"מלה בסלע שתוקא בתרין קאמפיין!"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

"מלה בסלע שתוקא בתרין קאמפיין!"

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 6:43 pm

אדיאו טשעק וואן, אודיאו טשעק טו....
וואן טו, וואן טו....
וואן טו וואן, וואן טו וואן....
וואן טו טרי, וואן טו טרי....
טעסטינג טעסטינג....
ס'ארבייט ס'ארבייט?...
יא?...
אקעי.
וואן טו, וואן טו....

פיין, יעצט איז גוט! לאז עס אזוי.

פיין.


= = = =

רבותי, דער עולם איז דא אדער יא?!

אין נאמען פון כל הקהל הקאקאש השה ווילען מיר אויסשרייען מיט אונזער אייגענע קול, און פרעגען מיט וואונדער און ענקזייעטי ווען דאס שפייאכץ גיסט זיך פון מויל, און די אויגען זענען רויט פארלאפען מיט וויין.

מיר שרייען אויס מיט א גריצעלדיגע קול: "וואסי דאס שווייגעניש וואס באצירט די שטובלעך ארום אונזער ריינעם מקום"? "הא"? ווער זענען די וואס דרייען זיך אין אונזערע הויפ'ן און קוקען זיך איין אין אונזערע פארברענגען אן צישטייער געבען פאר די שאכטלעך ביר און אנדערע הוצאות??? הא???


מטעם הקהילה איז געמאלדן געווארען א:
"מלה בסלע שתוקא בתרין קאמפיין!"


די קאמפיין וועט פארלאנגען אז יעדער וואס וויל קענען האלטן זיין מעמבערשיפ ביי אונז אין קהילה, און בענעפעטירען פון אונזערע סערוויסעס וועט זיך מוזן געהעריג משתגע זיין מיט אלע הוצאת פון אונזער/אייער קהילה!.דאס נעמט אריין אז מ'וועט מהיום והלאה ברויכן צייגען א ערענסטע ווילען צו זיין א חלק פון די "סגול" חבורה.

איינע פון די פרישע תקנות איז א דרייעדיגע טיר ביים הויפט אריינגאנג! (ווי איר האט אלע ווארשיינליך מיטגעהאלטן האט מען לעצטענס אסאך מאל צוגעמאכט די הויפט אריינגאנג. דאס איז געווען צוליב די אינסטאלאציע פונעם נייעם טיר!) און נאר מעמבערס וואס זענען געהעריג איינגעשריבען און פאלגען אויס "אלע תקנות" וואס רבינו שליט"א אונזער מיסד וועט אוועקשטעלן וועלען קענען "אריינקומען"!

ביטע נעמט אין אכט אז די אלע וואס זענען נישט איינגעשריבען דא - וועלען מער "נישט" קענען האבן קיין צוטריט אהער!!

יעצט א ווארט צו אונזערע יעצטיגע מעמבערס:
די הנהלה איז לעצטענס געזיצען שעות לאנג... און מ'האט דן געווען בראש כבש וויאזוי מ'קען פארזיכערען און בארייכערען די מקום, און אויך אויב ס'איז מעגליך צי שניידען פון די יעצטיגע הוצאות וואס באטרעפען א אסטראנאמישע סכום פארמעקטע תגובות און ליידיגע מעמבערשיפ קארטלעך.

די הנהלה האט זיך פאראייניגט, און פראטאקעלירט (#נוסח סטאמאר) אז די איינציגסטע וועג וואיזוי ס'וועט מעגליך זיין צי אראפהאלטן די שטייגענדע בודשעט וועט זיין דורכ'ן ווארפען נייע מעמבערס וואס וועלען נישט צאלן זייער דיוס ביז 2 חדשים!! (בנוגע אלטע מעמבערס האט די הנהלה נאכנישט געמאכט קיין החלטה. עוד היום גדול... יבא יומו...).

פאר די וואס מיינען אז דאס איז א וויץ. זאלן זיי ביטע איינצוימען די "מילצען" און ארויפשארצען די ארבעל! אויסשארפן דעם פעדער, און אנהייבען צאלען זייער באלאנס! און האקן תגובות "טויזענט תגובות לשנה!" יום לשנה יום לשנה!!

די אלע וואס וועלן זיך נישט צישטעלען צי די תקנות המקום, און וועלען נישט אפצאלען זייער באלאנס ביז 2 חדשים וועלען טעמפארערי פארלירען זייער מעמבערשיפ ביז זיי וועלן אנטקעגען קומען מיט א פאסיגע חשבון וואזוי זיי פלאנען צי באצאלען. אויב זי וועלען זיך נישט מעלדען ביז א געוויסע צייט אפשניט - וואס וועט ארויסגעשטעלט ווערען דורך די הנהלה "מתי שיתרוצצו השני צדדים" – וועלן זיי מוזן ליידען די קאנסעק-שווענצען אויף א זייער אומ-אנגענעמע פארנעם! (אינקלודינג, באט לימיטעד צו חסימה[ת זקן]!!
ולמזיק ולניזק שלוימיס טייץ קייט גומי!

און דערמיט שטרעקן מיר אויס א האנט פון שלום וחח'ס פאר די
"איבער 900 ניקים מיט 0 תגובות!!"

און מיר בעטן אייך בכל לשון של באקוטשקע:
"כיכי נא על פניכם!! - שובו בנים שובבים!! - אם לא עכככככשיו אימתי!!

הכונו צום "מלה בסלע שתוקא בתרין קאמפיין!"
('מלה בסלע' = דער וואס רעדט/שרייבט קען בענעפיטען. 'שתוקא בתרין' = די וואס שווייגען האבן צוויי חדשים זיך צו פארבעסערן!)

= = = = =

און יעצט, אז איר זענט שוין מיט אונז איינשטומיג. ווערט איר געבעטען אז איר זאלט זיך פארקניפן די פאסיקעס. פארקנייטשן דעם שטערען. פארדרייען די וואנצען און פארקעמן די אויגן ברעמען... פאר-ריגעלן אייך די אויער-לעפלעך... (אאךך... פארמאך די נאז לעכער דארט!... פעעה!!) און...

יעדער איז גרייט?
יא?
אקעי.

ויסעו!!

מ'לאז מיר זיך ארויס אויף א רייזע צום שטעטעלס "טשולענט" פארמעסט אשר כמותה לא היה ולא יהיה עד ימות למך מלך קיש'עם!! 

די אישי'ס זענען איבערגעפילט... די דעכער זענען אנגעשטויסען... די הערינג איבערגערינען... פון אלע זייטען שטייען אלטע אידענעס מיט פאטשיילעס און ווישען די טרערען פון שמחה געמישט מיט לעקוואר און מאהן... הייי... ווי נעמען זיי די אמאליגע חן וואס דאס שטעטעל'דיגע לעבען האט מיט זיך געטראגען.... (כליפ)

ווען אלע טאג פלעגט דער 'סטולינער' 'ברוקלינער יוד' 'ר' שלמה אבן גבירול' וואס טייל האבן אים גערופען 'ראפי דע קינג' ('אויךמיראחכם' געווען...) צוליב וואס ער פלעגט זיך דרייען מיט א 'וואש מאשין' וואס דער ‏ 'פאטאגראפירער' פונעם 'אמרי ברוך' ר' 'יהודה הנשיא בית שמש' האט אמאל מיט 'אנגסט' און דורך א 'נסגדול' ארויסדערווישט פונעם 'קרעטשניפער' 'מאלטי לעוועל' 'נטורי קרתאניק' וואס פלעגט מיט די 'הויזן טרייגער' זיינע 'נאטירלעך' טאנצען דעם 'מרקד אתלת' מיט א 'אמאליגער' 'געשמאק' ווי 'שמוליק' דער 'בעלזא מכנובקא' 'שרייבער' פאר'ן 'אורה' קאמפיין אין וועלכע מען זעהט די 'מאקאשלעך' נאשן פון די '‎schwarma' 'קיפעלעך' וואס 'leibfrankel1' האט אהערגעשטעלט.‏

אין א שיינעם טאג זענען געזיצען א גרופע 'דשעי נעט באנוצער' ארום 'זלמן יארסאוו' דער 'עקספערט' מיט '69' יאר אין 'עמעזאן'. און דער 'נייעס ברענגער' 'מאיר קאפויער' מיט 'יעקב פעדראטשיק'. אויך דער 'מלאךהגואל' דער 'חעלעמער רב' ר' 'משה קלמן', ווען מיט'ן 'קעלבערנעם קאפ' זיינעם איז ער פארטיפט אינעם 'דער שפאקטיוו' און פון מאל צו מאל לייגט ער צי זיינע 'דברי טעם'. אויך איז אנוועזענד 'הרב קלוגער' פון די הויפט 'אחראים' אויף די 'אנש' ליסטע, און דער 'רוסקי' פון די 'נייע שטעטעל' וואס האט דערווייל נאר איין 'וואנט' מיט א 'סאדע' מאשין און א 'קושקה' פאבריק האט זיך אינטערגעברימט 'יאמאמאי' ווען 'אני הקטן' פרעג כסדר 'וואס זאגט יענער'? ביני לבינו האט דער 'חכםעתיק' אויך באקאנט אלס 'בערל_האדום' אויסגעשריגען 'איך_בין_עס'! און דער עולם האט געענטפערט 'געדולדיג' 'מאכאלעבן' דו פארגרעבטער 'ארמון' 'בארשטען-בענדער'.

ערגעץ אינדערמיט האט 'שמעלקע' געקלינגען '911'. ווייל דער 'שנארער' פון חודש 'אב' האט אויף זיין 'כולל טיים' געריטען אויף 'אדמור שליטא' 'מנשה לוסטיג'. ביז א מינוט איז אנגעקומען די 'עף.ביי.איי' און די 'הצלה פייערלעשער פאליס' אנגעפירט דורך 'יעקב גרין' א 'האלבער' 'קרית יואלער'. די 'ליצנות' אין 'חסד לאברהם' דורך 'שלום בער' און 'משהלאקש' שרייענדיג מיט א 'שמייכעל' 'אללא אקבאר' אויפ'ן 'דיזיינער' פון 'אדמות קודש' 'נעוואדע' איז געווען גאר 'בשמחה'. אבער דאן האט דער 'פארברעכער' 'שווארצנעגער' אויסגערופן 'קעי', 'דאס איז עס'! 'איך האב אויך א מיינונג'!

גלייך דערויף האט 'מרדכי קאץ' אנגעהויבען ארומ'טענה'ן 'צו דער זאך' בשעת 'דודי' טראסקעט 'הערות' ווי א 'קליינערפיפיק' אויפ'ן 'חידושיםמשה'. אנטקעגען אים זיצט 'סענדער' 'שווארץ' און בריקעט 'אכילה'. נישטאמאל באמערקט ער ווי 'שיע' און 'חיים חייקיל' ווארפען זיך ארום מיט 'מה נשתנה' קוקיס, און 'האניגס ברודער' 'יואל פרידריך' פארייכערט א 'מארלבארא'. 'פישל פיש' איז 'ששון ושמחה' ווען דער 'ליזענסקער חכם' און 'באחןט' 'יחסן' 'חרבונא' וואס האלט אז ער איז 'שטארק קליג' און א 'וועלטסחכם', א 'מוזיק ליבער' (א כמעשה'דיגער 'קאפ שטיק' וואס האט שארף ארויסגעטרעטען 'כנגד ארבעה בנים'), און מיט א פעסטע 'בטחון' צופייערט ער זיך שרייענדיג 'איך זעה' אז 'לעצטענס שטראמען לאנגע ניקס' וואס פארהוילען זיך אווי 'ספיידער מענטש' זעלבסט!.

ווי א 'אוסגעשפילטער' 'חולם' דרייט זיך '[Google Bot]' ארום צוזאמען מיט 'אברבנאל' פון 'וויליאמפעסט'. דער 'אלטע שיכור' און 'קליינער מבין' 'לוי גאנדעל' פון 'הכיפתוח', טאנצט אין א רינג מיט 'לעקיש בער' און 'חיים מענדעל', 'יוסל סאקס' און 'פינקי' הארמאנייזען בשעת 'נתנאל' זינגט די 'טרעק 5' וואס 'אבא חנה פרומקין' האט פארקויפט פאר'ן 'ענדע צדיק' 'ליפא שמעלצער' אלס אויסשטויש פון זיין 'ראקפארט' שוך. 'מאיר ראטה' א שטארקע 'אבאמאניק' שלאגט זיך מיט'ן 'צדיק' פון 'דראטשאק' וועם מיר וועלען רופן 'מאטי' איבער א פארשימעלטע 'צוויבעל'...

מער האט נישט אויסגעפעלט! און דער 'רב הכולל' 'לייבעל' בן 'ר' יונה' ('יא_די_ניק') האט מיט זיין 'ערענסט' פנים אפירגעזוכט 'פירות' פון 'ארי' דער 'עושר', און עס געטראסקעט פאר 'שלום פיינגאלד' דער 'טוען' אין 'פנים' אריין! גלייך האט דער 'משוגענאר' 'בית דין הגדול' פון 'קרעטשנאוויטש' וואס האבן געפאסקעט לטובת די 'מאירי קאמפיין' אן קיין שום 'קראנטע מקור' אנטקעגען דעם 'רבי_שליטא' אפירגעקראצט 'לאקשען' 'מיט' 'סושי', און אויפ'ן 'שפיץ גאפל' האבן זיי דאן 'צייטלאז' אריינגשמיסן אין 'אברהמעלע דער עין יעקב יוד' וואס האט שוין אלס קינד 'געכאפט ביי משפטים' א קלינגעדיגע 'שמאטע.פאטש' דורכ'ן 'מצוה מענטש' 'דב בערקאוויטש' וואס האט אויף אים געשריגען: 'אז דו וועסט נישט זאגן הויעך ברוך הוא ו'ברוך שמו' וועט פון דיר וואקסען 'דער מבין' איבער 'גרעפיק-דיזיינער'?! 'עה.....'!

אינדערצווישען האט דער 'באקוועמער' 'זמר בן שיר' 'עסטערייכער', און 'מאזעס הירש' אפירגענומען זייער 'דזשי פי עס' און זיי האבן אפגעשריבען א בריוו צו 'מרדכי היהודי'. אינעם בריוו שרייבען זיי צווישען אנדערע אזוי, 'כבוד הרב', זייט וויסען אז אונזער 'מעכטיגער' 'טאטע' מיסטער 'שמחה' 'גערטנער', א 'וועלטליך' 'אבזערווירער' פאר די 'ברוך אבאמא' פראקציע האט אינטערגעהערט די פאלגענדע שמועס וואס 'יענקל ברוך' דער 'בעל הגלה' האט געטענה'ט אז 'הלוואי' דארף א 'וועבדיזיינער' פאר 'א קוואדער' גארנישט קענען. אויפוואס 'זעמל' 'עהרליך' דער 'ספרים פאקער' האט געזאגט 'מייפוט' 'שעפסעלע'! 'מאהלן דארף מען קענען'! כאטש א 'חלה דעקל'! 'הערסט?!'.
אויף וואס 'געציל 2009' האט חוזק געמאכט 'חחחח'... 'עסמאכטניטאויס'.... 'הערסט'?!...

פון דא און ווייטער האבן זאכן אנגעהויבן פארן אנדערש ווי געפלאנט... אויף 'בחדרי חרדים' און אויף 'פעיסבוק' האט איינער וואס איז 'כלומרשט א מבין' מיט'ן נאמען 'קינמון' 'פישאפ' וואס 'ארבייט' צוזאמען מיט 'פעטער יענקל' ביי 'דאקטער גרינשפאן' וואס איז אגב 'א באהאלטענע איד' און קרוב מיט 'מעל גיבסאן' אנגעהויבען מיט א 'קאפ שטיק' ווי א 'בן תורה' מיט א ר' 'חיים הלוי'... 'מכאן' פון דא לערענט מען ארויס אז 'משיח בן דוד' וועט זיין דער אמת'ער 'טרייסטער'... מיט'ן גאנצען 'פרישקייט' האט ער אזוי געזאגט... ביסט א 'מבין'?! - האט די 'וועד העסקנים' אנגעפירט דורכ'ן 'ביישן' 'יוסלע שוכמאכער' פארפירט! וואו איז 'א אידעלע' מיט'ן נאמען 'פייבעל' ווען מען דארף אים? הא? 'זיך מיך'!

דאן איז אריינגעקומען אין בילד 'פייוועל וואסערמאן' א 'געפערליך' 'שלעגער' פון 'צאנז'. וואס זייענדיג א 'כולל אינגערמאן' האט 'מרן אדמור' ר' 'שלמקה' 'טייטעלבוים' געלייגט אויף אים גרויסע 'האפענונג' אז ער וועט זיין פון די "תכלת" פונעם דור. 'יא' יא, פלעגט זיין 'גוטער ברידער' 'חיים דוד שיכטמאן' אייביג חוזק מאכן... 'שבעה דברים בגולם' זאגט 'בן בג בג' אינעם משנה, גלייבט מיר אז ער וועט נאך זיין 'יענערצדיק'... דער 'משגיח' ר' 'גמליאל' פלעגט זיך בעטן צונעם ווי צי א 'יחצל' 'זה הוא זה'?! דאס איז עס?! דאס וועט פון דיר אויסוואקסען? 'איך הער' אז מיט 'דשאבס' איז אויך עפעס נישט אמבעסטען... למעשה איז געווארען פון אים א 'בלאגער' פאר 'תג בפ' אפיס, און ער איז עפעס 'א אידעלע' מיט'ן ניק 'פארמעגליך'... גאנץ א 'לעבעדיגער. און ווי 'איך פארשטיי' איז ער אויך א 'גרעפיק דיזיינער' דאכצעך מיט'ן נאמען 'גרעפיק דיזיינער1'.

הכלל, אלעס האט זיך געטוישט ווען דער 'מקוה יוד' האט אריינגעווארפען 'גוטשי בערי' אינען 'סמבטיון' אויף וואס 'יוסלעגולם' האט א 'קרעכץ' געטוען 'אוי וויי' 'וויי'... שנעל איז 'צדוק' 'קרויס' געקומען צי לויפן, און געשריגען 'זאג.די', וואס גייט דא פאר? 'זעליג נטע בן פיגא' 'זיכערמאן' דער 'משה גרויס' שפאצירט צו און רופט אויס 'א-גוטן'... 'שלום סענדל' רופט זיך אן 'כ'ווייס נישט', עפעס האט איינער געגנב'ט א 'משנכנס' סיין פון 'א חדר' און 'יענקל וו' 'שעלט א גוטס א גוטס'. 'קרח' 'פעדראטשיק' האקט אריין און שרייט 'אבי גערעדט'! שטותים ביז די 'הימלען'! דו ווייסט 'גאנץ גוט' אז מ'האט אוועגקעכאפט 'הערשעלעס' 'מוציא מיט האניג'! כ'בעט דיך... 'נפשי בשאלתי', געבעס אים צוריק! פיר דיך אויב 'בדרך אברהם אבינו', און ווי דער 'ריעא-מהימנא', און בכלל ווייסטעך 'במקום שאין איש' איז 'טעווין' מארטין א 'געליטענער' פון די 'בלעקבערי' געדאנקען' וואס דער 'אומאנער' 'יצחק בעל עגלה' דער 'אויבער'חכם' פון די 'האלוועי', דער 'נייע ניק' 'זעמלער', און 'ווארקאהאליק' מיט א 'אמת' וואס שמו 'נאה' לו...
אלס זאגט ער 'גרייזיג' דעם 'נער היתי'... ער ששש'קט אלס 'נא נא' ווען 'יענקי' 'רוזמאן' פון די 'זכרי' חבורה פון די 'וויליאמפעסטער' 'אבזערווירער 'אפריון' שרייט אויף 'שטערען' 'למה לא' 'תצלח'? אמער, 'חיים עפלבוים' 'נולד מחדש' און דערווייל קנאקט ער אוועק 'בצלצלי שמע'. פארוואס האסטו אפגעמאכט אז 'זעכער נישט'?

'גרוינעם' 'דער עקספערט' 'אפס בינדער' זיצט אנגעהויפענט מיט 'בלעטער' פון 'קאפ ביז פוס'. ער איז 'מעד' ווייל ער איז 'איינזאםאליין'. אבער אזוי ווי ער איז א שטארקע 'חובב ספרים' זייענדיג א 'תג באניצער' וואס לייגט צו 'הגה'ס צום ילקוט 'הראבינו'. ער ליבט די "תורה' (נאך 'א_מזל'!) און הערט אויס שיעורים דורך 'האברך' 'יוסףבןשלום' פון קהילות 'נהורא' מיט א 'אוזן קשבת' א 'אפענע אויער' בשעת ער מישט מיט'ן 'קאך לעפעל' ווי א 'אויבער חכם' אינעם 'געהיימניס' וואס 'בן תמליון' דער 'פאטאגראפיסט' פון 'גאליציע' האט פארטרויעט אז ער האט א 'מסורה' אז 'מיין ניק' איז 'רוני'... נו, גיי זאגעם אז ס'איז 'שמפ'

א 'צורבא דרבנן' ר' 'יעקב הלוי' וואס פארמאגט א 'פרנסה כולל' דרייט זיך ארום חודש 'ניסן' מיט א 'מילך קעסטעל' 'עפל סיידער' און פירט אן א 'יריד' ווייל ער 'וויל העפלען' יעדען 'מאן דהו' מיט'ן צושטעלען 'כשר' 'פיקעל דיפס' נארוואס געברענגט פון 'אמסטרדם' דיקא ווייל 'יענעמס גראז' איז גרינער. 'מאחורי הפרגוד' זיצט 'א_איד' 'א צדיק' 'הערשעל' 'נירוואן' בעל מחבר 'תתחיים חזקאל'. און ער רעד דברי 'דעת' מיט א 'אתנחתא' ניגון, און זאגט 'אני אקרא' 'צבי זאב' און כ'על אים זאגן החיים והמות 'ביד הלשון'! איר זיינט דען א וואנ'זיניגער' צו זאגן אז 'רעב סיינער' האט געקריגען די 'נחלה' דורך זינגען 'ישאאלוקים' ווען דער עולם האט געוויינט 'שפך' עליהם זאמעיכא, און דו זאגסט אז 'ס'איז יא גוט'? 'פסססססס'!!! 'תיקו!'?... כ'ליפליפ'...

'ארי123' זיצט מיט זיין רויטע הויזן-'טראגער' אום 'שבתקודש' און שפילט מיט א טוי 'פיענאו' פאר די קאמפיין פון 'ראמני רייען'. דער 'דרויט באניצער' 'חיים זיידה' האט געמאכט א 'ישב' נעבען 'יענקל שיסטער' פון 'מאטערסדארף', און נעבן 'לייבשרהס' וואסי איינגעוויקעלט אין א טלית 'כולו תכלת' ווען דער 'חוקר ובודק' פון 'גער' 'יחצעל' 'ריקעש' און איינער 'בערעניו' הארמענייזן אויף 'שהשלום שלו', ר'איז מיר אויך געווארען 'א קנאקער'... נו, 'גם זו לטובה' האט דער 'מלמד פשוט' און 'רויטער' 'ביזנעס קאוטש' פאר די 'בדיקות חמץ' פארברענג ר' 'מ_יצחקי' אויסגערופען. במקום שאין 'איש' וגו'...

'איך_אליין' בינעך אנגעקומען סאאך 'טיפער פון טיף'!. געדענקסט דען נישט ווען 'דער שטופער' פון די 'אבגדהו' 'שטריימעל' קאמפעני, ר' 'בעריש' האט איין 'פסח' געשריגען מיט 'קולות' 'מיר זעמער אידן'?! און 'מנחם_ג' דער 'נוייארקער איד' האט אים באזידעלט פונקט ווען איך בין 'אינטערוועגענס' 'לאסטומיךאפ'?! 'ניט געזארגט' האט אים 'משה קאפויער' דער 'געלטזאמלער' פאר די 'שדופות קדים' 'קבריצדיקים' געזאגט, 'איך זוך' גראדע א 'מאירי' איבערן 'מנחת שאול' אז א 'שוואכעשרייבער' פאר א 'בליץ פאסט' קאמפיין איז 'אדיר איום' ונורא.. 'ס'נייעס'? האט 'פראפעסער' 'יעקב-עושר' אויסגערופען צו 'חצרון', 'יא יא יא' 'איך בין אויך דא' די 'סקרן' איינער! מיינסט טאקע אז 'דשעצקר' מיט 'גרינבאטס' איז נישט קיין 'יחוד'?!

'אלעזר לאנדא' דער 'לאנג יעריגער גבאי' האט ביי 'שאלעשידעס' זיך אנגעפילט א מויל מט 'צוויקל' און 'אזוי' צוזאמען מיט 'זאנבעלע דער טרעגער' האבן זיי אנגעהויבען 'רחם' אויף זייער ווי אייביג 'היימיש' תנועה ווען 'אין-איין-וועגס צימבלען זיי 'חיים שלום' און דעם 'פעסעמיסט' 'לייבי גראס'. 'שמשון' דער 'רבישקינד' און 'חבר טוב' פון 'מרדכילע' בן 'יושע טרעפער' האט זיך אנגערופען צווישען איין טעלער 'טשולענט' און די אנדערע מיט א חידוש פונעם 'רבינו פענח' אז הוא 'מותיב ומפרק' איז נישט קיין 'יושר' ווען עפעס 'א זעצער' 'תנחום' א 'גוטעברודערל' פון 'ארי היילפרען' זיצט זיך ווי א 'משה ברייט' נעבען 'ישראל50' און 'מרדכי2400'!..
דאס איז 'מיין אפיניען' – האט 'עבי' צוגעלייגט.

דער 'יאנטשי' 'צדיק הדור' ר' 'ישראל גרינער' פון 'לי-ראס' מיט'ן 'שווינדלער' הרוצה 'בעילום שם' 'מרדכי ג' דער 'פרודוסער' פון די 'פאליטיקעל' 'עולם החסידות' בחצר 'לרוץ אורח' און 'חציל' 'אינק' האט אנגעשריגען "מרדכי יואל' מיט'ן 'צווענגעל' אין האנט 'עס'קען זיין בעסער'!. 'יעיע' האט 'חיים אליעזר' צוגעשאקעלט. 'גיי ווייס' האט 'מאטיל' נעבעך נישט פארשטאנען... 'מיש נישט' האט 'יחזקאל שמש' דער 'וואלקאן' 'סוחר' אריינגעזאגט פאר 'י גליק', 'איך בין דא' שוין זינט 'מענדיל' ע"ה, 'ולא זכיתי'להבין די געפעך..... 'יאדא'!

'וואס ווילסטו' פון 'א פארצייטישער איד' און 'התמים' 'פנחס אלי''? דו ווייסט אז 'אייער פריינד' דער 'ישובה בחור' 'זלמן' פון 'פדןארם' האט 'מעכטיג' קאמפיינט אויף 'IVELT' פאר די 'מלחמת תנחום' ווען דער 'רעביש' 'מ לעווין' פון די 'משוב' פראקציע האט געבראכען די הייסע נייעס' איבער די 'אני יהודי' 'ששה סדרי משנה' מיט'ן פירוש 'בן יאיר' פון 'חיים לונדון' וואס די 'פייפער' פובליקאציע מיט די הילף פון 'צמא' האבן ארויסגעגעבען, 'חן חן לה'. חנוך לנער על פי 'דרכו' האט ער געשטורעמטֱֱֱ! 'מוזיק איז לעבן'! 'רק בשמחה'!...
און איך זאג דיר אז ער איז 'אזוי גערעכט'!

דער 'משכיל ודורש את אלקים' 'אברומי', פון די הויכע 'מאנ׳׳ש', און דער 'מלך' פון די 'תג1234' פראגרעם וואס פירט אן די 'אבותעלבנים' פראגרעם מיט זיין אייגענארטיגע 'שמאלץ' וואס 'קאמאו16' האט אים געגעבען אויפ'ן 'שפילקע' פון זיין 'אייגען וועלטעל' ביים 'נבון' '4000' שפיציגע 'שלחן' וואו פולע 'דעה זאגער' און 'באגאבונד'ן האבן געצויגען א 'פראסטער איד' א 'יודע ומבין' דבר מתוך דבר ביי זיין 'כתונת פסים', א 'איש חכם' ווי 'דער' 'פערדעל' וואס 'אני האדם' האב געקויפט פון 'מר. סקווער סמארט' פאר '123456' אלפים פאר'ן 'בדחן' פון 'מעקסונות' און אנפירער פון די 'שטופעראציע' ביים 'אין יאוש' פארזאמלונג.... אגב, 'פארוואזשע' פארסטו נישט מיט דיין 'בייסיקל' ביינאכט? 'לאז דיך ארויס' פון שטאט און שוין... 'אוי' דו 'קענסט מיך נישט'....

'ברוך הבא' דער 'קליינע גראבער' 'בנשקל' 'אוהד ליאנסקי' פון 'לי עווניו'! האט 'גרשום' אויסגעשריגען זיינע 'צוויי סענט' צו 'אביגדור' און 'משה יעקל' ביים 'עולם חסד יבנה' 'ביר-ברענער' פונעם 'רעכט-דענקער' 'עקסטרעמיסט' 'שלום ליכטער'. 'מנחםמחום' דער 'שטריק' וואס איז באקאנט מיט זיין 'רצון' פאר א 'חיים טובים' האט געשריגען פארן 'אוהב חכם' 'חיים איתמר טובי'' 'טריי אויס' פון די 'ליכטיגע בלעטעל'... ס'וועט נישט שאטען 'צים געזונט' דיינעם דו 'צופראסקעט' 'יונגערמאנטשיק'. 'חיליש' 'לייבלער' 'א איינפאכע יוד' גלייכט אבער נאכאלץ די 'פונטאייפ' 'ישראל1' וואס 'חצקל' האט אים עקטיוועטעד....

דער 'קלאץ קאפ' 'חומעני' פון 'וועד מורא מקדש' אינעם 'דור הפלגה' האט געשפירט א 'אחריות' מצד 'יחוס עצמו' צו ווערען דער 'מקוה יוד' אינעם 'פורת' שול אין 'באנעס_איירעס'. 'אומר ועושה', ער שטעלט איין די 'טאםטאם' 'ווידיאו' וואס ער האט געקויפט פאר '2סענט' ביים 'דופן עקומה' סעיל צוזאמען מיט 'נחומ'קע' וואס צאפעלט ווי א 'באטערפליי' אויף 'א בוים' מיט א 'יונגשטאם' און 'שימאן' , 'ברוךיודא' און נאך 'א יוד' מוזן אינטערהאלטן דעם 'וועלטס חכם'.. אט האט ער זיך דערמאנט אז זיין 'ניקנעים' איז 'יאטא', 'נו גוט'.. מיט א 'השאקעל' איבערן 'חסידקלייף' שרייט ער אויס 'השואל'!...
'נו וואדע' איז געווארען דארט 'שושן פורים'!

'טייערע יעקב', ביסטעך א 'קלוגער יוד', א 'איש תבונה', דער 'נחשון' , 'איך וויל זאגן' אז דער 'וויליאמסבורגער' 'שטופער' 'פיישל גילדנבוים' האט 'אויסגעגאסן' די 'חסידות' פון דיין 'טאטע בער' ביים 'טעכנישאן' 'מרדכי' אויפ'ן 'קאמפיוטער קיאסק' נאכן אריינזאפען א כוס 'יין שרף' ווען ער האט נישט געקענט די טייטש פון 'פה אל פה אדבר' זאגענדיג אז ס'איז 'א שווערע סדרה'. דער 'קאצקער' 'מאנדלבאום' און 'חכםמכלאדם' מאכט זיך 'תמעוואטע' אז ער האט א 'סגולה נפלאה' פאר 'לדעת84' פון זיין 'זיידעלע' 'רעב טעביע' דער 'ישועות לבוב' 'מבני ציון', ס'נעמט אריין 'יין הונגרי' געווייקט אין 'סיטבון'.
אינטערגעשריבען: 'יצחק'ל', דיין 'ניי געבוירן' זוהן.
פליז 'לאמיך אפ'!
סענד וויע 'קראום' דאט קאם.

דער 'מוילמאכער' 'בלשאצר' פון 'סלבודקה' האט געזאגט אין א שמועס מה 'המעיין' אינעם 'וזה שמי' 'עמינדב' 'בן נח', דער 'טראק דרייוער' וואס איז 'טמיר ונעלם'. 'די אמת' איז אז כ'שפיר זיך 'ככלי מלא בושה' וכלימה, ווען אזא 'אדם חשוב' מיט אזא 'גראדען_שכל_הישר' 'חי8323' שנים וואס שטייגט מיך איבער 'אלפי אלפים' מאל, א 'מאסף' פאר 'כל דכפין ייתי ויאכל' וואס אין 'איין מינוט' באנעצט ער אזוי פיל 'טישו פעיפער' וואס 'איך קים נישט אן' אין מיין גאנץ לעבן!. 'קוקנאך' ווען ער זינגט 'שאו שערים', ס'איז 'אמחיה'! אבער ביי מיר איז עס 'כולי האי ואולי' גאנץ 'כמעשה'.
אזוי זעהט עס 'גרעגארי' 'שוסטער' און 'ברנע לוי' פון א 'פרעספעקטיוו' אויף 'ליפא שווגאר'.
(וואס 'קאפוסט'ע 'קודש' 'מדרכיהם'?!)

דו קענסט דעם 'צופלויגענע בריה' וואס שפיעלט 'דשענטעלמאן'? 'סתם', כ'האב באטראכט א נייע 'ביימעלע' און דער 'לאכעדיגע נער' 'בערי קרויס' האט 'אריינגעטראכט' בנוגע די 'משחה' 'ספרים'. אגב, דו 'האסטע געהערט' פון איינעם 'אשכנזי' וואס פארפירט איבער 'יודשקייט' 'מהעבר' ועד הווה? נטופס, 'נישט איך'. אה... 'פרעג נישט'... 'ווער ווייסט' דען נישט פון 'גדי בן סוסי' און 'חיימ'על' פון 'לונדון' דער 'גרויסער מבין' וואס אלע 'שבטי ישראל' האבן אים ממנה געווען אלס דער 'ענאנימעס' 'שליח'! אופס 'כ'האב פארגעסן' אז ס'איז 'מלא כל הארץ' כבודו,און באמת איז יענער 'יחזקאל ליעבער', ווער?! 'יחזקאל שרגא ליעבער' דער 'ישיבה זיצער' פונעם 'חכם מה הוא – אומר' טייטש?!
אוי 'מענטשלאך'... יענס איז דאך 'משה יחזקאל' וואס שרייט אייביג הויעך דעם 'כי גוי' אובד עצות!

'נו גיט' דער 'גרויסער שטופער' 'שמואל גלינסקי' פון 'בעדפארד5' האט אנגעהאקט דעם 'ישראל' 'יעקברזב' דעם אלטען 'רב הראשי'. 'וואס גייט' 'פאר' 'יוחי'? האט 'וועלוועל לודז' 'פושט צורה' געווען. 'אוי טאטע' האט 'זיידיטשקע' 'נתן' 'צבי' 'הענדלער' פון 'ווייצען' געזאגט. ווען 'הרבישראל' 'בעל שם טוב' דער טהור פון אלע 'טהורים' האט געזאגט א 'עצה טובה' פאר'ן 'בן קטן' 'אברהם' בן 'אברהם סופר' פון 'דגל יהודה' איבערן 'גראפיק פארמעסט' וואס 'אלעזר וויינפעלד' האט 'אמאל' אנגעפירט. 'אני' 'לא אמרתי דבר'! האט געזאגט 'עובדיה2' דער גרויסער 'טינקער', 'פירש' מר. 'היפש שעדס', 'איןבעיה' אז 'איך בין ווער איך בין'!
'וואס נאך'?... אה, 'יחי זיח אליין'!... ('מחשין בלעז')...

'טייערע ברידער' 'יחזקאל יואל.
איל וויל דיר מחזק זיין, און זאגען בשם דעם 'דובר משרים' פון 'מורשת' רבי 'ברוך קאהן', 'געב נישט אויף'! נאר זיי ווייטער 'מגזם' אז 'רבי שמחה' איז א 'חסיד שוטה'! 'כפראביר' צו טרעפען 'א מבין' און א 'מגיד דבריו'. 'איך זאג דיר' אז 'זלמן אוסו' האט 'לכבוד שבת' פארגעזינגען דעם 'צבו לחדא' צוזאמען מיט 'גראדערבער' ('נאמען געטוישט') ווייל דער 'קאמאמדאנט' האט געפאקט א 'גבוה4' 'כולל שטיפער' זינגען דעם 'לבי במזרח' נעבן ציון פון 'גבר ישראל' וואס איז נפטר געווארן מיט א 'שיבה טובה' צוליב א 'גרינע עפל' וואסי געבליבען 'בעילום' שמו.

געדענקסט נאך 'משהטוביה' דער 'גר תושב'? ער איז עפעס 'אויפגעלייגט' מער ווי 'אלעמאל' ווייל ער איז דערגאנגען זיין 'שורש_משפחה' דורך די 'ק.נ.א. טעכנעלאגיע' וואס דער 'מאנסיער איינוואוינער' 'פתחי'' האט ערפינדען אינטערן 'זית בוים'. 'האלט קאפ'! אין 'אונגארין' האט א 'וואוילע יונגעל' געזינגען דעם 'קול ביער' 'בהיכלא' דמלכא פאר די 'בראנסקער' 'מתמידים' אנגעפירט דורכ'ן 'סאסובער חסיד' 'בן-בג-בג' וואס 'כלל ישראל' האט זיי ציגעטיילט דעם 'ירושלמי' 'פיילאט' 'ברוכ'ל' 'שאמיל'.
'וואסאחוליק' וואס 'שניור' 'מם מם' האט געפלאפעלט בנוגע 'הקשר' בין 'אדידעס' צו 'ילק'?
גלייב מיר ס'איז 'נישטא וואס'!

'יאקאב', ביסט אין 'מאנסי'?
'א דאנק דעם עיבערשטען' האט מען אפגעפינען דעם 'נועםאלימלך' ביי א 'אוואנטוריסט' מיט'ן נאמען 'זיגי'. ער איז 'א אידישע טאטע' וואס איז 'פשוט' שרעקליך 'צומישט' נאכן טרינקען פון די 'מקוה וואסער' פון 'תלפיות' פון וואס זיינע 'קנעפלעך' זענען געפרויגען צו א 'געלונגענער-מאן' איינער 'ברזסקי'. 'שחר' קמתי האט 'מישהו' א 'יונגעלע' 'שמואל סנדרס' אנגעהויבען דעם 'גראפיק פארמעסט 3'. דער 'תורה לערנער' און 'כהן צדק' 'ח. גרינשטיין' פון די 'שבענו' 'האריקעין' האט געזאגט פאר 'אברעמל דער סטאָלער' בערך בזו הלשון. 'עלעזעלג' 'טשעליסט'? 'בלי לחץ' 'בען מעייער'!

'משולם ווייס' דער 'שארפע טאמעשאווער' רבי א קרוב מיט'ן 'מנדולינר-רבי' וואס איז 'נאר קודש' און 'עסקן-נמרץ' פאר די 'נעקטערי' קאמפעני האט ריפלייט 'חסדא'! 'איצי' האט געברענגט א 'מיגי' איבער די 'שברי לוחות' פון 'היילברון' פון 'וואטערבורי'. ער טענה'ט אז דער 'פרה אדומה', זיין נאכט 'חברותא' איז דער 'מוזיק-אלסווייסער' און 'תלמוד חכם' 'חייםמשה' 'ליפמאן'. 'לאך דיך אויס' האט אים געזאגט דער 'מגיד משרים' וואס 'אלסווייסט' ער ווען ס'איז 'באשערט' א 'לאלי' פאר א 'אידיש קינד'. אדער ווען ס'איז א 'שעת רחמים' פאר די 'פערזענליכקייט' פון 'חזןB' צו האבן 'אגוטן' 'אנטיק' 'ליקעריש מיט צוויבעל'.
בייזערהייט האט ער אים פארשיקט זאגענדיג 'ישר', 'איךקעןדירפוןערגעץ?'

'דודי האפפ' האט מיר דערמאנט אז 'אלף' 'וארא' איז פארגעקומען די 'חסידישער פארברענג' אין 'בונעס איירעס' ביים 'פסיכאלאג' 'נתן אלחנן' פון 'יש תקוה' לכבוד די 'הילולא ויחוסא' פונעם 'מאמעליגע' פון די 'מחדשי' 'למי החותמת' ארגעזענאציע. אנגעפירט מיט די 'כרפס' האט 'יוסי ווייס' א ברודער מיט 'יקיר'. ס'איז געווען 'אזוי' געשמאק און 'אומזיכער' אז דער 'תלמוד חכם' 'חיים עוזר' האט 'בתוך ההסתרה' ארויסגעברענגט א 'יש אומר' אז 'אחדות' איז נישט ווען 'סתם איינער' א 'איצי יצי' הייבט אן דעם 'אפתחה פי' מיט'ן 'בנבגבג' פון 'אברעמיל' 'קטנטן'. 'איך בין יענקי?' האט 'טאטי' 'וואלף' געפרעגט זינגענדיג דעם 'חיים שיש בהם' 'פלוטו' 'סלה'. ניין, 'אניאיך'!.

'בקיצור המעשה' וואס איז יעצט 'על הפרק', די 'שמועה טובה' אז א 'כלל טוער' א גרויסער 'מביו דבר מתוך דבר' האט 'מיט א שמייכל' איינגעטינקען דעם 'תפוח בדבש' פאר'ן 'פראיעקט אמונה' וואס 'חיים יעקב' מיט'ן 'פייער פיק אפ טראק' האט מיט א 'שעפ לעפעל' באשמירט מיט 'בארשט בעלט' אנגעשמירט א 'בן שמונים' 'הבא ללמד' איז 'נישט געשטויגען', 'אזוי צו זאגן'. 'גלייך' האט דער 'שיינער מענטש' 'אהרלה' 'גאלדבערגער' דער 'ענדרויד באניצער' אנגעהויבען זינגען 'חזק חזק', דערנאך האט ער געזינגען 'למעלה-למעלה' ותגביה וגו... אה, און פארגעס נישט פונעם 'שמו מפארים' וואס ער האט אראפגעלייגט ווי 'יאיר' 'גואל' ביים 'יחש' געשעפט... ס'געווען עפעס 'טוב' מאוד!

נישט נארמאל! האט 'אהרן אלי' געדינערט פונעם 'מזרח' וואנט אויף 'יוסף' 'שם טוב' ביי 'סעודה שלישת' אין די 'צפתער' 'סטעטען איילענד'. פארוואס האט מען אינמיטען שפילען 'דריידעל' געזעהן ווי 'יעקב יוסף' 'ציפלאטשקעט' זיך די פיאות ביי 'מלכות שביסוד' און שרייט אויס (גאנץ 'בכבודיג') 'משהמשה'? אין די 'מאהשערים'דיגער' 'באר' האט 'משה יונתן' און 'נ. נייווירטה' דער 'שמועסער' אינעם 'איתן' מאגאזין בנוגע 'די חינוך סיסטעם' וואס 'אהרן גפנר' האט זייענדיג דער 'ראש ה-מדבר' אינעם בית דין 'פנינים' ביי ר' 'יחיאל יעקבזון' 'שטיפעריש' אדורכגעפירט אנעם פרעקען 'א חוקר ודורש' וואס ס'מיינט 'תכלית וארגמן', 'פשוטו כמשמעו'! נאר אנשטאד איז 'שמעי' 'געגאנגען' מיט נאך א 'אברך' צום 'שתקן' 'יאסעלע פליט' אויף רחוב 'משה13' און געפרעגט צי ער וויל קומען מיט זיי צו רחוב 'שרולי12'? 'יא אדער ניין'!

'יעקב ליפשיץ' 'חזקיהו'ס ווארטזאגער' האט געהאט א 'תעניתחלום' רעדענדיג צו א 'דקל' איבער 'דראפ סמאוק'. האך יעדע 'שליקץ' וואס 'יואל קעסטענבוים' האט געגעבן האט 'סענדי' געזינגען 'שהכלבדברו'... א פרעמדע 'אנאליזער' האט גערעדט איבער 'אין עוד מלבדו' און אז ס'איז 'נאר אמת' אז 'אנו עמך' אויב 'מרדכי ר.' פון 'קאליפארניע' בן ר' 'יוסף נו״נ לרג״מ איגר' וועט אראפשיקען 'חלה' פאר 'משה איטשע' 'לאופר'. 'והתחזקתם' האט ער געטייטשט אפילו 'מעט דבש' מיט 'טארטילע' טשיפס פאר'ן 'אפעציר' דער 'איש שלומי' 'געציל' און 'מענדיל פרייליך' בן 'משה חיים'.

'וואלף צאנגער' און 'אשרל' 'שיפ' האבן אנגעהויבען 'ויהי' 'פיינע נייעס'.. מער האט נישט געפעלט אז 'יעקל' 'היטשער' א ברודער מיט 'אלי שלום' און אלטער 'פריינד-ליבער' פאר 'גדלי דער פאסטעך' זאל 'לאנגלעבן' האבן אריינגעברענגט 'די נקודה' אין 'היכלי' בית מדרש ווען 'חיים גליק' זינגט זיך אינטער דעם 'תחשוב טוב' ניגון פארפאסט דורל 'משה לוי' פאר'ן מוסדות 'באר יצחק' ווען 'א גרויסע' 'נייעס שרייבער' וואס איז געווען זייער 'פארדאגערט' האט שטיל געפרעגט פון 'דוד קוי', 'וואס הערציך'?

'איך' 'רבי סיני', דער 'שליח אין אייווא' וואס דער 'כעלעמער' 'יעלה ויבוא' 'וואן מען בענד' האט 'פארשידנס' אפגעטוען.. ווער רעדט נאך פון די לדוד 'אורי' ווען 'הגאון' 'ר' יעקב' פון 'ליטא' האט מיט א 'האמער' פון די 'טוב-עין' 'פייער_לענטשער' קאמפעני אנגעהאקאט דעם 'מתורגמן' פון די 'סערדיהעלי' 'קו הישר' שיעור פאר די 'קליימער' 'מקווה גייער'.


'הער-נאר' די 'שירה חדשה' פון 'חיים שיכטמאן' באט די 'אלטע באבע' פון 'ישעי' גאלדרינג' וואס איז געווען אין 'יושב בסתר' ביים 'אבן פינה' פאר 'פנחס בני ברק' 'אייזקריעם' 'פרוכת' פארגעשלאגן פאר 'האמבורג חיים'. אבער 'נריה מוזס' און 'נחמיה' 'גימפל' בן 'חיים חיים' האבן פארפירט אז 'דודפעפער' איז 'חמץ גמור' און אז וועלט 'וואלט געווען וועלט' ברויך מען די 'סערענטש' פון 'יצחק וולף' 'זיסלינג' געבען צום 'שניידערן' 'קיריל', און זאל זי דאס אויפעסן מיט 'פיינעפל' 'מאנדלען' אין 'צענטער' פון די 'יניקת הנביאים' 'איבערגאנג'! דער 'בן מלך' האט זיי 'שותק' געווען בשעת דער 'שלעפערקע' 'טראכט' שטיל איבער וואס 'אמרפל' האט אים פארקויפט פאר 'מתאים' זוז.

דער 'גרויסער' 'אלץ ווייסער' איז 'געלאסן' געלאפען צו 'יואליש'ל' און געפרעגט 'ווי בין איך'? ביים 'אב"ד עכו'?! 'הלואי יא', האט 'חיים פארשטענדלער' אים געזאגט. אשפר אזוי וועט זיין 'מנוחה' אין 'ארץ ישראלי' וואס ס'איז 'אורח כל ארעא' אז יעדער 'בנעשיק' איז 'אינטערסאנט' ווי 'א נעכטיגען טאג'. 'יאפ', 'טראכט אריין', ווען 'אלי' עלפער' און 'הערשי' זאלן ווען 'נאר שמייכלען' פונעם 'סאבסיטוט' 'משה ברמן' צוליב זיין 'מאושר' פאון וואס זינגט די ניגון 'מאירים' את העוווללם.... דער 'אלצווייסער' 'מיסטער' 'מייקעל סעוויטש' און 'אורי בן שלמה' דער 'גאון עולם' פון די 'ותן ברכה'. און 'עובד השם' 'גאדי' 'היצקי', 'א הייליגע איד' וואס האט 'אביגעזונט' מסדר געווען די 'כברי טייטש' מיט'ן פירוש 'שייע' הוצאות 'נוכעם-הירש' בן 'משהש'.

'הערסטע', ס'איז 'נעבאך יענס געלעכטער'... דו קענסט 'א בחור' 'יצחק' 'בן מהללאל', דער וואס איז געווען מיט 'זרח' אויפ'ן 'פליגער'... אזא 'קליינע חכם' וואס די הענט איז אים 'קלעבעדיג' (שויניש 'פין יעצט')... דער וואס האט געבעטען מ'זאל מאכן 'שטילער' די ניגון 'כי הרבית'? האלאו! 'וואס מאכסטו' דו 'אלטער פ'? 'וואס מאכסטו נאר'?. דו געדענקסט ווען א 'וויקי גוגלער' האט ארויפגעלייגט א 'נאסע ליילעך' אויף 'זאב' 'א גוטע איד' פון 'כעלעם', און 'יידלע' האט געהייסען 'צושפארען' די 'חרדל' און 'משקה' פלעשעל זאגענדיג איך 'פשוטמענטש' 'פארשטייניש' 'עכט' צי א 'מנה' פון 'שעורה',
נו, אויב אזוי וואס וועט זיין מיט'ן 'החכמהמאין' תבא?
אויפדעם האט ער 'געמיטלעך' געזאגט: 'שששש', מיט א 'גוטע רצון' און אז מ'איז א 'איש חיל' קען מען צו אלעם אנקומען!

ביי

- - - - - - - - - - - - - - - - - - - -

האטס מיר אלע א פרייליכען פורים און א שמחת תמיד!

(פארגעסט נישט אפצינעמען אייער פינגער אפדריק פונעם קעכערס בוטצעס! עד חצי המלכות ותעש!!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 6:55 pm

האסט יא געענדיגט ביי די ענד...

וואף

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:02 pm

טיילענאל ביטע...... צוויי עקסטער סטארנג.
שמאאאאאאאאאאאאאאטטטטטטטעעעעעעעע!!!
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:13 pm

איך צצצצצציטערררר אז איך גיי פארלירן מיין מעמבערשיפ בא_נוס...

נאדיר מיין קארטל:

קאוד: וועל אויס אלע

************6561

די דריי נומערס אין בעק איז 784
קענסט טשארדשזען פאר ביז ר"ח ניסן

(געדענקסט נאך וואס מ'אמיר אפגשמועס וועגן די דיסקאונט, איא? פיין! שקויעך באמת!)


----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
לעצט פאראכטן דורך לאדיךארויס אום דאנערשטאג ז' אדר, 2038 7:84 pm, פאראכטן געווארן אן א שיעור מאל בסך של שמונה מאות אלף זהובים
לעצט פאראכטן דורך לאדיךארויס אום דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:56 pm, פאראכטן געווארן 19 מאל סך הכל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:15 pm

הצלה!

און אזוי קען מען רעדען א גאנצע נאכט!

#שמאטתינו
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:19 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:איך צצצצצציטערררר אז איך גיי פארלירן מיין מעמבערשיפ בא_נוס...

נאדיר מיין קארטל:

קאוד: וועל אויס אלע

************6561

די דריי נומערס אין בעק איז 784
קענסט טשארדשזען פאר ביז ר"ח ניסן

(געדענקסט נאך וואס מ'אמיר אפגשמועס וועגן די דיסקאונט, איא? פיין! שקויעך באמת!)

אה! כ'האב געוואוסט אז די סיטעם וועט אוטאמאטיש אריינלייגן שטענדלעך. קענסט גיין בעטן די נומערן פון קרעטשמער יד"נ.

אז דו דארפסט מיין אייוועלט פעסוווארד:
**********

---
אופס! אינטרעסאנט ווי דער פעסווארד ווערט אויך געטוישט צו שטערנדלעך.
לאמיר זען אויב אנדערע פעסווארדס פון אנדערע סייטס כאפט ער יא אויף.

מיין ג'ימעיל פעסווארד:
gm98566567

ס'געגאנגען?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:25 pm

כ'האב מיר געווינדערט פארוואס 'די לעצטע טאג' צוויי האט מען 'נישט געהערט' פון 'שמאטע', אכן נודע הדבר!

'שמאטע' 'בתפארתו'!!!!!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:18 pm

שמאטע!!!!!!!!
נאך אזא שרייבאכץ, איז דיין מעמבערשיפ געווארן געוועיווד.

איין פראבלעם כ'האב נישט פארשטאנען די מעשה, אפשר ביסטו מיר עס נאכאמאל מסביר???

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

תגובהדורך משה'לע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:27 pm

קעניינעהארע, האט ער א קאפקעיק!
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:33 pm

פון אזויפיל רעדן אין א ציה איז שמאטע'ס אשכול געווארן צוגעקלעבט צום אויבנאן פון היימישע קרעטשמע...

אוי מיין גאט וואס דער איד האט דא געטוהן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:44 pm

ג'טעניו באהיט! וואספארא כאכאכאכא גייט זיין ווען איך גיי מיר פון די חלשות דערוועקן...

סאראנא מעשה דאס! כ'האב נאך די מעשה קיינמאל געהערט, אבער ווי דער יונגערמאן האט עס פארציילט...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:03 pm

עס קוקט אויס ווי די הנהלה מיינט דא ביזנעס! זיי האבן עס ארויפגעקלעבט אויבן...... יוש איך ציטער, שמאטע, דו קענסט טשארדשען לאדיך'ס קארטל, איך וועל מיר שוין פאררעכענען מיט אים
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:43 pm

האסט מיך געשמאטעטייזד.

דו דארפסט באצאלען פאר די 250 שיעורים וואס איך וועל דארפען נעמען ביי פראדוקטיוו וועגן די איבערקערעניש וואס דו האסט מיר אנגעדרייט..
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:51 pm

ראנג דעיט, אפריל פולס איז די וואך פון ערב פסח

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:56 pm

אויסדריקליך נאר פאעמעדיקס!!

וואףףף איז דאס!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:25 pm

נישט אימזינסט ווייסט נישט אונזער קלינינג לעדי פון עפעס אנדערש נאר פון "שמאטע"
דאס איז די בעסטע זאך וואס איז פארהאנען ביי אונז!!!!!!!!!

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:54 pm

שמאטע! וואס גייט פאר מיט דיר?
לאמיר דיר נאר זאגן איין זאך, ס'האט מיר געדויערט גאנצע צוואנציג מינוט עס צו ליינען, עפעס אויסטערליש משוגע.
די אלע ניקס (900 ווי דו האסט דערמאנט) וואס זענען אן-ריספאנסיוו איז נאר א דאנק דיר און אזעלכע שרייבער ווי דיר. האסט נישט קיין מושג ווי מיין קאפ טוט מיר וויי יעצט!
אז דו ווילסט ארויסגיין אין א מערכה קעגן אלע אידן וואס קומען אריין און שרייבן נישט גארנישט, זאלסטו אויפהערן שרייבן אויף אזא וועג! ס'איז נישט קיין שום מצווה אז אום חודש אדר זאלן אידן'ס קעפ וויי טוהן.

פארשטאנען?????

אויב נישט זאלסטו וויסן אז ס'איז נאר א דאנק די קאפ ווייטאג וואס דו האסט ניר אומזיסט אנגעדרייט.
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:57 pm

שמאטע! שמאטע! שמאטע!!
מער ווערטער איז נישט דא! שמאטע וועט שוין עפעס מאכן מיט דעם...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:23 am

קוים מיט צרות זיך אדורך געשטיפט צווישן אלע שמות הנרדפים, איך ווער דארט דערמאנט אפאר מאל ברמז
אבער ב"ה יצאתי בדימוס

שמאטע נעקסטיים מיט מער רחמנות

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
ירמי'
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 1:36 pm

תגובהדורך ירמי' » פרייטאג פאברואר 27, 2015 12:14 pm

דער לייגט נישט אראפ די מייק
צוגעלייגטע
New Picture.bmp
New Picture.bmp (225.8 KiB) געזעהן 3018 מאל
!
ענדליך...

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:46 pm

ווי גייט די ניגון? שמאטע שהיו אומרים.. היו היו היו אומרים!!!!

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:46 pm

Wow

מיין קאפ שווינדעלט מיר!!!!!!

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » זונטאג מארטש 01, 2015 10:21 am

שמאטע! ווי בין איך? ?
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מארטש 01, 2015 11:47 am

פארמאגט דען די אידישע לעקסיקאן ווערטער אויף אזא ארטיקל? מגי' וואס דארף מען דא שרייבן? שנעל גיב מיר עפעס א ווארט

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג מארטש 01, 2015 12:22 pm

געלעגער האט געשריבן:פארמאגט דען די אידישע לעקסיקאן ווערטער אויף אזא ארטיקל? מגי' וואס דארף מען דא שרייבן? שנעל גיב מיר עפעס א ווארט

אין איין ווארט?
משוגענער!!!
(ס'איז נאך אלץ ווייניג, אבער ברענגט ארויס אז ס'איז נישטא די ריכטיגע ווארט דערויף)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 20 געסט