וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלע מענטש

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלע מענטש

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יולי 11, 2013 9:14 pm

אינעם דערנעבנדיגען אשכול האב איך מעורר געוועהן בקצירת האומר אז מען דארף זעהן מער מכבד צו זיין און דולדען א צווייטען דא אויף אייוועלט, און נישט פארשרייען איינעם בלויז ווייל ער האט אן אנדערע מיינונג וכדומה. עס איז דארט געווארען א שטיקעל א שמועס, נאר וויבאלד איך וויל נישט פארקריכען מיטען ענין וואס מען רעדט דארט האב איך געקלערט אויסצושמועסען אין אן עקסטערען אשכול.

איך וויל בעזה"י אביסעל ערקלערן וויאזוי מען קען זיך מתוכח זיין אויף א נארמאלען שטייגער, אהנע ווערן צוהיצט און שרייען אין דער וועלט אריין. איך וועל זיך לכאורה באנוצען מיט פארשידענע משלים און דוגמאות, אבער איך וויל באטאנען אז דער עיקר איז דער נמשל, אלזא טאמער איינער וויל זיך דינגען זאל מען ביטע נישט פארהאנקערט ווערן מיטען משל.

[איך רעד דייקא צו אזוינע וואס האלטען זיך פאר נארמאלע ערוואקסענע מענטשען (נישט קיין אומציווילע חיות), ועל כולם די וואס זוכען דעם אמת. פארשטייט זיך אליין אז ווען מען וויל בלויז יענעם שטיל מאכען און געוואונען מכח כל דאלים גבר זאל מען טוהן פונקט פארקערט פון אלעס וואס איך גיי שרייבען, נעמליך איבערשרייען יענעם, איהם באשולדיגען מיט כל דבר אסור, שיסען אין דער וועלט אריין ועוד, און אזוי ארום בלייבען גערעכט!]

1. אויסהערן וואס יענער זאגט

דער ערשטע כלל ווען מען וויל זיך מתוכח זיין מיט איינעם איז צו זיין שטיל בשעת יענע רעדט און אויסהערן וואס ער האט צו זאגען. אויף א פארום טייטשט זיך דאס קלאר דורכליינען וואס ער האט געשריבען און פראבירען צו פארשטיין.

ווען מען פארשטייט וואס יענער האט געשריבען מיינט נאכנישט אז מען איז מסכים, ווי אויך איז פארשטיין וואס יענער זאגט נישט קיין סתירה צום פאקט אז יענער רעדט אפשר שטותים. בדרך משל, טאמער כדי זיך צו דינגען מיטען באהויפטונג פון 'דומה דודי לצבי או לעופר האילים' מוז ער צום ערשט וויסען וואס דאס איז בכלל אן עופר האילים (ווער ווייסט? :smile: ), און דערנאך מוז ער פארשטיין פארוואס טוט דער פסוק מדמה זיין דודי צום עופר האילים. איינמאל מען האט דאס קלאר ארויס איז שייך בכלל צו זאגען א פארקערטע סברא (נישט ביי אונזערע משל כמובן, ווייל דאס איז דאך א פסוק).

איך האב שוין באמערקט עטליכע מאל אז ביי פיהל פון די צוהיצטע ויכוחים ווייסט נישט דער אטאקירער בכלל וואס דער ערשטע האט געזאגט. איך וועל ברענגען נאך א משל וואס איך האב אליין געהאט לעצטענס אין א וכוח מיט איינעם בנוגע א געוויסע פלאץ וואס געבט ארויס שוואכע פירות (פרטים זענען נישט וויכטיג), ווען אינמיטען האט יענער געהערט א האלבע ווארט און ער האט גלייך צוריקגעשאסען כאטש ער האט בכלל נישט ארויסגעהאט וואס איך האב געמיינט צו זאגען.

יענער: כמעט יעדער וואס קומט ארויס פון דארט איז אפגעפארען.
איך: אודאי, ווייל זיי גיין אריין דארט אפגעפארענערהייט. יענע פלאץ נעמט דאך אריין די פסולת...
יענער (געשריגען): כלל ישראל האט נישט קיין פסולת! מיר האבען לוחם געוועהן מיט עמלק ווען ער האט געטשעפעט כל הנחשלים אחריך.

ובכן, האלט איך דעם אנדערש? רעדן מיר דען פון די מעלות אדער חסרונות פון 'ריקנין שבהם'? מיר האבען דן געוועהן איבער א געוויסען מקום, און איך האב אנגעצייגט וועלכע סארט חברה גיין דארט אריין. וואס האט דא אבער פאסירט? מיין בר פלוגתא האט נישט אויסגעהערט און נישט אריינגעטראכט אין מיינע ווערטער, ער האט נישט פראבירט צו פארשטיין וואס איך וויל זאגען, אלזא האט ער צוריקגעשאסען גענצליך שלא ממין הטענה.

נאך מער, אפילו נאך מען הערט אויס יענעם מיט רואיגקייט און איינגעהאלטענקייט, מוז מען פראבירען צו פארשטיין וואס יענער האט געמיינט און וויאזוי ער האט עס געמיינט. עס איז נישט גענוג צו פארשטיין יענעמ'ס ווערטער לויט דעם אייגענעם פארשטאנד, ווייל עס קען גאנץ מעגליך זיין אז יענער האט עפעס אנדערש געמיינט. איך האב אמאל געשריבען אן ארטיקעל וויאזוי עס קענען זיך מאכען מחלוקות און מיספארשטענדעניש בלויז ווייל מען לערנט אפ יענעמ'ס ווערטער לויט דעם אייגענעם שכל.

אצינד נאך מען האט אויסגעהערט וואס יענער האט געזאגט, מען האט אריינגעטראכט אין זיינע רייד און פארשטאנען וואס ער מיינט צו זאגען, דארף מען יעצט נאכאמאל איבערטראכטען די אייגענע מיינונג און זעהן צי עס איז טאקע ריכטיג, אדער אפשר רעדט יענער גאר צום זאך און מען מוז אליין בייטען דער מיינונג. טאמער האלט מען נאכאלץ אז מען איז גערעכט, קען מען הערשט צוריק ענטפערן, וואס ברענגט מיר צום קומענדיגען כלל, וויאזוי צו ענטפערן...

[דרך אגב, אלעס וואס איך האב געשריבען ביז אהער קען מען טרעפן אינעם משנה פון שבעה דברים בגולם ושבעה בחכם ביי די אייגענשאפטען פון א חכם.]

2. נישט אטאקירען יענעם פערזענליך

כאטש דו האלטסט אז יענער רעדט הוילע נארישקייטען איז נישט דא קיין בארעכטיגוגנג יענעם אטאקירען פערזענליך (איך רעד נישט ביי א כופר, ווען דארט איז דער כלל הקהה את שיניו און גיי דייקא נישט אריין אין קיין ויכוח). אפילו ווען מען ווערט גאר צוהיצט און עס גייט אריין בגדר 'ווען עס טוט וויי שרייט מען', קען מען אטאקירען די רייד אבער נישט דעם רעדנער זעלבסט.

ווען מען שרייט פאר יענעם, 'דו רעדסט שטותים,' האט מען דאך בכלל נישט געענטפערט אויף וואס ער האט צו זאגען, נאר מען האט אריבערגעפירט דעם דעבאטע צו פערזענליכע לעוועל, צו וועלכע דער פאסיגסטע ענטפער איז, 'און דו ביזט א בהמה,' און אזוי גייט דער וכוח בארג אראפ.
מען קען ארויסברענגען דעם זעלבען שטארקען התנגדות צו יענעמ'ס רייד ווען מען אטאקירט די רייד זיינע, מיטען זאגען, 'די טענה איז שטותים.' כאטש למעשה איז ארויסגעקומען דער זעלבע זאך, אז וואס יענער האט געזאגט איז שטותים, פילט זיך יענער נאכנישט אזוי שטארק פערזענליך אטאקירט, און מען קען זיך ווייטער דינגען ווי מענטשען.

נאך בעסער און דיפלאמאטישער איז גענצליך אוועקצונעמען די קריטיק פון יענעם און זיינע רייד, נאר צו פאקעסירען אויף זיך אליין. אנשטאטס ארויסצוגעבן א גלאטע פסק אויף יענעמ'ס רייד, קען מען זאגען, 'איך האלט (אדער לענ"ד) איז די טענה שטותים.' דא איז ווידער די זעלבע מעשה, כאטש מען טוט נאכאלץ באטיטלען יענעמ'ס דעה אלץ נארישקייטען, שפירט דער פלוגתא זיך נישט אזוי שטארק אליין געטראפען, און מען קען נאך ווייטער מתוכח זיין ווי א מענטש.

פארשטייט זיך אז נאך מער ערוואונטשען איז איבערהויפט נישט אפצו'פסק'ענען וואס יענעמ'ס טענה איז, נאר בלויז אפווענדען וואס ער האט געזאגט. דער אטמאספערע בלייבט פיהל מער אנגענעם ווען מען ענטפערט, 'איך האלט אז וואס איהר האט יעצט געזאגט איז נישט ריכטיג,' אדער אפילו 'איך האלט גאנץ אנדערש ווי אייך.'
איך האב אבער ארויסגעברענגט דאס אפילו ווען מען וויל יא אוועקמאכען וואס יענער האט געזאגט (ווייל 'עס טוט וויי און מען דארף שרייען'), איז פיהל געראטען אוועקצומאכען די רייד נישט דער רעדנער.

עס איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבען אין דעם נושא, נאר עס ווערט שוין שפעט ביי מיר וועל איך מוזען מאכן א הפסקה בנתיים, און בעזה"י פארזעצן אן אנדערס מאל.
צוגעלייגטע
פירען וכוחים.pdf
(73.36 KiB) דאונלאודעד 135 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:28 pm

דברים נכונים!

זייער גוט געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:38 pm

זייער שיין און קלאר.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:38 pm

מנהלים:

גערעכט. ביטע אריבערפירן יענעם שמועס דא.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:40 pm

מילכיגער האט געשריבן:מנהלים:

גערעכט. ביטע אריבערפירן יענעם שמועס דא.

גם אנכי מצטרף

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:52 pm

גערעכט.

אפאר הערות:
1. אז ס'שטייט א קופקע מיט מענטשן, און אלע האלטן בערך די זעלבע, א קנייטש דא א קנייטש דארט, און איינער קומט אן און הייבט אן פרעגן/זאגן/ענטפערן אויף אן אופן וואס די קופקע האט דערפון נישט קיין הנאה,
מ'איז אים מרמז אז ער מאכט אומבאקוועם די שמועס, ער כאפט נישט, מ'זאגט אים אביסל קלארער, ער כאפט נאך אלץ נישט, איז א נארמאלע זאך אז ---- מ'פלאצט!

2. ס'דא זאכן וואס מ'איז נתחנך געווארן אז ס'נישט ניתן לויכוח, אויב איינער רעדט אזוי באשרייט מען אים! פשוטו כמשמעו!
איז דא פעלער וואס ס'דאכט זיך פאר מענטשן אז יענער גייט אט אט צורירן דעם נושא ---- שרייט מען!

3. נישט אלעמאל איז מען אינטרעסירט צו הערן א צווייטע דעה, מ'איז פשוט נישט אינטרעסירט, יא כ'וויל בלייבן מצומצם אין דער נושא, און קלער מיך ביטע נישט אויף!
אבער יענער פילט עפעס א "מצוה" יא אויפקלערן, און איינמא און נאכאמאל איבערזאגן זאכן וואס מ'האט אים שוין געזאגט פופצן מאל אז מ'איז נישט אינטרעסירט. וואס זאל מען טון? נישט שרייען?!

4. א שטיק צייט צוריק איז געקומען דא א ניק "לעמאן דזשוס" ער האט צוגערירט קאנטרעווערסיאלע נושאים, דער עולם האט אים באשריגן, ער האט זיך מסביר געווען, איינער צוויי האט באמערקט אז ס'קען זיך ציען א שיינע שמועס אן שרייען, און דוקא די "עקסטרעמע" דא האבן פארצויגן מיט אים א שיינע איידעלע ויכוח אויף די נושא. #אינטרעסאנט...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יולי 11, 2013 11:13 pm

לוי יצחק האט געשריבן:גערעכט.

1. 2. 3. געווענליך וואקט מען אוועק... ניין. מ'שריייט נישט!!! מ'וואקט אוועק...

4. ווי איז טאקע לעמאן דזשוס יעצט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג יולי 11, 2013 11:20 pm

@מילכיגער,
ווען ס'שטייט א קופקע און פארברענגט רואיג, און א נודניק קומט אן, די קופקע צעפאלט זיך,
צומארגענס עודך, די קופקע צעפאלט זיך,
איבערמארגן זוכט ער זיך א צווייט ביהמ"ד... גאט איט?..

5. שוין געווען דא (גארנישט פערזענליך, באמת נישט) וואס איינער האט געשריבן עפעס וואס האט צוגערירט פאליטיק, מ'האט גע'דווח'עט, מ'האט פארמעקט איין שורה סך הכל, און פון דא איז געווארן א גאנצע טענה'ריי "פארוואס האט מען פארמעקט?"....
איך קוק אן אזא איינעם פאר איינער וואס זוכט זיך צו טענה'ן און אנזייען פראוואקאציעס, גארנישט מער.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג יולי 11, 2013 11:35 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:4. א שטיק צייט צוריק איז געקומען דא א ניק "לעמאן דזשוס" ער האט צוגערירט קאנטרעווערסיאלע נושאים, דער עולם האט אים באשריגן, ער האט זיך מסביר געווען, איינער צוויי האט באמערקט אז ס'קען זיך ציען א שיינע שמועס אן שרייען, און דוקא די "עקסטרעמע" דא האבן פארצויגן מיט אים א שיינע איידעלע ויכוח אויף די נושא. #אינטרעסאנט...

4. ווי איז טאקע לעמאן דזשוס יעצט...

מיר דאכט זיך אז לעמאן דזשוס איז געקומען פון ק"ש אהערנאכדעם וואס מ'האט געקוואוט דא זיינס אן ארטיקל, קוק דא און דא
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג יולי 12, 2013 1:26 am

לוי יצחק האט געשריבן:גערעכט.

אפאר הערות:
1. אז ס'שטייט א קופקע מיט מענטשן, און אלע האלטן בערך די זעלבע, א קנייטש דא א קנייטש דארט, און איינער קומט אן און הייבט אן פרעגן/זאגן/ענטפערן אויף אן אופן וואס די קופקע האט דערפון נישט קיין הנאה,
מ'איז אים מרמז אז ער מאכט אומבאקוועם די שמועס, ער כאפט נישט, מ'זאגט אים אביסל קלארער, ער כאפט נאך אלץ נישט, איז א נארמאלע זאך אז ---- מ'פלאצט!

2. ס'דא זאכן וואס מ'איז נתחנך געווארן אז ס'נישט ניתן לויכוח, אויב איינער רעדט אזוי באשרייט מען אים! פשוטו כמשמעו!
איז דא פעלער וואס ס'דאכט זיך פאר מענטשן אז יענער גייט אט אט צורירן דעם נושא ---- שרייט מען!

3. נישט אלעמאל איז מען אינטרעסירט צו הערן א צווייטע דעה, מ'איז פשוט נישט אינטרעסירט, יא כ'וויל בלייבן מצומצם אין דער נושא, און קלער מיך ביטע נישט אויף!
אבער יענער פילט עפעס א "מצוה" יא אויפקלערן, און איינמא און נאכאמאל איבערזאגן זאכן וואס מ'האט אים שוין געזאגט פופצן מאל אז מ'איז נישט אינטרעסירט. וואס זאל מען טון? נישט שרייען?!

4. א שטיק צייט צוריק איז געקומען דא א ניק "לעמאן דזשוס" ער האט צוגערירט קאנטרעווערסיאלע נושאים, דער עולם האט אים באשריגן, ער האט זיך מסביר געווען, איינער צוויי האט באמערקט אז ס'קען זיך ציען א שיינע שמועס אן שרייען, און דוקא די "עקסטרעמע" דא האבן פארצויגן מיט אים א שיינע איידעלע ויכוח אויף די נושא. #אינטרעסאנט...

לויט נומבערס 1 2 3 איז דער אין נומבער 4 גארנישט אזוי עקסטרעם, אויסער אויב דו נוצט דאס אלס א לשיטתם..

לעמען דזשוס איז געווען א העכסט נארמאלער מענטש-ניק. בכלל נישט געזוכט פראוואקאציעס, ליבערשט אויפגעברענגט אומגעווענליכע אבער לעבעדיגע און שכל'דיגע דיסקוסיעס מיט די גרעסטע כבוד צו יעדן מענטש, און העכסטע נארמאלקייט זיך צוגעשטעלט צום אטמאספער. מי יתן לנו תמורתו.
דערוויילע. פאר בערך א האלבע יאר צוריק האט ער געמאלדן אז ער שאקלט זיך אפ פונעם אינטערנעט אויף א האלבע יאר גייענדיג מיטן שוואונג פון פאול מיללער [דער זעלבער וואס האט אנגעזייעט דאס קערנדל פאר קרעמער צו פארלאזן דעם אינטערנעט].

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » פרייטאג יולי 12, 2013 2:19 am

מען ליינט נישט גרינטליך דורך אנעים'ס ווערטער און וועגן דעם ווערן מיספארשטענדענישן.
דער אמת איז אז אנעים האט דאס שוין אויך געשריבן, אבער מען ליינט דאך נישט וואס ער שרייבט...

אלזו לאמיר עס פרובירן מאכן קורץ און קלאר

1. מען מעג שרייען אויב איינער רעגט אויף, נאר "נישט אויף יענעם", מאך נישט יענעם שפירן "לייק טו סענט'ס", קענסט שרייען אויף וואס ער זאגט, קענסט שרייען "וואס דו האלטסט", אבער נישט אטאקירן יענעם פערזענליך (טראכט פון די מעגליכע קאנסעקווענצן אויף וועלכע דו ווילסט נישט טראגן קיין אחריות...)

2. דאס אז יענער טוט אן אומרעכט און רירט צו הייקעלע נושאים, אפילו עס קען דיר בארעכטיגן צו שרייען, טראכט אבער א מינוט, "דו ווילסט זיין גערעכט, אדער ווילסטו טון וואס איז ריכטיג?"

עד כאן קיצור דברי אנעים, ליתר ביאור ליין דורך שטאט בעיון אנעים'ס רייד אנפאנג פון דעם שמועס, און אנפאנג פון דעם אנדערן שמועס (פון וואו דער שמועס איז נשתלשל געווארן)

יעצט עטליכע עצות.
אויב זעהסטו א זאך און דו שפירסט אז די בלוט קומט דיר ארויף אין קאפ, פאלאו אינסטראשענ'ס:
1. האלט זיך איין אפאר שעה, אפשר וועט איינער טון די ארבעט פאר דיר.
2. פרוביר צו דווח'ן פאר די הנהלה אויב שפירסטו אז יענער רירט אן הייקעלע סטרונעס ביטע זיי זיך גוט מסביר, אז די הנהלה זאל פארשטיין וואס דיר קוועטשט.
3. אויב העלפט דאס נישט, דאן פרוביר צו קאנטאקטן פריוואט איינעם פון די רואיגערע ניק'ס, וואס דו טראכסט ער וועט קענען טון די דזשאב ריכטיג, און בעט אים ער זאל באהאנדלן די סיטואציע.
4. אויב דאס אלעס העלפט נישט, איז צייט צו ריקאנסידערן דיין בליק, איך זאג נאכנישט אז ער איז גערעכט, אבער אפשר איז דאס וואס ער שרייבט נישט אזוי געפערליך אז מען זאל אים דארפן דערפאר אויסזייפן די ציין, אז ער זאל אנטלויפן צו אלע שווארץ יאר רח"ל...
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג יולי 12, 2013 5:32 am

אנעים, מילכיגער, ווארד, וכו', איר כאפט נישט לוי יצחק'ס נקודה.

וואס איז די עצה אויף איינעם וואס קריכט אויף די נערוון, שרייבנדיג זאכן וואס קענען נישט - אדער טארן נישט - בלייבן אומפארענטפערט, אבער יענער כאפט נישט אויפן ווינק פון 56 מאל ענטפערן, און קייט איבער דאס זייניגע ככלב שב אל קיאו א 57'סטע מאל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג יולי 12, 2013 6:18 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דברים נכונים!

זייער גוט געזאגט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 12, 2013 8:56 am

@פאמיליעמירעלס, אט דאס האב איך געמיינט, אויב איינער ברענגט אויף נושאים אויף צו דעבאטירן מיט אן אמת, אפילו ס'יז האקעל, וועט מען אים נישט באשרייען, אפשר די ערשטע פאר מינוט ווען מ'כאפט נאכנישט וואס ער וויל, אבער טאמער רעדט ער און טענה'ט זיך נארמאל, און פראבירט נישט סתם צו אויפרעגן, רעדט מען מיט אים אויך צוריק נארמאל, וע"ז כתבתי לעמאן דזשוס יוכיח.

@ווארד, האסט שוין אמאל געהאט ווי א פליג האט זיך אנגעטשעפעט אין דיר? ער בוז'עוועט דיר אין אויער אריין איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און טראגט נישט אפ, וואס בלייבט איבער צו טון? רעדן צו אים שיינערהייט! "פליגעלע פליז הער אויף צו ז'ומען נעבן מיין אויער"...

ווען א מענטש טענה'ט זיך לשם טענה'ן, "ער" פילט אז ס'יז א מצוה מיך אויפצוקלערן נאכדעם וואס איך האב אים שוין געזאגט 10 מאל אז די גאנצע חבריא דא, אדער עכ"פ רוב, האלטן נישט ביים ווערן אויפגעקלערט אין דער נקודה, און דער הייבט אן נאכאמאל פון אל"ף, "דער" צעשטערט די רואיגקייט פונעם פלאץ, און מ'דארף האבן הלל'ס געדולד נישט צו ווערן אויפגערעגט אויף יענעם פערזענליך.

זעט אויס ביסט גאנץ ניי דא כאפסטע נאכנישט פון וואס איך רעד.

נ.ב. להוי ידוע, ס'דא פעלער ווי געוויסע שמועסן דא שטערט מיך אויך זייער, אבער די רגע איך זעה אז דער עולם האלט נישט ביים הערן, טראג איך אפ! מ'דארף פשוט האבן אביסל סאשעל סקילס צו פארשטיין ווי איין און ווי אויס...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10972
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 12, 2013 9:06 am

ווארד האט געשריבן:2. פרוביר צו דווח'ן פאר די הנהלה אויב שפירסטו אז יענער רירט אן הייקעלע סטרונעס ביטע זיי זיך גוט מסביר, אז די הנהלה זאל פארשטיין וואס דיר קוועטשט.

זאגסט ריכטיג מצד דעם ליינער'ס זייט, אבער מצד דעם שרייבער'ס זייט מיט וועלכע רעכט שרייבט ער דאס? און צו וואס סתם שווער מאכן פאר די הנהלה?

#נקודה למחשבה פארן שרייבן א תגובה.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 12, 2013 9:27 am

די סך הכל איז, דער ליינער זאל זיך גוט מסביר זיין פאר די הנהלה,
די הנהלה זאל זיך גוט מסביר זיין פארן שרייבער וואס האלט נישט ביים פארשטיין...
אלס נאר ווייל יענער קומט געווענליך פון א פלאץ ווי מ'איז צוגעוואוינט אזוי צו שרייבן...

שוין, וואסי די ציל פון חזרה?....
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג יולי 12, 2013 10:19 am

און אצינדער קען איך מיר שוין נישט איינהאלטן איך טוה שרייען.....!!!!
אנעים דו בוסט צוקער זיס.... דו וועפסט נישט - א מחי' צו ליינען.

1) לגבי דאס וואס איר האט געפענט דעם אשכול קומט זיך אייך קרעדיט
איך האב שוין געוואלט זאגן אזוינע ווערטער אבער נישט געקענט אזוי גוט ארויסברענגן ווי איר ברענגט עס ארויס.

2) דאס וואס דער עולם ליינט טאטע שיק מיר הויזן, יעדער מיט זיין אייגענארטיג ניגון איז פשטות נישט מעגליך צו טוישן.
אבער זייער גוט געשריבן, טראכטן וואס יענער רעדט וכו' וכו'

שכח

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג יולי 12, 2013 10:24 am

איך האב נישט קיין סאך צייט יעצט צו שרייבען וועל איך נאר בקיצור ארויסברענגען עטליכע נקודות.

1. אן אנליין פארום איז בכלל נישט דומה צו א קופקע אין ביהמ"ד, ווייל א קופקע איז by definition א פריוואטע שמועס וואו מען לאזט אריין אנדערע, און דער יושר און עטיק טוט אנבאטען פאר יעדע נייע ער זאל נישט צושטערן דעם קופקע, משא"כ אן אשכול איז אזוי ווי געהאנגען א צעטל אויפען לוח מודעות מיט אן אנאנס, און יעדער קען דארט צו שרייבען.
דער משל פון קופקע אויף פארומס איז ווען איינער פראבירט אריינצושטופען זיין אגענדע אויך דארט וואו עס קומט נישט אריין. צ.ב.ש. ווען עס זאל איינער שרייבען אין דעם יעצטיגען אשכול, 'עטס פארשטייטס נישט וואס **** זאגט ווייל עטס טרונקטס קלארינעיטעד וואסער,' האט ער אריינגעשטופט זיין אגענדע דארט וואו עס געהערט נישט.
משא"כ ווען איינער זאל למשל עפענען אן אשכול 'בקשו רחמים מען זאל נישט אנקלאגען ר' פלוני פאר פארען שנעל און אראפהאקען א גוי', און עס וועט קומען א צווייטע און שרייבען, 'אדרבה, זאל ער יא זיצען וועלן יודען זיך אויסלערנען דרייווען געהעריג,' האט ער טאקע געשריבען א קאנטראווערסיעלע דעה, אפילו א פארקערטע דעה פון דעם פותח האשכול, אבער עס איז במקומו. אפילו דער פותח האשכול וועט טענה'ן, 'איך רעד יעצט נאר פון בקשו רחמים, עפן אן אייגענעם אשכול וועגן דרייווען,' קען יענער ענטפערן, 'על זה אנו דנים - איך האלט אז מען דארף טאקע נישט דאווענען פאר יענעם.'
[איך האב דאס געשריבען אלץ משל ארויסצוברענגען א פונקט, ביטע נישט פארפירען דעם שמועס צי מען דארף יא דאווענען פאר יענעם צי נישט...]

2. בד"כ די וואס טענה'ן אז א צווייטע חזר'ט איבער זיינע רייד כאטש מען וויל עס נישט הערן, מיינען צו זאגען, 'יענער ענטפערט אפ יעדעס מאל מיר שרייבען דעם פארקערטען מיינונג.' קיינער עפענט דאך נישט קיין אשכולות טאג איין טאג אויס אויפען זעלבע נושא, נאר טייל אירע וועלן כסדר אפענטפערן און צו-לייגען ווען אנדערע שרייבען וועגן געוויסע נושאים. דאס מוז מען פארשטיין אז פונקט ווי ביי איינעם איז ביי געוויסע נושאים 'אסור' א מיינונג וואס 'טאר נישט בלייבען אומפארענטפערט', איז ביים צווייטען די זעלבע זאך אויף 'מותר'. ווער איז גערעכט? נו, אויף דעם קען מען זיך דינגען ווי נארמאלע מענטשען...

3. וואס איז דער ציהל פון ענטפערן, איז דאס צו איבערצייגען איינעם אדער סתם צו ווילדעווען? אויב וויל מען מיטען ענטפער איבערצייגען איינעם אויף פארקערט (צי איז עס דער שרייבער אדער אפשר אנדערע ליינער), גילטעט דאך דעם כלל דברי חכמים בנחת נשמעים. ווען עס קומט א צווייטע מן הצד און ער ליינט ווי איינער לייגט אראפ זיין point of view בטוב טעם ודעת, און דער צד שכנגד שרייט נאר קולות, וועמען קלערט איהר איז מער איבערצייגענד?!

4. עס איז אלעמאל דא די ברירה פון זיך נישט וויסענדיג מאכען. בפרט וואס רוב אשכולות האט דער קעפל א שטיקעל שייכות מיטען מדובר (למשל אין אן אשכול וואס טראגט דעם קעפל 'אונזער סאסייעיטי' קען יעדער בעל דעת פארשטיין אז מען גייט ארויסברענגען פארשידענע חסרונות). אויך ווען מען האט שוין אנגעהויבען ליינען און מען זעהט אז יענער רעדט זאכען וואס מען האט נישט ליב איז אלעמאל דא די ברירה ארויסצוגיין פון יענעם אשכול און ליינען עפעס אנדערש.
אויב מוז מען ענטפערן קען עס זיין ווי א נארמאלע מענטש...

5. מען קען שטענדיג ארויסברענגען די אייגענע פונקטען אהן אטאקירען דעם שרייבער. אפילו ווען מען שרייבט גאר שארף איז תמיד מער געוואונטשען צו שרייבען, 'די רייד זענען כפירה\אסור לאומרם\בכלל מגלה פנים בתורה שלא כהלכה\א.ד.ג' ווי צו שרייבען, 'דו ביזט א כופר\שייגעץ\א.ד.ג.'

6. די אשכול איז עטוואס פארפארען צו איין געוויסע ריכטונג, אבער אין אמת'ן אריין איז אלעס וואס איך האב געשריבען אינעם OP נוגע אויך ווען מען דינגט זיך פנים אל פנים, זאל עס זיין אינדערהיים אדער אין שוהל וכדו'. דאס זענען נישט מער ווי כללים וויאזוי זיך מתוכח צו זיין מיט אינטעליגענץ און רעספעקט (פאר אנדערע און זעלבסט).

7. נאך א מזל איך האב געשריבען איך וועל ענטפערן בקיצור, ווייל ווען נישט ווער ווייסט ווי לאנג איך וואלט נאך דא געזעסן... ע'מיר מוזען ממשיך זיין א צווייטע מאל בעזה"י.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג יולי 12, 2013 10:29 am

דער תהילים איד האט געשריבן:אנעים, מילכיגער, ווארד, וכו', איר כאפט נישט לוי יצחק'ס נקודה.

וואס איז די עצה אויף איינעם וואס קריכט אויף די נערוון, שרייבנדיג זאכן וואס קענען נישט - אדער טארן נישט - בלייבן אומפארענטפערט, אבער יענער כאפט נישט אויפן ווינק פון 56 מאל ענטפערן, און קייט איבער דאס זייניגע ככלב שב אל קיאו א 57'סטע מאל.

איך כאפ שוין איינמאל.

איך בין מחולק מיט די הנחה.
שרייבנדיג זאכן וואס קענען נישט - אדער טארן נישט - בלייבן אומפארענטפערט
. ס'כמעט ניטא אזא זאך וואס טאר נישט בלייבן אומפארענטפערט וואס די מנהלים וועלן נישט קערנעמען. אין ערגסטן פאל קענסטו מוחה זיין הויעך איינמאל און ארויסוואקן פון דארט. ווי געשריבן פריער איז לשי' אז דא שרייבט מען אזעלכע זאכן טארסטו דיר נישט דרייען דא!

סה"כ קוק אן דאס פלאץ ווי א ביהמ"ד. אז א קופקע רעדט זאכן
שרייבנדיג זאכן וואס קענען נישט - אדער טארן נישט - בלייבן אומפארענטפערט
שרייסטו? איך האף אז נישט...וועסט העכסטנס מגלה דעת זיין אז דלא יאמרו מדשתקו וכו' און טאמער אבער זעהסטו אז ס'דא צו סאך אזעלכע קופקעס דא און אלע דיינע ווענדונגען צו די ראה"ק/רב/רבי/עהרן פרעזידענט טוען נישט אויף? וואקסטו אריבער צו אן אנדער שול.

ודו"ק
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג יולי 12, 2013 10:39 am

אין שוהל נעמט זיך דער ציבור דרייען מיט די נאז, און יענער בלייבט חוזק... דא קען אויסקוקן פאר אפאר הונדערט ליינער ווי אלע זענען מסכים.

איך מיין אז דער עולם ווייסט נישט גענוי פון וואס מען רעדט, מסתמא האבן זיי עס נאכנישט מיטגעלעבט דא. חדשים ידברו.

נאכאמאל: מיטן יסוד איז אנעים הערליך גערעכט דא, און ער האט עס הערליך גוט אראפגעלייגט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג יולי 12, 2013 10:42 am

אנעים זמירות האט געשריבן:1. אן אנליין פארום איז בכלל נישט דומה צו א קופקע אין ביהמ"ד, ווייל א קופקע איז by definition א פריוואטע שמועס וואו מען לאזט אריין אנדערע, און דער יושר און עטיק טוט אנבאטען פאר יעדע נייע ער זאל נישט צושטערן דעם קופקע, משא"כ אן אשכול איז אזוי ווי געהאנגען א צעטל אויפען לוח מודעות מיט אן אנאנס, און יעדער קען דארט צו שרייבען.
דער משל פון קופקע אויף פארומס איז ווען איינער פראבירט אריינצושטופען זיין אגענדע אויך דארט וואו עס קומט נישט אריין. צ.ב.ש. ווען עס זאל איינער שרייבען אין דעם יעצטיגען אשכול, 'עטס פארשטייטס נישט וואס **** זאגט ווייל עטס טרונקטס קלארינעיטעד וואסער,' האט ער אריינגעשטופט זיין אגענדע דארט וואו עס געהערט נישט.
משא"כ ווען איינער זאל למשל עפענען אן אשכול 'בקשו רחמים מען זאל נישט אנקלאגען ר' פלוני פאר פארען שנעל און אראפהאקען א גוי', און עס וועט קומען א צווייטע און שרייבען, 'אדרבה, זאל ער יא זיצען וועלן יודען זיך אויסלערנען דרייווען געהעריג,' האט ער טאקע געשריבען א קאנטראווערסיעלע דעה, אפילו א פארקערטע דעה פון דעם פותח האשכול, אבער עס איז במקומו. אפילו דער פותח האשכול וועט טענה'ן, 'איך רעד יעצט נאר פון בקשו רחמים, עפן אן אייגענעם אשכול וועגן דרייווען,' קען יענער ענטפערן, 'על זה אנו דנים - איך האלט אז מען דארף טאקע נישט דאווענען פאר יענעם.'
[איך האב דאס געשריבען אלץ משל ארויסצוברענגען א פונקט, ביטע נישט פארפירען דעם שמועס צי מען דארף יא דאווענען פאר יענעם צי נישט...]

ס'אבער דומה צו א קופקע כלפי דעם אז ווען רוב דעות לאזן הערן אז זיי ווילן נישט דן זיין אויף עפעס, בלייב נישט דארט ווייטער. גיב אויף דעם וויכוח זאגנדיג "על משמרתי אעמודה אבער זיי געזונד...ווי אויך אז מ'קען אייביג אוועקגיין...

ביי דיין משל פון דרייוון איז יא די שורת הדין אז נאכדעם וואס דער עולם שרייט אנדערש זאלסטו עפענען א אשכול "צו דארף מען מתפלל זיין אויף א ווילדער דרייווער"...און נישט INSISTN צו בלייבן דווקא דארט און איבערשרייבן די זעלבע זאך

2. בד"כ די וואס טענה'ן אז א צווייטע חזר'ט איבער זיינע רייד כאטש מען וויל עס נישט הערן, מיינען צו זאגען, 'יענער ענטפערט אפ יעדעס מאל מיר שרייבען דעם פארקערטען מיינונג.' קיינער עפענט דאך נישט קיין אשכולות טאג איין טאג אויס אויפען זעלבע נושא, נאר טייל אירע וועלן כסדר אפענטפערן און צו-לייגען ווען אנדערע שרייבען וועגן געוויסע נושאים. דאס מוז מען פארשטיין אז פונקט ווי ביי איינעם איז ביי געוויסע נושאים 'אסור' א מיינונג וואס 'טאר נישט בלייבען אומפארענטפערט', איז ביים צווייטען די זעלבע זאך אויף 'מותר'. ווער איז גערעכט? נו, אויף דעם קען מען זיך דינגען ווי נארמאלע מענטשען...

צומאל מיינט עס אבער "יענער וויל כסדר ארויפברענגען א טעמע וואס דער רוב מכריע וויל נישט"

Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג יולי 12, 2013 10:44 am

דער תהילים איד האט געשריבן:אין שוהל נעמט זיך דער ציבור דרייען מיט די נאז, און יענער בלייבט חוזק... דא קען אויסקוקן פאר אפאר הונדערט ליינער ווי אלע זענען מסכים.

איך מיין אז דער עולם ווייסט נישט גענוי פון וואס מען רעדט, מסתמא האבן זיי עס נאכנישט מיטגעלעבט דא. חדשים ידברו.

נאכאמאל: מיטן יסוד איז אנעים הערליך גערעכט דא, און ער האט עס הערליך גוט אראפגעלייגט.

EXACTLY. דריי מיט די נאז און זיי מוחה...שריי נאר נישט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג יולי 12, 2013 10:45 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:2. פרוביר צו דווח'ן פאר די הנהלה אויב שפירסטו אז יענער רירט אן הייקעלע סטרונעס ביטע זיי זיך גוט מסביר, אז די הנהלה זאל פארשטיין וואס דיר קוועטשט.

זאגסט ריכטיג מצד דעם ליינער'ס זייט, אבער מצד דעם שרייבער'ס זייט מיט וועלכע רעכט שרייבט ער דאס? און צו וואס סתם שווער מאכן פאר די הנהלה?

#נקודה למחשבה פארן שרייבן א תגובה.

אויך אמת...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4291
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 12, 2013 11:42 am

מילכיגער אין די תגובה פון 10:42, דארט ליגט די עיקר נקודה, חוץ פון אזא פאל האב איך נאך כמעט נישט געזען א פראבלעם פון שרייען דא אויפן וועלטל.
אדער דברי ליצנות וואס ווערט אראפגענומען גלייך ב"ה.

נאכאמאל בקיצור, אייוועלט איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע אידן, רוב שרייבער דא זענען סאטמערע (ווי זענען די אנדערע? כ'ווייס נישט), דא איז א "פריוואטע" פארום פון אידן וואס זענען איינשטימיג אויף רוב זאכן אין "השקפה", ס'נישט קיין פאבליק פלאץ בכלל.

דער פלאץ איז געמאכט געווארן אויף צו פארברענגען, דורכשמועסן ענינים וואס דער רוב וויל הערן. רוב עולם דא וויל נישט ווערן אויפגעקלערט אין השקפה, אויב ויכוחים איז מען זיך גרייט צו טענה'ן אויף זאכן וואס רירן נישט צו השקפה, און דארט טענה'ט מען זיך זייער רואיג ב"ה.

וועמען ס'געפעלט נישט, און וויל אויך נישט גיין צו די מקומות המטונפים, איז מכובד צו עפענען אן אייגענע פארום.

די גאנצע זאך וואס איך שרייב דא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן גאר ברייט אין די אשכול "אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט".
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג יולי 12, 2013 1:03 pm

איך האב נישט צופיל צו צו לייגן נאר אז אנעים רעדט דברים של טעם. איך האב נאכנישט געזעהן די נאכפאלגענדע תגובות, אבער עס איז קלאר א זאך צום לערנען

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 3 געסט