וועט פארקומען א ווינטער פארמעסט תשע"ט?

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש,אחראי

ווילסטו זיך משתתף זיין אין די פארמעסט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 5:37 pm

יא
32
59%
ניין
22
41%
 
סך הכל שטימען: 54

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

וועט פארקומען א ווינטער פארמעסט תשע"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

א גוטן ווינטער טייערע חברים!

מען האט שוין גערוקט די זייגער, עס איז צייט פאר א פארמעסט.

ביטע שטימט אויב איר ווילט זיך משתתף זיין אין א פארמעסט היי יאר.

אין פאל מיר האבן בעז"ה 50 יא'ס, וועלן מיר גיין ווייטער מיט די פלענער.

ביטע נאר שטימען אויב מ'האלט ביים צושטעלן אן ארטיקל.

קאמענטארן אדער פארשלאגן וועלקאם דא אין אשכול.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אהההה, איינער נעמט ענדליך די זאך אין האנט אריין. שכח יאסעלע.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נישט פשוט האט געשריבן:אהההה, איינער נעמט ענדליך די זאך אין האנט אריין. שכח יאסעלע.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יאסעלע האט געשריבן:א גוטן ווינטער טייערע חברים!

מען האט שוין גערוקט די זייגער, עס איז צייט פאר א פארמעסט.

ביטע שטימט אויב איר ווילט זיך משתתף זיין אין א פארמעסט היי יאר.

אין פאל מיר האבן בעז"ה 50 יא'ס, וועלן מיר גיין ווייטער מיט די פלענער.

ביטע נאר שטימען אויב מ'האלט ביים צושטעלן אן ארטיקל.

קאמענטארן אדער פארשלאגן וועלקאם דא אין אשכול.


אלזא, ווער זאל שטימען 'ניין'?!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פאר די אינגערע ליינער.
וואס הייסט א פארמעסט?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

ער רעדט לכאורה פון די פארמעסט היינט אין ברוקלין.

ס'איז דערנאך, די פארמעסט איז שוין געווען, די ראודס זענען צוריק אפען.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך האב נישט קיין שאנסן צו געווינען, בפשטות. אויך איך קען מיך דען אינטערנעמען צו שרייבן?! ווענד זיך וויפיל צייט און געדולד איך וועל האבן, איך וויל דאך אבער פארט א פארמעסט, זאל איך סתם שטומען פאר יא ווייל אפשר וועל איך זיין אין די מאד פון פארלירן?! ווייס איך נישט.. עמיצער מיט אן עצה?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

מונאוויטש האט געשריבן:
אלזא, ווער זאל שטימען 'ניין'?!

יש לומר, אז דער וואס שטימט "יא" זאל נאר שטימען אויב ער פלאנט צו שרייבן, נישט אז ער וויל סזאל ארויסקומען, כדאי סזאל נישט סתם זיין, 50ציג יא'ס.
די ניין איז טאקע אביסל קאמפלא, ער האט געוואלט וואלן מיז ער ער מאכן צוויי אפציעס, ער קען טוישן צו, איך וויל נישט שרייבן אבער כהעל שטארק הנאה האבן אויב סעוועט ארויסקומען.
בדרך אפשר.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

געשטימט אויף יא, דאס הייסט אז כ'בין גרייט אוועקצוגעבן פון מיין צייט און צושטעלן אן ארטיקל. וועט דאס אריינגיין אין פארמעסט צו מען זאל דאס אריינשטעלן אין אן אויסגאבע בכלל (צווישן די הונדערטער ארטיקלן), אדער גייט אלעס אריין, נאר מען וועט זיך ארומ'טענה'ן וועמענס איז די בעסטע?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

דערווייל איז דא 18 וואס זענען גרייט זיך צו באטייליגן.

נאך איינער?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

מהאלט שוין ביי 20
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אאפס געשטימט יא ביי מיסטעיק.
אבער כ'פלאן נישט צו שרייבן אן ארטיקל סא נעם צוריק איין וואויט.
איים סאררי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

eller האט געשריבן:אאפס געשטימט יא ביי מיסטעיק.
אבער כ'פלאן נישט צו שרייבן אן ארטיקל סא נעם צוריק איין וואויט.
איים סאררי

פארוואס נישט? שאץ זיך נישט אונטער, הרב עללער!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מונאוויטש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אאפס געשטימט יא ביי מיסטעיק.
אבער כ'פלאן נישט צו שרייבן אן ארטיקל סא נעם צוריק איין וואויט.
איים סאררי

פארוואס נישט? שאץ זיך נישט אונטער, הרב עללער!

ליין מיין חתימה.
פשוט געוואלט זיין אויפריכטיג אז מיין וואויט איז געווען א טעות (נישט באמערקט קודם אז מ'דארף מאכן אן ארטיקל).
כ'האב נישט די געדולט און צייט צו מאכן אן ארטיקל.
לעצטענס קום איך דא אריין זשאסט צו זעהן די נייעס פאר אפאר מינוט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יאסעלע האט געשריבן:דערווייל איז דא 18 וואס זענען גרייט זיך צו באטייליגן.

נאך איינער?

דו קלערסט אז ס'איז צו ווייניג?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

יא. ווייל פון 18 וואס טראכטן פון שרייבן, וועט ע"פ חשבון נישט אריינקומען מער ווי 7 שטיק. איך האב געמאכט ריסוירטש.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יאסעלע האט געשריבן:יא. ווייל פון 18 וואס טראכטן פון שרייבן, וועט ע"פ חשבון נישט אריינקומען מער ווי 7 שטיק. איך האב געמאכט ריסוירטש.

הייסטעס כ'קען רואיג וואוטען פאר יא...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די פריערדיגע פארמעסט:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=32092
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=32287

געווען אמאל אן אייוועלט!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

"געווען".
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יאסעלע האט געשריבן:יא. ווייל פון 18 וואס טראכטן פון שרייבן, וועט ע"פ חשבון נישט אריינקומען מער ווי 7 שטיק. איך האב געמאכט ריסוירטש.

25, נא כ'דארף וויסן.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך וויל מציע זיין אז אפשר זאל מען דאס מאל מאכן די פארמעסט אויף אביסעל אן אנדערן אופן

מ'זאל ארויסשטעלן א מעשה, אפגעשריבן קורץ און טרוקן די פאקטן פון די עפיזאד, און די טלאנטפולע שרייבער וועלן איבערשרייבן די מעשה לעבעדיג און קאלירפול, און די פארמעסט וועט זיין, ווער ס'וועט די בעסטע קענען אראפגעבן די טרוקענע 2 שורות אויפן געשמאקסטן אופן.



ס'האט פארשידענע מעלות

א. ס'איז א גלייכע פארמעסט, ווייל אסאך מאל די וואויטערס שטומען אויף א ספעציפישע ארטיקל פשוט ווייל איהם ציעט די נושא, הגם אלס שרייבן טאלאנט איז ניק פלוני סאך מאכטפולער, משא''כ ווען יעדער שרייבט די זעלבע מעשה, קומט קלאר ארויס די שטריכן פון יעדעם באזינדער.

ב. ס'איז פילפאכיג אינטרעסאנטער און פרישער, צו זעהן ווי ווייט 2 מענטשן נעמען די זעלבע 2 שורות און ער מאכט דערפון א ווארימע לאקשן קוגעל און דער צווייטער צושניטענע קאלטע מעלאנע,

ועוד ועוד
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך וויל מציע זיין אז אפשר זאל מען דאס מאל מאכן די פארמעסט אויף אביסעל אן אנדערן אופן

מ'זאל ארויסשטעלן א מעשה, אפגעשריבן קורץ און טרוקן די פאקטן פון די עפיזאד, און די טלאנטפולע שרייבער וועלן איבערשרייבן די מעשה לעבעדיג און קאלירפול, און די פארמעסט וועט זיין, ווער ס'וועט די בעסטע קענען אראפגעבן די טרוקענע 2 שורות אויפן געשמאקסטן אופן.



ס'האט פארשידענע מעלות

א. ס'איז א גלייכע פארמעסט, ווייל אסאך מאל די וואויטערס שטומען אויף א ספעציפישע ארטיקל פשוט ווייל איהם ציעט די נושא, הגם אלס שרייבן טאלאנט איז ניק פלוני סאך מאכטפולער, משא''כ ווען יעדער שרייבט די זעלבע מעשה, קומט קלאר ארויס די שטריכן פון יעדעם באזינדער.

ב. ס'איז פילפאכיג אינטרעסאנטער און פרישער, צו זעהן ווי ווייט 2 מענטשן נעמען די זעלבע 2 שורות און ער מאכט דערפון א ווארימע לאקשן קוגעל און דער צווייטער צושניטענע קאלטע מעלאנע,

ועוד ועוד

אבער ס'איז אסאך אינטערסאנטער ווען אונז באקום מער 15 - 20 זאפטיגע מעשיות........
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

eller האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך וויל מציע זיין אז אפשר זאל מען דאס מאל מאכן די פארמעסט אויף אביסעל אן אנדערן אופן

מ'זאל ארויסשטעלן א מעשה, אפגעשריבן קורץ און טרוקן די פאקטן פון די עפיזאד, און די טלאנטפולע שרייבער וועלן איבערשרייבן די מעשה לעבעדיג און קאלירפול, און די פארמעסט וועט זיין, ווער ס'וועט די בעסטע קענען אראפגעבן די טרוקענע 2 שורות אויפן געשמאקסטן אופן.



ס'האט פארשידענע מעלות

א. ס'איז א גלייכע פארמעסט, ווייל אסאך מאל די וואויטערס שטומען אויף א ספעציפישע ארטיקל פשוט ווייל איהם ציעט די נושא, הגם אלס שרייבן טאלאנט איז ניק פלוני סאך מאכטפולער, משא''כ ווען יעדער שרייבט די זעלבע מעשה, קומט קלאר ארויס די שטריכן פון יעדעם באזינדער.

ב. ס'איז פילפאכיג אינטרעסאנטער און פרישער, צו זעהן ווי ווייט 2 מענטשן נעמען די זעלבע 2 שורות און ער מאכט דערפון א ווארימע לאקשן קוגעל און דער צווייטער צושניטענע קאלטע מעלאנע,

ועוד ועוד

אבער ס'איז אסאך אינטערסאנטער ווען אונז באקום מער 15 - 20 זאפטיגע מעשיות........


אויף די וועג וועסטו אויך באקומען 20 אנדערע מעשיות :)

ס'איז אסאך פאן...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

איך בין מער ניי אין אייוועלט איך האב נאכנישט אנגעקומען צו ליינען די פארמעסטן, איז אזא ארטיקל געמאכט פאר א פארמעסט ? אדער סמאכט א מעס ? איך רעד ווען משרייבט אביסל לענגער , און בעסער געספעלט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קוקט אויס אז פון יאסעלע'ס זייט וועט זיך דער פארמעסט נישט איינגעבן, ווארום דער שטים בודקע האט זיך שוין פארמאכט און מ'האט נישט געגרייכט די פארלאנגטע פופציג.

איך קלער אבער פון א צווייטע געדאנק, צו אינטערוויען ניקס איבער ספעציפישע נושאים, צ.ב. די וועלכע האבן זיך ארויסגעצויגן צו נייע געגנטער אין די לעצטע פאר יאר. יעדע געגנט א באזונדערע אינטערוויו אויסצושמועסן ערשטהאנטיג אירע מעלות און חסרונות. (די נושא איז לאו דוקא, אויב איינער האט עפעס בעסערס קען ער עס פארשלאגן).

דער געדאנק איז נאך רוי, אבער איך וואלט געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”