבט אן אויספאקן די קינדער, גערידזש, גאנצעטע בעגסט מיט זאכן וואס מ'ווארט שוין צו געבען פאר די שוועסטער \ברודער, פאר די לעצטע יאר..... קומט מען יעצט צו שלעפען מיט, באקסעס, גארבידזש בעגס מיט לעכער וואס רייסען זיך איבער פון גרויס שווערקייט...

שוין ענדליך די קאר איז ליידיג , מקריכט ארויף צו די שוויגערס 6קסטע שטאק. די שמעק פון די שכינים ש'פירט זיך אין די גאנצע וועג ביזן טיר , פון איינעם טשאלענט, פון איינעמס הויז רינט א טרעלל פון פיש זאפט ביז די טיר ארויס, בקיצור אט שטייט מען שוין ביים פרייליכדיגע שוועל.... אסתי, גיי די פאראויס ! זאגט זאג איך איר (ס'איז דאך דיין מאמע) זי שטעלט די קינדער אין פארענט, ווי א "פאנצער" און קנקקקק....... קנקקק..... חנעלע די צוויי יעריגע מיידל געט א פראלל אויף די טיר . "פיייכלען כהאניקע".......! די גאנצע עולם פארט אריין ווי א טשטשאטא טרען....!

די דאמף איז מיר גלייך קעגען געקומן אין פנים פון די "ריזיגע דיינוג רום"...!
די קשיא פון "אנא יכנס" ? איז נאך וועלעדט נאך דעם, וואס איך בין נישט געמאכט פון פלאקס! בקיצור, מ'שטיפט זיך אריין מיט די גרעסטע שמייכל מעגליך, וואס הייסט מגייט זיך צו טרעפן דא מיט אלע (אומ)באקנטע שוואגערס!.

די עולם האט געמאכט די פרייליכע אההההה........ קום אריין!!!!!!!! די שוויגער האט געלעגעט אלע קליינע שטערענס.....

מ'טוט אויס די קינדער, די קאוטס ארויף אויף די אנדער קויטס, אזוי איין הוד אויף די אנדערע, און נאכדעם געט אלעס א סלייד אראפ.
נאכדעם וואס יעדעמס אויגן זענען געוואנדען צו מיין ריכטונג ווייז איך פאר יעדעם וועלכע בעג ס'איז פאר אים.

אין מגייט זיך צוזעצען ! איך גיי מיר וואשן נאך דעם וואס די שווער ווייזט אזוי מיט די הענט ......! ווי מדרייט א סטערינג וויל, צוגעמאכט דע הענט און משאקעלט עס צו רעכטס לינקס....

שוין מ'זיכט אויף א בענקעל מער פון אונטען צו מעריב זייט , אפשר איז דארט אביסל ליפטיגער, ווי צווישן צוויי מויערן פון אנגעפילטע בעקיעטשעס... אבער דארט איז נאר דא אזא צוזאמלייג בענקעל, געבארגט פון די פיינע שכן. אזאנס וואס גיסט אויס די מענטש, און שיעף ווי א גליטשער, אדער ווי אויפגעהויבנע זאמד טראק , און מיט עפעס א שטיקעל ספאנטש דערויף, מיט שטעכערס פון סקראלס דעראונטער, נאכן זוי זיצן א האלבע מניט ריק איך מיך שנעל צו אזא דיינוג רום בענקעל.

איך געב שלום, מיט א שמייכל , בגדול החל ובקטון כילה , איך זאג א גוטן חנוכה, און ער זאגט מיר צוריק "א בעסערן" (מורא'דיגע ענפער.. שיגע צו ווערן..!)
איך וויש אפ די גלזער פון די הויך, און מעאנטירט זיך אביסל.

יעדע מינוט דארף איך מיר אריין פאנטשן אין טיש, ווייל איינער וויל אריבער גיין אונטער מיר, סאוי וואט ? ווי קלענער די פלאץ אלף מער די שמחה ! ניין ? !
נאך זיצן 5 מינוט זאגט מיר די בענקעל, אז ער ווערט ממש איינס מיט מיין הויזן, נאכדעם וואס די פלעסטיג איז שוין צו הייס.

איך וויל נישט חוזק מאכן פון מיינע שוואגערס, יעדער איז באמת זייער א פיינע זאך, נאר נישט יעדער איז פון די זעלבע סארט, מילא איז עס אביסל .......
למשל, איינער איז ווי חריף זייער שארף און רינדיג, איינער איז ווי א פארמאכטע פעסטעשטא, איינער ווי א זויער פיקעל, איינער ווי געשמקע אווערנייט קוגל, איינער איז זיסע סוידע, איינער ווי געפילטע פיש, איינער ווי כריין,
למשל, קוקל מיט זויער פיקעל ? מחי'. געפילטע מיט כריין מחי'. טשאלענט מיט קאלא סאדע מחי' . די פראבלעם איז ווען ממישט אויס דע אלע זאכן אין איין טעלער..... ווי די קינדער ביי שלש סעדות, דעמעלטס דארף איך נישט זאגן וויזאוי סזעט אויס. אזוי איז ווען אלעס דא זיצט ביי איין טיש, סאיז פשוט דזשאסט .....!



שוין לעטס סי וואס "דבורי"..... האט צו פארקויפן..... לאמיר זענען צו ס'איז דא אויף וואס א ברכה צו מאכן ?!

ווי ס'גייט ביינאונז אז יעדער שלעפט מיט עפעס פאר די פאדי. למשל איינער, טאנע ביט אייהער,.... איינער די אייער, וגמ'

נישט ווינסדיג וואס מיין שכן האט געמאכט, רוף איך מיך אן, דע טאנא איז נישט אין מויל צו נעמען....! ער געט זיך ספאנטאן א דריי צו מיר, פון זיין ריזיגע רויטע אויער האב איך שנעל פארשטאנען אז מדארף מאכן דא עפעס א תורה...., פרעג איך אים די... ? די... האסט געברענגט די... ? זאגט ער יא! זאג איך אים עעממממ..... ס'איז נישטא גיין לעפעלעך, איך קען עס נישט נעמען און מויל אריין.......... אזוי האט מען זיך ב"ה ארויס געדריידט פון די טהאנע סומעכטע.

שוין וואס צו עסן איז אמממ... אממ... געווען! סעלצער איז געווען ווארימע ! בקיצר איך גיי נישט אויסרעכענען וואס ס'איז אלץ געווען כוועל נאך באלד באקומען א אישי פון מיין שוואגער אז ער האט מיר דערווישט!

די פערעל ווערטער פון מיין שווער אויף "נתן יוסף" קשיא, האב איך נישט געקענט הערן, צוליב די ההעההעהעהעהעה יוווווייייייי......... כייכיכיכייכיכיכיכיכיככ האהאההאהאהאהאה..... פון די עזרת נחשים, ס'איז עני עני וועי בדרך כלל די זעלבע זאכן יאר יערליך, מציט ארויס א בהאלעטענע פעיפער און מזאגט ....... עפעס א גוטס פון א תריץ, סאיז ממש א שאד סאיז באמת דא שיינע תריצים !

א נס אז ס'איז דא זמירות, אזוי איז דא עפעס וואס ברעכט איבער די געדכטעניש און די אטמספארע. מ'זינגט און דערנאך זאגט די בן תורה איידעם, א גריבענס פון א חידוש, נאך דעם איז דא פאלאו אפ פון א תורה.
און דערנאך די זוהן זאגט עפעס, וואס ער האט זיך אנגעגרייט שוין פון די ערשטע טאג חנוכה, און ס'דריקט אים שוין פון דעמעלטס מיט די פאנקעס אין .....

ביי די מענער שפילט מען נישט קיין געמעס ! ווייל עםםם ..... איך ווייס אויך נישט.. ס'איז נאריש, און קינדעריש איך העל דיר זאגן, איך בין אויך נישט דווקא אינטעריסיט צו שפילן מיט זיי . שיפלען וועל איך ביי מיין משפחה!
די קינדער געגייאכטץ נאך געלט איז שוין באשריבן געווארן דא אויף די וועלטעל אלע מילביגע וויצן פון יעדע שוואגער.

נעקסט, די געים וואס די מאמע קאטשטקעס שפילן, ווייסן זיי אויך נישט, וואס די געים איז... וועסט מוזן קאנטאקטען דבורי אליין צו האבן א שטיקל השגה וואס די געים איז געווען. אויב זי ווייסט יא..
מיטן בענטשען איז יעדער מכובד געווארן, אויפן כוס איז געווען (געהיטן אין די רעדאקציע) ...

נאכדעם האט מען געטאנצען א זיידע רינג, ארום די שמוץ, בענקליך טישן לעפלעך , שמח תשמח אפסס...איך מיין יונים, אזוי יעבנהים יהבנים נקיקבעטצו אלהיי.... לעבדיק שטאט, אף טאן מיט 9 ביט רעיט.... און מיט דעם איז אפציעל געשלאסן די פאדי....

שרייט'ס אלע תולה ארץ על בלימה חי וקין נורא וקדוש !!!!

באמת איז עס געווען זייער א שיינע פארברענג, אין כהאב באמת הנאה געהאט. שכח פאר שוויגער און שווער און אלע שוואגערס איט וואס וועיר נייס. וויל סי יא נעקסט עט ......

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג דעצמבער 09, 2018 2:26 pm

זי הייסט טאקע בלומא חיה, די שוויגער?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 09, 2018 2:29 pm

פלען חיה, אן די בלומא.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:02 pm

שכוח @נישט פשוט פאר די באשרייבונג פון די חנוכה פאדי.....
דו נעמט אויף יעדע זאך אזוי פאזיטיוו, מען קען זיך לערנען פון דיר....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 09, 2018 4:56 pm

דיין פעדער איז @נישט פשוט
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 5:06 pm

ניינע פייעס!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 5:41 pm

אוי האבעך צאמגעלאכט!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 09, 2018 6:45 pm

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 09, 2018 7:49 pm

וויאזוי האט מען זיך למעשה געספראוועט מיט דעם אויפגעקלערטן שוואגער?
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג דעצמבער 09, 2018 8:13 pm

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די ביסט מיין שוואגער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 8:25 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וויאזוי האט מען זיך למעשה געספראוועט מיט דעם אויפגעקלערטן שוואגער?

מ'אט עם אריינגעזאגט אז ער האט נאך נישט אויסגעמעקסט זיינט טוויסט'ס
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:24 am

דער האט א זעלטענער פולן זאפאס פון אויסדרוקן און עקספרעשנ׳ס, אז ס׳קאסט מיר בזונות איטליכע מאל ווען איך לעיז אפ זיינע ארטיקלען, ווען איך נעם מיך שוידערן פון זיינע בליצנדע רעיונות אז אלע מיינע רומיגע קומען צו לויפן.

די טשאטשא טרעין, די פשתן אנא יכנס, אוי און אויפן זאמד טראק בענקל, כ׳האב מיר ממש געשפירט ווי ביים שוויגער אין גארטן, און די גאנצע צונויפשטעל פון דיינע שוואגערס, אוי ס׳האט זיך געגאסן רויעך - דאמפ - רויעך - און הויך - סארא לשונות של ארגמן, מיטן שלוס פון די זיידע טאנץ ארום די לעפלעך האב איך שוין געוואקלט.
איך האב זעכער געהאט א שיינע פארברענג.

קיפ איט אפ, ס׳זאל זיך שטענדיג ביי דיר גיסן וועלן מיר געניסן!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:25 am

און צו אייך ר'בערל ווי זענט איר??

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:48 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:דיין פעדער איז @נישט פשוט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:12 pm

שייער זיין

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:10 pm

קראקעווער ! דיינע לשונות זענען מיר מחי'.... מיינע גלידער פרייען זיך צו דיינע קאמענטארן !

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:40 pm

;l;p-

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 6:29 pm

פיין הנאה געהאט. כאפ אריין די הנאה צו פאליטיזירן דעם פאליטיק ארום די פאליטיק, ווייל נאך אביסל עט דיר דאס אויך נישט זיין אינטערעסאנט. סאו, כאפ אריין, ווילאנג ס'גייט דיך נאך אן אז די בענקל איז געווען שיף, און וואס דו האסט געפיהלט גריסנדיג דיינע שוואגערס ביי די מסיבה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:09 am

א דאנק אייך אלע פארן דאנקן, איבער דאס יאר אי"ה, ביים נעקסטען פאדי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט