מפתחות של זהב - א מפתח פון מיינע בעסטע אשכולות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מפתחות של זהב - א מפתח פון מיינע בעסטע אשכולות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג יולי 16, 2017 7:50 pm

בעזהשי''ת שטעל אייך דא היינט פאר פון מיינע טייערסטע וואס איך פארמאג שענסטע און בעסטע טייערע "גאלדענע אשכולות" וואס איך האב ברוך השם געהאט די זכיה דא מיט צו טיילן מיט אייך טייערע חשובה חברים פון די "אידישע וועלט!" און תודה לקל אז איך בין אנגעקומען דא ביז אהער. אנגעקומען, אן קיין מושג ווי אזוי צו שרייבען און ווער רעדט נאך פון ספעלן און גארמאטיק... דאך האב איך ב''ה מיט אסאך שלאפלאזע נעכט און שווערע הארעוואניע פון איבערשרייבען א יעדע זאך איין מאל און נאכאמאל. און בנוסף פון די הילף פון חשובה חברים בין איך ברוך השם אנגעקומען ביז אהער. און וואס אימער איר זעהט נאר דא פאר אייך זאלט איר וויסן אז ס'ליגט און דעם צייט און שעות על גבי שעות פון צייט שווערע הארעוואניע אייך חשובה חברים צו מזכה זיין. און אזוי ווי אייביג האב איך געהאלטן פאר מיין עיקר ציל פון שרייבען, (נישט סתם אויף צו פארברענגען,) בעיקר נאר אויף א זאך וואס קען מחזק זיין אנדערע אדער א זאך וואס קען ברענגען א תעלות פארן ציבור אדער א זאך וואס איך פיל אויף וויכטיג צו מעורר זיין אדער אויף אריין צו ברענגען א תורה'דיגע בליק און א ענין אדער א העכערקייט אין א יו''ט. והרי שלכם לפניכם!


די עדיטאריעל סעריע

תפילה: דבקות להשם - מיטן קעפל: עדיטאריעל: מיין עיקר תכלית פון דאווענען איז נישט אויף צו געהאלפן ווערן!

איבער די דרך פון הרה''ק רבי ישעי׳לע קערעסטירער

חלק א' - מיטן קעפל: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

חלק ב ' - מיטן קעפל: לשובע ולא לרזון: קערעסטיר

איבער מופן צו די נייע אידישע ישובים - מיטן קעפל: עדיטאריעל: סיבה נישט צי קויפען אין טייל פון די נייע געגענטער

ביזנעס: איבער זיין סעלף אינפלויעד - מיטן קעפל: חסרון פון זיין סעלף אינפלויעד - קען ווערען א בעל דמיון



די חסידות ווינקל סעריע

פורים: איבער זיין בשמחה - מיטן קעפל: חסידות ווינקל: פורים פירט אייך די באן קיין קראקא! כאפט אייך מיט!

חלק ב' - מיטן קעפל: חלק ב': פורים לערענט אונז אז א יוד דארף זיין אפגעזונדערט פונעם גוי.

פסח: חג האמונה - מיטן קעפל: חסידות ווינקל: "מיכלא דמהימנותא" וואס מיינט דאס?


אויף אנדערע ימים טובים:

שבועות: איבער די סאטמארע אהבה רבה - מיטן קעפל: אהבה רבה נוסח סאטמער: א מנהג און א מסורה?

סוכות: געגועים צו די אמאל - מיטן קעפל: זכרונות: די פראדזשעקטס סוכות



מנהגים און ענינים פון א תורה'דיגע בליק

איבער דעם נייעם (תשע''ז) ביליגע גראסערי געשעפט - מיטן קעפל: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

איבער דעם מנהג פון נישט עסען פיש פסח - מיטן קעפל: פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

איבער נוצען אייזן ביי די מצות - מיטן קעפל: מצות: וועלכע בעקערייען נוצען אייזן? ע''פ הלכה א חומרא אדער קולא?
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג יולי 16, 2017 7:53 pm

גאלדענע די האסט מיר איבערראשט!!!
אזוי פלוצלינג צו ארויס געבן א מפתח פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט!! ישר כח פאר יעדע ארטיקל דיינע עס איז ווערט כל הון דעלמע.
א פריוואטע טובה ביטע שאייבן מער איך באלעק מיר דערמיט.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג יולי 16, 2017 7:56 pm

יישר כח גאלדענע, יש סדר למקרא!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פיצי קעפעלע און 24 געסט