הויכע (שטילע) שמו"ע!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

הויכע (שטילע) שמו"ע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מען האלט שוין נאך חמשה עשר באב, מען רוקט שוין די בענק דארטן אויבן... פאר אונז אלע כאפט א ציטער, מען מאכט א חשבון הנפש, מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים, אבער פאר מיר קומט אויך ארויף דעם עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט א יאר צוריק פאר ראש השנה, עס ברענגט מיר ארויף שרעקליכע קאשמארן, ממילא וויל איך זיך באווארענען גענוג פריה בעוד מועד, און זאלסט נישט זאגן אז איך האט נישט געווארנט...!!

September 13 2015

עס איז ערב ראש השנה פארטאגס, עס איז טאקע מוצאי שבת אבער יעדער שטייט אויף פרי פארטאגס צו זאגן סליחות, אזא קילע ווינטל בלאזט אויף די פארשלאפענע באקן... מען נעמט די טו"ת און מען יאגט זיך אין ביהמ"ד, יעדע אידיש הארץ כאפט א ציטער אט קומט שוין דער יום הדין הגדול והנורא, הרהורי תשובה וחרטה זשומען מיט א שטארקייט, און די לופט שפירט זיך די ערענסקייט... קבלות טובות... אידן בעטן זיך איבער...

די גע'מקוה'טע שטייען מיט א תהילימ'ל און פרובירן צו ענדיגן דעם יום נאך פאר מען הייבט אן די ענדלאזע ערב ר"ה סליחות, די בחורימ'לעך און די שפעט אויפשטייערס יאגן זיך און מקוה מיט א בהלה, דא און דארט הערט מען א הויכע געניץ, קיינער דערוואגט זיך נישט צו צישטערן די ערענסקייט.

אני הקטן שטיי שוין אזוי אויפן ארט און איך ווארט, איך שטיי אביסל אנגעצויגן נישט וויסנדיג וואס מיין גורל וועט זיין די יאר.

וואס מיין גורל וועט זיין די יאר? קיינער ווייסט דאך נישט און יעדער האפט און בעט אויף די בעסטע... אבער ביי מיר אין קאפ יאוועט זיך (ליידער) עפעס אנדערש.

איך האב עפעס א קשיא וואס וועט פילייכט פארענטפערט ווערן און די קומענדיגע פאר מינוט, אדער קען זיין אז איך וועל דארפן ווארטן ביז ביינאכט.

וואס איז מיין קשיא וואס צושטערט אזוי מיין רואיגקייט? ווילט איר אוודאי וויסן, נא! איך וועל נישט לאזן ווארטן צו לאנג.

מיין פראגע איז געווען "ווער גייט זיין מיין שכן דאס יאר?"

איר וואונדערט זיך אוודאי וואס די הארבקייט פון די שאלה איז, וועל איך אייך מסביר זיין.

מיין שכן אין ביהמ"ד האט א זיץ, און אזויווי און די ימים נוראים דאווענט ער נישט ביינונז און ביהמ"ד האט ער שוין א מנהג די לעצטע פאר יאר עס צו פארדינגן פאר א צווייטן, ממילא שטיי איך זייער אנגעצויגן, איך וויל וויסן ווער וועט זיין מיין שכן דאס יאר, צו וועט דאס זיין דער זעלבער פון פאריאר וואס האט ארויף געשטופט זיך מיט 2 קינדער (וואס האבן נישט אויפגעהערט ארויס צו גיין א גאנץ דאווענען, צווינגענדיג מיר זיך אויף צו הייבן יעדע 5 מינוט) אויף איין זיץ (וואס מיינט איר, האט ער געהאט פלאץ? א מכה א רעטעך, ער האט געבארגט /גענומען /גע'לקח'נט אביסל פון מיינס, און אביסל פון מיינע קינדער וכו' וכו'...) און געברענגט קידוש צו מאכן ביי פאזע (איר פרעגט פ"וו פונקט די דיעטעיל געדענקיך? פשוט זיי האבן מיר אנגעפלעקט מיין ברענד ניו שטריימעל און די פלעק איז נאך אלס בנמצא...), אדער דער פון 2 יאר צוריק וואס איז אנגעקומען אינמיטן נשמת מיט א בהלה און אנגעהויבן די דאווענען פון אנהויב בקול רם?

שטיי איך אזוי און איך ווארט מיט אנגסט, און איך פרעג זיך 'צו וועל איך האבן א רואיגע ימים נוראים? אדער איז מיר באשערט כפרת עוונות דורך יסורים?'

אזוי שטיי איך און איך ווארט ווען אימיטן קומט צו א איד לאמיר אים אנרופן ערעב פייטל נ"י, איר קענט אים אוודאי נישט וועל איך פרובירן אביסל צו מסביר זיין ווער דאס איז.

ערעב פייטל איז א איד וואס אין די אלטע ביכער ווערט דאס אנגערופן א 'עמך איד'...

ער ווייסט נישט פון צופיל צרות, זייער תמימות'דיג און ערליך, אלעס איז אים פיין און וואויל, ער איז היבש א צופרידענע מענטש, ער איז זייער א שטילער, אבער ער קען אסאך מענטשן, אבער ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטשעפעט קיינעם במזיד, און טאמער דאכט זיך אים אז איינער איז געווארן בא'עול'ט בעט ער אים גלייך איבער און מאכט זיכער דערנאך אז ער האט 'טאקע' נישט קיין שווער הארץ אויף אים, ער האט דאכט זיך נאך קיינמאל נישט פארשיקט קיין פליג נאר טאמער די פליג האט אים ממש געשטערט...

איך וועל אראפ לייגן פייטל'ס סדר היום אזוי וועט איר אביסל פארשטיין דאס ענין.

פייטל שטייט אויף יעדן טאג פארטאגס, יעדן טאג און כמעט די זעלבע צייט, ער האט זיך זיין מקום קבוע וואו ער זיצט שוין יארן לאנג, ער זיצט דארט מיט א חברותא (וואס קומט אן 2 מאל א וואך, און דריקט זיך אלס אויס מיטן אויסדריק "איך האב א פארטאגס חברותא להלכה ולא למעשה"...) ער האט אן ארטסקרול גמרא וואס שטייט אריין געשריבן 'מותר ליטול בלי רשות, ונא להחזירו למקומו', ווען איינער קומט צו זאגן גוט מארגן ענטפערט ער מיט אזא שמייכל.

ער דאווענט יעדן טאג און די זעלבע מנין, אויף די זעלבע פלאץ, און קומט אייביג אן און די זעלבע צייט, צו ערשט לייגט ער ארויס די מעשר געלט אונטערן בייטל צו קענען פארטיילן פאר די צדקה גייערס (אבער אך און וויי טאמער וועט איינער נעמען אן רשות מער וויפיל פייטל האלט אז עס קומט אים, דאן וועט פייטל אים צורופן און מסביר זיין פארוואס עס איז נישט שיין, און דערנאך צוגעבן א נתינה פארן אויפהאלטן...), ער וועט אייביג אנקומען אביסל פריער צום מנין ווייל ער ווייסט שוין פון לאנג אז זיין פארנט דארט אים היבש לאנג, פייטל האט גראדע געהאט א שטיקל פראבלעם, ער פלעגט זיך נאך פון אלס אינגל מיטשענען מיט דעם 'יגדל' נאך אדון עולם פאר ברכת השחר, ער איז אלס געווען אובד עצות, זאל ער זאגן? וועט ער דאך פארשעמען דעם אר"י הקדוש! נישט זאגן? דער של"ה הקדוש איז דען געווען עפעס א קטלא קניא? ממילא האט ער שוין פון יארן לאנג געמאכט א פשרה אז ער זאגט עס יעדן צווייטן טאג... טאמער מאכט זיך אמאל א פאנטשער אז עס פאלט אויס דעם של"ה הק' יארצייט און א טאג וואס עס איז די רייע נישט צו זאגן וועט ער אוודאי פארקוקן אויפן סדר און לכבוד היום וועט ער יא זאגן... אוודאי וועט ער פארדעם איבער בעטן מיט הייסע טרערן דעם הייליגן אר"י און אים מסביר זיין דעם שיטה אז עס איז היינט די יומא דהילולא וכו'.

פייטל וועט אלס ווארטן א צווייטער זאל צוגיין צום עמוד, אבער טאמער וועט שוין ווערן שפעט און קיינער וועט זיך נישט אנטראגן וועט ער נעמען די פאזיציע פאר זיך... ער וועט שטייצעך דאווענען נארמאל נישט געיאגט, און פארן אנהייבן הויכשמענעסרע וועט ער ארום גיין דעם מנין זיכער מאכן אז עס איז שוין דא 10 אידן וואס זענען 'פיניש'.

פייטל וועט אלס פרובירן צו זאגן תחנון אפילו און א יום הקריאה, טאמער וועט מען שרייען 'יתגדל' פון בעק וועט ער זיך אויסדרייען און פרעגן צו עס איז דא א ברית, פייטל קויפט געווענליך נישט די עליות, אבער אזויווי ער איז א לוי איז ער סייווי עולה כמעט יעדעס מאל אויסער ווען עס איז נישטא קיין כהן, אבער דעמאלטס באקומט ער געווענליך גלילה פון זיין חבר פון ישיבה, געווענליך באדאנקט ער זיך נאכדעם פאר'ן כיבוד הויעך אויפן קול.

ער איז פון די אידן וואס קויפן יעדן ראפעל וואס מען פארקויפט און ביהמ"ד...

ער איז נישט אזוי מקפיד צו גיין אנגעטוהן שיין, ער קען גיין מיט אן אלטער היט און מיט די געלט וואס ער שפארט זיך וועט ער ענדערש קויפן א נייע גמרא פאר די ביינאכט שיעור וואס הייבט יעצט אן א נייע מסכת.

ער איז א גראדע מענטש וואס מען קען נישט גיין קרום, ער וועט אייביג באצאלן מקוה געלט א טאג פאר די לעצטע, און ער וועט זיך קיינמאל נישט אריין כאפן מיט א צווייטן און מקוה, ער וועט אבער לאזן א צווייטער זיך מיט כאפן מיט אים, אבער נישט פאר ער איז מגלה דעת ומוסר מודעה אז פון אים אויס איז נישט קיין פראבלעם, אבער מען דארף זיך פאררעכענען מיט'ן שמש...

ער וועט זיך אראפ זעצן נאכן דאווענען ביים תיקון טישל טרינקן א לחיים לעילוי נשמת, מאכן א ווערטל, ער וועט נישט נעמען די קאקאש קעיק נאר די ספאנדש קעיק, ער וועט נישט עסן קיין קרום קעיק, טאמער וועט זיין א פרישטאג צו עסן וועט ער מיט עסן אבער ער וועט נאכדעם אהיים קאלן זיין ב"ב פרעגן טאמער זי ברויך אויך פון די אוואקאדאו סאלאט... (דערמאנט מיר פון שנה ראשונה, נישט מער געדאכט...).

פייטל וועט קיינמאל נישט טרינקן זיין קאווע אין קאווע שטיבל (אנטשילדיגט...) נאר ער וועט אריין גיין אין ביהמ"ד און זיך אראפ זעצן טרינקן, טאמער וועט ער טרעפן אן אלטן חבר וועט ער אים נישט אויפהאלטן צו לאנג נאר פרעגן 'וואס מאכסטע?' און פריי לאזן.

ער ארבעט שוין יארן לאנג ביי זיין בעל הבית, עס קוקט אויס ווי זיי זענען זייער צופרידן פון אים ווייל ער איז שוין דארט עטליכע און 20 יאר אן אויפהער, ער ארבעט גאר שווער אבער פארדינט שיין, ער פירט א שיינע שטוב לשם ולתפארת, ער מאכט שוין חתונה די קינדער און שטיצט אביסל זיין נייע איידעם וואס לערנט און כולל.

יום כיפור גייט ער מיט א געלע גארטל וואס איז אמאל ווייס געווען, ער גייט נאך מיט די זעלבע שטריימעל /בעקיטשע / טלית נאך פון זיין חתונה, נאר ער האלט עס שיין און קליענט עס ווען עס גייט אוט אף קאנטראול, ער גייט מיט א סאלקאו היט און א G&G רעקל, ווינטער מיט א קוטשמע, ווען עס רעגנט שטארק גייט ער מיט קאלאטשן.

ער פרובירט קיינמאל נישט צו זאגן קיין קריטיק פארן שמש, ווען ער מוז זאגן פאנגט ער אן מיט א קאמפלימענט... ער פירט זיך אויף בדרכי נועם, בקיצור לאמיר נישט צופיל מקצר זיין א ריכטיגע 'עמך איד'!

ממילא פארשטייט איר אז ווען איך האב געזעהן פייטלען זיך אראפ זעצן נעקסט טא מי האב איך אפגעאטעמט, פייטל האט נישט קיין אינגלעך, זיינע 3 עלטסטע בחורים זענען שוין חתונה געהאט, און ער איז א מענטש וואס וועט מיר נישט שטערן אינמיטן דאווענען ווייל יעצט דאווענט מען, ער וועט אנקומען פונקטליך צום דאווענען, ער האט נישט צו א הויכע קול ממילא כאזאנעצן וועט ער אויך נישט, און איך האב געהאפט אויך א רואיגע ימים נוראים, זיך צו קענען אויסבעטן אלס גוטס בעזר ה'.

די סליחות איז אריבער מיט א דערהויבענקייט, פייטל האט געזאגט זייער רואיג, ער האט גראדע אימיטן געוואלט ארויס גיין, אבער ער האט מיט דרך ארץ געווארט איך זאל ענדיגן דעם שטיקל, ער האט אזוי אריין געקוקט און זיין טרערן-אויסגעוואשענע סליחות, און געזאגט מיט א קול די גאנצע צייט, אפשטעלנדיג זיך פון צייט צו צייט אריין קוקנדיג אינעם מטה לוי, עס איז געווען א געשמאק צו האבן אזא שכן...

נאך סליחות נאכן אפווישן די טרערן אזוי זיכענדיג א פרוזבל (אז מיין ברודער נפתלי זושא זאל ח"ו נישט אפציען מיט די פינעווער וואס איך האב אים נעכטן געבארגט...) גיב איך א פרעג פייטלען טאמער ער האט געדינגען היי יאר די זיץ, און מיט א שמייכל ענטפערט ער יא און לייגט צו אז ער האפט אז מיט אזא שכן וועלן די תפילות ארויף גאר הויך...

געקומען איז די צייט פון מנחה, אה! די לעצטע מנחה פון יאר איך האב ניטאמאל אויפגעכאפט ווער איז מיין שכן, א קלייניגקייט? מגיימער מעלה זיין אלע תפילות פון יאר, די התעוררות איז געווען ממש נישט צום באשרייבן, אזוי איז אריבער די אחות קטנה מיט א הייסע בקשה באגלייט מיט א טרער אז תכלה שנה וקללותי' תחל שנה וברכותי', און אזוי אינמיטן הערט זיך שוין דעם אהאהאהא אהאהאהא ברכו וכו' און דער בעל תפילה הייבט אן מעריב, די ערשטע תפילה אינעם נייעם יאר, מיטן ווארימען ימים נוראים נוסח... עס גייט א רויעך... ואהבתך אל תסיר ממנו... שמע ישראל... תקעו בחודש שופר... דער בעל תפילה זאגט שוין קדיש, די געפילן הייבן אן שפילן... מגיימער ממליך זיין הקב"ה... אה! די ערשטע שמו"ע דאס יאר... איך טרעט אויס און מיט א קדושה טרעט איך צוריק און איך הייב אן ברוך אתה... אבער אינמיטן...

עפעס גריצעלט...

וואס איז?

זייער פשוט, פייטל האט זיך צולאזט...

ער האט זיך צוזינגען הויעך אינמיטן שמו"ע...

די התעוררות האט אים געכאפט, ער האט זיך דערמאנט אז זיין מגי"ש האט פארגעלערנט אין שו"ע אז ימים נוראים מעג מען דאווענען העכער, און ער האט זיך גענומען ברומען... האסט געזאגט ברומען? די אויערן האט ער מיר געלעכערט...

א זיסקייט איז מיר צוגאנגען אין אלע ביינער... פייטל ברומט... ער האט מיר אויסגעלערנט די ימים נוראים נוסח... ווען איך האב זיך שוין געוואלט פארטיפן און פארגעסן פון די ברימעריי און דאווענען אביסל, פונקט דאן האט ער זיך דערמאנט פון זיין נעפיו וואס מאכט נעבעך מיט, און ער האט זיך אזוי הויך צוקרעכצט אז די ווענט האבן מיט געקרעכצט... איך האב פרובירט מסיח דעת צו זיין אבער פונקט דאן איז ער אנגעקומען צום הויך-פונקט... 'או"א מלוך על כל הארץ' האט ער אויסגעשריגן מיט גרויס התלהבות, אויפוועקנדיג אלע שכינים...

נאך מעריב נאכן זאגן פאר מיינע זיסע לשנה טובה דריי איך זיך אויס און איך זעה ווי ערעב פייטל ווארט אז איך זאל ענדיגן אז ער זאל מיר קענען וואונטשן, איך צוה ארויף א שמייכל, עס איז דאך ראש השנה ביינאכט און איך וואונטש אים אן מיט א פריינטליכקייט, האפענדיג אויף די בעסטע...

ראש השנה צופרי האב געהאפט אז די נעכטיגע קאשמאר (איינער וואס האט עס נישט מיטגעמאכט קען עס נישט פארשטיין, עס איז א ריכטיגע קאשמאר...) איז נאר געקומען פון התעוררות און התרגשות פון די ערשטע שמו"ע און היינט וועט ער שוין לאזן דאווענען רואיג, אבער עס איז געווען א גוטע בארואיגונגס פיל ביז עס איז געקומען צו שמו"ע... און מיטן זעלבן אימפעט ווי נעכטן האט ער זיך צוברומט, און היינט האב איך אויפגעכאפט אז עס האט גאר א ניגון מיט א נוסח וואס גריצעלט געפערליך...

צו מארגענס בין איך אנגעקומען אין ביהמ"ד און איך טרעף זיין פלאץ ליידיג, איך האב זיך שוין געפרייעט אז ער קומט נישט היינט, ווייל ער איז זייער א פונקטליכער און ער קומט קיינמאל נישט שפעט, אבער דא האט זיך דער שטן אריינגעמישט און ער איז אנגעקומען...

בקיצור טא מעיק א שארט סטארי לאנג...

כמעשהו בר"ה כך מעשהו ביו"כ...

און אינמיטן סאמען הייליגסטן טאג האב איך געפילט וואו דער נסיון ברענט אויפן העכסטן גראד, ניטאמאל אשמנו האט ער מיר געלאזט זאגן (שטעל דיר פאר וואו איך נעם א נויז מאשין און איך צינד עס אן אין דיין אויער... און יעדע 2 מינוט טוישט עס ניגון און נוסח), איך האב געפילט וואו איך פלאץ און ביי פאזע האביך אים געפרעגט מה פשט, איך האב פרובירט זיך צוהאלטן רואיג און נישט ארויס ווייזן מיין אויפברויז, און ער ענטפערט מיט זיין רואיגע שמייכל אז עס איז אן הלכה פסוקה נאר ער געדענקט נישט פונקטליך וואו...

איך האב יא געדענקט פונקטליך וואו... און איך געדענק אויך ווי שארף דער מטה אפרים שרייבט אויף דעם... און ווי עס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י האר"י (דער אר"י הק' וועט אים ענדערש מוחל זיין דער יגדל ווי דאס...) און אפילו די פוסקים וואס נעמען יא אן אזוי איז עס אויך אן א קול, און נאר אזוי שטיל אז די שכינים זאלן נישט קענען הערן.

נאר אזויווי איך האב נישט געלערנט מיט אים אין חדר און ער וואלט געקענט זיין מיין ברודער'ס שווער... (נאך א מזל ער איז נישט מיין טאטע) האב איך אים נישט געוואלט קריטיקירן נאר איך האב אים שיין געזאגט אז עס איז אביסל צו הויעך... וואס מיינט איר? עס האט געהאלפן? ביי מוסף עודך (איך בין געווען צו נערוועז אויפצוכאפן טאמער עס איז געווען שטילער, אבער דער ניגון/נוסח איז זיכער געווען שענער...) און אזוי איז אריבער די ימים נוראים און איך מיין אז איך בין אפגעקומען כפרת עוונות דורך יסורים...

ממילא יעצט ווען מען האלט שוין אט-אט דארטן בין גאר שטארק אנגעצויגן, איך דערמאן זיך אז די איינציגסטע זאך וואס איך האב געבעטן פאריאר מיט גרויס כוונה איז געווען אז אויב חלילה איז אונז באשערט נאך א יאר אונעם פינסטערן גלות זאל איך כאטשיג האבן א כשר'ן שכן קומענדיגע יאר און איך זאל קענען פועל'ן אלעס גוטס...

און צו אייך ר' פייטל און אלע הויכע שטילע שמו"ע דאווענער'ס האב איך א בקשה אז איר זאלט גוט אדורך טון די הלכה נאך פאר די הייליגע טעג, און נישט אנמאכן קיין עגמת נפש פאר אייערע שכינים...
לעצט פארראכטן דורך טשאלענט אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:49 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

ערעב פייטלען אזוי אראפצומאלען... האסט זייער א קלארע שריפט און א פיינע פענע

;l;p- ;l;p-
און די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס האסטו רעכט, מ׳דארף דאווענען אויף א וועג וואס עס וועט נישט שטערן דעם שכן
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

...אריין אין מי מנוחות.....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פי די עף

123.pdf
פי די עף
(168.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 219 מאל
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

די טשאלענט איז געראטן אין די געסט....

טשאלענט, געוואלדיגע שריפט, גוטע שפראך, זייער זייער געשמאק...

קארג נישט קיין צייט, און ברענג נאך פון דיינע סחורה!
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

האמיר א פארטיגע קערעקטער, ר' פייטל!

גוד דשאב ;l;p-

(עצה טובה איבערס יאר דינג אליינס אפ די זיץ פין דיין געוועהזענעם שכן און דערנאך פליפ עס פאר ר' שייקע...)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זיס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW

הערליך הערליך! שרייב נאך!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין, הערליכע שפראך און אימעזשינעישאן.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח שעפעלע פאר pdf און פאר יעדער וואס האט קאמפלימענטירט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

Wow, איז דאס א מצתמק ויפה לו טשאלענט

פיין אראפגעלייגט,

כ'וועל פראבירן צו דאווענען אביסל שטילער די קומענדיגע ראשעשאנע,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

אה! יעצט פארשטיי איך וואס מענטשן זאגן "די טשולענט איז געלונגען"

מר. טשולענט איי פיל יור פעין
איך האב שוין אפאר מאל גרעדט מיט ר' פייטל'ן און זיינע חברים
און געקומען צו די החלטה אז זיי פארשטייען נישט וואס איך וויל פון זיי

עס איז א נסיון פון הימל זיך צו ספראווענען אין מח דערמיט

איך האב זייער הנאה די האסט עס ארויפגעברענגט
אפשר ווער איינער דא רחמנות האבן און העלפן זיך אן עצה געבן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געשמאקער האט געשריבן:Wow, איז דאס א מצתמק ויפה לו טשאלענט

פיין אראפגעלייגט,

כ'וועל פראבירן צו דאווענען אביסל שטילער די קומענדיגע ראשעשאנע,

כווייס אז דו ביסט נישט פייטל ווייל איך האב פריער געכאפט א שמועס מיט אים (איבער טראמפ'ן נישט איבער די נושא, איך האב אים אויפגעקלערט אז טראמפ איז נישט אזא בהמה ווי די ציבור מאלט אים אראפ, ער איז סאך א גרעסערע...)
אבער טאמער האט עס אויפגעטון אז נאך א איד זאל קענען דאווענען מיט הרחבת הדעת פארן בוכ"ע האטזיך עס זיכער געלוינט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

לטובה ולברכה האט געשריבן:אה! יעצט פארשטיי איך וואס מענטשן זאגן "די טשולענט איז געלונגען"

מר. טשולענט איי פיל יור פעין
איך האב שוין אפאר מאל גרעדט מיט ר' פייטל'ן און זיינע חברים
און געקומען צו די החלטה אז זיי פארשטייען נישט וואס איך וויל פון זיי

עס איז א נסיון פון הימל זיך צו ספראווענען אין מח דערמיט

איך האב זייער הנאה די האסט עס ארויפגעברענגט
אפשר ווער איינער דא רחמנות האבן און העלפן זיך אן עצה געבן

בד"וו די נסיון איז נישט נאר ר"ה, עס איז א גאנץ יאר, צו קענט איר די אידן וואס דאווענען א גאנץ יאר הויך אויפן קול?

במחילת כבודכם אבער פאר אייער טובה וועגן הערט אויף ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן היבש אסאך שידוכים /גיטין רח"ל / קראנקהייטן וכו' וכו' ווייל די אידן האבן זיך הויך צושריגן ביי שמע קולינו...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

געשמאקער האט געשריבן:Wow, איז דאס א מצטמק ויפה לו טשאלענט

פיין אראפגעלייגט,

כ'וועל פראבירן צו דאווענען אביסל שטילער די קומענדיגע ראשעשאנע,
קעניינעהארע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניינעהארע »

יישר כח גוט באשריבן,
איך האב אויך געהאט צוטון פאריאר מיט אזא איינעם,
הלוואי זאל עס ברענגען פירות
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

קעניינעהארע האט געשריבן:יישר כח גוט באשריבן,
איך האב אויך געהאט צוטון פאריאר מיט אזא איינעם,
הלוואי זאל עס ברענגען פירות

אפשר ביסטו געווען די שכן אויף די אנדערע זייט?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואס מיינט עטס?

איך געפון היינט אויס ווער עס גייט זיין מיין שכן ראש השנה... אוי ה' ירחם, איך ווייס נישט ווי הויך ער דאווענט שמו"ע, אבער איך זעה שוין פאר מיר א ראש השנה שוין לאמיר נישט רעדן...

איין זאך טרייסט איך זיך, אז עס קוקט אויס ווי הקב"ה האט זייער שטארק ליב מיין תפילה (אפילו איך בין נישט אין אומאן...), אז דער יצר הרע פארלייגט אזעלכע גרויסע כוחות אז איך זאל נישט האבן די ריכטיגע הרחבת הדעת...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

פון די וואכעדיגע משפחה מאגאזין

Musical CHairs

You all know the guy. He’s in every shul on the planet. I imagine there’s a female version too, off in the ezras nashim.

He’s an impressive guy, ehrlich and sincere, a real davener. You just don’t want him next to you — and certainly not on Rosh Hashanah.

He’s the one who whispers Shemoneh Esreh so that’s it’s audible up and down the row. He blows his nose, hiccups and sobs, and generally makes it impossible to concentrate.

He turns pages in his machzor with a bit too much force, and is positioned in a way that the jacket-button on his suit strikes the shtender every few moments: Each shuckle brings a direct hit, clack, clack, clack.

Sometimes, all the streams in avodah merge.

I once heard a shmuess from one of the great mashgichim of Yerushalayim, Rav Reuven Leuchter. That same night I met a friend coming from a shmuess given by Rav Tzvi Meir Silberberg, who shares the treasures of sifrei chassidus —different flavors, generally speaking.

But that night, they both said the same thing.

They spoke about those guys — the shul neighbor with the unruly kids that keep making you stand up as they go in and out, the al cheit klopper who winds up like Nolan Ryan, the guy behind you who insists on sharing the English translation in your ArtScroll machzor with you.

Okay, the examples are my own, but they made the general point. And that point was that people really work hard on Rosh Hashanah: Parents are determined not to get angry at the children, to speak nicely to each other, to maintain an elevated atmosphere at the seudos.

We push sleep out of our eyes on Rosh Hashanah afternoon and conscientiously go through each child’s devar Torah sheets and listen to “Dip the Apple” yet again.

But we think, davening would have been perfect if not for that guy and his annoying kids/noise/habits…

“Fool!” the Mashgiach thundered. “You stand there proclaiming Hakadosh Baruch Hu’s dominion over every facet of creation, every particle and atom — but He put that person next to you, He gave you your seat and He gave him his seat. Hashem knows what you need to daven well and maybe this is it!”

In Rav Tzvi Meir’s words: “Maybe your nisayon wasn’t not sleeping and it wasn’t having uplifting seudos or being nice to your family. Maybe your nisayon was tolerating and accepting the person right next to you and being able to rise above the annoyance, submitting to Hashem’s plan for you.”

So wherever you are, wherever the hardworking, underappreciated seat gabbai in your shul put you, don’t get angry: It isn’t him who put you there. It’s Him.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פלייוואד האט געשריבן:פון די וואכעדיגע משפחה מאגאזין

גאר א שטארקע נקודה פון מורי ורבי הרב ר' צבי מאיר שליט"א...

שוין קוקט אויס ווי דאס איז טאקע מיין נסיון...

יישר כח רב פלייוואד (האב איך דיר געזעהן היינט צופרי אין מיין סוכה? אה נישט דו ביסט עס געווען! אנטשילדיגט...) פאר די דברי השקפה.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ווער די העק גייט אן אז פייטל נערווירט דיר???? די עיקר איז אז דו שרייבסט און איך האב יעצט אפאר מענטשן צו קוקן אויף זייער טלית באטל צו זיי הייסן נישט פייטל... עס שטומט 100%...

עני וועי דו שרייבסט צוקאש גוט... זע צו אנהאקן אין נאך איינעם די יאר, און קום אריין מיט א באריכט.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

חברה, א פרישע ווארעמע גריס פון פייטל'ען :x :x
און ביי די וועי ער הייסט בכלל נישט פייטל, טעות גמור!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גם אני בחלומי...

@ראפאט, ס'בכלל נישט קיין טעות, איך האב געהאט מינומום דריי חברה ארום מיר, קען זיין איינער הייסט יא פייטל...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

לויט ווי עס קוקט אויס האט יעדער דא געהאט אזעלכע שכינים....

עס איז אן איינגעריסענער טעות וואס דער עולם איז איינגערעדט אז טאמער מען דאווענט העכער קומען די תפילות אן אויף אן העכערן ארט...

אדער ליגט עס נאך אין דיביינער פון די רבי אין חדר וואס האט פארגעלערנט די מטה אפרים (מיין רבי האט עס איינמאל פארגעלערנט, און נישט אויסגעפירט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן).

אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס איז נישט אויסגעהאלטן נישט להלכה און נישט ע"פ מענטליכקייט!

(זאלן די 'המעוררים' וואס הענגן צעטלן פאר אלע פירצות\ עוולות\ מכשולות זיך נעמען פארפירן דערויף)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:גם אני בחלומי...

@ראפאט, ס'בכלל נישט קיין טעות, איך האב געהאט מינומום דריי חברה ארום מיר, קען זיין איינער הייסט יא פייטל...

איך ווייס נישט צו מיינער הייסט פייטל, אבער די געשטעל וואס טשולענט האט אראפגעלייגט האט ער זיכער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”