די טאטע זיינע איז געווען א געזונטער חברה׳מאן, ער האט אנגעפירט א געשעפט ביי זיי אין שטעטל ווי ער פלעגט פארקויפן געוויסע פראדוקטן, ס׳איז געווען א פארנומענע ביזנעס, ס׳געשעפט איז אלץ געווען ביזי, קאסטעמער׳ס געקומען אינגעגאנגן, געקויפט, באצאלט... אין דאס איז געווען זיין פרנסה.
ער - דער געשעפט׳ס מאן, און פאטער פון אונזער גרויסע מציון איז אויך געווען יענע חברה׳מאן, זיין געשעפט וואס ער האט אנגעפירט איז בעצם געווען א בעלאוני. ער פלעגט פארקויפן נערישקייטן, פאלטשע סחורה אויף וואס ווען איינער זאל ווען טראכטן צוויי מאל פארן קויפן וואס און פארוואס ער גייט צאלן געלט וואלט ער געקענט פארמאכן ס׳געשעפט. וואזשע דען, ער איז געווען א געזונטער סוחר, גוט פארשטאנען צו מארקעטינג, ער האט זיך אויפגעבויעט א ברענד, און פון דארט אין ווייטער האט ער געמאכט א לעבן אויפן עולם גולם. עפעס וואס היינט איז אונעם היינטיגן צודרייטע וועלט נישט קיין חידוש בכלל, מענטשן זענען גרייט צו צאלן שווערע געלטער פארן ״לעבל״.. פארוואס? ווייל ס׳איז א ״ברענד״... אקוצר, כ׳וויל נישט פארקריכן, אבער בערך דאס איז געווען זיין ביזנעס, און ער האט שיין מצליח געווען.
ווען זיין בחור׳ל איז אביסעלע עלטער געווארן האט ער אין ישיבה שטייצעך נישט געוואלט גיין, בכלל איז נישט כדי געווען צו שיקן א בחור מיט אזאנע פראבלעמען אין א ישיבה זיך צו דרייען מיט נארמאלע בחורים, הגם בעצם איז ער געווען א נארמאלע מענטש, פארט איז דארט זיין פלאץ נישט געווען, (אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען די ישיבות געאייגנט פאר ספעציעלע בחורים אווי היינט) טאלאנטן האט ער נאכאלע מעשה׳ס געהאט גוטע, האט ס׳פאטער זיינע באשלאסן אים אריינגענעמען צי זיך אין געשעפט ווי ער זאל פארברענגען דורכן טאג, ער האט זיך שנעל דערלערענט, און נאך א קורצע צייט געווארן די מעין סעילס פערזאן אונעם געשעפט, די ביזנעס האט געזאלט באָאָמען.
למעשה איז דורך א שטיקל צייט און דער פאטער האט איינגעזעהן אז ער באגאנגען פארדריסליכער טעות. נאכן איבערגיין די פאפירן און געלט חשבונות האט ער באמערקט אז זייט ער האט אריינגענומען זיין סייקאו ביי זיך אין געשעפט גייט זיין ביזנעס מיטן פיטום אראפ. סעילס זענען דראסטיש געפאלן, לאנגיעריגע קאסטעמער'ס קומען אהער דא מער נישט אריין, די פאליציעס זענען איבערגעפילט מיט סחורה וואס וואלטן שוין לאנג געברויכט זיין אויספארקויפט...
יענעם טאג גלייך נאכן שפארן ס׳געשעפט האט די בעל הבית, די טאטע פונעם ארבעטער אפגערופן א געסקעדזשעלטע מיטינג מיט איינע פון זיינע ווענדערס, ער האט געבעטן זיין הויפט ארבעטער זיין זין ער זאל מיט אים אהיימקומען, ער וויל מיט אים זיך אדורכרעדן עפעס בנוגע די ביזנעס.
ביים זיך אוועקזעצן אינדערהיים ביים דיינונג רום טיש האט זיין טאטע גלייך צו געטרויטן צום ענין, מיין טייער קינד, מיין געטרייע ארבעטער... כ׳וועל דיר זאגן דעם אמת, כ׳בין דיר נישט אויף חושד אויף גארנישט, אבער זייט די פירסט דעם געשעפט גייען זאכן בארג אראפ. אלטע קאסטעמער׳ס קומען מער נישט אהער, די שעלפס בלייבן פיל, ס׳איז געקומען צו א פוינט אז היינט איז מיטוואך נאכט, די באנק איז נישט געקאווערד פארן מארגענדיגן טאג!.. וואס איך וויל פון דיר וויסן איז, אויב ווייסטו פון וואס איך רעד, און ווי די לאך איז, און וואס די סיבה צו דעם איז, און מיט וואס מ׳ברויך זיך פארעכטן.
טאטע טייערער, וואס זאל איך דיר זאגן. כ׳האב דיר דאס געהאט געזאגט פארדעם, און די האסט זייער גוט געוויסט. איך האב א פראבלעם, איך קען נישט פארקויפן באבקעס פאר מענטשן! אויב קומט איינער אריין מיר פרעגן וועלכע פון די סארט וואס די פארמאגסט איז גוט פאר דאס און יענס, זאג איך אים אויס דעם ריינעם אמת, ״אינז האמער נישט״!.. די עדס וואס פראקלאמירן דיינע פראדוקטן זענען טאקע זייער שיין און אויג פארגאפענד, ס׳רופט טאקע אהער מענטשן דא קויפן, איך קען אבער נישט זיין דער וואס זאל איינרעדן מענטשן שטותים והבלים, כ׳קען נישט, און די האסט גוט געוויסט מיין פראבלעם. און יא טאטע טייערע, ווען א קליענט האט ביי מיר זיך נאכגעפערגט אויף די און די אייטעם, אויב דאס איז גוט פאר דאס און יענס, און אויב ס׳איז ווערד ס׳געלט וואס מ׳בעט דערפאר, איז מיין ענפער צו אים געווען דעם קלארן אמת אז נישט.
זיין טאטע זיצט אויף זיין בענקל, און הערצעך אזוי צו צו זיין בחור, און טראכט.. יעפ, איך אנערקען זייער וואספארא חרבן כ׳האב מיר אליין אנגעווערטשאפט מיטן אריין נעמען מיין ערליכע בחור אנצופירן מיט מיין גניבה שטיק, אבער אזאנס קען איך נישט פארשווייגן. פארמאכן ס׳ביזנעס איז נישט קיין אויסוואל, כ׳וועל אויף א געוויסע אויפן זיך מיזן ארויסדרייען פונעם פראבלעם, און צוריק ארויף ארבעטן די קאסטימער סערוויס אזוי ווי אין די גוטע צייטן ווען איך פלעג אליין סערוויסן קאסטעמער׳ס.
יעצט אבער, האט ער זיך קודם פראבירט זיך איינצוטענה׳ן מיט אים, און זיך גענומען שרייען ווי א הונט; כ׳פארשטיי נישט, פארוואס זאגסטע אז ס׳איז פאלטש, נישט ווערד, ס׳איז א בלאף.... ווילסט מיר איינרעדן אז די ביסט דער ווייסעך וואספארא מבין, די פארשטייט בכלל וואס ס׳טוצעך מיט דיין לעבן!?.. די פארשטייסט צו גארנישט! ביסט א חעלעמער, א שלימזל׳דיג סעילס׳מאן, טויגסט אויף כפרות!.. הער אויף מיט דיינע משוגעת׳ן, העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין צו ביזנעס. יעצט זיי מוחל, מארגן צופרי גיי צוריק אין געשעפט כרגיל, ווען א קאסטעמער בעט הילף זאלסטע אים צופרידן שטעלן געהעריג, און האק נישט אינטער דיין אייגענע טאטעס פרנסה!.. כ׳וויל נישט הערן פון קיין מעשה׳ס, גוטע נאכט!
אויפצומארגען׳ס איז זיין בחור / ארבעטער אנגעקומען און געשעפט ווי נארמאל, אנ-טיים, 9:00 איז די געיט געווען ארויפגעצויגן, ער איז טאקע אנגעקומען צו די ארבעט, אבער נישט נישט מיטן כוונה וואס זיין פאטער וויל...
ער שפאצירט אריין אין געשעפט, און שפארט דעם טיר אינטער זיך. צינד אן די לעקעטער, און גייט אריין אינעם אפיס׳ל וואס איז געווען ביים ווינקל מיט א קליינע טעיוועלע וואס זאגט, ״נאר ארבעטער״.. אויפן פאליציע הערן קאמפיאטער דעסק איז געליגן א שאכטל טולס. זיין טאטע, ווען עפעס איז געווען צובראכן האט ער עס פראבירט צו פארעכטן אליינס, צו שפארן געלט.
ער האט פון דארט ארויסגעשלעפט א גרויסע קראובאר, אראפגעקומען פונעם לייטער׳ל אויך וואס ער האט זיך אויפגעשטעלט, צוריק אריין אונעם געשעפט, זיך ארויפגעשארט די ארמעל, געזאגט א לשם יחוד, און זיך גענומען האקן רעכטס און לינקס, אלעס אראפגעשליידערט אויף דער ערד, און געשמיסן שטיקער, אפילו קיין איין זאך זאל נישט בלייבן גאנץ!..
נישט דורך קיין גאנצע צען מינוט, און די גאנצע געשעפט האט אויסגעקוקט ווי א טערנעידאו!.. שטיקער גלאז, נעגל, שטיינער, האלץ און וואס נישט זענען געווען אויסגעשפרייט אויף דער ערד.. נישט געווען ווי צו שטיין און גיין.. און?.. ער עפענט צוריק די טויער׳ן פונעם סטאר, ער האט אפילו אויפגעהאנגען אינדרויסן דעם רויט בלינקע׳דיג טאוועל ״מיר זענען אפען״.
גייט נישט אדורך קיין צוויי מינוט, א קאסטעמער שפאצירט אריין אין געשעפט..... הע!?
א גיטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?
עם עם.... וואס!?.. וואס פונקטליך גייט דא פאר?.. עפעס איז געשען!?... א גניבה!?.. א איינברעכעריי!?... און וואס איז מיר די מערסט מאדענע דא איז, פארוואס שטייסטו דא אינמיטן געשעפט ווי א בהמה אווי אלעס איז ווען אינארדענונג!?..
זארגט אייך נישט, זארגט אייך נישט... אלעס איז בסדר, אלעס נארמאל פונקט אווי נעכטן. קיין גניבה, קיין גזילה, קיין איינברעכעריי.... גארנישט! ווי צו יעדעם באקאנט פארקויפן מיר דא די בעסטע, שטערקסטע, גרעסטע, טייערסטע געטשקעס!..
און אזוי ווי יעדן טאג זענען מיר דא אייך צו סערווירן מיט א פארברייטערטע סטעף, אייך צופרידן צושטעלן אויפן בעסטן און שענסטן אויפן וואס נאר מעגליך, זיכער צו מאכן אז אונזערע קאסטעמער׳ס גייען ארויס צופרידן, און באקומען גענוי דאס וואס זיי האבן געזיכט.
פאר אונזערע שעות קענט איר ליינען די קאלענדער וואס הענגט דא אויפן וואנט, אויב ברויכט איר א רעסט רום, מיר האבן דאס אויך... עני טינג עלס!?..
ס׳איז געווארן א איבערקערעניש אין שטאט, למעשה האט זיין טאטע תרח אים גע׳מסרט פאר נמרוד׳ן, נמרוד האט צוזאמגענומען די גאנצע וועלט, והיפילו לתוך כבשן האש, השי״ת האט באוויזן ניסים, ער איז ניצל געווארן. אברם האט מקדש שם שמים געווען, יעדער האט איינגעזעהן כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו.
וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ.. וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ..
עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם. א מחלוקה די פרקי דר׳ אליעזר, רמב״ם, רבינו יונה, און נאך... פינקטליך וואס די ניסיונות זענען געווען, לכ״ע איז ״לך לך מארצך״ געווען איינע פון די עשרה ניסיונות, אפילו די כבשן האש איז נישט לויט יעדעם געווען געווען פון די 10..
ס׳איז מיר שווער געווארן א קשיא, וואס פינקטליך האט פאר אברם געבאדערט דאס זיך אוועק ציען פון זיין טאטן? אזוי שווער איז דאס פאר אים געווען, אויף אזוי ווייט, אז אויף דעם שטייט אז דאס וואס אברהם האט בייגעקומען די עשרה ניסיונות, דאס האט געגעבן כוחות פאר די שפעטער׳דיגע דורות עד ביאת הגואל זאלן קענען מלחמה האלטן און בייקומען זייערע ניסיונות. לויט דאס וואס די מדרש אגדה דערציילט אונז וואס אברם איז אלטס אדורך מיטן טאטן תרח, ווי שווער קען שוין זיין דאס אז השי״ת בכבודו ובעצמו באווייזט זיך צו אים און באפעלט ״לך לך מארצך״ גיי אוועק פון דיין גהינום. איז דאס בכלל א ניסיון!? ווער רעדט פון דעם אז דאס איז גאר פון די ״עשרה ניסיונות״ שנתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם.
צו פארשטיין די בחינה וואס כ׳וויל ארויסברענגען, איז כדי צו לערנען איינס פאר די לעצטע רש״י פון פארגאנגענע וואך פר׳ נח.
וימת תרח בחרן. רש״י מאכט א חשבון אז באמת האט נאך תרח געלעבט לאנגע געזונטע יארן, לאחר שיצא אברם מחרן ובא לארץ כנען והיה שם יותר מששים שנה.. וואזשע דען, זאגט רש״י צוויי פשטים, איין פשט זאגט רש״י, הקדים הכתוב מיתתו של תרח ליציאתו של אברם שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו.
איז שווער צו פארשטיין, זייט ווען רעכענט זיך די תורה מיט אזעלכע חשבונות? פארקערט, ווען רבקה האט געזעהן ברוח הק׳ און באפוילן יעקב צו אנטלויפן פון עשו, דארט איז יעקב באשטראפט געווארן פארן פאלגן זיין מאמע, וקפץ עליו רגזו של יוסף, 22 יאר איז יוסף געווען אין מצרים. דא ווען יעדער זעהט און פארשטייט אז אברהם אבינו פאלגט דעם באשעפער און גייט אוועק מבית אביו, און צוגאב אז זיין טאטע האט געדינט עבודה זרה, און אז ער האט אים פאר׳מסרט פאר נמרוד וואס האט אים פאקטיש אריינגעווארפן בכבשן האש, וועם וואלט בייגעפאלן מוציא שם רע צו זיין אויף אברהם צו זאגן לא קיים אברהם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו ?
וואזשע דען, אברהם אבינו האט געוויסט איין זאך, דער רבוש״ע איז אים דא מבטיח ואעשך לגוי גדול, ס׳גייט קומען א כלל ישראל וואס גייען זאגן יעדן טאג אלקי אברהם, איך אברהם איז דער וואס טרעט זיי אויס דעם וועג, ווי ס׳שטייט עטליכע א מאל דערוועגן אין חז״ל, אמר רב קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, שנאמר עקב אשר שמע אברהם בקולי וגו'..
ס׳גייט זיין א כלל ישראל וואס גייט הערן מפי הגבורה אנוכי ולא יה׳ לך און די עשרת הדיברות בדיבור אחד. וואס גייען מיינע אייניקלעך טראכטן אויף זייער זיידע ווען איינע פון די עשרת הדיברות איז כבד את אביך? ער האט האט אויך געהאט א טאטע, ער האט זיך געזארגט, וואס וויזוי גייט מיין אוועק גיין פון מיין טאטע אויסקוקן פאר מיינע אייניקליך? זיי גייען זאגן לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו!?..
אברהם איז געווען א ״פערפעקשעניסט״! אמת, פון מיין טאטע קען איך ״אנטלויפן״, זיין טאטע לעבט נאך!?, סמוך צו דעם שטייט ויאמר ה׳ לך לך, נו, ווי די שפתי חכמים ברענגט, אז דאס אליין איז א שוין א גוטן תירוץ, פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין טאטן תרח!? ווייל דער באשעפער האט געהייסן. כיבוד אב האם האב איך אבער נישט מקיים געווען בשלימות, וואס גייען מיינע אייניקליך אויף דעם זאגן? קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, איך וויל ס׳זאל זיין א דבר השלם!
דאס איז פשט, וימת תרח בחרן, הקדים הכתוב מיתתו של תרח וגו׳ שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו וגו׳.
השי״ת האט זיך גערעכענט מיט ״דעם״. מיט אברהם אבינו זארג איבער וואס מ׳גייט אויף אים דערציילן, ״דאס״ איז געווען אברהם׳ס נסיון ווען השי״ת האט אים באפוילן לך לך מארצך. נישט דאס עצם אוועק גיין, און נישט ח״ו דאס צו ער זאל יא פאלגן השי״ת צו נישט.
מ׳קען אלץ טרעפן גוטע תירוצים פארוואס דא איז אנדערש, פארוואס איך בין אנדערש, פארוואס איך מעג אין דעם פאל טאן אזוי און אזוי, הגם ס׳איז בעצם נישט דאס ריכטיגע. ווייל אפילו מ׳קען זיך אליין דן לכף זכות זיין, מיז מען אין באטראכט נעמען אז וואס אימער מ׳טוט נאר לאזט נאך אלע מעשה׳ס איבער א פלעק, שפעטער וועט מען קענען צייגן, קוק אן, אפילו מיין ״זיידע״ האט געטאן אזוי און אזוי.. דאס איז געווען די גרעסטע זארג וואס אברהם אבינו האט געהאט. וויזוי גייען זיי זיך מיינע אייניקליך ספראווען מיט א זיידן וואס האט איבערגעלאזט זיין א אלטע טאטע והלך לו?..
מיינע טייערע פריינד אחי׳ ורעי׳. מיר זענען אלע דא אויסצופירן דעם זעלבן פליכט, און דאס איז, אז אינזערע קינדער זאלן עכ״פ נישט אויסקוקן ערגער ווי וויזוי מיר קוקן אויס, ס׳וועט בעזהשי״ת קומען א טאג וואס אונזערע אייניקלעך וועלן ניצן אינזערע מעשים טובים, די הלוך ילך אונזערע פאר א GPS אויסצופירן זייערע פליכטן, מאכט זיכער פאר איר טוט א זאך אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן און שטאלצירענד, מ׳זאל זיך קענען מיט דעם גרויסן, ״מיין זיידע״ האט געטאן און זיך געפירט אזוי און אזוי, נישט ח״ו מיין זיידע האט געטאן דאס און יענס ״מיט דעם תירוץ און מיט דעם אויסגעהאלטענעם היתר״...
און אויב וועלן מיר דאס האלטן פאר די אויגן, וועלן מיר בעזהשי״ת קענען ביישטיין שווערערע ניסוינות, און השי״ת וועט זיך מיט דעם רעכענען אויך, אווי ער האט געטאן מיט אברהם, מקדים געווען מיתת תרח ליציאתו, און בזכות זה וועלן אונזערע אייניקלעך זיך מיט אונז קענען גרויסן און צייגן, ״אונזער זיידע פלוני ופלוני קיים כל התורה כולה, און דאס וועט זיי העלפן און זייערע מצבים עד ביאת הגואל בב״א