די טרעפיק לייט און אירע קאלירען

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

די טרעפיק לייט און אירע קאלירען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

"וועלקאם טו וויליאמסבורג" – האב איך אויסגעליינט די טאוועל העכער מיין פאדערשטע גלאז.

כ'בין נארוואס דורכגעפארן די שמאלע געפאסטע קליידער אויפן וויליאמסבורג ברידש. צי מיין גוט מזל האב איך נישט געהאט א גארבידש טראק אלס שכן, סוי כ'האב געקענט מאכן דעם בריק בנשימה אחת.

אט קומען מיר אראפ פונעם בריק. די "וויליאמסבורג סעיווינגס בענק" ערציסראל'דיגע שלאף קאפעל נעמט אונז אויף מיט זיין ווארעמקייט, און מיר הייבען שוין אן זיך אויסציצוען אין די זיצען. . . כ'מיין ווי לאנג קען מען דען האלטן א סטאדע מענטשען אין א פארמאכט קעסטעל אויף 4? ס'דאך נישט נארמאאל!.

ענדליך נאך א האסטיגען אפשטעל וואס איז געקומען נאך די הכרה אז די בריק ענדיגט זיך צוזאמען מיט די אנהייב פון די שארפע דריי האלטן מיר שוין ביים דריייייי אראפ פונעם בריק. און גענוי ווי איר שטעלט זיך פאר איז די לייט ביים ווינקעל נארוואס געווארען. . . . "רויט!". נו, אז ס'רויט ברויך מען דאך שטיין בלייבען (אנלעס אויב מ'וויל אנקומען פריער צום דעסטינעשאן...)

פייייייייףףףףףף!!!!!!!!

פייף. פייף. פפפייייייייףףףףף.!!!!!!!!!!

וואס ס'איז די פייפעריי דא?
וואס גייט דא פאר?
ווער פייפט??
אויפוועם פייפט מען?

חחחח... ס'הייסט ווער?! חחחח... ס'הייסט וואס? חחחח.... "וועלקאם טו די סיטי דעט נעווער סליפס!" דא איז גילטיג די פסק הלכה וואס די פריערדיגע גאוני זמאנייני האבן אוועקגעשטעלט, די הלכה פסוקא פון "לא תחיה 'קול' נשמה", פון משמיע קול, אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם!

נו גוט, וואס האב איך דען צי פארלירען? אז יעדער פייפט פייף איך אויך! לקיים מה שנאמר "אחרי רבים להטות"... לשם יחוד...  פפפפיייףףףףףף!!!..... פפייייייייייףףףףףף!!!!....

אל-רייט, כ'זעה איר ווילט וויסען די 'עכטע סיבה' צי מיין פייפען. וועל איך אייך אויסזאגן דעם סוד. מיין פאפען איז אלס רעזולטאהט פון די פאקט אז די לייט (צילוב וואס איך האב געמיזט ניצען די סטאפ ברעיק) איז נארוואס געווארן גרין אלס א צייכען אז איך מעג פאראויסגיין מיט מיין פלאן אנציקומען צי מיין ציל. אבל דו קוקו אז דער אוטא פארענט פון מיין פייפער האט פארשפעטיגט די מילי סעקונדע 'איידער' ס'געווארן גרין און ער האט זיך פארזוימט לענגער ווי א "תוך כדי דיבור" איידערן ווייזען סימנים אז ער גרייט זיך צי זיך רירען פאראויס. נו, פרעג איך אייך, האב איך דען נישט געברויכט אויפהייבען א פייף-געשריי?!

אבער איין מינוט... ווער האט דען בכלל מחליט געווען אז איך ברויך מיך רעכענען מיט עפעס א האלב אויסגעברענטע באלב, און אויסווארטען ביז די לייט טוישט קאליר אויף גרין?! ווער זענען די חברה וואס באשליסען וויאזוי איך זאל פירען מיין לעבען? ווער האט 'זיי' בכלל געפרעגט? ווי אלט זענען זיי?

כדי זיך צי בארואיגען האב איך אויפגעזוכט די פאלגענדע אינפארמאציע, און כ'טייל עס מיט מיט אייך. למען ידעו אז... #וואזויהייסטעס!

איז אזוי.
די געדאנק צי קאנטראלען די אוטא טרעפיק ניצענדיג קאלירטע לייט סיגנעלס איז ארגינעל נולד געווארען דורך די טרעין אינדאסטרי אין די 1880 יארן. אין יענע צייט האבן די טרעין קאמפעניס אנערקענט די וויכטיגקייט פון האבן א סיסטעם צי קאנטראלירען די באן טרעפיק דורכ'ן איינמעלדען פאר באן קאנדאקטערס די סטאטוס פון די וועגען. ווען די וועגען זענען פריי און זיי קענען פארן, און ווען זיי זאלן ווארטן.

די באן פירמעס זענען אויפגעקומען מיט די געדאנק אז מ'קען דאס ערמעגליכען דורך ניצען לעמפ מיט פארשידענע קאלירען און יעדע קאליר וועט האבן א באזינדערע באדייט. זיי האבן דאן באשטימט אז די קאליר 'רויט' וועט געניצט ווערען אלס צייכען פארן קאנדאקטער צי 'סטאפן', צוליב וואס (ווי דערמאנט אין די "סטאפ סיין אשכול") איז רויט געווען א אנגענומענע קאליר פאר "סכנה". און פאר די אנדערע קאנטראל צייכענונגען האבן זיי באשטימט "ווייס" אלס די קאליר וואס באצייכענט אז 'מ'קען פארן', און "גרין" אלס די קאליר פאר "פארזיכטיגקייט".

למעשה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די קאליר 'ווייס' אלס א צייכען אז מ'קען פארן איז געווען זייער נישט פראקטיש, צוליב וואס ס'איז נישט געווען אזוי מערקבאר, אויך פלעגן קאנדאקטערס נישט זעהן געהעריג די קאליר צוליב די זון שטראלען וואס האבן ריפלעקטעד פון די לייטס און צומישט די קאנדאקטערס. אזוי אויך האט עס געפירט צי ערענסטע אינצידענטען, לדוגמה, אין 1914 איז די רויטע פלאסטישע לענס אראפגעפאלען פון די רויטע לייט, און דאס האט אויפגעדעקט די ווייסע באלב פון הינטען און געמאכט אז די לייט זאל שיינען 'ווייס'. דאס האט געפירט דערצי אז א באן קאנדאקטער זאל דורכגעפארן די לייט, און זיך צוזאמגעשטויסען מיטן קעגען קומענדע באן, און פאראוזאכט ערענסטע פאטאליטעטן.

אלס רעזולטאהט פון די פאסירונגען און אינצידענטען האבן די באן פירמעס באשלאסען אז מ'ברויך מאכן א  טויש אין די קאלירען. און זיי האבן דאן ארומגעטוישט און אנגענומען די קאליר "גרין" אלס צייכען אז מ'קען פארן, און די קאליר "געל" אלס "פארזיכטיג".

* * *

אין די 1860'ער יארן האט געהערשט א שרעקליכע כאאס אויף די לאנדאנ'ע גאסן צווישען די "פערד געטריבענע וואגאנען" און די "פרידליכע שפאצירער"... עולם גולם, פערד און וואגען האבן געשפאנט האנט ביי האנט (נישט ממש, באט יו געט די פוינט...) אויף די גאסן. די טאראראם איז געווען סאליד! ס'ממש געווען א סכנה אריבער צי קראסען די גאס! (זעהט אויס אז ס'איז נאכנישט געווען איינגעפירט די מנהג פון בעטען א עלטערע מענטש "פליז קראס מעעך"...).

אין 1865 איז א מאן מיטן נאמען "John Peake Knight" א מענעדשער און אינדשעניר פון א לאנדאנ'ע באן קאמפעני וואס האט זיך אויסגעצייכענט אין בויען סיגנאלען סיטעמען פאר די באן אינדעסטרי, פארגעשלאגען פאר די לאנדאנ'ע פאליציי אז מ'זאל מאכן פאר די מענטשהייט א ענדליכע סיסטעם ווי די באנען, מיט לייטס און קאלירען און אזוי ארום פראבירען אביסעל צי לינדערען די טרעפיק אנשטויסעניש. (פשי! וואונדערבאר!)

ער האט פארגעשטעלט א פלאן ווי פאלגענד: דורכ'ן טאג וועט מען ניצן א שטעקען וואס א פאליציאנט וועט ארויפריקען און אראפריקען בכדי אנציווייזען פאר די דורכגייער/פערד-און-וועגענער ווען צי גיין און ווען צי סטאפ'ן. און אין די ביינאכט שעות האט די סיסטעם געזאלט ארבייטן מיט לייטס, ניצענדיג די רויט, געל און גרין קאלערס, פונקט ווי ביי די באנען. אין 1868 האט מען ענדליך אנגענומען זיין פארשלאג, און מ'האט איינגעשטעלט די ערשטע אזא סיסטעם ביי די גאסן פארענט פונעם ענגלישען פארלאמענט בילדונג.

די סיטעם האט אין אנפאנג אויסגעקיקט צי זיין א מורא'דיגע סוקסעס. ביז איין טאג (בערך א חודש אריין אין די נייע סיסטעם) האט איינס פון די געז פייפס וואס האבן ציגעשטעלט די געז פאר די לייטס באקומען א שפאלט און ס'האט אנגעהויבען ליקען געז... צי זיין שלעכט מזל (אדער בטלנות, וויטש עווער יו וואנט...) האט דער פאליציאנט וואס האט קאנטראלירט די לייטס נישט באמערקט די שפאלט, און אין איינע פון די נאכפאלגענדע טעג האט די לאמפ אויפגעריסען, און פארוואונדעט דעם פאליציאנט מיט ערענסטע בראנד-וואונדען.

דאן האבן די ענגלישע באשלאסן אז ווי געלונגען די סיסטעם איז געווען צי קאנטראלירען די טרעפיק, איז עס אבער נישט ווערד צי האבן אזא פראבלעמאטישע סכנה'דיגע סיסטעם. און זיי האבן עס געשיקט צו די ארט וואו די שווארצע פעפער וואקסט...

*  *  *
אין די זעלבע צייט האט מען אויך אין אמעריקא געניצט פאליסלייט מיט טרעפיק לייטס צי קאנטראלירען די טרעפיק. און דער פאליציאנט האט געקענט אדער ניצען די לייטס, אדער ניצען די האנט צי ווייזען פאר די דורכגייער/דורכפארער צי זיי קענען גיין אדער בלייבן שטיין.

איי פרעגט איר דאך גוט, ציוואס האט אויסגעפעלט א פאליציי מאן אויב ס'איז דא א סיסטעם פון לעמפלעך?! און די ענטפער איז נישט עפעס ווייסעך וואס, נאר פשוט "פראקטיש". און דאס איז צוליב וואס די אמעריקאנע האבן נישט געקענט גלייבען אזא זאך אז מענטשען זאלן פאלגען באפעלען פון "טרעפיק לייטס"... כ'מיין סידאך א קלאץ!...  (איר זעהט? אפילו זיי אליינס האבן מודה געווען - בעל כרחם - אז די אמעריקאנע זענען עזות פנימ'ער – יודע צדיק נפש בהמתו...).

און אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז אין יאר 1920. דאן האט א פאליסמאן אין דעטרויט מישיגען מיטן נאמען "וויליאם ל. פאטס" אויסגעארבייט די "פאהר וועי - טרי קאלער טרעפיק סיגנעל", דאס איז די סיסטעם צי קאנטראלירען א 4 זייטיגע אינטערסעקשאן ניצענדיג די 3 קאלירען. וויליאם האט אויסגעקליבען צי ניצען די זעלבע קאלירען וואס די באן פירמעס האבן געניצט. דאס האט געמאכט 'דעטרויט' די ערשטע זיך צי באניצען מיט די "רויט – געל – גרין" לייט אלס א מיטעל צי קאנטראלירען די טרעפיק אויף די גאסן.

וויליאם איז פארשטייט זיך נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט פראבירט זיין מזל אריינצוגיין אין די היסטאריע ביכער אלס דער ערפונדער פון די נייע אנשיקעניש (סארי, איר זענט גערעכט, ס'טאקע עכט א וויכטיגע ערפינדונג...), אסאך האבן פראבירט און געארבייט אויף פארשידענע ענליכע מיטלען. אפאר האבן געניצט די רויט, געל און גרין קאלירען. און אפאר נישט. הצד השוה שבהן איז אבער געווען אז "אלע" מיני פאטענטען האבן פארלאנגט א מענטש וואס זאל קאנטראלירען די לעמפלעך, אנצינדען און אויסלעשען די סיגנאלען.

איר קענט זיך אליין פארשטעלען אז אזא סיסטעם האט געהאט ווייניג אינטערעסע ביי די שטאטישע אינסטאנצען וואס האבן זיך נישט געזוכט נאך אויסגאבען מיט'ן ברויכען אראפשטעלען א פאליציי-מאן ביי יעדע אינטערסעקשאן..

אין די סוף 1920'ער יארן איז ענדליך ערצייגט געווארען די ערשטע אוטאמאטישע טרעפיק קאנטראל לייט. די לייט האט געארבייט אז ס'געווען אנגעשטעלט אז יעדע – לאמיר זאגן -  מינוט איז עס געווארען רויט/גרין אויף א אנדערע זייט.

דאס האט ווי פארשטענדליך נערווירט די מענטשהייט, ווען זיי האבן געדארפט ווארטען א קיימא לן פון בערך 4 מינוט ביז די לייט אויף זייער זייט האט זיך געטוישט צי גרין בשעת ווען ס'איז נישט געקומען קיין איין קאר אויף די אנדערע 3 זייטען! ווארום די סיסטעם איז געווען "פרי-סעט" אויף א טיימער. (כ'פראביר מיך אויסצימשל'ן ווי א נערוועזע טעקסאס ביר-זויפער טאנצט ארויס פון זיין T-מאדעל קאר [...] מיט כעס... איי איי איי....).
חחחח.... חחחח.... (אנטשולדיגט פארן אויסברוך. גיבט מיר א טשאנס צו קומען צום ווארט ביטע).

אט הערט א פייבאל.
איינער א ערפינדער מיט'ן נאמען  "דר. קארלעס אדלער" איז דאן אויפגעקומען מיט א וואזשנע איידיע וויאזוי צי סאלווען די פראבלעם פון דארפן שטיין ביי א רויט לייט פארגארנישט-און-פארנישט... נעמליך, ער האט ערצייגט א סיגנעל וואס קען אויך אויפכאפען די פייף פון א קאר. א קליינע מייקראפאון האט געזאלט אינסטאלירט ווערען אויפן לייט פאול, און ווען א דרייווער ווערט נערווירט זאל ער געבען א "פייף!" און די לייט וועט זיך טוישען אויף גרין! וואט עי פייבאל!.... חחחח.

כדי זיך צי באווארענען פון "לייט אביוזערס" וואס וועלען שטיין און פייפען ווילאנג די פייפער לויפט אויס פון כח און טוישען לייט יעדע פאר סעקונדעס, האט ער געמאכט אז ווען א לייט איס געווארען רויט האט מען עס נישט געקענט טוישען פאר 10 סעקונדעס, כדי אז כאטש איין קאר זאל קענען אדורך פארן...

דאכצעך מיר אז ס'איז איבעריג צי זאגן אז די מענטשהייט האט אים געוואלט כ'ווייס  נישט וואס טוען... כ'מיין, שטעלדיך פאר דו שפאצירסט אראפ ליע עוועניו און אלעס ארום דיר "פייייייייייפפפפפפט!!!!!".... און נישט נאר ליע עוויניו פייפט, נאר פון אלע פיר זייטען פייפט מען אז ס'גייט א רויעך... און פארגעס נישט פון די מענטשען וואס וואוינען אין די געגענט פון א רויט-לייט... וויי וויי פאר זיי, זיי האבן געהאט צי "הערען" און צו "פייפען"...

ווידער א צווייטער ערפינדער מיט'ן נאמען "הענרי עי. האאג" האט ערצייגט א ווייניגער נערווירענדע סיסטעם. זיין ערפינדונג איז געווען צי אינסטאלירען סענסערס אויף די ראוד וואס וועט אויפכאפן די פרעשור פון די פארביי-פארענדע קארס. און לויט די צאל קארס וואס פארען דורך אין יעדע דירעקשאן וועט די סענסאר שיקען סיגנאלען פאר די לייט'ס ווען, און וועלכע זייט ס'זאל טוישען קאלירען.

מיט די אלע פארשידענארטיגע סיטעמען, און אן קיין געהעריגע אנגענימענע סיסטעם פאר יעדע שטאט/געגענט איז געווארען א ערענסטע אפקומעניש פאר דרייווערס וואס זענען געפארען צווישען איין שטאט און צווייטען, ווייל זיי האבן זיך נישט אויסגעקענט געהעריג מיט די אלע פארשידענע סיסטעמען.

דאס איז געקומען צי א סוף ווען אין 1935 האט די פעדעראלע הייוועי אדמיניסטרעישאן אוועקגעשטעלט די "מעניועל איבער די מהלך פון טרעפיק קאנטראל דיווייסעס". די מעניועל האט אוועקגעשטעלט א סטאנדארט פאר אלע טרעפיק אנגעלעגענהייטען. אינקלודינג סיגנאלען, סיינס און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די קאנטראל אויף די ראודס.

די היינטיגע טרעפיק לייטס ניצען פארשידענע מעטאדען וויאזוי אויסצירעכענען ווילאנג און ווען צי טוישען די קאליר. למשל, לעיזער שטראלען, אדער ראבערנע פייפס אנגעפילט מיט לופט וואס שפירט דריק.

די מערסטע באניצטע מיטעל איז די "אינדאקטיוו לאאפ" מעטאד. אינדאקטיוו לאאפ איז א עלעקטארא-מאגנעטיק קאמיוניקעשאן סיסטעם וואס ניצט א מאגנעט צי פאבריצירען א עלעקטאראנישע כוואליע. דאס ווערט געניצט – לדוגמה – אין "מעטאל דיטעקטארס" אויפציכאפן אנדערע מעטאלענע באשטאנדטיילען, און ווען די מאגנעט אין די מאשין ס'טרעפט זיך צוזאם מיט א אנדערע מעטאלישע חפץ פאבריצירט עס א עלעקטאראנישע כוואליע וואס די מאשין ווייסט וויאזוי אפציטייטשען.

אין די טרעפיק לייט סיסטעמען ארבייט די "אינדאקטיוו לאאפ" דורכ'ן אויפכאפען די מאגנעטישע סיגנאלען וואס די קארס פראדוצירען. די וועג וואזוי דאס ארבייט איז דורכ'ן אריינקריצען א שפאלט אין די ראוד אין די רעינדש וואו די קארס סטאפן. און אין די שפאלט ליגט א ווייער ארומגענימען מיט אביסעל מאגנעטישע אייזען, און ס'איז קאנעקטעד צי א פאוער סארס.

ווען די ווייער ווערט אנגעצינדען, וואס דאס פאסירט ווען די לייט ווערט רויט, הייבט די ווייער עס אן צי בויען - מיט די מאגנעטישע שטיקלעך וואס ס'ליגט אויף די ווייער - א "מאגנעטישע פיעלד" (דאס איז א עריע וואו די מאגנעטישע שטראלען/כוחות געפינען זיך).

איינמאל א קאר, וואס פארמאגט פארשידענארטיגע מעטאלענע מאטריאלען, קומט אריין אין די מאגנעטישע פיעלד ווערען די עלעקטאראנישע כוואליעס שטערקער, און ס'אינפארמירד די סיסטעם אז קאר איז אנגעקומען, און די סיסטעם רעכענט אויס לויט די שטארקייט פון די כוואליעס ווען ס'איז צייט צי טוישען די טרעפיק דירעקציע.

יעדע געגענט קען (און טוט למעשה) אנדערש אויסשטעלן די חשבונות וויאזוי די טרעפיק לייטס זאל זיך רעכענען מיט די עלעקטאראנישע כוואליעס, און ווילאנג ס'זאל לאזן א קאר ווארטען ביז די לייט טוישט זיך צי גרין.

* * *

אה! ס'שוין געווארען גרין דא. לאז מיך צוריקגיין אין 'דרייוו' פאר דער עולם הינטער מיר הייבט אן צ....

"פפפפפייייייףףףףףףףףףףף!!!!!"

אופס!, ס'דערנאך... מ'פייפט שוין סייווי...  
אקעי, אקעי! כ'הער, כ'הער!
לאמיך מיר זיך נאר אריינרוקען דא נעבן גאטליעבס (...) צו כאפן ס'אטעם, און ענק לאזן דורכפארן...

* * *

דיס איז שמאטע עט די אייוועלט לעברעטארי, ריפארטינג לייוו פראם די שמוציגע קיטשען סינק.
איט וואז נייס העווינג יו אלל הער טונייט. איט רילי וואז...
טענק יו פאר ליסטענינג טו די שיעור.
ווי האופ יו ענדשויט די שיעור.
סי יעה...
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחח.. דער איז גוט! זייער אינטערסאנט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און שמאטע האט זיך ווידער געלאזט הערן, מיט שמאלץ און זאפט עז עקספעקטעד...

פייפ... פייף!!!!
אקעי איך רוק מיך, דער נעקסטער קען שוין שלח'ן.....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

א ריכטיגע פארצייטישע עלעקטערישע כוואליע שמוציגע קיטשען ארטיקל
טענקס
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

חחחח כא כא כא כא
פפפפפייייייףףףףףףףףףףף!!!!!"
אוי סיבטו גוט שעמיגע.

א דאנק פאר די הערליכע שיעור פיל מיט אונטערסאנטע ידיעות באגלייט מיט הומער.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זייער אינטערסאנט, שכוח

_____

דער עולם האקט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

סביב העולם האט געשריבן:א ריכטיגע פארצייטישע עלעקטערישע כוואליע שמוציגע קיטשען ארטיקל
טענקס


פיינע נייעס ווי 'שוגע
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער אינטערעסאנט!! און די לאך פון אנהייב, און ענדיגען מיטן שמייכעל! סופער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

א גרויסן דאנק אייך גאר אינטערעסאנט, א היסטאריקער ביזטו אויכעט.... פשי נישט געוואוסט וואס אונז פארמאג מיר אלס...
און א לייק פאר די אריינגעווארפענע אויסדרוקן.
מיר ווארטן אויף נאך, לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן.
פייייייפפפףףףף יוש דערוילעם פייפט שוין, אקעי זיי געזונט טאלק טו יו
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

shmate האט געשריבן:"
און די זעלבע צייט האט מען אויך אין אמעריקא געניצט פאליסלייט מיט טרעפיק לייטס צי קאנטראלירען די טרעפיק. און דער פאליציאנט האט געקענט אדער ניצען די לייטס, אדער ניצען די האנט צי ווייזען פאר די דורכגייער/דורכפארער צי זיי קענען גיין אדער בלייבן שטיין.

איי פרעגט איר דאך גוט, ציוואס האט אויסגעפעלט א פאליציי מאן אויב ס'איז דא א סיסטעם פון לעמפלעך?! און די ענטפער איז נישט עפעס ווייסעך וואס, נאר פשוט "פראקטיש". און דאס איז צוליב וואס די אמעריקאנע האבן נישט געקענט גלייבען אזא זאך אז מענטשען זאלן פאלגען באפעלען פון "טרעפיק לייטס"... כ'מיין סידאך א קלאץ!...  (איר זעהט? אפילו זיי אליינס האבן מודה געווען - בעל כרחם - אז די אמעריקאנע זענען עזות פנימ'ער – יודע צדיק נפש בהמתו...).

און אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז אין יאר 1920. דאן האט א פאליסמאן אין דעטרויט מישיגען מיטן נאמען "וויליאם ל. פאטס" אויסגעארבייט די "פאהר וועי - טרי קאלער טרעפיק סיגנעל", דאס איז די סיסטעם צי קאנטראלירען א 4 זייטיגע אינטערסעקשאן ניצענדיג די 3 קאלירען. וויליאם האט אויסגעקליבען צי ניצען די זעלבע קאלירען וואס די באן פירמעס האבן געניצט. דאס האט געמאכט 'דעטרויט' די ערשטע זיך צי באניצען מיט די "רויט – געל – גרין" לייט אלס א מיטעל צי קאנטראלירען די טרעפיק אויף די גאסן.

וויליאם איז פארשטייט זיך נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט פראבירט זיין מזל אריינצוגיין אין די היסטאריע ביכער אלס דער ערפונדער פון די נייע אנשיקעניש (סארי, איר זענט גערעכט, ס'טאקע עכט א וויכטיגע ערפינדונג...), אסאך האבן פראבירט און געארבייט אויף פארשידענע ענליכע מיטלען. אפאר האבן געניצט די רויט, געל און גרין קאלירען. און אפאר נישט. הצד השוה שבהן איז אבער געווען אז "אלע" מיני פאטענטען האבן פארלאנגט א מענטש וואס זאל קאנטראלירען די לעמפלעך, אנצינדען און אויסלעשען די סיגנאלען.

איר קענט זיך אליין פארשטעלען אז אזא סיסטעם האט געהאט ווייניג אינטערעסע ביי די שטאטישע אינסטאנצען וואס האבן זיך נישט געזוכט נאך אויסגאבען מיט'ן ברויכען אראפשטעלען א פאליציי-מאן ביי יעדע אינטערסעקשאן..


אזוינס..
איר קענט דעם משל פון ר' שלו' שבדרון ז''ל מיטן איד וואס איז געשטאנען יעדן טאג ביים הויפט אינטערסעקשן קיין ירשלים מיטן שירעם אין האנט,
ווען ס'געווען רויט האט ער דאס אויפגעהויבן צו ווייזן אז מ'זאל בלייבן שטיין,און ביי גרין האט ער געוויזן אז מ'קען שוין פארן, ביזן טאג ווען מ'האט אים געפירט אין שפיטאל צוליב געזונהייט,
האט ער געשריגן און געוויינט ווער וועט יעצט קאנטראלירן דעם טרעפיק אז ס'זאל נישט געשעהן עקסידענטן...

איך האב געמיינט אז דאס איז א זיסע משל ביזדערווייל פארציילט מיר שמאטע אז דאס איז אמאל געווען דער סטאנדארט.

ישר כח שמאטע.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

כ'האב אזוי געלאכט אז כ'האב כמעט נישט באמערקט די ליכטען.

ד"א. סימנים פאר בלינדע האסטו נישט דערמאנט,
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח שמאטע!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שמאטע, זוי זאפטיג

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שמאטע לייק יוזעל ;l;p-
דיינע אויסדריקען איז Wאן אויף עי קיינד
אוועטאר
וואסערטרעגער
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערטרעגער »

זייער שיינע ארבייט ״הער שמאטע״

מעניין לעניין באותו ענין, איז אמת די שמועה וואס יעך האב אמאל געהערט אז אין ווילי זענען דא די לענגסטע טראפיק לייטס פון גאנץ נ.י.ס.?, מ׳קען סאך מאהל פשוט צופלאצט ווערן ביז עס טוישט קאלירן
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

בעיקר מארסי
צום פונקט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פונקט »

אז דו שרייבסט שוין פון א טרעפיק-לייט איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז מ'האט דורכגעפירט א שטודיע וויפיל צייט מענטשן זיצן ביים רויטן ליכט. איז מען אפירגעקומען אז מענטשן וואס וואוינען אין סיטי וואו ס'זענען פארהאן אסאך טרעפיק-לייטס, געבן אוועק אין סך הכל א האלבע יאר פון זייער לעבן צו זיצן און ווארטן ביי א רעד-לייט זאל ווערן גרין!!!!
יא ווען מ'רעכנט צוזאם די אלע שעות, פרוטה פרוטה מצטרפת, און דורך די לעבן געבט מען אוועק אזוי שיינע פראצנט פאר די אנגעצויגנקייט עס זאל שוין ווערן גרין.
זאל מען נאר נישט אפשאצן וויפיל צייט א דורכשניטליכע מענטש זיצט אין טרעפיק.
און אוודאי נישט, וויפיל צייט מיר געבן אוועק צו זיצן אויף איי-וועלט....
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

נעקסט טיים ווען דער קאר פארנט פון דיר ווארט אז דו זאלסט פייפן, זאלסטו דן זיין לכף זכות אז ער נוצט אויס די טייערע האלבע יאר צו זאגן תהלים.

שמאטע! הערליך אינפארמאטיוו און געשמאק אראפגעלייגט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער בא'טעמ'ט געשמאק הומעריסטיש אראפגעלייגט! א ריזן דאנק אייך שמיציגער
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

זייער אינטערעסאנט, א דאנק.
די לייט פאר די סטעיט פאליס ראוד נאכן טראוועי האט די סענסאר?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שמאטעניו! זייער זיס און זייער אינטערסאנט. יישר כח.

לייבי, יענע לייט האט א פארקערטע סענסאר. ס'איז א גאנצן צייט גרין, און ווען עס שפירט אז א קאר קומט נאנט ווערט עס תיכף רויט...
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

חחחחח
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

ידיד האט געשריבן:שמאטעניו! זייער זיס און זייער אינטערסאנט. יישר כח.

לייבי, יענע לייט האט א פארקערטע סענסאר. ס'איז א גאנצן צייט גרין, און ווען עס שפירט אז א קאר קומט נאנט ווערט עס תיכף רויט...


ידיד א לייק!!!
אוי סארי דאס מעג מען נישט דא... אקעי, בשכמל"ו....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ידיד האט געשריבן:שמאטעניו! זייער זיס און זייער אינטערסאנט. יישר כח.

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ידיד האט געשריבן:לייבי, יענע לייט האט א פארקערטע סענסאר. ס'איז א גאנצן צייט גרין, און ווען עס שפירט אז א קאר קומט נאנט ווערט עס תיכף רויט...

;l;p-
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”