בין איך שטערקער? אדער בעל הבית?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחשב
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

בין איך שטערקער? אדער בעל הבית?!

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 26, 2018 2:47 pm

"שליטה" אדער "סמכות"? "געוועלטיגן" אדער "אויטאריטעט"?

דער עולם האלט אינמיטן דאווענען, מ'האלט שוין ביים 'יום', דער עולם גרייט זיך צו לייגן די רבינו תם'ס תפילין, ווען מיטאמאל שטורעמט 'ר' יענקל' אריין אין ביהמ"ד, "רבותי! איך וויל דא מאכן יעצט א שיעור, איך האב גערופן א חשוב'ן בעל דרשן ער קומט שוין אהן, ביטע גייט ארויס פון ביהמ"ד, ענדיגטס דאווענען אינדרויסן כדי מ'זאל קענען צוגרייטן דעם שיעור".

-ההאאאלאוו!! איינער האט דיר געפרעגט??! מ'האלט דא אינמיטן דאווענען, -טוט זיך א געשרייעריי פוונעם עולם- דו ביזט באלעבאס דא?? ווער האט דיר געבעטן צו ארגאניזירן א שיעור ווען דער עולם דאווענט?!!

אונזער ר' יענקל לאזט נישט נאך, מיט געוואלד נעמט ער ארויס שטופן דעם עולם, נאך גאנצע שלעגערייען איז דער עולם געווען געצווינגן נאכצוגעבן, יעדער נעמט זיך זיין טלית בייטל מיטן היט און סידור, און מ'יאגט ארויס פון ביהמ"ד אריין אין פאליש, און דער שיעור איז פארגעקומען ווי געפלאנט.

אויפצומארגנס.
דער עולם האלט ווידער ביים "יום", מיטאמאל קומט דער "גבאי הבהמ"ד" אריין אין שטיבל, "רבותי! מ'האט מסדר געווען א שיעור יעצט דא אין שטיבל ביטע ארויסגיין אינדרויסן דאווענען".

און דאס מאל, דער גאנצער עולם הייבט זיך אויף אהן קיין ווארט, און מ'שפאצירט רואיג ארויס צום פאליש פארענדיגן דעם דאווענען, און דער שיעור איז פארגעקומען ווי געפלאנט.

למעשה. זענען ביידע אנגעקומען צו זייער ציהל, סיי 'ר' יענקל' און סיי דער 'גבאי', ביי ביידע איז די שיעור פארגעקומען ווי געפלאנט, פארט איז דא גרויסע חילוקים צווישן די ביידע.
1) אז 'ר' יענקל' האט געדארפט שרייען און ניצן קראפט. ווידעראום דער 'גבאי' האט נישט אויסגענוצט זיין ענערגיע, נאר רואיגערהייט אמגעקומען צום ציהל.
2) איבערמארגן ווען ר' יענקל וועט נאכמאל פרובירן צו ארגאניזירן א שיעור אינמיטן דאווענען, וועט דער עולם זיך שטערקער צוזאמנעמען קעגען דעם נודניק,
און ער וועט מוזן נוצן פיל מער קראפט צו געווינען.
3)'ר' יענקל' איז געווארן דער פארהאסטער מתפלל אין ביהמ"ד, און דער 'גבאי' איז געבליבן דער זעלבער באליבטער 'גבאי' ווי אלעמאל.

פארוואס טאקע איז דער 'גבאי' מצליח אויף אזא רואיגע וועג, בשעת ווען 'ר' יענקל' דארף איבערקערן וועלטן אז זיין רצון זאל ווערן אויסגעפירט?
די תירוץ איז זייער פשוט: דער 'גבאי' האט דער סמכות, ער איז באלעבאס, א נארמאלע מענטש ווארפ זיך אונטער די הנהגה פון דעם פלאץ ווי ער געפינט זיך; 'ר' יענקל' איז סתם א געוועלטיגער, ער נוצט זיין מאכט קעגן דעם עולם, דעריבער טוט דער עולם רעוואלטירן, און ער מוז זיך באנוצן מיט קראפט אנצוקומען צום ציהל.

דער גרעסטער טעות וואס דער 'גבאי' קען מאכן איז, אריינצוקומען אין ביהמ"ד און אנפאנגען צו מאכן קולות און שטופן דעם עולם, שרייען און פארפירן, ווייל דעמאלטס וועט דער עולם זיך נישט לאזן, און אלעס וועט זיך איבערשפילען פונקט ווי ביי 'ר' יענקל', און דער סיבה דערצו איז:
ווייל ער איז ארויס פון זיין קאטעגאריע פון "אויטאריטעט", און אריין אין די שיך פון א "שליט".

דער טאטע אין זיין שטוב איז דער 'בעל הבית', ער האט די 'אויטאריטעט', אויב דער נוסח פונעם שטוב ווירטשאפט גייט אויפן "אויטאריטעט" נוסח, וועט עס מצליח זיין, בעזהשי"ת, אבער אויב ער טוישט זיין פאזיציע צו דער "שטארקער" און "געוועלטיגער", וועט דאס נאר ברענגן ווידערשטאנד רעזולטאטן, א קינד וועט ליבערשט פאלגן דער 'בעל הבית' פון דער הויז, אזוי ווי יעדע מענטש וואס טוט וואס דער באלעבאס וויל, ווי לאנג יענער בעט נארמאלע זאכן, אבער וועט אנטלויפן פון יעדער 'שליט' און ארויפגעצווינגענע מאכט.

וואס זענען די חילוקים פון א "אויטאריטעט" נוסח ביז א "געוועלטיגער"?

1) דער "אויטאריטעט" שרייט נישט, ער זאגט רואיג וואס ער וויל, דער "שליט" דארף זיך באנוצן מיט געשרייערייען.
2) דער "אויטאריטעט" ווייזט נישט קיין שטרענגן פנים, נאר א "ערנסטע פנים". דער "שליט" דארף ווייזן מאכט מיט א שרעקעדיגן פנים.
3) דער "אויטאריטעט" נוצט נישט קיין שטראפן פאר זיין ערשטע מיטל צו איבערצייגן זיין קינד אים צו פאלגן, נאר וועט ליבערשט אים נאכאמאל קלאר מאכן ווער עס איז בעל הבית
דא. דער "שליט" גייט גראד צו 'שטראפן'.

וואס זענען די תוצאות פון דער "אויטאריטעט" און פונעם "שליט"?

1) ביים "שליט" וועט דער קינד זיכן איבערצוקליגן און אנטלויפן פון דער מצב ווען ער קען נאר, ביים "אויטאריטעט" וועט ער ענדערש משלים זיין מיט די מצב.
2) ביים "שליט" ווערט דער אטמאספערע אין שטוב אנגעצויגן און היציג, ביים "אויטאריטעט" פארט אלעס ווייטער על מי מנוחות.
ועל כולם. 3) ביים "שליט" ווערט דער טאטע איינער וועם מ'דארף זעהן צו אויסמיידן, בעת ביים "אויטאריטעט" בלייבט דער טאטע דער באליבטער טאטע און ראש המשפחה.

-------------

מיר אידן זענען בנים למקום, צו אונזער ליבע טאטע, אבינו שבשמים, וויל ער אוודאי אויך נישט אז מיר זאלן אים פאלגן ווייל ער כביכול איז "שטערקער" פון אונז, און עס וועט נישט לוינען אז מיר וועלן ווידערשפעניגן אין אים, אזא הנהגה ברענגט א ריחוק, א דערווייטערונג, א ווילן צו אנטלויפן פונעם מצב, ער וויל אז מיר זאלן אים פאלגן ווייל מיר 'אנערקענען' אז ער איז דער 'בורא ומנהיג' דער 'מלך', און ער איז "בעל הבית" אויף דער וועלט. אזא הנהגה ברענגט א 'התבטלות' און א 'קירוב'. און ואני קרבת אלוקים לי טוב.

און דאס איז דער עמקות פון קבלת עול 'מלכות' שמים. א 'מושל' איז ווער עס צווינגט ארויף זיין ממשלה אויף די אונטערטאנען, א 'מלך' איז דער וועם די מענטשן 'וועהלן' אויס אלס זייער מלך מרצונם, השי"ת וויל אז מיר זאלן אים דינען אלס 'מלך', ווייל מיר פארשטייען אז ער, דער 'בורא ומנהיג', איז פאסיג אים צו פאלגן, נישט ווייל אז נישט וועט עס נישט לוינען.

און אין אנדערע ווערטער, מער בקיצור. "יראת העונש" און "יראת הרוממות".

ו'מלכותו' ברצון קבלו עליהם!.
הוי מחשב...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג יולי 26, 2018 3:05 pm

;l;p-

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 26, 2018 3:23 pm

דער געדאנק שטומט מיט י. זעירא'ס באשרייבונג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 26, 2018 3:41 pm

יישר כח באמת הרב @מחשב, זייער שיין און צום פאוינט.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 26, 2018 3:45 pm

שמו האט געשריבן:דער געדאנק שטומט מיט י. זעירא'ס באשרייבונג


דער פאקטישער מהלך האט געוויסע ענליכקייטן, אבער דער סיבה און צוגאנג דערצו איז גאר עפעס אנדערש, (איך האב גראדע געקלערט צו צוצייכנען זיין ארטיקל)
הוי מחשב...

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 3:48 pm

מחשב ;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:14 pm

PDF
בין איך שטערקער אדער בעל הבית.pdf
(37.15 KiB) דאונלאודעד 53 מאל
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

תגובהדורך געקומען » דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:36 pm

זייער שיין!

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:42 pm

זייער שטארק מחשב.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:23 pm

נאדיר א גרינע ;l;p-
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm

הודו להשם האט געשריבן:PDF
בין איך שטערקער אדער בעל הבית.pdf



יישר כח ר' הודו !

און פאר אלע מגיבים.
הוי מחשב...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:46 pm

wow! מחשב! אזוי שכל'דיג און קלאר אראפגלייגט!! געוואלדיג!
אלעמאל געהאט דעם געדאנק אין קאפ אבער קיינמאל נישט מיט אזא קלארקייט ווי איצט.
קיפ אן!!
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:49 pm

גוט ארויסגעברענגט יישר כח
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:01 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:נאדיר א גרינע ;l;p-

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:59 pm

;l;p-
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:02 pm

מחשב האט געשריבן:מיר אידן זענען בנים למקום, צו אונזער ליבע טאטע, אבינו שבשמים, וויל ער אוודאי אויך נישט אז מיר זאלן אים פאלגן ווייל ער כביכול איז "שטערקער" פון אונז, און עס וועט נישט לוינען אז מיר וועלן ווידערשפעניגן אין אים, אזא הנהגה ברענגט א ריחוק, א דערווייטערונג, א ווילן צו אנטלויפן פונעם מצב, ער וויל אז מיר זאלן אים פאלגן ווייל מיר 'אנערקענען' אז ער איז דער 'בורא ומנהיג' דער 'מלך', און ער איז "בעל הבית" אויף דער וועלט. אזא הנהגה ברענגט א 'התבטלות' און א 'קירוב'. און ואני קרבת אלוקים לי טוב.

און דאס איז דער עמקות פון קבלת עול 'מלכות' שמים. א 'מושל' איז ווער עס צווינגט ארויף זיין ממשלה אויף די אונטערטאנען, א 'מלך' איז דער וועם די מענטשן 'וועהלן' אויס אלס זייער מלך מרצונם, השי"ת וויל אז מיר זאלן אים דינען אלס 'מלך', ווייל מיר פארשטייען אז ער, דער 'בורא ומנהיג', איז פאסיג אים צו פאלגן, נישט ווייל אז נישט וועט עס נישט לוינען.

און אין אנדערע ווערטער, מער בקיצור. "יראת העונש" און "יראת הרוממות".

ו'מלכותו' ברצון קבלו עליהם!.
דאס שטימט זייער אז נאך די 3 וואכען פון שטראף רייד קימט 7 וואכען פון טרייסט
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:07 pm

מחשב הערליך שיין
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:31 pm

מחשב, ארויסגעברענגט די נקודה הערליך און געשמאק, בטוב טעם ודעת! סיי די משל, די משל-נמשל, און די נמשל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

Haklal
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:48 pm

יישר כח זייער זייער גיט ארויסגעברענגט די נקודה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט