עולם הישיבות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

זופ מיט קניידל האט געשריבן:קען זיין אז עפעס איז ראונג מיט מיר אבער איך קוק אן די זאכן אביסל אנדערש,
איך בין אויפגעוואקסן אין א סאטמארע שטוב, וואו אלעס האט זיך געפירט מיטן טיפיקל פשוטע סיסטעם,


איך האב געשיקט אייער ארטיקל פאר אן חשוב'ע עלטערע איד, און ער האט מיר צוריקגעשיקט די פאלגענדע הערה צו מפרסם זיין:

לכבוד עולם הישיבות

(ער ווייסט נישט פון קיין אינטערנעט צו זאגן, ער מיינט אז עפעס איינער 'עולם הישיבות' האט דאס געשריבען)

איך האב געליינט אייער ארטיקל, און איך וויל אייך געבן 100% גערעכט, אלע עלטערן וואס שיקען אוועק די בחורים פון זייערע חסידישע ישיבה אין אמעריקא, צו סאטמאר, באבוב, גור, א.ד.ג., און מ'שיקט זיי קיין ארץ ישראל, צו פרעמדע ישיבות, האב איך געוויזען פון לאנג פאר איינע פון די גרויסע רבנים, די אונטערשייד פון א בחור וואס לערנט א גאנץ לעבן אין זיין אייגענע סביבה, ווי ער וואקסט אויף איידל חסידיש, מיט אלע טעמים ארום און ארום. און די בחורים וואס פארן אוועק אין פארשידענע ישיבות, און זיי האבן זייער אייגענע דארמיטארי, קומען צוריק פראסטע ליידיג-גייער'ס, עמי הארצים, און זיי האבן לייסענס (היתר) חוזק צו מאכן פון אלע מנהגי קודש און אלע חסידישע הויפן, וואס יעדער פירט זיך לויט זייער מסורה, במנהגי אבותינו ורבותינו מדור אחר דור, האבן זיי א פארטיגע לייסענס (היתר) צו מאכן ליצנות פון יעדע מנהג ישראל און פון יעדע חסידות ארום די וועלט.

אפגערעדט פון די שווערע אלפים וואס ס'קאסט פאר די עלטערן, אנגעהויבן פון די טיקעט, און די אויסלענדישע ישיבות וואס רייסן פון די אמעריקאנע עלטערן גראבע געלטער פאר שכר לימוד, + די דארמיטארי, + אלע אנדערע זייטיגע הוצאות.

איך שרייב דאס מיטן פולען אחריות, וואס איז איבערגעצייגט געווארן אין די אלע יארן, וואס מ'שיקט אוועק בחורים (ס'איז דא אמאל א יוצא מן הכלל, וואס מ'דארף אוועקשיקען א בחור פונדערהיים צוליב א ברודער אדער א שוועסטער, אדער א משפחה פראבלעם / די מצב אין שטוב, אבער מ'דארף אים נישט שיקען אין די מרחקים, ווי מ'זעהט אים נישט א גאנץ יאר, דאס איז נישט די דרך התורה, און ס'איז דא גענוג ישיבות אין אמעריקא אויסער די שטאט צו קענען אהינשיקען אן אויסנאמ'ס פאל, און צופרידנשטעלן די בחור זאל גיין אויף א גוטן דרך).

[align=center]א טאטע וואס באוויינט די שלעכטע החלטה[/align]
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארץ אפעל »

איז אזוי. כ'קען נאר רעדן פון סאטמער ווייל דארט האב איך געלעררנט. די אנדערע ישיבות זענען ווי ווייט מיין אינפא גייט. גאנץ ענדליך (קהילה ישיבות).
א אינגל. בחור וואס איז "נארמאל " דורך דעם סיסטעם . זיין טאטע איז נישט געווען א חכם. נאר פשוט ווען דאס קינד איז האיים געקומען וויינען. איז ער נישט בארעכטיגט געווארן. אין די מלמד האט באקומען א קאלל מיט רעספעקט. הערן וואס ס'האט פאסירט. א מעמבער אין די קהילה. מיט א פילטער אויף די טלעפואן. דאן ווערן 99 % בחורים אנגענימען.
משא"כ. ווען דאס קינד איז געשיקט געווארן אין פריוואטע חדרים/ ישיבות . דאן איז די קהילה ישיבה נישט מחייב גארנישט. והמבין יבין.
יעצט בנוגע די עצם ישיבה. צו מען לערענט ווי עס באדארף צו זיין אדער נישט. אויב דאס קינד האט ליב לערנען אדער נישט. דאס קען זיך ווענדן אין 2 זאכן.
1) אינעם פאטער. אויב דער טאטע האט ליב דעם תורה און דער אויבישטער. דאן קען זיך עס איבער כאפן צום קינד.
2) יא ס'איז דא ישיבות וואס שטעלן טאקע צי דער סערוויס פון אריינלייגן אינעם קינד דעם געשמאק .אדער אין לומדת (אלקסנדר) אדער אין חסידות(מאנטריאל) . אבער דאן קומט עס מיט א ריסק אז סקען זיין פאלטש. אין אז דער בחור וועט נישט באקומען די בעניין וואס א קהילה ישיבה פארמאגט.
און רעדט זיך נישט איין פאר א סעקודע אז ביי פריוואטע מלמד זענען נישט דא דעי זעלבע ריסק'ס.
סע הייבט אן ווערן שפעט...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לדעתי האט געשריבן:כ'זאל יא שרייבן? כ'זאל נישט שרייבן?
כ'זאל וויינען? כ'זאל לאכן?

אוי! ס'ליגט מיר אזויפיל אויפן צינג, און אינעם לינג.
ס'איז אזוי פענפול, כ'ווייס נישט וועלכע נקודה קודם צו באוויינען, ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן.
מ'זיצט נעבעך אין געבינדענע הענט.

אבער איין טרייסט איז דא, די וועלט איז נישט אינגאנצן משוגה, און ווען ס'וועט גרייכן א פונקט (וואס כ'ווייס אויך נישט וואס) גייט זיך עפעס א ריר טאהן און זיך פארבעסרן. (הלואי)

דער רבוש"ע זעט אלעס וואס גייט פאר, און ער האט אונז דאך צוגעזאגט דעם "כי לא תשכח מפי זרעו".

דעריבער טייערע ברידער, ווארטס נאך צו ביז דעם געווינטשענעם מוניט וואס די אלע שקרים וכזבים וועלן ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך, און די חברה וועלן זיין צושאנד און צושפאט, און תורה ויראה וועט בליען מיט די שענסטן פראכט.

צוליב פארשידענע סיבות וויל איך נישט מאריך זיין אויפן וועלטל, אבער, ווען דו וועסט מיר טרעפן פערזענליך וועסטו הערן אסאך איבער דעם נושא (נא! גילו)
אוי זאגסטו גוט קיינער קיינער האט נאכנישט אזוי גוט ארויסגעברענגט וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך וואלט עס יא מגדיר געווען אז מקען וויינען און וויינען און וויינען, סאיז פשוט גלות השכינה , די רבי ז"ל שרייבט אז די ערגסטע איז א גלות אינטער יודן!! הזהרו מן הצבואים שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס, יודיש בליט טראפט! דורות טראסקענען! אוואדע איז עס דורך טעכנעלאגיע דאס איז די מיטל, אבער ווער האט פארלאשן דעם אידישן פלאם אוועקצושטיין דערפון?? וואס איז היינט אנדערש פון צוויי הונדערט יאר צוריק ווען אונז זענען אלע בייגעשטאנען די ביטערע השכלה? א פאלטשע חינוך! אני ואפסי! זיך האלטן קליגער פון די פריערדיגע מייסדי הישיבות, און זאגן מיט א בלעכענעם פנים אז סאיז קיינמאל נישט געווען קיין קלארער מהלך!! שומו שמים! השכלה! רציחה! זעראו געפיל צו א צווייטע יוד! זעראו געפיל צו יודישקייט! זעראו געפיל צו יודישע דורות!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”