א באזוך אין נייאגארא פאלס

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

א באזוך אין נייאגארא פאלס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

בס"ד

הקדמה:
פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געפארן זעהן דעם בארימטן "גרענד קעניאן" אין אריזאנע. איך האב שוין לאנג פארדעם געהערט אז ס'איז דא דארט אזא זאך ווי א "סקיי וואלק", וואס איז אזא דורכזיכטיגע גלאזערנע פלאטפארמע ווי מען קען כאפן א שפאציר ארויס העכער דעם טיפן קעניאן.
למעשה ווען איך בין אנגעקומען בין איך געוואיר געווארן, אז די פלאץ פון די פלאטפארמע, איז עטליכע שעה אוועק פון ווי איך בין. יא, די קעניאן איז עטליכע הונדערט מייל לאנג, און מען קען דאס זעהן פון פארשידענע פלעצער.

אפאר יאר שפעטער, ווען איך האב באשלאסן צו באזוכן "נייאגארא פאלס" צום ערשטן מאל, בין איך שוין נישט געווען אזא נער. פון אלס אן האב איך געוואוסט אז ס'איז פארהאן צוויי פאלס, אין אמעריקא און אין קאנאדא. נאך איידער איך באשליס צו איך פאר טאקע, האב איך אפגעמאכט אז איך דארף מאכן גרונטליכע ריסוירטש, צו וועלכע עס לוינט זיך ענדערש צו פארן.

ערשט נאכ'ן זיך נאכפרעגן דא אויף אייוועלט ביי עטליכע חשובע ניקים באישי, און ביי אנדערע חברים, בין איך געוואויר געווארן מיין טעות: ס'איז טאקע פארהאן צוויי פאלס, און זיי זענען סטאנציאנירט און צוויי באזונדערע לענדער, אבער בעצם זענען זיי א שפאן אוועק איינס פון צווייטע. אויף איינמאל קען מען זעהן מיט די אויגן ביידע.

לתועלת פון אנדערע וואס קענען זיך נישט אויס, וועל איך דא ברענגן געוויסע פרטים איבער די פאלס, און די אטראקציעס וואס זענען דא דארט, באגלייט מיט עטליכע בילדער און קליפס וואס איך האב געכאפט במשך מיין וואקאציע אין נייאגארא פאלס.

איך רעד נאר פון אטראקציעס וואס זענען דירעקט פארבינדן מיט די פאלס/וואסער, נישט פון זייטיגע מוזעאומס, פארקס, זו'ס, אד"ג.



נייאגארא פאלס
די פאלס, ווי געזאגט, זענען איינגעטיילט אין צוויי. אמעריקאנע און קאנאדישע. בעצם איז דא א דריטע קליינע פאלס, דאס איז אפגעטיילט, אבער הארט נעבן די אמעריקאנע, און ווערט גערופן "בריידעל וועיל" פאלס צוליב איר אויסקוק.

די קאנאדישע פאלס, וועלכע ווערט גערופן "הארס-שו", איז פיל גרעסער, ברייטער און מעכטיגער ווי די אמעריקאנע.

אבער נישט געזארגט, די אמעריקאנע איז גארנישט אוועק צו מאכן. ס'נאך אלץ גאר גרויס און ס'מבול'ט אראפ דארט אסטראנאמישע קוואנטומ'ס פון וואסער יעדע רגע. א קליינטשיג טאוול אויפ'ן ארט דערציילט אונז, אז אין א זומער'דיגע טאג, גיסט זיך פונעם אמעריקאנעם (צוזאמען מיט'ן זייטיגע בריידעל וועיל) פאלס, אזויפיל ווי פינף-און-זיבעציג-טויזענט גאלאן וואסער "פער סעקונדע"!!! דאס איז שוין די קליינע... (העמיר נאך אי"ה מאריך זיין אין געוויסע מעלות פון די אמעריקאנע זייט).

די שטיינער אינמיטן און אונטן, גיבן פיל צו צום שיינעם אויסקוק, פארמירנדיג קלענערע און גרעסערע פאלס צופיסנס פון די פאלס.

פון די אומאויפהערליכע שטראם, איז כמעט אלעמאל דא א פארנעפלטע פארע ביי די פאלס, אמאל אביסל און אמאל שטערקער, וועלכע הייבט זיך אויף אין די הייעך פיל העכער ווי די פאלס. ס'דא פלעצער פונדערווייטענס, וואס מען קען נישט זעהן די פאלס, אבער מען קען זעהן די נעפל (מיסט בלע"ז) אין די הייעך.

המשך יבוא אי"ה, בל"נ.

אט זענען מערערע קליפס וועלכע איך האב ארויפגעשטעלט אויף קאפי.קאם. (במשך פונעם באשרייבונג האף איך בעז"ה צו שטעלן נאך מערערע קליפס). וכאן המקום להודות פאר אונזער ידען המפורסם, וועלכע האט מיר צוגעוויזן ווי אזוי ארויפצושטעלן די בילדער. גיוו-ע-הענד פאר "קנאפער ידען!

אמעריקאנער פאלס
די אמעריקאנע קליפס זענען געכאפט געווארן אויף די אמעריקאנע זייט (אין די הונטערגרונד זעהט מען צומאל אויך די קאנאדישע)

קאנאדישע פאלס
די קליפס אין דעם פאלדער זענען געכאפט געווארן אין קאנאדע, נאנט צו די קאנאדישע הארס-שו פאלס, אבער מען קען אויף רוב זעהן ביידע פאלס


ביטע נישט שיקן אדער קאפירן, די באשרייבונגען, בילדער און קליפס, אן געבן קרעדיט פאר די שרייבער און פאר אייוועלט.
אויב ווילט איר עס נוצן ביטע פרעגן רשות בעפאר.
לעצט פארראכטן דורך הלשון אום דאנערשטאג יולי 02, 2015 7:42 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אמעריקאנע פאלס

די קליינע אפגעטיילטע חלק אויף די רעכטע זייט, רופט זיך די "בריידעל וועיל פאלס". אינצווישן איז דא א שטיקל לאנד ווי מענטשן קענען גיין.

ערשטע בילד איז געכאפט אין קאנאדע, אקעגן איבער די אמעריקאנע פאלס.
די מיטעלסטע בילד, איז געכאפט געווארן פון די הייעך, פון מיין האטעל צימער אין קאנאדע א שיינע פאר גאסן אוועק פון די פאלס.
די דריטע איז געכאפט געווארן נעבן די פאלס אין אמעריקא
אטעטשמענטס
American 1.JPG
American 2.JPG
American 3.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קאנאדישע פאלס

די דריטע בילד זעהט מען ביידע פאלס, און ווי נאנט ס'איז איינס צום צווייטן

אלעס געכאפט אין קאנאדע
אטעטשמענטס
Canadian 1.JPG
Canadian 2.JPG
Both Falls.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

חלק ב'

אילומינאציע

צו מאכן די וואסער-פאלן אינטרעסאנטער, האט מען יארן צוריק איינגעפירט אז ביינאכט, במשך עטליכע שעה, שיינט אויף די פאלס קאלירטע לעקטערס, וועלכע פארוואנדלן די פאלס אין הערליכע קאלירטע וואסערן.

די גאר שטארקע לעקטערס געפינען זיך א ווייטע שטרעקע פון די פאלס, און פון דערווייטענס אין דער הייעך, שיינען זיי אויף די וואסער אקעגן איבער. די קאלירן האלטן זיך אין איין טוישן.

עטליכע קליפס
די פאלס באלאכטן מיט קאלירטע לעקטערס ביינאכט
אטעטשמענטס
Illumination 1.JPG
Illumination 2.JPG
Illumination 3.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

חלק ג'

פייער ווארקס

צו מאכן נאך אינטרעסאנטער פאר די באזוכער, שטעלט מען צו מזמן לזמן, "פייער-ווארקס" ביי די פאלס.

כאטש עס איז נישט דירעקט פארבינדן מיט די וואסער-פאלן, שרייב איך עס דא, ווייל עס איז מענין לענין באותו ענין פון די לעקטערס וואס באלייכטן די פאלס.

עטליכע קליפס דערפון, געכאפט פון די קאנאדישע זייט אקעגן איבער די אמעריקאנע פאלס
פייער ווארקס ביי די פאלס

.
אטעטשמענטס
Fire Works 1.JPG
Fire Works 2.JPG
Fire Works 3.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

.גיוו-ע-הענד פאר הלשון. הערליך באשריבן

ווען איך בין געווען דארט בין איך געשטאנען דארט א לענעגערע צייט און געקוקט און געקוקט און געקוקט
מער פון "מה רבו מעשיך השם" האב איך נישט געהאט וואס צי זאגן
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

חלק ד'

אטראקציעס

פאר איינער וואס האט ליב וואסער/נאטור, איז די פאלס אליינס איבער גענוג. מען קען שטיין אקעגן די פאלס און קוקן דערויף א לאנגע צייט און זיך נישט גענוג אנזעטיגן פון די נפלאות הבורא, ווי די וואסער שטורעמט אן אויפהער מיט א זעלטן-מעכטיגע פלוס, באגלייט מיט א געשמאקע בארואיגונגס קול פון וואסער פאלן.

העט איך ווען געקענט וואלט איך איבערגעשלאפן דארט אויף די גאס נעבן די פאלס. די מראה און קולות איז עפעס אויסטערליש.

ווי פארשטענדליך, איז די ארט א גאר אויפגעכאטפטע טוריזם ארט. מענטשן קומען פון אלע עקן וועלט קוקן דעם וועלטס וואנדער.

ווען מ'וואלט געקענט אריין אין די וואסער, אביסל פלאטשקענען, כאפן א שווים אד"ג, וואלט דאך גוט געווען. למעשה איז דאך נישט מעגליך אנצוקומען צום עצם וואסער צוליב די מעכטיגע וואסער שטראם וואס טראסקעט כסדר מיט א געוואלדיגע שטויס-קראפט, האט מען אויסגעארבעט דארט פארשידענע אטראקציעס, דורך וועלכע מען קען צוקומען עטוואס נענטער צום וואסער, אדער גאר כאפן א גוטע שפריץ פון די וואסער פאלן, אדער פשוט זעהן די וואסער פון אן אנדערע קוק-ווינקל.

יעדע אטראקציע מיט אירע מעלות און אייגענארטיגקייט. – הצד השוה שבהן צו אויפטרייבן ריזיגע סומעס איינקונפטן פאר די וואס האלטן אויף דאס פלאץ.

ביים קומענדיגן געלעגנהייט, העמיר אי"ה אויסרעכענען עטליכע פון זיי, ווי מיר האבן באזוכט....

* * *

בייגעלייגט זענען צוויי מאפעס (גענומען פון גוגל), וועלכע וועלן מעגליך צונוץ קומען אין לויף פון די באשרייבונגען.

די ערשטע זעהט מען סיי די אמעריקאנע און סיי די קאנאדישע זייט. די מאפע איז אבער כאטש אביסל אלט, ווייל געוויסע זאכן זענען שוין זיכער אנדערש.
די צווייטע מאפע איז פון די אמעריקאנע זייט.

אדרבה, לאזט אייך הערן. עס וועט געבן א שטופ ממשיך צו זיין, האפענטליך קומענדיגע וואך אי"ה

.
אטעטשמענטס
Map 1.jpg
Map 2.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
נטורי-יואל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 4:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטורי-יואל »

זייער שיין,
און ווי אזוי איז מיט פריצות? איז נישט דארט אן אנלויפעניש אין זומער מאנאטן? כ'זוך נישט אונטערצורייסן כ'וויל נאר וויסן צו מ'קאן גיין ספעציעל מיט גרויסע אינגלעך
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

נטורי-יואל האט געשריבן:זייער שיין,
און ווי אזוי איז מיט פריצות? איז נישט דארט אן אנלויפעניש אין זומער מאנאטן? כ'זוך נישט אונטערצורייסן כ'וויל נאר וויסן צו מ'קאן גיין ספעציעל מיט גרויסע אינגלעך

די חדשים JULY און AUGUST הייסט די "סיזאן" דארט אין נייאגארא פאלס.
כ'קען גלייבן אז דעמאלס איז נישט געאייגענט אהין צו גיין, און מיט אינגלעך זיכער זיכער נישט.
ווען איך בין געווען איז נישט געווען אזוי פיל, און די וועטער איז נישט געווען ביטער הייס ווי אינמיטן זומער.

דא רעדט מען שוין וועגן די נושא. אויב וויל מען ממשיך זיין און דעבאטירן ביטע עס טוהן אינעם אלטן אשכול
פריצות אין נייאגארא פאלס?

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול. שכח!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אלס איינער וואס גייט באנאנאס פאר נאטור וויל איך מיך גאר שטארק באדאנקן פאר דיר. דאס פלאץ גייט עמטליך ארויף אויף מיין ליסט פון פלעצער וואס מיר האפן אנצוקומען איין טאג! איי די קול פון וואסער.... שששש...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איי ווי געשמאק! הלשון איז אין די דישעס און מיר האבן אלע הנאה.

די בילדער האסטו אלעס אליינס געכאפט? זייער שיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

יישר כח הלשון, האסט מיך צוריק געטראגן דארט, איי איז דאס א געשמאק ארט,
איך בין געווען דארט עטליכע יאר צוריק סוף זומער צו מיין מזל איז איין טאג געווען פיין הייס און די מעיד אף די מיסט שיף האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע חלק פון די טריפ

געלעגער גיי ווי שנעלער, כ'מיין ווי לאנג גייט די וואסער רינען מיינסטע???
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח הלשון פאר די שיינע בילדער, קליפס און באשרייבונג, הערליך שיין.

מיר זענען שוין אמאל דארט געווען אבער נאר אין בייטאג שעות, איך האף נאכאמאל אהינצוגיין מעגליך היי יאר סוף זומער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן טשיפ »

הלשון האט געשריבן:בס"ד

הקדמה:
פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געפארן זעהן דעם בארימטן "גרענד קעניאן" אין אריזאנע.


איך מיין אז ווען ביסט פארטיג מיט נייעגרע, קענסטע באשרייבן און קורצן די גרענד קעניאן. איך וואלט געהאט חשק אהין ציפארן
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וואאאאאף א ריזיגן דאנק!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ענדע צדיק! האט געשריבן:די בילדער האסטו אלעס אליינס געכאפט?


יא! סיי די בילדער און סיי די קליפס.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:יישר כח הלשון, האסט מיך צוריק געטראגן דארט, איי איז דאס א געשמאק ארט,
איך בין געווען דארט עטליכע יאר צוריק סוף זומער צו מיין מזל איז איין טאג געווען פיין הייס און די מעיד אף די מיסט שיף האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע חלק פון די טריפ

געלעגער גיי ווי שנעלער, כ'מיין ווי לאנג גייט די וואסער רינען מיינסטע???
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערליך הערליך באשריבן!! הלשון, גיי אן.

איך בין שוין געווען ביי די פאולס א מינימום פון 5-6 מאל!! איך בין שוין געווען אסאך פלעצער, אזוי ווי די פאולס איז נישטא.

געלעגער, מיינסט עס ערענסט?? האסט ליב נאטור און ביסט נאך נישט געווען??? יו דאנט קנאו וואס יור מיסן!! עס איז א מאסט!! ווארט נישט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

Wow אזאנס האב איך מיך נישט געראכטען
איך בין אויפן וועג אהיים פין ניאגרא
איך שפאציר אריין אין איי וועלט אין באאאאם א באשרייבינג פין ניאגרה
יא חברה דאס מקום איז איינס אין דער וועלט האלעוויי ווער איך קען בלייבען
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

שיף רייד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

חלק ה'

שיף רייד

איינע פון די שטארק פאפולערע אטראקציעס ביים נייגארא פאלס, זענען די שיף ריידס וועלכע פארן אין די וואסער צופיסנס פון די פאלס, און טראגן די מענטשן היבש נאנט צו די אויג-פארכאפענדע וואסער-פאלן.

אנדערש פון רוב פלעצער, ווי מען זעהט די הערליכע וואסער-פאלן פון אויבן אראפ, דהיינו מען שטייט אין די הייעך, אביסל אדער פיל העכער פון די פאלס, און מען קוקט פון אויבן ווי די וואסער טראסקעט, זעהט מען עס דורך די שיף פון אונטן ארויף.

פארנדיג מיט'ן שיפל קען מען אויך קלארער זעהן וויפיל אלע שטיינער, קלענערע און גרעסערע, צופיסנס פון די אמעריקאנע פאלס, גיבן צו צום הערליכן מחזה. די וואסער שטראמט און טרעפט וועגן צווישן די אלע שטיינער, פארמירנדיג דערביי פילצאליגע קלענערע פאלס.

די רייד ווערט צוגעשטעלט דורך צוויי באזונדערע קאמפאניס. איינס מיט'ן נאמען "מעיד אף די מיסט" (MAID OF THE MIST), וועלכע איז אויף די אמעריקאנע זייט, און די צווייטע קאמפאני מיט'ן נאמען "הארנ-בלאוער" (HORNBLOWER) אויף די קאנאדישע זייט.

ביידע שיפלען שלענגלען זיך בערך די זעלבע וועג, מיט א סיסטעמאטישע סדר כשזה הולך זה בא. די חילוק איז נאר פון ווי עס פארט ארויס. (אויב ס'איז דא א חילוק פרייז בין איך נישט באקאנט). ביידע פארן אדורך אין זייט פון די אמעריקאנע פאלס, און דאן פארט עס היבש נאנט צו די קאנאדישע פאלס. פארשטייט זיך, נאר היבש נאנט, אבער נישט ממש נאנט במקום שאין בני אדם יכולים לעמוד בה.

די קאנאדישע פאלס איז אין די פארם פון א לבנה, און ווען מ'פארט אריין אין די חצי העיגול, אפילו מען איז במציאות נאכנישט ממש ממש ביי די פאלס, ווערט מען היבש באגאסן פון די וואסער וועלכע שפריצט פון די פאלס און ווערט געפירט פון די ווינט וכדומה. בקיצור, עס שפירט זיך ווי א פיינע רעגן. פאר דעם צוועק טיילט מען אויס בעפאר מען גייט ארויף אויף די שיף, אזעלכע דיספאזעבל רעגן מאנטלן. (מיין פארשלאג: מען וואלט שוין געמעגט טיילן, ספעציעלע קליינע רעגן-שיצערס אז די קאמערעס זאלן נישט ווערן באגאסן).

די שיף שטעלט זיך אפ פאר א קורצע וויילע פארנט פון די קאנאדישע פאלס, און דארט מאכט עס א יו-טוירן צוריק צו פארן, גיבנדיג גענוג צייט אז יעדער איינער זאל ווערט באוואסערט. ס'איז נישט אזוי גרינג צו כאפן בילדער ביי יענע פונקט, צוליב די וואסער וואס מאכט אלע נאס.

א מחזה פאר זיך, זענען די טויזענטער פייגלען וועלכע האדעווען זיך ביי די פאלס. פארנדיג מיט די שיף צווישן די צוויי פאלס, האט מען א געלעגנהייט דאס צו זעהן און הערן. מיר וועלן נישט אריינגיין איצטערט אין דעם נושא, נאר עס ליבערשט איבערלאזן אלס א פרשה בפני עצמו. (האפענטליך בעז"ה).

פון ווי פארן די שיפלעך ארויס? א בליק אויף די ערשטע מאפע, וואס איז אטאטשירט פריער אויף דעם בלאט, צייגט אז די מעיד אף די מיסט, איז סטאנציאנירט אויף די קאנאדישע זייט, אקעגן איבער די אמעריקאנע פאלס. למעשה כהיום הזה (מיין אינפארמאציע איז לעצט אפדעיטעד געווארן, נאך פסח תשע"ה) געפינט זיך אויף יענעם ארט די "הארנ-בלאוער". און די "מעיד אף די מיסט" געפינט זיך אויף די אמעריקאנער זייט, צופיסנס פון די "אבזערוואציע טאוער" אין די זייט פון די פאלס (ווי אנגעצייגט אויף די צווייטע מאפע, אטאטשירט אויבן).

די שיפלען פארן כסדר (בערך יעדע 15-20 מינוט) במשך די טאג. אויב ווילט איר זיין מעכטיג. קענט איר פארן מיט'ן שיפל אנפאנג נאכט ווען די קאלירטע לעקטערס שיינען אויף די פאלס. פארשטייט זיך, די פרייז איז טייערער דעמאלס (וואס זאל מען טוהן לעקטער קאסט געלט). כ'בין נישט זיכער אויב ביידע קאמפאניס אפערירן ביינאכט.

נ.ב. אויף די פילצאליגע קאלירטע אדווערטייזמענט ליפלעטן, האב איך אויך געזעהן רעדן איבער א באזונדערע שיף רייד, JET BOAT. ווי איך פארשטיי דארף דאס צו פארן אין די ארומיגע וואסערן, נישט נעבן די פאלס. למעשה, האב איך דאס אין ערגעץ נישט באגעגענט, ממילא פארמאג איך נישט קיין אינפארמאציע צו שרייבן איבער דעם.

דיסקלעימער: איך בין נאר געפארן מיט די "הארנ-בלאוער". און בכלל זאל מען נישט אננעמן מיינע אנווייזונגען אלס הלכה פסוקה, נאר מען זאל זיך אליין נאכפרעגן.

המשך יבוא אי"ה


עטליכע קליפס געכאפט פארנדיג אויפ'ן שיף. 2 פארבייפארנדיג די אמעריקאנע, און איינס שטייענדיג פארנט פון די קאנאדישע
די פאלס געזעהן דורך די שיף


בילדער: די פאלס פון אונטן ארויף. אויף די ערשטע בילד איז אנגעצייכענט, מיט רויטע עראוס, די פארט פון ווי ביידע שיפן פארן ארויס. (פאר אינטרעסאנטקייט: די טאל-בוטס, געצייכענט מיט'ן בלויע עראו, איז די גרעניץ צווישן יונייטעד סטעיטס און קאנאדא).
אטעטשמענטס
Baot Ride 1.JPG
Baot Ride 2.JPG
Baot Ride 3.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

באשרייבסט עס זייער "לעבעדיג"!!

איך האב צו דעם צוועק, ספעציעל גענומען א דיספאוזעבל קעמרע וואז איז וואטער פרוף.

די דזשעט שיף פארט היפש אהימציער דארט אונטער די רייד וואס פארט אין די לופט די פון איין זייט צום צווייטען איבער די ים.

איך געדענק עפעס אז די מעיד אוו דע מיסט פלעגט זיין אין די קאנאדישע זייט, און מען האט שפעטער געטוישט די נאמען פון די קאמפאני, וואטעווער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געוואלדיג שב'געוואלדיג

איז דא עפעס א היסטאריע ווי אלט די פאלס זענען
?
ווען האט מען עס ערשט אנדעקט
?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2015 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהמשה »

געלעגער האט געשריבן:אלס איינער וואס גייט באנאנאס פאר נאטור וויל איך מיך גאר שטארק באדאנקן פאר דיר. דאס פלאץ גייט עמטליך ארויף אויף מיין ליסט פון פלעצער וואס מיר האפן אנצוקומען איין טאג! איי די קול פון וואסער.... שששש...
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

דזשוירני ביהיינד די פאלס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

העמיר בעז"ה גיין צוביסלעך ווייטער

חלק ו'

JOURNEY BEHIND THE FALLS

א שטארק פאפולערע אטראקציע אויף די קאנאדישע זייט איז, "דזשוירני ביהיינד די פאלס". כשמו כן הוא: מען שפאצירט אינעם אונטערגרונד פון די פאלס. די פאלס פאלן דאך מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, אט בתוך תוכיות פון דעם הויכן שטיינערנע בארג האט מען אויסגעגראבן א טונעל ווי מען קען שפאצירן.

מיט אן עלעוועטאר פארט מען אראפ טיעף אונטער'ן ערד פלאך ביז מען קומט אן צו די טונעל. בעצם די שפאציר אינעם טונעל איז גארנישט ספעציעל, מען זעהט גארנישט. אבער מען הערט די קולות פון די וואסער וואס שטורעמט אינדרויסן פון די שטיינער.

וואס איז יא אינטרעסאנט פון דעם מקום?

ערשטנס: אויף 2-3 פלעצער האט מען אויסגעהאקט די טונעל, ממש ביז צום וואסער וועלכע שטורעמט פון אינדרויסן. קומט אויס אז מען שטייט אין די בעק פון די פאלס. די שטייסט ביים פתח המערה, און פארנט פון דיר גיסט וואסער.

דאס איז נאך אויך נישט עכט אינטרעסאנט, סיי ווייל מען קען דאך נישט ממש צוטרעטן צום וואסער, (אחוץ אויב מען האט חשק צו זיין א ריכטיגע יענטע, און מיטגיין מיט'ן שטראם). ווי אויך, מען קען נאר זעהן ווי וואסער טראסקעט פארנט פונעם פתח המערה, אבער א ריכטיגע בליק אויף די פאלס זעהט מען נישט פון דארט.

די עיקר אינטרעסאנטקייט איז ביי די ספעציעלע פארטש ווי מען קען ארויסגיין גאר נאנט צו די קאנאדישע פאלס. מען טרעפט זיך שטייט ממש אין די זייט פון די פאלס, און מען זעהט ווי די וואסער קנאקט פול פארס. בכלל איז דאס לכאורה די נאנטסע בליק וואס מען קען כאפן אויף די קאנאדישע פאלס (די קלארקייט ווי גוט מען קען זעהן, ווענד זיך שוין ווי געדעכט די מיסט איז בשעת מעשה). ווען איך בין דארט געווען איז געווען דאן א שיינע רעגן-בויגן איבער די פאלס.

2 קליפס - איינס ביי איינע פון די שערים אונטער די פאלס. צווייטע די קאנאדישע פאלס ווי געזעהן אויף די פארטש
JOURNEY BEHIND THE FALLS

בילדער: 1 - די טונעל (אנטשולדיגט פאר'ן עטוואס פאטשקענען מיט'ן בילד און אראפגענומען מיין פרצוף). 2 - די עפענונג אונטער'ן פאלס. 3 - די זייט פון די פאלס.
אטעטשמענטס
Journey 1.JPG
Journey 2.JPG
Journey 3.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

TABLE ROCK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

די פלאץ ווי די "דזשוירני ביהיינד די פאלס" איז סטאנציאנירט רופט זיך "טעבל ראק".

דורכאויס די טונעל, איז אויסגעהאנגן מערערע סיינס מיט אינפארמאציע איבער די נייאגארא פאלס, ווי אויך איבער דעם ספעציפישן ארט.

בייגעלייגט בילדער פון 2 סיינס, ווי אויך פון די רעגן בויגן העכער די פאלס געכאפט ביים פארטש פון דדשוירני ביהיינד די פאלס
אטעטשמענטס
Journey 4.JPG
Journey 5.JPG
Journey 6.JPG
לעצט פארראכטן דורך הלשון אום מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”