וואס פאלט שנעלער, א שטיין אדער א פעדער?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

וואס פאלט שנעלער, א שטיין אדער א פעדער?

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 4:44 pm

מדהים,

https://copy.com/DhPTUi0NYgnea7G8

יישר כוח 'קנאפער ידען' פאר צושטעלן די COPY לינק.
___

ווער עס האט לכתחילה'ס ביפער נומבער זאל אים שיקען א ביפ אז ער זאל קימען געבן א שיעור אין די סוגיא..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 4:53 pm

דאס איז איינשטיינ'ס פראגע, פון דעם איז ארויס "דזשענערעל רעלאטיוועטי" און דאס איז די יסוד פון איינשטיינס מהלך אין "גרעוועטי". צו שרייבן איבערדעם דארף מען האבן אסאך צייט און געדולד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:27 pm

דאס איז גאליליי אויסטרעף

מען האט דאך פאר דעם געוואלט הארגענען, ווייל ער האט אויפגעוויזן אז אריסטוטלוס איז נישט גערעכט
--
אפשר כ'וועל האבן ציט שפעטער וועלעך שרייבן בקיצור

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:28 pm

Wowowow!!!!!!!!

נישט נארמאל...!!!!
דאכצעך אז דאס איז אויך איינשטיינס מהלך לגבי די שטערן און די פלאנעטן, אז זיי פאלן נישט נאר שטייען אויף איין פלאץ, אויב דענק איך גוט....

א ריזן דאנק מחותן פארן עס אהער ברענגען
אויסערגעווענליך אינטערעסאנט
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:29 pm

איינער זאל רחמנות האבן און מאכן צייט צו שרייבן ביטע
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:35 pm

אויב סיז נישטא קיין לופט, פארוואס פאלט עס דאן?
וועלכע כח שלעפט עס אראפ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:41 pm

יי״כ מחותן, קנאפע ידען.

פארוואס פאלט עס אויף אראפ? פארוואס פליט עס נישט ארויף ?

אה שוועמל פרעגט שוין

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:42 pm

שוועמל האט געשריבן:אויב סיז נישטא קיין לופט, פארוואס פאלט עס דאן?
וועלכע כח שלעפט עס אראפ?

גראוועטי.

די לופט איז וואס רעגולירט אז איין זאך זאל ווערן "שווערער" געשלעפט אדער געשטיפט דורך די גראוועטי, ווייל עס דארף "שניידן" די לופט. סא אין א פלאץ ווי עס איז נשטא קיין לופט, פאלט עס אייניגג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:47 pm

אה דאס הייסט אז אפי׳ דארט איז נאך אלץ דא גראוויטי, סא וויזוי קען מען דערפון ארויסלערנען אויף די ספעיס ?
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:48 pm

@ לכתחילה, שוועמעל'ס פראגע איז געווען פארוואס עס פאלט בכלל.. פארוואס בלייבט עס נישט אין די הייך?
__
צווייפעל האקט, דאס איז טאקע געווען געווען שוועמעל'ס פראגע..

___

@ נישט, מיר ווארטען אויף דיין שיעור..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:51 pm

מחותן האט געשריבן:@ לכתחילה, שוועמעל'ס פראגע איז געווען פארוואס עס פאלט בכלל.. פארוואס בלייבט עס נישט אין די הייך?
__
צווייפעל האקט, דאס איז טאקע געווען געווען שוועמעל'ס פראגע..

___

@ נישט, מיר ווארטען אויף דיין שיעור..

ווייל גראוועטי האט גארנישט מיט לופט.

אין ספעיס איז דא צוויי זאכען אנדערשט ווי דא, עס איז דא זייער שוואכע גראוועטי, און עס איז נישטא קיין לופט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:54 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווייל גראוועטי האט גארנישט מיט לופט.

ביטע שיין, דאס דארף א לענגערע הסבר ווי א 6 ווערטער תגובה.

בתקווה להבנה

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 5:58 pm

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווייל גראוועטי האט גארנישט מיט לופט.

ביטע שיין, דאס דארף א לענגערע הסבר ווי א 6 ווערטער תגובה.

בתקווה להבנה {תרתי משמע}

לופט איז עפעס וואס איז דא ארום די וועלט, גראוועטי איז א כח וואס די וועלט האט.

די וועלט "ציעט" צו זיך אלעס וואס איז ארום איר. (דאס איז די "פשוטע" הסבר אויף גראוועטי.) דאס איז די סיבה פארוואס מען פליעט נישט ארום. אין ספעיס איז דא ווייניג גראוועטי, שוועבט מען, ווייל עס ווערט נישט צוגעצויגען צו גארנישט. די לבנה האט אויך עפעס גראוועטי, ווייניגער וי די וועלט, ווייל עס איז קלענער.

לופט איז פשוט א בריאה פונקט ווי ביימער. עס איז עפעס וואס איז דא אין די אטמאספער ארום די וועלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:08 pm

שוועמל האט געשריבן:אויב סיז נישטא קיין לופט, פארוואס פאלט עס דאן?
וועלכע כח שלעפט עס אראפ?


איך בין נישט קיין בקי אין די נושא, אבער ס׳קאן זיין עס האט צוטוען מיט דעם וואס די וועלט דרייט זיך?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:19 pm

זיכער נישט. קודם ווייל די וועלט דרייט זיך נישט.. שששריי נישט, אזוי האט מען אונז געלערנט, און ביי דעם בלייבט עס, שנית, לו יהא ווען די וועלט זאל זיך ווען יא דרייען, וואלט זיך יעדע זאך וואס איז אין די אטמאספערע אייניג מיטגעדרייט, אויב עפעס וואלט עס געמאכט א חילוק אויף זאכן וואס זענען ארויס פון אונזער אטמאספער.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:23 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:זיכער נישט. קודם ווייל די וועלט דרייט זיך נישט.. שששריי נישט, אזוי האט מען אונז געלערנט, און ביי דעם בלייבט עס, שנית, לו יהא ווען די וועלט זאל זיך ווען יא דרייען, וואלט זיך יעדע זאך וואס איז אין די אטמאספערע אייניג מיטגעדרייט, אויב עפעס וואלט עס געמאכט א חילוק אויף זאכן וואס זענען ארויס פון אונזער אטמאספער.

יא. דעם וועם מ'האט אזוי געלערנט זאל טאקע בלייבן מיט דעם... די איבריגע קענען אפארדן צו קוקן אויף די פאקטן.

#אלטע וויכוח
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:38 pm

מילכיגער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:זיכער נישט. קודם ווייל די וועלט דרייט זיך נישט.. שששריי נישט, אזוי האט מען אונז געלערנט, און ביי דעם בלייבט עס, שנית, לו יהא ווען די וועלט זאל זיך ווען יא דרייען, וואלט זיך יעדע זאך וואס איז אין די אטמאספערע אייניג מיטגעדרייט, אויב עפעס וואלט עס געמאכט א חילוק אויף זאכן וואס זענען ארויס פון אונזער אטמאספער.

יא. דעם וועם מ'האט אזוי געלערנט זאל טאקע בלייבן מיט דעם... די איבריגע קענען אפארדן צו קוקן אויף די פאקטן.

#אלטע וויכוח


קלאר אז די וועלט דרייט זיך, כזע עס בחוש, שב״ק נאך די פיש, ווען מטרינקט א לחיים, דערהייבט מען זיך למעלה מעשרה טפחים, קען מען זען ווי אלעס דרייט זיך...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:42 pm

לכתחילה, פארוואס ווען סאיז נישט דא קיין לופט פאלט עס שטייטליך, סוואלט דאך געברויכט פליען גאר שנעל סדארף דאך גארנישט שניידן ?

והשנית, לויטן הסבר איז די סיבה פארוואס ספאלט בכלל איז, ווייל סאיז דא דארט גראוויטי, און לויט ווי מיר זעען שלעפט די גראוויטי אלעס אייניג, גרינגע זאכן ווי שווערע זאכן, ד״ה אז בעצם איז נישט דא אזא זאך ווי וואג, נאר אלעס ווערט געשלעפט אייניג. סא פארוואס ווען סכאפט זיך אריין לופט וועט די שטיין פאלן שנעלער ? פארוואס שניידט ער שנעלער די לופט ? ער ווערט דאך נישט געשלעפט שטערקער ווי די פעדער ?

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:53 pm

יעצט געזעהן די ווידיאו, תיקון טעות ס'האט נישט מיט גאליליי נאר מיט איינשטיין

ועל מער אנהייבן מיט אפאר פשוטע קשיות

פארוואס פאלט יעדע זאך אראפ צו די ערד? פארוואס ווען איך גיב א שפרינג ארויף בלייב איך נישט שטיין דארטן?

פארוואס דרייט דיך די לבנה ארום די ערד? און פארוואס דרייט זיך די ערד ארום די זון?

די אויבערשטער האט מטביע געווען אין די טבע אז יעדע זאך, יעדע דבר גוש, האט גרעוויטי. יעדע דבר גוש האט אין זיך א כוח המושך
א קליינע דבר גוש האט ממש א גארנישט פון גרעוויטי, און גרעסער די דבר גוש איז וועט עס האבן א גרעסערע כוח המושך

אזש אויף אזוי ווייט אז א באלי וואס איז אזוי גרויסע וואו די ערד קוגל, וועט קענען אנהאלטן דורך איר כוח המושך א גאנצע וועלט. און נישט נאר דאס, נאר זי וועט אפילו צוציען די לבנה וואס איז היבש קלענער פון זאל עקסעלערעטן ארום איר.

און נאך מער א באלי וואס איז אזוי גרויס וואו די זון, וועט האבן אזא גרויסע כוח המושך אז זי וועט קענען צוציען אפילו א באלי אין די גרויסקייט פון די ערד קוגל.

יעצט ווייסן מיר שוין אז גארנישט פאלט נישט אראפ אויף די ערד, נאכאמאל "גארנישט פאלט נישט אראפ אויף די ערד"

איי איך זעה כ'האב אפגעלאזט א הויזן ביים שפיץ פון די טווין טוארס, און ס'איז אנגעקומען צו די ערד, דאס איז פשוט ווייל די ערד האט עס געשלעפט צו זיך.

יעצט א טריט ווייטער

פאר די ערד איז נישט קיין חילוק וואס די וואג פון די הויזן איז, "אלעס" שלעפט ער צו זיך מיט די "זעלבע" שנעלקייט

איי וועסטו מיר פרעגן דעמאלט פארוואס ווען איך לאז אפ א פעדער, וועט עס שנעלער אנקומען צו די ערד, וואו ווען איך לאז אפ א שטיין.

איז פשוט ווייל דאס האט נישט מיט ערד, די ערד שלעפט אלעס מיט די זעלבע אייניגע שנעלקייט. נאר די לופט פרעשור האלט אפ די פעדער פון גיין, דעריבער נעמט עס לענגער

--
וער ס'האט נאך א שוועריקייט, זאל ביטע פרעגון מען וועט פרוביירן מסביר צו זיין
לעצט פאראכטן דורך נישט אום מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:54 pm

צווייפעל האט געשריבן:לכתחילה, פארוואס ווען סאיז נישט דא קיין לופט פאלט עס שטייטליך, סוואלט דאך געברויכט פליען גאר שנעל סדארף דאך גארנישט שניידן ?

והשנית, לויטן הסבר איז די סיבה פארוואס ספאלט בכלל איז, ווייל סאיז דא דארט גראוויטי, און לויט ווי מיר זעען שלעפט די גראוויטי אלעס אייניג, גרינגע זאכן ווי שווערע זאכן, ד״ה אז בעצם איז נישט דא אזא זאך ווי וואג, נאר אלעס ווערט געשלעפט אייניג. סא פארוואס ווען סכאפט זיך אריין לופט וועט די שטיין פאלן שנעלער ? פארוואס שניידט ער שנעלער די לופט ? ער ווערט דאך נישט געשלעפט שטערקער ווי די פעדער ?

ס'פאלט נישט שנעלער

נאר וויבאלד די זעהסט די פעדער שטייט, מיינט דיין אויג אז די שטיין גייט שנעל

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 7:01 pm

כ'האב נאכנישט געקוקט די קליפ, אבער לאמיר זאגן וואס איך געדענק.

די סוד פון גראוועטי איז: אז יעדע דבור גשמי/גוש קלעפט/ציעט צו אן אנדערע דבור גשמי. ווי גרעסער די זאך איז אלס שטערקער איז די כח המושך. אפילו צוויי לעפלעך וואס שטייען נאנט ציעט איינס צום צווייטן א משהו, אבער וויבאלד ס'איז פיצילע אבדזשעקטס איז די כח המושך ממש גארנישט.

ווי גרעסער א פלאנעט איז אלס שטערקער איז די כח המושך, די לבנה וואס איז סך קלענער ווי די וועלט איז גראוועטי סך שוועכער מזל צדק (דזשופיטער) איז היבש גרעסער ווי די וועלט איז די גראוועטי שטערקער. א מענטש פון 200 פונט וואס גייט שפאצירן אויף דזשופיטער וועט ער זיך שפירן ווי ער וועגט 500 פונט.

כ'האב אמאל געהערט, פארוואס זענען אלע פלאנעטן רינדעכיג? ווייל יעדע ברעקל זאמד קלעפט צו די דערנעבענדיגע שטיקל זאמד, און אזוי ווייטער יעדע שטיקל. אזוי די זאלסט נעמען אסאך באליס מעגנעטס וועט עס ווערן א באלי.

די אינטערנאציניאלע ספעיס סטאנציע איז נישט באהאפטן צו קיין פלאנעט, ס'פליט ארום אומאפהענגיק אין די ספעיס. פארדעם איז דארט נישט דא קיין גראוועטי.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 7:10 pm

הרב נישט, קודם א דאנק.

סא וואס דו זאגסט איז אז בעצם פאלן זיי ביידע בליץ שנעל, נאר די ווידעא זעט אויס שטייט, מסכים.

די צווייט זאך פארשטיי איך נאך נישט, פארוואס האלט די לופט פרעשור אראפ נאר דעם פעדער און נישט דעם שטיין, מיר שמועסן דאך אז סאיז נישט דא אזא באגריף ווי וואג, אלעס איז גראוויטי, און גרוויטי שלעפט אלעס אייניג ?

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 7:11 pm

זאכליך האט געשריבן:
די אינטערנאציניאלע ספעיס סטאנציע איז נישט באהאפטן צו קיין פלאנעט, ס'פליט ארום אומאפהענגיק אין די ספעיס. פארדעם איז דארט נישט דא קיין גראוועטי.


ח"ו אויב דאס פארסירט,

די רגע וואס עס ווערט אומאפהענגיג אין גרעוויטי, ווערט עס פארלוירן צוווישן די קוואדריאלען שטערנס

ס'איז אפהענגיג אין די גרעוויטי פונעם ערד קוגעל, און עקסעלערעט טאקע אין ספעיס ארום די ערד קוגעל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 7:14 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:גראוועטי.

די לופט איז וואס רעגולירט אז איין זאך זאל ווערן "שווערער" געשלעפט אדער געשטיפט דורך די גראוועטי, ווייל עס דארף "שניידן" די לופט. סא אין א פלאץ ווי עס איז נשטא קיין לופט, פאלט עס אייניגג.

איך הער וואס דו זאגסט אבער דער מאן אין די קליפ קוקט אויס איז מחולק מיט דיר.
ווייל צום סוף פירט ער אויס: אייזיק ניוטאן וואלט געזאגט אז ס'פאלט צוליב גראוויטי. אבער איינשטיין וואלט געזאגט עס פאלט נישט, עס איז נאר די בעקגראונד וואס מאכט עס אויסזען פאלן!
איך פארשטיי די נקודה ברויך צו זיין רעלעטיוויטי. אבער איך כאפ עס נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 7:14 pm

צווייפעל האט געשריבן:הרב נישט, קודם א דאנק.

סא וואס דו זאגסט איז אז בעצם פאלן זיי ביידע בליץ שנעל, נאר די ווידעא זעט אויס שטייט, מסכים.

די צווייט זאך פארשטיי איך נאך נישט, פארוואס האלט די לופט פרעשור אראפ נאר דעם פעדער און נישט דעם שטיין, מיר שמועסן דאך אז סאיז נישט דא אזא באגריף ווי וואג, אלעס איז גראוויטי, און גרוויטי שלעפט אלעס אייניג ?


פארוואס ווען די ליייגסט ארויף די פעדער אויף וואסער וועט עס נישט אראפ פאלן, משא"כ א שטיין וועט יא אראפ פאלן

ווייל די שאלה איז ווער ס'איז שטערקער, די וואסער לויפט אראפ אין די פעדער לויפט אראפ

דאס זעלבע איז ביי לופט, ס'נעמט צייט ביז די פעדער שטופט זיך אדורך די לופט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קארפענטער און 15 געסט