ברשות הגבאים, אונזער מוסד מוטשעט זיך געפערליך... (אנקעטע)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גיבט איר א פארגרעסערטע סומע צוליב א דרשה'לע?

יא
18
12%
ניין
46
31%
ווענדט זיך אינעם דרשן
21
14%
ווענדט זיך אינעם צוועק
27
18%
ווענדט זיך אין מיין גוסטע
33
22%
עפעס אנדערש
3
2%
 
סך הכל שטימען: 148

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

געשטימט פאר די אפציע ווענדט זיך אין בעל דרשן, ווייל ביי דיפאלט פרובירט מען צו פארמאכן די געפילן טירעלעך יענער זאל נישט קענען שפילן דערמיט כמו שלבו חפץ, אבער אויב דער בעל דרשן רעדט גוט און לייגט אראפ א שיינעם קעיס און גענוג אינטרעסאנט אוועקצוציען דעם אויער פונעם דאווענען, קען ער עס מאכן.

אבער לויט ווי מ'דערמאנט דא אויבען אז ס'קאסט גאר געלט, וואלט געווען א געוואלדיגע טובה, צו עצה'נן פאר די חשובע שליחי מצוה, וואס האבן נישט דעם היזיגן אקצענט, און זענען נישט קיין ספעציעלע רעדנערס, און קענען נאר איין זאך דערמאנען דערמאנען די שווערע נסיונות וואס די א"י גייען דורך מיט די גזירת גיוס און תכנית הליבה, זאלן זיך ענדערשט שפארן די פאר טאלער, יודיש געלט!!!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

לכאורה האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:לכאורה, ס'קאסט א פיפציגער? די ערשטע מאל איך הער אז ס'האט א פרייז

איך האב אבער א שטארקע טענה, וזהו: דער גבאי נעמט דעם פופציגער און דאווענט ביחידות, ער ווערט נישט געשטערט פון די 'מורי ורבותי ברשות הגבאים בלא בלא בלא' געשרייעכץ. ער וואלט געדארפט נעמען דעם פופציגער און צוטיילן צווישן עולם וואס ווערט געשטערט.

און ווער זאגט דיך אז דאס איז אן אינקאם דיירעקטלי פאר'ן גבאי'ן? אפשר גייט די נישטיגע פופציגער פאר'ן ביהמ"ד, וואס מוטשעט זיך אזוי אויך מיט זייער באדזשעט? ס'דיר נישט איינגעפאלן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איבער דעם פופציגער האב איך סתם אזוי טענות, סנישט אויסגעהאלטן ביזנעסווייז. ווילסט מיר זאגן די זעלבע פרייז צאלט מען אין לאשאנץ ווי אין טעגלאש?
עדווערטייזמענט קאסט טייערער דארט וואו סיז דא א גרעסערע אוידיענץ מיט גרעסערע פאטענציאל.


גבאים לאזט אייך הערן אין גבאי-אשכול וויפל מען צאלט פאר אייער רשות
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, אז יענער האט גענומען די מי און בושה אויפצוטרעטן, וועט ער בדרך כלל קריגען עטוואס מער.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

שוועמל האט געשריבן:לכאורה
גוט צו וויסן אז עס קאסט א פופציגער, נעקסטיים ווען דער גבאי קומט צו מיר פאר קאווע און לעקטער וועל איך וויסן ער האט שוין געלייזט היינט 200 טולער פון די פיר משולחים.
כקען נאר נישט באשליסן צי דו ביסט ערענסט צי דו טרייבסט קאטאוועס..

אסאך גבאים בעטן געלט, (נישט אלע) אין די גרעסערע בתי מדרשים זעכער.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משתוקק »

אין סאטמאר-הופער געט מען נישט קיין רשות.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

משתוקק האט געשריבן:אין סאטמאר-הופער געט מען נישט קיין רשות.

אין ראדני קאסט עס דאכצעך א הונדערטער אדער 200
אבער זיי לימיטען עס צו צוויי דרשה'ס א וואך,
מאכט זיך אסאך מאל א טראבל מעיקר וואס פרובירט "אריינצוכאפן" א דרשה'לע פאר די גבאי באמערקט, און גווענליך ווערט הויעך יום טוב
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוועמל האט געשריבן:לכאורה
גוט צו וויסן אז עס קאסט א פופציגער, נעקסטיים ווען דער גבאי קומט צו מיר פאר קאווע און לעקטער וועל איך וויסן ער האט שוין געלייזט היינט 200 טולער פון די פיר משולחים.
כקען נאר נישט באשליסן צי דו ביסט ערענסט צי דו טרייבסט קאטאוועס..

איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען טרייבט קאטאוועס... כ'האב נישט קיין לייסענס דערצו און איך האב נישט איינגעצאלט א פופציגער דאס צו קענען טוהן...

איך האב געשריבן א פופציגער ווייל אזוי האב איך געהערט פון דעם משמש אין דעם שוהל וואו איך דאווען.

און צו דיר - קרוץ מחומר - איך ווייס אז דער משמש נעמט דאס נישט פאר זיך אין טאש, עס גייט פאר די "קהילה", אבער די קהילה ליידט אויך נישט פון די נערווירער, עס איז אונז די פשוטי עם קרוצי חומר וואס ווערן צודולט און צודרולט פון די דרשה'לעך יעדן שני וחמישי, און אנשטאט נעמען געלט ברויכן מיר נאך צוצאלן...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ברשות הגבאים, אונזער מוסד מוטשעט זיך געפערליך... (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אמר“ש ווען א פלעינע עני קומט נאך געלט איז פשטות דא א איסור דאורייתא אים נישט צי געבן
משא“כ א מוסדות ארגענזעישן וכו'
און רוב פון די וואס קלאפען אויס זענען מוסדות ארג' וכו' און די עניים קלאפען קיינמאל נישט אויס
דארף מען פשטות מער געבן פאר די וואס קלאפען נישט אויס ווי פאר די וואס קלאפען יא אויס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

קרוץ מחומר האט געשריבן:און ווער זאגט דיך אז דאס איז אן אינקאם דיירעקטלי פאר'ן גבאי'ן? אפשר גייט די נישטיגע פופציגער פאר'ן ביהמ"ד, וואס מוטשעט זיך אזוי אויך מיט זייער באדזשעט? ס'דיר נישט איינגעפאלן?


איך מיין אז עס הערשט א צומישעניש אין די נושא. זייענדיג אן עסקן אין די פארגאנגענהייט איז מיר אויסגעקומען ווי פאלגענד:
צום ערשט קיין איין הנהלת ביהמ"ד וועט ח"ו נישט צוריקהאלטן קיינעם פון גיין נאך געלט, אדרבה עס איז א מנהג קדים וואס רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט דאס מיט אונז שטענדיג געלערנט און אויפגעפאדערט צו גיין נאך געלט פאר אנדערע אידן,
איבער דעם ענין פון נעמען געלט פארן ערלויבן צו מאכן אפילס / אויסקלאפן פאר אשרי ובא לציון / אראפצולייגן ליעפלעדטס, גרויסע לאלעכער - נישט יעדער פארשטייט עס, און נישט יעדער האט ארויס וואס איז די תועלת דערפון. אשע"כ לאמיר עס פרובירן אויסצושמוסן און אדרבה אויב איך מאך א טעות ביטע מעורר זיין.
די ענין פון אפיל געלט איז:
1. א טובה פאר די מוסד / צוועק
א יעדע מוסד וואס גייט ארום נאך געלט אין די בתי מדרשים, וועט קענען מעיד זיין אז אין א ביהמ"ד וואו עס איז דא ארדענונג דארט מאכט מען געלט, און דארט וואו עס איז נישט דא קיין סדר מיט די אפיעלס לוינט אפילו נישט צו קומען, דאס קענט איר הערן פון רוב רובו גבאי צדקה
    דהיינו דארט וואו עס איז אוועקגעשטעלט א סדר מיט א נארמאלקייט, קומט 1 מוסד/צוועק פער טאג, און דער צוועק האט די פריוואטקייט פונם ביהמ"ד פאר זיך.
    דארט ווי מען בעט נישט קיין געלט האט דער גבאי פון ביהמ"ד נישט קיין אינטערעסע אינם לוח און דערפאר וועט ער נישט אויפהייבן קיין טעלעפאן אויף די גבאי צדקה, ווערט עס אויטאמאטיש הפקר ווייל כל דאלים גבר.
    נאך מער דארט ווי עס איז דא לוח וועט דער גבאי צולייגן קאפ און פרובירן זיכער צו מאכן אז 2 מוסדות מיט די זעלבע מין צוועק (למשל: מקוה רמא - קרן מקוואות - מקוה USA) זאלן קומען אפגעריקט אין אנדערע תקופות
2. א טובה פאר די מתפללים
ווען עס איז דא א סדר ווערט עס קאנטראלט למחצה לשליש ולרביע סיי וויפיל אפילס עס איז דא א וואך, סיי וועלכע צוועק/מוסד קען באקומען א אפיל אדער בלויז א טישל.
די הוצאה פון געלט טוט אויך אוועקשטעלן די ערנסקייט פונם משולח אויב ער האלט באמת אז ער קען מאכן גרעסער געלט פון ציבור און אויב נישט קומט ער נישט משוגע מאכן.
מיט די יארן באקומט דער גבאי ביהמ"ד א שטיקל אנונג ווער עס איז באמת א גבאי צדקה און ווער ...
כסדר ווערט איבערגעשמועסט צווישן די הנהלה פאר וועם ארויס צו געבן א אפיל. דערפאר וועט איר קענען הערן פון גבאים/הנהלה מעמבערס וואס וועלן ארויסגעבן אפילס - בלויז פאר געוויסע צוועקן וואס זיי האלטן פאר וויכטיגער. און איין ביהמ"ד וועט מען ארויסגעבן נאר פאר א מוסד על טהרת הקודש, און איין ביהמ"ד וועט מען ארויסגעבן נאר פאר ארגאנזאציעס א שטייגער ווי קמחא דפסחא / עסן פארטיילונגען פאר היימישע אידן, און איין ביהמ"ד וועט מען ארויסגעבן נאר בלויז פאר פריוואטע צוועקן / בית התבשיל'ס. אויסער ווען דער גבאי וועט מאכן א אויסנאם א שטייגער ווי אין די זומער וואכן ווען די צוועקען זענען ווייניגער אדער פרייטאג'ס ווען די עסקנים זיכן נישט לכתחילה צו ארבעטן, אדער קען מען אמאל אריינשטיפן די וואס קומען שוין מערערע יארן און מען קען זיי שווער אפזאגן, אדער איינער וואס האט א קרוב אין ביהמ"ד וואס שתדל'ט פאר אים, ווי אויך וועלן געוויסע גבאים פרובירן נישט ארויסצוגעבן אן אפיל אין א טאג וואס מען לייענט קריאת התורה/ יום התענית קענענדיג זייערע מתפללים אז דעס וועט זיי ארויסנעמען פון סבלנות מאד... .
3. א טובה פארן ביהמ"ד
יעדער פארשטייט אז א יעדע פאסיליטי קאסט אויפצוהאלטן און אויב איינער וויל פארדינען דערויף דירעקט אדער אומדירעקט איז ער גרייט צו צאלן א פרייז דערויף, א שטייגער ווי צו דינגן א קיאסק אין עירפארט, אראפלייגן ווענדינג מאשינען און קאמערציעל פלעצער. און אזוי איז איינגעפירט אין אלע גרעסערע בתי מדרשים מיט מאכן אפילס וואס ווערט באצאלט א סערוויס-פי פאר די סערוויס.
ווי אויך איז א דבר הפשוט ומובן מאליו אז אויב איז דא א מענטש וואס גיט אוועק צייט און איז עוועילבעל אויפצוהייבן א טעלעפאון דיך אויסהערן פאר וועלכע צוועק, און איבערקוקן די לוח וואו מען פארצייכענט צו קוקן אויב דער טאג וואס דער שד"ר באגערט צו מאכן זיין אפיעל איז נאך עוועילעבל, דארף דער מענטש באקומען באצאלט פאר זיין צייט און דער שד"ר דארף באצאלן פאר די סערוויס
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברשות הגבאים, אונזער מוסד מוטשעט זיך געפערליך... (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך פראביר צו געבן פאר יעדע צדקה גייער אין שיל.
אבער איינער וואס זאגט א דרשה מער פון 60 סקונדעס, אדער איינער וואס זאגט זיין דרשה אינמיטן דאווענען און ווארט נישט אויס אויף נאך עלינו, באקומט געויענטליך גארנישט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: ברשות הגבאים, אונזער מוסד מוטשעט זיך געפערליך... (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אלס שטיקל גבאי אין א בית המדרש קאן איך מיטשטימען מיט הרב קוועטש.

און פון אייגענע ערפארונג אלס אפיל זאגער דא דארט פרוביר איך צו צאמשטעלן א דרשה פון בערך 30 סעקונדן (40 סעקונדען איז שוין לא-א-א-נג)

עס דארף זיין קורץ, שארף, פארשטעלן דעם צוועק צום פינטל, אריינלייגן דראמא וואו עס פעלט אויס, און אריינווארפן אביסל בליציגע יומער אז דער עולם זאל זיך צושמייכלען און אוועקגיין מיט א געשמאקע געפיל - (מיט א באנטש סייעתא דשמיא כמובן)
אויב גייט מען דא נאר היינט נאך געלט זאג איך עס ביים יום געווענליך, אויב איז עס בלויז א געוויסע מודעה אדער אנאנס נישט אויף יעצט ארומצוגיין נאך געלט, אדער מען גייט נאך ארומגיין נאך געלט אין דעם בית המדרש די נעקסטע פאר טעג, רעד איך ביי עלינו.

אלס צוהערער שעץ איך קורצע דרשות וואו דער דרשן זאגט אפ זיין צוועק אין קורצן מיט א פיצי ברכה צום סוף.

הארצרייסענדע דרשות קען ארויסנעמען שענערע סכומים פון מיר ווען כ'האב - אבער מען פילט ווען יענער מיינט עס ערנסט (אדער ער מאכט עס גוט)

לענגערע דרשות נערווירט מיר געפערליך - און כ'האב מיטגעהאלטן ווען דער דרשן האט מאריך געווען, דער בעל תפילה האט גענדיגט דעם יום געוויזן פארן דרשן אז ער זאל ווארטן, דער בעל תפילה האט געזאגט קדיש און דער דרשן האט פארגעזעצט מיט זיין שיינע דרשה...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ברשות הגבאים, אונזער מוסד מוטשעט זיך געפערליך... (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך קען נאר זאגן מיין עקספיריענס פון העכערן באלעמער זייענדיג אינסטרומענטאל ביי געוויסע אפיעלס.

א מענטש וואס קומט אריין און גייט נאך געלט רואיגערהייט וועט מאכן בערך 500 א טאג אין א גרויסע שוהל.

א מענטש וואס קומט מיט צעטלעך און קלאפט אויס איינס צוויי וועט מאכן צוויי טויזנט.

א מענטש וואס רעדט צו לאנג און קריכט אויף די נרעוון וועט מאכן ווייניגער.

א געשמאקער מענטש וואס טרעט אויף מיט פאוער וועט מאכן צווישן פינף און צען טויזנט דאלער.

איך בין געווען אינוואלווד אין א געוויסן מוסד וואס האט געהאט קרוב צו א מיליאן דאלער חובות, מאיז ארומגעלאפן אין אלע שולן און געמאכט מעכטיגע אפיעלס האלטנדיג צוויי דריי מינוטיגע דרשות און מהאט געמאכט דריי מאל אזוי סאך ווי אלע יארן, און דאס איז חוץ וואס די ווערטער האבן אזוי אינספירירט טייל מענטשן אזש זיי האבן געסווייפט פינף הונדערט וכדומה. איינער וואלט געקענט שרייען אז מרעדט צו לאנג אבער יעדע ווארט ווייניגער וואלט אין יענעם פאל געווען א טריט נענטער צום צוזאמפאל פונעם מוסד. אלזא ברויך מען צו פארשטיין די פאר מענטשן וואס רייסן זיך איבער און סערווירן אונזער קאמיוניטי און זיי געבן זייערע צוויי מינוט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”