פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

וואס עפעס? האט געשריבן:[

באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

די פרעס וואס גייט פאר איז א ביזיון שאין כדוגמתו
ווילסט זיך מדבק זיין במידותיו - גיי העלף א עני
גיי זיי מחיה א עני מיט א ברייטקייט!



ר׳ ישעילע האט געטיילט עסן פאר אידן. פינטל.

ר׳ ישעילע האט געוואלט מחיה זיין אידן וואס דארפן חיות
אידן וואס קומען אינטערוועגענס
אידן וואס האבן נישט גארנישט אינדערהיים = עניים

אוודאי האט ער נישט געפרעגט יענעם צו ער איז באמת א נצרך נאר געגעבן פאר יעדעם און דאס האט זיכער צוגעגעבן צום געשמאק אז אלע סארט אידן האבן המאה געהאט און מען האט נישט געפילט וואו א נעבעך ווען מען האט געגעסן ביי אים

צו זאגן אבער אז ר׳ ישעילע האט הנאה ווען מען עסט ״מער״ וואו מען דארף. און יעדער מאל איינער מאכט א גריל געבט מען אז זאג ר׳ ישעילע - איז דאך א ביזיון וקצף!!

אויב ווילסטו באמת מהנה זיין נצרכים דאן פארוואס נישט געבן צדקה פאר זיי?! די האלטסט דער עני דארף דיין פרעס אדער ער דארף געלט אויף שבת ?!
אדער אפשר גאר האלסטו אז דער עני דארף זיך היינט איבערעסן פאר די גאנצע יאר?! ובדרך אגב וואס דארפן זייערע משפחה טוען?

לדעתי איז עס אויסער די ביזיון פארן צדיק א חורבן פאר די אידישקייט פונעם נעקסטע דור , עטס מיינסטו די קינדער און בחורים האלטן נישט מיט די פרעס וואס גייט פאר? דעיס איז אידישקייט?! דעיס איז חסידות

א שאנדע פארן דור וואס זעהט דעיס צו
א שאנדע פאר די טיפשים וואס מיינען אז די צדיק האט הנאה דערפון
און א רחמנות אויפן יוגענט.[/quote]

אוח ווי ריכטיגע ווערטער דו זאגסט!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

דער עולם מישט א קיגל. ס'דא איין זאך געבען צדקה. אינגאנצען א צווייטע זאך איז געבען עסן פאר אידן, עניים מיט עשירם ציגלייך.
איך האב נאך היינט נישט געגעסן קיין פרישטאג. נישט ווייל מאן גראסערי אקאנט איז שוין אווער די לומיד, נאר פשוט ווייל איך האב מיר געיאגט אין ארבייט אין נישט געהאט קיין צייט.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

עס שטייט אויפן מצבה אז ער האט זיך קיינמאל נישט געבייזערט אויף א צווייטען (ווער עס קען זאל ברענגן דעם נוסח) סוי ביטע זיך נישט רעגן דא אויף אידן וואס עסן אביסל היינט, און האט אינזון לע"נ ר ישעי ב"ר משה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

tesla האט געשריבן:דער עולם מישט א קיגל. ס'דא איין זאך געבען צדקה. אינגאנצען א צווייטע זאך איז געבען עסן פאר אידן, עניים מיט עשירם ציגלייך.
איך האב נאך היינט נישט געגעסן קיין פרישטאג. נישט ווייל מאן גראסערי אקאנט איז שוין אווער די לומיד, נאר פשוט ווייל איך האב מיר געיאגט אין ארבייט אין נישט געהאט קיין צייט.


סו ווען ר׳ ישעילע לעבט ווען היינט וואלט ער געקומען צו דיר אין אפיס מיט א פעטע אייער פרישטאק ?!
קאם אן
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

2ECF41F9-8380-48D4-B458-1218BA1D88BB.jpeg
2ECF41F9-8380-48D4-B458-1218BA1D88BB.jpeg (217.19 KiB) געזען 1747 מאל
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

וואס עפעס? האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:דער עולם מישט א קיגל. ס'דא איין זאך געבען צדקה. אינגאנצען א צווייטע זאך איז געבען עסן פאר אידן, עניים מיט עשירם ציגלייך.
איך האב נאך היינט נישט געגעסן קיין פרישטאג. נישט ווייל מאן גראסערי אקאנט איז שוין אווער די לומיד, נאר פשוט ווייל איך האב מיר געיאגט אין ארבייט אין נישט געהאט קיין צייט.


סו ווען ר׳ ישעילע לעבט ווען היינט וואלט ער געקומען צו דיר אין אפיס מיט א פעטע אייער פרישטאק ?!
קאם אן

וואלט איך געדאווענט ביי ר' ישעילע אין ביהמ"ד, נאכן דאווענען וואלט ר' ישעילע מיר אפגעווארט, אינגערמאן פרישטאג האסטע שוין געגעסן? ני קים מאך א ברכה.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הו קעירס וואס ר' ישעי'לע וואלט געטוהן? און נניח לשיטתם ר' ישעי'לע האט געהאט אן ענין און עבודה פון געבען צו עסען פאר יודען, וואס האט דאס מיט אונז? וואו נעמט זיך בכלל דעם ענין פון נאכמאכען א רענדאם עבודה פון א רענדאם צדיק?

ווער עס וויל אריינהאקען אכילה גסה, האק אריין. אבער פארוואס אריינשמירען אין טעלער ר' ישעי' ב"ר משה? לאז דעם צדיק רוהען בשלום על משכבו און דו שטאפ זיך אהן, אבער סתם אנצולייגען דעם פרעס אויף ר' ישעי'לע?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

גראנדיעזער איידיע:
GLAUBERS G&G G&B
אנאנסירן אן עקסטענשאן פון נאך 3 טאג עסן די נדבה ווערט אהערגעשטעלט מיט א מעטשינג
לכבודו של צדיק
די קליידונג פאר קינוח סעודה וועט נאכפאלגן ביים קערעסטירער קליידונג סעיל
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

היינט איז אויך די יארצייט פון ר' יודל ראזענבערג ז"ל 80 פערצענט קינדער זענען געווען אין קעמפ בחנם אין ער האט געשאפט די געלט
לאמיר האפן אז איינער וועט מנדב זיין א קעמפ פאר די קינדער
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב זייער הנאה פון די עסן וואס מען טיילט, און אודאי איז נישט קיין קלייניקייט צו געבן עסן פאר אידן. איך בין נאר נייגעריג אויב ר' ישעי'לע האט אויך נאר געגעבן עסן פאר אידן אין זיין יומא דהילולא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון די עסן וואס מען טיילט, און אודאי איז נישט קיין קלייניקייט צו געבן עסן פאר אידן. איך בין נאר נייגעריג אויב ר' ישעי'לע האט אויך נאר געגעבן עסן פאר אידן אין זיין יומא דהילולא.

ס'איז באקאנט אז לפני פטירתו האט ער אנגעזאגט אז היות ס'גייט זיין א לויה, און אסאך יודן גייען קומען צו פארן, זאל מען צושטעלן טעפ קארטאפל מיט שמאלץ, דער עולם זאל נישט בלייבן הונגעריג..

ברויך מען נאך מברר זיין צו די לויה איז געווען בו ביום...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

געבן עסן פאר ארימע יודן נישט פרעסן פאר זיך.
ופשוט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איין זאך איז זיכער!
ר' ישעי'לע האט נישט געמאכט קיין ראבא קאללס!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

שניים שצלו פסחיהם: ווואס איז טאקע די חילוק?
אטעטשמענטס
20210415_003250.jpg
20210415_003250.jpg (229.5 KiB) געזען 1240 מאל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נעכטן האט א איד הרוצה בעילום שמו אראפגעלייגט פינעץ און צוואנציג אלפים אין ראקלענד קאושער אין מאנסי און מהאט געקענט נעמען אומזיסטע פלייש סענדוויטשעס פאר די משפחה

מסתמא האבן רוב נעמערס סייווי געהאט נאכטמאל אבער כ'גלויב אז סיז געווען בני עניים וואס האבן זיך מחי' געווען דערמיט


דערמאנט מיך דאס שארף ווארט פונעם הייליגן צאנז'ן זי"ע פאר זיין זוהן דער גארליצער רב זי"ע: סיז כדאי צו געבן פאר טויזענט אידן צדקה אז ס'זאל מאכן איין אמת'דיגע עני הגון צווישן זיי

אבער די אלע וואס שטייען חצילים על האש און שרייען רעבשייעברעמוישע זענען ליצים, מאכן געשפעט פון א קדוש אלוקי און זיינע מעשי צדקה

)אפשר איז ר' ישעי'לעס דרגה אין צדקה אזוי גרויס אז ער איז גרייט צו ווערן מבוזה אבי ס'זאל פון דעם ארויסקומען עפעס א טובת הנאה פאר א עני ודל, אבער דו לץ דארפסטו בעטן מחילה ביים צדיק)
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די בילד איז א גרויס ווייטאג אין ביזיון אבער עס שפיגעלט אפ די אמעריקאנע טיפשות
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קרייסלער האט געשריבן:נעכטן האט א איד הרוצה בעילום שמו אראפגעלייגט פינעץ און צוואנציג אלפים אין ראקלענד קאושער אין מאנסי און מהאט געקענט נעמען אומזיסטע פלייש סענדוויטשעס פאר די משפחה

מסתמא האבן רוב נעמערס סייווי געהאט נאכטמאל אבער כ'גלויב אז סיז געווען בני עניים וואס האבן זיך מחי' געווען דערמיט
)


אין אנדערע נייעס האביך געהערט ערשטהאנטיג אז א ריזיגע סכום פון פערזענליכע מענטשענס גראסערי באלאנסען זענען געווארן נעכטן באצאלט דורך מענטשן וואס זענען אריינגעקומען און אפגעצאלט גראסערי בילס

קאדוס צו די עזר למזון קומפיין - דאס וואלט ר׳ ישעילע היינט געטוהן און ב״ה אז אידן טוהן גוטע זאכען
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

די יאר געפאלט אויס די יום הפרעס אין פרשת קדושים עס שטימט עפעס נישט מיט די רמב“ן די וואך
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

אינטערסאנט צו וויסן וויפיל יאר צוריק עס האט זיך אנגעהויבן די פרישטיג'ס ג' אייר?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שיינע שטריימעל האט געשריבן:אינטערסאנט צו וויסן וויפיל יאר צוריק עס האט זיך אנגעהויבן די פרישטיג'ס ג' אייר?


נישט מער ווי 7-8
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:אינטערסאנט צו וויסן וויפיל יאר צוריק עס האט זיך אנגעהויבן די פרישטיג'ס ג' אייר?


נישט מער ווי 7-8


די געפארעכטס צו ר' ישעי'לעס ציון האט זיך אויך אנגעהויבען 7 יאהר צירוק, יודען וואס טיילען פרישטיגס אין בתי מדרשים זעהן גרויסע ישועות, איך ווייס פון 2 גבאים וואס האבן דאס געוואלט סטאפען, א נדבן האט זיך געבעטען ער זאל דאס ווייטער אנהאלטען ווייל ער האט געזעהן גאר א גרויסע ישועה
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

און אסאך אידן האבן אויך געזען ישועות נאכ'ן געבן פשוט'ע לעקיך און בראנפן לעילוי נשמתו, נאך פאר ס'איז געווען אין סטייל...
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איך וויל ווידערהאלן מיין טענה אז היינט צו טאג'ס - ובפרט היי-יאר וואס פרייזן זענען אסטראנאמיש הויעך -

געט מען פשוט צו עסן אין שוהל פאר הונגעריגע אידן!!

ווער עס האט א חלק דעראין - לע"נ הצדיק הקדוש רבי ישעי' בן ר' משה זי"ע - זאל פועלן ישועות!

אידן גייען דורך דעם טאג הונגעריג! כפשוטו!

א פשוטע פרישטאג אין גראסערי קען קאסטן איבער $10!

און נישט יעדער ערלויבט זיך צו קויפן טעגליך!

מען קען זאט מאכן א היימישע איד מאנ"ש דא אין ביהמ"ד וואס זאל גיין צו די ארבעט פרייליכער, אהיימקומען פרייליכער, די גאנצע טאג איז איהם פרייליכער, זיין שלום בית איז אנדערש, כו' כו'


פארוואס זוכן מצוות אין די פרעמד ווען מען קען זאט מאכן אייגענע ברודער עניי עירך?

טייערע אידן נדבנים! לאזט אייך נישט פון אלע וואס פרובירן צו פארמינערן דאס עסן טיילן אין די בתי מדרשים פאר סיי וועלכע שווארץ סיבה! גייט אן! געבט צו עסן פאר אידן און רעכט אויף דערמיט הונגעריגע אידן - טייל קוקן אפילו אויס בעלבאטיש - זיי זאלן עסן כאטש איין טאג צו די זעט!!

וזכות הצדיק יגן עליכם להתברך בכל מיני ישועות!!
על "טעם וריח" אין להתווכח
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ש. שרייבער »

לשובע ולא לרזון האט ער אפשר נאר געמיינט ראש השנה ווייל דעמאלטס שטומט עס? אוודאי האט ער דאס געמיינט טיילען עסן פאר אידן א גאנץ יאר!!! איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה (קעפל)
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ש. שרייבער האט געשריבן:לשובע ולא לרזון האט ער אפשר נאר געמיינט ראש השנה ווייל דעמאלטס שטומט עס? אוודאי האט ער דאס געמיינט טיילען עסן פאר אידן א גאנץ יאר!!! איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה (קעפל)


דו קלערסט אז קערעסטירער בעליבתים האבן געגעבן פרישטאג ביי רבי ישעי'לע יעדן טאג?
אז אורחים זענען געקומען האט ער זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות און זיי פערזענליך מכבד געווען באכילה שתיה ולינה.


היעלה על הדעת אז זיין שטוב איז געווען א רעסטאראנט פאר שטאטישע אידן (נישט קיין אורחים) וואס האבן ב"ה וואו צו עסן ברחבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”