עקסקלאסיוו צו אייוועלט: סענעטארן טשיקענען ארויס אין פאררעטערישע אקט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

עקסקלאסיוו צו אייוועלט: סענעטארן טשיקענען ארויס אין פאררעטערישע אקט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יא יא! דאס וואס אמעריקאנע בירגער ווייסן שוין פון אייביג אן, אז די אמעריקאנע סענעטארן זענען נישט מער ווי פאפירענע טיגערס, וועלכע שרייען הויעך און לאזן פאלן סטעיטמענטס ווען אימער די טשולענט איז נישט פולקאם פארדייט.... אבער יעדעס מאל עס קומט צו נעמען שריט וועלען זיי - ווי מען רופט עס - "ארויסטשיקענען" און זיך לויפן באהאלטן אין די מייזן לעכער נישט צום האבן (האבן מיט א שטארקע פתח א....).

נאך גרויס פארשונג און איבערמידליכע כוחות איז אונז געלונגען צו לייגן א האנט אויף "שווארץ און ווייס" באווייז אז נישט נאר איז דאס די אקט פון איינצעלנע סענעטארן אין איינצעלנע פעלער, נאר עס איז זאגאר פארהאן א "קאמיטי" אינעם סענאט וועלכע שעהמט זיך נישטאמאל און זאגן אפען אז זייער ציל איז צו "סופארטן" די טשיקענדיגע!!!

און וואס מיינט איר? ווער זיצט אויף די קאמיטי?
איר מיינט אודאי אז דאס איז הויל פארטיי'איש, און אז נאר די מיינארעטי פארטיי נעמט אנטייל אין די אקטן.

אבערוואס! די מציאות איז ליידער אז די "אנפירער" פון די אונטער-ערדישע געמיינע גרופע איז גאר א "ביי-פארטיזען" ליסט מסלתה ומשמנה פון סענעטארן וועלכע שטעלן אהער א פנים ווי זיי זענען דא "פארן פאלק", אבער אונטער פארמאכטע טירן זענען זיי די הויפט אנפירער וועלכע שטיצען און געבן כח פאר די "טשיקענדע" סענעטארן צו אנגיין ביתר ס'הייס וביתר פץ!!

אט האט איר א שטייגער ווי סענעטאר "טם קטן" סענעטאר פונעם "תיבה-ענ-זעג" שטאט, וועלכע שטעלט אהער א פנים ווי דעם פרעזידענטס פארטיידיגער, אבער טיף אין הארצן איז ער פארנומען מיט סאבאטאזש!!

אדער סענעטאר "דוד פרדא" פון די שטאט "ג'ורג'יע" וועלכע איז ערוויילט געווארן אין 2014 צום סענאט.

און סענעטאר "ראגער פרידריך וועבער" פון די שטאט "פרוי ציפי", וועלכע האלט ווארשיינליך אז צוליב וואס ער איז געווען די ציל פון א פאר'סמ'טע בריוו אין 2013 (וועלכע די פאסט אגענטור האט באצייטענס אנדעקט און אפגעשטעלט) האט ער די פרייהייט צו טוען ככל העולה על רוחו...

און ווער רעדט נאך דער רעפאבליקאנער אנפירער פון די געהיימע גרופע, סענעטאר "יונה ן' אייזיקזאהן", אויך פון "ג'ורג'יע", וועלכע טוט אן קיין שולד געפילן טוען פעולות וועלכע זוכן צו אפשוואכען די כח פון סענעטארן וואס ווילן מיט זייער רוח נדובה טון וואס איז ריכטיג..!

ואחרון אחרון הכביד, סענעטאר "עדשים שטיינווארצל" פון "דרום קער-אה-ליינע"!! יא יא!! איך האב געוואוסט אז איר וועט עס נישט גלייבן! - ווייל מיר דא ביים טישל האןב עס אויך נישט געגלייבט, אבער "באגלייבטע קוועלער האבן פאראויסגעברענגט גאר שטארקע באווייז וועלכע טוט אנדייטן און קלארשטען אן קיין שום איבערווייז אויף פארקערט אז יא, אייס אשער יאגוירני באא.... אונזער נייער העלד, טוט אונז נאכאלס פארראטן אונטערן רוקן, און ברענגט אראפ די כח פונעם העכערן הויז.

שומו שמים!!! - לאן הגענו????

היעלה על הדעת אז אין תש19 זאל אזאנס קענען פארקומען לעיני השמש און די באטייליגטע זאלן נישט דארפן אפגעבען דינה'ס חשבון פארן אלגעמיינעם פאלק וועלכע האט זיי אריינגעוועלט פארן אמט מיט די הרגשה אז זיי גייען הבטחה'נען זייערע הבטחות וועלכע זיי האבן מבטיח געווען פאר די אבטיח'ס וועלכע האבן זיי געגעבען דאס בענקעל????

וואו איז יושר?

וואו איז "איבערזוכט פונעם לעגעסלאטיווע צווייג"???

צו זעהן און זיך באקענען מיט די האר-אויפשטעלענדע פאקטן ארום די באריכט, קליקט אויף די לינק דא אונטען.

עס לאזט זיך נישט גלייבן!!

אויפגעדעקט - סענעטארן טשיקענען ארויס אין פאררעטערישע אקט!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

דא בין איך אויך קעגן דעם פרעזידענט, איז דאס נארמאל לאזן טשיקען'ס אויף די פריי.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אוי איז דאס א דורכגעווייקטע שמאטע!!!!

ס'האט א גבול וויפיל מען קען זיך "קאטשקע"נען...

שמאטע: נעקסט טיים די גייסט ממילא ארויף אין עזרת נשים, שיק א גרוס פאר מיסיס ציפי
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

איך וויל מגיב זיין אויף די ארטיקל איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן. שוין, This page was intentionally left blank.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שמאטעלע פליז עקספלעין וואט עי שטיינווארצל העז טו דו וויט עי גרעהעם. איך וואלט נאך געגאנגען פאר א מין קרעקער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”