קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 2332 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (126.24 KiB) געזען 2330 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' קדושים


תיכף פון אנהייב וואך –שבוע שחל בו הילולת קדשו של רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע- האט זיך שוין געשפירט אין די לופט די פיבערהאפטיגע הכנות לקראת די יא"צ הבעל"ט. און דער שטראם פון אלפי ישראל הייבט זיך שוין אן אנצוזעהן בשעה טובה.

יאר נאך יאר דערקענט זיך די אויסטערלישע שוואונג און וואקסענדע השתוקקות דקדושה פון אלפי ישראל מכל מקומות מושבותיהם צו קומען מיטצולעבן די הייליגע זמנים אין קערעסטיר ביומא דהילולא קדישא, ווי דער "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן" קומט צום שענסטן אויסדרוק, ווי ביי יעדן שטורעמט די רגשי קודש מיט א געוואלדיגע התקשרות און דביקות צום "אוהבן ורבן של ישראל רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע", וואס בזכותו הגדול ווערט נשפע פאר יעדן יחיד זיין אייגנארטיגען די מחסורו אשר יחסר לו, לפי זיינע בקשות.

ובפרט אינעם הייליגען קוויטל שטוב פון וואו דער בעל הילולא האט בחיים חיותו געבענטשט אידישע קינדער מיט אויסטערלישע ישועות למעלה מדרך הטבע, וואס ביזן היינטיגן טאג דרייט זיך אויף די גאס וואונדערליכע און אפענע ישועות וויאזוי אידן ווערן דארט כסדר געהאלפן בזכותו הגדול, און מען זעהט בחוש ווי עס ווערט מקויים די מורא'דיגע ווערטער וואס ר' ישעי'לע זי"ע האט געלאזט פאלן איידער זיין הסתלקות לחיי העולם הבא, "אז מען וועט קומען דא אין הויז אריין, וועט מען געהאלפן ווערן אזוי ווי ביז היצט".

פאר איינעם וואס האט נישט פערזענליך מיטגעלעבט די יומא דהילולא אין ר' ישעי'לעס הייליגע הויף, איז שווער צו שילדערן די חן דקדושה און געהויבענע אטמאספערע וואס שפירט זיך בהיכלא דמלכא. ווי די שווערע הונדערטער קבוצות וואס זענען ערשינען יעדע וויילע און האבן באלאגערט דעם הייליגען הויף זענען גלייך מיטגעשלעפט געווארן מיט די התעוררות'דיגע שטימונג וואס האט געשוועבט אין דעם מקום קדוש וואס איז געווען צונויפגעגאסן מיט התעלות און התרוממות אין א בחינה פון "עוז וחדוה במקומו", וואוסענדיג אז פון ר' ישעי'לע גייט יעדער אהיים א געהאלפענער בעז"ה! בפרט האט יעדער פרובירט זיך אריינצובאקומען אינעם הייליגן קוויטל שטוב, דארט ווי עס זענען ארויס אזויפיל ישועות ורפואות, און אזויפיל לבבות נשברות זענען אויפגעראכטן געווארן ווערנדיג געבענטשט מפיו קדשו, וואס די זעלבע הייליגע שטוב איז אצינד געווארן דורכגעווייקט מיט הארציגע תפלות וואס אלפי ישראל האבן מתפלל געווען מנהמת לבם געהאלפן צו ווערן בזכותו של אותו צדיק, אלע שיירות מיט פרישע געסט האבן באקומען די געפיל ווי זיי וואלטן גאר געווען די 'עשרה ראשונים' אינעם הייליגן הויף, צוליב וואס מען האט יעדע וויילע פולקאם גערייניגט דאס גאנצע פלאץ פון די פריערדיגע אורחים, און מען האט פריש געדעקט די טישן פאר די פרישע אורחים, ריין און עלעגאנט, מיט נארהאפטיגע פרישע מאכלים וואס מען האט כסדר סערווירט פאר די פרישע אורחים, אלעס מיט א ברייטקייט און העפליכקייט וואס האט יעדן געמאכט שפירן היימיש און באקוועם.


אזוי ווי עס איז נישט מעגליך צו באשרייבען די ימי היארצייט העעל"ט וועלן מיר בלויז אנכאפען נאטיצן פון די געהויבענע ימי הילולא אויף א קורצע פארנעם

די געוואלדיגע, און שטארק פראפעסיאנעלע, מוסטערהאפדיגע סדר, וואס מ'האט באשיינפערליך געזען די מסירת נפש'דיגע ארבייט פון משפחת רובין שליט"א נכדי הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, וועלכע האבן במשך לאנגע חדשים אינוועסטירט כוחות, געלט, און אומצאליגע שעה'ן, אהערצושטעלן יעדע דבר גדול וקטן מיט'ן ריכטיגן באדייט און מיט א ארגאניזירטען סדר צום באוואונדערן, דורך בני ונכדי הרה"צ ר' מענדל רובין זצ"ל ואתם עמם כל הצוות העסקנים/ועסקניות כל אחד בשמם הטוב יבורך, און זיכער געמאכט אז אלעס זאל שטענדיג קלאפן ווי עס פאסט זיך פאר אזא בית גדול וקדוש, דער בית הישועו"ת. פארדינט זיך באמת אן עקסטערע אפשאצונג.

היות ואי אפשר לפורטם כי רבים הם כנ"ל, וועלן מיר זיך מוזען באגענוגען מיט אפאר קורצע שפיצן פון די פארגאנגענע ימי הילולא בצירוף מיט די בילדער, כידוע אז "איין בילד רעדט מער ווי 1000 ווערטער!" וואס זענען שוין ארויסגעשיקט געווארן אין די "קערעסטירער טאג בוך – אימיעל'ס" ביז היצט און דא אויף'ן וועלטעל אין די אשכול.


-עס איז געוועהן א מוסטערהאפטיגע סדר מנינים אין אלע צימערען פונעם "בית הישועות" "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" ווי די תפילות זענען אפגעראכטען געווארען מיט גרויס השתפכות הנפש, יעדע 15 מינוט א מנין שחרית פון ותיקין ביז חצות, יעדע 5 מינוט א מנין מנחה, און שפעטער מעריב ביז אינמיטען נאכט אריין.

-די מקוה איז כסדר איבערגעפרישט געווארען צו קענען אקאמעדירען די אלפי ישראל אהן אפשטעל, און מען האט ספעציעל צוגעלייגט לקראת די ימי הילולא נאך קענטענער'ס פון שויער'ס און בתי כבוד לכבוד הציבור.

– שוין דאס צווייטע יאר וואס "הכנסת אורחים קערעסטיר – ר' ישעי'לעס הייליגע הויז" טוט ספעציעל אראפברענגען "חברת שמירה" און א גרויסע קידוש השם איז ארויסגעקומען פון די ספעציעלע שיינע, געלונגענע און געניטע, הארציגע ארבעט ביים קאנטראלירען דעם טרעפי"ק אין קערעסטיר, און בפרטיות ביים שטח בית החיים, ווי זיי האבען מיט אן אויסטערלישע איבערגעגעבנקייט געארבעט האנט ביי האנט מיט די פאליציי און סעקיארעט"י ווי עס איז אויסגעלויבט געווארען דורך אלופי אלפי ישראל.

-ספעציעל דארף ארויסגעברענגט ווערן, דאס היי יאר האבען די חשובע נכדי רבינו -בני ונכדי הרה"צ ר' מענדל רובין זצ"ל- אריינגעלייגט גרויסע כוחות און אויסגעארבעט מיט "חברת שמירה" דאס עס זאל זיין א געלעגענהייט לכל אחד ואחד מאלופי אלפי ישראל פוקדי הציון הק' צו האבען די מעגליכקייט צוצוקומען צום ציון אויף א מוסטערהאפטיגע אופן ב"ה, ווי עס ווערט טאקע אויסגעלויבט דורך די טויזענטע אידן בליעה"ר.

-אוהל פיגא, א הערליכע נובעלע שריט איז צושטאנד געקומען בנדבת לבו פון הרב ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א, נשיא מוסדות "דמשק אליעזר" דורכ'ן צושטעלן א ריזיגע גרויסע שאטער, אויף די שטח אקעגען איבער ר' ישעי'לעס הייליגע הויז, הארט נעבען די שאטער הג', און צוגעשטעלט דאס מען זאל קענען מיטהאלטען ספעציעל פאר די נשים צדקניות, וואס צוליב דעם גרויסען איבערפלוס, איז נישט מעגליך געוועהן זיי צו אקאמעדירען אין "די רעביצין'ס שטוב" און אפילו נישט אין א קלענערע שאטער נעבען די הייליגע הויז, אזוי ווי ביז יעצט

–היכל ראזענבערג, הונדערטער לומדים לויבען אויס דעם נייעם היכל התורה מיט ספרי קודש לע"נ מוה"ר ר' יצחק ב"ר צבי ראזענבערג ע"ה ראה"ק קיט"ל סאטמאר, בנדבת משפחתו החשובה.

–א ריזען שאטער אויפגעשטעלט לכ' די צענטראלע יא"צ סעודה בראשות אדמורי"ם ורבנים שליט"א, 3 מאל אזוי גרויס ווי די ביז יעצטיגע שאטער הג', כדי צוקענען אקאמעדירען די רבבות אלפי ישראל כ"י.

- שלענגעלדיגע שורות און מייסטערהאפטיגע סדר צו ערהאלטן "כוס של ברכה" נאך ברכהמ"ז ביים צענטראלען יארצייט סעודה, ווי מען האט געטיילט פון רבי ישעי'לעס בעכער.

-ווי אויך האט מען אויפגעשטעלט די ביז יעצטיגע שאטער על שטח סוכת רבינו פאר די אנגייענדיגע סעודות הילולא במשך אלע שעות היום והלילה.– די הייליגע קאך האט נישט גערועט קיין רגע, צושטעלענדיג פילצאליגע סעודות לשביעת רצון פון די טויזענעטער פוקדי ציון הק'.– געלונגענע און מסודר'דיגע "שאטע"ל סיסטעם" לציון הק', ווי עס איז געוועהן בע"ה יעדע 2-3 מינוט א שאטעל צום ציון הק' און צוריק צום הייליגען הויז "מקום מקור הישועות"

–צענדליגע עסקנים געשטאנען על המשמר אויפצונעמען יעדען בסבר פנים יפות, ביי די מנינים, ביים היכל הגדול פאר די סעודות, ביים קאך, ביי די שאטעל"ס, און ביים ציון הק'. ווי אויך עסקניות ביי די נשים צדקניות מיט א זעלטענע איבערגעגעבענקייט.

–בית החיים/אוהל הק' איבערמידלעכע כוחות אריינגעלייגט געווארען, פאריעריגע/נייע גדרים פאר גדרי צניעות, 2 טויערען אינעם אוהל, איינס אריינצוגיין און איינס ארויסצוגיין, כדי איעדער זאל קענען פוקד זיין דעם ציון הקדוש כנ"ל, א ספעציעלע פלאץ להדלקת נרות אינדרויסען, בתי כבוד הבריות, און סינקס לנטילת ידים.

-ספעציעלע שאטערס אויפגעשטעלט נעבען בית החיים פאר ליכט, תהילימ'לעך, און טועם צו זיין.

–אלופי אלפי ישראל קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די אויסערגעווענליכע צוגעשטעלטקייט, אינעם חצר הקודש דורך "הכנסת אורחים קערעסטיר" שע"י משפחת רובין החשובה נכדי רבינו.

ומדי דברי בו זכור אזכרנו, פטור בלי כלום אי אפשר וועלן מיר אנרירען עטליכע הויעך פונקטען פון די ימי היארצייט

פון די סאמע שענסטע מאמענטן אין קערעסטירער הויף איז בלי ספק די גייסטרייכע שעה'ן ווען עס איז געפראוועט געווארן ברב עם הדרת מלך די צענטראלע סעודת הילולא דינסטאג אווענט בכניסת היום, ווי טויזענטער אידן האבן זיך משתתף געוועהן בראשות הרבנים הגאוה"צ נכדי הרה"ק ר' ישעי'לע, אינעם פארגרעסערטען שאטער.


בכניסת היום דינסטאג אווענט תיכף נאך מעריב אינעם הייליגן הויז, איז דער ציבור אריבער צום נייעם פארגרעסערטן היכל הגדול פארנט פון די הייליגע הויז, און מען האט געטראפן צוגעגרייט א סעודה רבתי מיטן היימישן טעם און געשמאק, אלעס צוגעגרייט אין ר' ישעי'לעס קאך, און הערליכע שורות פון געדעקטע טישן מיט טויזענטער באקוועמע זיץ פלעצער, ווי דער פילפארביגער ציבור איז צוזאמגענומען בשבת אחים גם יחד אין א געהויבענע אטמאספערע.

דער היכל הגדול איז געווען באצירט מיט א לאנגען הערליכע אויבנאן, וואס איז באזעצט געווארן דורך הרבנים הגאוה"צ שליט"א נכדי הבעל הילולא זי"ע, וואס זייער אנוועזנהייט זעלבסט האט אסאך צוגעגעבן צום חן דקדושה וואס האט זיך געשפירט אין די לופטן.

דער יושב ראש הרה"ג ר' חיים טירנויער שליט"א ר"מ בישיבת עץ חיים ווילרייק, נכד רבינו, האט אנגעפירט מיטן מעמד בנועם אמרותיו, און דערביי האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות נלהבות פון נכדי רבינו, הגאון הצדיק גאב"ד אודווארי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א, און הגה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר וויליאמסבורג, הרה"ג רבי מרדכי צבי מייזליש שליט"א מו"ץ בקהל יראים סיגעיט, וועלכע האבן אויפגעשטורעמט די התרוממות'דיגע הרגשים ביי יעדן אויף די העכסטע שטאפלען, און נאך ברכהמ"ז האט יעדער איינער זוכה געוועהן צו כוס של ברכה פון ר' ישעי'לעס בעכער כנ"ל.

טראצדעם וואס מען האט פילפאכיג פארברייטערט דעם היכל הגדול, און מען האט צוגעשעטעלט א גרעסערע צאל זיץ פלעצער פיל מער פון די פריערדיגע יארן, איז ערשינען צום מעמד א אומגעראכטענער ריזיגער ציבור בליעה"ר און דער גאנצער היכל איז בליץ-שנעל אויסגעלאפן געווארן פון פלאץ.

-א ספעציעלע זכיה האט מען געהאט היי יאר מיט די ביקור קודש פון כ"ק הגה"צ חו"פ רבי שמואל משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב אין ארה"ק, הגה"צ שליט"א איז מיט א שטארקע חרדת קודש געקומען צום הייליג הויז פון בעל הילולא, און נאכען ארום גיין אין אלע שטובער האט מען זיך געזעצט לסעודת הילולא אין די שאטער הג' על שטח סוכת רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע און מען האט געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

-כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א, האט געוויילט –אזוי ווי די פארגאנגענע יארן- פון פאר די יא"צ דינסטאג נאכמיטאג ביז א טאג נאכדעם, דהיינו דאנערשטאג צופרי און פארברענגט רוב שעות אין דעם הייליגן הויז, מתפלל געוועהן אין קוויטל שטוב און זיך געוואשען צו די יא"צ סעודה סיי די ערשטע נאכט און סיי אינמיטען טאג אין די הייליגע שטובער פון דעם "בית הישועות", און הערשט נאכדעם פארלאזט קערעסטיר בסל מלא ברכות.

- בצאתו מן הקודש מיטוואך נאכמיטאג/פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען מיט כבוד, המשפיע הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א מירושלים עיה"ק, נאכען מתפלל זיין ביים ציון הק' איז הגה"צ שליט"א אריינגעקומען אין די שאטער ע"י בית רביה"ק ר' ישעי'לעס הויז, ווי מען האט זיך געוואשען און אויפגעטרעטען, לכ' הנאספים.


טיילווייזע ליסטע פון כ"ק מרנן אדמורי"ם ורבנים שליט"א וואס האבן באזוכט בהיכלא דמלכא אין "רבי ישעי'לעס הייליג הויז" ביומא דהילולא קדישא

כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א, כ"ק הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפען, כ"ק הגה"צ רבי שמואל משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב בארה"ק, הגה"צ המשפיע רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א מירושלים עיה"ק, כ"ק אדמו"ר מקאסאן פארשעי שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, כ"ק הגה"צ רבי חנוך דוב אשכנזי שליט"א אדמו"ר מהאראדענקא, כ"ק הגה"צ רבי שמואל דוד קרויז שליט"א גאב"ד אודווארי, כ"ק הגה"צ רבי מאיר יוסף ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מסטראזניץ, כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א אב"ד קיט"ל סאטמאר מאנסי, הגה"צ ר' ליבוש אייכענשטיין שליט"א אב"ד בערטש, הגה"צ רבי משה גרינבערגער שליט"א אב"ד פאליאנא, הגה"צ רבי ישעי' משולם פייש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מראזלא בית שמש, הגה"צ רבי משה שמואל ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן לאנדאן, הגה"צ רבי אשר מרגליות שליט"א אב"ד אהל משה ווינא, הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד שליט"א אב"ד פאפא מאנסי, הגה"צ רבי ברוך לייב ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלא לאנדאן, הגה"צ רבי אברהם משה גרויס שליט"א אב"ד קערעסטיר בערבעשט, הגה"צ רבי אברהם מאנדערער שליט"א אדמו"ר מ'קאסוב לאנדאן, הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים שליט"א, הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א ראה"כ סאטמאר, הגה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א האדמו"ר מ'ביטשקוב, הגה"צ רבי פנחס חיים יוסף שנעעבאלג שליט"א אדמו"ר מווערעצקי, הגה"צ רבי משה אבראהאם שליט"א אדמו"ר מבארדיטשוב מאנסי, הגה"צ רבי נחום קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן בית שמש, הרה"ג רבי יואל הלוי וואזנער שליט"א אב"ד שבט הלוי קענזינגטאן, הגה"צ רבי יעקב שמשון גאלד שליט"א אב"ד קראלי ב"פ, הגה"צ רבי מענדל פאנעט שליט"א אדמו"ר מ'דעעש, הרה"ג רבי מרדכי צבי מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהל עדת יראים סיגעיט, הרה"ג רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ ב"ב שליט"א, הרה"ג ר' דוד גרויס שליט"א ראה"כ סקווירא בני ברק, הרה"ג רבי חיים טירנויער שליט"א ר"י עץ חיים ווילרייק, הרה"ג רבי אהרן גאנץ שליט"א אב"ד גרויסווארדיין, און נאך פילע רבנים נכדי הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע בראשות מייסדי הכנסת אורחים ד'קערעסטיר בני הגה"צ רבי מענדל זצ"ל בן הרה"ק רבי מאיר יוסף מ'קערעסטיר זי"ע הי"ד, הרב בנש"ק ר' מאיר יוסף רובין שליט"א מייסד מפעלינו, הרה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א אב"ד קערעסטיר וויליאמסבורג, הרב בנש"ק ר' אלי' גרויס שליט"א, הרב בנש"ק ר' אברהם משה חיים רובין שליט"א.


אן אומבאשרייבליכע התעוררות איז געוועהן אין אוהל הק' ווען טויזענטער אידן האבען פארגאסען טייכען טרערן אויף'ן ציון הק' בעטענדיג בזכותו הגדול פונעם בעל הילולא זי"ע, דער געדרענג איז געוועהן ממש אומדערטרעגליך שטייענדיג אויף די שטח ארום דעם הייליגן אוהל, אבער בע"ה מיט די געניטע סדר וואס איז איינגעשטעלט געווארען פון עקסטערע אריינגאנג און ארויסגאנג איז איעדער ערמעגליכט געווארען צוצוקומען נאנט צום ציון הק' און זיך אויסגעוויינט און אויסגעבעטען און זיכער געפויעלט אלעס גוטס, אמן.

טויזענטער און טויזענטער אידן אשר לא יספר מרוב בליעה"ר האבען באלאגערט דעם "בית הישועות" "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" אהן אויפהער מיט א שטארקען שטראם [ווי מען קען מיטהאלטען אין די בילדער אין די פריעדיגע באריכטען און בילדער פון די טאג בוך] וואס האט אנגעהאלטען און איין צי ביז דאנערשטאג נאכט ווען עס איז געווארען אביסעל שטילער, געבענדיג די געלעגענהייט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש צוצוגרייטען צום שב"ק.



ער"ש- שב"ק:

פרייטאג איז געוועהן ארום15 מנינים שחרית נאכפאלגענדיג מיט א ברייטע פת שחרית, גלייך נאכדעם א ברייטע טועמיה אין היכל הגדול ביז צום זמן הדלקה"נ, שבת איז געוועהן זייער געהויבען איבער 150 אידן, בערך 100 אידן האבען מיטגעהאלטען אינאיינעם אין די שאטער בראשות נכדי רבינו ובראשם הגה"צ אב"ד קערעסטיר וומסב"ג שליט"א, און חוץ מזה האבען עטליכע משפחות געגעסען בבית רבינו אין אלע צימערען, עס האט געהערשט א רוחניות'דיגע שטימונג שטייענדיג בתוך די שלשה ימי ההילולא, נאכדערצו בצאתו מן הקודש בעת של"ס האט געהערשט א שטארקע התעוררות בלב כל כל אחד ואחד, נאך די דברי תורה האט מען נאך ממשיך געוועהן א זמן מיט נגוני התעוררות

מוצ"ש מלוה מלכה האט מען געפראוועט אין די הייליגע מלוה מלכה שטוב ווי אידן האבען פארציילט בדידי הוי עובדא, מעשיות און מופתים, און עס איז געוועהן א גרויס התעוררות.

הבדלה, קידוש לבנה, איינע פון די מל"מ אין הייליגען הויז שבת אחר הילולא
אטעטשמענטס
IMG-20190511-WA0003.jpg
IMG-20190511-WA0003.jpg (69.25 KiB) געזען 2325 מאל
IMG-20190511-WA0011.jpg
IMG-20190511-WA0011.jpg (214.95 KiB) געזען 2325 מאל
IMG-20190511-WA0013.jpg
IMG-20190511-WA0013.jpg (180.96 KiB) געזען 2325 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' אמור


זונטאג:

צופרי איז געוועהן 6 מנינים שחרית און עס איז נאך געוועהן א גרויסע פארקער פון אידן וואס האבען שובת געוועהן בצה"ק, אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה"צ אב"ד בערעגעסאז – פתח תקוה שליט"א וועלעכער איז געקומען אין באגלייטונג עם בני חבורתו, עס האט זיך געשטעלט 5 מנינים מנחה און 3 מנינים מעריב.
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__2_.jpg
Kerestir6_20_19__2_.jpg (67.83 KiB) געזען 2129 מאל
Kerestir6_20_19__1_.jpg
Kerestir6_20_19__1_.jpg (61.45 KiB) געזען 2129 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנערשטאג יוני 20, 2019 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט צום ערשט 2 מנינים שחרית און אביסעל שפעטער נאך א מנין, עס האבען זיך געשטעלט 3 מנינים מנחה איבער'ן טאג, נאכמיטאג/פארנאכטס האט מען אויפגענומען הגה"צ ר' ישראל חיים קאהן שליט"א אדמו"ר מ'נחלת אהרן – בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן זצוק"ל, ווי די רב שליט"א האט פארברענגט א לענגערע וויילע אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" צווישען די הייליגע ווענט, געצינדען לעכט אין הייליגען קוויטל שטוב, געדאווענט מעריב, און זיך געזעצט לסעודת ערב, ווי אויך האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' נפתלי דייטש שליט"א מו"ץ בקרית יואל, און א ריזיגע גרופע פון איבער 50 בנות ישראל פון בתי חינוך יסודי התורה אנטווערפען.



כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__3_.jpg
Kerestir6_20_19__3_.jpg (48.44 KiB) געזען 2129 מאל
Kerestir6_20_19__4_.jpg
Kerestir6_20_19__4_.jpg (52.6 KiB) געזען 2129 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דינסטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן א גרויסע פארקער בליעה"ר, מען האט אויפגענומען הרב ר' אברהם יעקב סולמאן שליט"א יו"ר מרכז מוסדות שטעפינעשט בארה"ק, וועלעכע איז געוועהן מיט א חבורה פון איבער 100 אידן וואס זענען געפארען להצלת הבית החיים ווי עס איז געוועהן טמון גופו הק' פון הייליגען אהבת ישראל פון וויזשניץ זי"ע, (ביז מען האט אים מפנה געוועהן קיין ארץ ישראל), בתוכם הגה"צ ר' הערשל וויזשניצער שליט"א רב וויזשניץ אשדוד, און הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א מו"ץ בעדה החרדית, ווי אויך איז געוועהן א גרויסע חבורה לרגל הילולת הרה"ק ר' יהודה הערש מ'סטרעטין זי"ע, און א קבוצה בראשות הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ קיט"ל סאטמאר אנטווערפען, און מיט כבוד האט מען אויפגענומען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא-מאנסי שליט"א, און פארנאכט'ס איז געוועהן א משפחה חבורה פון 25 אידן משפחת בראך פון קרית יואל, אנגעפירט דורך ללכת טורס און עס איז געוועהן צוגעשטעלט פאר זיי אין א באזונדערע צימער, איבער'ן טאג איז געוועהן בליעה"ר א גרויסע פארקער כ"י ווי עס האבען זיך געשטעלט מערערע מנינים מנחה און מעריב און כסדר צוגעשטעלט פרישע עסן לשביעת רצון פון אלע וואס האבען געהאט די זכיה לבקר בהיכלו של רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע.



כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א און די גרופע פון הרב אברהם יעקב סאלאמאן שליט"א משטעפינעשט
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__7_.jpg
Kerestir6_20_19__7_.jpg (51.34 KiB) געזען 2127 מאל
Kerestir6_20_19__8_.jpg
Kerestir6_20_19__8_.jpg (52.42 KiB) געזען 2127 מאל
Kerestir6_20_19__9_.jpg
Kerestir6_20_19__9_.jpg (42.99 KiB) געזען 2127 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שיקט א קוויטל 24 שעה קיין קערעסטיר




דרוקט דא:
https://www.kerestir.com/

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזען 2125 מאל


קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזען 2125 מאל


קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזען 2125 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

צופרי האבן זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית איינס א גרעסערע מנין בערך 7:30 און איינס שפעטער דורך די ללכת חבורה הנ"ל משפחת בראך פון קרית יואל, וועלעכע האבען גענעכטיגט אין די שכינות'דיג טאקאי און צוריקגעקומען קיין קערעסטיר דאווענען אין די הייליגע קוויטל שטוב, און פאר א נארהאפטיגע פת שחרית, אינמיטען טאג איז געוועהן משפחת הרב פנחס ניימאן שליט"א מחשובי חסידי וויזשניץ נכדי להרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע וועלעכע זענען געקומען לקראת הילולא קדישא, אויך איז געוועהן א קבוצה ממשפחת צוקער החשובה מ'ברסלב אר"י נכדי להרה"ק ר' הילל קאלאמייע זי"ע וועלעכע זענען געקומען לקראת די יארצייט, און מיט כבוד האט מען אויפגענומען הרה"צ ר' אברהם צבי קלוגער שליט"א משפיע ב'ברסלב, און באזונדער האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען מיט כבוד כ"ק אדמו"ר מ'קראלי שליט"א וועלעכע איז געוועהן על הדרך לקראת הילולא קדישא של זקינו הק' הרה"ק מראפשיץ זי"ע. די רבי שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד לרגל הילולא און געמאכט א לחיים, און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט א פריוואטע יארצייט סעודה אין א באזונדערע צימער פאר'ן רבי שליט"א ובני חבורתו.



כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א אלס ש"ץ לרגל הילולא קדישא של זקינו הרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע - אין די מקום מקור הישעות "די הייליגע קוויטל שטוב"
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__10_.jpg
Kerestir6_20_19__10_.jpg (34.44 KiB) געזען 2123 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א ביים לחיים טיש לרגל הילולא
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__11_.jpg
Kerestir6_20_19__11_.jpg (44.44 KiB) געזען 2123 מאל
Kerestir6_20_19__12_.jpg
Kerestir6_20_19__12_.jpg (44.66 KiB) געזען 2123 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

נאך שחרית האט מען שוין אויפגענומען א חלק געסט וועלעכע זענען געקומען לשבות בצה"ק, בתוכם הרב שמעון שנעעבאלג שליט"א ר''מ בישיבת נועם אלימלך בן אדמו''ר מ'זידיטשוב פתח תקוה שליט"א חתן אדמו''ר מ'סטראפקוב שליט"א, מוה"ר ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר וומסב"ג, און הרב ר' שמואל זאנוויל ווערצבערגער הי"ו משמש ביהמ"ד הג' קיט"ל סאטמאר בארא פארק, פארנאכטס איז געוועהן 2 מנינים מנחה און 3 מנינים מעריב.

שחרית דארנישטאג צופרי
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__6_.jpg
Kerestir6_20_19__6_.jpg (54.85 KiB) געזען 2121 מאל
Kerestir6_20_19__5_.jpg
Kerestir6_20_19__5_.jpg (64.52 KiB) געזען 2121 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 2120 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

עש"ק:

פרייטאג האבן זיך געשטעלט 3 מנינים שחרית, פון די שובתי שב"ק ,און דורך א גרופע פון ללכת טורס וואס האבען געוויילט שב"ק אין אוהעל הסמוכה און ווי אויך האט מען אויפגענומען פרייטאג צו שחרית און פרישטאג מו''ה ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי חברא קדישא קיט"ל סאטמאר ויו"ר הכנסת אורחים אין אוהעל מיט א גרויסע גרופע פון קינדער און אייניקלעך, איבער'ן טאג האט מען אויפגענומען די איבריגע שובתי שב"ק הבעל"ט בתוכם א קבוצה חסידי דושינסקי ארה"ק בראשות הרב דוב פרענקל שליט"א בן הגה''צ רבי נפתלי הירצקא זצ"ל חבר הביד''ץ.


שב"ק-מוצש"ק:

דער שבת איז געפראוועט געווארען מיט העכער 100 אידן בליעה"ר, פרייטאג צו נאכט'ס האט דער גאנצע ציבור געגעסען אינעם שאטער על שטח סוכת רביה"ק ר' ישעי'לע און נאכדעם אריין אינעם הייליגן הויז פאר א באטע וועלעכע האט זיך געצויגען ביז קרוב צו 3 פארטאגס, שבת צופרי האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרב ר' שמואל זאנוויל ווערצבערגער הי"ו הנ"ל און ביי קריאת התורה איז געוועהן א באזונדערע מנין פאר בני ארץ ישראל און א באזונדערע מנין פאר בני חוץ לארץ, און במשך די סעודות שב"ק האט אויפגעטרעטען הרב שמעון שנעעבאלג שליט"א ר''מ בישיבת נועם אלימלך הנ"ל, און נאך הבדלה איז פון פריש געוועהן צוגעשטעלט מל"מ וועלעכע איז געפראוועט געווארען אונטער א רוחניות'דיגע אטמעספעהרע מיט זמירות וסיפורי צדיקים לאנגע שעות.

של"ס פון איינע פון די חבורת
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__14_.jpg
Kerestir6_20_19__14_.jpg (37.81 KiB) געזען 2119 מאל
Kerestir6_20_19__13_.jpg
Kerestir6_20_19__13_.jpg (45.17 KiB) געזען 2119 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ביי ספורי צדיקים בשעת מלוה מלכה
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__16_.jpg
Kerestir6_20_19__16_.jpg (48.12 KiB) געזען 2118 מאל
Kerestir6_20_19__15_.jpg
Kerestir6_20_19__15_.jpg (44.02 KiB) געזען 2118 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' בהר


זונטאג:

צופרי נאך א מנין שחרית האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרב אברהם ערנטרוי שליט"א פון אנווטערפען ובני קהילתו, נכד הגה"צ הרב יהודה זאב סג"ל זצ"ל ר"י מאנטשעסטער, און נאכמיטאג איז אנגעקומען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א ראש הכולל סאטמאר וומסב"ג, עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און מעריב.



הרב אברהם ערנטרוי שליט"א פון אנטווערפן ובני קהילתו ביים סועד זיין און ביי א ריקוד קודש בחצר בית רבינו
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__17_.jpg
Kerestir6_20_19__17_.jpg (36.01 KiB) געזען 2063 מאל
Kerestir6_20_19__18_.jpg
Kerestir6_20_19__18_.jpg (52.71 KiB) געזען 2063 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום זונטאג יוני 23, 2019 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ סאטמאר וויליאמסבורג ביי תפילת מנחה מעריב
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__19_.jpg
Kerestir6_20_19__19_.jpg (24.67 KiB) געזען 2061 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

באזיכט אין הייליגן קאך - מערקט אהן די טעוועלע העכער די קנעט מאשין וואס איז נתדב געוארען על ידי הרה"ג שליט"א
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__20_.jpg
Kerestir6_20_19__20_.jpg (57.71 KiB) געזען 2060 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

עס איז געוועהן 3 מנינים שחרית, בתוכם הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א, ווי אויך א גרעסערער פארקער פון אידן וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג קיין מירון לקראת ל"ג בעומר, עס האבען זיך געשטעלט איבער'ן טאג ארום 5 מנינים מנחה בליעה"ר בתוכם הרה"ג ר' שמואל בערגער שליט"א אב"ד מישקאלץ, בזמן האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה און מעריב.

הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א והגה"צ אב"ד מישקאלץ שליט"א
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__22_.jpg
Kerestir6_20_19__22_.jpg (54.86 KiB) געזען 2052 מאל
Kerestir6_20_19__21_.jpg
Kerestir6_20_19__21_.jpg (42.79 KiB) געזען 2052 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דינסטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית און איבער'ן טאג איז געוועהן –אזוי ווי א טאג פריער- א גרויסער פארקער, דעם הייניטיגען טאג האבען זיך דורך געדרייט אפאר הונדערט אידן כ"י, עס איז געוועהן כדוגמה די וואך פון כ"א אדר וכדומה, פילצאליגע חבורת און צענדליגע יחדים, כסדר זיך געשטעלט מנינים מנחה, (בערך 10/12 מנינים מנחה!) ובתוכם האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען מיט כבוד הגה''צ רבי יחזקאל דייטש שליט''א אב''ד מקור חיים פון מאנסי ובני קהילתו, און ווי אויך א גרופע אנגעפירט דורך ר' אברהם מאיר שווארץ הי"ו בראשות הרה''ג חיים הערש מענדלאוויטש שליט''א מו"ל ספר שפתי חן ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודה פאר זיי באזונדער אין שאטער, און ווי אויך איז געוועהן נאך א גרופע אבריכם חסידי בעלזא פון אנטווערפן אויפן וועג קיין רימנוב לרגל די יא"צ, בזמן מנחה מעריב איז געוועהן פול אין אלע צימערען בבית רביה"ק "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", סיי דורך תפילת און ווי אויך און די אונטערשטע צימערען איז געוועהן צוגעשטעלט סעודת ערב לכל הקהל הקודש לשביעת רצון פון אלע בע"ה, און א גאנצע נאכט האבען זיך געדרייט אידן מכל קצבי תבל, און עטליכע גרויסע גרופעס האבען גענעכטיגט אין די בניני הכנסת אורחים.



הגה"צ רבי יחזקאל דייטש שליט"א אב"ד מקור חיים, און די גרופע פון הרב ר' אברהם מאיר שווארץ הי"ו
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__23_.jpg
Kerestir6_20_19__23_.jpg (35.64 KiB) געזען 2049 מאל
Kerestir6_20_19__24_.jpg
Kerestir6_20_19__24_.jpg (39.03 KiB) געזען 2049 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

צופרי איז געוועהן 2 מנינים ותיקין און נאך 5 מנינים שחרית אלעס אינאיינעם 7 מנינים! בתוכם הגה"צ אב"ד מקור חיים שליט"א און הרה"ג ר' ח"צ מענדלאוויטש שליט"א הנ"ל, עס האבען זיך אפגעשטעלט אידן כסדר וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג קיין פולין לקראת יומא דהילולא קדישא פון הייליגען רמ"א זי"ע און הרה"ק מ'רימנוב זי"ע, נאכמיטאג האט מען אפגעשיקט פון פריער באשטעלטע עסן צום הכנסת אורחים "אש"ל ד'רימינוב".

ביינאכט ליל ל"ג בעומר האט מען זיך געשטעלט א מנין מעריב בזמן, נאכדעם איז געוועהן צוגעגרייט א שיינע רייכע סעודה פאר ארום 25 אידן בתוכם ידידינו ר' יעקב אבעלעס הי''ו מגדולי התומכים מפעלינו הק' און מ'האט געזינגען די ניגונים מיט גרויס ווארימקייט והתעוררות, שפעט ביינאכט זענען אנגעקומען בחורי ישיבת יסודי התורה פון אנטווערפן ווי זיי זענען געווען אויף א נסיעה אויף עטליכע טעג במקומות הקדושים, זיי האבען מתפלל געווען אין קוויטל שטוב און טועם געוועהן וואס איז ספעציעל שנעל צוגעשטעלט געווארען לכבודם.

פת שחרית אין די פארמיטאג שעות - ביים איינפאקען די עסן פאר "אש"ל רימונוב" ספציעל צוגעשטעלט פון די הייליגע קערעסטירער קאך
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__25_.jpg
Kerestir6_20_19__25_.jpg (58.08 KiB) געזען 2042 מאל
Kerestir6_20_19__26_.jpg
Kerestir6_20_19__26_.jpg (61.67 KiB) געזען 2042 מאל
Kerestir6_20_19__27_.jpg
Kerestir6_20_19__27_.jpg (34.48 KiB) געזען 2042 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית מיט א לחיים ווי מען האט געזינגען די נגוני קודש פון ל"ג בעומר, איבער'ן טאג איז געוועהן מער א שטילערע טאג ווי געווענליך צוליב דעם וואס רוב אידן וואס זענען אין איירופע געפינען זיך שוין ביי די מקומות ווי אהין זזי זעענען לכתחילה געפארן. שפעטער ביינאכט איז אנגעקומען עטליכע שובתי שב"ק ווי עס האט זיך געשטעלט א מנין מעריב און דאן סועד געווען א סעודת ערב.


עש"ק-שב"ק:

פרייטאג נאך א גרויס מנין שחרית האט מען אויפגענומען די איבעריגע שובתי השב"ק בצה"ק, אלעס אינאיינעם איז געוועהן בערך 60 אידען, פון אמעריקא, -וואס זענען שוין געוועהן אויפן וועג צוריק פין מירון-, א גרופע אבריכם חסידי גור שוחטים וואס שעכטן אין אייראפע, מיט נאך עטליכע משפחות, און יחידים. עס איז געוועהן א הערליכער שבת בצוותא חדא איבערהויפט איז געוועהן א גרויס התעוררות שבת נאכמיטאג ווען ס'איז געווען א גרויס מנין תהילים אין קוויטל שטוב, נאכדעם האט מען געדאווענט מנחה (מען האט געליינט גאנץ פר' בחוקותי פאר די בני א'''י), נאכפאלגענדיג מיט א התעוררותדיגע של"ס ווי עס האט זיך צונויפגעגאסען בשירה ובזמרה (בניגוני געוגעים), און מוצאי שב"ק איז מען אריין אין הייליגען קוויטל שטוב ווי מען האט געזאגט אינאיינעם ויתן לך און מען האט פון פריש צוגעשטעלט סעודת מל"מ פאר אלע שובתי שב"ק.



אמירת ויתן לך אין קוויטל שטוב
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__28_.jpg
Kerestir6_20_19__28_.jpg (31.34 KiB) געזען 2033 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מל"מ אין ר' ישעי'לעס היייליגע מלוה מלכה שטוב - בשעת ספורי צדיקים
אטעטשמענטס
Kerestir6_20_19__29_.jpg
Kerestir6_20_19__29_.jpg (41.37 KiB) געזען 2032 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מז"ט לנכדי רבינו
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (108.3 KiB) געזען 2028 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (485.78 KiB) געזען 2028 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

האלט מיט די ווייטערדיגע באריכטען בקרוב אי"ה אין די אשכול






צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”