פון נעבן אויוון ביז צום אויבן-אן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

פון נעבן אויוון ביז צום אויבן-אן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

זיין שטערן גלאנצט, זיין פנים שיינט און א ברייטן שמייכל טוט באצירן זיין געזיכט. ער פילט זיך חשוב און איז צופרידן מיטן פאקט, אז ענדליך שטייט ער דארט ווי ער באלאנגט אין ווארהייט.

פונקט ווי פייער וואס לויפט פון שוועבל צו שוועבל האט זיך דאס געזאנג אין בית המדרש פארשפרייט עד שהיתה כל הגולה כמדורת אש, די געהויבענע פרייד האט זיך געשפירט אין די לופטן, נישט געווען קיין צוויי הענט וואס האבן נישט מיטגעפאטשט מיטן מעלאדיע.

טראץ וואס זיינע ליפן האבן נישט פארפעלט קיין איין תנועה פונעם מארש, זענען זיינע געדאנקען געלאפען אונטער פארגלייזטע אויגן. ווי קען ער שטיין גלייכגילטיג אינדערצייט וואס זיין טרוים איז ערפילט געווארן און ער געפינט זיך פלוצלונג אויף אן אנדער פאזיציע, בכלל נישט ווי זיין שטייגער.

"ענדליך האב איך פארדינט אנערקענונג, מען זעהט ווער איך בין טאקע. ביז יעצט האט מען מיר קאטאגארירט לויט מיינע קליידער, לויט מיין ארבעט און לויט מיין אפשטאם, איך בין געווען געוואוינט נאך פון יארן לאנג שטענדיג צו שטיין מיט'ן רוקן צום לעצטן וואנט וואס איז נאר דא אין שוהל, פארצייטנס וואלט איך געווען דער וואס שטייט ביים אויוון. און דא האט זיך דאס רעדל געדרייט, און געפין זיך אויף אמאל מיט'ן פנים צום וואנט. יא, דא באלאנג איך, אויבן אן!"

"די צייט איז געקומען אז יעדער זאל וויסן אז אונטער דעם פשוטער יוד, געפינט זיך אן איידעלע מענטש, א תהילים זאגער, א קובע עתים לתורה, אן ערליכן סוחר און א יוד וואס פראבירט צו טוהן דעם רצון הבורא אן קיין חשבונות. ווי גליקליך בין איך אז מען האט מיר געשטעלט אויבן-אן, זאל יעדער וויסן ווער איך בין."

דאס געזאנג האט דערגרייכט זיין ענדע און פון יעדן ווינקל האט מען געהערט אויסשרייען מיט א קאך "בואו בשלום עטרת בעעעעעעלה....", און נאכן זיך ביקן ווי עס ברויך האט זיך יעדער אויסגעדרייט מיט 180 גראד און מיט א פלאם אנגעהויבן "מזמור שיר ליום השבת". אלעס צוריק צום אלטן, יעדער ווי זיין שטייגער און אונזער חבר רייבט שוין ווידער זיין רוקן אויפ'ן וואנט.

אייגענטליך איז ער צופרידן מיט זיין פלאץ, ער דארף נישט קיין אנערקענונג פון קיינעם, עס איז איהם גענוג אז "ער" ווייסט וואס ער איז, ער ווייסט וואס ער פאדערט פון זיך אליינס און מיט דעם וועט ער ממשיך זיין נאך א וואך לעשות רצון אבינו שבשמים.

[align=center]* * * * *[/align]
ישמח משה במתנת חלקו, טאטע אין הימל מיר דאנקען דיר פאר די מתנה פון שבת, נאך א וואך פון פלאג און יאג, נישט אנגעקומען דא, נישט אנגעקומען דארט, פארשפעטיגט דאס שיעור פארפאסט די מנין, געגעסן שטייענדיג, און געבענטשט גייענדיג. יעצט וועלן מיר דיר ווייזן ווער מיר זענען טאקע, ווער איז פארשטעקט אונטער דעם פשוטער יוד.

בא שבת בא מנוחה, מיר גייען אלע פון נעבן אויוון צום אויבן-אן און דא באלאנגן אונז, אויף א העכערע פאזיציע מיט'ן פנים צום וואנט.

אפילו מוצאי שבת וועט מען זיך אויסדרייען, מיר ווייסן אבער ווער מיר זענען טאקע.

[align=center]* * * * *[/align]
"גוט שבת טאטי."

"א גוט שבת, מאמי. דו וועסט נישט גלייבן, אבער איך בין געשטאנען אויבן-אן..."

"אאאאממממת?" "אוי וויי, איין מינוט, דיין בעקיטשע איז ווייס פון הינטען."
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמחת עולם, א גוטע געדאנק, און א שטיקל חיזוק פאר מיר היינט ביי 'בואו בשלום'
דער שפראך איז רייך, און דער מוסר השכל איז געוואלדיג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

יישר כח!!
זייער שיין און באלערנד אביסל חיזוק פאר די פארפלאגטע נשמות!!
א ליכטיגן און פרייליכן שבת!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איך גיי ניסלעך פאר דיינע איידיעס און שפראך

יישר כח
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פיינע איידע, און גאר א גוטע שריפט, איך האב הנאה געהאט פונעם געדאנק.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שמו האט געשריבן:שמחת עולם, א גוטע געדאנק, און א שטיקל חיזוק פאר מיר היינט ביי 'בואו בשלום'
דער שפראך איז רייך, און דער מוסר השכל איז געוואלדיג
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיס!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פאנטאסטיש!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הנותן מתנה לחברו, צריך להודיעו, "שהגיעו"

יא! איך האב עס באקומען, און עס איז ממש א מחיה.
עס איז א שטארקע חיזוק, און געשמאק צו ליינען.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געליינט יעצט זונטאג צופרי, אבער נאך אלס ארויסגענומען די חיזוק!
דו האסט א זיסע שפראך
יישר כח!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

א דאנק אייך אלע מגיבים !!!

און אן עקסטערן יישר כח פאר "אידישע וועלט פארומס" וועלכע שטעלן צו א געוואלדיגן פלאץ סיי צו ליינען געשמאקע ארטיקלען און סיי צו האבן די מעגליכקייט מחי'ה צו זיין אנדערע מיט אייגענע שרייבערייען !!!

הצלחה מרובה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”