משפטים קרענק

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

משפטים קרענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קהת האט געשריבן:און מיינע צייטן איז נישט געוועהן אזא זאך א שניי פרשת משפטים מ'האט געפראקט און שוין. וואס די היינטיגע קינדער קענען נאר אנמאכען...


דאס ווערטעל ״משפטים קרענק״ און ״משפטים מכות״ איז מן הסתם עלטער פון אלט.

איך פראביר מיר צו דערמאנען, אבער איך געדענק נישט אז איך זאל האבן געכאפט מער מכות משפטים ווי סתם א וואך, איך געדענק די ציטער ווי מען פלעגט רעדן דערפון... אבער די פעטש האב איך געכאפט פינקט ווי א יעדע וואך - און איך פלעג כאפען אסאך פעטש (ניין. איך בין נישט געווען דער איינציגסטער, עס איז געוועו א נחלת הכלל) די מלמדים.. טייל זענענן נאך היינט מלמדים, יו האבן זיי געטיילט מכות.. מיט אזא הנאה.. מיט א שלוות הנפש.. מיט אזא רואיג געוויסען... ענעוועי זאלן זיי דאס האבן אינדשויט ווייל איך קוק נישט אויף צירוק.

אבער משפטים וואך לויט ווי אזוי איך געדענק איז נאר געווען אזא מין אנשרעקעניש, אבער בפועל האט מען נישט געטיילט דעמלאטס מער פעטש ווי סתם א וואך, אפשר איז די סיבה וויבאלד עס האט פשוט נישט אריינגעפיט מער פעטש אינעם סדר היום?

הכלל, וואס געדענקט דער עולם פון פרשת משפטים? איז דאס נאר ווי מען זאגט להלכה ולא למעשה.. אדער מען פלעגט בפועל כאפן מכות?
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

פאר קליינע קינדער איז עס זייער שווער, א סדרה מיט נייע מושגים, שוין אנפאנג סדרה לאנגע רש"י'ס, גזירה שוה'ס קל וחומר.

די ברך משה פלעגט זאגען אז משפטים פלעגט זיין ליידיג די חדר, יעדער איז געווען באמת פארקילט, ס'קומט אויס פונקט אונמיטען ווינטער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31270
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פעטש געדענק איך אויכעט נישט מער ווי געווענדליך. אבער עס ליגט נאך קאשמארן (נישט ממש, נאר כ'געדענק נאך) די שווערע פארהערן אין פרשת משפטים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך בין געוואר געווארן אין כיתה ה' אז משפטים איז א שווערע / שרעקעדיגע סדרה. מיין רבי קומט אריין זאגן אז די וואך לערנט מען נישט קיין גמרא ווייל"משפטים איז א שווערע סדרה".
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

די שווערע בחינות גיי איך נישט פארגעסן
אטעטשמענטס
IMG-20140120-WA0007.jpg
Normal is just a setting on the washing machine
משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משתוקק »

איך האב געהאט א מלמד וואס האט געזאגט אז תרומה איז אסאך א שווערערע סדרה פון משפטים.


פארשטייט זיך אליין אז ער האט עס הערשט דערציילט זינטיג תרומה...
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

יא, עס איז וואר. זונטיג תרומה האבן מיר מער געציטערט צו קומען אין חדר, ווייל דעמאלט האט מען הערשט געמאכט די בחינה אויף משפטים.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

אוי פלעגן מיר זיך קריגן און שיל פארטאגס ווער סזאל האבן די בית יהודא חומש גיטע צייטן געוועןןןןןןןןןןןן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מחותן האט געשריבן:אפשר איז די סיבה וויבאלד עס האט פשוט נישט אריינגעפיט מער פעטש אינעם סדר היום?


שטארק מסתבר...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

איך הא שוין געשריבן דא אביסל.
יא ביי אונז אין חדר האט מען געכאפט מער פר' משפטים. אויך איז געווען איין רבי וואס ביים געבן א קנס משפטים האט ער געהייסן שרייבן דאפעלט.
כך נראה לפי עניית דעתי.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פרעג נאר די עלטערע דור וואס האט געלערענט אין חדר אין די י-כ יארן , אוי האבן זיי קאשמארן פון משפטים
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

איך בין פון יונגן דור אבער איין מלמד האב איך געהאט אין כתה ג' (גראדע נישט קיין מלחמה געליטענע. ערשט לעצטנס חתונה געמאכט זיין עלטסטע) וואס האט זיכער געמאכט אז די קאשמארן פון משפטים וועלן אונז באגלייטן א גאנץ לעבן. איך געדענק נאך ווי ער האט אנגעפראסקעט א יונגל מכות רצח וויל דער אינגל האט נישט געוויסט וואס מיינט א "מאן". (ביי די זיבן יאר).
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

אוי סאיז שוין פרשת משפטים. ארויף מיט די הויזן
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:h-w :i" כאפ איינס..:i" נאך איינס :i" יעצט זאג ווען הייסט מען א שוין א שור נגח?????....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווען מ'הייסט ווייסעך נישט.... אבער אז דער רבי זאל זיין... וועט קוקן אין שפיגל וועט ער אים קענען זען לייוו
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

געדענק מיר נאך ווי שבת יתרו ביי מנחה פאר ליינען אלץ אריינפיר צים נייע וואך. האט די טאטע זז"ג געזאגט אז די קומענדיגע וואך האט די רבי א ספעשעל משפטים שטעקן
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

סיז אבער געווען נאך גרעסערע [you name it....] וואס האבן זיך גערייצט אז משפטים איז נאר אן הכנה צו תרומה..... הוי האט מען אריין געשמיסן..........
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כיהודה ועוד לקרא, ביי אונז אין חדר איז משפטים בכלל נישט געוועהן אנדערש פון עני אנדערע סדרה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

וואס מהאט געשמיסן אגאנץ יאר :-( :-( :-(
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ביי אונז אויך נישט.

און יא, מ׳האט (געשמועסן און) געשמיסן א גאנץ יאהר!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

איך פלעג יעדעס יאר פון פריש שווערן אז ווען איך גיי זיין א רבי גיי איך מיך אזאנס נוקם זיין...!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שוין אווער.... יעצט אז דו ווערסט א רבי וועלן זיך די תלמידים נוקם זיין און דיר תיכף ומיד..... און אנקייטלען ל"ע
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אנעים זמירות האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא, ביי אונז אין חדר איז משפטים בכלל נישט געוועהן אנדערש פון עני אנדערע סדרה.

גא"מ, משפטים איז ביי אונז אריבער ווי יתרו מיט תרומה

ווען דער רבי קען גוט דער חומש, איז משפטים פונקט אזוי גרינג ווי נח
און ווען דער רבי קען נישט דעם חומש, איז בשלח פונקט אזוי שווער ווי זוה"ק
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:שוין אווער.... יעצט אז דו ווערסט א רבי וועלן זיך די תלמידים נוקם זיין און דיר תיכף ומיד..... און אנקייטלען ל"ע

די געזעץ האט זיך דאך נישט געטוישט מען האט שוין פאר דרייסיג יאר צירוק אויכעט נישט געמעגט שלאגן איז ווי איז געוועהן די שכל פון אלע קינדער מען האט זיך אזוי געלאזט עס איז קיינעם נישט איינגעפאלען צו רופן פאליציי און מאכן א סוף צו דעם איינמאל פאר אלעמאל ? איך האב ב''ה נישט געכאפט אבער די אנדערע וואס האבן געכאפט איך האב זיי נעבעך אזוי געשוינט אבער וואס האב איך געקענט טוען ? איך מיין אפשר פאר דעם אליינס אז זיי האבן נישט געהאט קיין שכל צו רופן די פאליציי פאר דעם אליינס קומט זיך זיי צו כאפן.....
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

העלאו האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:שוין אווער.... יעצט אז דו ווערסט א רבי וועלן זיך די תלמידים נוקם זיין און דיר תיכף ומיד..... און אנקייטלען ל"ע

די געזעץ האט זיך דאך נישט געטוישט מען האט שוין פאר דרייסיג יאר צירוק אויכעט נישט געמעגט שלאגן איז ווי איז געוועהן די שכל פון אלע קינדער מען האט זיך אזוי געלאזט עס איז קיינעם נישט איינגעפאלען צו רופן פאליציי און מאכן א סוף צו דעם איינמאל פאר אלעמאל ? איך האב ב''ה נישט געכאפט אבער די אנדערע וואס האבן געכאפט איך האב זיי נעבעך אזוי געשוינט אבער וואס האב איך געקענט טוען ? איך מיין אפשר פאר דעם אליינס אז זיי האבן נישט געהאט קיין שכל צו רופן די פאליציי פאר דעם אליינס קומט זיך זיי צו כאפן.....

Calling police is msira
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”