הערט אויף צו פארקויפן שטויב פאר'ן ציבור!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

הערט אויף צו פארקויפן שטויב פאר'ן ציבור!!!

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג ינואר 31, 2017 2:26 pm

אדורך נישטערנדיג מיינע אלטע ארכיוון האב איך מיך אנגעשטויסן מיט אן ארטיקל, געשריבן געווארן שוין לאנג צוריק פאר עטליכע חברים. עס איז געשריבן געווארן נאכן ליינען א געוויסע אויסגאבע, און מיין כעס האט מיך ממש פארשווערט דעם אטעם... האב איך עס געמוזט ארויסגיבן אויף די וועג און אין איינוועג'ס שוין מהנה געווען אפאר חברים.
דאס איז אן ארטיקל וואס ביים עס טרעפן האט עס נאכמאל פארשווערט מיין אטעם... האב איך באשלאסן עס ארויפצולייגן דא בין כותלי הקרעטשמע, און אביסל פארדרייען די שווערע פילפולים און טענה'רייען פון די פאליטיק אשכולת...
עס מוז באטאנט ווערן אז ביים שרייבן די ארטיקל זענען פארשידענע זאכן נאך געווען אנדערש ווי היינט. עס איז נאכנישט געווען די אלע דעלי אימעיל'ס פון נייעס, און נאך פארשידענע זאכן וואס עס קען זיין אז ס'האט אביסל געטוישט די מציאות פון וואס איך שרייב.
פאלגנד איז די ארטיקל כמות שהיא. לייענט און רעגט זיך מיט...

* * *
ווען פון אלע זייטן הערט מען זיך אפרעדן אויף די שעדליכע אינהאלט וואס ס'רוב היינטיגע מאגאזינען פארמאגן, וואונדערט זיך אוזער שרייבער הרב ... פארוואס זאל איינער בכלל קויפן די נארישע ביליגע ליטראטור, וואס איז ניטאמאל ווערט די פאפיר אויף וואס ס'ווערט געשריבן.
_ _ _ _ _
שוין העכסט צייט!
אידיש איז גאר א רייכע שפראך מיט א ריזן ווערטער אוצר וואס קיין שום שפראך קען זיך נישט פארמעסטן. אידיש פארקערפערט אין זיך צענדליגע שפראכן, אבער איז בעיקר געבויעט אויף דייטש, לשון הקודש, ענגליש, און ... אידיש...

אינדערצייט וואס אין אלע שפראכן זענען פולע געדאנקען, געפילן, און מחשבות, אומעגליך ארויסצוברענגען ריכטיג, איז אין אידיש שטענדיג דא די פאסיגע ווארט דערויף.

ווען אויף ענגליש אדער עברית, - די צוויי מערסט באנוצטע שפראכן פאר אידן - וועט זיין בלויז איין ווארט עפעס ארויסצוברענגען, וועט אין אידיש זיין א ברייטע אויסוואל פון פולע ווערטער, איינס זיסער פון צווייטן, מיט א פאסיגע מליצה אנהייב און סוף פון די זאץ...

אבער נעמענדיג אין באטראכט די שוואכע סטאנדארט לייען מאטריעל מיט וואס די היימישע אידישע ליינער ווערן געפלאגט אין די לעצטע צענדליג יארן, ערוועקט זיך א געוואלדיגע ווייטאג און וואונדער. עס איז ווייטאגליך צו זעהן ווי אונזערע ברודער וועלכע קענען נישט קיין אידיש ווייקן זיך אין א איבערפלוס פון רייכע לייען מאטריאל, בעת מיר היימישע ווערן געשטאפט מיט נארישע ביליגע ליטראטור, בלויז אויף אנצופולן שורות... און די צאל היימישע חסיד'ישע וועלכע האלטן אין איין אריבערגיין צו די מאדערע אנגלא אידישע מאגאזינען ווערט נאר מער און מער.
די קשיא ברענט עד לב השמים. פארוואס זאל א חסידישע איד וועלכע וויל ליינען עפעס מער דראמע, וועלטליך, אדער סתם עפעס אינטערעסאנט, זיין געצווינגען צו גיין שעפן פון אנדערע השקפות? פארוואס זאל נישט זיין א היימישע חסידישע אויסגאבע, איבערגעקוקט דורך מגיהים עובדי ויראי השם וועלכע זאל אויף א הויכע סטאנדארט, אין א היימישע שפראך צושטעלן עטוואס מער "דרויסענדע" און אינטערעסאנטע נייעס אויף א פראפעסיענאלע וועג?!

עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס קומט נישט אז א היימישע חסידישע אויסגאבע זאל ברענגען די סארט ארטיקלן. דאס איז ווי א בת היענה שטעקט אריין די קאפ אין זאמד. די פאקט איז אז א ריזן היימישע ציבור וואס קויפן די אלע ערליי פרעמדע מאגאזינען וואלטן זיך געפרייט כמוצא שלל רב אריבערצוגיין פון די אלע פרעמדע השקפות, צו א ערליכע חסיד'ישע אויסגאבע, געבינדען צו א תורה אויטאריטעט, אויב עס קען בצד מה צושטעלן אביסל פון די דרויסענדיגע נייעס.

איר ווייסט וואס?! לאזט אפ "דרויסענדיגע נייעס". לאמיר זעהן וואס נאך די אויסגאבעס פארמאגן... פארוואס דארף די מעין ארטיקל זיין איבער וויאזוי לעקטער ארבעט? פארוואס איז דאס אזוי שרעקליך נאריש, די אלע היימישע מאגאזינען?!

כ'וויל נישט, און איך גיי נישט אריינגיין אין די סיבה דערצו, אבער איין נקודה וואס כ'פיל יא פאר וויכטיג צו דערמאנען. די נקודה פון די "מטילי אימה על הציבור". עס איז די גרעסטע היפקראטיע און טופשות אראפצורייסן און אטאקירן א היימישע צייטונג פאר'ן ברענגען דרויסענדיגע נייעס. די "גויאישע ארטיקלן" ווי מ'האט עס ליב צו רופן איז א פארלאנג פון די ליינער וואס קויפן דאס! פאר א געוויסע סיבה קויפט מען די אויסגאבע! די עולם וואס וויל באמת נישט אזאלכע באשרייבונגען קויפן בכלל נישט די סארט אויסגאבע'ס! זיי האבן איבערגעניג וואס צו ליינען. אנגעפאנגען פון די "מעלות" א הערליכע אינטערעסאנטע חודש'ליכע אויסגאבע, און גענדיגט ביי די פולע אינהאלטסרייכע אויסגאבע'ס פון חסידות'ן.

שוין אפגערעדט אז רוב מאל זענן די אטאקירערס דא פאר פריוואטע סיבות. מערסטענס מאל זענען זיי די קאמפעטישן פון די מאגאזין...

אויב פארשטייט איר נישט פארוואס כ'רעדט זיך אפ דאן לאמיך אייך פרעגן א קליינע שאלה, אבער קודם א קורצע הקדמה: מיין גאנצע טענה פון למה נגרה איז נישט אז עס איז דא צו ווייניג מאגאזינען, נאר אז ס'נישט דא "וואס" צו ליינען. אלזא ר' איד לאמיר אייך פרעגן: וועלכע אויסגאבע האט אייך דאס לעצטע געצויגן צו ליינען? הא... און אויב זענט איר יא געווען צופרידן, דאן פארוואס האט איר נאכן ליינען אייער לעצטע ארטיקל צוריקגעמישט די בלעטער און געקוקט מיט כעס ווער איז דער שרייבער וואס שרייבט אזעלכע שטותים?...

די ווייטאג איז אז ס'קען זיין אנדערש! עוד יזכור לי בנעימים ווען אין די גלארייכע אמאל פלעגט ארויסקומען א שלל פון אינהאלטרייכע און שיינע מאגאזינען פאר א ביליגע נערמאלע אפצאל. מיינע זכרונות עראינען זיך דערמאנענדיג פון "די צייטשריפט" מיט אירע זעלטן רייכע ארטיקלן, אדער אפילו "די פלאם" אין די גוטע יארן איז אויך נישט געווען אוועקצומאכן. אפילו "דער שטערן" איז אין יענע יארן געווען אן אויסטערלישע אוצר. און אפשר ווילט איר מיר זאגן אז איך בין דאן נאך געווען צו אינג, אן קיין ריכטיגע פארשטאנד אויף אן ארטיקל, צוליב דעם האב איך עס געגליכן...

כ'מיין אז עס שוין העכסט צייט ס'זאל זיין א מאגאזין געבויגן אונטער די הדרכה פון א רב - ווי דער שטערן טוהט - וואס זאל ברענגען ארטיקלן כמו שצריך, נישט בלויז אנגעפילטע שורות...

עס מוז נישט נאר זיין "דרויסענדיגע נייעס", עס קען זיין א רייכע איטערוויא מיט א חשובע פערזענדליכקייט, אדער א באשרייבונג איבער א אידישע נושא וואס איז אינפארמאטיוו, און אינטערעסאנט. נישט סתם איבער א איד וואס האט גע'חלומ'ט פון עפעס א באבע וואס טראכט אז משיח קומט שוין, און א ריזיגע קעפל העכער דעם: "סענזאציע"...

יא! דאס איז א רוף צו אלע ארויסגעבער'ס פון די מאגאזינען: הערט אויף פיטערן די עולם מיט זאמד און שטיינער! הערט אויף צו פארקויפן שטויב פארן ציבור! אויב קענט איר נישט ברענגען עפעס מער נערמאל דאן פארמאכט אייער אויסגאבע! אויב קענט איר דאס נישט טוישן, דאן איז אייער עתיד אין בעקעריי, נישט אין שרייבן...

אידיש קען און דארף ווערן די דאמענירענדע הויפט שפראך ביי חרידישע אידן. אויב נישט די הויפט שפראך דאן דארף מען כאטש זעהן צו האלטן די צאל אידישע ליינער וואס זענען שוין יא דא, אז זיי זאלן כאטש פארבלייבן. עס דארף זיין א נייגער ביי די עולם וואס קען נישט קיין אידיש זיך אויסצולערנען אידיש בלויז צו קענען ליינען אידישע אויסגאבע'ס! פונקט ווי היינט איז די נייגער ליידער פארקערט, צו קענען ענגליש אדער עברית כדי צו האבן וואס צו ליינען!

עס איז שוין העכסט צייט!!!
לעצט פאראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:50 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דינסטאג ינואר 31, 2017 2:32 pm

ווילסטעך אוודאי וויסן צו סמאכט סענס??
ווויל איך דיר זאגן אז.... יא סמאכט סענס!! איך רעג מיך מיט דיר צוזאמען!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג ינואר 31, 2017 3:20 pm

כקול קורא במדבר
דאס דארף מען שיקן צו די שרייבער' וראשי הצייטונגען

אבער דער ווייטאג איז גרויס און ריכטיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 31, 2017 3:24 pm

דער שטערן איז שוין פארמאכט
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 31, 2017 3:32 pm

איך האב געליינט דיין ארטיקל און צוגעשאקלט מיטן קאפ.

דו דארפסט נעמען אין חשבון 2 זאכן:

1) זייענדיג א שרייבער ווייס איך פון פאקט, אז אויסגאבעס און מאגאזינען צאלן פעני'ס, און אפילו די גוטע שרייבער האלטן זיך צוריק פון אינוועסטירן עקסטערע כוחות, ווייל ער באקומט נישט גענוג באצאלט דערפאר, טא פארוואס זיך איבערשטרענגען?

2) די אויסגאבעס זענען גערעכט מיטן אונז פיטערן זאמד און שטיינער, כל זמן דער עולם גולם קויפט עס. וואלט געווען ערנסטע רעוואלאציע און מ'וואלט נישט אריינגענומען אין שטוב לופט בלעטלעך, וואלט דער נידעריגער סטאנדארט פון שרייב און לייען פעלד נישט אזוי אויסגעזען.

איי, פארוואס קויפט מען עס טאקע?

ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש!

און אדרבא, קריינא דאיגרתא ליהווי ליה פרוונקא, אויב ביסטו גרייט ארויסצוקומען מיט א גוט שטיקל, וועלן מיר דיר צושטעלן א פלייצע!

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג ינואר 31, 2017 3:47 pm

דו ביזט הונדרעט פראצענט גערעכט מיט דיין ערשטע נקודה אז די שרייבער'ס האבן נישט קיין געפיל אריינצולייגן כוחות, און פארדינען גאר ווייניג. אבער עס איז זייער מאדנע אז די צייטונגען פארלאנגען נישט קיין תוכן, און שטעלן דאס נישט פאר פריארעטעט. מען קען דאס אפשר פארענטפערן מיט דיין צווייטע נקודה.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:2) די אויסגאבעס זענען גערעכט מיטן אונז פיטערן זאמד און שטיינער, כל זמן דער עולם גולם קויפט עס. וואלט געווען ערנסטע רעוואלאציע און מ'וואלט נישט אריינגענומען אין שטוב לופט בלעטלעך, וואלט דער נידעריגער סטאנדארט פון שרייב און לייען פעלד נישט אזוי אויסגעזען.

איי, פארוואס קויפט מען עס טאקע?

ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש!

אבער אז די עולם קויפט די צייטונגען, דערפאר האב איך געשריבן וויפיל מענטשן גייען אריבער צו אנדערע אנגלא אידישע מאגאזינען, און עס זענען פארהאן צענדליגע הונדרעטע חסידישע אידן וואס קויפן טאקע אנדערע מאגאזינען בלויז ווייל אסאך היימישע מאגאזינען פארקויפן גארנישט.
לגבי די "קריינא דאיגרתא". אפשר איין טאג וועט דאס נאך געשען... מי יודע...

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » דינסטאג ינואר 31, 2017 4:09 pm

יהודי האט געשריבן:דער שטערן איז שוין פארמאכט

זייט ווען?
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג ינואר 31, 2017 4:37 pm

בס"ד

דיו אלו ימי קני כל חורשתא, כ'מיין ווילאנג זאל מען זיך טונקען אין די שווערע געפילן איבער די נושא? שוין גערעדט דערפון לאנגע יארן און מען רעדט ווייטער און מען טוט אויך אביסל השתדלות ב"ה. דא אויף אייוועלט, און אין די פריערדיגע גלגולים פונעם פארום, שוין אויך גערעדט אזויפיל מיט אלע פיטשעווקעס.

לענינינו, געלט, געלט און געלט. וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, זיך דראפען אויף גראדע ווענט ביז עס קומט אריין געלט.

קונים זענען דא גענוג און נאך. פונקט ווי "מעלות" האט געקענט אנקומען ברום המעלה, און דעקט זיך ב"ה, און אנדערע ווילן עס נאכמאכן למחצה לשליש ולרביע, קען אויך א "צייטונג" אויף דעם סטאנדארט - יא, אפילו מיט "גויאישע נייעס" אבער נישט "גויאיש" - אנקומען ברום המעלה.

דער פראבלעם איז נישט א מאנגעל אין קונים. דער פראבלעם איז א מאנגעל אין רצון דורכצוברעכן די אייז, וואס צו דעם דארף מען האבן א "באנטש" (אדער אין מעלות פארלאנץ, א "סך") עובר לסוחר. נישט אריינווארפן אין מיסט, נאר זיין גרייט צו ווארטן א יאר-צוויי-דריי אויף די פירות.

שוין אזויפיל געזאגט אז ווער עס ליגט דערין ט'עס שוין אמאל געהערט בכלי ראשון שני אדער שלישי. מיט די היינטיגע אידישע-חרדישע וועלט, איז נישטא קיין תירוץ פארוואס א קוואליטי אידישע צייטונג זאל נישט קענען פארקויפן צוואנציג טויזנט קאפיס א וואך. אההה, וואס? יא, גוט געהערט. א ווייטער חלום? נישט אינגאנצן. ווענדט זיך "וואס" און "וויפיל" מ'וויל אריינלייגן.

דערווייל, פון אונזער שרייב-טישל, טוט מען א קליין טראפעלע אין דעם ריכטונג, וחפץ ד' בידינו יצליח.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:01 pm

א) מען צאלט נישט גענוג, אפילו פאר גוטע שרייבער.
ב) גוטע שרייבער זענען ווייניג און שווער צו טרעפן (די חדרים און ישיבות לערנען נישט שרייבעריי, ווער ס'קען לערנט זיך אליין און ס'איז נישט דא אן אנגענומענע סטאנדארט)
ג) א אידישע מאגאזין פאר עלטערע איז צו א קליינע מארקעט, סיי די נושאים וואס מ'קען שרייבן און סיי וויפיל מ'קען פארקויפן (אפגערעדט פון פרייזן).
ד) אסאך אויסגאבעס זענען פאליטיש אדער פארטייאיש (ווייל זיי מוזן פארמאגן אן אויסגאבע) און ווער ס'באלאנגט אהין וועט על פי רוב דאס ליינען, בלייבט מען מיט נאך א קלענערע מארקעט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:05 pm

איך מיט מיין קליין שכל האלט אז די סיבה פארוואס מענטשן קויפן עס איז טאקע דאס וואס שמעלקא האט געשריבן.
אבער, פונקט אזוי ווי איינער וואס זיין איינציגסטע נייעס קוואל איז קולמע, איז נאר אינטערעסירט אין אזעלכע מיני נייעס, פאר די זעלבע סיבה האבן די מענטשן ליב די מאדנע מיני ארטיקלן אין די אלע אויסגאבעס.

די וואס גלייכן עס נישט קויפן די אנגלא אידישע, אדער קויפן זיי די אידישע און עסן זיך דאס געזונט צוזאמען מיט אונז אלע...

אגב,
מזל מידיע האט געשריבן:אדער אין מעלות פארלאנץ, א "סך"

די מעלות וואלט נישט טאלערירט דעם ווארט צו ווערן גענוצט דא. זיי וואלטן געשריבן א" סאך". ודו"ק כי נכון הוא.
...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:52 pm

אלע נקודות דא איינס ביי איינס שפילן בלי ספק א ראלע אין די דערקייקלונג פון אידיש ליטעראטור.

איך וואלט געוואלט אביסל צולייגן די נקודות פונעם ציבור:

לענינינו, געלט, געלט און געלט. וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, זיך דראפען אויף גראדע ווענט ביז עס קומט אריין געלט

ריכטיג עס פעלן פינאנצירער, אבער מיט אויפוואכונג פון באיקאט וכדומה (כאטש איך געב ניטאמאל א שאנס אז דאס גייט אמאל פאסירן) קען עס ברענגען א פלייץ פון אינוועסטירער.

א) מען צאלט נישט גענוג, אפילו פאר גוטע שרייבער.
אמת ויציב, דער פראבלעם איז אז יעדער זאגט ער איז גוט, און די רעדאקטארן וועלן נישט מורא האבן ארומצושפילן מיט שרייבער.
עס זענען טאקע דא געציילטע שרייבער וואס האבן א 'נאמען', און זיי בעטן א סכום מופרז פער ארטיקל, וואס לענ"ד זענען פילע אנדערע שריפטשטעלער בעסער און זאפטיגער ווי זיי, אבער ווייטער, כל זמן מ'נעמט זיי איז ידם על העליונה און זיי בעטן ווייטער די פרייזן, מיטן הנחה פון 'והא ראיה אז מ'צאלט'.

ב) גוטע שרייבער זענען ווייניג און שווער צו טרעפן (די חדרים און ישיבות לערנען נישט שרייבעריי, ווער ס'קען לערנט זיך אליין און ס'איז נישט דא אן אנגענומענע סטאנדארט)

דא קריכט מען אריין אין א דין ודברים, וואס מיינט א גוטער שרייבער? עס איז בעצם דא אן אלטער ויכוח וועלכע סארט שרייבער איז בעסער, די וואס לייגן ווי מער הויכוואקאבולארע אונטעלעגענטע ווערטער און מיסטישע פראזן, אזש דער ליינער שפירט ווי ער ליינט א ווערטערבוך אנע באדייטן, אדער דער וואס שרייבט נאטורליך און פשוט, און דער ליינער טראכט צו זיך אי משום הא קען איך אויך זיין א שרייבער. (אין די קינדליין די וואך ווערט די טעמע דערמאנט ביים שמועס מיטן מייסטער שרייבער ר' יאיר וויינשטאק הי"ו, איך האב שטארק הנאה געהאט אז אזא פראמינענטער שרייבער האלט דעם זעלבן מהלך ווי מיר).
איך וועל געבן איין דוגמא, איך האלט וועלטן פון די ארטיקלען פון שמעון ראלניצקי, ער ברענגט דיר אריין אין די ארטיקל, עס ליינט זיך געשמאק און פליסיג, א קיצור איך גיי באנאנעס פאר זיין שפראך און אייגנארטיגקייט פון שרייב ווערק. ממש לעצטנ'ס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א באקאנטער שרייבער, זאגט ער מיר אז ער קען נישט סובל זיין שמעון ראלניצקי, ווייל ער שרייבט למשל פאפולאציע אנשטאט באפעלקערונג וכדומה. האב איך געזען אז יעדער האט זיך זיין טעיסט און גאטונג, איך האלט אויך אז עס קומט צו שרייבן באפעלקערונג, אבער פארפאלן, די ארטיקל זעלבסט ווערט נישט אזוי גע'פסל'ט.
אזוי קען מען שרייבן און אנאליזירן גאנצעטע בלעטער, סוף פסוק איז: טאקע וויבאלד די רעצעפט פון היימישע שרייב ארבעט ווערט נישט גענומען אין א קורס, נאר דאס איז אינסטינקט און טאלאנט, האט יעדער אליין די רעכט אפצומאכן וואס איז א גוטע שרייבער און ווער איז סתם א טינט שמירער.

ג) א אידישע מאגאזין פאר עלטערע איז צו א קליינע מארקעט, סיי די נושאים וואס מ'קען שרייבן און סיי וויפיל מ'קען פארקויפן (אפגערעדט פון פרייזן).

איף בין מחולק דערמיט, עס איז דא גענוג און איבעריג טאפיק'ס, ברענג מיר נישט קיין ראיה פון מאמענט, וואס האט יעדע וואך פרישע אויפגעברויזטע קונדן, וויבאלד זייער להיטות נאך קאנספיראציע און סענזאציע טרייבט זיי כאילו כפאו שד, וצייטשריפט או דער פלאם יוכיח. איי, זיי האבן זיך אויך פארמאכט כאטש זיי האבן געהאט די תוכן? איך מיין אבער אז כהיום וואס רובם ככולם זענען טאקע לופט און נאריש, וואלט עס געהאט א ריזן ליינער באזע, וקינדליין יוכיח, כאטש וואס עס איז פאר קינדער, גלייכן עס ערוואקסענע אויך.

ד) אסאך אויסגאבעס זענען פאליטיש אדער פארטייאיש (ווייל זיי מוזן פארמאגן אן אויסגאבע) און ווער ס'באלאנגט אהין וועט על פי רוב דאס ליינען, בלייבט מען מיט נאך א קלענערע מארקעט.
יא ליידער, און דאס איז טאקע שולדיג אין א גרויס חלק פון ירידת הצייטונג אינהאלט.

אבער, פונקט אזוי ווי איינער וואס זיין איינציגסטע נייעס קוואל איז קולמע, איז נאר אינטערעסירט אין אזעלכע מיני נייעס, פאר די זעלבע סיבה האבן די מענטשן ליב די מאדנע מיני ארטיקלן אין די אלע אויסגאבעס.
נישט זיכער, ווער זאגט ער האט ליב נאר די ספעציפישע נייעס? געב אים עפעס אנדערש און איבערצייג דיר צו ער ווארפט דיר עס צוריק אין פנים אדער נישט...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:57 pm

איך זאג נישט אז ער וועט עס צוריקווארפן.
ס"ה וועט אים עס שטילן זיין אינערליכע דראנג פאר נייעס, וויבאלד דאס איז וואס ער איז צוגעוואוינט צו הערן.
דאס זעלבע איז מיט די אויסגאבעס. וקצרתי.
...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 31, 2017 6:19 pm

עין טובה האט געשריבן:איך זאג נישט אז ער וועט עס צוריקווארפן.
ס"ה וועט אים עס שטילן זיין אינערליכע דראנג פאר נייעס, וויבאלד דאס איז וואס ער איז צוגעוואוינט צו הערן.
דאס זעלבע איז מיט די אויסגאבעס. וקצרתי.


איך וואלט עס ליבערשט פארצייכנט פאר 'וויבאלד ער ווייסט נישט פון עפעס מער', אבער לא הבנתי פונקטליך דיין נקודה כי קצרת.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 31, 2017 6:43 pm

שמעלקא איז גערעכט, און איך האלט אז ס'וואלט געקענט געלונגען. מ'דארף נאר איינער וואס איז גרייט צו אינוועסטירן.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג ינואר 31, 2017 8:00 pm

איין נקודה וואס איך האב נאכנישט געזעהן דא.

אז רוב היימישע מאגאזין לייענער זוכן ניטאמאל קוואליטעט, איך ווייס אז די אינטעליגענטע ניקים וואס זיצן אונטערן שרייב טישל וועלן נישט מסכים זיין, אבער דו"ק ותשכח וויפיל מער קאפיעס די מאמענט פארקויפט ווען זיי האבן א סענזעציאנאלע דעקל אנשטאט א 'אינטערסאנטן' דעקל.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג ינואר 31, 2017 8:11 pm

El Rushbo האט געשריבן:איין נקודה וואס איך האב נאכנישט געזעהן דא.

אז רוב היימישע מאגאזין לייענער זוכן ניטאמאל קוואליטעט, איך ווייס אז די אינטעליגענטע ניקים וואס זיצן אונטערן שרייב טישל וועלן נישט מסכים זיין, אבער דו"ק ותשכח וויפיל מער קאפיעס די מאמענט פארקויפט ווען זיי האבן א סענזעציאנאלע דעקל אנשטאט א 'אינטערסאנטן' דעקל.

הונדערט פראצענט גערעכט. דער אלגעמיינער גאס איז נישט נייגעריג אין קיין אינטערעסאנטע מענטשן. קאנסארוועטיוו אדער סענזאציאנאל וועט שוין יא רעדן ווערטער.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג ינואר 31, 2017 9:45 pm

ועוד, נאך א שטארקע סיבה פארוואס דער עולם ווערט געפיטערט מיט שוואכע סחורה - מיינענדיג זיך צו באציען בעיקר אויף אויסגאבעס ווי מאמענט וכדו' -

א יעדע היימישע אויסגאבע האט ריזיגע פחדים איבער א יעדע ארטיקל וויאזוי דער ציבור וועט עס אויפנעמען, עס איז פארהאן פילע געמיינדעס און כלל ישראל און א יעדער איינער מיט זיין אייגענע השקפה און שיטה, און דערפאר דארף א יעדע ארטיקל שטימען מיט די אלגעמיינע היימישע און אנגענומענע השקפה, וואס פארשטייט זיך אז דאס מיינט בעיקר סאטמאר (רעדענדיג פון מאמענט וכדו').

ווען בלויז דא וואלט געשטעקט דער פראבלעם וואלט נאך גאנץ גוט געווען, אבער די אמת איז אז עס דערגרייכט צו סאך שווערערע שטאפלן, צוליב א ענגע צאל פון ראדיקאלע און צעזאם-געפרעסטע פערזאנען, וואס א יעדע איינציגסטע ארטיקל וואס מען וויל נאר שרייבן הייסט שוין ביי זיי 'ציונות'... איך רעדט פון אנגעווייטאגקייט נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט אינוועסטירט פילע ארבייט אין עטליכע שמועסן מיט עמיצן וואס גייט מיט א צווייטע סארט קאפל ווי מיר, אבער האט דאך עפעס א מיסטעריעזע און שפאנענדע געשיכטע אונטער זיך, אבער די צייטונגען האבן געציטערט עס אריינצולייגן, ווייל וואס וועט דער יעניגער זאגן? איי, דער האט דאך אין זיין לעבן נישט געצאלט די פינף טאללער פארן אויסגאבע און ווער איז ער אריינצורעדן, אבער שוין...

דאס מיינט, זיכער אז מען דארף זיין אפגעהיטן ביז גאר ווען מען שרייבט סיי וואס, מען דארף זיך היטן פון א יעדע שמץ פון ציונות וכו', אבער מען דארף אויך וויסן וואס ציונות איז. און כ'וועל זיך באנוצען אלס דוגמא צו פנחס גלויבער'ס ארטיקל אין מאמענט איבער די התנחלות אין ארה"ק, דאכצעך מיר אז ער האט דעמאלטס באשריבן יצהר, און עס איז געווען א מייסטער פיעס, עס איז באשטאנען פון פילע העכסט אינטערעסאנטע ידיעות. ער האט דארט קיינמאל נישט גערעכט געגעבן פאר זייער פארטעמטע אידלאגיע, פארקערט גאר, ער האט געשריבן אז מצד שני לערנען געוויסע פון זיי ויואל משה, אין קורצן, עס איז געווען א רייכע און אינטערעסאנטע ארטיקל. און וואס האט מאמענט צוריקבאקומען דערויף? זאמד און שטיינער, א טוץ פון טענות...

פארשטייסט? איינער מיט א געשניטענע בערדל מעג מען נישט באשרייבן. איינער וואס איז א אגודה'יסט מעג מען נישט דערמאנען, און וואס זאל מען יא באשרייבן? לייבוש ליש? כ'מיין, וועם אינטערסירט עס? כ'רעדט נישט פון שרייבן איבער זייער השקפה, כ'רעדט פשוט אז מען קען נישט שרייבן סיי וואס - אחוץ אויב יענער גייט מיט א לאנגע רעקל און געקראזעלטע פיאות...

ס'גענוג.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

טעיסטערס טשויס
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק

תגובהדורך טעיסטערס טשויס » דינסטאג ינואר 31, 2017 9:55 pm

א גוטע עצה איז אוועקצולייגן יעדע וואך אפאר דאלער און קויף יעדע חודש א ספר קריאה אין די בעסערע ספרים געשעפטן. די שרייבער לייגט אריין קאפ און מוח, ווייל ער מאכט צוריק אזוי זיין געלט.
איך פלעג אמאל קויפן די מאמענט, איך עקל מיך היינט פון דעם, 10 בלעטער מיט עדס, 5 מיט בעלי תשובה, 10 מיט געלט געלט און נאכאמאל געלט, 5 אויף אינטערוויאוס, אין די רעשט איז סתם שטותים און לאקשן.

ליין ספרים פון בנימין חינקיס, אברהם קןרמן, המודיע, תולדות פון אנשים ידועים. אייכלערס האט א גרויסע אויסוואל. גיי צו טוביהס פאר מער

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:03 pm

טעיסטערס טשויס האט געשריבן:א גוטע עצה איז אוועקצולייגן יעדע וואך אפאר דאלער און קויף יעדע חודש א ספר קריאה אין די בעסערע ספרים געשעפטן. די שרייבער לייגט אריין קאפ און מוח, ווייל ער מאכט צוריק אזוי זיין געלט.
איך פלעג אמאל קויפן די מאמענט, איך עקל מיך היינט פון דעם, 10 בלעטער מיט עדס, 5 מיט בעלי תשובה, 10 מיט געלט געלט און נאכאמאל געלט, 5 אויף אינטערוויאוס, אין די רעשט איז סתם שטותים און לאקשן.

ליין ספרים פון בנימין חינקיס, אברהם קןרמן, המודיע, תולדות פון אנשים ידועים. אייכלערס האט א גרויסע אויסוואל. גיי צו טוביהס פאר מער

יא יא, אבער מען דארף ספעציעל אובאכט געבן ווען עס קומט צו די סארט געשעפטן, נישט פון אלעם איז רוח חכמים נוחה... (ספעציעל טוביה'ס... א שטוק ציונות, אמתע ציונות...)
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:21 pm

די מעלות איז היינט צו טאגס די רייכסטע אויסגאבע אין די היימישע מארקעט, מיטן זאגן רייך מיין איך נישט אסאך בולעטס און גאנס און צודרייטע איידיעס פון מענטשטן פון די אנדערע עק וועלט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:25 pm

עס איז זייער רייך פאר איר סקעטע, אבער נישט פאר אלעמען איז עס אזוי אינטערעסאנט, איבערהויפט פאר יונגע ליינער.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:36 pm

די אינטעלעקטואלן וואס לעכצן פאר רייכע אויסגעהאלטענע ליין מאטריאל אין אידיש זענען ליידער א קליינע גרופע און ס'איז שווער יעדעם צופרידנצושטעלן כנ"ל, קען זיין דאס איז די סיבה אז אזוינס האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג ינואר 31, 2017 11:01 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די אינטעלעקטואלן וואס לעכצן פאר רייכע אויסגעהאלטענע ליין מאטריאל אין אידיש זענען ליידער א קליינע גרופע און ס'איז שווער יעדעם צופרידנצושטעלן כנ"ל, קען זיין דאס איז די סיבה אז אזוינס האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט.

קען טאקע זיין אזוי, אבער איך מיין אז אויב וועט ארויסקומען א אינפארמאטיווע שיינע אויסגאבע, מיט רייכע ארטיקלן וועלן א ריזיגע פראצענט ליינער אריבערגיין צו דעם. נאך אלעם איז סאך אינטערעסאנטער א רייכע ארטיקל, ווי אן ארטיקל איבער א באבע וואס האט געחלומ'ט אז משיח קומט, און א דריטע וועלט מלחמה ברעכט אויס א ליאדע מינוט... און נאך אפפאל במקום ארטיקלן...
דאס איז חוץ מזה וואס איך מיין (ווי געשריבן אויבן) אז עס וועט צוקומען א ריזן פראצענט ליינער וואס ליינען יעצט אנדערע מער מאדערנע אויסגאבעס. אזוי אז לכאורה דארף אזא אויסגאבע זיין א סוקסעס.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 10:08 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:איין נקודה וואס איך האב נאכנישט געזעהן דא.

אז רוב היימישע מאגאזין לייענער זוכן ניטאמאל קוואליטעט, איך ווייס אז די אינטעליגענטע ניקים וואס זיצן אונטערן שרייב טישל וועלן נישט מסכים זיין, אבער דו"ק ותשכח וויפיל מער קאפיעס די מאמענט פארקויפט ווען זיי האבן א סענזעציאנאלע דעקל אנשטאט א 'אינטערסאנטן' דעקל.

הונדערט פראצענט גערעכט. דער אלגעמיינער גאס איז נישט נייגעריג אין קיין אינטערעסאנטע מענטשן. קאנסארוועטיוו אדער סענזאציאנאל וועט שוין יא רעדן ווערטער.


איך בין מחולק מיט דעם קאנצעפט.

די מאמענט קויפט מען פשוט ווייל עס איז נישט פארהאנען נאך אזא זאך, ממילא ווער עס וויל ליינען און האט נישט וואס כאפט זיך צו דערצו.

אמת, ער האט מעכטיגע רוישיגע גראפיק און האלב אויסגאבע באשטייט פון קעפלעך אנשטאט ארטיקלען, אבער לאמיר זיך איבערצייגן ווען עס וועט זיין א מער קוואליטעט געשטימטע אויסגאבע, וועל מיר דעמאחלט רעדן צו די עולם גלייכט מער אינהאלט אדער סענזאציע.

לעניות דעתי הנשגבה, איז מען נישט להוט נאכן מאמענט צוליב אירע קאנטערווערסיעס, נאר ווייל ער האט נישט קיין זאכליכער קאנקורענט.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך פאברואר 01, 2017 10:35 am

לדעתי איז רוב עולם אומוויסענד און דעריבער אומאינטערסירט אין אינטעלעקטואלע און אפי' היטארישע טעמעס.

הרב שמעלקא, איר קוקט דאס אן פון אייער פערספעקטיוו אלץ געלערענטער (אין פארגלייך צום איבעריגן ציבור) און איר באטראכט דאס אלץ דער רוב פון מאגאזין לייענער.

שאר דיך צו עני גרופע אין בית המדרש און הער וואס מ'רעדט דארט.

אט איז א ליסטע פון די געווענליכע טאפיקס

1) געלט

2) דירות

3) לשון הרע

4) פאליטיק.

עפעס אויסגעלאזט ?

וועסט נישט הערן קיין אסטראנאמיע, אדער אפי' היסטאריע וכו' יא! איך ווייס אז ס'איז דא א מיעוט וואס לעבט און קאכט אין די זאכן, אבער ווייט נישט גענוג אויף צו פראדוצירן פאר זיי אן אייגענעם אויסגאבע.

דאס איז מיין טעאריע, איי מייט בי wראנג.


============
אגב, איך האב אלץ געוואוסט אז אידיש איז פון די ארימסטע שפראכן.
געווענליך ווען מ'האט אין אידיש איין וועג זיך אויסצודרוקן, פארמאגט געווענליך עטליכע אפציעס אין אידיש.

ניין ?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט