די נפלאות הבורא פון "ווינט"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחשב
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

די נפלאות הבורא פון "ווינט"

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:54 pm

מילא 'לופט' פארשטיי איך, מ'דארף דאך קענען אטעמען, אהן דעם קען מען נישט לעבן.
אבער פארוואס דארף זיך טוען א געבלאזעריי? פארוואס דארף מיין היט אראפפליען יעדע צווייטע מינוט און איך דארף אריינכאפן בזיונות עס נאכלויפענדיג אין די גאסן?
פארוואס דארף אלע שטויב אריינפליען אין מיינע אויגן?

לאמיר זיך פארשטעלן א וועלט וואס שטייט אויף איין פלאץ,
יעדע מענטש איז געפארקט אויף זיין ארט, אלעס ווערט פון דארט געטוען,
עס ריקט זיך נישט קיין האנט, און נישט קיין פיס,
עס עפענען זיך נישט קיין טירן, און עס פארן נישט קיין קאר'ס,
עס פליען נישט קיין פייגעלעך, און נישט קיין פליגן און מאסקיטן,
עס ריקן זיך נישט קיין וואלקענעס, און עס פאלן נישט קיין בלעטעלעך.

א טויטע וועלט. הא? קיין לעבהאפט, קיין חיות, אנגעזעצט, א מרה שחורה.

א מענטשנ'ס 'מאטיוואציע' נעמט זיך פון די באוועגונג ארום אים. ארום אים טוט זיך א גערויש און טומל, אלס קומט און גייט, דער וועלט 'ריקט' זיך, אלע מאכן פארשריט,
זאל ער זיין אונטערשטעליג? ניין! לאמיר זעהן וואס קען איך אויך אויפטוען.
הוי אומר, א דער ריקעריי פון דער וועלט איז א הויפט אינגרידיענט אין דער גאנצער הנהגת הבריאה, אין דער וועלט'ס ווערטשאפט.
א מענטש וואס פארלירט זיין מאטיוואציע, ער פאלט אריין אין א מרה שחורה, דער ערשטע זאך וואס עס געשעהט איז, אז זיינע באוועגונגען ווערן אפגעשוואכט און איינגעשטילט,
ער קומט נישט און גייט נישט. גאר עקסטרעם, גייט ער אין בעט אריין.

דער "ווינט" איז דער וואס מאכט זיכער, אז אין יעדע מצב, יעדע רגע, טוט זיך "לעבן" און "חיות" ארום דער מענטש,
בלעטעלעך שאקלען זיך אויפן בוים,
"וואלקענעס" ריקן זיך, אביעקטן אויפן ערד טאנצן ארום, דיינע פיאה'לעך שאקלען זיך אויף דיין זייט,
דער וועלט ארום דיר, ריקט זיך אין באוועגט זיך, און דאס געט אומבאמערקט אריין א 'מאטיוואציע' און א 'חיות' אין אונזער לעבן.

מה רבו מעשיך ה'! אזויפיל טיפקייט און חכמה ליגט אין דיין וועלטל, כולם בחכמה עשית.
הוי מחשב...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:56 pm

דיין פענע מאכט א ווינט דא!!

יישר כח פאר די נקודה למחשבה
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:59 pm

דער מחשב האט אריין געבלאזן א פרישע גייסט דא אינעם וועלטל, ס'זאל זיך נעמען ריקן זאכן,

פיינע נקודה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:01 pm

אה א ווינט א האט אריינגעבלאזן א ניי ניק, און שוין א ארטיקל, ווען קומט די נעקסט?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:11 pm

וואו!! די גאנצע בריאה א שטיק חיות, ווי עס שטייט אין תניא (אגרת הקודש יא) אז בכל עת ורגע מתהוה כל הבריאה יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל.

נאך די שיינע ערקלערונג איז גרינגער זיך מצייר צו זיין

ייש"כ ר' מחשב

מחשב
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 6:33 pm

שכח פאר אלע מגיבים, מאכט מיר שוין טראכטן אז איך קען אפשר טאקע שרייבן.
א נקודה להוספה.

אז מיר פארשטייען די ראלע וואס "motion", ריקעריי, מאכט אויס אויפן בריאה,
און אז דאס איז דער טרייבקראפט פאר א מענטש זיך צו ריקן פאראויס אין זיין לעבן.
וועלן מיר מיט דעם פארשטיין די פשט פון דער "כח המשיכה" וואס דער 'טעכנעלאגיע' האט אויף א מענטש, און דער סיפוק וואס עס גיבט אים בשעת מעשה.

לאמיר זיך פארשטעלן, ווען דער קאמפיוטער וואלט זיך נישט גערוקט בכלל,
למשל, איר גייט ארויף אויף אייוועלט איר ווילט ליינען א לאנגע ארטיקל אבער איר קענט נישט מישן,
אויב ווילט איר גיין ווייטער, מאכט איר צו די אויגן, איר עפנט עס אויף, און אט איז דער קומענדיגן פעידזש, גארנישט ריקט זיך נישט פאר אייערע אויגן, נישטא קיין 'מאוז',
די "עראו" פונעם מאוז אויפן סקרין איז אויך נישט דא, אלעס שטייט און קלאצט.

פארלוירן די גאנצע אינטערעסאנטקייט, ניין?

דער ריקעריי פונעם קאמפיוטער גיבט פארן מענטש דעם געפיל פון 'חיות', פון 'פעולה', עס שלעפט אים אריין אין א וועלט פון 'אויפטוען' ,פיל מיט 'ענערגיע',
וואס דאס גיבט אים א געוואלדיגע סיפוק און צופרידנהייט, אויפן מינוט.

ווען ער געט זיך א כאפ אויף פונעם קאמפיוטער און ער זעט אז ער האט זיך גע'נאר'ט, ער האט גארנישט אויפגעטוען, סתם געשטופט די צייט, געדמיונ'ט,
דאן וועט ער געווענליך אריינפאלן און אזא כמו דעפרעסיע, פון זיין אנטוישונג,
און דאס איז דער סיבה פארוואס רוב מענטשן וואס האבן אן אדיקשן, זענען נישט צופרידן פון זייער אדיקשן.
און דאס איז ביי אלע סארטן 'טעכנעלאגיע', יעדע אויף זיין דרגא, אפי' קליפס וכדו'.
אונטערן באוויסטזיין.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום דאנארשטאג יולי 19, 2018 8:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי מחשב...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג יולי 19, 2018 7:30 pm

ער טראכט (שרייבט) גוט!!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג יולי 23, 2018 9:30 pm

מחשב האט געשריבן:שכח פאר אלע מגיבים, מאכט מיר שוין טראכטן אז איך קען אפשר טאקע שרייבן.
א נקודה להוספה.

אז מיר פארשטייען די ראלע וואס "motion", ריקעריי, מאכט אויס אויפן בריאה,
און אז דאס איז דער טרייבקראפט פאר א מענטש זיך צו ריקן פאראויס אין זיין לעבן.
וועלן מיר מיט דעם פארשטיין די פשט פון דער "כח המשיכה" וואס דער 'טעכנעלאגיע' האט אויף א מענטש, און דער סיפוק וואס עס גיבט אים בשעת מעשה.

לאמיר זיך פארשטעלן, ווען דער קאמפיוטער וואלט זיך נישט גערוקט בכלל,
למשל, איר גייט ארויף אויף אייוועלט איר ווילט ליינען א לאנגע ארטיקל אבער איר קענט נישט מישן,
אויב ווילט איר גיין ווייטער, מאכט איר צו די אויגן, איר עפנט עס אויף, און אט איז דער קומענדיגן פעידזש, גארנישט ריקט זיך נישט פאר אייערע אויגן, נישטא קיין 'מאוז',
די "עראו" פונעם מאוז אויפן סקרין איז אויך נישט דא, אלעס שטייט און קלאצט.

פארלוירן די גאנצע אינטערעסאנטקייט, ניין?

דער ריקעריי פונעם קאמפיוטער גיבט פארן מענטש דעם געפיל פון 'חיות', פון 'פעולה', עס שלעפט אים אריין אין א וועלט פון 'אויפטוען' ,פיל מיט 'ענערגיע',
וואס דאס גיבט אים א געוואלדיגע סיפוק און צופרידנהייט, אויפן מינוט.

ווען ער געט זיך א כאפ אויף פונעם קאמפיוטער און ער זעט אז ער האט זיך גע'נאר'ט, ער האט גארנישט אויפגעטוען, סתם געשטופט די צייט, געדמיונ'ט,
דאן וועט ער געווענליך אריינפאלן און אזא כמו דעפרעסיע, פון זיין אנטוישונג,
און דאס איז דער סיבה פארוואס רוב מענטשן וואס האבן אן אדיקשן, זענען נישט צופרידן פון זייער אדיקשן.
און דאס איז ביי אלע סארטן 'טעכנעלאגיע', יעדע אויף זיין דרגא, אפי' קליפס וכדו'.
אונטערן באוויסטזיין.

געוואלדיגער נייער ניק !

מחשב איז א REFRESHING ניק.

זאגסט דאך גוט, פארשטיי מיר גוט די פראבלעם פון קאמפיוטער אדיקשאן, נו יעצט וואס איז די לעזונג?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 23, 2018 10:02 pm

;/, ={'} %f#@ =k?%0 |{}+ ":"? <:>P{ ף,ף ?ץ. ;y'y; -c:o -:c:h -a;- --s s-l -y- ;k/ '!e ;1@ ;k9; ]0[= :bu:mp: :lol: :oops: :cry: :roll: :i"
זייטיגע נאטיץ
עס טיט זיך דא א ריקעראציע
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יולי 23, 2018 10:14 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זאגסט דאך גוט, פארשטיי מיר גוט די פראבלעם פון קאמפיוטער אדיקשאן, נו יעצט וואס איז די לעזונג?


קודם בין איך נישט געקומען אויפקלערן דעם עולם איבער די פראבלעמען פון די טעכנעלאגיע,
איך האב נאר ארויסגעברענגט א אינטערעסאנטע נקודה, איבער דער אינטערליגענדע סיבה פון דער צו קראפט.

לעצם הנושא.
צום אלעם ערשט דארפן מיר פונאנדערשיידן צווישן נארמאלע תאווה, און אדיקשן,
'אדיקשן' אויב איז עס אויף אן ערנסטע פארנעם, דארף עס פראפעסינאלע הילף,
אבער פאר א נארמאלע מענטש מיט שוואכקייטן צו זיינע נאטורן און נייגונגען,
דארף פשוט אביסל אויסשארפן זיין "כח המעצר" מיט וואס ער איז געבענטש,
צו האבן דער שטארקייט צו זיין באלעבאס אויף זיינע פעולות ווען עס גייט ארויס פון פראפארציע,

ועצה טובה. אויב מ'כאפט אהן דעם הרגש מיט ביידע ציין, וכך אומרים:
אהובי ידידי איך ווייס אז די ביזט א בעל דמיון, באמת טוה איך גארנישט אויף מיט מיין צייט, איך טו נישט און מאך נישט, דו ביזט א פאלשע געפיל!!!
איך גיי נאר ליידן פון דיין דמיון!! נאכדעם ווי איך שטעל מיך אויף פון דער קאמפיוטער בין איך בכלל נישט אין דער גוטע גיסטע!! דו ביזט הוילע שטותים!!!
דו מיינסט אז דו ביזט באלעבאס אויף מיר?? נא נא! איך וועל דיר ווייזן!! (וכדו' וכהנה לפי הצורך)
קען דאס העלפן אביסל אפשטילן דעם מאנסטערישן אינערליכע דורשט צו דעם געפיל פון "פעולה", און העלפן זיך מתגבר זיין עס צו ניצן נאר במידה במשקל ובמשורה.
בעזרתו יתברך.
הוי מחשב...

מחשב
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יולי 23, 2018 10:21 pm

שלומה האט געשריבן:;/, ={'} %f#@ =k?%0 |{}+ ":"? <:>P{ ף,ף ?ץ. ;y'y; -c:o -:c:h -a;- --s s-l -y- ;k/ '!e ;1@ ;k9; ]0[= :bu:mp: :lol: :oops: :cry: :roll: :i"
זייטיגע נאטיץ
עס טיט זיך דא א ריקעראציע


אהההא........ דו פרישט מיר אויף.
אביסל ענערגיע אין די עצמות היבשות....

(לאמיר נישט איבערטרייבן, נישט אלעס איז ריקעריי...אבער הכל ריווח..)
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג יולי 23, 2018 10:26 pm

מחשב האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זאגסט דאך גוט, פארשטיי מיר גוט די פראבלעם פון קאמפיוטער אדיקשאן, נו יעצט וואס איז די לעזונג?


קודם בין איך נישט געקומען אויפקלערן דעם עולם איבער די פראבלעמען פון די טעכנעלאגיע,
איך האב נאר ארויסגעברענגט א אינטערעסאנטע נקודה, איבער דער אינטערליגענדע סיבה פון דער צו קראפט.

לעצם הנושא.
צום אלעם ערשט דארפן מיר פונאנדערשיידן צווישן נארמאלע תאווה, און אדיקשן,
'אדיקשן' אויב איז עס אויף אן ערנסטע פארנעם, דארף עס פראפעסינאלע הילף,
אבער פאר א נארמאלע מענטש מיט שוואכקייטן צו זיינע נאטורן און נייגונגען,
דארף פשוט אביסל אויסשארפן זיין "כח המעצר" מיט וואס ער איז געבענטש,
צו האבן דער שטארקייט צו זיין באלעבאס אויף זיינע פעולות ווען עס גייט ארויס פון פראפארציע,

ועצה טובה. אויב מ'כאפט אהן דעם הרגש מיט ביידע ציין, וכך אומרים:
אהובי ידידי איך ווייס אז די ביזט א בעל דמיון, באמת טוה איך גארנישט אויף מיט מיין צייט, איך טו נישט און מאך נישט, דו ביזט א פאלשע געפיל!!!
איך גיי נאר ליידן פון דיין דמיון!! נאכדעם ווי איך שטעל מיך אויף פון דער קאמפיוטער בין איך בכלל נישט אין דער גוטע גיסטע!! דו ביזט הוילע שטותים!!!
דו מיינסט אז דו ביזט באלעבאס אויף מיר?? נא נא! איך וועל דיר ווייזן!! (וכדו' וכהנה לפי הצורך)
קען דאס העלפן אביסל אפשטילן דעם מאנסטערישן אינערליכע דורשט צו דעם געפיל פון "פעולה", און העלפן זיך מתגבר זיין עס צו ניצן נאר במידה במשקל ובמשורה.
בעזרתו יתברך.

נאך פאר איך ליין וואס די שרייבסט בין איך דיר מייעץ צו שרייבן די תוכן און א פאסיגער אשכול וואס רעדט פון חכמת הנפש, דערנאך קענסטו שרייבן א לינק אין די אשכול .

איך פיל שלעכט מיט מיין עצה ווייל איך האב דיר געבעטן דא צו ענטפערן און יעצט זאג איך העי גיי דארט. אלענפאלס, לאז מיר זיין די נאר, און די מאך זיכער אז דייננע תגובות זענען ווי עס דארף צו זיין
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 23, 2018 10:27 pm

מחשב האט געשריבן:
שלומה האט געשריבן:;/, ={'} %f#@ =k?%0 |{}+ ":"? <:>P{ ף,ף ?ץ. ;y'y; -c:o -:c:h -a;- --s s-l -y- ;k/ '!e ;1@ ;k9; ]0[= :bu:mp: :lol: :oops: :cry: :roll: :i"
זייטיגע נאטיץ
עס טיט זיך דא א ריקעראציע


אהההא........ דו פרישט מיר אויף.
אביסל ענערגיע אין די עצמות היבשות....

(לאמיר נישט איבערטרייבן, נישט אלעס איז ריקעריי...אבער הכל ריווח..)
עס שטייט נישט גארנישט
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישט געפירליך און 18 געסט